מעשיות פון די ניסי חנוכה

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

מעשיות פון די ניסי חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יפת בן נח האט געהאט זיבן זין. יון איז געווען דער פערדער פון צווישן זיי. טויזנט זיבן הונדערט יאר, האט זיך געוואלגערט יוונ'ס פאמיליע אין דער וועלט, ביז זייער שטערן האט אויפגעשיינט, און זיי זענען געווארן א קעניגרייך, אין שפיץ פון אלכסנדר מוקדון.

די הערשאפט אויף די ערד, זענען ווי די הערשאפט אין הימל, ווען הקב"ה האט באשאפן די הימל הערשאפטן, האט ער זיי אויך בעגרעניצט, דער זאל הערשן בייטאג, דער ביינאכט. אזוי האט הקב"ה בעגרעניצט אלע פעלקער פון דער וועלט. איינער האט בעקומען שיינקייט. א צווייטער שטארקייט, איינער חכמה. דאס אלעס. כדי יעדער זאל זיך קענען בעפעסטיגן מיט זיינע מעלות, און נישט דארפן אריינגיין אין גרעניץ פון דעם צווייטן. נאר דאס אידישע פאלק איז א "סגולה". - א אויסדערוועלטע צווישן אלע פעלקער. יעדע איינצעלנע גוט'ץ, געפינט זיך אין אידישן פאלק. און אידן האבן נאך אסאך מער - דאס וואס זיי זענען בעהעפטן צום רבונו של עולם.

פאר יפת און זיינע קינדער, האט הקב"ה געגעבן די אייגנשאפט פון שיינקייט. זייער פאטער נח האט זיי אויך געבענטשט: "יפת אלקים ליפת, וישכון באהלי שם" די שיינקייט פון יפת. זאל רוהען אין די געצעלטן פון שם. דאס מיינט, עס איז ווערד אז יפת שיינקייט זאל קומען אין שם'ס געצעלטן. דען דארט, וועט עס האבן דעם ריכטיגן תיקון. (שם איז עם ישראל).

ווען אלכסנדר מוקדון האט ערהויבן די גריכישע קעניגרייך צום שפיץ. ער האט איינגענומען פעלקער און לענדער. געמאכט זיין הויפט שטאט אלץ צענטרום פון קולטור און וויסנשאפט. דאן האבן חז"ל אויסגעטייטשט די תורה אויף גריכיש. כדי די וויסנשאפטליכע פון די יוונים, זאלן האבן די מעגליכקייט, פון נענטער צו קענען, די אויסנווייניגסטע לערנונגען וואס אין תורה (תורה שבכתב - און נישט בעל פה) אויך אלכסנדר מוקדון האט געשעצט די חכמי ישראל, ער האט זיך אונטערגעווארפן אין זיינע טעג, פאר שמעון הצדיק. די קעניגרייך פון יון האט איבערגענומען די קעניגרייך פון פרס, וועלכע איז געווען פאר איר. יהודה איז געווען אונטערטעניגט אונטער יון, פונקט ווי זיי זענען געווען פריער אונטערטעניגט אונטער פרס. אבער דורך די גאנצע צייט וואס אלכסנדר האט געקעניגט, האט ער נישט אנגערירט צו שלעכט'ץ יהורה. ער האט געוויזן אידן א פריינדשאפטליכע געזיכט.

ווען אלכסנדר איז געשטארבן. יהודה איז געפאלן אין די הענד פון זיינע יורשים. די קעניגן פון סוריה איז נאך אלץ געבליבן אתונה - די גריכישע הויפט שטאט - דער צענטרום פון חכמה. אבער די הערשאפט איז אריבער צו די סוליקוסים - די סורישע קעניגרייך. פון דאן אן איז געווארן שווער די אידן'ס אונטערטעניגוגען און עס איז אלץ שווערער און שווערער געווארן.

פאר די סורים - יונים, האט געשטערט צו זעהן אין זייער שכנות א קליינע קעניגרייך - מלכות יהודה. וואס טראץ דעם, זי איז אונטערטעניגט אין זייערע הענד, פירן זיי זיך אליין זייערע וועגן. זיי מישן זיך נישט אין תורת יון און שפעטן עס אפ, לאזן מיט געוואלד נישט אריינדרינגען צו זיי די גריכישע גייסט.

נאכדעם וואס די תורה איז איבערגעטייטשט געווארן אויף גריכיש, האבן די גריכישע הערשער אנגעהויבן לערנען און געניסן דערפון. אזוי ווייט, אז זיי האבן אנגעהויבן צו פערשטיין אידן. זיי האבן זיי פיינט געהאט אויף דעם וואס זיי שטאלצירן מיט זייער תורה. אין די אויגן פון די יונגע נייע גריכישע הערשער איז די אויפפירונג פערמיסט געווארן. זיי האבן בעשטימט אויסרייסן תורה פון אידן. זיי זאלן נישט קענען זיך גרעסער האלטן פון זיי. נאר זיין אין א גאנצע אונטערטעניגונג - אויך אין גייסט. אזוי איז ווידער אויסגעבראכן דער שרעקליכער קאמפף צווישן די גרויסע גריכישע קעניגרייך, און די שוואכע מלכות יהודה.

דער ערשטער נס ביי דעם אויפשטאנד, איז געקומען דורך די אידישע טעכטער. א פרוי פון די בעהאלטענע גרופע אידן האט געהאט א אינגל. צו אכט טעג האט זי אים געמלט. דאן איז זי ארויף מיטן קינד אויף די חומה פון וואו זיי זענען אראפגעפאלן, און געבליבן טויט אויפן פלאץ. דאס האט געדארפט זיין, ווי א מעלדונג צו אלע מענער וועלכע בעהאלטן זיך. אז אויב זיי וועלן נישט ארויסגיין א עפנטליכע קריג, וועלן זיי צום ענדע בלייבן אן פאמיליעס, אידן וועלן חס וחלילה אינגאנצן אומקומען. דער ריכטיגער וועג איז, אין די עפנטליכקייט צו האלטן אידישקייט! קעמפפן געגן פיינד! און הקב"ה וועט געוויס העלפן.

דאן זענען אויפגעשטאנען מתתיהו מיט זיינע פינעף זין, ווי העלדישע לייבן, זיי האבן צוזאמען געקליבן ארום זיך, אלע וועלכע זענען געבליבן געטריי צו ה' און זיין תורה. און ארויס אן אפנענע מלחמה. א מלחמה פון ווייניג אקעגן אסאך. שוואכע אקעגן שטארקע. הקב"ה איז געשטאנען צו זייער רעכטע זייט, און עס איז זיי געלונגען אומברענגען דעם פיינד. רייניגן די לאנד פון אנטיכוס, מיט זיינע מיליטער, און אלע אומווירדיקייטן וואס זיי האבן אריינגעברענגט זיי זענען אריין אין עזרה, גערייניגט און געבויט פון ניי דעם מזבח. געמאכט א מנורה פון האלץ, און געצינדן אין איר אכט ליכט. און בעלייכט א תורה שיין.


מתתיהו'ס צוואה

איין יאר האט מתתיהו געפירט די מלוכה מיט גרויס הצלחה. דערנאך ווען ער האט געשפירט אז זיינער טעג זענען געציילט, האט ער צוגערופן זיינער זין צו זיך און געזאגט:

טייערע קינדער איך שפיר אז עס איז געקומען די צייט אז איך זאל פארלאזען די וועלט, וויל איך אייך איבערגעבען מיין לעצטער ווינטש.

"עס איז אין אן עת צרה א שווערע צייט פאר אידישע קינדער. איך ווייס אז די יונים וועלן קומען אויף אייך מיט גרויסע מלחמות ווייל מיר האבען זיך אנגענימען פאר אונזער תורה און פאר אונזער פאלק. מיינער קינדער, איר זאלט נישט מורא האבען פאר די טמא'נע גויים. פירט אייך ערליך, וועט השי"ת באקליגען אייערע וועגען! זייט שטענדיג גרייט זיך מוסר נפש צו זיין פאר אונזער הייליגע תורה.

"געדענק וואס השי"ת האט באצאלט פאר אונזערע עלטערן וואס זענען געגאנגען אין זיינע וועגן. אברהם אבינו איז בייגעשטאנען די צען נסיונוס האט השי"ת אויסגעקליבען זיינע קינדער פאר א פאלק. פנחס האט זיך אנגענומען פאר השי"ת האט ער מיט אים געשלאסען א בונד אויף אייביג, אז אלע זיינער קינדער און אייניקלעך וועלן זיין כהנים. דוד המלך איז געווען ערליך האט אים השי"ת צוגעזאגט די מלוכה אויף אייביג. חנניה מישאל ועזריה האבען זיך פארזיכערט אין אויבערשטן זענען זיי געראטעווערט געווארען פין קאליך אויוון פין ברענעדיגע פייער, און אזוי ווייטער.

"זעט איר אליין אז ווער עס איז ערליך און פארזיכערט אין הייליגן באשעפער העלפט ער אים. יעצט מיינע טייערע קינדער שטארקט אייך און האט קיין מורא! זיי, די יוונים, פארזיכערען זיך מיט א גרויסער מיליטער, מיט רייטער און געווער. איר וועט אייך פארזיכערען אין כח פון השי"ת וואס קען העלפן מיט אסאך מענטשן און מיט ווייניג, מיט געווער און מיט אן געווער. זייט שטענדיק צוזאמען מיט אחדות, און נעמט אייך אן פארן כבוד פארן באשעפער".

עס ווערט שטיל אין שטיב... און מיטאמאל הייבט מתתיהו ווייטער אן צו רעדען: "שמעון מיין קינד, קום נענטער צו מיר", שמעון קומט צו, און מתתיהו נעמט זיך רעדען צו עם מיט הארציגער רייד, "השי"ת האט דיר געגעבן פארשטאנד מיט חכמה, די זאלסט העלפן דיינע ברידער און דיין פאלק מיט די קליגער עצות וואס השי"ת וועט די "חונן דעת" זיין צו פירען די יודישע קינדער אין ריכטיגן וועג".

"יהודה מיין קינד, קום נאנט צו מיר", יהודה קומט צו, און מתתיהו זאגט ווייטער, "דו ביסט דאך א גבור נאך פין דיין יוגענד, א שטאקער מענטש פיל מיט כח, די וועסט זיין די הויבט וועסט פירען די מלחמות פאר יודישער קינדער- מיט דרייסטקייט, און חשק לויטן ווילען פין השי"ת".

דערנאך ווענד זיך ווייטער מתתיהו צו זיינער אנדערע דריי זון און זאגט צו זיי: "יוחנן, אליעזר און יונתן איר וועט העלפין אייערע ברידער אויס צופירען די ווילן פון השי"ת". מתתיהו האט גענומען א קריגעל אויל און געגאסען אויף יהודה'ס קאפ, דערנאך האט ער געזאגט א תפלה צום רבונו של עולם אז ער זאל העלפן פאר זיינע קינדער און זאל שטענדיג שטיין צו די הענט פון די ערליכע יודן.

מתתיהו איז ל"ע נפטר געווארען, אלע יודן האבען אים באקלאגט און באוויינט, מען האט געמאכט א גרויסן הספד אין געטרויערט נאך אים. אין יהודה האט איבער גענימען די מלוכה.

יהודה בן מתתיהו הכהן גדול איז געווארען א הער, און א געטרייער אנפירער פאר זיין פאלק, מען האט עם גערופן יהודה המכבי, דאס מיינט אויף דער שפרייך פין דער יוונים א גיבור, אדער א העלד און א דרייסטער מענטש וואס איז גרייט צו פארטיידיגן זיין פאלק פאר יעדער פרייז. אויף זיין פאן איז געווען אויפגעשריבן די ראשי תיבות מ'י כ'מוך ב'אלים י'ה' ווער נאך איז אזוי שטארק און אלמעכטיג ווי דער באשעפער.

דער יהודא בן מתתיהו כהן גדול איז געווען א זון פון זיין טאטן, ווער עס האט זיך אוועק געגעבען פארן כבוד שמים, אן אייניקל פון פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן, ווער עס האט זיך מוסר נפש געווען פאר דער כלל ישראל, זאן אייגען לעבען געשטעלט אין דער זייט כדי צו קענען ראטעווען דאס כלל ישראל פין אינטערגאנג, און אן אור אייניקל פין אהרן הכהן וואס האט אלע זיינע יארען געשטרעבט און געקעמפט אז אלע יודען זאלען זיך פירען בדרך התורה, ער איז געווען א געוואלדיגע גיבור, און זיין געשריי איז געווען אזוי ווי פין א לייב, זיין געשיקטקייט איז געווען אזוי ווי א לעמפערט, און ער איז אויך געווען פלינק און געלאפען שנעל אזוי ווי א הערש, און גרינג ווי א אדלער צו פארטיידיגען, צו היטען, צו שטיצען און צו שטארקען אידישער קינדער, און צו העלפען זיין פאלק אין זייערע שווערע מצב, פין די הענט פין די יוונים, און נישט חס ושלום זיך אינטער צו געבען צו די יוונים און זייער מיינונגען.

און נאך מער פין אלעמען איז ער געווען א פלאם פייערדיגע ערליכער יוד, א צדיק גמור וואס זיין הארץ איז געווען פיל מיט יראת שמים און אהבת השם, מיט א שטענדיגע גרייטקייט זיך מוסר נפש צו זיין פאר די הייליגער תורה, און פאר זיינע ברודער וואס ווילען זיך פירען לויט די וועג פין די תורה הקדושה, וואס ווילען נישט אפילו ענדערען פין דער וועג פין זייער עלטערען אפילו כחוט השערה.

עס האבען זיך צאם געקליבען 6000 ערליכער יודען וואס זענען געווען גרייט זיך אנצונעמען פארן כבוד פין דער הייליגער באשעפער.

א קליינער ארמעי קעגען די גרויסער און מעכטיגער גריכעשער ארמעי. מען האט נאר גענימען אין דער יודישער ארמעי איינער וואס פאר אלעס איז ער געווען א אמת'ן ירא שמים און ירא חטא, דערנאך האט מען געדארפט האבען א פייערדיקער ברען פאר אהבת השם און זיין גענוג דרייסט צו גיין א קעגען די וואס זענען פין די מהרסי תורה רח"ל (שטערן פון צו היטן די תורה), און צו אלעס האט מען געדארפט צו זיין א געטרייער, און גיטער סאלדאדט, זיך נישט צו שרעקען פין גארנישט נאר פין דער באשעפער אליין.

זיכער האט נישט געקענט קומען אין באטראכט צו זיין אן אפיציר, אן אנפירער, א מנהיג אין די ארמעי, פון די כהנים הקדושים, ווער עס איז נישט געווען גענוג דרייסט, נישט געווען גרייט אוועק צו געבען דעם זיך, די אייגענע אינטערעסען און אלעס וואס מען האט פאר יעדען קלענסטער איד, ממש מפקיר צו זיין דאס לעבען, דעם צוקונפט, אלעס וואס מען פארמאגט, כדי צו העלפין מציל זיין דעם כלל ישראל פון אונטערגאנג ח"ו, העלפן היטן און שיצן יודעשע קינדער פון די גרויזאמע יוונ'ישע הענט, מיט זייערע ארויסהעלפערס די מתיוונים.

דעריבער האט יהודא בן מתתיהו הכהן דער צדיק אמת, דער גבור חיל, דער דרייסטער פארטיידיגער פון זיינע ארעמע געדריקטע ברידער, נישט געהאט נאר אזא קליינע ארמעי ווייניג אין צאל, ארעם אין מיליטערישע אויסשטאטונג, אבער רייך אין גייסט, שטארק אין דרייסטקייט, און שטאלץ מיטן נאמען איד, מיטן צונאמען "אמאליגער יוד" און מיטן שפעט נאמען "פאנאטישער יוד". יהודה בן מתתיהו הכהן האט ווייטער געטוהן וואס זיין פאטער האט איבערגעלאזט זאל געטוהן ווערען, ווי עס זענען געווען מתיוונים וואס האבען נישט געוואלט תשובה טוהן האט ער זיי געהרג'עט, ער האט פארשטארקט די הענט פין די ערליכער אידן וואס האבן מיט מסירת נפש צוריק געשטעלט "העטרה ליושנה" די קרוין פין שמירת המצות אזוי ווי די פריערדיגע צדיקים האבן זיך געפירט.

ווען אפילוניוס דער שר פון אנטיוכוס הרשע, האט געהערט פין דעם אלעם, אז די ערליכער יודען האבען אפגעשפאט די יוונישער אפגעטער, און זיך צירוק מחזק געווען אין אמונה די רבונו של עולם און צו האלטען זיין תורה, אן קיין שום מורא פין די יוונים, האט ער צוזאמען גענומען א גרויסער מיליטער מלחמה צו האלטען מיט דער נייער אידישער קעניג יהודה בן מתתיהו הכהן מיט אלע זיינער אנהענגער, אלע ערליכער אידען.

די יודען האבען נישט מורא געהאט פון די יונים ווייל זיי האבען עס אלס געטוהן פארען כבוד פון השי"ת, פארן כבוד פון די הייליגע תורה, פארן כבוד השמים, די יודען האבען געוויסט אז די באשעפער וועט זיך נישט ח"ו אנעמען פאר די יונים וואס האבען נישט געלאזט מאכען א ברית מילה, און לערנען די הייליגע תורה, און וואס לאזען נישט דינען די הייליגע באשעפער, זיי האבען נישט געלאזט גיין און די וועג פון אונזערע עלטערן פון די פריעדיגע דורות.

ווען יהודה בן מתתיהו האט געזען אפילוניוס פון דער ווייטענס איז ער צוגעלאפען מיט פיל צארן, און אלע סאלדאטן וואס זענען אים געשטאנען אין וועג האט ער פארטיליגט, אזוי ווי מען שניידט ווייץ. ער האט גע'הרג'עט אפילוניוס'ן, און דער נאך איז שוין די גאנצער מילעטער צופאלען און זיך אינגאנצען צעלאפן..השי"ת האט באוויזען זיין גרויסע ליבשאפט צו יודעשע קינדער און איבער געגעבען רשעים ביד צדיקים וזדים ביד עוסקי תורתיך. עס איז קיין זכר נישט געבליבען פון אפילוניוס'עס ארמעי.

יהודא בן מתתיהו, דער צדיק, דער גרויסע קעמפער פארן כבוד שמים, ער האט גע'ירש'נט די שווערד פון אפילוניוס. ער האט דאס אוועק געשטעלט כדי צו געדענקען און צו דערציילען די ניסים וואס השי"ת האט אים געטוהן אין די מלחמה, און מיט דעם האט ער מלחמה געהאלטן זיין גאנץ לעבען.

אליפורני איז אנגעקומען קיין ירושלים, מיט א ריזיגע ארמיי, וואס האט געציילט הונדערט און צוואנציג טויזנט סאלדאטן מיט שווערד און די הענט, און נאך אנדערע צוויי און ניינציג טויזנט זעלנער וועלכע זענען געווען געלערנט צו שיסן מיט פיילן בויגן, און אנדערע צוועלף טויזנט רייטער אויף פערד. אליפורני האט אויפגעשטעלט א לאגער נישט ווייט פון די שטאט ירושלים. ער האט געבויעט געצעלטן, פאר זיך און פאר זיינע סאלדאטן, און זיך גענומען גרייטן צו שטורעמען די מויערן פון די שטאט ירושלים. אליפורני האט אויפגעהעצט זיינע זעלנער זיי זאלן גרייט זיין צום קריג, ער האט צו זיי געזאגט:

דאס אידישע פאלק וועלכע וואוינט אין ירושלים, איז אנדערש פון אלע פעלקער מיט זייער תורה און מיט זייערע געזעצן, די געזעצן פון קעניג טוען זיי נישט פאלגן, דעריבער וועלן מיר יעצט ארויסגיין מלחמה האלטן מיט זיי, מיר וועלן זיי באזיגען, און זיי פארלענדן (ח"ו) עס זאל מער נישט דערמאנט ווערן דער נאמען "איד" אויף דער וועלט!

אויסער די ריזיגע צאל זעלנער וועלכע זענען געקומען מלחמה האלטן מיט די אידן, האבן זיך אויך געפינען דארט עטליכע געפאנגענע וועלכע אליפורני האט געפאנגען ביי זיינע פריערדיגע מלחמות מיט אנדערע פעלקער. איינער פון די געפאנגענע האט געהייסן אכיור ער איז געווען א קעניג אין איינע פון די לענדער וואס דער אליפורני האט געהאט איינגענומען, און איז יעצט געווען געפאנגען ביי אליפורני'ן.

ווען אכיור האט געהערט די שלעכטע רייד פון אליפורני'ן, האט ער זיך אענגערופן צו אים: דו אליפורני, לאז דיך אפ פון אידישן ג-ט!, פון דעם קעניג און הער פון די גאנצע וועלט, השי"ת, וואס ער הערשט מיט זיין שטארקייט אויף די גאנצע וועלט, און באשטראפט די פעלקער וועלכע האבן די חוצפה מלחמה צו האלטן מיט זיין פאלק, די אידן. אלע פעלקער פון די וועלט ווערן אנגערופן "נכרים", פרעמדע, נאר די אידן זענען א פאלק וועלכע זענען נאנט צו השי"ת, און ווער וואגט זיך מיט זיי מלחמה צו האלטן?.

אכיור האט ווייטער געזאגט צו אליפורני:

טראכט אריין און זעה וואס עס האט פאסירט מיט די אלע קעניגען וועלכע האבן זיך געוואגט ארויס צו גיין אין א מלחמה מיט אידן? וואס איז געשעהן מיט פרעה?, מיט סנחרב?, און די אלע אנדערע קעניגען וועלכע האבן מלחמה געהאלטן מיט אידן? אלע האבן זיי געהאט א גרויסע מפלה! דעריבער צו דיך צוריק פון די מלחמה, ווייל דו און אלע דיינע סאלדאטן וועלן במילא נישט קענען געווינען די מלחמה!

ווען אליפורני האט דאס געהערט, איז ער געווארן זייער דערצארנט, ער האט געשריגען מיט גרויס כעס: "ווער איז דער וואס האט זיך געוואגט צו רעדן אזעלכע רייד? ווער האט געהאט די חוצפה צו זאגן אז דער אידישער פאלק איז גאר שטארקער פון מיר? אז די אידן וועלן זיך קענען קעגן שטעלן מיין פול צאליגען מיליטער? ווער איז דען דער וואס וועט קענען באזיגען מיין מיליטער?".

אליפורני האט באפוילן מען זאל בינדן דעם אכיור אין קייטן, און אזוי צוגעקייטעלטערהייט זאל מען אים אוועקשטעלן נעבן די טויערן פון די שטאט ירושלים, אליפורני האט געזאגט מיט גרויס גאוה: ווען איך וועל אריינקומען קיין ירושלים, וועל איך מיך שוין מיט אים אויך אפרעכענען, און ער וועט האבן דעם זעלבן סוף ווי די אידן!. אליפורני'ס באדינער האבן אזוי געטוהן, זיי האבן אכיור'ן געבינדן די הענט אין קייטן, און אים צוגעפירט צו די טויערן פון ירושלים, און אזוי געבינדערהייט איז אכיור שפעטער אריינגעגאעען קיין ירושלים.
אכיור האט אין ירושלים זיך געטראפן מיט די אידישע פירערס, די מיליטער הויפטן: עוזיהו בן מיכה און כרמי, ער האט זיי דערציילט וואס עס האט מיט אים פאסירט, ווי ער האט גערעדט גוטס אויף אידן און דערפאר האט אליפורני באפוילן מען זאל אים שטעלן נעבן די שטאט ירושלים. ער האט זיי אויך דערציילט די רייד וואס אליפורני האט געזאגט, ווי ער האט מיט גרויס חוצפה געוואגט צו רעדן אויף השי"ת, און לייקענען און די שטארקייט און איינציגקייט פון איינציגן באשעפער. ווען עוזיהו און די אלע אנדערע אידישע הויפטן האבן געהערט די ווערטער פון אכיור, זענען זיי געווארן שטארק דערציטערט, זיי זענען אריינגעגאנגען אין בית המקדש און האבן אויפגעהויבן א גרויס און ביטער געשריי צו השי"ת, זיי האבן מיט גרויס געוויין מתפלל געווען און געזאגט: "השי"ת, דער באשעפער פון אידן, דו ביסט דאך דער איינציגער באשעפער אויף אלע קעניגרייכן פון די וועלט, און דו האסט באשאפן דעם הימל און די ערד, בעטן מיר דיר, הער צו אונזער געבעט, הער די ווערטער וואס אליפורני האט געזאגט. העלף אונז פון זיין האנט, גיס אויס דיין צארן אויף די פעלקער וועלכע ווילן דיך נישט קענען, דערנידער די וועלכע פארזיכערן זיך אויף א מענטש, די וועלכע פארזיכערן זיך אויף די שטארקייט פון א פערד, און פארלאז נישט די וועלכע האבן זיך פארזיכערט אין דיין הייליגען נאמען!". ווען די אידן זענען ארויס געקומען פון בית המקדש, האבן זיי געטרייסט אכיור'ן, זיי האבן אים בארוהיגט אז ער דארף נישט מער מורא האבן, דער באשעפער אין וועמען ער האט זיך פארזיכערט, השי"ת וואס פאר זיין כבוד האט ער זיך אזוי העלידש אנגענומען, וועט אים באשיצן, און ער וועט נאך זוכה זיין צו זעהן ווען השי"ת וועט נקמה נעמען אין אליפורני . זיי האבן אים אויך צוגעזאגט, אז ווען עס וועט זיין די ישועה, וועט אים ערלויבט זיין צו בלייבן וואוינען דא אין די הייליגע שטאט ירושלים, אדער אין יעדן ארט וואו ער וועט נאר וועלן זיך באזעצן. עוזיהו האט דאן אריינגענומען אכיור'ן צו זיך אין הויז, ער האט געמאכט פאר אים א גרויסע סעודה, און דאן האבן זיך אלע אידן צוזאמנגענומען אין מתפלל געווען צו השי"ת א גאנצע נאכט, אז השי"ת זאל העלפן אז אליפורני זאל האבן א מפלה.

די באלאגערונג אויף ירושלים האט זיך געצויגן א לאנגע צייט. אליפורני האט געזעהן אז ער וועט נישט קענען אזוי גרינג אייננעמען די שטאט, האט ער באשלאסן אפצוהאקן אלע וואסער רערן וועלכע האבן אריינגעברענגט וואסער אין די שטאט, ער האט אויך געשטעלט וועכטער צו היטן אלע אריינגענג וועלכע עפענן זיך צום שטאט, מען זאל נישט קענען אין דער געהיים אריינברענגען וואסער קיין ירושלים, אזוי האט אליפורני געקלערט אז די איינוואוינער וועלן נישט האבן קיין וואסער, וועלן זיי זיין געצווינגען זיך אונטערצוגעבן, און ער וועט גאר לייכט קען אריינמארשירן אין די שטאט ירושלים. עס זענען דורך צוואנציג טעג, פון טאג צו טאג האט זיך געשטארקט דער מאנגעל אין וואסער אין די שטאט ירושלים, דאס ביסל וואסער וועלכע די שטאטישע איינוואוינער האבן נאך געהאט איינגעזאמלט אין די בורות און טייכלעך אין שטאט, זענען געווארן אלס ווייניגער און ווייניגער. זענען אלע שטאט לייט, מענער פרויען און קינדער, געקומען צו לויפן צו עוזיהו'ן, און צו אים געשריגען, ער זאל זיך אונטערגעבן צו אליפורני'ן, אמת! עס קען זיין אז דער רשע און רוצח אליפורני וועט זיי אלע אומברענגען אן רחמנות, עס איז זיי אבער ליבערשט צו שטארבן דורך דעם שווערד, ווי דורך דארשט.

ווען עוזיהו האט געהערט דעם געשריי פון די איינוואוינער, איז ער און די אלע אנדערע מיליטער הויפטן, נאכאמאל אריינגעגאנגען אין בית המקדש, און האבן מתפלל געווען צו השי"ת מיט גרויס געוויין, זיי האבן געזאגט: "רבונו של עולם, אמת מיר האבן געזינדיגט צו דיר, און דערפאר איז אויף אונז נגזר געווארן אומצוקומען, האב אבער דאך רחמנות אויף דיין פאלק, פארוואס זאלן די פרעמדע פעלקער קענען חלילה לייקענען אין דיר, און זאגן אז עס איז נישטא קיין באשעפער אויף דער וועלט? דעריבער האב רחמנות אויף דיין פאלק די אידן, צושטער די וועלכע שטייען אויף קעגן דיר, פארלענד דיינע פיינט, און זיי זאלן אלע האבן אזא מפלה ווי עס האבן געהאט אלע פיינט פון אידן". ווען זיי האבן געענדיגט מתפלל זיין, איז עוזיהו ארויסגעקומען פון בית המקדש, און ווען טרערן רינען אים פון די אויגן האט ער געזאגט צום פאלק: "מיינע ברודער, שטארקט אייך אין האט בטחון אין השי"ת, מיר טוען אלע האפן אז השי"ת וועט אונז שיקן די ישועה, און אויב חלילה די ישועה וועט נישט קומען ביז פינף טעג, וועל איך טוען אוזי ווי איר האט געהייסן, און וועל זיך אונטערגעבן צו אליפורני".

אין יענע צייט האט אין די שטאט ירושלים געוואוינט א חשובע פרוי, זי האט געהייסן יהודית, זי איז געווען א טאכטער פון יוחנן כהן גדול, וועלכער האט משמש געווען בכהונה גדולה אין הייליגן בית המקדש. יהודית איז געווען אן אלמנה. זי איז געווען א געוואלדיגע יראת השם, און אין איר הויז אין ירושלים עיר הקודש, האט זי באשטומט א ספעצילען צימער, אויבן אויפן שטאק, וואו זי פלעגט דאווענען. ווען יהודית האט געהערט וואס עוזיהו האט געזאגט, אז אויב ביז פינף טעג וועט נישט קומען די ישועה וועלן זיי זיך אונטערגעבן צו די יונים, האט זי געלאזט אריבעררופן עוזיהו'ן און נאך אנדערע פון די חשוב'ע כהנים צו זיך אין הויז, זי איז דאך געווען א באוואוסטע צדיקת, און א גרויסע מיוחסת, זענען די חשוב'ע פון די כהנים אריבערגעקומען צו איר אין הויז. זי האט צו זיי געזאגט: "וואס האט דאס עוזיהו געזאגט אז ער וועט איבערגעבן די שטאט צו די יונים אויב די ישועה וועט נישט קומען ביז פינף טעג? ווילט איר דען אויספראבירן השי"ת ח"ו? נישט אזוי איז דער וועג צו דערוועקן דאס רחמנות פון השי"ת! פארקערט, אזעלכע רייד טוען דערוועקן ח"ו א צארן פון השי"ת! אז איר גיט א צייט פאר השי"ת, צו זיין רחמנות, כאילו השי"ת איז חלילה מחיוב זיך צו אייך צוצושטעלן, און שיקן די ישועה פונקט אין די צייט וואס איר וועט אויסשטעלן. חלילה אזוי צו טאן! פארלאזט זיך אויף השי"ת, האט בטחון אין אים אז ער וועט אייך העלפן, און יעצט דארפן מיר אלע תשובה טוען און בעטן השי"ת ער זאל אונז מוחל זיין אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט מיט דעם וואס מיר האבן געוואלט זיך אונטערצוגעבן צו די יונים". דאן האט יהודית ווייטער געזאגט צו די כהנים: "איר כהנים, די אויגן פון גאנצן כלל ישראל זענען יעצט געוואנדן צו אייך. שטארקט אייך, און שטארקט אויך די הערצער פון אלע אידן, רעדט צו זיי שיינע רייד, דערציילט זיי ווי השי"ת האט אויספראבירט אונזערע עלטערן, צו זעהן צו זיי וועלן אים בלייבן געטריי, השי"ת האט געשטעלט נסיונות פאר אברהם אבינו, אברהם אבינו איז אבער בייגעשטאנען אלע נסיונות, און השי"ת האט אים דורך דעם נאך מער ליב באקומען. אויך יצחק אבינו און יעקב אבינו, משה רבינו, און אלע אנדערע פון אונזערע עלטערן, זענען אויספראבירט געווארן דורך השי"ת, און זענען אלע בייגעשטאנען די נסיונות, זיי זענען געבליבן געטריי און באגלייבט צו השי"ת. דאס זלעבע פאסירט יעצט מיט אונז, השי"ת טוט אונז אויספראבירן, ער טיט אונז יעצט שטעלן פאר א נסיון, צו זעהן צו מיר וועלן אים בלייבן געטריי, דעריבער וועלן מיר זיך אלע שטארקן אויף די נסיונות, נישט אויפגעבן די האפענונג אין השי"ת, און אין דעם זכות וועט ער אונז ראטעווען".

די הייליגע רייד פון די צדיקת יהודית, האט שטארק איבערגענומען עוזיהו'ן און די אנדערע כהנים, זיי האבן מודה געווען פאר איר אז זי איז גערעכט מיט אלעס וואס זי האט געזאגט, און זיי האבן טאקע געטוען א פעלער מיט דעם וואס זיי האבן געוואלט איבערגעבן די שטאט אין די הענט פון די שונאים.

דאן האט יהודית זיי אנטדעקט איר פלאן וואס זי פלאנט יעצט צו טוען, דורך דעם צו ראטעווען די שטאט פון אליפורני'ס האנט, און נקמה צו נעמען אין די יונים פאר די אלע שלעכטס וואס זיי האבן געטוען מיט אידן. יהודית האט זיי געזאגט: "היינט ביינאכט, וועל איך מיך ארויסכאפן פון שטאט, מיין דינסט וועל איך מיט מיר מיטנעמען. פרעגט מיר נישט וואו איך גיי? וואס איך פלאן צו טוען? נאר זייט מתפלל אן קיין אויפהער צו השי"ת, ער זאל באגליקן מיינע וועגן, איך זאל קענען אויספירן מיין פלאן, און דורך דעם זאל קומען די ישועה, מיר זאלן אלע געהאלפן ווערן, און השי"ת זאל העלפן זיין פאלק פאר זיין כבוד וועגן".


יהודית קומט צו אליפורני

ווען די כהנים זענען ארויסגעגאנגען, איז יהודית אריין אין איר צימער, זי האט זיך אנגעטאן א זאק, און געלייגט אש אויף איר קאפ, און זיך געווארפן צו דער ערד מיט א תפלה צו השי"ת, זי האט געבעטן מיט גרויס געוויין, אז השי"ת זאל באגליקן אירע וועגן, זי זאל קענען אויספירן אירע פלענער, און שיקן דורך איר די ישועה פאר כלל ישראל. ווען זי האט געענדיגט איר תפלה, האט זי זיך איבערגעטאן אין טייערע קליידער, גענייט מיט גאלדנע פעדעם, באצירט מיט בריליאנטן און איידל שטיינער, זי האט זיך אנגעטאן אירע טייערע צירינג. דאן האט זי גענומען א קריגל מילך און א קריגל וויין, ברויט מיט קעז, און אינאיינעם מיט איר דינסט איז זי ארויסגעגאעען פון הויז. ווען זיי זענען אנגעקומען צו די טויערן פון די שטאט, האבן זיי שוין געטראפן דארט עוזיהו'ן און די אנדערע חשוב'ע כהנים, און א ריזיגע מאסע אידן. עוזיהו און די כהנים האבן איר געבענטשט אז זי זאל האבן הצלחה אויף איר וועג, און אלע פארזאמלטע האבן נאכגעזאט אמן. אזוי באגלייט מיט די ווארמע ברכות און הארציגע תפלות, זענען די צוויי פרויען ארויסגעגאעען פון די טויערן פון שטאט.
ווען זיי זענען אראפגעקומען פון די אנדערע זייט בארג, האט שוין דער טאג אויפגעשיינט, עס האט נישט לאנג געדויערט און זיי האבן באגעגענט עטליכע וועכטער פון אליפורני'ס ארמיי, די וועכטער האבן זיי גלייך אפגעשטעלט און גענומען אויספרעגן פון וואו זיי קומען? און וואו זיי ווילן גיין?. יהודית האט זיי געזאגט: "איך בין א אידישע פרוי, און איך קום יעצט פון ירושלים פון וואו איך בין באהאלטענערהייט אנטלאפן, ווייל איך בין געווען זיכער אז די שטאט ירושלים וועט פאלן אונטער אייערע האנט. יעצט טראגט מיר צו אייער הער, אליפורני, ווייל איך האב אים צו דערציילן גאר אונטערסאנטע סודות, איך וועל אים אנטפלעקן א וועג ווי אזוי ער וועט קענען גאר לייכט אייננעמען די שטאט ירושלים!". די וועכטער האבן איר געברענגט צו אליפורני'ן, ווען זי איז אריינגעקומען צו אליפורני'ן, האט זי גלייך געפינען חן אין זיינע אויגן, און ער האט צו איר געזאגט: "דארפסט זיך נישט שרעקן פאר מיר, איך וועל דיר נישט טוען קיין שלעכטס, דערצייל מיר נאר די סיבה וואס האט דיך געברענגט אהער? פארוואס ביסטו אנטלאפן פון ירושלים? און פארוואס האסטו באשלאסן צו קומען אהער?".

איך בין א נביאה צו השי"ת, השי"ת האט מיר געשיקט צו דיר, איך זאל דיר דערציילן די גוטע בשורה, אז אין דער נאנט וועט ירושלים פאלן אונטער דיינע הענט".

יהודית האט ווייטער געזאגט צו אליפורני: "די נבואה פון השי"ת וועט צו מיר קומען אויך אין די צייט וואס איך וועל מיך דא געפונען, אזוי וועל איך דיר וויסן צו זאגן ווען עס איז די ריכטיגע צייט אז דו זאלסט ארויף גיין אייננעמען די שטאט ירושלים, לויט ווי מען וועט מיר זאגן פון הימל. דאן וועל איך דיך אריינפירן אין שטאט, אן דעם וואס דאס זאל דיר דארפן קאסטן אפילו איין טראפן בלוט, אפילו קיין הינט וועט נישט בילן קעגן דיר אין די צייט וואס דו וועסט אריינמארשירן אין שטאט, ווייל אזוי איז דער ווילן פון השי"ת! און דאס האט מיר השי"ת באפוילן איך זאל דיר איבערזאגן!".

אליפורני האט זיך זייער געפרייט צו הערן די "נבואה", און האט אפגעגעבן יהודית'ן גרויס כבוד. ער האט באפוילן מען זאל איר געבן א שיין געצעלט וואו צו וואוינען, עסן זאל זי די גאנצע צייט ביי זיין טיש. האט יהודית צו אים געזאגט: "דיין דינסט וועט נישט קענען עסן פון דיין טיש, איך האב מיר אליין מיט געברענגט וואס צו עסן", האט אילפורני געפרעגט: "און וואס וועסטו טוהן אז דאס עסן וועט זיך דיר אויסלאזן?". האט יהודית אים געענטפערט: "דער הער גענעראל זאל אזוי לעבן, ווי ער וועט איינעמען די שטאט נאך איידער מיינע עסן וועלן אויסגיין!". דאן האט יהודית אים געבעטן, אז ער זאל איר ערלויבן ארויסצוגיין יעדן פארטאגס מיט איר דינסט אויסער די מחנה, צו קענען מתפלל זיין צו השי"ת, אליפורני האט איר געגעבן די ערלויבעניש, און האט אנגעזאגט זיינע סאלדאטן זיי זאלן נישט שטערן די אידישע פרויען, ווען זיי ווילן ארויסגיין אויסער די מחנה, פארטאגס.



השי"ת שיקט די ישועה

דעם דריטן טאג נאכדעם וואס יהודית איז דארט געווען, האט אליפורני געמאכט א גרויסען באל פאר אלע זיינע מענטשן, און אויך יהודית איז געווען איינגעלאדנט זיך צו באטייליגען אין דעם באל. יהודית האט מיטגענומען צו דעם באל אירע אייגענע עסן, די קעז און שטארקען וויין, זי האט אויך געגעבן פאר אליפורני צו עסן פון איר קעז, די קעז איז געוועהן זייער געזאלצן, און אליפורני איז דערפין געווארן זייער דארשטעריג, האט זי אים געגעבן צו טרינקען מילך צו שטילן זיין דארשט, אויך האט אליפורני געטרינקען פון איר וויין וואס זי האט מיט זיך געברענגט. די מילך וואס ער האט געטרינקען, האט אים געמאכט זייער שלעפעריג, אויך די שטארקע וויין וואס ער האט געטרינקען אן קיין שיעור, האט אים גוט אנגע'שיכור'ט ביז ער איז אריינגעפאלן אין בעט טויט שיכור, און א שטארקער שלאף איז אים באפאלן.

די געסט האבן זיך אנגעהויבן צוגיין, ביז יהודית איז געבליבן אליין מיט אליפורני'ן. יהודית האט באפוילן איר דינסט זי זאל שטיין אינדרויסן ביי די טיר פון געצעלט און וואכן קיינער זאל נישט אריינקומען, דאן איז זי שטילערהייט צוגעגאנגען צום בעט וואו אליפורני איז געשלאפן. זי האט שטיל געשעפשעט א תפלה צו השי"ת, זי האט געבעטן: "שטארק מיך, הייליגער באשעפר, איך זאל קענען נקמה נעמען פון דעם רשע די נקמה פון דיין פאלק ישראל, און ראטעווען דיין הייליגע שטאט ירושלים". דאן האט זי אראפגענומען אליפורני'ס שווערד וואס איז געהאנגען נעבן זיין בעט, זי האט זיך אנגענומען קוראזש און גבורה, און האט אראפגעהאקט אליפורני'ן דעם קאפ מיט זיין אייגענעם שווערד. דאן האט זי זיין טמא'נעם קערפער צוהאקט אויף עטליכע שטיקער, דעם אפגעהאקטן קאפ האט זי גענומען מיט זיך, און זיך שטילערהייט ארויסגעכאפט פון געצעלט, און צוגעשפארט די טיר אונטער איר. מיט שנעלע טריט איז זי מיט איר דינסט ארויסגעגאעען פון די מחנה, קיינער האט זיי נישט אפגעשטעלט אינמיטן וועג, ווייל אזוי האט דאך אליפורני געהאט אנגעזאגט. עס איז נאך געווען אינמיטן די נאכט ווען זיי זענען אנגעקומען צו די טויערן פון די שטאט ירושלים. זיי האבן דאן אויסגעשריגען מיט גרויס פרייד: "עפנט אויף די טויערן, ווייל השי"ת האט געשיקט א גרויסע ישועה פארן כלל ישראל". די וועכטער האבן געעפנט די טויערן, און יהודית מיט איר דינסט זענען אריינגעקומען אין שטאט. בליץ שנעל האט זיך צושפרייט די פריידיגע בשורה אז יהודית איז צוריקגעקומען, אלע איינוואוינער פון שטאט, מענער ווייבער און אפילו קליינע קינדער, זענען געקומען צו לויפן מקבל פנים זיין די צדיקת, אין אלע פענסטער פון שטאט זענען אנגעצינדען געווארן ליכט, און אזוי מיט א געוואלדיגע שמחה האבן זיי אריינבאגלייט יהודית אין שטאט. יהודית האט זיך דאן ארויפגעשטעלט אויף אן הויך ארט, און האט אויסגעשריגען צו אלע פארזאמלטע: "לויבט השי"ת אז ער האט געראטעוועט די שטאט ירושלים, השי"ת האט די נאכט איבערגעגעבן דעם שונא ישראל, אליפורני, אין די האנט פון א פרוי". און אזוי רעדענדיג האט זי ארויסגענומען אליפורני'ס קאפ און עס געוויזן פאר אלע פארזאמלטע!. ווען די אידן האבן געזעהן אליפרוני'ס אפגעהאקטער קאפ אין איר האנט, זענען זיי אלע געפאלן צו דער ערד און זיך געביקט צו השי"ת, דאנקענדיג און לויבענדיג אויף די גרויסע ניסים וואס ער האט מיט זיי געטוען. יהודית האט דאן באפוילן:

"גייט שוין און הענגט ארויף דעם קאפ פון אליפורני אויף די מויערן פון שטאט, באלד וועט אויפשיינען די זון, וועט איר זיך צוזאמענזאמלען און זיך גרייטן ארויסצוגיין מלחמה האלטן מיט די יונים. גייט נאך נישט אראפ דעם בארג מלחמה האלטן, נאר בלייבט שטיין דא אויבן, און בלאזט און שאלט מיט די שופרות און טראמפייטער, ווען די יונים וועלן הערן אז איר גרייט זיך צו מלחמה, וועלן זיי גלייך לויפן צו אליפורני'ן, און ווען זיי וועלן אים טרעפן טויט, וועלן זיי ווערן צומישט, און מען וועט זיי קענען לייכט באזיגן. די אידן האבן אזוי געטאן, אליפורני'ס קאפ האט מען אויפגעהאנגען אויפן שפיץ מויער, ווי אזוי דער טאג האט אויפגעשיינט, האבן זיי אלע גענומען בלאזן מיט די שופרות, ווען די יונים האבן דאס געהערט, זענען זיי שנעל געלאפן צו אליפורני'ן, די טיר פון אליפרוני'ס געצעלט איז געווען צוגעשפארט, האבן זיי געשריגען צו אים פון דרויסן ער זאל זיך אויפוועקן, אבער עס איז געווען אין קול ואין עונה, קיינער האט נישט געענטפערט, האבן זיי געמיינט אז זיכער שלאפט ער נאך טיף, פון דעם וויין וואס ער האט נעכטן געטרינקען, זענען זיי אריינגעגאנגען אין געצעלט, און צו זייער גרויס שרעק האבן זיי געזעהן ווי אליפורני ליגט צוהאקט אויף שטיקער, און זיין קאפ געפינט זיך אינגאנצן נישט נעבן קערפער. "דאס איז די ארבייט פון די אידישע פרוי" - האבן זיי געשריגען מיט גרויס שרעק, פאר גרויס פחד און טומל האבן זיי אלע גענומען אנטלויפן מיט גרויס בהלה, זיי האבן אפילו נישט מיטגענומען מיט זיך דאס פארמעגן וואס זיי האבן מיט געברענגט אין די מלחמה, און האבן דאס איבערגעלאזט אין די געצעלטן. ווען די אידן האבן דאס אלעס געזעהן, זענען זיי שנעל אראפגעלאפן פון בארג, און גענומען נאך יאגן די אנטלויפענדע יונים מיט גרויס אימפעט, די יונים האבן פון גרויס שרעק זיך נישט אויסגעדרייט מלחמה האלטן מיט די אידן, און די אידן האבן נאך אפילו אויסגע'הרג'עט א ריזיגע צאל פון זיי. דרייסיג טעג האט געדויערט ביז די אידן האבן געקענט ענדיגען אויסרויבן דאס גרויסע פארמעגן וואס די יונים האבן איבערגעלאזט, אומשאצבארע אוצרות מיט גאלד און זילבער און אנדערע ווערד זאכן, האבן די אידן פארכאפט. דער פארמעגן פון אליפורני'ן אליין, האבן די אידן געגעבן פאר יהודית'ן, און דאס גאנצע ריזיגע פארמעגן פון גאלד און זילבער, דינמאנטן, פערל און איידל שטיינער, וואס אליפורני האט געהאט מיט זיך, איז יעצט אריבערגעגאנגען צו די צדיקת יהודית. די צדיקת האט אבער דאס גאנצע פארמעגען נישט געהאלטן פאר זיך, און האט אלעס גלייך מקדיש געווען פארן בית המקדש.

ווען אכיור האט געזעהן די גרויסע ניסים וואס השי"ת האט געטוען צום כלל ישראל, האט ער זיך מגייר געווען, און איז געווארן אן ערליכער איד.

אלס זכר פון דעם גרויס נס וואס השי"ת האט דעמאלט געטוהן מיט אידן, האבן די חכמים איינגעפירט מען זאל עסן קעז חנוכה, צו געדענקען דעם נס וואס השי"ת האט געטאן דורך יהודית, וואס זי האט געגעבן צו עסן קעז דעם רשע אליפורני, און דורך דעם איז ער געווארן מיד און דארשטעריג, און האט זיך אעע'שיכור'ט מיט וויין, און אזוי האט זי אים געקענט הרג'ענען.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

וכל המרבה לספר.....
אוועטאר
אייוועלט ארטיקלען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 09, 2016 11:36 am
לאקאציע: אין ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארטיקלען »

ארויף לכבוד חנוכה
זוכט איר א זאפטיגע ארטיקל ארויסצופרינטען? באזוכט דא

האט איר געזעהן? הנאה געהאט? לאזט אייך הערן!!
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

אייוועלט ארטיקלען האט געשריבן:ארויף לכבוד חנוכה

אויב איינער וואלט געקענט מאכן "א שיינע" PDF וואלט איך און פולע אנדערע אים זייער דאנקבאר געווען.
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ארויף
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: מעשיות פון די ניסי חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ר"ח היינט די געשעפטן פארקויפן שוין און גרויסן דונאטס
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: מעשיות פון די ניסי חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

ארויף
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”