איי... איי... איי... ברענגט דער אור-אלטער פאלק'ס ליד, וואס די באבע האט דאס נאך מקובל געהאט פון איר באבע און זי פונעם עלטער באבע'ן און אזוי ווייטער ביז'ן בארג סיני, ארויף די נאסטאלאגישע געפילן פונעם אלטן אמאל, וואס איטליכער חרוז פונעם לידל איז טאקע געווען ווי א ווירקליכער פאקט. אוי חנוכה... אוי חנוכה... ביסטו אמאל, אין די יונגע יארן, געווען א יום טוב א שיינע. א שיינע; אז דער שיין פון די הייליגע ליכטילעך, דער שיין פון די שיינעדיגע טעג, האט דאך אריינגעשיינט ביז אין די טיפעניש פון מיין נשמה'לע. א לוסטיגע; אז אין די טעג האט א גייסטיגער לוסט מיר ארומגענומען אז איך האב דאס געשפירט ביזן טיפסטן אפגרונד פון מיין נשמה'לע. א פרייליכע; אז דער שיין פון דעם גרויסן ליכטיקייט האט מיר באגלייט ביז אין די טיפע וואכנטעג פונעם לאנג פארצויגענעם ווינטער.
איי... איי... איי... נישט געווען נאך אזא איינע...
אמאל, אין די יונגע יארן ביים טאט'ן זאל זיין געזונט – צו לאנגע געזונטע יארן – אינדערהיים, בעת איך בין נאך געזעצן אונטער די מאמע'ס פארטוך, האט דאך דער שיין פון די חנוכה לעמפלעך אריינגעשיינט ביז אין תוך אריין פון מיין ציכטיג יונגע נשמה'לע. אין מיין יונגע, ריינע, תמימות'דיגע, מח'ל, וועלכע האט נאך פון קיין טונקעלקייט דאן נישט געוואוסט, האבן זיך אין די טעג ערווארבן א בענקשאפט צו אידישקייט; א בענקשאפט צו תורה; א בענקשאפט צו עבודה; א בענקשאפט וועלכער האט ווי אויפגעהויבן מיין נשמה'לע למעלה מעשרה טפחים.
איי... איי... איי... די נאסטאלאגיע וועלכע קומען מיר אויף היינט צו טאג, בעת איך האב שוין – דאנק אין ג-ט – דערבלעבט צו זען ווי די באבעס ירושה טרוקנט נישט און מיינע פיצעלעך קע"ה שפאנען זייערע טריט אינעם ירושה'דיגער חנוכה-לידל אויפן זעלבן שטייגער ווי דער אלטער אמאל; די תנועות, די קנייטשן, אלעס אלעס גענוי ווי איך פלעג זי זינגען אין יענע זיסע יארן מיינע, איי... איי... איי... די נאסטאלאגיע ברענגען דאך ארויס פון מיינע אייגעלעך צוויי שנירלעך טרערן... אוי... אוי... אוי... וואס פון א מענטש קען ווערן. אוי... אוי... אוי..., רבוש"ע, ווער ווייסט צו די קליינע זיסע קלעכלעך, וועלכע ווייסן נאך נישט וואס א וועלט מיינט, צו זיי וועלן זיך נישט דערזען - ווען זיי וועלן זיך דערלעבן אין אונזערע יארן - אינעם זעלבן צושטאנד ווי איך געפון זיך אצינד?... אוי באשעפער איינציגער, טאטע אין הימל, וואס פון אן אמאליג דורשטיג נשמה'לע קען אלס נישט ווערן... אוי דער חנוכה וועלכער איז אמאל געווען אזא יום טוב א שיינער איז היינט צו טאג'ס ליידער שוין גארנישט אזא שיינער, גארנישט אזא לוסטיגער, גארנישט אזא פרייליכער...
יא, איך האב אויך היינטיגן יאר, ווי אין די לעצטע פאר יאר, געפלאכטן די וואטע-קנויט, אנגעפילט די מנורה מיט לויטערע בוימל, איך האב אויך היינטיגן יאר, ווי אלע יאר, געמאכט די ברכה, געדאנקט גאט פאר די ניסים, און איך האב אפילו שיין געזונגען דעם מעוז צור, געזאגט זיבן מאל דעם שיר של פגעים'דיגער קאפיטל, געזיצן א האלבע שטונדע צום שיין פון די ליכטילעך, און אפי' דערנאך געלאזט מיינע קינדערלעך זינגען די חנוכה-ירושה-זמר'ל אוי חנוכה... אוי חנוכה... ווען דערביי שנירלען זיך אראפ צוויי שנירלעך טרערן איבער מיינע האריגע באקן און מאכט איר וועג באלד צו מיין "יונגע דיוקנא קדישא". גייסטישע געפילן שפילן זיך טאקע דאן אויף אין מיר טראכטנגיד: איך האב טאקע אלעס געטוהן, גענוי ווי איך האב געזען ביים טאטע'ן זאל לעבן אין שטוב, גענוי ווי איך אין אלע מיינע יונגע יארן, אבער... אבער..., אבער גארנישט!, ס'איז עפעס נישט, ס'באנעמט מיך עפעס נישט, ס'מיינט עפעס ניטש מיך, ס'נישט מער ווי איך האב אפגעטוהן די פאקטישע פליכטן וואס חז"ל האבן אויפגעלייגט אויף יעדן איד, אבער וואטסאח א שייכות האט דאס מיט מיר?, וואסא א שייכות, וואסא פארבינדונג האט דאס מיטן תוך פון מיין גייסטישע באשאפונג?. אפגעצונדן, אפגעזונגען און געגאנגען ווייטער.
איז דען דאס, דער צושטאנד מיינער אין וועלכן איך געפון זיך אין איצטיגן מומענט, נישט א סימפטאם פון אן אינערליכער דורכגעפוילטער גייסטישער קרענק וואס צירקולירט איבער אלע גלידער?. דער סימפטאם פון אט אזא יעניגן פאציענט ווי איר זענט, ווי איר שטעלט דאס אראפ, צייגט דאך אז איר זענט ווי א גוסס. הוי, רבוש"ע, איך בין דאך א קראנקער מענטש איך בין דאך קראנק איבער אלע מיינע דריי-הונדער-פינף-און-זעכציג אדערן (שס"ה גידין) און צוויי-הונדערט-אכט-און-פערציג גלידער (רמ"ח אברים). אלע מיינע גלידער זענען דאך ווי אפגעטויטעט. איך שפיר נישט קיין שיינקייט, קיין לוסט, אין גארנישט. איך דריי זיך ארום ווי א סקעלעטן. איך שפרייז ארום פון איין דאקטאר צום צווייטן, איך פרוביר מיר צו דערשנאפן עפעס א גוטן רעצעפט, עפעס א גוטן מעדעצין, אבער אלע ווי איינס זאגן מיר אז מיר קענען אייך נישט העלפן!, לויט די צייכענעס פון אייער אינערליכן קרענק איז אייער גייסטיקער לעבן אין א סכנה, אלע אייערע גלידער זענען שוין אפגעטויטעט, זיי צייגן שוין נישט קיין סמני חיות, דען דער קרענק וואס האט אייך נעבעך באפאלן איז א סארט שטילער-טויט וועלכע צירקולירט אין אייער נפש. אין א פאל ווען בלויז איינע פון אייער גלידער אדער אדערן וואלטן געווען אין א טויט געפאר וואלטן מיר אייך געקענט העלפן ווייל דאן ווייסן מיר וואו איר האט זיך פארפאטשקעט, וועלכער אבר עס איז אייך טויט, און דאן קענען מיר קענען אייך העלפן און פארשאפן א מעדעצין פאר די און די אבר, אבער אין אייער פאל האבן מיר פאר אייך קיין רפואה ניט, נעמליך איר פארמאגט נעבעך אן אינערליכער קרענק וועלכע נעמט ארום דעם גאנצען קערפער, אינערליך און אויסערליך, איר פארמאגט נישט אין אייך קיין איין פראצענט סימני חיות, אלעס איז ביי אייך טויט, איר שפירט שוין גארנישט, איר מוזט האבן א באלדיגן טרעספלענט, א טרענספעיושן, א גענצליך ניי איבערפלאנצונג.
אזוי דריי איך זיך ארום, ווי א האלב-טויטער, פון איין דאקטער צום צווייטן, און אלעס אן ערפאלג. קיינער קאן מיר נישט העלפן. אוי רבוש"ע, ווי גיב איך זיך מיר אן עצה. ס'שוין כלו כל הקיצין.
אוי חנוכה... אוי חנוכה... א יום טוב א שיינע... וואס ביסטו אזוי א שיינע?
א לוסטיגע... א פריילעכע... וואס ביסטו, חנוכה, אזוי לוסטיגע און פרייליכע טעג אזש ממש אז ס'נישט דא נאך אזא איינע?.
אט טוה א קוק אויף מיר, ביי מיר ביסטו ליידער גארנישט אזוי שיין, לוסטיג און פרייליך...
און וואס אן אמת איז, אז איז דען דאס נאר מיטן חנוכה?, דאס זעלביגע איז דאך מיטן שבת, פסח, שבועות, ר"ה, יו"כ, סוכות, תשעה באב און אפי' דער שבת, און אפי' דער איינפאכער תפילין לייגן. וואס האט דאס מיט מיר? וואס נעמט דאס אריין אין מיר? וואסא ווירקונג האט דאס אויף מיין נשמה? וואסא א שייכות האבן די ווירקליכע, פאקטישע, פעולה'ס וואס איך טוה צו מיין עקזעסטירדער עקזיסטענץ אויפן עולם הלמטה מעשרה טפחים?
פילע באגאדזשען מיט חיזוק נעמען זיך יודן מיט פון אט די טעג, אבער איך? גארנישט! ס'באנעמט מיך נישט! ס'כאילו איך בין אפגעגאנגען צום שוואגער'ס קידוש, אים אפגעבן די מזל-טוב, צום געבורט פון זיין פופצנטן מיידל קע"ה און געגאנגען ווייטער. וואס האט דאס מיט מיר א טאג דערויף? גארנישט! געגאנגען, איבערגעלאזט די ברכה מיינע, פארבראכט אייציגע מינוטן, וכעוף פורח פארגעסן דערפון. געדענק איך דען פינעף מינוט דערויף וואס ס'געווען, וואו איך בין געווען? ניין, זיכער נישט. נעם איך עפעס מיט דערפון? האט דאס עפעס א שייכות מיט מיין גאנצן מציאות?, ניין, זיכער נישט. איך פארגעס דערפון נאך איידער ס'געווען. ס'עפעס משפיע אויף מיר?. דאס זעלביגע שפיר איך מיט אלע מעשים טובים, מיט אלע מיינע מצוות... איז דאס נישט פשט אז איך בין טויט קראנק נעבעך און איך מוז ווי אמשנעלסטנס טרעפן עפעס א גרויסן פראפעסער וואס זאל מיר באלד צוצייגן וואס איך האב צוטוהן, ווייל איך בין אין א סכנת מוות יעדע מינוט?. חברים טייערע, איך דערהאלט זיך דאס חיות מיינע מיט גארניטש... כ'בין אין א סכנה, א באלדיגע טויט!
איי... איי... איי... אוי חנוכה... אוי חנוכה... א יום טוב א שיינע... ביסטו אמאל געווען...
אבער וואס נאך ארגער פון אלעם איז, אז דער סימפטאם פון מיין קרענק, לויט אלע צייכענעס אירע צייגט זי אז אט... אט..., וויאזוי זע איך דאס?, אט הערט וואס די דאקטוירים מיינע זאגן מיר:
דער צוזאמענשטעל פון אייערע גלידער, דאס הייסט אייערע דריי-הונדער-פינף-און-זעכציג אדערן (שס"ה גידין) און צוויי-הונדערט-אכט-און-פערציג גלידער (רמ"ח אברים) זענען נישט מער ווי צייכענעס, אבער וויסן זאלט איר אז אין אן אמת'ן זענען זיי נישט דאס וואס איר זעט, דאס ריכטיגע דערפון זענען די זעקס-הונדערט-און-דרייצן תורה'דיגע געבאטן (תרי"ג מצות) און אנטקעגן איטליכער געבאט האט ג-ט אויפגעצייכנט א געשטאלטישער-צייכן אין אייער קערפער. אז איר שפירט אין אייער קערפער אן אפגעטויטעטער גליד, אטדער, א.ד.ג. צייגט דאס אז איר האט פארטשעפעט, אדער פארפאטשקעט, א געוויסער געבאט און איר דארפט זאפארט זוכן א היילונג צו דעם אבר, ווייל אויב חלילה נישט זענט איר א מחוסר אבר'דיגער גוף, ס'טייטש איר פארמאגט בלויז 612 אברים וגידים. ביז אהער וואס די דאקטוירים גיבן איבער און דאס איז בשייכות די תרי"ג מצות התורה. ווי איז אבער אז איר פארטשעפעט זיך אין איינע פון די זיבן דרבנן'דיגע געבאטן, וועלכע איז דאך געקומען ווי וויטאמינען צום שוואכן גוף בכדי צו שטארקן דעם קערפער עס זאל זיך נישט אנקלעפן אין אים קיין אום געוואונטשענע, ווי איז דעמאלט?. איז דען אין אזא פאל, אז די דרבנן'דיגע סימפטאמען זענען גענצליך אפגעטייטעט, וואס אין אונזער פאל איז דאך דאס דער טויטער חנוכה, נישט פשט אז כל כולו פונעם קערפער איז עפעס נישט אין ארדערנונג? ס'דאך נישט בלויז איין אבר, ס'דאך א קרענק וועלכע צירקוליט מיר אינעם גאנצן קערפער, ס'בארירט אלע אברים מיטאמאל, נישט אזוי?
טא ווי גיבט מען זיך אן עצה? איז נאך פאראן איך זאל טרעפן א היילונג פאר מיין טויטן קערפער, וועלכער דערהאלט זיך קוים אין איר גייסטליכן חיות?
ס'פארהאן אן אימרא: "ומתוך צרה המציאם פדות ורוחה". אז טאקע דארט, טיף אינעם תוך פונעם צרה, ליגט באהאלטן דער "פדות ורוחה", דער היילונג, דער לעזונג, פאר אט די צרה אין וועלכן מען געפונט זיך.
דער גרויסער חסידישער גאון און צדיק, רבי חיים האלבערשטאם זצ"ל, דער צאנזער רב ווי מ'רופט אים ביי חסידים, אין זיין אויסגאבע אונטערן נאמען "דברי חיים" אויף מועדים-חנוכה, טוט זיך אביסל אפגעבן מיט א היילונג אויף אונזער צרה. מיר וועלן אין קורצן ציטירן זיינע הייליגע רייד:
הרה"ק מצאנז, בספרו 'דברי חיים', על חנוכה האט געשריבן:והנה באמת הוא על דרך משל וכו'. כן כדרך זה התורה הוא. התורה הקדושה מתוקנת ברמ"ח מ"ע ושס"ה ל"ת, להיות האברים הגשמים נושא לקדושת הנפש רוח ונפש, ולהיות מובדל מהבלי העולם הגשמי, ויוכל להיות אבריו משכן לקדושתו יתברך וכו'. אולם לאשר לפעמים נלאה כח האיברים מלהכיל הקדושה, מחמת גודל עבודתם שנצבים חוץ לגבול הקדושה או מחמת שינוי אויר המזוהם מאנשים לא טובים, הרשות ביד החכמים, שהמה רופאי הנפש, כמבואר ברמב"ם ז"ל בהלכות דעות, ולהם ניתן רשות לעשות סממנים ותחבושת כפי הצורך, לעשות סיג וגדר לתורה.
ובאמת אבותינו בגודל קדושתם לא הוצרכו לקדושת אבריהם רפואה, והי' די להם במצות דאורייתא נגד איבריו של אדם. אך בענונתינו הרבים שחטאו הרבה בבית ראשון וגם בשובם שנית לא נטהרו כראוי, כמבואר בספר עזרא, ויערת דבש בספרו האריך כמה פעמים, ולכן כאשר ראו חכמי הדור גודל חולשת הדור וגם ראו הנס שעשה בהם הקב"ה בשמן הבינו והסתכלו בגודל האורה שנשלח מן השמים לחזק האמונה ודברי התורה הקדושה, לזה שמו לחוק עולם שאותו יתעורר תמיד להחזיק כללות עדתנו הקדושה בתורה ויראה, כי האור שנתגלה הוא מסתמא גדול כחו. וכעין שנראה בטבע העולם, שסגולת הסמים, הנותנים לחולה, גדול כחם בטבע יותר מלחם ושארי דברים שאדם בריא אוכל, כי ודאי עושה גודל פעולה בהטבע, כידוע זאת. וא"כ ה"נ אותו אור הנתגלה גדול כחו מכל המצות, שהרי ממנו בא הרפואה לנפש יותר מכל המצות, וכיון שהוא אור וקדושה גדולה החזיקו אבותינו וחכמינו ז"ל לדורות עולם, ובכל עת נתגלה מצוה זאת ונתעורר אור גדול להחזיק הדברי תורה בקדושה, ואפי' לרחוקים נתעורר עליהם כח התשובה מאהבה וכו'.
ועוד שם האט געשריבן:והנה כיון שכתבנו שזה המצוה הוא כעין רפואה, וידוע שלרפואה נותנין פעמים איזה דבר שהוא מתנגד עפ"י הטבע, וכעין שידוע שמי החמין במקומותם שהם מתקשים למאד ומקשים כל דבר הן עשבים הצמחים וזה ניתן לרפואת אדם אם יש לו קישוי בכבד או בטחול, והטעם הוא כי טבע האדם ותנועתו מתגבר על טבע המים ומכח התנגדות ההפכים נתרככו קושיות הטחול, כמו כן להבדיל על אחת מאלף אלפי הבדלות תורתנו הקדושה שהוא לרפואת הנפש, לפעמים לפי דעת חכמי הדור נותנין מצוה שלכאורה תתנגד להנפש אך מחמת גודל הקדושה שיתעורר באדם יתחזק כחותיו הקדושים שבנפש ויתפעל מזה להתחזק ולרפאות מקישוי היצר וחומר ע"כ.
לערנען מיר פון דעם צאנזער צדיק'ס ווערטער א נורא'דיגן דערהער. דער הייליגער יום טוב חנוכה איז ספעציעל געגעבן געווארן אלס א דיירעקטע רפואה פאר אט די קרענק אין וועלכן איך מוטשע זיך אזוי צו געפונען א רפואה. דאס הייסט אזוי: די אלע ווירקליכע פעולה'ס וואס מיר טוען אין בשייכות צו די חנוכה ליכטליך, זענען נישט מער ווי א פארשריבענע רעצעפט דיירקעט צו אונזער קראנקהייט. די אלע הלכות זענען רעצעפטן-צייכענונגען אין וועלכער דער קראנקער דארף בלויז גיין צום אפטייקער און אים אפנעמען. און וואס זענען אט די רעצעפטן? ווי אזוי לערנען מיר דאס אפ? וויאזוי טייטשן מיר דאס אויס?
* מצותה משתשקע החמה, ועד שתכלה רגל השוק - איר מצוה איז בדייקא צו דעם קראנקן וואס געפונט זיך שוין ליידער ביים ענדלאזן אונטערגאנג...
פארוואס? ווייל די געלערנטע דאקטוירים זאגן אז די מצוה איז נישט א בפירוש'ער צייכן קעגן אן אבר וגיד, ניין! די מצוה איז א כוללת, בכדי דאדורך צו היילן און פארשטארקן דעם גאנצן גייסטישן קערפער, און דאס איז א היילונגס מיטל וועלכע קומט דיירעקט אויף א לעזונג צו די סארט קראנקהייט וועלכע הערן זיך אן ווי היילונגסלאז.
* מצותה בשמאל - אפי' מען טרעפט זיך אויף די לינקע זייט רח"ל. די מצוה דייקא פאר די חברה השמאל... די מצוה שפאצירט אריין אויך אין תוך פון די לינקע זייט און דייקא דארט טרעפט לייכט זי אריין אן היילונג פאר די לינקע חברה, עד מען ברענגט זיי צוריק צום גוטן, אויף רעכטס צו...
* מצותה למטה מעשרה טפחים - די מצוה לאזט זיך אראפ בדייקא פאר די למטה מעשרה טפחים'דיגע קראנקע, היילט זיי און הויבט זיי אויף עד למעלה למעלה...
* בית הלל זאגן אונז טאקע דעם גאנצן רעיון, אין איין ווארט; אז דער חנוכה איז: מוסיף והוליך...
קומען מיר צו אן אויספיר: אז "מתוך צרה", טאקע אינעם תוך פון אונזער צרה, ווייל מיר זענען אזוי אפגעטויטעט - און טאקע טויט אין די חנוכה מצוה וועלכער זענען די סימפטאמען אויפן ארגסטן וואס נאר פארהאן - טאקע פון דארט נעמען מיר דעם "פדות ורוחה" און מיר שטארקן זיך אויף אונזער קרענק, ביז מיר וועלן דערהויבן ווערן צו "למעלה מעשרה טפחים", מיר וועלן גענצליך געהיילט ווערן מיט א רפואה שלימה, אמן, און דאן וועלן מיר נאכאמל זוכה זיין צו זינגען מיט פריידיגע טרערן די באבעס זמר'ל:
אוי חנוכה... אוי חנוכה... א יום טוב א שיינע... א לוסטיגע... א פרייליכע... נישטא נאך אזא איינע.
----
איך טוה ראטן אלע גוטע פריינד, זיך ניט צו באגענוגן מיט מיינע אויסצוגען פונעם צאנזער צדיק'ס פערל-רייד, נאר דאס אליין נאכצוזוכן און זיך פארטיפן דערין.