ליקוטים וענינים על פרשת בלק

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א דאנק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

דברים נוראים פון הקדוש ר' שמשון מאסטראפאלי הי"ד זיעועכי"א
אטעטשמענטס
ניצוצי שמשון.JPG
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

scy4851 האט געשריבן:דער אתון האט געזאגט פאר בלעם 'מה עשיתי לך כי הכיתני זה שלש רגלים'
זאגט רש"י און פסוק כ"ח 'רמז לו אתה מבקש לעקור אומה החוגגת שלש רגלים בשנה'.
פון אלע מצוות און מעשים טובים פון די אידען האט דער אתון פינקט דערמאנט די שלש רגלים. פארוואס?

שפעטער און די פרשה קאפיטל כ"ד פסוק א' שטייט 'וישת אל המדבר פניו' זאגט רש"י דארט איין ווארט 'כתרגומו'
דער תרגום אויף 'וישת אל המדבר פניו' שרייבט 'ושוי לקבל עגלא דעבדו ישראל במדברא אפוהי'
בלעם האט געוואלט מעורר זיין דער חטא העגל וואס אידען האבען געמאכט און מדבר.

האב איך געקלערט א פשט צו פארענטפערען מיין דיוק אזוי.

די גמרא זאגט (דאכט זיך מיר און מועד קטן) המבזה את המועדות כאילו עובד עבודה זרה. זאגט רש"י דארט אז עס מיינט חול המועד.
כ'האב געהערט אמאל ביי א שלש סעודות פון אויווארער רב ז"ל א פשט און דער גמרא. (איך געדענק נישט בשם וועמען ער האט עס געזאגט)
אז מען רעכענט צוזאם די שעות פון די שלש רגלים קומט אויס 360 שעה.
פסח איז זיבען טעגץ 7 שבועות איז 1 טאג, און סוכות איז 7 טאג ציזאמען איז 15 טעג.
15 מאל 24 שעה איז 360
ביים עגל שטייט 'וירא העם כי בשש משה' זאגען חז"ל 'כי בא שש' עס איז געקומען די זעגסטע שעה און משה איז נישט צוריק געקומען פון הר סיני, און מעהאט געמאכט אן עגל.
דער תיקון אויף דער 'בא שש' איז די שלש רגלים, וואס אן איסור ווערט בטל בששים. און 60 מאל 'שש' איז 360, גנוי וויפיל שעות עס איז דא און די שלש רגלים.
איז דאס איז פשט און די גמרא 'המבזה את המועדות', (און רש"י לייגט צו אז דאס מיינט אפילו חול המועד אויכעט), קומט אויס אז פעלט פון די 360 שעות, די ששים אקעגען דער 'שש פון בא שש, איז כאילו עובד עבודה זרה, דאס גייט ארויף אויפען חטא העגל.

מיט דעס האב איך געקלערט אזוי.
בלעם האט געוואלט מקטרג זיין און אויף ברענגען דער חטא העגל, אוויא דער תרגום זאגט.
אבער דער אתון האט אוהן שוין פון פריערט מרמז געווען אז אידען האלטען די שלש רגלים, וואס דאס איז דער תיקון פארען חטא העגל.


די תורה איז הערליך שיין פלאי פלאים.
די גאנצע תורה שטייט אין ספר כתנות אור די וואך פרשת בלק בשם רבותיו. עי' כאן (איך קען נישט קאפיען די גאנצע אלס א לינק, קאפי עס און לייג עס אריין אין די טעב ותמצא אותו)
http://torahdoc.free.fr/torahdoc/[1]%20Parasha/Rav%20Friedman/5769/5769-35-Balak.pdf
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

ס'איז דא א טייער ווארט פונעם צל"ח (כמדומה) אויפ'ן פסוק לקב אויבי לקחתיך והנה ברכת ברך, אז ס'איז דא קל"ב טעג א יאר וואס מ'זאגט נישט תחנון, לעומת רכ"ב ווען מ'זאגט יא. קען עס איינער אהערשטעלן בשלימותה?
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אין חתם סופר (תו"מ) ברענגט ער די תורה בשם גאון קדוש אחד, און עס ווערט צוגעצייכנט אז דאס איז פון רבי עקיבא אייגער, נישט פונעם צל"ח.

וזה מה שכתב שם:
לקב איבי לקחתיך והנה ברכת ברך, שמעתי בשם גאון קדוש אחד מדבר ע"פ מה דאיתא בחסד לאברהם כי בשנה פשוטה יש שנ"ד ימים רכ"ב ימים אומרים בהם תחנון והמה ימי הדין וקל"ב ימים אין אומרים בהם תחנון והם ימי רחמים ורצון יעוין שם ע"פ הסוד והנה אמחז"ל (סנהדרין) כל בישא שיכולין לכוין בבלעם ובלק יכולין לחשוב ולחשוד אותם ומברכתו של אותו רשע ניכר מה הי' בלבו לקלל ההיפך מהברכה ועפ"ז יש לומר שבלק רצה שקל"ב ימים ימי רחמים ורצון יקלל להשליט בהם חלילה מדת הדין ורכ"ב ימים יניחם כמות שהם אבל הקב"ה היפך הקללה לברכה והי' מברך הרכ"ב ימים שיהי' ימי רחמים ורצון וקל"ב ימים ימי רצון הניח כמו שהם וזה לק"ב בגמטריא קל"ב לקחתיך ועתה ברכת בר"ך הרכ"ב ימים וק"ל (בשם הגאון רבי עקיבא איגר זצ"ל):
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

דער הייליגער ייטב לב ברענגט די וואך א הערליכע ווארט וואס ער האט אליין געהערט פונעם מהר״מ א״ש
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

סידיראם האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:דער אתון האט געזאגט פאר בלעם 'מה עשיתי לך כי הכיתני זה שלש רגלים'
זאגט רש"י און פסוק כ"ח 'רמז לו אתה מבקש לעקור אומה החוגגת שלש רגלים בשנה'.
פון אלע מצוות און מעשים טובים פון די אידען האט דער אתון פינקט דערמאנט די שלש רגלים. פארוואס?

שפעטער און די פרשה קאפיטל כ"ד פסוק א' שטייט 'וישת אל המדבר פניו' זאגט רש"י דארט איין ווארט 'כתרגומו'
דער תרגום אויף 'וישת אל המדבר פניו' שרייבט 'ושוי לקבל עגלא דעבדו ישראל במדברא אפוהי'
בלעם האט געוואלט מעורר זיין דער חטא העגל וואס אידען האבען געמאכט און מדבר.

האב איך געקלערט א פשט צו פארענטפערען מיין דיוק אזוי.

די גמרא זאגט (דאכט זיך מיר און מועד קטן) המבזה את המועדות כאילו עובד עבודה זרה. זאגט רש"י דארט אז עס מיינט חול המועד.
כ'האב געהערט אמאל ביי א שלש סעודות פון אויווארער רב ז"ל א פשט און דער גמרא. (איך געדענק נישט בשם וועמען ער האט עס געזאגט)
אז מען רעכענט צוזאם די שעות פון די שלש רגלים קומט אויס 360 שעה.
פסח איז זיבען טעגץ 7 שבועות איז 1 טאג, און סוכות איז 7 טאג ציזאמען איז 15 טעג.
15 מאל 24 שעה איז 360
ביים עגל שטייט 'וירא העם כי בשש משה' זאגען חז"ל 'כי בא שש' עס איז געקומען די זעגסטע שעה און משה איז נישט צוריק געקומען פון הר סיני, און מעהאט געמאכט אן עגל.
דער תיקון אויף דער 'בא שש' איז די שלש רגלים, וואס אן איסור ווערט בטל בששים. און 60 מאל 'שש' איז 360, גנוי וויפיל שעות עס איז דא און די שלש רגלים.
איז דאס איז פשט און די גמרא 'המבזה את המועדות', (און רש"י לייגט צו אז דאס מיינט אפילו חול המועד אויכעט), קומט אויס אז פעלט פון די 360 שעות, די ששים אקעגען דער 'שש פון בא שש, איז כאילו עובד עבודה זרה, דאס גייט ארויף אויפען חטא העגל.

מיט דעס האב איך געקלערט אזוי.
בלעם האט געוואלט מקטרג זיין און אויף ברענגען דער חטא העגל, אוויא דער תרגום זאגט.
אבער דער אתון האט אוהן שוין פון פריערט מרמז געווען אז אידען האלטען די שלש רגלים, וואס דאס איז דער תיקון פארען חטא העגל.


די תורה איז הערליך שיין פלאי פלאים.
די גאנצע תורה שטייט אין ספר כתנות אור די וואך פרשת בלק בשם רבותיו. עי' כאן (איך קען נישט קאפיען די גאנצע אלס א לינק, קאפי עס און לייג עס אריין אין די טעב ותמצא אותו)
http://torahdoc.free.fr/torahdoc/[1]%20Parasha/Rav%20Friedman/5769/5769-35-Balak.pdf

אין אמרות טהורות ברענגט ער דער ווארט פונעם טריסקער מגיד מיט א רוה״ק מעשה דערביי
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ס׳איז אפשר מער א מילתא דבדיחותא.
אזוי ביים לערנען חימוש רש״י די וואך, ווען כ׳בין אנגעקומען ביים פסוק ויחר אף בלק.. ויספוק את כפיו זאגט רש״י הכה יד זו על זו.
ס׳איז אינטערסאנט, ביי אינז איז איינגעפירט צו געבן אזא קלאפ צאם מיט די הענט ווען מ׳גוט א געוויסע סארט קרעכץ.. אויש!. ׳חרון אף׳ איז מער א לשון פון צארן, כ׳האב פראבירט אויסצושפילן צארן מיט אזא קלאפ, ס׳האט עפעס נישט אינגאצן געשטימט. כ׳האב געשמייכלט.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

צ"ק

די וואך ווען עס גייט פרשת בלק אין חו"ל, איז כדאי אראפצוברענגען די לשון החת"ס וואס ער שרייבט אין די תשובות, די לעצטע תשובה אין חלק יורה דעה - א מורא'דיגע יסוד אין די אמונה באלוקי יתברך

ער זאגט אז אלע געשעענישן אין די תורה, זענען נאך מענטשן דערביי געווען. אנגעהויבן פון אדם הראשון, ביז צום לעצטן טאג איידער די אידן זענען אריינגעגאנגען אין א"י, דורכאויס אלע יארן האבן די געשעענישן פאסירט לעיני כל הקהל, אבער די ווערטער אויסטויש צווישן בלק און בלעם דארט אויבן אויפן בארג איז קיינער דערביי געווען און ווער ווייסט וואס זיי האבן גערעדט. די אידן האבן דאך ניטאמאל געוויסט אז עפעס א וואנזיניגער וויל זיי שעלטן. (הגם, ס'דא וואס ווילן טענה'נען אז משה רבינו האט יא געוויסט)

דעריבער אויב וועט איינער וועלן מפקפק זיין אין די גאנצע פרשה און חלילה קלערן אז דאס האט קיינמאל נישט פאסירט, זאל ער וויסן אז ער איז א כופר באלוקי ישראל. טראצדעם וואס קיינער האט דאס נישט געזעהן. מיר ווייסן דאס בלויז ווייל אזוי שטייט אין די תורה.

פאלגענד איז זיין שארפע לשון

ויש לי לעורר בדבר אחד הנה אין לנו בכל התורה שום דבר שאין אנחנו בעצמנו עידי ראיה חוץ מפ' בלעם כי כל מופת מצרים ומדבר את הכל ראו עינינו ונעשה לפני ס' רבוא ולא נשאר א' מכל ישראל בחוץ שלא ראה חוץ למ"ד יתרו אחר מ"ת בא נשארו בני משה מבחוץ זולת זה לא נשאר אחד שלא ראה בעיניו ואין האבות מנחילים שקר לבניהם וה"ל כאלו ראינו בעינינו ואפילו חידוש עולם ומעשה נחש בג"ע והמבול והפלגה כבר כ' רמב"ן בס' דרשות הרמב"ן הרי אד"הר ראה עצמו יחידי בלי אב ואם ומעשה ג"ע וגירושו והוא דיבר פא"פ עם שם בן נח רבו של יעקב אבינו ע"ה כי בן חמשים הי' יעקב כשמת שם וקיבל ממנו כל הנ"ל עם מעשה מבול והפלגה והוא סיפר לבניו ועמרם שמע מלוי ואמרו לבניו משה ואהרן וכל הדור ההוא קבלו כן מאבותיהם ובכל הדורות כל הנעשה לזקן זקנים הרי הוא כאלו נעשה בפניהם ממש וא"א להכחיש זהו במעשיות וספורי תורה:


צוויי שטיקלעך שפעטער זאגט ער

נחזור להנ"ל כל התורה כולה ראינו בעינינו חוץ מפ' בלעם מי הגיד לנו מה הי' בין מלך מואב ובין קוסם אחד בלעם שבא אליו אל ארצו ולמה בא ומי הביאו ומי ידע שבנה מזבחות ושרצה לקלל ונהפך לברכה מי בא בסודם וישראל היו שרוים במדבר ואם הם עמדו בארץ מואב בראש הפסגה וראו למטה אל המדבר למרחוק מאין ידעו יושבי מדבר שמביטים עליהם מראש ההר הזה ושמנחשים עליהם ואפי' מרע"ה לא ידע ורק מפה הקב"ה ית"ש נכתבו הדברים והנביא צווח זכר נא מה יעץ בלק וגו' והנה המאמין בכל התורה ובמצותיה רק מסתפק בפ' בלעם הרי הוא כופר בה' אלקינו ה' אחד ולא יאמר אדם שפ' בלעם היא עיקר מעיקרי התורה שבנו עליו בנין ומ"מ הכופר בה כופר בעיקר וה"ה ומכ"ש בגאולה אחרונה המפורשת מפי ה' למרע"ה אם יהי' נדחך בקצה השמים וגו' וכפר אדמתו עמו וכיוצא בו. - ה' הטוב והמטיב ייטיב לנו ויורנו מארחותיו, ונלכה בדרכיו, ונהי' ממבורכיו, לשמור תורותיו וחוקותיו, נעלה לציוץ ברננים ודבר אלקינו נשמע פנים אל פנים: פ"ב כאור בקר ליום ג' יוד למב"י תקצ"ול: משה"ק סופר מפפ"דמ: ע"י שגיאה נפלו איזה טעיות בסימנים הרשומים ממעל להתשובות והצגנום פה למען יוכל כל איש לתקנם. בדף מ"ח ע"א במקום קלב צ"ל קלה. דף ע"ג ע"ב וע"ג במקום קפה וקפט צ"ל קפה קפו. דף קי"ד ע"ד במקום רנה צ"ל רעב.


א קאפי פון די ווערטער

111(2).jpg
111(2).jpg (212.96 KiB) געזען 474 מאל
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: ליקוטים וענינים על פרשת בלק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”