אוי חנוכה... אוי חנוכה... א יום-טוב א שיינע...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ביטע באצייכענען איינס פון די פאלגענדע. אז איר באצייכנט נישט די ערשטע אפציע, ביטע צייכנט אן וואס פעלט דערפאר.

30
68%
1
2%
7
16%
4
9%
2
5%
 
סך הכל שטימען: 44

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

אוי חנוכה... אוי חנוכה... א יום-טוב א שיינע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אוי חנוכה... אוי חנוכה... א יאנטעף א שיינע... א לוסטיגע, א פרייליכע... נישטא נאך אזא איינע...

איי... איי... איי... ברענגט דער אור-אלטער פאלק'ס ליד, וואס די באבע האט דאס נאך מקובל געהאט פון איר באבע און זי פונעם עלטער באבע'ן און אזוי ווייטער ביז'ן בארג סיני, ארויף די נאסטאלאגישע געפילן פונעם אלטן אמאל, וואס איטליכער חרוז פונעם לידל איז טאקע געווען ווי א ווירקליכער פאקט. אוי חנוכה... אוי חנוכה... ביסטו אמאל, אין די יונגע יארן, געווען א יום טוב א שיינע. א שיינע; אז דער שיין פון די הייליגע ליכטילעך, דער שיין פון די שיינעדיגע טעג, האט דאך אריינגעשיינט ביז אין די טיפעניש פון מיין נשמה'לע. א לוסטיגע; אז אין די טעג האט א גייסטיגער לוסט מיר ארומגענומען אז איך האב דאס געשפירט ביזן טיפסטן אפגרונד פון מיין נשמה'לע. א פרייליכע; אז דער שיין פון דעם גרויסן ליכטיקייט האט מיר באגלייט ביז אין די טיפע וואכנטעג פונעם לאנג פארצויגענעם ווינטער.

איי... איי... איי... נישט געווען נאך אזא איינע...
אמאל, אין די יונגע יארן ביים טאט'ן זאל זיין געזונט – צו לאנגע געזונטע יארן – אינדערהיים, בעת איך בין נאך געזעצן אונטער די מאמע'ס פארטוך, האט דאך דער שיין פון די חנוכה לעמפלעך אריינגעשיינט ביז אין תוך אריין פון מיין ציכטיג יונגע נשמה'לע. אין מיין יונגע, ריינע, תמימות'דיגע, מח'ל, וועלכע האט נאך פון קיין טונקעלקייט דאן נישט געוואוסט, האבן זיך אין די טעג ערווארבן א בענקשאפט צו אידישקייט; א בענקשאפט צו תורה; א בענקשאפט צו עבודה; א בענקשאפט וועלכער האט ווי אויפגעהויבן מיין נשמה'לע למעלה מעשרה טפחים.

איי... איי... איי... די נאסטאלאגיע וועלכע קומען מיר אויף היינט צו טאג, בעת איך האב שוין – דאנק אין ג-ט – דערבלעבט צו זען ווי די באבעס ירושה טרוקנט נישט און מיינע פיצעלעך קע"ה שפאנען זייערע טריט אינעם ירושה'דיגער חנוכה-לידל אויפן זעלבן שטייגער ווי דער אלטער אמאל; די תנועות, די קנייטשן, אלעס אלעס גענוי ווי איך פלעג זי זינגען אין יענע זיסע יארן מיינע, איי... איי... איי... די נאסטאלאגיע ברענגען דאך ארויס פון מיינע אייגעלעך צוויי שנירלעך טרערן... אוי... אוי... אוי... וואס פון א מענטש קען ווערן. אוי... אוי... אוי..., רבוש"ע, ווער ווייסט צו די קליינע זיסע קלעכלעך, וועלכע ווייסן נאך נישט וואס א וועלט מיינט, צו זיי וועלן זיך נישט דערזען - ווען זיי וועלן זיך דערלעבן אין אונזערע יארן - אינעם זעלבן צושטאנד ווי איך געפון זיך אצינד?... אוי באשעפער איינציגער, טאטע אין הימל, וואס פון אן אמאליג דורשטיג נשמה'לע קען אלס נישט ווערן... אוי דער חנוכה וועלכער איז אמאל געווען אזא יום טוב א שיינער איז היינט צו טאג'ס ליידער שוין גארנישט אזא שיינער, גארנישט אזא לוסטיגער, גארנישט אזא פרייליכער...

יא, איך האב אויך היינטיגן יאר, ווי אין די לעצטע פאר יאר, געפלאכטן די וואטע-קנויט, אנגעפילט די מנורה מיט לויטערע בוימל, איך האב אויך היינטיגן יאר, ווי אלע יאר, געמאכט די ברכה, געדאנקט גאט פאר די ניסים, און איך האב אפילו שיין געזונגען דעם מעוז צור, געזאגט זיבן מאל דעם שיר של פגעים'דיגער קאפיטל, געזיצן א האלבע שטונדע צום שיין פון די ליכטילעך, און אפי' דערנאך געלאזט מיינע קינדערלעך זינגען די חנוכה-ירושה-זמר'ל אוי חנוכה... אוי חנוכה... ווען דערביי שנירלען זיך אראפ צוויי שנירלעך טרערן איבער מיינע האריגע באקן און מאכט איר וועג באלד צו מיין "יונגע דיוקנא קדישא". גייסטישע געפילן שפילן זיך טאקע דאן אויף אין מיר טראכטנגיד: איך האב טאקע אלעס געטוהן, גענוי ווי איך האב געזען ביים טאטע'ן זאל לעבן אין שטוב, גענוי ווי איך אין אלע מיינע יונגע יארן, אבער... אבער..., אבער גארנישט!, ס'איז עפעס נישט, ס'באנעמט מיך עפעס נישט, ס'מיינט עפעס ניטש מיך, ס'נישט מער ווי איך האב אפגעטוהן די פאקטישע פליכטן וואס חז"ל האבן אויפגעלייגט אויף יעדן איד, אבער וואטסאח א שייכות האט דאס מיט מיר?, וואסא א שייכות, וואסא פארבינדונג האט דאס מיטן תוך פון מיין גייסטישע באשאפונג?. אפגעצונדן, אפגעזונגען און געגאנגען ווייטער.

איז דען דאס, דער צושטאנד מיינער אין וועלכן איך געפון זיך אין איצטיגן מומענט, נישט א סימפטאם פון אן אינערליכער דורכגעפוילטער גייסטישער קרענק וואס צירקולירט איבער אלע גלידער?. דער סימפטאם פון אט אזא יעניגן פאציענט ווי איר זענט, ווי איר שטעלט דאס אראפ, צייגט דאך אז איר זענט ווי א גוסס. הוי, רבוש"ע, איך בין דאך א קראנקער מענטש איך בין דאך קראנק איבער אלע מיינע דריי-הונדער-פינף-און-זעכציג אדערן (שס"ה גידין) און צוויי-הונדערט-אכט-און-פערציג גלידער (רמ"ח אברים). אלע מיינע גלידער זענען דאך ווי אפגעטויטעט. איך שפיר נישט קיין שיינקייט, קיין לוסט, אין גארנישט. איך דריי זיך ארום ווי א סקעלעטן. איך שפרייז ארום פון איין דאקטאר צום צווייטן, איך פרוביר מיר צו דערשנאפן עפעס א גוטן רעצעפט, עפעס א גוטן מעדעצין, אבער אלע ווי איינס זאגן מיר אז מיר קענען אייך נישט העלפן!, לויט די צייכענעס פון אייער אינערליכן קרענק איז אייער גייסטיקער לעבן אין א סכנה, אלע אייערע גלידער זענען שוין אפגעטויטעט, זיי צייגן שוין נישט קיין סמני חיות, דען דער קרענק וואס האט אייך נעבעך באפאלן איז א סארט שטילער-טויט וועלכע צירקולירט אין אייער נפש. אין א פאל ווען בלויז איינע פון אייער גלידער אדער אדערן וואלטן געווען אין א טויט געפאר וואלטן מיר אייך געקענט העלפן ווייל דאן ווייסן מיר וואו איר האט זיך פארפאטשקעט, וועלכער אבר עס איז אייך טויט, און דאן קענען מיר קענען אייך העלפן און פארשאפן א מעדעצין פאר די און די אבר, אבער אין אייער פאל האבן מיר פאר אייך קיין רפואה ניט, נעמליך איר פארמאגט נעבעך אן אינערליכער קרענק וועלכע נעמט ארום דעם גאנצען קערפער, אינערליך און אויסערליך, איר פארמאגט נישט אין אייך קיין איין פראצענט סימני חיות, אלעס איז ביי אייך טויט, איר שפירט שוין גארנישט, איר מוזט האבן א באלדיגן טרעספלענט, א טרענספעיושן, א גענצליך ניי איבערפלאנצונג.

אזוי דריי איך זיך ארום, ווי א האלב-טויטער, פון איין דאקטער צום צווייטן, און אלעס אן ערפאלג. קיינער קאן מיר נישט העלפן. אוי רבוש"ע, ווי גיב איך זיך מיר אן עצה. ס'שוין כלו כל הקיצין.

אוי חנוכה... אוי חנוכה... א יום טוב א שיינע... וואס ביסטו אזוי א שיינע?
א לוסטיגע... א פריילעכע... וואס ביסטו, חנוכה, אזוי לוסטיגע און פרייליכע טעג אזש ממש אז ס'נישט דא נאך אזא איינע?.
אט טוה א קוק אויף מיר, ביי מיר ביסטו ליידער גארנישט אזוי שיין, לוסטיג און פרייליך...

און וואס אן אמת איז, אז איז דען דאס נאר מיטן חנוכה?, דאס זעלביגע איז דאך מיטן שבת, פסח, שבועות, ר"ה, יו"כ, סוכות, תשעה באב און אפי' דער שבת, און אפי' דער איינפאכער תפילין לייגן. וואס האט דאס מיט מיר? וואס נעמט דאס אריין אין מיר? וואסא ווירקונג האט דאס אויף מיין נשמה? וואסא א שייכות האבן די ווירקליכע, פאקטישע, פעולה'ס וואס איך טוה צו מיין עקזעסטירדער עקזיסטענץ אויפן עולם הלמטה מעשרה טפחים?

פילע באגאדזשען מיט חיזוק נעמען זיך יודן מיט פון אט די טעג, אבער איך? גארנישט! ס'באנעמט מיך נישט! ס'כאילו איך בין אפגעגאנגען צום שוואגער'ס קידוש, אים אפגעבן די מזל-טוב, צום געבורט פון זיין פופצנטן מיידל קע"ה און געגאנגען ווייטער. וואס האט דאס מיט מיר א טאג דערויף? גארנישט! געגאנגען, איבערגעלאזט די ברכה מיינע, פארבראכט אייציגע מינוטן, וכעוף פורח פארגעסן דערפון. געדענק איך דען פינעף מינוט דערויף וואס ס'געווען, וואו איך בין געווען? ניין, זיכער נישט. נעם איך עפעס מיט דערפון? האט דאס עפעס א שייכות מיט מיין גאנצן מציאות?, ניין, זיכער נישט. איך פארגעס דערפון נאך איידער ס'געווען. ס'עפעס משפיע אויף מיר?. דאס זעלביגע שפיר איך מיט אלע מעשים טובים, מיט אלע מיינע מצוות... איז דאס נישט פשט אז איך בין טויט קראנק נעבעך און איך מוז ווי אמשנעלסטנס טרעפן עפעס א גרויסן פראפעסער וואס זאל מיר באלד צוצייגן וואס איך האב צוטוהן, ווייל איך בין אין א סכנת מוות יעדע מינוט?. חברים טייערע, איך דערהאלט זיך דאס חיות מיינע מיט גארניטש... כ'בין אין א סכנה, א באלדיגע טויט!
איי... איי... איי... אוי חנוכה... אוי חנוכה... א יום טוב א שיינע... ביסטו אמאל געווען...

אבער וואס נאך ארגער פון אלעם איז, אז דער סימפטאם פון מיין קרענק, לויט אלע צייכענעס אירע צייגט זי אז אט... אט..., וויאזוי זע איך דאס?, אט הערט וואס די דאקטוירים מיינע זאגן מיר:
דער צוזאמענשטעל פון אייערע גלידער, דאס הייסט אייערע דריי-הונדער-פינף-און-זעכציג אדערן (שס"ה גידין) און צוויי-הונדערט-אכט-און-פערציג גלידער (רמ"ח אברים) זענען נישט מער ווי צייכענעס, אבער וויסן זאלט איר אז אין אן אמת'ן זענען זיי נישט דאס וואס איר זעט, דאס ריכטיגע דערפון זענען די זעקס-הונדערט-און-דרייצן תורה'דיגע געבאטן (תרי"ג מצות) און אנטקעגן איטליכער געבאט האט ג-ט אויפגעצייכנט א געשטאלטישער-צייכן אין אייער קערפער. אז איר שפירט אין אייער קערפער אן אפגעטויטעטער גליד, אטדער, א.ד.ג. צייגט דאס אז איר האט פארטשעפעט, אדער פארפאטשקעט, א געוויסער געבאט און איר דארפט זאפארט זוכן א היילונג צו דעם אבר, ווייל אויב חלילה נישט זענט איר א מחוסר אבר'דיגער גוף, ס'טייטש איר פארמאגט בלויז 612 אברים וגידים. ביז אהער וואס די דאקטוירים גיבן איבער און דאס איז בשייכות די תרי"ג מצות התורה. ווי איז אבער אז איר פארטשעפעט זיך אין איינע פון די זיבן דרבנן'דיגע געבאטן, וועלכע איז דאך געקומען ווי וויטאמינען צום שוואכן גוף בכדי צו שטארקן דעם קערפער עס זאל זיך נישט אנקלעפן אין אים קיין אום געוואונטשענע, ווי איז דעמאלט?. איז דען אין אזא פאל, אז די דרבנן'דיגע סימפטאמען זענען גענצליך אפגעטייטעט, וואס אין אונזער פאל איז דאך דאס דער טויטער חנוכה, נישט פשט אז כל כולו פונעם קערפער איז עפעס נישט אין ארדערנונג? ס'דאך נישט בלויז איין אבר, ס'דאך א קרענק וועלכע צירקוליט מיר אינעם גאנצן קערפער, ס'בארירט אלע אברים מיטאמאל, נישט אזוי?
טא ווי גיבט מען זיך אן עצה? איז נאך פאראן איך זאל טרעפן א היילונג פאר מיין טויטן קערפער, וועלכער דערהאלט זיך קוים אין איר גייסטליכן חיות?

ס'פארהאן אן אימרא: "ומתוך צרה המציאם פדות ורוחה". אז טאקע דארט, טיף אינעם תוך פונעם צרה, ליגט באהאלטן דער "פדות ורוחה", דער היילונג, דער לעזונג, פאר אט די צרה אין וועלכן מען געפונט זיך.

דער גרויסער חסידישער גאון און צדיק, רבי חיים האלבערשטאם זצ"ל, דער צאנזער רב ווי מ'רופט אים ביי חסידים, אין זיין אויסגאבע אונטערן נאמען "דברי חיים" אויף מועדים-חנוכה, טוט זיך אביסל אפגעבן מיט א היילונג אויף אונזער צרה. מיר וועלן אין קורצן ציטירן זיינע הייליגע רייד:

הרה"ק מצאנז, בספרו 'דברי חיים', על חנוכה האט געשריבן:והנה באמת הוא על דרך משל וכו'. כן כדרך זה התורה הוא. התורה הקדושה מתוקנת ברמ"ח מ"ע ושס"ה ל"ת, להיות האברים הגשמים נושא לקדושת הנפש רוח ונפש, ולהיות מובדל מהבלי העולם הגשמי, ויוכל להיות אבריו משכן לקדושתו יתברך וכו'. אולם לאשר לפעמים נלאה כח האיברים מלהכיל הקדושה, מחמת גודל עבודתם שנצבים חוץ לגבול הקדושה או מחמת שינוי אויר המזוהם מאנשים לא טובים, הרשות ביד החכמים, שהמה רופאי הנפש, כמבואר ברמב"ם ז"ל בהלכות דעות, ולהם ניתן רשות לעשות סממנים ותחבושת כפי הצורך, לעשות סיג וגדר לתורה.
ובאמת אבותינו בגודל קדושתם לא הוצרכו לקדושת אבריהם רפואה, והי' די להם במצות דאורייתא נגד איבריו של אדם. אך בענונתינו הרבים שחטאו הרבה בבית ראשון וגם בשובם שנית לא נטהרו כראוי, כמבואר בספר עזרא, ויערת דבש בספרו האריך כמה פעמים, ולכן כאשר ראו חכמי הדור גודל חולשת הדור וגם ראו הנס שעשה בהם הקב"ה בשמן הבינו והסתכלו בגודל האורה שנשלח מן השמים לחזק האמונה ודברי התורה הקדושה, לזה שמו לחוק עולם שאותו יתעורר תמיד להחזיק כללות עדתנו הקדושה בתורה ויראה, כי האור שנתגלה הוא מסתמא גדול כחו. וכעין שנראה בטבע העולם, שסגולת הסמים, הנותנים לחולה, גדול כחם בטבע יותר מלחם ושארי דברים שאדם בריא אוכל, כי ודאי עושה גודל פעולה בהטבע, כידוע זאת. וא"כ ה"נ אותו אור הנתגלה גדול כחו מכל המצות, שהרי ממנו בא הרפואה לנפש יותר מכל המצות, וכיון שהוא אור וקדושה גדולה החזיקו אבותינו וחכמינו ז"ל לדורות עולם, ובכל עת נתגלה מצוה זאת ונתעורר אור גדול להחזיק הדברי תורה בקדושה, ואפי' לרחוקים נתעורר עליהם כח התשובה מאהבה וכו'.


ועוד שם האט געשריבן:והנה כיון שכתבנו שזה המצוה הוא כעין רפואה, וידוע שלרפואה נותנין פעמים איזה דבר שהוא מתנגד עפ"י הטבע, וכעין שידוע שמי החמין במקומותם שהם מתקשים למאד ומקשים כל דבר הן עשבים הצמחים וזה ניתן לרפואת אדם אם יש לו קישוי בכבד או בטחול, והטעם הוא כי טבע האדם ותנועתו מתגבר על טבע המים ומכח התנגדות ההפכים נתרככו קושיות הטחול, כמו כן להבדיל על אחת מאלף אלפי הבדלות תורתנו הקדושה שהוא לרפואת הנפש, לפעמים לפי דעת חכמי הדור נותנין מצוה שלכאורה תתנגד להנפש אך מחמת גודל הקדושה שיתעורר באדם יתחזק כחותיו הקדושים שבנפש ויתפעל מזה להתחזק ולרפאות מקישוי היצר וחומר ע"כ.


לערנען מיר פון דעם צאנזער צדיק'ס ווערטער א נורא'דיגן דערהער. דער הייליגער יום טוב חנוכה איז ספעציעל געגעבן געווארן אלס א דיירעקטע רפואה פאר אט די קרענק אין וועלכן איך מוטשע זיך אזוי צו געפונען א רפואה. דאס הייסט אזוי: די אלע ווירקליכע פעולה'ס וואס מיר טוען אין בשייכות צו די חנוכה ליכטליך, זענען נישט מער ווי א פארשריבענע רעצעפט דיירקעט צו אונזער קראנקהייט. די אלע הלכות זענען רעצעפטן-צייכענונגען אין וועלכער דער קראנקער דארף בלויז גיין צום אפטייקער און אים אפנעמען. און וואס זענען אט די רעצעפטן? ווי אזוי לערנען מיר דאס אפ? וויאזוי טייטשן מיר דאס אויס?

* מצותה משתשקע החמה, ועד שתכלה רגל השוק - איר מצוה איז בדייקא צו דעם קראנקן וואס געפונט זיך שוין ליידער ביים ענדלאזן אונטערגאנג...
פארוואס? ווייל די געלערנטע דאקטוירים זאגן אז די מצוה איז נישט א בפירוש'ער צייכן קעגן אן אבר וגיד, ניין! די מצוה איז א כוללת, בכדי דאדורך צו היילן און פארשטארקן דעם גאנצן גייסטישן קערפער, און דאס איז א היילונגס מיטל וועלכע קומט דיירעקט אויף א לעזונג צו די סארט קראנקהייט וועלכע הערן זיך אן ווי היילונגסלאז.

* מצותה בשמאל - אפי' מען טרעפט זיך אויף די לינקע זייט רח"ל. די מצוה דייקא פאר די חברה השמאל... די מצוה שפאצירט אריין אויך אין תוך פון די לינקע זייט און דייקא דארט טרעפט לייכט זי אריין אן היילונג פאר די לינקע חברה, עד מען ברענגט זיי צוריק צום גוטן, אויף רעכטס צו...

* מצותה למטה מעשרה טפחים - די מצוה לאזט זיך אראפ בדייקא פאר די למטה מעשרה טפחים'דיגע קראנקע, היילט זיי און הויבט זיי אויף עד למעלה למעלה...

* בית הלל זאגן אונז טאקע דעם גאנצן רעיון, אין איין ווארט; אז דער חנוכה איז: מוסיף והוליך...

קומען מיר צו אן אויספיר: אז "מתוך צרה", טאקע אינעם תוך פון אונזער צרה, ווייל מיר זענען אזוי אפגעטויטעט - און טאקע טויט אין די חנוכה מצוה וועלכער זענען די סימפטאמען אויפן ארגסטן וואס נאר פארהאן - טאקע פון דארט נעמען מיר דעם "פדות ורוחה" און מיר שטארקן זיך אויף אונזער קרענק, ביז מיר וועלן דערהויבן ווערן צו "למעלה מעשרה טפחים", מיר וועלן גענצליך געהיילט ווערן מיט א רפואה שלימה, אמן, און דאן וועלן מיר נאכאמל זוכה זיין צו זינגען מיט פריידיגע טרערן די באבעס זמר'ל:

אוי חנוכה... אוי חנוכה... א יום טוב א שיינע... א לוסטיגע... א פרייליכע... נישטא נאך אזא איינע.

----
איך טוה ראטן אלע גוטע פריינד, זיך ניט צו באגענוגן מיט מיינע אויסצוגען פונעם צאנזער צדיק'ס פערל-רייד, נאר דאס אליין נאכצוזוכן און זיך פארטיפן דערין.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א פרייליכן חנוכה (האט די וואונטש א מקור? איז עס נישט בלויז א דירעקטע איבערטייטש פון להבדיל די גוי'אישע העפי האלידעיס וואס געפאלט אין די טעג? חנוכה איז דאך להודות ולהלל, און נישט דירעקט אויף שמחה, ויל"ע).

איך האב געשטימט "אויסגעצייכנט", אבער דאך וועל איך צולייגן אן הגה אויפן טעכנישן חלק דערפון: דאכט זיך אז עס איז צו לאנג און אויסגעצויגן, מען וואלט געקענט די זעלבע געדאנקן אריינלייגן אין אן ארטיקל העלפט די צאל ווערטער. כנלע"ד.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

מי אנכי, ווער בין איך דען, אז איך זאל מיך נעמען שרייבען נאך אזעלעכע טייערע דיבורים, נאר וואס דען, שוין א לענגערע צייט ווארפט זיך ביי מיר אין מחשבה, געדאנקען וואס איך וויל ארויס ברענגען, זארעכ דו האסט א שיין חלק דערפון ארויס געברענגט, אבער איך וויל אביסעל טיפער גיין,

מיר שטייען דאך אין די הייליגע טעג פון חנוכה, היינט נאכט וועט מען צינדען דאס פערטע לעכטעלע, אבער גאט אין הימל, ווי זארעכ האט ארויס געברעגט בצחות לשונו, וואו זענען מיר? , איך וויל מיך ח"ו נישט מתרעם זיין אויף דיר כביכול, אבער פארט קענסטו אונז פארגרינגערען, טוה א קוק, זיצען אינגעלייט שוין יארן נאך די חתונה, און צינדען אן די ליכטאלעך, און האבן נישט מיט וועם צו זינגען דעם מעוז צור, אליין איינזאם אן דאס קול פון קינדארלעך וואס זאלן מיט זינגען, אוי באשעפער, עד מתי, ביז ווען נאך קען מען ווארטען, מיר ווילן דיך דינען בלב שלם, העלף אונז ארויס, ווייטער אין א צווייטע הייזקאלע, זיצט א איד אויך אליין און מיט געוויין צינד ער אן די מנורה, ער האט שוין יא קינדערלעך כע"ה, אבער זיי זענען נישטא זיי זענען צוטיילט ציווישן פרעמדע, איין קינד ליגט נעבעך אין שפיטאל, דאס גאנצע הכנות פון חנוכה מיט די קינדארלעך, אנגעגרייט פאר זיי מנורה'לך, אבער ס'שטייט ליידיג, ער מוז צינדען אליין און לויפן אין שפיטאל אריין, באשעפער אין הימל, גרויסער גאט, מיינסטו דען אז מ'וויל מיר נישט שפירען דעם טעם פון חנוכה, זיך אביסל דערווארעמען די עצמות היבשים, פונעם חמימות פון די הייליגע ליכטאלעך, זיכער ווילן מיר, העלף אונז נאר ארויס, א צווייט איד'ל זיצט שוין יא מיט זיינע אלע קינדערלעך און זינגט מיט זיי, אבער אינעווייניג דאס הארץ רייסט אים, ס'איז דאך חנוכה, דאס אינגאלע קומט צום טאטע'ן, טאטי כמעט יעדער אינגעל אין חדר האט שוין געברענגט א ענוועלאופ פאר דעם רבי'ן אין חדר, נאר איך נישט, ווען גייסטו מיך געבן אז איך זאל אויך קענען טראגען ווי אלע אינגעלעך?, שפעלע זיסער אי"ה מארגען, איי דאס אומשולדיגקייט מיט וואס דער קליינער פרעגט עס, ברענגט טרערן אין טאטע'נס אויגן, מיט א קרעכץ צום רבש"ע, אוי מאין יבא עזרי טאטע אין הימל, שיק מיר אויך חנוכה געלט,

הייליגער באשעפער איך בין נישט דא אויסן מיט דיך זיך אויסצו-טענהען, אבער ווער נאך ווי דיר ווייסט און שפירסט דיינע קינדערלעכ'ס צער און ענגשאפט, די ליסטע פון צובראכענע הערצער איז גאר לאנג, ווי לאנג ווילסטו אז עס זאל זיי, עד שיאמר לצרותינו די?, מיר בעטן דאך אלע אין יהי רצון פארן צינדען, ולא ימוש התורה מפינו, אבער אונזערע הייליגע חז"ל זאגן דאך אם אין קמח אין תורה, דערנאך זאגן מיר, ומפי זרענו ומפי זרע זרעינו, כ'גלייב טאטע אז דו אליינס ווילסט דאך דאס נו גיב פאר די וואס האבן נישט דעם זרעינו, און פאר די וואס האבן נישט געזונטע, הייל זיי אויס,

שטייט פון זרע קודש זי"ע דאכט זיך מיר, אז אלע שלעכטע זאכן וואס מ'האט אנגעשריבן אויבן ראש השנה און יום כיפור, ווערט אפגעהאלטן ביז זאת חנוכה, צו געבן צייט פאר די מענטשען מתפלל זיין און אפצוריפען די שלעכטע גזירות, באשעפער אין הימל, מיר צינדן די נירות חנוכה, צו פארשפרייטן דיינע חסדים, לפורסימי ניסא, באווייז דיין גוט'ס היינט נאכאמאל, ווי באוואוסט פון די ספרים הקדושים אז עס קומען אראפ יעדעס יאר די השפעות, איז צורייס ביטע אלע שלעכטע גזירות וואס הענגן אויף כלל ישראל, אוי וועלן מיר דיך מער דינען, עפן אונז דער הארץ, מיר זאלן קענען מער שפירען א טעם אין דיינע געבאטן,

זאל שוין מקיום ווערן וואס מ'זינגט, חשוף זרוע קדשך, וקרב קץ הישועה, עשה נא למען שמך, אוי טאטע , כי ארכה לנו הישועה, ואין קץ לימי הרעה, ניין מיר זעהן נישט קיין סוף, אבער דו קענסט דאך אלעס, בעטן מיר דיך, מחה פשע, וגם רשע, ס'זאל שוין זיין, הקם לנו רועה שבעה.

נ.ב. אויב מיינע ווערטער זענען אביסל אומפארשטענדליך בעט איך אנטשולדיגונג, כ'האב בלויז אראפ געשריבען, מיינע שטורעמישע געדאנקן, יישר כח זארעכ, דיינע רייד זענען כמים קרים, על נפש עייפה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך האב מיך דערמאנט ווי אזוי די מיט שרייבערישע טאלאנטן פלעגן אראפ לייגן אן אמאליגן דביקות ניגון ווען מ'האט דאס געוואלט באשרייבן, ס'הייבט זיך אן מיט א שטילן טאן, ווי איינער וואס קען נישט קומען צו זיך פון צובראכנקייט, דער אנדערער פאל גייט שוין אביסל העכער ווי צו דערמאנען אז ווען מ'הייבט נאר אן צו טראכטן ווי מיר האלטן ווערט נאך די צובראכנקייט שטערקער און העכער, דערנאך קומט דער דריטער און הויכער פאל מיט אן עקשנות אז אפילו אלעס זעט אויס שווארץ וועל איך מיך נישט מייאש זיין נאר פראבירן זיך צו שטארקן און זיך נישט אונטער געבן צום יצר, און דערנאך צום ענד קומט אזא שנעלער און לעבעדיגער פאל, ווי צו זאגן מיר האבן געזיגט.

איך הייב אן צו ליינען די ארטיקל און ס'ווערט מיר אזא חשכות א איד זאל זיך געפונען אין אזא מצב, נישט אז איך האלט מיך העכער פון דעם, אבער דאס לאזן די געפילן באלעבאוועטען איז דאך א געפערליכע זאך, דאס וויל דאך דער יצר, איך האב עס ממש נישט אויסגעהאלטן, אבער ווי שפעטער אינעם ארטיקל האב איך געפילט ממש ווי דער יעניגער ביים ניגון ביי די העכערע פאל, ווי איינער זאגט איך וועל מיך נישט לאזן פון אים, און אזוי ביים ענדיגן, מיט א פרייליכן פאל ווי געזאגט מיר האבן געווינען, מיר וועלן זיך נישט לאזן צוברעכן.

פארפאלן, אז ס'איז גוט איז עס גוט, פארשטייסט דאך אליין אויף וואס איך האב געוואוט.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יא, איבערליינענדיג 'מעשה ידי' בין 'איך' זעלבסט געווען דער וואס האט אפגע'סקר'ט די דריטע אפציע פון: "גוט" (טוהט מיר אנטשולדיגן, איך וואלט דאס ווען געמאכט מיט מיין אנדער ניק..., די זאך איז נאר אז איך פארמאג דאס אבער נישט...)

פארוואס? וי"ל בהקדם, אז איך וועל זיך באציען צו די דריי קאמאנטירער'ס.
קרעמער; קודם א יישר כח. און איך מיין נישט דעם דאנק פארן 'אויסצייכענונג', דאס קריגט דאך היינט צוטאגס אין די קרעטשמע יעדער ארטיקל, איך מיין דיר צו געבן דעם דאנק אויף די הגה דיינע וואס דאס איז 'מיר' מער ווערט פון אלעם!.
פארוואס? ווייל אז מ'זאגט בלויז "ס'אויסגעצייכנט" בעת מען האלט אז ס'נישט אזוי, איז מען אפשר עובר אויפן "ולפני עור", עה... לאו דוקא... אבער ווייסט דאך וואס כ'מיין, איך מיין דאך צו זאגן אז אויב א מענטש איז נישט קיין שרייבער און ער הערט נאר אז ס'אויסגעצייכנט, ס'גוט, א.ד.ג. וועט ער דאך קיינמאל נישט וויסן וואו ער דארף א תיקון, וואס ער דארף צו פאררעכטן, און אז איינער קומט און צייגט אים אן זיינע פעלערן דאן ווייסט ער אויפן קומענדיגן מאל וואו זיך צו פארבעסערן, כ'מיין ס'איז דאך א גמרא אין גיטין (דף נ סאומטינג) אין אדם עומד על ... אלא אם כן נכשל בה.
א צווייט מאל, ביטע, אין אזא פאל צייכן אפ די צווייטע אפציע, ווייל אויסגעצייכנט - אין מיינע אויגן - מיינט הונדערט פראצענטיג, אן קיינע גרייזן, גוט אויסגעלייגט, צו דער זאך, א רעיון נפלא, וכו' וכו', בקיצור אין איין ווארט: א כליל המעלות'דיגער (לאו דוקא די אויסגאבע...) ארטיקל.

מעסטער; דבריך היוצאים מן הלב זענען באמת ווערט א שטערקערן התבוננת און א גרעסער ארטיקל. נו, אפשר מאכסטו דיר שוין אמאל צייט דערצו?

איך הער; קודם יישר כח. יא, אמת, אודה ולא אבוש, ס'האט מיר געשמעקט דיין קאמפלעמענט, נאר איך מיין אז דאס האט נישט דייקא מיט א שרייבערישן טאלאנט (ווייל איך האב דאך דאס נאך נישט לעת עתה...), רעדנערס, מגידים וכו', טוען דאס זעלביגע.

ובזה אפ"ל פארוואס איך האב זיך אליין אפגעשימט פאר "גוט". ווייל איבערליינעדיג מיין ארטיקל, האב איך באמערקט עטליכע ענינים הצריכים תיקון:

1] קודם עס וואלט געדארפט א גוטן הגה. ס'פעלט ווערטער און אותיות דא און דארט.

2] דער ערשטער העלפט איז לאנג, שטארק און ברייט, ארויסגעברענגט בעת די דברי חיזוק זענען גאר קורץ.

3] אין געוויסע פארעגראפן קלעפן נישט דער המשך. דאס הייסט, ס'דא זאכן וואס זענען געשריבן און ס'קומט טאקע צום ארטיקל, אבער ס'נישט פלאצירט על מקומו הראוי...

און ווי שוין פריער דערמאנט, אז אן ארטיקל וואס איז נישט קיין 'כליל המעלות'דיגער' ארטיקל הייסט נישט אויסגעצייכנט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

פאר איך וועל ברענגן פאר'ן ציבור מיין לענגערע אבזערוואציע אויף די אויסגעצייכנטע ארטיקל, וועל איך מודיע זיין אז איך האב געשטימט פאר די ערשטע אפציע, אפילו נאכן ליינען דברי קרעמער, ביקאוס, יאך האב געהאלטן אז דוקא בלא מיט אן אלף, עס יא זייער גוט די ברייטקייט פונעם ארטיקל, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט, די אלע לייען מאטריאל וואס קומען אריין צו אונז אין די שטובער איז בכלל נישט בעסער ווי די ארטיקל דא, און דוקא פעלט אויס פון צייט צו צייט א ברייטע בליק אויף אן ענין, אזוי אז יעדער באשר הוא שם זאל כאפן אז מ'מיינט טאקען איהם, אבער איצט אחרי שובי ניחמתי, נאכן זעהן די קלארע רייד פון זארעכ, אויב איז פעלערהאפטיג די טעותי הסופר יעמאלט קומט שוין נישט קיין בעסטע אויסצייכענונג, ציה איך צוריק - קען איך דען? - עניוועי כ'האף אז די צייט וועט מיר ערלויבן וועל איך קענען קומען אהער מיט עפעס לענגערס, כאב שוין עטוואס אנגהויבן, זאל זיין א גוטע גמר, און מיר זאלן זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

גארנישט עפעס עקסטערס, כאזעך פשוט דערמאנט פון מיין פאריעריגע שניי...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך האב נאכנישט מגיב געווען???? זעהט אויס אז איך בין געווען אונטער שאק יעמאלט.

צייט עס צו איבער ליינען האבעך נישט אויפן מינוט, אבער עס האלט זיך אינמיטן פרינטן, איי האפ טו בי בעק וויט סאום קאמפליעמענטס.

אייבער זאל פליז שיקן דעם לינק צו דולה ומשקה.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

בני היכלא און ר' זרח, איר זענט פארבעטן צו האלטן די קרעטשמע מיט'ן חן דקדושה…

ר' זרח'ל, כאנאכניש געהאט די געלעגנהייט צו ליינען דיינע ווערק, כ'האף היינט נאכט נאכ'ן צינדן. אי"ה.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

מאי חנוכה? דתנו רבנן.....
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

איך האב געלעזט דעם ארטיקל, איך האב עס אויך געטייטשט אויף 'ווי נעמט מען דעם אמאל אין דעם קרעטשמע'...

היינט איז אויך דא קרעטשמע, ארטיקלען אויך, אבער אזעלכע ארטיקלען זענען שוין אין קעלער.

אבער אווי זאגט דער מ. ראש הקהל יענטאשש?? אין לך אלע וואטעווער שבדוריך.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

אוי זרח'ל זרח''ל א שריפט א שיינע.
ברענעריי
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 24, 2010 5:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברענעריי »

איי זרח'ל ושתפו מעסטער זי"ע.
ס'איז דאך דא אזויפיל צו צולייגן. און אזויפיל זיך צו באדאנקען. נאר וואס, רעדן צו נישט לעבעדיגע איז נישט אונזער גאנג.

אבער פארן גבאי'ן וויל איך מיך יא באדאנקען פארן ארויף שלעפן פונעם אפגרינד דיזע ארטיקל. הערליך שיין, הארציג און זיס.
ס'האט טאקע אפאר קליינע גרייזן אבער די תוכן... איי.. ווי נעמט מען אזא תוכן... פארן תוכן אליינס קומט אייך א הונדערט..

יישר כח.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

אוי חנוכה אוי חנוכה - זייער זייער אויסגעצייכענט
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

!!THANK YOU BANAA#
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

קרעמער האט געשריבן:
א פרייליכן חנוכה (האט די וואונטש א מקור? איז עס נישט בלויז א דירעקטע איבערטייטש פון להבדיל די גוי'אישע העפי האלידעיס וואס געפאלט אין די טעג? חנוכה איז דאך להודות ולהלל, און נישט דירעקט אויף שמחה, ויל"ע).
די מג“א און די טו“ז אין סי' תר“ע ברענגן אז חנוכה איז יא ימי שמחה
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אוי חנוכה... אוי חנוכה... א יום-טוב א שיינע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

ארויף
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: אוי חנוכה... אוי חנוכה... א יום-טוב א שיינע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

אויף דרעזנער שמלעצער היינט ווארפט דוד מאיר אריין א באמבע. דער ניגון האט מקורות און עס שטאמט גאר פון דעם הייליגן טריסקע מגיד
אדמדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: אוי חנוכה... אוי חנוכה... א יום-טוב א שיינע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

הרים סביב האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:32 pm
אויף דרעזנער שמלעצער היינט ווארפט דוד מאיר אריין א באמבע. דער ניגון האט מקורות און עס שטאמט גאר פון דעם הייליגן טריסקע מגיד
מקור?
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: אוי חנוכה... אוי חנוכה... א יום-טוב א שיינע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

אדמדם האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:31 am
הרים סביב האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:32 pm
אויף דרעזנער שמלעצער היינט ווארפט דוד מאיר אריין א באמבע. דער ניגון האט מקורות און עס שטאמט גאר פון דעם הייליגן טריסקע מגיד
מקור?
דוד מאיר רוס
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”