ליקוטים וענינים על פרשת בלק

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

ליקוטים וענינים על פרשת בלק

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג יולי 08, 2008 11:39 pm

 א
וירא בלק בן צפור את כל אשר עשה ישראל לאמורי.
פארוואס האט אזא רשע ווי בלק זוכה געווען אז א פרשה אין די הייליגע תורה זאל ווערן אנגערופן אויף זיין נאמען?
נאר מען קען ענטפערן, אזוי ווי די גמרא זאגט. "הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב". עס איז א באקאנטע זאך אז א רשע האט פיינט א איד. עס איז דא גוים וואס זיי ווייזן דאס ארויס אפן, ווייסט מען אז מען דארף זיך היטן פון זיי. און עס איז דא גוים וואס באהאלטן זייער פיינטשאפט אז די אידן זאלן דאס נישט באמערקן. וועגן דעם אזוי ווי בלק איז געווען אן אפענער שונא ישראל וואס האט ארויס געוויזן פאר יעדן זיין רשעות און פיינטשאפט צו די אידן. האבן די אידן געוויסט זיך צו אכטונג געבן פון אים, האט ער דאך מיט דעם געטוען א גוטע זאך, האט ער זוכה געווען אז די פרשה זאל אנגערופן ווערן אויף זיין נאמען.
(בשם הרה"ק ר' מאיר'ל פרימישלאנ'ער)
 ב
וירא בלק בן צפור את כל אשר עשה ישראל לאמרי. (כב ב)
עס שטייט אין זוהר הקדוש אויף דעם פסוק 'נצור לשונך מרע', [מהו מרע? דבגין לישנא בישי, מרעין נחתין לעלמין] אז דער פשט איז 'נצור לשונך' היט אפ דיין מויל, ווייל 'מרע' דאס ברענגט שלעכטס אויף דער וועלט. דורכדעם וואס מען איז פוגם אין דעם דיבור, מען רעדט לשון הרע רכילות וליצנות און אנדערע זאכן וואס טויגן נישט, דאס איז גורם ח"ו אז עס קומט שלעכטס אויף דער וועלט.
דאס זאגט דער פסוק: "וירא" ער האט איינגעזען און פארשטאנען אז "בלק" 'בא לק' עס קומט (לקותא) שלעכטס, "בן צפור" דורכדעם וואס ער טוט די מעשים פון א צפור, דאס מיינט אז ער רעדט לשון הרע ורכילות וליצנות וכד', וואס די סדר פון א פייגעל איז צו רעדן אסאך, ווייל "את כל אשר עשה ישראל" דער גאנצער תכלית וואס דער אייבערשטער האט באשאפן דעם איד, איז דאך נאר געווען "לאמרי" לאמר י' - יו"ד איז מרמז אויף חכמה, צוליב די אמירה וואס ער וועט רעדן דיבורי חכמה פון תורה און תפילה. און נישט ח"ו צו רעדן לשון הרע ורכילות און אנדערע נישט גוטע זאכן.
רב ייבי
 ג
וירא בלק בן צפור….אשר עשה ישראל לאמורי
דארף מען פארשטיין א) דאס לשון "לאמורי " פארוואס זאגט נישט דער פסוק : לסיחון מלך אמורי ולעוג מלך הבשן . ב) ויגר מואב …כי רב הוא - עס וואלט געדארפט שטיין כי רב הם א לשון רבים. ג)פארוואס שטייט אז ער האט מורא געהאט ווייל זיי זענען פיל , דער עיקר שרעק איז דאך געווען ווייל אידן געווינען די מלחמות נישט אזוי ווי דאס פירונג פון די וועלט, איז דאך נישט דער שרעק וועגן דאס פילקייט . ד) עתה ילחכו הקהל - דאס ווארט הקהל דארף א הסבר פארוואס שטייט נישט ווי איבעראל , ישראל אדער העם.
ברענגט דער מאור ושמש אז ער האט געהערט ווען דער רבי ר' זושא זצוק"ל האט געפרעגט זיין ברודער דער רבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל ווי אזוי פועל'ט ער אויס ביים אויבערשטן די וואונדערליכע נסים ונפלאות, האט דער רבי ר' אלימלך געענטפערט אז דאס איז דורך דעם וואס עס איז דא צווישען די צדיקים און די אידן אחדות, אין דעם זכות פון אחדות געווינט מען די מלחמות אזוי ווי מען טרעפט אז אין די צייטן פון אחאב כאטש די אידן האבן געדינט די עבודה זרה האבן זיי געווינען די מלחמות ווייל עס איז געווען אחדות צווישען זיי.
דא אין מדבר זענען די אידן געווען ערליך און באחדות, דערפאר האט דער אויבערשטער ערפילט זייער געבעט, און מיט זייערע רייד האבן זיי אויסגעפועלט ביים אייבערשטן אז די פיינט זאלן האבן א מפלה - דאס איז מרומז אין פסוק וירא בלק בן צפור , בלק בן צפור האט פארשטאנען אז אלעס וואס די אידן האבן געטוהן איז געווען לאמורי , וועגן זייער זאגן וועגן זייערע תפלות.
האט ער מורא געהאט ווייל כי רב הוא כאטש אידן זענען פיל פונדעסטוועגן זענען זיי באחדות הוא [א לשון יחיד] דערפאר שטייט כי רב הוא אז זיי זענען פיל אבער ווי איינס, דאס האט ער ווייטער געזאגט אז עתה ילחכו הקהל, יעצט וועט די קהל די אידן מיט דעם וואס זיי האלטן זיך אינאיינעם וועלן זיי בייקומען די גוי'שע פעלקער.
(מאור ושמש)
 ד
ויגר מואב מפני העם כי רב הוא
הרב הקדוש ר' מרדכי מטשערנאביל זצ"ל האט נאכגעזאגט פון בעל שם טוב הקדוש זי"ע אז אפילו א פשוטער מענטש וואס קען נישט אינזין האבן גרויסע כוונות ביים דאווענען אויב ער רייסט זיך אוועק אינמיטן זיינע געשעפטן און דאווענט מנחה איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן , דאס זאגט דער פסוק ויגר מואב מפני העם , מואב האט מורא געהאט פון פאלק[עס מיינט די פשוטע מענטשן] - כי רב הוא - ווייל אויך זייער דאווענען איז גרויס און חשוב ביים אויברשטן , די עבודה פון עם די פשוטע אידן איז רב הוא , גרויס און חשוב.
(מגן אברהם)
 ה
כלחוך השור את ירק השדה
רש"י זאגט אז אלעס וואס אן אקס עסט אויף איז נישט דא אין אים קיין סימן ברכה, דער דעת זקנים לבעלי תוספות זאגט פשט אז ווייל א אקס האט נישט קיין ציין פון אויבן, ער קען נישט אפשניידן מיט זיינע ציין די גראזן דערפאר ווען ער רייסט אויס די גראזן מיט א גרויסן כח בלייבט נישט אין די ערד אפילו די ווארצלן , נישט אזוי ווי ווען א פערד אדער אן אייזל עסן זיי בייסן אפ פון אויבן אבער זיי לאזן איבער דעם ווארצל אין די ערד.
(דעת זקנים)
 ו
הנה כסה את עין הארץ.
די עיקר קדושה פון א מענטש איז שמירת עינים זיך היטן דאס אויגן נישט צו זעהן קיין שלעכטע זאכן , בלק האט געזעהן אז די אידן זענען זייער שטארק אפגעהיטן פון זעהן די שלעכטע זאכן וואס זענען אויף די ערד, דאס האט ער געזאגט: דאס פאלק וואס איז ארויס פון מצרים זענען זייער גרויס אין קדושה ווי אזוי וועלן מיר זיי קענען ביישטיין.
(תפארת שלמה )
 ז
ויקץ מואב מפני בני ישראל.
זאגט רש"י: קצו בחייהם. די מענטשן פון מואב האבן פאר'מיאוס'ט זייער אייגענעם לעבן, מפני בני ישראל וועגן די אידן.
דער רבי זי"ע אין דברי יואל איז מסביר וואס דאס מיינט זיי האבן פאר'מיאוס'ט אין זייער אייגענע לעבן, לויט וואס דער אגרא דכלה זאגט אין פ' לך לך, אז אויב אידן האבן חלילה נישט קיין אייגענע זכותים דעמאלטס העלפט זיי דער אויבערשטער מיט א קל וחומר, מה דאך די גוים וואס טוהן נישט קיין גוט'ס האבן גוטס, דארפן דאך די אידן וועלכע זענען קינדער פון די אבות הקדושים אברהם יצחק ויעקב א ודאי און א ודאי האבן גוט'ס.
פירט אויס דער רבי זי"ע. אז די מואבים האבן געוויסט פון דעם קל וחומר, און זייער שנאה צו די אידן איז געווען אזוי גרויס אז זיי האבן מסכים געווען אליין נישט צו האבן קיין גוט'ס וואס זיי וואלטן געקענט האבן, כדי די אידן זאלן נישט האבן קיין גוטס דורכ'ן קל וחומר.
דאס זאגט רש"י הק' קצו בחייהם זיי האבן פאר'מיאוס'ט זייער אייגענעם לעבן, זיי האבן מוחל געווען אלע גוטס מפני בני ישראל כדי די אידן זאלן נישט האבן קיין גוטס דורך זיי.
(דברי יואל)
 ח
ויגר מואב מפני העם מאד כי רב הוא:
לכאורה וואלט געדארפט שטיין "כי רבים הם" א לשון רבים ?
נאר חז"ל זאגן אז ווען די אידן וואלטן זיך געהאלטן צוזאמען, וואלט קיינער אויף דער וועלט נישט געקענט שלעכטס טוהן פאר זיי.
ווען די אידן זענען אנגעקומען צום בארג סיני שטייט אין די תורה ויחן שם ישראל, א לשון יחיד, עס וואלט געדארפט שטיין ויחנו א לשון רבים? זאגט דארט רש"י הק' כאיש אחד בלב אחד, ווייל ווען אידן זענען באחדות זענען זיי אזוי ווי איינס.
דאס זעלבע האט דא בלק מורא געהאט, ווען ער האט געזען כי רב הוא א לשון יחיד. דאס איז א סימן אז די אידן זענען באחדות, דערפאר האט ער טאקע מורא געהאט אז ער וועט גארנישט קענען טשעפענען די אידן.
(ישמח משה)
 ט
וישלח מלאכים אל בלעם בן בעור וכו' (כב-ה)
ואם תאמר מפני מה השרה הקב"ה שכינתו על גוי רשע ? כדי שלא יהי' פתחון פה לאומות לומר אילו היו לנו נביאים חזרנו למוטב, העמיד להם נביאים והם פרצו גדר עולם. (רש"י)
לכאורה בלייבט דאך ווייטער שווער ווייל די אומות העולם קענען ווייטער האבן א פתחון פה אז צו זיי האט מען אבער נישט געשיקט קיין נביא אמת אזוי ווי משה רבינו, נאר להבדיל א רשע ווי בלעם ימ"ש.
האט אויף דעם געענפערט דער הייליגער רבי ר' בונם פון פשיסכא זצ"ל, מיט א מעשה וואס האט מיט איהם פאסירט, ער איז אמאהל געגאנגען צו בערלין זיך צו היילן די אויגן, ווען ער איז אנגעקומען קיין בערלין האט ער אנגעהויבן צו זיכן א גוטן דאקטער, האט מען איהם מייעץ געווען אז ער זאל אפשר גיין צו א גרויסן דאקטער וואס היילט אויס מענטשן מיט סגולות,
האט אויף דעם דער רבי געענפערט, איך בין דא געקומען ווייל די תורה האט געזאגט "ורפא ירפא" דאס הייסט אז די תורה האט איבערגעגעבן א כח פאר א דאקטער אז ער זאל מעגן אויסהיילן בדרך הטבע, אבער אויב איר הייסט מיך, זיך אויסהיילן מיט כוחות שלא על פי דרך הטבע, קען איך דאך שוין גיין צו דעם ריכטיגן גדול און צדיק הדור דער הייליגער קאז'ניצער מגיד.
די זעלבע איז אויך דא, די אומות העולם גלייבן דאך נישט אז די אלע אותות ומופתים זענען העכערע כוחות, נאר צופעליגע געשעענישן, וועגן דעם האט מען זיי אויך געגעבן א נביא וואס זאל זיי ווייזן אז עס איז יא דא אזא זאך ווי העכערע איבערנאטירליכע כוחות, וועגן דעם וועלן זיי נישט קענען האבן קיין פתחון פה, ווייל אויב זיי האבן שוין יא געגלייבט אין אזעלכע זאכן, וואלטן זיי שוין געדארפט גלייבן אין דעם אמת'ן נביא, משה רבינו.
(רבי ר' בונם מ'פשיסכא זצ"ל)
 י
לינו פה הלילה
לכאורה איז עס אן איבריגע לשון אז ער זאגט - לינו - מיינט עס דאך נעכטיגן , פארוואס דארף שטיין "הלילה".
איינע פון די שלעכטע מדות פון בלעם הרשע איז געווען - עין רע - א שלעכט אויג, ער האט זייער פיינט געהאט צו טוהן מענטשן טובות , דא האט ער געמוזט לאזן נעכטיגן די הערן פון מואב , ווייל ער האט געווארט אז דער אויבערשטער זאל זיך באווייזן צו אים ביינאכט , אבער ער האט קלאר געמאכט פאר זיי אז דאס איז נאר הלילה, די דאזיגע נאכט נישט נאך א נאכט.
(אור החיים הקדוש)
 יא
ויפתח ה' את פי האתון
דער אויבערשטער האט געמאכט רעדן דאס אייזל כדי בלעם זאל זיך איבערטראכטן, אויב דער אויבערשטער קען מאכען רעדן א שטימע - א בהמה וואס קען קיינמאהל נישט רעדען, איז דאך א ודאי אז דער אויבערשטער קען מאכן אויב ער וויל, אז דער רעדער זאל ווערן שטום, און זאל נישט מער קענען רעדן , און דער אייבערשטער וועט מאכען רעדען דעם רעדער [בלעם] ווען דער אייבערשטער וועט אים וועלן מאכן רעדן .
(רמב"ן וספורנו)
 יב
כי הכתני זה שלש רגלים
רש"י זאגט דעם רמז אז מען האט געוויזן פאר בלעם אז ער וויל אויסרייסען אזא הייליג פאלק וואס האלט יום טוב 3 ימים טובים דאס מיינט שלש רגלים
די משנה זאגט (אבות פ"א מ"ב ) - על שלשה דברים העולם עומד על התורה ועל העבודה ועל גמילת חסדים - די וועלט שטייט אויף דריי פיס, - תורה –עבודה - גמילת חסדים - דאס האט מען געוויזן פאר בלעם הרשע אז אז ער וויל אויסרייסען א פאלק וואס האלט אויף די גאנצע וועלט, זיי מאכן די "שלשה רגלים" די דריי פיס אויף וואס די וועלט שטייט.
(כלי יקר)
 יג
הנה עם יצא ממצרים הנה כסה את עין הארץ וכו' (כד-ה)
חז"ל זאגן אז בלעם הרשע איז געווען פון די עצה געבערס פון פרעה ווען ער האט געזאגט "הבה נתחכמה לו" און ער האט געגעבן די עצה אז מען זאל פייניגן און הארגענען די יודישע קינדער, וועגן דעם האט בלק יעצט געזאגט צו בלעם הרשע אז דער פאלק וואס איז ארויס פון מצרים איז זייער גרויס געווארן, דאס הייסט אז עס האט גארנישט געהאלפן דיינע עצות וואס דו האסט פרובירט אין מצרים, ווייל זיי זענען דאך זייער פיל, אויב אזוי, פרוביר אן אנדערע עצה, "לכה נא ארה לי" וכו'.
(אור החיים הקדוש)
 יד
ויפתח ה' את פי האתון.
דער רבי זי"ע פרעגט. פארוואס ווען דער שלאנג האט גערעדט צו חוה וואס עס איז אויך געווען א נס, שטייט סתם ויאמר הנחש פונקט ווי עס וואלט געווען א נארמאלע זאך אז א שלאנג זאל רעדן, און דא ביים דעם אייזל שטייט יא ארויס אין פסוק אז דאס רעדן איז געווען א נס פונעם אויבערשטען, אזוי ווי עס שטייט ויפתח ה' את פי האתון ?
ענטפערט די רבי זי"ע אז דער נס פון שלאנג אז ער זאל רעדן האט דאך צוגעברענגט אז חוה זאל טוהן אן עבירה, איז דאך דער נס זיכער נישט געקומען פון אויבערשטען נאר פון די סטרא אחרא (דעם שטן), וועלכע קען אויך באווייזן ניסים, און דערפאר שטייט נישט ארויס דער נס, ווייל פון אזעלכע ניסים וואס קומען נישט פון גוטע פלעצער, טאר מען נישט רעדן. כדי נישט צו געבן כח און חיזוק פאר די סטרא אחרא.
אבער דא ביי דעם אייזל איז דאך יא געקומען פוון אויבערשטען אזוי ווי רש"י זאגט אז דאס איז געווען כדי צוריק האלטן דעם רשע בלעם פון צו גיין שעלטן וואס דאס איז א גרויסע עבירה, און די ניסים פון דעם אויבערשטען דארף מען יא רעדן.
(דברי יואל)
 טו
גדר מזה וגדר מזה.. ותלחץ רגל בלעם.
דער יצר הרע האלט און איין צורעדן דעם מענטש צו טוהן עבירות, און כדי דער מענטש זאל קענען זיך שטארקן אויפן יצר הרע דארף מען מאכן פאר זיך גדרים וסייגים, דאס מיינט ער דארף זיך אפהאלטן אפילו פון זאכן וואס מען מעג, כדי נישט צו צוקומען צו טוהן ח"ו עבירות.
דאס ווארט בלעם גייט ארויף אויפן יצר הרע, ווייל בלעם האט אויך געמאכט די אידן טוהן עבירות, אזוי ווי דער יצה"ר.
דאס קען מען אריין טייטשן אין פסוק: גדר מזה וגדר מזה מען דארף מאכן גדרים א צוים, דורך דעם - ותלחץ רגל בלעם - וועט בלעם דער יצה"ר ווערן צוגעדריקט צום וואנט.
(תורת אבות)
 טז
הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב.
דער בעל שם טוב זי"ע איז אמאל געגאנגען אין א מקוה, וואס האט זיך געפונען אין א גוי'אישע געגענט, דער בעש"ט הק' האט מורא געהאט אז ווען ער וועט ארויס קומען פון מקוה וועלן די גוים אים אנרירן און ער וועט ווערן טמא, און ער וועט זיך דארפן איבער טובל'ן.
מיטאמאל הערט ער ווי איין גוי זאגט פארן אנדערן: זאלסט נישט אנרירן דעם אומריינעם איד.
מיט דעם קען מען טייטשן דעם פסוק: - הן עם לבדד ישכון - די אידן זענען אן עקסטערע פאלק, ווי אזוי קענען זיך די אידן האלטן אפגעשייד פין די גוים. ווייל - ובגוים לא יתחשב - ווייל ביי די גוים האט ער נישט קיין חשיבות. און דאס איז א גרויסע טובה פאר א איד אז ער קען זיין אפגעזינדערט פון דעם גוי.
(דגל מחנה אפרים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג יולי 08, 2008 11:43 pm

אינטערסאנטע געדאנקן


- א -
ויגר מואב מפני העם.
אין בעל הטורים שטייט, אז בלק האט מורא געהאט ווייל ער האט געזען אז די זין האט זיך אפגעשטעלט פאר משה רבינו, דארף מען פארשטיין, פארוואס האט ער פון דעם נס מער מורא געהאט ווי פון אלע אנדערע נסים ?
נאר חז"ל זאגן אז בלעם האט געוואוסט פונקטליך וועלכע שעה השי"ת איז אין צארן, און ער האט געטראכט אז אין יענע שעה וועט ער קענען שעלטן די אידן. און די גמרא (ברכות ז') זאגט: אז די צייט איז ווען די זין שיינט אויף און די מלכים בוקן זיך צו די זין, דאן איז השי"ת אין כעס. דעריבער ווען בלק האט געהערט אז משה רבינו קען אפשטעלן די זון, האט ער מורא געהאט, ווייל איצט וועט שוין בלעם נישט וויסן ווען הקב"ה איז אין כעס, ווייל משה רבינו האט דעם כח אפצושטעלן די זון, וועט זיך השי"ת נישט רעגן, דעריבער ויגר מואב מפני העם.
(דברי יואל),
- ב -
אולי אוכל נכה בו. (כב. ו.)
בלק האט געזאגט צו בלעם, דורך דעם וואס דו וועסט זיי שעלטן - אפשר וועל איך קענען פארמינערן די אידן - דער מדרש זאגט, אזוי ווי איינער פארמינערט א"נס פון פיר און צוואנציגסטן טייל פון א סאה - וואס איז דער כוונה פון דעם מדרש.
ווייל די צאל פון די אידן איז געווען ששים רבוא. - ערשט דעמאלט זענען זיי בארעכטיגט צו ירושת הארץ. און כל זמן זיי זענען געווען ווייניגער (אזוי ווערט געזאגט אין מדרש) זענען זיי נאך נישט ראוי געווען צו גיין קיין ארץ ישראל.
ביי דער לעצטער ציילונג אין דער מדבר האט זייער צאל באטראפען 625,730 נפשות. אויף צו פארקלענערען די צאל אויף ווייניגער פון ששים רבוא, איז נויטיג געווען צו פארניכטען לכל הפחות א פיר און צוואנצניגסטל טייל און דאן וואלט זייער צאל דערגרייכט צו 599,658 נפשות. - ביי א קלענערען פראצענט, ביי למשל א פינעף און צוואנציגסטער טייל וואלטן זיי נאך אלץ געווען מער פון ששים רבוא - אלזא. די כוונה פון מדרש איז. אז בלק האט געשטרעבט צו פארמינערן די נויטיגע און פעסטגעשטעלטע צאל פון די אידן אלס פאלק וואס איז ששים רבוא. - דאס איז דער פשט פונעם מדרש "אולי אוכל נכה בו" - "אחד מעשרים וארבעה לסאה".
(ברוך טעם זצ"ל)
- ג -
לינו פה הלילה
מ'דארף פארשטיין וואס איז געווען דער חילוק צווישן די נביאות פון משה רבינו, און להבדיל בלעם הרשע, ווייל ס'איז דאך נישט מעגליך צו זאגן אז ביידע האבן זוכה געווען צו אייניגע נביאות.
נאר מ'קען דאס פארשטיין מיט א משל. צוויי קעניגן האבן געוועלטיגט יעדער אין זיין לאנד, ס'האט צווישן זיי געהערשט א גרויס ידידות. איינמאל האט דער קעניג געוואלט שיקן א וויכטיגע שליחות צום צווייטן קעניג. זעלבסטפארשטענדליך אז ער האט אויסגעזוכט א פאראנטווארטליכן מאן, אויף וועמען מ'קען זיך פארלאזן אז ער וועט אויספירן די שליחות ווי ס'דארף צו זיין.
ווען דער אנדערער קעניג האט באקומען די שליחות, האט ער אפגעשריבן אין א בריוו אן ענטפער צום קעניג, אבער דער קעניג האט שוין נישט געדארפט זוכען אזא פאראנטווארטליכן מאן, ווייל ער האט געשיקט זיין ענטפער אין א בריוו, האט ער זיך באגנוגנט מיט א פשוט'ן שליח, ווייל אויף איבערצוגעבן א בריוו איז יעדער גוט.
דאם איז געווען דער חילוק צווישן משה רבינו און בלעם. ביי משה רבינו שטייט "פה אל פה אדבר", דעריבער האט. ער געדארפט זיין ראוי צו וויסן ווי אזוי איבערצוגעבן זיין שליחות. דאקעגן בלעם, איז נאר געווען ווי א "פאסט-טרעגער", ווי ס'שטייט ביי בלעם "אשר ידבר ה"' אותו אדבר, דעריבער איז אפילו בלעם אויך גוט געווען.
(הגר"ח מבריסק ז"ל)
- ד -
הן עם לברד ישכון ובגוים לא יתחשב. (כג. ט.)
די אותיות "הן" קענען זיך מיט קיין איינעם פון די אותיות נישט צונויפפארען. - א' - מיט -ט'- איז צען: - ב' מיט ח' די איז צען: - ג' - מיט - ז' - איז צען, - ד' מיט א ו' איז צען. דאקעגען די ה' בלייבט שטיין איינזאם, זי האט נישט צו זיך קיין פארל, - דאס זעלבע איז מיט דער אות נו"ן, - י' - מיט - צ'- איז הונדערט, - כ' - מיט - פ' - איז הונדערט. ל' מיט ע' איז הונדערט, מ' מיט ס' איז הונדערט. די נ' אבער קען זיך מיט קיינעם נישט חבר'ן - און אזוי איז אויך מיט'ן פאלק ישראל - און דאס איז דער רמז אין פסוק "הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב". זיי זענען גלייך צו די אותיות "הן" ווייל מיט קיין שום פאלק אין דער וועלט, וועלן זיי זיך נישט צונויפצופארען און נישט צאממישן ,מיט קיין שום אומה ולשון!
(מדרש שמות רבה)
- ה -
ויחר אף אלקים כי הולך הוא. (כב. כב.)
די גמרא זאגט (ברכות ו) אז די גאנצע צייט וואס בלעם האט געוואלט שעלטן אידן, האט השי"ת נישט געצערענט, כדי בלעם זאל נישט אויסנוצען די רגע פון כעס און שעלטן אידן. דאס איז דער רמז אין פסוק: "ויחר אף אלהים" עס האט פארדראסן דעם כעס פון השי"ת, דעם מדת הדין - כי הולך הוא - וואס ער דער כעס, מוז אוועקגיין, ער מוז אויפהערן אויף א געוויסע צייט צו עקזיסטירען, השי"ת וועט זיך מיט אים נישט באנוצען. - כאטש באמת איז דאס נויטיג צו באנוצען פאר די רשעים וועגן - אבער אין דערצייט האט השי"ת נישט באנוצט דעם מדה פון כעס וועגן די טובה פון אידן.
(נחל קדומים ואמרי שפר)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג יולי 08, 2008 11:48 pm

מפרשים פר' בלק

(כ"ב, ג') "ויגר מואב מפני העם מאד כי רב הוא ויקץ מואב מפני בני ישראל". מואב האט מורא געהאט פון די אידן ווייל "רב הוא", פיל איז ער. וואס איז די כונה פון די ווערטער? בפשטות מיינט דאס, ווייל די אידן זענען א גרויסער פאלק. פרעגט דער רמב"ן, איז דען מואב נישט געווען א גרויסער פאלק?
זאגט דער רמב"ן, אז מואב איז נישט געווען אזא גרויסער פאלק, אזוי ווי די אנדערע פעלקער פון די וועלט. די אנדערע פעלקער וואס האבן זיך אנגעהויבן פון די קינדער פון נח, זענען שוין געווען גרויסער פעלקער, אבער די פאלק מואב האט זיך אסאך שפעטער אנגעהויבן, ממילא זענען זיי געווען א קלענערע פאלק. די אידן, כאטש זיי האבן זיך אויך אנגעהויבן שפעטער, פון דעסטוועגן זענען זיי שוין יא געווען א גרויסער פאלק, ווייל זיי האבן זיך פארמערט אין מצרים חוץ מדרך הטבע.
געוויסע מפרשים ווילן לערנען, אז די כונה פון "כי רב הוא" איז, אז זיי האבן געהערט וואס די אידן האבן געטוען צו די אמורי, וואס דאס איז געווען זייער א גרויסע זאך, וועגן דעם האבן זיי מורא געהאט.
זאגט דער רמב"ן, אז מואב האט נישט מורא געהאט פון די אידן אז זיי וועלן זיי הרג'ענען, ווייל זיי האבן געוויסט פון דעם וואס דער אויבערשטער האט באפוילן צו די אידן, "אל תצר את מואב" (דברים ב', ט'), אז די אידן טארן נישט אייננעמען מואב, נאר זיי האבן מורא געהאט, אז די אידן וועלן זיי מאכן אונטערטעניג, און זיי וועלן מוזן צאלן פאר די אידן שטייערן וכדומה.

(כ"ב, ד') "ויאמר מואב אל זקני מדין עתה ילחכו הקהל את כל סביבתינו כלחך השור את ירק השדה ובלק בן צפור מלך למואב בעת ההוא". רש"י אין ד"ה אל זקני מדין, ברענגט א ראי' פון א פסוק אין וישלח, אז מדין און מואב זענען אייביג געווען שונאים, ווייל די פסוק זאגט, "המכה את מדין בשדה מואב", איז א ראי' אז מדין און מואב האבן געהאלטן מלחמות.
פרעגן די מפרשים, אז עס איז בכלל נישט קיין ראי' פון די פסוק, ווייל דארט זאגט די פסוק, אז דער קעניג פון אדום, "הדד בן בדד", האט געשלאגן מדין אין די פעלד פון מואב, און עס רעדט זיך נישט בפשטות פון א מלחמה וואס מדין האט געהאט מיט מואב?
זאגט דער גור ארי' פשט, אז עס איז שווער, פארוואס האט הדד געשלאגן מדין אין די פעלד פון מואב, פארוואס האט ער נישט געשלאגן מדין אין זיין פלאץ. אלא מאי איז א ראי', אז מדין איז געקומען מלחמה האלטן מיט מואב, און הדד דער קעניג פון אדום, איז געקומען העלפן מואב, און ער האט געשלאגן מדין ווען זיי זענען געווען ביי מואב, ממילא איז א ראי', אז מואב און מדין האבן געהאלטן מלחמות.
זאגט דער גור ארי' ווייטער, טאמער דו וועסט וועלן זאגן, אז מדין איז געקומען העלפן פאר מואב אין זיין מלחמה וואס ער האט געהאט מיט אדום, און לויט דעם וועט שוין נישט זיין קיין ראי', אז מדין און מואב האבן געהאלטן מלחמות, אויב אזוי, וואלט הדד געדארפט שלאגן מואב אויך, און אין די פסוק איז משמע אז ער האט נאר געשלאגן מדין און נישט מואב.
רש"י זאגט אין ד"ה כלחוך השור, אז אלעס וואס דער אקס רייסט, איז נישט דא אין דעם קיין סימן ברכה. דער דעת זקנים מבעלי התוס' איז מסביר, ווייל אנדערע אנדערע בהמות ווען זיי עסן גראז, טוען זיי אפשניידן די גראז מיט זייערע צענער, ממילא וואקסט די גראז צוריק. אבער אן אקס, וואס האט נישט קיין אויבערשטע צענער, און ער האט נאר אונטעשטער צענער, קען ער נישט אפשניידן די גראז מיט זיינע צענער, ממילא טוט ער אויסרייסן די גראז פון די ווארצל, ממילא וואקסט שוין מער נישט צוריק.

(כ"ב, ה') "וישלח מלאכים אל בלעם בן בעור פתורה אשר על הנהר ארץ בני עמו לקרא לו לאמר הנה עם יצא ממצרים הנה כסה את עין הארץ והוא ישב ממלי". רש"י לערנט, אז "ארץ בני עמו" גייט ארויף אויף בלק. בלק האט געשיקט שלוחים צו בלעם קיין פתורה, וואס דאס איז געווען די פלאץ ווי בלק איז אויפגעוואקסן.
דער רמב"ן קריגט, און ער לערנט אז עס גייט ארויף אויף בלעם, אז דאס איז געווען די פלאץ ווי בלעם איז אויפגעוואקסן. די תורה וויל דא ארויסברענגען, אז בלעם איז געווען א גרויסער כישוף מאכער, ווייל מיר זעהן אין נביא ישעי' אז דער פלאץ, איז געווען א פלאץ ווי אלע מענטשן זענען געווען כישוף מאכער'ס. בלעם איז געווען דער גרעסטער פון אלע, ממילא איז ער געווען גאר א גרויסער כישוף מאכער. וועגן דעם האט בלק געשיקט נאך אים.
דאס איז די כונה פון די פסוק, "וישלח וגו' פתורה", בלק האט געשיקט שלוחים צו בלק קיין פתור, "ארץ בני עמו", וואס דאס איז די לאנד ווי בלעם איז אויפגעהאדעוועט געווארן, וואס מיר ווייסן דאך, אז דארט איז געווען א לאנד פון כישוף, און אויב בלעם איז אויך געווען פון דעם לאנד, איז ער דאך געווען די בעסטע פון די אלע כישוף מאכער'ס, און דאס איז די סיבה פארוואס בלק האט געשיקט נאך אים.
רש"י זאגט אין ד"ה והוא יושב ממלי, אז די שורש פון די ווארט, איז א לשון פון פארשניידן, ער זיצט דא מיר צו פארשניידן. אונקלוס טייטשט אנדערש, און ער זאגט, "מלקבלי", דאס איז א לשון פון אנטקעגן, ער זיצט אנטקעגן מיר.

(כ"ב, ו') "ועתה לכה נא ארה לי את העם הזה כי עצום הוא ממני אולי אוכל נכה בו ואגרשנו מן הארץ כי ידעתי את אשר תברך מברך ואשר תאר יואר". דער הייליגער רמב"ן שרייבט אין "אגרת הקודש", אז ווען ערליכע אידן, צדיקים, טוען באהעפטן זייערע מחשבות בעליונים, אלעס וואס זיי טראכטן דעמאלס, ווערט מקויים, סיי גוט'ס און סיי שלעכט'ס. דאס איז אויך די ענין פון תפלה און קרבנות, וואס דאס איז אן ענין פון דבקות בעליונים, און מיט דעם קען מען אויספועל'ן.
דאס איז אויך געווען די כח פון דער רשע בלעם, וואס מען האט געזאגט אויף אים, אז וועם ער בענטשט ווערט געבענטשט און וועם ער שעלט ווערט געשאלטן. וועגן דעם האט ער געוואלט קוקן אויף אלע אידן, כדי ער זאל קענען באהעפטן זיין מחשבה בעליונים און דורך דעם וועט ער קענען ממשיך זיין אויף די אידן א שלעכטע מחשבה. וועגן דעם זענען זיי געגאנגען פון איין פלאץ צום צווייטן, כדי צו קענען זעהן אלע אידן, ווייל נאר אזוי האט ער געקענט ממשיך זיין אויף זיי זיינע שלעכטע מחשבות.
דער הייליגער רמב"ן פירט אויס, אז דו זאלסט דאס גוט פארשטיין, און דו זאלסט זעהן פון דעם, ווי ווייט עס גייט דער כח פון א מחשבה, ממילא דארף מען זעהן דאס גוט אפצוהיטן.

(כ"ב, כ') "ויבא אלקים אל בלעם לילה ויאמר לו אם לקרא לך באו האנשים קום לך אתם ואך את אדבר אשר אדבר אליך אתו תעשה". די חז"ל מיט די מפרשים שטעלן זיך אויף א שטארקע קשיא, ווי אזוי איז שייך אז דער אויבערשטער זאל חרטה האבן פון וואס ער האט פריער געזאגט, פריער האט דער אויבערשטער אים געזאגט, אז ער זאל נישט גיין, און יעצט זאגט אים דער אויבערשטער, אז ער קען יא גיין? נאך איז שווער, שפעטער זעהן מיר, אז אין מיטן פון די וועג, "ויחר אף אלקים כי הולך הוא ויתיצב מלאך ה' בדרך לשטן לו וגו'". אויב דער אויבערשטער האט מסכים געווען אז ער זאל גיין, פארוואס האט זיך דער אויבערשטער ווייטער אויפגערעגט אויף אים? עס זענען דא עטליכע מהלכים אין די מפרשים ווי אזוי דאס אלעס צו פארענטפערן.
א- די חז"ל זאגן אין מסכת מכות, אז פון דא לערנען מיר ארויס אז, "בדרך שאדם רוצה ללכת בה מוליכין אותו". אין דער וועג וואס א מענטש וויל גיין, פירט מען אים, דאס מיינט אז מען לאזט אים גיין אין דעם וועג, וואס ווער וויל, ווייל א מענטש האט א בחירה. דער אויבערשטער האט אין אמת'ן נישט געוואלט אז ער זאל גיין, אבער וויבאלד בלעם האט געוואלט אזוי שטארק גיין, האט דער אויבערשטער מסכים געווען. למעשה וויבאלד עס איז געווען אנטקעגן די רצון פון דער אויבערשטער, האט דער אויבערשטער זיך אויפגערעגט אויף אים, און ער האט געשיקט א מלאך אים צו שטערן.
דער הייליגער מהרש"א איז מסביר די גמרא אין מכות, אז עס איז באקאנט, אז פון יעדן דיבור מחשבה און מעשה פון א מענטש, ווערט באשאפן א מלאך. ווען א מענטש האט א מחשבה צו טוען א זאך, סיי א שלעכטע זאך און סיי א גוטע זאך, ווערט שוין באשאפן א מלאך פון דעם מחשבה, און דער מלאך העלפט אים אויסצופירן זיין מחשבה.

זאגט דער מהרש"א, אז דער אויבערשטער האט טאקע נישט געוואלט אז ער זאל גיין, אבער וויבאלד ער האט געהאט א מחשבה יא צו גיין, איז שוין באשאפן געווארן א מלאך פון זיין מחשבה, און דער אויבערשטער האט געשיקט דעם מלאך אים צו זאגן אז ער זאל גיין.
ב- דער אבן עזרא ברענגט בשם רבינו סעדי' גאון, אז דער אויבערשטער האט מתחילה מסכים געווען אז ער זאל גיין, נאר דער אויבערשטער האט נישט געוואלט, אז ער זאל גיין מיט אזעליכע שוואכע שלוחים, נאר ער זאל גיין מיט מער חשוב'ע שלוחים. ווען בלק האט געשיקט מער חשוב'ע שלוחים, האט שוין דער אויבערשטער מסכים געווען אז ער זאל גיין.
פרעגט דער רמב"ן אויף דעם פשט צוויי קשיות. איין קשיא, עס שטייט דאך בפירוש אין פסוק אן אנדערע טעם פארוואס דער אויבערשטער האט נישט געוואלט אז ער זאל גיין מיט זיי. דער אויבערשטער האט געזאגט, "לא תלך עמהם וגו' כי ברוך הוא", אז דו זאלסט נישט גיין שעלטן די אידן, ווייל זיי זענען געבענטשט.
אויך איז שווער, אויב דער אויבערשטער האט מסכים געווען אז ער זאל גיין, פארוואס האט זיך דער אויבערשטער אויפגערעגט אויף אים אין מיטן פון די וועג?
ג- דער רמב"ן לערנט, אז דער אויבערשטער האט מתחילה געקענט באשטיין אז בלעם זאל גיין מיט די שרי בלק, אבער נישט אויף צו שעלטן די אידן, נאר זיי צו בענטשן. אויף צו שעלטן די אידן, האט דער אויבערשטער אים געאסר'ט צו גיין. וויבאלד זיי האבן דאך געוואלט אז ער זאל קומען אויף צו שעלטן, האט דער אויבערשטער אים געזאגט, אז ער זאל נישט גיין. בלעם האט געזאגט פאר זיי, אז דער אויבערשטער לאזט אים נישט גיין שעלטן די אידן.
ווען די שלוחים זענען געקומען צו בלק און זיי האבן אים פארציילט וואס בלעם האט געזאגט, האט ער נישט געגלייבט אז דער אויבערשטער האט אים דאס געזאגט, אז ער וויל נישט אז ער זאל גיין שעלטן די אידן, און ער האט געמיינט, אז בלעם וויל פון זיך אליין נישט קומען, ווייל עס האט אים נישט געפאסט צו גיין מיט אזעליכע שוואכע שלוחים, און ער איז נישט צופרידן מיט וויפיל שכר ער האט אים צוגעזאגט. וועגן דעם האט בלק געשיקט מער חשוב'ע שלוחים, און ער האט אים צוגעזאגט מער באלוינונג.
בלעם האט ווייטער געזאגט פאר די שלוחים, אז דער אויבערשטער וויל נישט אז ער זאל גיין שעלטן, און ער קען גארנישט טוען אן די רצון פון דער אויבערשטער. זאגט דער רמב"ן, אז בלעם האט נאכאמאל געפרעגט דער אויבערשטער אויף דעם ענין, און דאס איז נישט געווען קיין עולה צו פרעגן דער אויבערשטער נאכאמאל, נאכדעם וואס בלק האט געשיקט נאך שלוחים, ווייל עס איז אייביג גוט זיך כסדר שואל עצה צו זיין ביי דער אויבערשער, און ער האט געוואלט וויסן, וואס ער זאל טוען מיט די נייע שלוחים.

דעמאלס האט דער אויבערשטער געזאגט צו בלעם, איך האב דיר שוין פריער געזאגט, אז דו קענסט נישט גיין, אויף צו שעלטן, און דו האסט דאס געזאגט פאר די ערשטע שלוחים, און פון דעסטוועגן האט ער געשיקט צו דיר, אז דו זאלסט קומען. אויב דו ווילסט קענסטו גיין, אזוי ווי איך האב דיר געזאגט ביים ערשטער מאל, אבער נאר מיט דעם תנאי, אז דו גייסט מיט די חשבון, זיי צו בענטשן, און די שלוחים פון בלק זאגן דאס וויסן. זאגט דער רמב"ן, אז דער אויבערשטער האט געוואלט אז די אידן זאלן געבענטשט ווערן דורך דעם גוי'עשע נביא. (ווייטער וועלן מיר ברענגען עטליכע פשטים פון די מפרשים, פארוואס דער אויבערשטער האט דאס געוואלט)
לויט דעם קומט אויס, אז דא איז נישט געווען קיין שום שינוי אין די רצון פון דער אויבערשטער. בלעם האט אבער דא געטוען א גרויסע עולה. ער איז געגאנגען מיט די שרי בלק, און ער האט זיי נישט געלאזט וויסן, אז ער גייט אויף צו בענטשן די אידן. אויב זיי וואלטן דאס געוויסט, וואלטן זיי אים איבער געלאזט. ער האט דאס געטוען, ווייל ער האט געהאט א גרויסער חשק צו גיין מיט זיי, וועגן דעם האט ער זיך געמאכט, כאילו ער גייט מיט זיי, אויף צו שעלטן די אידן. דאס האט צוגעברענגט, אז דער אויבערשטער זאל זיך אויפרעגן אויף אים.
זאגט דער רמב"ן נאך טיפער פארוואס דער אויבערשטער האט זיך אויפגערעגט אויף אים, ווייל דאס האט גורם געווען א חילול ה', ווייל וויבאלד די שרי בלק האבן געמיינט אז ער קומט שעלטן, און זיי האבן דאך געהערט פון אים דאס ערשטער מאל, אז דער אויבערשטער האט געזאגט, אז ער זאל נישט גיין שעלטן, און יעצט האט דער אויבערשטער שוין יא מסכים געווען צו שעלטן. שפעטער ווען זיי וועלן זעהן, אז ער שעלט נישט די אידן, וועלן זיי מיינען אז דער אויבערשטער האט שוין ווייטער געטוישט זיין מיינונג. וועלן זיי מיינען, אז דער אויבערשטער טוישט כסדר זיין מיינונג, און דאס איז א חילול ה'.
אויך האבן זיי געקענט טראכטן, אז דער אויבערשטער האט געוואלט שפעטן אין זיי. איין מאל זאגט ער גיי נישט שעלטן אין נאכדעם גיי יא שעלטן און נאכדעם צוריק אויף נישט, כדי חוזק צו מאכן פון זיי, און דאס איז חלילה צום אויבערשטער צו טוען אזעליכע זאכן, ממילא איז דאס געווען א חילול ה'.
די מפרשים שטעלן זיך, פארוואס האט דער אויבערשטער געוואלט, אז די אידן זאלן געבענטשט ווערן פון דעם גוי'עשע טמא'נע נביא, אזוי ווי דער רמב"ן האט אויבן געברענגט, אז דער אויבערשטער האט דאס געוואלט. עטליכע תירוצים זענען דא אויף דעם.
א- דער רבינו בחיי זאגט, ווייל אויב א אידישע נביא וואלט עס געזאגט, וואלט דאס נישט געווען אזא גרויסער כבוד ווי יעצט, וואס א נביא פון די גוים וואס האט אונז פיינט געהאט, און פון דעסטוועגן אנטקעגן זיין ווילן האט ער אונז געמוזט געבן די ברכות. דאס איז אסאך מער חשוב.

ב- דער ש"ך על התורה זאגט, כדי מיר זאלן האבן וואס צו ענטפערן פאר די אפיקורסים וואס טענה'ן,אז עס איז נישט דא פאר די אידן קיין תחיית המתים און קיין חלק אין עולם הבא. יעצט וועט עדות זאגן די נבואה פון בלעם, אז אדרבה, פאר די אידן איז יא דא תחיית המתים און עולם הבא, און פאר די גוים איז נישט דא קיין תחיית המתים און עולם הבא, אזוי ווי ער זאגט, "הן עם לבדד ישכון".
ג- דער חתם סופר זאגט, ווייל די חז"ל זאגן, (אין מסכת שבת דף נ"ה ע"א) אז יעדע זאך וואס דער אויבערשטער האט צוגעזאגט צום גוט'ס, טוט דער אויבערשטער קיינמאל נישט צוריק ציען, אפילו מען איז נישט ווערט דערצו. זאגט דער מזרחי אין פרשת וישלח, אז דאס איז נאר געזאגט געווארן אויב דאס איז געזאגט געווארן דורך א נביא, אבער אויב דער אויבערשטער האט עס אליין געזאגט, קען ער יא צוריק ציען פון זיין רייד, וואס ער האט גערעדט גוט'ס.
אלע רייד פון גוט'ס וואס דער אויבערשטער האט גערעדט דורך משה רבינו, איז אזוי ווי דער אויבערשטער האט עס אליין גערעדט, ווייל עס איז געווען שכינה מדברת מתוך גרונו, ממילא קען עס בטל ווערן, אויב די אידן וועלן נישט זיין ווערט דערצו. יעצט אז דער אויבערשטער האט געזאגט די אלע גוטע זאכן דורך דער נביא בלעם, גייט עס שוין יא אריין אין די בחינה פון דעם וואס די חז"ל זאגן, אז דער אויבערשטער וועט דאס קיינמאל נישט צוריק ציען.

(כ"ב, כ"א) "ויקם בלעם בבקר ויחבש את אתונו וילך עם שרי מואב". זאגט רש"י, "אמר הקדוש ברוך הוא, רשע, כבר קדמך אברהם אביהם שנאמר וישכם אברהם בבקר ויחבוש את חמורו".
דער הייליגער חתם סופר איז מפרש די כונה פון דעם רש"י, עס שטייט אין חובת הלבבות (שער חשבון הנפש) אז א איד דארף זיך לערנען פון די זריזות וואס מען זעהט ווי אזוי די עוברי עבירה גייען מיט אזא זריזות אויף עובר צו זיין אן עבירה, אזוי אויך דארף א איד גיין מיט א זריזות אויף מקיים צו זיין א מצוה פון די תורה.
אזוי אויך דארפן מיר זיך לערנען פון די זריזות פון בלעם הרשע, ווי אזוי ער איז געגאנגען מיט אזא חשק און זריזות, צו שעלטן די אידן, אזוי ווי מיר זעהן אז ער האט אליין איינגעשפאנט זיין אייזל. דאס אליין וועט זיין פאר בלעם א סיבה רחוקה, פאר די עבדי ה' זיך צו לערנען אויף זריזות צו א מצוה.
זאגט דער אויבערשטער צו בלעם, די רשע, אויף דעם איז אויך נישט ווערט דיין זריזות, ווייל אברהם אבינו האט שוין געמאכט אזא זריזות ווען ער איז געגאנגען טוען א מצוה, ממילא האבן שוין די אידן פון וואו זיך ארויס צו לערנען דעם זריזות אויף א מצוה און זיי דארפן נישט דעם לימוד פון דיר.

(כ"ב, כ"ג) "ותרא האתון את מלאך ה' נצב בדרך וגו'". זאגט דער רמב"ן, אז עס קען נישט זיין אז א בהמה זאל זעהן א מלאך, ווייל א מלאך איז כולו רוחניות און עס איז נישט מעגליך פאר א גשמיות'דיגע אויג צו זעהן א זאך וואס איז כולו רוחניות. אפילו די אויג פון א מענטש קען אויך נישט זעהן קיין מלאך, און דאס וואס מיר טרעפן אין תנ"ך אז נביאים האבן געזעהן מלאכים, דאס מיינט נישט אז זיי האבן געזעהן מיט זייערע גשמיות'דיגע אויגן, נאר זיי האבן דאס משיג געווען מיט דער ראיית הנשמה, נאכדעם וואס זיי זענען אנגעקומען צו די מדריגה פון נבואה. אבער דאס איז זיכער, אז א בהמה קען נישט זעהן קיין מלאך.
זאגט דער רמב"ן, וועגן דעם מוז מען זאגן, אז דאס וואס עס שטייט אז די בהמה האט געזעהן דער מלאך מיינט צו זאגן, אז די בהמה האט מרגיש געווען, אז עס איז דא דארט א זאך וואס האט איר דערשראקן, וואס האט איר נישט געלאזט ממשיך זיין צו גיין אויף דער וועג, און די תורה פארציילט אונז, אז דאס איז געווען א מלאך פון דער אויבערשטער.
זאגט דער רמב"ן, לויט דעם וועלן מיר פארשטיין דאס וואס מיר זעהן שפעטער ווען בלעם האט געשלאגן זיין אייזל, און דער אויבערשטער האט געמאכט א נס, אז דער אייזל האט אנגעהויבן צו רעדן, האט דער אייזל געזאגט צו בלעם, "ההסכן הסכנתי לעשות לך כה", צו דען בין איך געווען געוואוינט צו מאכן פאר דיר אזעלכע זאכן. פארוואס האט דער בהמה נישט געזאגט קלאר, אז א מלאך איז געשטאנען און האט מיר געשטערט פון צו גיין ווייטער? אלא מאי איז א ראי', אז דער בהמה האט נישט געזעהן דער מלאך, נאר עס האט געשפירט א פחד פון צו גיין ווייטער.
נאכדעם זאגט דער רמב"ן, אז עס קען אפשר זיין, אז די בהמה האט יא ממש געזעהן דער מלאך, און דער אויבערשטער האט געמאכט א נס, אז די בהמה האט געקענט זעהן דער מלאך, אזוי ווי עס איז געווען די נס, וואס די אייזל האט געעפענט איר מויל, און עס האט גערעדט.
זאגט דער רמב"ן, אז דער אויבערשטער האט געמאכט די נסים, צו ווייזן פאר בלעם, אז דער אויבערשטער עפענט אויף א מויל כדי צו קענען רעדן און ער פארמאכט א מויל, אז איינער זאל נישט קענען רעדן, און ער האט געוואלט מרמז זיין מיט דעם, אז ער וועט נאר קענען רעדן וואס דער אויבערשטער וועט וועלן אז ער זאל רעדן, און ער וועט נישט קענען שעלטן די אידן אנטקעגן דער רצון פון דער באשעפער.

(כ"ב, כ"ד) "ויעמד מלאך ה' במשעול הכרמים גדר מזה וגדר מזה". זאגט דער יונתן בן עוזיאל, אז דער גדר איז געווען דאס וואס יעקב און לבן האבן אויפגעשטעלט ווען זיי האבן זיך געזעגענט איינעם פון צווייטן, אין סוף פרשת ויצא, און זיי האבן געמאכט א נדר, אז קיינער וועט נישט אדורך גיין דעם הויפן שטיינער, אויף שלעכט צו טוען פארן אנדערן. דארט שטייט אז זיי האבן געזאגט, אז דער הויפן שטיינער וועט זיין עדות, אז קיינער וועט נישט עובר זיין אויף די נדר.

דער תרגום יונתן לערנט, אז בלעם איז געווען לבן, און יעצט איז ער געגאנגען עובר זיין, זיין נדר וואס ער האט געמאכט מיט יעקב, און דער הויפן שטיינער וואס איז געווען עדות, איז געקומען אים שטראפן, און זיין פוס איז צוגדעריקט געווארן צום הויפן שטיינער, און ער איז פון דעם געווארן א הינקעדיגע זיין גאנץ לעבן.

(כ"ב, כ"ו) "ויוסף מלאך ה' עבור ויעמד במקום צר אשר אין דרך לנטות ימין ושמאול". רש"י ברענגט פון דער מדרש תנחומא, "מה ראה לעמוד בשלשה מקומות, סימני אבות הראהו". דאס וואס דער מלאך האט זיך געשטעלט אויף דריי ערטער, דאס איז געווען צו מרמז זיין די דריי אבות. רש"י ברענגט דער תנחומא זייער בקיצור, און דער דעת זקנים מבעלי התוס' ברענגט דער גאנצע תנחומא, אז מען זאל קענען קלארער פארשטיין וואס דער תנחומא זאגט.
דער ערשטער מאל וואס דער מלאך האט זיך געשטעלט, איז עס געווען אין א שדה, וואו מען האט געקענט גיין צו ביידע זייטן פון דער מלאך. דאס קומט מרמז צו זיין, אז אויב דו ווילסט שעלטן די קינדער פון אברהם, זאלסטו גיין צו איינע פון די זייטן. אויף איין זייט איז דא ישמעאל און אויף דער אנדערע זייט איז דא די בני קטורה. אבער יצחק וואס איז אינדערמיט זאלסטו נישט שעלטן.
ביי די צווייטע פלאץ האט אים דער מלאך אפגעשטעלט במשעול הכרמים, וואס דארט איז געווען פלאץ נאר פאר צוויי, ממילא האט די אייזל נאר געקענט גיין צו איין זייט. דאס איז געווען מרמז צו זיין, אז אויב דו ווילסט שעלטן די קינדער פון יצחק, קענסטו נאר גיין צו איינער פון די זייטן, וואס דאס איז עשו, אבער יעקב וואס איז ביי דער אנדערע זייט, קענסטו נישט שעלטן.
ביי דעם דריטן פלאץ, האט זיך דער מלאך געשטעלט "במקום צר אשר אין דרך לנטות ימין ושמאול". דאס איז געווען מרמז צו זיין, אז ביי יעקב איז אלעס הייליג און דו קענסט נישט שעלטן ביי קיין איינע פון די זייטן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג יולי 08, 2008 11:49 pm

פרפראות






א. "וירא בלק בן צפור", למה נקרא שמו בלק - שבא ללוק את דמם של ישראל. בן צפור – שעף עליהם כצפור לקללם.
(בעל הטורים)
ב. "כלחוך השור" למה דווקא שור, מפני שהשור אין לו שיניים למעלה, ועוקר עם השורש.
(דעת זקנים)
ג. למה נקרא שמו בלעם – שרצה לבלוע את עם ישראל.
ד. "כי ידעתי את אשר תברך מבורך", שואל ה"אור החיים", איך ייתכן, שפה טמא כזה יתקיימו ברכותיו, אלא האמת היא, שברכת בלעם כברכת חמור, רק ידע את מזלו של האיש מאיצטגנינות שלו, אם עשיר יהיה, או מלך, או שר, ולפי זה היה מברכו, והיתה הברכה כאילו מתקיימת, ואח"כ היה בא ודורש ממנו כסף. ויש מוסיפים על-זה, שזה מה שאמר הכתוב "אשר תברך, מבורך" – שכבר מבורך מקודם.
ה. "הנה עם יצא ממצרים", למה היה צריך להזכיר זאת, מפרש ה"אור החיים", שבלק אמר לבלעם, אתה היית מהיועצים של פרעה – גזירת היאור והתבן, ועצותיך לא הצליחו, והראיה – "הנה עם יצא ממצרים" בכבוד ובריבוי, ואמר לו, עכשיו לך אתם בדרך אחרת.
ו. "וקסמים בידם" – מפרש רש"י, "קסם זה נטלו בידם, אם יבא מיד יש בו ממש, אם ידחנו אין בו תועלת, וכשאמר לינו פה הלילה, אין בו תקוה", שואל הגר"א, מה ענין שלש הלשונות - ממש, תועלת, תקוה, ומפרש, אצל משה מצינו לפעמים שאומר, כעת אין לי תשובה, "עימדו ואשמעה מה יצוה ה'", ואמרו, אם בלעם יבא מיד, יש בו ממש – שיש בו מעלה גדולה ממשה, ואם יאמר להמתין קצת, אין בו תועלת – כי כוחו כמו של משה, ואם יקלל, אז משה יבטל, וכשאמר לינו פה הלילה – אם-כן כוחו פחות ממשה, ואז אין בו שום תקוה.
ז. בלעם היה יודע דעת עליון –שהיה יודע את הרגע שה' כועס. וברגע זו אפשר לומר את המלה כלחלום, וזהו שנאמר "ותרועת מלך בו" – תיבת כלם נתהפך למלך.
ח. שואלים, רש"י אומר שהגויים ביקשו נביא, וה' נתן להם את בלעם לנביא, ואומרים חז"ל, שכוחו היה ככוחו של משה, ודרשו על הכתוב "ולא קם נביא בישראל כמשה" – בישראל לא קם, אבל בגויים קם, אם-כן איך היה רשע כל-כך, והלא ה' דיבר אתו. ומתרצים ע"פ משל, ב' נשים בישלו אותו תבשיל, אצל האחת יצא האוכל בטעם ובריח טוב ונעים, ואילו אצל השניה יצא התבשיל בטעם ובריח רע, שאלה אותה האשה לחברתה, הרי שתינו בישלנו אותו תבשיל, ולמה שלי יצא מקולקל, שאלה אותה, האם רחצת את הכלי לפני שבישלת בו, אמרה לה, לא רחצתי את הכלי, השיבה לה, א"כ מובן הדבר, שבישלת את התבשיל הטוב, בתוך כלי מלוכלך, ולכן יצא כך התבשיל. וזהו הנמשל, משה הכין את-עצמו לכלי יפה במצוות ובמעשים-טובים, כאשר מצינו, כשהיה רועה צאן, וריחם על הצאן, ולכן היה כלי צח ונקי וקיבל השראת השכינה, ועלה במעלות הנבואה, משא"כ אצל בלעם שהיה מלוכלף ומטונף, וקלקל את כל הטוב שקיבל.
ט. "לא אוכל לעבור את פי ה' א' לעשות קטנה או גדולה", קשה, אם קטנה אינו יכול, אז בוודאי לא יוכל לעשות גדולה, ומפרש הגר"א, שה' שם לבלעם שני כלים – רסן, וחכה, הוא רצה לקלל בשם א-להים – מדת הדין, בא הרסן ועצרו, ונשאר בשם א-ל – שזהו מדת הרחמים, בא לקלל בשם קטן – י-ה – מדת הדין, באה החכה, ומשכו לפיו, ויצא השם י-ה-ו-ה – שזהו מדת הרחמים, וזהו שאמר בלעם, לא שם קטן של דין, ולא שם גדול של דין. ומוסיף הכתוב, "מה אקוב לא קבה א-ל, ומה אזעום, לא זעם י-ה-ו-ה.
י. ה' אמר לבלעם "קום לך אתם, וילך עם שרי מואב, ויחר אף ה'", שואלים, הרי ה' נתן לו רשות ללכת, אם-כן למה חרה אפו, ומפרש הגר"א, כי יש ב' לשונות – אתם ועמם, אתם – פי', שהולך אתם, אך לא בעצה אחת, ועמם – פי', שהולך עמם ביחד, בעצה אחת, הקב"ה אמר לבלעם, "קום לך אתם" וכתוב "וילך עם שרי מואב". (קול אליהו)
יא. "ויחבוש את אתונו", אמר לו הקב"ה, רשע!, כבר קדמך אברהם אביהם, שנאמר "וישכם אברהם בבקר, ויחבוש את חמורו". (רש"י). שואלים, מהו הדמיון בין אברהם הצדיק לבלעם הרשע, ומפרש אחד מן הצדיקים, שאמר לו ה' בק"ו, אם אברהם הצדיק רצה לשחוט את בנו כדי לעשות רצוני, ולבסוף לא יצא מזה כלום, כל-שכן אתה שמתכוין לקלל את בני – נגד רצוני, בוודאי לא ייצא מזה כלום.
יב. חז"ל אומרים, שבלעם היה בנו של בעור, ובעור היה בנו של לבן. האר"י הק' אומר, שהם היו אותה נשמה, לבן ר"ת - לבן, בלעם, נבל. גם התרגום יונתן אומר, בלעם זה לבן.
יג. "גדר מזה, וגדר מזה", אומר רש"י – סתם גדר של אבנים. כי יעקב כרת ברית עם לבן "גל עד" – שאסור לעבור לרעה אחד אל השני, וזהו שמפרש רש"י, סתם גדר של אבנים – שלא קיים לבן את הברית. ולכן נענש בלעם מהגדר – "ותלחץ רגל בלעם".
(מעינה של תורה)
יד. בלק הקריב 42 קרבנות – ב"במות בעל", בנה 7 מזבחות, ועל כל מזבח הקריב פר ואיל, הרי 14. ב"שדה צופים", בנה 7 מזבחות, ועל כל אחד הקריב פר ואיל, הרי 14. ב"ראש הפעור", ג"כ בנה ז' מזבחות, ובכל מזבח הקריב פר ואיל, הרי 14, סה"כ 42 קרבנות. ואמרו חז"ל, שבזכות שהקריב 42 קרבנות, זכה ויצא ממנו רות.
טו. למה בנה ז' מזבחות, כנגד ז' מזבחות שבנו כל האבות – אברהם בנה 4 מזבחות, יצחק בנה 1 מזבח, ויעקב בנה 2 מזבחות. אמר בלק, אני אבנה ז' מזבחות, כנגד מה שבנו כל שלשת האבות.
טז. רש"י מביא בשם ה"מדרש תנחומא", שבלעם נעצר ג' פעמים, סימן אבות הראהו. מסביר ה"דעת זקנים", בתחילה נעצר, והיה לו דרך מב' הצדדים, ורמז לו, שיכול לקלל משני הצדדים, מימין – לבני ישמעאל, ומשמאל – לבני קטורה, וזהו סימן לאברהם. בפעם השניה, נעצר, והיה לו דרך רק מצד אחד – רק לעשו, וזהו סימן ליצחק. בפעם השלישית, נעצר, ולא היה לו דרך כלל, וזהו סימן ליעקב, שכל בניו היו צדיקים, ואין לו שום דרך לקללם. וזהו שאמר רש"י – סימן אבות הראהו.
יז. "מה עשיתי לך, כי הכיתני זה שלש רגלים", למה כתוב רגלים, ולא כתוב פעמים, מפרש רש"י, שרמזה לו – אתה הולך לעקור אומה שחוגגת שלש-רגלים. שואלים, למה הזכירה לו דווקא את מצות שלש רגלים, יש מפרשים, כי כלל-ישראל מקיימים מצות עליה-לרגל, בשמחה, ככתוב, "שמחתי באומרים לי בית ה' נלך", ואפילו שהיה עליהם ללכת דרך ארוכה, כמו שאמרו חז"ל, שהיה מהלך רב של 15 יום עד נהר-פרת, ובוודאי באמצע הדרך הם מצטערים ונכשלים בעצים ובאבנים ובסלעים, ובכל-זאת עושים מצוה זו בשמחה, ואתה שקיבלת פעם-אחת מכה בקיר, כבר אתה כועס ומכה.
(תורת הפרשה)
יח. יש מפרשים, ה' שאל לבלעם, אתה רוצה לקלל את ישראל ולהשמידם, ואז, מי יקיים את התורה, אמר לו בלעם, אני אקיים את התורה, אמר לו ה', אתה סומא בעין אחת, וחיגר ברגל אחת, ופטור אתה מלעלות לרגל, אם-כן מה יהיה עם מצות עליה לרגל.
(מעינה של תורה)
יט. כתוב "הן עם לבדד ישכן", חז"ל אומרים שבלק אמר לבלעם, אם אין אתה יכול לקלל את ישראל לבד, אז תקלל אותם ביחד עם עוד אחד מהאומות, השיב לו בלעם, "הן עם לבדד ישכן" – עם ישראל מובדלים משאר האומות במאכלם – שאוכלים רק מאכלים כשרים, בלבושם – שלובשים ציצית, בבתיהם – שמניחים מזוזה, בגופם – שהם מהולים. ה"בני יששכר" אומר, לפעמים רואים בני-נוער כשהם צעירים, הם מוצלחים ביותר בכשרונותיהם, וכשגדלים, הם חלשים בתורה, זהו בגלל שאין נזהרים באכילתם, ומטמטם את הלב.
כ. ויש מפרשים, כי הגויים משולים למים, שנאמר "והרשעים כים נגרש", וישראל משולים לאש, ככתוב "והיה בית יעקב לאש", הטבע של מים, כאשר הם ביחד עם אש, אז הם מכבים את האש, אך אם הם בנפרד, אז האש מייבשת את המים. גם אצל ישראל, כאשר הם ח"ו ביחד עם הגויים, הגויים שולטים בהם, אך אם הם בנפרד, אז ישראל מתגברים, ומייבשים אותם, וזהו הפי' "הן עם לבדד ישכן" – שהם נפרדים מהגויים, ולכן לא יוכל עליהם.
(מהר"ל מפראג)
כא. אצל בלעם כתוב "ויבא א' אל בלעם", ואצל משה כתוב "ויקרא אל משה", לכאורה נראה שבלעם ח"ו יותר חשוב ממשה, שהרי ה' בא אליו. ומפרש ה"דעת זקנים" ע"י משל, אדם מצורע בא אל שער-המלך, והמלך יושב בארמונו, באו להגיד למלך, שהמצורע מבקש ליכנס אליו, אמר המלך, אל תכניסו אותו, שלא ילכלך את הארמון, אלא אני אצא אליו. אך כשבא איש מכובד אל המלך, אז המלך קוראו שיכנס בפנים, ומדבר אליו בדרך-כבוד. כך, אצל בלעם, ה' בא אליו, ומשה קראו ה' שיבא בפנים.
כב. מספרים, שבשואה היה נאצי-רשע ימ"ש, והיה לו עין אחת תותבת, ותפס יהודי אחד, ואמר לו שהוא חייב לומר לו איזה עין היא אמיתית, ואיזו היא עין תותבת, ואם לא יידע, יהרוג אותו, היהודי התפלל אל ה' והצליח לומר לו איזו היא העין האמיתית, שאלו, מאין הצלחת להבחין, והשיבו, שהוא רואה בעין-אחת שהשנאה ליהודים יוקדת בה, ובעין השניה אינו רואה כך, אזי ידע איזו היא העין האמיתית.
כג. "מה טובו אהליך יעקב" אומרים חז"ל, אלו בתי-כנסיות ובתי-מדרשות. מספרים, שפעם אחת שאל אחד את הנצי"ב מוואלוז'ין, היאך יכול להתגורר בסמוך לישיבה – שיש בה רעש גדול, וקול-תורה, ואיך זה אין מפריע לו לישון. ענה הנצי"ב ואמר, כי הרי גם ליד טחנת-הקמח מתגוררים בעלי-הבית של הטחנה, ולא שמעתי שיש להם טענות על רעש הטחנה, ואדרבה, יש להם שינה עריבה ומתוקה, לאחר שיודעים שמרויחים ממנה הרבה כסף, גם אני כאשר שומע אני את קול-התורה, אז אני חושב על הכתוב "מה טובו אהליך יעקב" ואני נהנה מתוך שינה.
(תורת הפרשה)
כד. בפסוק "מה טובו אהליך יעקב משכנותיך ישראל" יש ו' תיבות, כנגד 6 מקדשות שהיו לישראל: גלגל, שילה, נוב, גבעון, בית-ראשון, בית-שני.
(בעל הטורים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג יולי 08, 2008 11:50 pm

סיפורים
פרשת בלק
הרה"ק ר' צבי הירש מזידיטשויב זצ"ל פלעגט נישט זאגן דברי תורה פרשת בלק, ערקלערנדיג, "אין אזא וואך וואס דער רשע האט זיך געעפענט דאס מויל וויל איך מיר נישט עפענען" נאך א טעם ווייל אין ינוקא אופן זוה"ק ווערט שוין דערמאנט דברי תורה אויף פרשת בלק, אזוי ווי ער האט זיך געהאלטן פאר א גילגול פונעם ינוקא האט ער נישט געוואלט זאגן דברי תורה. מערקווירדיג איז אז זיין יארצייט פאלט געווענליך אויס אין פרשת בלק, (י"א תמוז).
* * *
וירא בלק בן צפור
בדרך צחות פלעגט הרה"ק רבי ר' מאיר מפרעמישלאן זצ"ל טייטשן: וירא, ער האט געזען, בלק, ווען איינער קומט מיט לאקין (שיינע געקרייזעלטע פיאות) בן, האט ער פארשטאנען, צפור, דער איז יענער פויגל...
* * *
בלעם בן בעור
דער הייליגער ישמח משה ברענגט, כ'האב געזעהן אין א חלום אז דער האר"י הק' איז געווען א גילגול פון בלעם, דעריבער האט ער געלעבט פיר און דרייסיג יאר, אזוי ווי די יארן פון בלעם, מתקן צו זיין וואס ער האט מקלקל געווען, צופרי ווען כ'האב מיך דערוועקט האב איך געזען אז ס'שטימט טאקע ווייל בלעם מיט זיינע שלעכטע עצות האט געשמדט אידן ר"ל, און דער האר"י הק' האט אין זיינע צייטן מתקן געווען אז עס זאל נישט פארקומן קיין השמדות.
* * *
אין די שטאט זאמוטש איז געווען א קריגעריי צווישן די אידן און להבדיל די דארטיגע גוים, ביז מ'האט באשלאסען צו מאכען א וויכוח, און ווער עס וועט געווינען וועט האבן די אויבערהאנט. די גוים האבן ארויסגעשטעלט זייער גלח, און די אידן דעם צדיק הרה"ק ר' יואל בעל שם זצ"ל, (ווערט דערמאנט אין קב הישר סימן ס"ט ע'). ר' יואל האט געברענגט מיט זיך א פלעשל טינט און באפוילן ווען מ'זעט א פארענדערונג אין זיין פנים זאל מען ארויפגיסן די טינט אויף אים, וכך הוה, מ'האט ארויפגעגאסן די טינט און ער איז צוריק געקומען צו זיך.
האט ער שפעטער ערקלערט אז דער גלח האט געהאט אין זיך א ניצוץ פון בלעם הרשע, האב איך געטענה'ט פארן כסא הכבוד אז עס איז נישט ריכטיג, א בלעם מעג נאר זיין אויב עס איז דא אקעגן אים א משה רבינו, אויב איז נישטא קיין משה רבינו טאר נישט זיין א בלעם, מ'האט מיר נאכגעגעבן און איצט האב איך ארויסגענומען זיינע כוחות, און מ'דארף מער נישט מורא האבן פון

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג יולי 08, 2008 11:51 pm

וירא בלק וכו' (כב-ב) דער טעם פארוואס בלק הרשע האט זוכה געווען אז א פרשה פון די תורה זאל אנגערופן ווערן אויף זיין נאמען איז: ווייל למעשה זענען דאך אלע גוים שונאי ישראל ווייל "בידוע שעשיו שונא ליעקב" נאר די גוים באהאלטן זייער שנאה און מיר ווייסן זיך נישט צו היטן פון זיי. אבער בלק האט מגלה געווען זיין שנאה צו די יודן און האט עס נישט באהאלטן. און אויף אזא אמת'ן גוי איז ווערט אז א סדרה זאל אנגערופן ווערן אויף זיין נאמען.
(הרה"צ רבי מאיר מפרמישלאן זצ"ל)

וישלח מלאכים אל בלעם בן בעור וכו' (כב-ה) ואם תאמר מפני מה השרה הקב"ה שכינתו על גוי רשע ? כדי שלא יהי' פתחון פה לאומות לומר אילו היו לנו נביאים חזרנו למוטב, העמיד להם נביאים והם פרצו גדר עולם. (רש"י) לכאורה בלייבט דאך ווייטער שווער ווייל די אומות העולם קענען ווייטער האבן א פתחון פה אז צו זיי האט מען אבער נישט געשיקט קיין נביא אמת אזוי ווי משה רבינו, נאר להבדיל א רשע ווי בלעם ימ"ש. האט אויף דעם געענפערט דער הייליגער רבי ר' בונם פון פשיסכא זצ"ל, מיט א מעשה וואס האט מיט איהם פאסירט, ער איז אמאהל געגאנגען צו בערלין זיך צו היילן די אויגן, ווען ער איז אנגעקומען קיין בערלין האט ער אנגעהויבן צו זיכן א גוטן דאקטער, האט מען איהם מייעץ געווען אז ער זאל אפשר גיין צו א גרויסן דאקטער וואס היילט אויס מענטשן מיט סגולות, האט אויף דעם דער רבי געענפערט, איך בין דא געקומען ווייל די תורה האט געזאגט "ורפא ירפא" דאס הייסט אז די תורה האט איבערגעגעבן א כח אין א דאקטער אז ער זאל מעגן אויסהיילן בדרך הטבע, אבער אויב איר הייסט מיר זיך אויסהיילן מיט כוחות שלא על פי דרך הטבע, קען איך דאך שוין גיין צו דעם ריכטיגן גדול און צדיק הדור דער הייליגער קאז'ניצער מגיד. די זעלבע איז אויך דא, די אומות העולם גלייבן דאך נישט אז די אלע אותות ומופתים זענען העכערע כוחות, נאר צופעליגע געשעענישן, וועגן דעם האט מען זיי אויך געגעבן א נביא וואס זאל זיי ווייזן אז עס איז יא דא אזא זאך ווי העכערע איבערנאטירליכע כוחות, וועגן דעם וועלן זיי נישט קענען האבן קיין פתחון פה, ווייל אויב זיי האבן שוין יא געגלייבט אין אזעליכע זאכן, וואלטן זיי שוין געדארפט גלויבן אין דעם אמת'ן נביא, משה רבינו.

הנה עם יצא ממצרים הנה כסה את עין הארץ וכו' (כד-ה) חז"ל זאגן אז בלעם הרשע איז געווען פון די עצה געבערס פון פרעה ווען ער האט געזאגט "הבה נתחכמה לו" און ער האט געגעבן די עצה אז מען זאל פייניגן און הארגענען די יודישע קינדער, וועגן דעם האט בלק יעצט געזאגט צו בלעם הרשע אז דער פאלק וואס איז ארויס פון מצרים איז זייער גרויס געווארן, דאס הייסט אז עס האט גארנישט געהאלפן דיינע עצות וואס דו האסט פרובירט אין מצרים, ווייל זיי זענען דאך זייער פיל, אויב אזוי, פרוביר אן אנדערע עצה, "לכה נא ארה לי" וכו'.
(אור החיים הקדוש)

לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל וכו' (כג-כא) דער ווארט "עמל" איז ר"ת "לא מתוך עצבות" ווען יודן זענען בשמחה דעמאלס קענען זיי אנקומען צו גאהר א הויכע מדריגה, און דעמאלס וועט זיין די ברכה פון "לא הביט און ביעקב" וגו'
(אמרי חיים)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג יולי 11, 2008 11:04 am

אהרןרייך האט געשריבן:במחילת כבוד הרב

שרייבט אויף תורות לפרשת בלק, אז...

"בלעם בן בעור
דער הייליגער ישמח משה ברענגט, כ'האב געזעהן אין א חלום אז דער האר"י הק' איז געווען א גילגול פון בלעם, דעריבער האט ער געלעבט פיר און דרייסיג יאר, אזוי ווי די יארן פון בלעם, מתקן צו זיין וואס ער האט מקלקל געווען, צופרי ווען כ'האב מיך דערוועקט האב איך געזען אז ס'שטימט טאקע ווייל בלעם מיט זיינע שלעכטע עצות האט געשמדט אידן ר"ל, און דער האר"י הק' האט אין זיינע צייטן מתקן געווען אז עס זאל נישט פארקומן קיין השמדות."

עס האט מיר אנגעכאפט א ציטער וואס אין מיין לעבען האב איך דאס נישט גהערט אדער געלערנט אז אזא הייליגע צדיק זאל זיין אזא הוי אמינא.

נאכקוקענדיג די ווערטער זעה איך וז"ל


ספר ישמח משה - פרשת בלק דף עה.
איעצך אשר יעשה העם הזה לעמך וגו' (במדבר כד יד). במוצאי חג השבועות אלי דבר יגונב בחלומי, דהאר"י ז"ל חי ל"ד שנין, משום דתיקן מה שקלקל בלעם הרשע בל"ד שנין דחי, כמבואר בגמרא (סנהדרין דף ק"ה ע"ב) דחי ל"ד שנין. ואתבונן אלי בבקר, והנה הוא אמת דבלעם הרשע פעל השמדיות על ידי חטא פעור נפערו לגזור עליהם שמדיות. והיינו איעצך אשר יעשה העם הזה לעמך באחרית הימים, והבן זה. והאר"י ז"ל תיקן שלא יהיו שמדיות, והבן זה:

קומט אויס אז די אר"י הקדוש האט מתקן געוועהן דעם ענין פון דעם רשע בלעם וואס האט קאליע געמאכט אויף דעם וועלט 34 יאהר, און די הייליגע לעבען פון אר"י ז"ל האט דאס אלעס מהפך און מתקן געוועהן לטובה אבער חלילה צו טראכטען אז מ'רעדט דא פון א גלגול

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » זונטאג יוני 28, 2009 12:40 am

עלה נעלה

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג יוני 21, 2010 8:36 pm

ארויף געשלעפט פון קעלער
the SCY is the limit

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יוני 23, 2010 11:15 am

כ'טראכט יעצט. פארוואס האט דער רבוש"ע געדארפט עפענען דייקא דעם מויל פונעם אייזל? נאר ווייל איידער בלעם גייט עפענען דעם גרויל—מויל צו רעדן קעגן אידישע קינדער, מעלדט מען אים איין: אן אייזל קען אויך רעדן, ווען מ'רעדט ווי א מענטש איז מען ווערט צו זיין א מענטש, אבער ווען מ'רעדט ווי אן אייזל איז מען נישט מער ווי אן אייזל, און ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, אן עם הדומה "לחמור"!

שם משמעלקא
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יוני 24, 2010 1:57 pm

דער אתון האט געזאגט פאר בלעם 'מה עשיתי לך כי הכיתני זה שלש רגלים'
זאגט רש"י און פסוק כ"ח 'רמז לו אתה מבקש לעקור אומה החוגגת שלש רגלים בשנה'.
פון אלע מצוות און מעשים טובים פון די אידען האט דער אתון פינקט דערמאנט די שלש רגלים. פארוואס?

שפעטער און די פרשה קאפיטל כ"ד פסוק א' שטייט 'וישת אל המדבר פניו' זאגט רש"י דארט איין ווארט 'כתרגומו'
דער תרגום אויף 'וישת אל המדבר פניו' שרייבט 'ושוי לקבל עגלא דעבדו ישראל במדברא אפוהי'
בלעם האט געוואלט מעורר זיין דער חטא העגל וואס אידען האבען געמאכט און מדבר.

האב איך געקלערט א פשט צו פארענטפערען מיין דיוק אזוי.

די גמרא זאגט (דאכט זיך מיר און מועד קטן) המבזה את המועדות כאילו עובד עבודה זרה. זאגט רש"י דארט אז עס מיינט חול המועד.
כ'האב געהערט אמאל ביי א שלש סעודות פון אויווארער רב ז"ל א פשט און דער גמרא. (איך געדענק נישט בשם וועמען ער האט עס געזאגט)
אז מען רעכענט צוזאם די שעות פון די שלש רגלים קומט אויס 360 שעה.
פסח איז זיבען טעגץ 7 שבועות איז 1 טאג, און סוכות איז 7 טאג ציזאמען איז 15 טעג.
15 מאל 24 שעה איז 360
ביים עגל שטייט 'וירא העם כי בשש משה' זאגען חז"ל 'כי בא שש' עס איז געקומען די זעגסטע שעה און משה איז נישט צוריק געקומען פון הר סיני, און מעהאט געמאכט אן עגל.
דער תיקון אויף דער 'בא שש' איז די שלש רגלים, וואס אן איסור ווערט בטל בששים. און 60 מאל 'שש' איז 360, גנוי וויפיל שעות עס איז דא און די שלש רגלים.
איז דאס איז פשט און די גמרא 'המבזה את המועדות', (און רש"י לייגט צו אז דאס מיינט אפילו חול המועד אויכעט), קומט אויס אז פעלט פון די 360 שעות, די ששים אקעגען דער 'שש פון בא שש, איז כאילו עובד עבודה זרה, דאס גייט ארויף אויפען חטא העגל.

מיט דעס האב איך געקלערט אזוי.
בלעם האט געוואלט מקטרג זיין און אויף ברענגען דער חטא העגל, אוויא דער תרגום זאגט.
אבער דער אתון האט אוהן שוין פון פריערט מרמז געווען אז אידען האלטען די שלש רגלים, וואס דאס איז דער תיקון פארען חטא העגל.
the SCY is the limit

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג יוני 25, 2010 11:13 am

כ'געקלערט א ווערטל

אין זוהר הק' שטייט בלק בן צפור, אז ער האט געהאט א פייגעלע וואס האט אים אלעס דערציילט, דער אוה''ח הק' איז מרחיב אז בלק איז דאך געווען א גרויסער מכשף 'וירא בלק'
קיינער האט נישט געזען וואס די אידן האבן געטוהן מיט סיחון, נאר בלק האט אלעס מיטגעהאלטן מיט זיין פייגעלע, ווי אויך האט ער פונקטליך פון פאראויס געוואוסט אז די אידן וועלן נישט טשעפענען מואב.

בדרך צחות קען זיין אז בלק האט געהאט טוויטער וואס דאס איז אזא פייגעלע, און ער איז נישט געווען אין אמורי אבער אויף טוויטער האט ער אלעס מיטגעהאלטן וואס דארט גייט פאר.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 25, 2010 1:49 pm

;l;p-

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך אוגוסט 25, 2010 2:44 pm

--------------------------------------------------------------------------------

דורך יגרסהדותא אום דינסטאג יוני 29, 2010 4:41 pm

ויגר מואב מפני העם מאוד כי רב הוא: פרעגט דער חתם סופר וואס האט מואב מורא געהאט ס'איז דאך דא א בפירושער פסוק: אל תצר את מואב וגו'

נאר ס'איז דאך דא אין יעדע קהלה אזעלכע אויבער חכמים און טראבל מעקער'ס, אזעלכע וואס רעכענען זיך נישט מיט דעם וואס ס'שטייט אין די תורה, פון זיי האט מואב געהאט איינמאל וואס מורא צוהאבן

דאס זאגט די פסוק, ויגר מואב מפני העם, פון די ערב רב, ווייל זיי האלטן דאך נישט די תורה.

*
ועוד יש לומר, שרייבט דער חתם סופר [וואס לעניית דעתי, קען עס אויך זיין א המשך] אז אזוי ווי "עמון ומואב טיהרו בסיחון" האט מואב מורא געהאט אז דורך די ערב רב [וואס וועלן אייננעמען שטיקער פון מואב] וועלן עס יודן קענען נאכדעם האלטן.
*
דעם שבת העעל"ט בין איך אינטערגעטאנצן זעהענדיג דעם קומענדיגן שטיקל

באקאנט, קרעמער פרעגט שוין..., וואס רש"י זאגט אויפן פסוק "הן עם כלביא יקום" זאגט רש"י: הן מתגברים כלביא וכארי לחטוף את המצות ללבוש ציצית לקרוא את שמע ולהניח תפלין" פרעגט מען אויפן סדר, די גמ' זאגט דאך הקורא קרי"ש בלי תפלין כאילו מעיד עדות שקר
ברענגט דער ברך משה צו א שטיקל דברי יואל, ווי ער שרייבט אז אינ'אמת'ן בקשו לקבוע פרשת בלק אין קרי"ש (גמ' ברכות יב:), נאר משום טירחא דציבורא האט מען עס נישט געלייגט, נו, הא תינח - שרייבט דער דברי יואל - בזמן ווען אידישע קינדער זענען טרוד על המחי' ועל הכלכלה איז דא טירחא דציבורא, אבער ווען אידן זענען געווען אין מדבר, געגעסן פון די מן און געטרינקן פון די באר, וואס א חילוק וועלכע פרשה זיי לערנען צו קטורת צו בלק? שרייבט דער רבי, אז יתכן אז אין מדבר האבן אידן יא געליינט פרשת בלק ביי קריאת שמע! א שיינעם חידוש.
זאגט דער רבי אין ברך משה (בפרשתן עמ' רלב), לפי"ז האט מען דאך געקענט ליינען קרי"ש אן תפילין! ווייל אין פ' בלק שטייט דאך נישט די מצוה פון תפלין, איז מען דאך נישט קיין "מעיד עדות שקר", בלעם האט גערעדט לפי שעתו, ווען ער האט געזעהן ווי אידן "אין מדבר" כאפן מצות, ציצית קרי"ש און תפלין, יוי אידאס שיין.
*
וועל מיר צולייגן נאך איין ווארט וואס מ'ברענגט עס צו אין פ' פנחס, אבער איך לייג עס אין בלק ווייל ס'איז אויך נוגע אהער.
די ווארט האב איך געהערט פונעם רבי'ןס אן איידעם, כ'האב נאכנישט נאכגעקוקט אין ברך משה אליין, דער רבי האט עס געזאגט פארענדיג אויף די מקומות הקדושים, לעטס גאוי טא דע פוינט

והמה בוכים פתח האוהל, זאגט דער תרגום יונתן, ואינון בכיין וקריין את שמע, וואס איז די כוונה פון ליינען קרי"ש?
ביי די מעשה פון די עשרה הרוגי מלכות, ביי מיתת ר"ע, ווען ער האט געליינט קרי"ש האבן די תלמידים געפרעגט: רבינו עד כאן? האט ער זיי געענטפערט "כל ימי הייתי מצטער מתי יבוא לידי ואקיימנה, ועכשיו שבא לידי אז איך זאל האבן מסירת נפש זאל איך מיך דערמיט נישט פרייען
לכאורה וואס איז די לשון "רבינו עד כאן"? וואס הייסט עד כאן? און וואס ענטפערט דערויף ר"ע?
נאר איז אזוי, שטייט פון אריז"ל אז משרע"ה ווען ער האט גע'הרגט די מצרי האט ער גע'הרגט מיט א שם, די שם איז די אותיות ת כ ה, נעקסטן צופרי ווען ער האט געזעהן דתן ואבירם קריגן זיך, הערט ער ווי זיי שרייען זיך אן איינער דעם צווייטן: תכה! תכה!!, משה רבינו האט קודם נישט געכאפט וואס זיי זאגן דא, נאך א מינוט כאפט זיך משה רבינו אז העי, זיי ווילן זיך איינער דעם אנדערן הרג'ענען מיטן שם וואס זיי האבן נעכטן געהערט פון מיר!
אבער דאס לצנות איז געווען אין לשער, ווייל דער שם תכ"ה ארבעט נאר אויף א גוי / מצרי, אבער נישט אויף א איד
דאס איז וואס משה רבינו האט אויף זיי געשריגן: למה תכ"ה רעיך! ווי רש"י זאגט: רשע כמותך! ער איז דאך א איד ס'וועט אויף אים נישט ארבעטן!!!
דאס איז געווען ביי ר"ע, די תלמידים האבן געזעהן ווי מ'שנייד שטיקער פון ר"ע און ר"ע ליינט קרי"ש, רבי עקיבא זאגט דעם ערשטן פסוק שמע ישראל וגו' אחד, און ער בלייבט שטיין
האבן די תלמידים געפרעגט פארוואס זאגט נישט דער רבי ווייטער ואהבת את ד' אלקיך, די סופי תיבות פון די ווערטער את ד' אלקיך איז "תכה", נו, אזוי וועסטו אים דאך קענען מסדר זיין, האט אויף דעם ר"ע געענטפערט איך זיך עס נישט, כל ימי הייתי מצטער אז איך זעל נהרג ווערן על קדושת שמו ית'.
לענינינו: ווען אידן האבן געזעהן ווי זמרי טוט אזא עבירה האבן זיי אים געוואלט הרג'ענען, דאס זאגט דער תרגום יונתן: ואינון בכיין וקריין שמע, זיי האבן געליינט ביז נאך ואהבת א'ת ד' אלקיך, וואס איז די סו"ת תכ"ה, אבער זיי האבן נישט געוואוסט אז דאס ארבעט נישט אויף קיין איד
דערפאר איז פנחס געגאנגן ויקח רמח בידו, ווייל דא מוז מען ניצן די האנט.
געענדיגט און שוין

יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
הודעות: 3063


--------------------------------------------------------------------------------

דורך farshlufen אום פרייטאג יולי 02, 2010 2:17 pm

ר' שלמה קלוגער בספרו עבודת עבודה אויף מסכת ע"ז טייטשט אז דערפאר זאגט דער פסוק "וירא משם קצה העם" און דערנאך זאגט בלק "אפס קצהו תראה וכלו לא תראה" ווייל די גמ' זאגט דאך אין ע"ז דף ד' "ל"ק כאן ביחיד כאן בצבור" זעהט מען אז בצבור שאדט נישט דער זעם האט ער בדוקא געוואלט גיין אויף אזא פלאץ ווי מ'זעהט נאר מקצתו צו כאפן דעם שעת זעם.

שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים ובין ביחיד [רמב"ן שמות י"ג ט"ז].
farshlufen
שר ששת אלפים
הודעות: 6746
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דאנארשטאג יולי 07, 2011 5:52 pm

יאנאש האט געשריבן:
אהרןרייך האט געשריבן:במחילת כבוד הרב

שרייבט אויף תורות לפרשת בלק, אז...

"בלעם בן בעור
דער הייליגער ישמח משה ברענגט, כ'האב געזעהן אין א חלום אז דער האר"י הק' איז געווען א גילגול פון בלעם, דעריבער האט ער געלעבט פיר און דרייסיג יאר, אזוי ווי די יארן פון בלעם, מתקן צו זיין וואס ער האט מקלקל געווען, צופרי ווען כ'האב מיך דערוועקט האב איך געזען אז ס'שטימט טאקע ווייל בלעם מיט זיינע שלעכטע עצות האט געשמדט אידן ר"ל, און דער האר"י הק' האט אין זיינע צייטן מתקן געווען אז עס זאל נישט פארקומן קיין השמדות."

עס האט מיר אנגעכאפט א ציטער וואס אין מיין לעבען האב איך דאס נישט גהערט אדער געלערנט אז אזא הייליגע צדיק זאל זיין אזא הוי אמינא.

נאכקוקענדיג די ווערטער זעה איך וז"ל


ספר ישמח משה - פרשת בלק דף עה.
איעצך אשר יעשה העם הזה לעמך וגו' (במדבר כד יד). במוצאי חג השבועות אלי דבר יגונב בחלומי, דהאר"י ז"ל חי ל"ד שנין, משום דתיקן מה שקלקל בלעם הרשע בל"ד שנין דחי, כמבואר בגמרא (סנהדרין דף ק"ה ע"ב) דחי ל"ד שנין. ואתבונן אלי בבקר, והנה הוא אמת דבלעם הרשע פעל השמדיות על ידי חטא פעור נפערו לגזור עליהם שמדיות. והיינו איעצך אשר יעשה העם הזה לעמך באחרית הימים, והבן זה. והאר"י ז"ל תיקן שלא יהיו שמדיות, והבן זה:

קומט אויס אז די אר"י הקדוש האט מתקן געוועהן דעם ענין פון דעם רשע בלעם וואס האט קאליע געמאכט אויף דעם וועלט 34 יאהר, און די הייליגע לעבען פון אר"י ז"ל האט דאס אלעס מהפך און מתקן געוועהן לטובה אבער חלילה צו טראכטען אז מ'רעדט דא פון א גלגול



רש"י אין סנהדרין קו ע"א איז מעיר אז בלעם איז גע'הרג'ט געווארן לויט איין מאן דאמר איז ער אלט געווען ל"ג שנה, טא ווי אזוי איז ער געווען מיועצי פרעה?
האבעך געזעהן ציצייכענען א ספר הישר ווי עס שטייט ארויס אז בלעם צו וועם בלק האט געשיקט איז געווען א זון פון 'בעור בן יינוס בן בלעם מיועצי פרעה', סאו איז עס אן אנדערער בלעם.... כ'דארף נאך צי פארשטיין לויט דעם די גמרא אין סוטה י"א ג' היו באותו עצה, בלעם שיעץ נהרג, איז עפעס יא משמע אז סי'ז דער זעלבער בלעם, חוץ עמיר זאגן אז זיין זיידנ'ס נשמה איז אין עם אריין בבחינת גלגול, (ס'ליגט מיר אין זכרון דער יעב"ץ אין סנהדרין דף ק"ה איז עפעס מאריך אין דעם אויף דעם וואס די גמ' זאגט הוא לבן הוא בלעם הוא כושן רשעתים, ויל"ע בפנים)

שוטה האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:גמרא סנהדרין דף קו:
בלעם האט געלעבט 33 יאר, אזוי האלט ר' חנינא, צייכנט רשי צי אז ר'חנינא האלט נישט ווי ר' סימאי וואס ער זאגט אז בלעם איז נאך געוועהן אין פרעה'ס צייטן אזוי ווי ער זאגט שלשה היו באותה עצה, בלעם איוב אין יתרו, אין רשי לייגט צי אז לויט ר' סימאי קומט אויס אז בלעם האט געלעבט איבער 210 יאר.

איך מיין אז אין יונתן בן עוזיאל שטייט אז בלעם איז לבן הארמי, אבער אין אר"י הק' שטייט אז ער איז געווען א גילגול פון לבן, מידי דברי בו דארף מען צולייגען א זיס ווארט פון הייליגען של"ה, ער זאגט דארט אז ביי א גוי איז נישט דא קיין גילגול נאר ביי לבן איז עס געווען א גזירה מן השמים עס זאל יא זיין, דאס איז פשט אין די הגדה 'ארמי אובד אבי וירד מצרימה אנוס ע"פ הדיבור' אז וירד מצרימה גייט אויף לבן אז ער איז געווען בלעם אין מצרים, און דאס איז געווען אנוס ע"פ הדיבור וכנ"ל.

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » פרייטאג יולי 08, 2011 1:10 pm

אהרןרייך האט געשריבן:במחילת כבוד הרב

שרייבט אויף תורות לפרשת בלק, אז...

"בלעם בן בעור
דער הייליגער ישמח משה ברענגט, כ'האב געזעהן אין א חלום אז דער האר"י הק' איז געווען א גילגול פון בלעם, דעריבער האט ער געלעבט פיר און דרייסיג יאר, אזוי ווי די יארן פון בלעם, מתקן צו זיין וואס ער האט מקלקל געווען, צופרי ווען כ'האב מיך דערוועקט האב איך געזען אז ס'שטימט טאקע ווייל בלעם מיט זיינע שלעכטע עצות האט געשמדט אידן ר"ל, און דער האר"י הק' האט אין זיינע צייטן מתקן געווען אז עס זאל נישט פארקומן קיין השמדות."

עס האט מיר אנגעכאפט א ציטער וואס אין מיין לעבען האב איך דאס נישט גהערט אדער געלערנט אז אזא הייליגע צדיק זאל זיין אזא הוי אמינא.

נאכקוקענדיג די ווערטער זעה איך וז"ל


ספר ישמח משה - פרשת בלק דף עה.
איעצך אשר יעשה העם הזה לעמך וגו' (במדבר כד יד). במוצאי חג השבועות אלי דבר יגונב בחלומי, דהאר"י ז"ל חי ל"ד שנין, משום דתיקן מה שקלקל בלעם הרשע בל"ד שנין דחי, כמבואר בגמרא (סנהדרין דף ק"ה ע"ב) דחי ל"ד שנין. ואתבונן אלי בבקר, והנה הוא אמת דבלעם הרשע פעל השמדיות על ידי חטא פעור נפערו לגזור עליהם שמדיות. והיינו איעצך אשר יעשה העם הזה לעמך באחרית הימים, והבן זה. והאר"י ז"ל תיקן שלא יהיו שמדיות, והבן זה:

[/

אין 'עלים לתרופה' די וואך ברענגט בשם שו"ת 'דברי יואל' סי' ל אות ח' א ביאור דערויף, קען איינער ביטע לייגען דא?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג יולי 08, 2011 1:30 pm

קליקו האט געשריבן:אין 'עלים לתרופה' די וואך ברענגט בשם שו"ת 'דברי יואל' סי' ל אות ח' א ביאור דערויף, קען איינער ביטע לייגען דא?


דא האסטו א לינק

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » פרייטאג יולי 08, 2011 2:08 pm

ווינקל האט געשריבן:
קליקו האט געשריבן:אין 'עלים לתרופה' די וואך ברענגט בשם שו"ת 'דברי יואל' סי' ל אות ח' א ביאור דערויף, קען איינער ביטע לייגען דא?


דא האסטו א לינק

יישר כח

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » פרייטאג יולי 08, 2011 2:09 pm

ככדאי צו דאונלאודעןהערליך

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

זענען דא חוקי המלוכה וואס זענען נישט ע"פ שכל? - בלעם

תגובהדורך קליקו » פרייטאג יולי 08, 2011 2:14 pm

אונזער אלטע זיידעניו [ער לעבט נאך? עמו"ש!] ברענגט אזאן פשט

זיידעניו האט געשריבן:וישלח מלאכים אל בלעם בן בעור וכו' (כב-ה) ואם תאמר מפני מה השרה הקב"ה שכינתו על גוי רשע ? כדי שלא יהי' פתחון פה לאומות לומר אילו היו לנו נביאים חזרנו למוטב, העמיד להם נביאים והם פרצו גדר עולם. (רש"י) לכאורה בלייבט דאך ווייטער שווער ווייל די אומות העולם קענען ווייטער האבן א פתחון פה אז צו זיי האט מען אבער נישט געשיקט קיין נביא אמת אזוי ווי משה רבינו, נאר להבדיל א רשע ווי בלעם ימ"ש. האט אויף דעם געענפערט דער הייליגער רבי ר' בונם פון פשיסכא זצ"ל, מיט א מעשה וואס האט מיט איהם פאסירט, ער איז אמאהל געגאנגען צו בערלין זיך צו היילן די אויגן, ווען ער איז אנגעקומען קיין בערלין האט ער אנגעהויבן צו זיכן א גוטן דאקטער, האט מען איהם מייעץ געווען אז ער זאל אפשר גיין צו א גרויסן דאקטער וואס היילט אויס מענטשן מיט סגולות, האט אויף דעם דער רבי געענפערט, איך בין דא געקומען ווייל די תורה האט געזאגט "ורפא ירפא" דאס הייסט אז די תורה האט איבערגעגעבן א כח אין א דאקטער אז ער זאל מעגן אויסהיילן בדרך הטבע, אבער אויב איר הייסט מיר זיך אויסהיילן מיט כוחות שלא על פי דרך הטבע, קען איך דאך שוין גיין צו דעם ריכטיגן גדול און צדיק הדור דער הייליגער קאז'ניצער מגיד. די זעלבע איז אויך דא, די אומות העולם גלייבן דאך נישט אז די אלע אותות ומופתים זענען העכערע כוחות, נאר צופעליגע געשעענישן, וועגן דעם האט מען זיי אויך געגעבן א נביא וואס זאל זיי ווייזן אז עס איז יא דא אזא זאך ווי העכערע איבערנאטירליכע כוחות, וועגן דעם וועלן זיי נישט קענען האבן קיין פתחון פה, ווייל אויב זיי האבן שוין יא געגלייבט אין אזעליכע זאכן, וואלטן זיי שוין געדארפט גלויבן אין דעם אמת'ן נביא, משה רבינו.

זעה מיר אז די אוה"ע זענען מודה אז ס'דא געטליכקייט אויף די וועלט, היינט וועט דיר אדורכשניטליכע מענטש נישט לייקענען אז סאיז נישט דא חוקים על טבעיים וואס זענען דא, נו אז דו פארשטייסט אז ס'דא, וועסטו מיר ווילן איינרעדן דיינע שטותים און כפירה? סאיז נישט קיין סוד וואס דרוקט דיר צו פארדרייען די תורה, דיינע נידערטרעכטיגע תאוות, דיין נישט ווילן פשוטע עשרת הדברות, איז דערפאר קומט דיר שוין איינמאל פעטש

ברוקלין האט געשריבן:געזען א הייליגע אין חכמהדיגע ווארט פין רבי'ן זצ"ל אין דברי יואל (פ' ויקהל).

וכל העם רואים את הקולות שטייט אין מכילתא "רואים את הנשמע". איז שווער פארוואס ווערט דאס נישט אויסגערעכנט צווישען די ניסים שנעשו במתן תורה.

זאגט דער רבי אז דאס איז נישט קיין נס, ווייל דאס איז מחוקי הטבע, וויבאקאנט ווייסט מען היינט בחוש אז דיבור האט א ממשות (אזוי ארבעט טעלעפאן וכו'), ד.ה. אז דיבור מאכט א געוויסט מציאות אין די ליפט וואס שפילט אפ וואס ער זאגט. - נאר מ'קען דאס נישט זען ווייל עס איז זייער דין (אזוי מ'קען נישט זעען DNA נאר דורך א פארגרעסערונג גלאז). משא"כ קול ה' בכח האט מען געקענט זעען ווייל עס איז מיט א שטערקערע כח מאכט עס מער א היכר וכו', ע"כ.

די חידוש איז אז דער רבי זי"ע איז מסביר אזא הייליגע זאך מיט חוקי הטבע.


אין די ספה"ק (דאכצעך אין אגרא דפרקא איז מאריך דערין) שטייט רואין את הנשמע, מען האט געהערט מיט די אויגן, די אויגן האבן איבער גענומען דעם חוש השמיעה..
א בחינה פון 'וראו' כל בשר יחדיו כי פי ה' 'דיבר', וואס וועט זיין לעתיד די אויגן וועלן איבער נעמען דעם חוש השמיעה

דורך יהיה כן אום מיטוואך יוני 30, 2010 2:19 am

ווי איך געדענק שטייט דאס אין שפתי כהן מגורי האריז"ל די אגרא דפרקא איז אין רמז רצז און די בחינה פון וראו כל בשר יחדיו שטייט אין ספה"ק צמח ה' לצבי פ' חקת ד"ה לעיניהם, און אין פרשת מטות אויפן פסוק לא יחל דברו עיי"ש

אברך באתר אוצר האט געשריבן:אם אני מבין נכון מדברי הרמב"ם בפרק הקודם שם, המושג של מראה הנבואה הוא בהקיץ, ואדרבא כוונת הרמב"ם שכל המעשה עם האתון לא היה אפשר לראותו לבן אדם רגיל, ובעיני בשר לא ראו שהאתון מדברת, וכמובן לא את המלאכים שדברו שם, אלא הכל היה במראה הנבואה, ובמראה הנבואה ראה איך האתון מדברת ושמע את המלאכים מדברים אליו, אבל ודאי שהיה כאן מציאות של דיבור האתון, אלא שלא כל אדם ראה זאת אלא רק מי שזכה לראות במראה הנבואה.
מקוה שהבנתי נכון.
[/quote]
זעה מיר דא אז ווער עס קען זעהן במראה נבואה זעהט ער דא פאקטן אויך, איז ווייל די ווילסטיך נישט הייבן פון דיין גשמיות זעהסטו נישט

סדא מקורות אז די אידן מיט די ערב רב ביים בארג סיני די אידן האבן געזעהן און די ערב רב נישט, סהייסט אז די ווילסט, די גרייסט דיך, די לויפסט נישט דיין גשמיות וועסטו זעהן ממש, אז נישט נישט, איז שוין גוט פארוואס דאס איז מען נישט מסביר בחוקות לא טבעיים, ווייל דאס איז ממש בטבע ודוק

געשריבן שנעל, איך האפ אנדערע וועלן הנאה האבן פון דעם 'פשעטלע', איך מיין סאשטיק אמת

גראדע איז דא אין ארכיאולוגיה אויך א שטיקל אין די פרשה...
זעה דא אבער פארשטייט זיך אז די גויים האבן נישט צופיל ליב צו באשטעטיגן די תורה ווייל ווי מיר האבן שוין דא דערמאנט...
לעצט פאראכטן דורך קליקו אום מאנטאג יולי 11, 2011 10:51 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג יולי 08, 2011 2:53 pm

איך פארשטיי נישט ווי אזוי עס קלעבט איין ציטאט מיטן צווייטן.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » פרייטאג יולי 08, 2011 3:16 pm

פארוואס פאלט דיר ביי אז ס'קלעבט?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » פרייטאג יולי 08, 2011 5:25 pm

און איין שורה צום צווייטן פארשטייסטו יא וויאזוי עס קלעבט?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג יולי 12, 2011 1:55 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:וועל מיר צולייגן נאך איין ווארט וואס מ'ברענגט עס צו אין פ' פנחס, אבער איך לייג עס אין בלק ווייל ס'איז אויך נוגע אהער.
די ווארט האב איך געהערט פונעם רבי'ןס אן איידעם, כ'האב נאכנישט נאכגעקוקט אין ברך משה אליין, דער רבי האט עס געזאגט פארענדיג אויף די מקומות הקדושים, לעטס גאוי טא דע פוינט

והמה בוכים פתח האוהל, זאגט דער תרגום יונתן, ואינון בכיין וקריין את שמע, וואס איז די כוונה פון ליינען קרי"ש?
ביי די מעשה פון די עשרה הרוגי מלכות, ביי מיתת ר"ע.....

געדריקט אין ברך משה פרשך פנחס עמוד רמח עיי"ש ותהנה.

אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 8:13 pm

תגובהדורך אינסוזעאיסט » דינסטאג יולי 03, 2012 4:58 pm

א הערליך ווארט, צו באלעקן די פינגערס


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט