דיונים ועיונים בפרשת בהעלותך

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

א זוכעניש אויף אוצר החכמה האט געטראפן איבער 250 ספרים וואס רעדן דערוועגן, ובתוכם א גרויסע חלק פון די פריערדיגע מפרשים.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ריזיגן שקויח בעני!
שטארק מתקבל על הדעת דער מהר"ל'ס פשט.

באמת איז מיר א חידוש פארוואס דער רמב"ן רעדט נישט דערפון, כדרכו בקודש אויסצושמועסן אזעלכע ענינים, קען זיין פאר אים איז דאס געווען א פשטות.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

קח את הלוים מתוך בני ישראל וכו' הזה עליהם מי חטאת.

די פרשה איז געזאגט געווארן נאך הקמת המשכן, ווייל די פרשת פרה אדומה איז געזאגט געווארן ב' ניסן נאך די הקמת המשכן. און אויך ווייל די לוים האבן דאך געברענגט קרבנות.

ויש לעיין, בשעת די מילואים און ר"ח ניסן ביי די הקמת המשכן איז נישט געווען קיין שיר הלוים? מען האט דאך נישט געקענט סתם אזוי זינגען, עס זענען געווען לוים משוררים און לוים משוערים וואס פלעגן עפענען און פארמאכן די טויערן, און א לוי ששיער אסור לשורר. כש"כ ווען זיי האבן נאך בכלל נישט געהאט קיין קדושה האבן זיי זיכער נישט געטארט זינגען,

קומט אויס אז די ערשטע קרבנות איז געווען אן א שיר, וצ"ע ווייל עס מיז זיין א שיר ביי הקרבת קרבנות, (די גמרא האט א מחלוקת צו עס מיז זיין כלי שיר אדער איז גענוג שיר בפה, אבער א שיר מיז זיין).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קודם כל, די גמרא זאגט אין גיטין אז די פרשה איז געזאגט געווארן א' ניסן, און הזה עליהם מי חטאת מיינט לכשיהיה מי חטאת

און דיין קשיא פרעגט שוין דער חזקוני, און ער ענטפערט אז א' ניסן האט מען זיך גערייניגט מיט שמן המשחה און דם הקרבנות, פונקט ווי אהרן ובניו האבן געטוהן בימי המילואים (והיינו דאמרינן ביומא ד' ע"א נכנסו מים תחת דם)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

שכוח הרב קרעמער, וואו איז די גמרא אין גיטין?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ס' סוף ע"א ריש ע"ב

דארט שטייט אז פרשת פרה אדומה איז געזאגט געווארן א' ניסן, אבער די ערשטע פרה אדומה האט מען געמאכט ב' ניסן (עי' רש"י שם ע"ב בשם ירושלמי, והובא בחזקוני במדבר ח', ז')
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

נעכטען איז מיר איינגעפאלען א ווארט
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=106
שטייט:
דבר אל בנ"י לאמר איש איש כי יהיה טמא לנפש או בדרך רחוקה לכם או לדורותיכם ועשה פסח להשם
און אין אנ'עקסטערע פסוק שטייט:
בחודש השני בארבעה עשר יום בין הערביים יעשו אותו
איז שווער פארוואס איז ער כופל דבר און לאמר?
און צווייטענס איז ער מפסיק ממש אין מיטען פון שמועס: זיי וועלען מאכען א פסח
און הערשט אין פאלגענדען פסוק זאגט ער אז דאס איז אויף י"ד אייר
האב איך געטראכט בעז"ה אזוי
אז הגם אז איינער קען נישט טוהן א קרבן האט ער א מעגליכקייט מקיים צו זיין ונשלמה פרים שפתינו
אויף דעם זאגט דער אויבערשטער צו משה [דבר] זאג צו די טמאים ובדרך רחוקה אז זיי זאלען זאגען [לאמר] דעם קרבן פסח
בי"ד בניסן
און למעשה וועלען זיי קענען ברענגען א קרבן פסח אויף י"ד באייר
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

א פיינער געדאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

טייבעלע האט געשריבן:א פיינער געדאנק.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שאינו יודע האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:א פיינער געדאנק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א הערליכע געדאנק הרב מ. שלום שליט"א

אגב, אין שפתי כהן טייטשט ער אויס דעם "ועשה פסח" אז וויבאלד זיי האבן געהאט א השתוקקות צו מקריב זיין דעם פסח ראשון "בתוך בני ישראל", ברוב עם הדרת מלך, איז דאס מחשבה טובה פאר זיי גערעכנט געווארן ווי גלייך זיי וואלטן טאקע געמאכט דעם ערשטן פסח, און אויסערדעם האבן זיי געמאכט א פסח שני.

---
אינטערסאנט צו באמערקן אז "פסח שני" טייטשט דער פסח פון צווייטן חודש, און נישט דער צווייטער פסח. [כך ראיתי עכשיו בביאורי רש"י בשם אמרי שפר].
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

גייט עס נישט אריין אין: כל שאינו ראוי לבילה בילה מעכבות בו?

דער געדאנק איז אבער א שיינע.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דאס איז דאך די אויפטו פון מחשבה טובה

חשב לעשות מצוה ונאנס ולא עשה, מעלה עליו וכו'
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אזוי שרייבענדיג דא, דערמאן איך זיך וויאזוי עס האט אויסגעקוקט אמאל ווען די פארום איז געווען אקטיוו, פיינע צייטן געוועזן.

אוהב חכמה איז שוין נישטא,

משה'לע, איז שוין נישטא.

קרעמער איז שוין נישט דא.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אנטשולדיגט, איך האב געטראפן דעם רעיון אין חת"ס [תו"מ] איך צוה צוריק
אטעטשמענטס
Untitled.png
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א דאנק פאר דער מראה מקום
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

קרעמער האט געשריבן:עס ווילט זיך פארשטיין, בשלמא לויטן דעת זקנים אז עמרם האט געהייראט מיט א צווייטע פרוי, איז נישט קיין פראבלעם ער זאל צוריקקומען צו יוכבד. אבער אויב איז יוכבד גאר געווען די וואס האט געהייראט מיט אליצפן, וויאזוי האט עמרם געמעגט עפ"י תורה איר צוריקנעמען? איי וועסטו זאגן קודם מתן תורה היה, ווייסן מיר דאך אבער אז משה רבינו האט נישט יונק געווען פון די מצרית צוליב פה שעתיד לדבר עם השכינה, גלייבט זיך שווער אז אזא משה רבינו זאל ארויסקומען פון א זיווג וואס איז שלא עפ"י תורה.

בנוסף צו די אויבנדערמאנטע תירוץ פון די רמ"ע מפאנו, קען מען צולייגן אז עס איז דירעקט געווען אויף דעים אופן אז עס זאל אויסזעהן באיסור כדי צו פארמישן דעים שטן אז עס זאל אים נישט בייפאלן אז דא קומט ארויס נשמת משה רבינו כדי ער זאל דאס נישט קענען אפהאלטן.

על דרך וואס דער אר"י הקדוש זאגט ביי דוד המלך מצאתי דוד עבדי מצאתיו בסדום, אז די שורש פון זיין לידה האט געמיזט זיין אויף דעים אופן כדי דער שטן זאל נישט בייפאלן אז דא קומט ארויס אזא גרויסע נשמה.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

סידיראם האט געשריבן:

און וואס טוט זיך אז עמרם האט חתנה געהאט מיט זיין מומע פאר מתן תורה דעס שטימט יא אז משה זאל ארויס קומען פון דארט?
און אז גאנץ כלל ישראל שטאמט פון פיר שוועסטערס בחייהם, שטימט יא?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

צוויי דיוקים וואס איך האב היינט באמערקט בשעתן לערנען, אולי יש לחכמי אייוועלט תשובה או ביאור, ייש"כ

1. קאפיטעל י' פסוק ב' עשה לך שתי חצוצרות כסף זאגט רש"י וואס איז די דיוק "לך" שיהיו תוקעין לפניך כמלך. דהיינו אז ס'איז לכבודו של משה.
ווייטער אין די פסוקים זעהט מען אבער אז די די בלאזערייען האבן מיט משה רבינו גארנישט געהאט.

2. רש"י אין די זעלבע פסוק איז שטייט "אתה עושה ומשתמש בהם ולא אחר" ווייטער אין פסוק ח' שטייט אז די בני אהרן בלאזן.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

נחום וואהלינער האט געשריבן:צוויי דיוקים וואס איך האב היינט באמערקט בשעתן לערנען, אולי יש לחכמי אייוועלט תשובה או ביאור, ייש"כ

1. קאפיטעל י' פסוק ב' עשה לך שתי חצוצרות כסף זאגט רש"י וואס איז די דיוק "לך" שיהיו תוקעין לפניך כמלך. דהיינו אז ס'איז לכבודו של משה.
ווייטער אין די פסוקים זעהט מען אבער אז די די בלאזערייען האבן מיט משה רבינו גארנישט געהאט.

2. רש"י אין די זעלבע פסוק איז שטייט "אתה עושה ומשתמש בהם ולא אחר" ווייטער אין פסוק ח' שטייט אז די בני אהרן בלאזן.

ווי כ'געדענק אויפ'ן מינוט איז חצוצרות של משה א באזונדערע זאך. איבער די פארשידענע סארטן חצוצרות, ליגט מיר אין קאפ תוס' מס' עבו"ז (מז.) ד"ה קרניה וואס רעדט דערוועגן.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

נחום וואהלינער האט געשריבן:צוויי דיוקים וואס איך האב היינט באמערקט בשעתן לערנען, אולי יש לחכמי אייוועלט תשובה או ביאור, ייש"כ

1. קאפיטעל י' פסוק ב' עשה לך שתי חצוצרות כסף זאגט רש"י וואס איז די דיוק "לך" שיהיו תוקעין לפניך כמלך. דהיינו אז ס'איז לכבודו של משה.
ווייטער אין די פסוקים זעהט מען אבער אז די די בלאזערייען האבן מיט משה רבינו גארנישט געהאט.

2. רש"י אין די זעלבע פסוק איז שטייט "אתה עושה ומשתמש בהם ולא אחר" ווייטער אין פסוק ח' שטייט אז די בני אהרן בלאזן.

ווי אזוי איך געדענק אויסנווייניג האבן די בני אהרן געבלאזן ווען משה האט געוואלט מאסף זיין די מחנות אדער די נשיאים, אדער ווען משה האט געהייסן ציען [על פי ד']
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

לא לנו האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:צוויי דיוקים וואס איך האב היינט באמערקט בשעתן לערנען, אולי יש לחכמי אייוועלט תשובה או ביאור, ייש"כ

1. קאפיטעל י' פסוק ב' עשה לך שתי חצוצרות כסף זאגט רש"י וואס איז די דיוק "לך" שיהיו תוקעין לפניך כמלך. דהיינו אז ס'איז לכבודו של משה.
ווייטער אין די פסוקים זעהט מען אבער אז די די בלאזערייען האבן מיט משה רבינו גארנישט געהאט.

2. רש"י אין די זעלבע פסוק איז שטייט "אתה עושה ומשתמש בהם ולא אחר" ווייטער אין פסוק ח' שטייט אז די בני אהרן בלאזן.

ווי כ'געדענק אויפ'ן מינוט איז חצוצרות של משה א באזונדערע זאך. איבער די פארשידענע סארטן חצוצרות, ליגט מיר אין קאפ תוס' מס' עבו"ז (מז.) ד"ה קרניה וואס רעדט דערוועגן.

ייש"כ אויף די מ"מ, דארט איז תוספות נאר מחלק צווישן די תקיעת הכהנים ושירת הלווים אבער גארנישט וועגן משה בלאזן אדער בלאזן לכבודו של משה.

אויף די צווייטע דיוק קען זיין די תשובה עפ"י די גמרא במנחות כ"ח: אז חצוצרות שעשה משה איז נאר געווען לדורו אין שפעטער האט מען געדארפט מאכן נייע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יגרסהדותא האט געשריבן:איך האלט דא ביי דעם פסוק: נוסעים אנחנו אל המקום, איך בליק און רש"י און אין שפתי חכמים, און קוקט עס אן, ס'איז אביסל אינטערעסאנט.

בנוגע דעם גזירה אויף משה רבינו אז ער קען נישט אריינקומען אין אר"י.

א'. רש"י (שמות א כ"ב) אויפן פסוק ויצו פרעה לכל עמו וגו' כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו וז"ל ורואין אנו שסופו ללקות במים והם לא הי' יודעים שסופו ללקות על מי מריבה.

-- מ'האלט דא דעם טאג וואס משה רבינו איז געבוירן געווארן, האט מען מיט כישוף שוין געוואוסט אז עפעס מיט וואסער גייט ער האבן פראבלעמען. גוט. ס'מיינט נאכנישט אז איינער זאל האבן עפעס געוויסט אז [די גזירה גייט זיין אז] ער קען נישט אריינגיין אין ארץ ישראל.

ב'. משה רבינו – אלט זייענדיג 80 יאר – בעט פונעם באשעפער שלח נא ביד תשלח, ופירש"י ד"א ביד אחר שאין סופי להכניסם לארץ.

--הייסט, משה רבינו ווייסט שוין אז ער גייט נישט אריין, נישט פארגעסן, די גזירה אפיציעל שטייט הערשט אין פ' חקת: יען לא האמנתם בי להקדישני לעיני בני ישראל לכן לא תביאו את הקהל הזה אל הארץ אשר נתתי להם

ג. עתה תראה אשר אעשה לפרעה, זאגט רש"י ולא במלחמת ל"א מלכים.

--דא איז דער ערשטער "רמז" וואס משה רבינו האט געקענט באקומען אז ער וועט נישט אריינגיין, לכאורה.

ד. תביאמו ותטעמו, נתנבא – זאגט רש"י – שלא יכנס לארץ.

--הייסט עס אז דער ערשטער רמז, איז געווען זייער א שוואכער, און אעפי"כ האט שוין מרע"ה מרמז געווען אז ער ווייסט דערפון, כהובא לעי' אות ב.

ה. דערפאר – דא קומט מיין וואונדער – איז א שטיקל חידוש, אז נאכדעם וואס מרע"ה איז שוין מרמז 2 מאל אז ער וועט נישט קענען אריינגיין, זאגט ער דא פאר זיין שווער: נוסעים אנחנו אל המקום, און ווי רש"י זאגט: שעדיין לא נגזרה הגזירה, האט ער געמיינט אז ער קען אריינגיין.

כתבתי כל זאת רק להעיר

הא לך ילקוט שמעוני בנושא, דברי רבי שמעון שמשה ידע אך לא רצה שישראל ידעו מזה.

תשכ״ו
א ונסעו הקהתים. בדי ארון לפותיא דארון הוו יתבי. ודילמא לארכו, אמר ר' יהודה תרי גברי באמתא ופלגא לא מיסתגי להו, ומגלן דבד' הוו דרו ליה, דכתיב ונסעו הקהתים נושאי המקדש:
בחותן משה זו יפה לו יותר מכון שנקרא חותנו של מלך. נוסעים אנחנו מיד לארץ, לא כשם שבראשונה נוסעים וחונים, אלא עכשיו אנו נכנסים לארץ ישראל. (אחרים) [חכמים] אומרים מפני מה שיתף משה עצמו עמהן שנתעלם מעיני משה וסבור שהוא נכנס עמן לארץ ישראל. ר"ש בן יוחאי אומר אינו צריך שהרי כבר נאמר כי אנכי מת בארץ הזאת, שאין ת"ל אינני עובר את הירדן, אלא שאף עצמותי אינן עוברות את הירדן, אלא מפני מה שתף משה עצמו עמהן שלא יהו ישראל אומרים אם מי שהוציאנו ממצרים ועשה לנו נסים וגבורות אינו נכנס אף אנו אין נכנסין. ד"א מפני יתרו שלא יאמר יתרו משה אינו נכנס אף אני איני בא, אל המקום אשר אמר ה' אותו אתן לכם ויאן לגרים בו חלק ומה אני מקיים והיה בשבט אשר גר הגר אתו שם תתנו נחלתו, אם אינו ענין לירושה תנהו ענין (כו) לכפרה, שאם היה בשבט יהודה מתרפר לו בשבט יהודה, בשבט בנימין מתכפר לו בשבט בנימין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”