דיונים ועיונים בפרשת וישלח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

לאקשען ברעט האט געשריבן:יישר כוח ערנסטער
דאס איז א געוואלדיגע געדאנק , אז פין דעם וואס רבקב האט געשיקט יעקב קיין חרן איז א סימן אז זי האט פארשטאנען אז דארט
וועט ער זיין אויסגעהיטען פין עשו
יעצט דארף מען פארשטיין פארוואס טאקע , דאס וואס די זאגסט אז ווייל ער איז געווען זיין איידעם איז נישט מסתבר ווייל ווען רבקה האט אים געשיקט איז ער נאך נישט געווען זיין איידעם,
אין דאס אז עס איז געווען ווייט, לייגט זיך מיר אויך נישט אויפען שכל
דארף מען יעצט א הסבר פארוואס האט עשו מורא געהאט צי קומען קיין חרן , אפשר האט ער געהאט עפעס א פחד פין לבן
מען דארף זעהן עפעס א הסבר

איך האב אמאל געהערט אן אונטערעסאנטער תירוץ אויף דעם קשיא, איך געדענק אבער נישט פון וואו די תירוץ קומט אבער מיין זכרון זאגט מיר אז דאס איז פון א גאר פריערדיגער.

די תורה פארציילט אונז פאריכע וואך דעם גאנצן איבערקערעניש וואס לבן האט געמאכט וועגן זיינע תרפים וואס זענען נעבעך גע'גנב'ט געווארן, דארף מען פארשטיין וואס איז געוועהן די תרפים וואס לבן האט נישט געקענט קויפן אדער מאכן נייע ער האט געמוזט נאך יאגן און מאכן אזא ויצעקו?

נאר דער תירוץ איז אז די תרפים איז געוועהן א גלגולת פון א בכור בן בכור בן בכור און צו טרעפן נאך א בכור בן בכור בן בכור און איהם אומברענגען און איינזאלצן זיין קאפ איז שוין נישט אזוי לייכט וועגן דעם האט ער נאכגעיאגט יעקב און גרייט געוועהן אויף אלעם אבי צו טרעפן זיין טייערע תרפים.

לויט דעם קען מען פארשטיין פארוואס ביי לבן האט רבקה געוואוסט אז יעקב איז פארזיכערט פון עשיו, ווייל זי האט דאך געקענט איהר ברודערס געטשקעלעך און זי האט דאס פארציילט פאר אירע קינדער, ממילא האט זי געוואוסט אז עשיו וועט ציטערן צו גיין צו לבן ווייל עשיו איז דאך געוועהן א בכור און זיין טאטע יצחק איז געוועהן א בכור מאם און זיין זיידע אברהם איז געוועהן א בכור ממילא האט עשיו געציטערט אז אויב וועט ער אן קומען צו לבן וועט לבן איהם שחט'ן ווייל ער וועט וועלן האבן זיין קאפ פאר א געטשיק און וועגן דעם איז יעקב געוועהן דארט פארזיכערט פון עשיו

אויב ווייסט איינער א מקור צו דעם ביטע צו צייכענען
ייש"כ
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ס׳מיר שווער געווארן א קשיא ביים מעביר סדרה און כ׳האב דערווייל נישט געטראפן מען זאל רעדן וועגן דעם.

יעקב אבינו גרייט זיך אויפן פגישה מיט עשיו דורך ויחץ את העם ער׳ט צוטיילט זיין מחנה אזוי זאל כאטש איין חלק משפחה געראטעוועט ווערן. ווילעך פארשטיין וואסע פשט אז ווען עשיו איז אנגעקומען האט יעקב פארגעשטעלט די שפחות מיט זייערע קינדער דערנאך לאה מיט רחל וכו׳ וואסע געשען מיטן יחץ? וויזוי איז די גאנצע משפחה פלוצלונג פאראייניגט געווארן מיטאמאל?

ובפרט לויט דעם באקאנטן ווארט פון די פריערדיגע אז יעקב האט ספעציעל געמאכט אז די צוויי מחנות זאלן זיין א טאג אפגערוקט אלס למה אשכול שניכם וכו׳ אידאך געווען א שיינע מרחק צווישן זיי טא וויזוי איז מען זיך אזוי שנעל צוזאמגעקומען?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דיונים ועיונים בפרשת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אברבנאל
והנראה לי בזה הוא שיעקב עשה שני מחנות מכל העם אשר אתו מהצאן והבקר והגמלים ושאר המקנה. אבל לא שם נשיו וילדיו כי אם במחנה האחד מהם בלבד ושהפריד אותם המחנות מרחק רב זה מזה גם עשה בזה התחכמות אחר שהעביר המחנה האחד מהם רוצה לומר אותו שהיו בו נשיו וילדיו את מעבר יבוק והוליך אותם אחר הנחל שהוא הצד האחר ממה שהיה מחשבתו שיבא עשו כי עשו היה אפשר שיבא מהצד האחד מהנחל או מהצד האחר ממנו. ויעקב שם המחנה שלא היו בו נשים ולא ילדים מהצד שהיה יותר אפשרי וקרוב כפי מחשבתו שיבא עשו והמחנה האחר שבו היו הנשים והבנים העביר בלילה מעבר הנחל והניחם שם בחשבו שאם יבא עשו אל המחנה האחת היותר מוכנת כפי מחשבתו והיא אשר לא היו בו נשיו וילדיו שעשו יתעסק עם העם אשר בו שילחמו עמו להציל את המקנה ויגזול את הרכוש אשר שם ואולי יחשוב ששם כל רכושו ואין לו דבר אחר זולתו ובזה יעבור זמן לשיהיה המחנה הנשאר אחר הנהר אשר שם הנשים והילדים לפלטה כי יהיה להם פנאי לברוח או לא יתן לב עשו אליהם והם היו עקר הבית לא הרכוש ולפי שהיה יעקב מפחד שמא יבא עשו מהצד האחר של הנחל ויפגוש במחנה הנשים והילדים הפך רצונו הוצרך להפיל תחנתו לפני אלהיו שיציל אותו מחנה העקרי מיד עשו כי ירא אותו פן יבא ויכה אם על בנים ששם היו כלם. ומחשבות האל כלם לטובה על יעקב שסבב שיבא עשו מהצד שהיה שם מחנה הנשים והילדים באופן שראה את כלם ובמקום שהיה כבר חפץ יעקב שיקח עשו ויגזול המחנה האחד הבלתי עקרי ויתפייס בו לא היה הדבר כן כי שני המחנות היו לפלטה לקיים רבות מחשבות בלב איש ועצת י"י היא תקום. הנה התבאר מזה שע"כפ עשה יעקב שתי המחנות ושלא העביר הנחל כי אם אחת מהם אותו ששם נשים וילדיו ושאותה מחנה פגש עשו וששניהם יחד היו לפלטה ואחר כך כאשר עבר עשו לדרכו התחברו המחנות והיו לאחדים בידו של יעקב.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הפלא ופלא אנדערש ווי מען לערנט פשוט זאלסטע זיין געבענטשט
דביה תחדי נפשא
איתמר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איתמר »

יודל קליין האט געשריבן:
לאקשען ברעט האט געשריבן:יישר כוח ערנסטער
דאס איז א געוואלדיגע געדאנק , אז פין דעם וואס רבקב האט געשיקט יעקב קיין חרן איז א סימן אז זי האט פארשטאנען אז דארט
וועט ער זיין אויסגעהיטען פין עשו
יעצט דארף מען פארשטיין פארוואס טאקע , דאס וואס די זאגסט אז ווייל ער איז געווען זיין איידעם איז נישט מסתבר ווייל ווען רבקה האט אים געשיקט איז ער נאך נישט געווען זיין איידעם,
אין דאס אז עס איז געווען ווייט, לייגט זיך מיר אויך נישט אויפען שכל
דארף מען יעצט א הסבר פארוואס האט עשו מורא געהאט צי קומען קיין חרן , אפשר האט ער געהאט עפעס א פחד פין לבן
מען דארף זעהן עפעס א הסבר

איך האב אמאל געהערט אן אונטערעסאנטער תירוץ אויף דעם קשיא, איך געדענק אבער נישט פון וואו די תירוץ קומט אבער מיין זכרון זאגט מיר אז דאס איז פון א גאר פריערדיגער.

די תורה פארציילט אונז פאריכע וואך דעם גאנצן איבערקערעניש וואס לבן האט געמאכט וועגן זיינע תרפים וואס זענען נעבעך גע'גנב'ט געווארן, דארף מען פארשטיין וואס איז געוועהן די תרפים וואס לבן האט נישט געקענט קויפן אדער מאכן נייע ער האט געמוזט נאך יאגן און מאכן אזא ויצעקו?

נאר דער תירוץ איז אז די תרפים איז געוועהן א גלגולת פון א בכור בן בכור בן בכור און צו טרעפן נאך א בכור בן בכור בן בכור און איהם אומברענגען און איינזאלצן זיין קאפ איז שוין נישט אזוי לייכט וועגן דעם האט ער נאכגעיאגט יעקב און גרייט געוועהן אויף אלעם אבי צו טרעפן זיין טייערע תרפים.

לויט דעם קען מען פארשטיין פארוואס ביי לבן האט רבקה געוואוסט אז יעקב איז פארזיכערט פון עשיו, ווייל זי האט דאך געקענט איהר ברודערס געטשקעלעך און זי האט דאס פארציילט פאר אירע קינדער, ממילא האט זי געוואוסט אז עשיו וועט ציטערן צו גיין צו לבן ווייל עשיו איז דאך געוועהן א בכור און זיין טאטע יצחק איז געוועהן א בכור מאם און זיין זיידע אברהם איז געוועהן א בכור ממילא האט עשיו געציטערט אז אויב וועט ער אן קומען צו לבן וועט לבן איהם שחט'ן ווייל ער וועט וועלן האבן זיין קאפ פאר א געטשיק און וועגן דעם איז יעקב געוועהן דארט פארזיכערט פון עשיו

אויב ווייסט איינער א מקור צו דעם ביטע צו צייכענען
ייש"כ

געהערט פון הרב מנשה רייזמאן פאריגע וואך איינע פון די טעג רעדן וועגן דעם.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: דיונים ועיונים בפרשת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

ארויף
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

פון רש״י די וואך אז יוסף איז געווען א בכור נאר לגבי ב׳ שבטים איז שווער די נאמען ראובן ראו בין בני לבן חמי
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2113
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע: פליגער

Re: דיונים ועיונים בפרשת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

די רב פון ליאן האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 11:44 pm
פון רש״י די וואך אז יוסף איז געווען א בכור נאר לגבי ב׳ שבטים איז שווער די נאמען ראובן ראו בין בני לבן חמי
פארוואס זאגסטו אזוי.

אויף דעים וואלט ראובן אויך געקענט מערער זיין אבער האט נישט.
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 11:25 am
די רב פון ליאן האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 11:44 pm
פון רש״י די וואך אז יוסף איז געווען א בכור נאר לגבי ב׳ שבטים איז שווער די נאמען ראובן ראו בין בני לבן חמי
פארוואס זאגסטו אזוי.

אויף דעים וואלט ראובן אויך געקענט מערער זיין אבער האט נישט.
אבער וויאזוי קען מען דאס קאמפעירן צו עשו?
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

שוועמל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 12:09 am
34 יאר. לויטן פרקי דר' אליעזר אז רחל ולאה זענען געווען צווילינג אין געבוירן געווארן בשעת די ברכות ווען יצחק אבינו האט געבענטשט יעקב אבינו ע"ה.

דאן איז יעקב אלט געווען 65 יאר, 19 יאר שפעטער ווען ער איז אלט געווען 84 יאר האט ער חתונה געהאט מיט לאה און א וואך דערויף מיט רחל.
נאך זיבן יאר האט ער געארבייט פאר זיין שווער לבן און נאך זעקס יאר האט ער ערווארבן די רייכטום פון די שעפעלעך, און נאך צוויי יאר וואס ער איז געווען אונטערוועגנס ביז בנימין איז געבוירן געווארן.

19+
7+
6+
2+
34=

לאה ווערט געברענגט איז אוועק אלט זייענדיג 44 יאר.



בילהה און זילפה ווייסט איינער ??
שבשתא כיון דעל על..

א שטיקעלע טעות , לויט רש'י סוף תולדות איז יעקב געווען 63 ביי די ברכות,

14 יאר בבהמ''ד של עבר

נאך 7 ביז די חתונה מיט לאה און רחל

= 84
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

זארעכפעפער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2006 11:12 am
בנוגע רחל ווי אלט זי געווען. ס'דא פארשידענע דעות אין דעם. זעה אין סדר הדורות, ב"א קצ"ב.

דינה איז אלט געווען בערך ניין-צען יאר ביי די מעשה שכם. (סדר הדורות).
לויט די מדרשים אז ס'איז נתחלף געווארן עיבור יוסף מיט דינה , קומט אויס אז זיי זענען געבוירן געווארן אין די זעלבע אפשניט,
איז דינה געווען 6 יאר אלט.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 04, 2011 11:39 am
לאקשען ברעט האט געשריבן:
בס"ד

לכבוד חכמי הקרעטשמע כל אחד בשמו הטוב יברך

לערנענדיג די וואכעדיגע פרשה איז מיר שווער געווארען אזוי
פארוואס האט יעקב געשיקט די מלאכים צום ברודער עשו
ממה נפשך האט ער מורא געהאט אז עשו וועט קומען צי אים קיין לאנד כנען אין ער האט געוואלט מקדים זיין אין אים איבער בעטען , איז פארוואס אין חרן האט יעקב נישט מורא געהאט אז דער עשו וועט קומען
אין אויב יעקב האט נישט חושש געווען אז ער וועט קומען אים זיכען פין זיין לאנד שעיר קיין חרן פארוואס האט ער יעצט ווען ער איז אנטלאפען פינעם פעטער לבן מער מורא געהאט פינעם ברודער ?

נו ווער ווייסט א תירוץ
יבואו טהורים ויתעסקו בטהורים
א שאד צו עפענען א נייע אשכול איעדע יאר זאל שוין זיין פאר ע"ב

און מדרש פרשת ויצא שטייט אז לבן נאכן אוועקגיין אפגעפאטשעטערהייט פון יעקב מיט די מעשה פון די תרפים האט ער אלס נקמה געשיקט זאגן פאר עשיו ווי יעקב איז, קוקט אויס אז עשיו האט נישט געוויסט ווי יעקב איז ביז דאן

אגב עס שטייט דארט אז לבן ער האט גערופן "בעור בנו" און ער האט אים געשיקט צו עשיו, איז דאס בלעם'ס טאטע? קומט דאך אויס אז אדער בעור אדער בלעם איז געווען זייער אלט
כידוע איז דא אסאך שיטות כלפי בלעם ווי אלט ער איז געווען
שטייט דאך אין פסוק סוף ויצא אז עשו האט געוויסט ווי יעקב גייט,

קען זיין אז ער איז אים נאכגעלאפן און נישט געפינען ווייל יעקב איז געווען באהאלטן בבית עבר..

ביז לבן האט גע'מסר'ט נאך די מעשה פון די תרפים.

לגבי לבן , איז ידוע די תרגום יונתן אויף עטליכע פלעצער אז לבן איז בלעם, ומדרשות חלוקות הן.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

ביום השלישי בהיותם כאבים..

כמה מהלכים בראשונים , ביום השלישי האט מען געענדיגט מל'ען די גאנצע שטאט, און בהיותם כאבים גייט אויף אראפ.
אדער אז מגודל הכאב האבן טייל דעמאלטס חרטה געהאט אויפן מל'ען זיך, אדער לויט רש''י אויף ''בטח'' ווייל אין די דריטע טאג זענען זיי געווען כאבים
זענען שמעון ולוי געווען מער זיכער.

(אגב די תרגום אונקלוס טייטש ''בטח'' אז די יושבי העיר זענען געווען בטח, און נישט גע'חלומ'ט וואס קומט אויף זיי)

למעשה פרעגן די מפרשים אז לגבי מילת קטן זעהט מעו אז די ערשטע צווי טעג איז מער סכנה ווי די דריטע?

יש מתרצים אז ס'איז דא ''כאב'' (און אפשר חולשה אויך) וואס איז ערגער די דריטע טאג, און לגבי ''סכנה'' איז ווי שפעטער ווייניגער סכנה.
און לגבי אברהם זעהט מען אויך מער כאב ביים דריטען טאג און נישט מער סכנה.

ויש מחלקין צווישן א גדול און א קטן.
דהיינו א קטן איז די גאנצע סכנה נאר די עצם מכה ,איז ווי שפעטער היילט זיך די מכה מער,און ס'ווערט ווייניגער כאב און סכנה.
משא''כ א גדול וואס א ניצט די גאנצע ליחות און כח צו באקעמפן א מכה , איז ווען ער איז מער בכאב וחולשה האט ער ווייניגער כח
צו באקעמפן די מכה , במילא איז ער מער סכנה ביים דריטן טאג.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

כי במקלי עברתי .. כידוע אז דאס איז געווען די שטעקן וואס משה רבינו האט שפעטער גענוצט ביי די נסים אין מצרים.

וואס איז געווען די צורך פון די שטעקן? אברהם און יצחק אבינו האבן אויך געהאט א/די שטעקן?
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”