סיפורי צדיקים לחנוכה

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

סיפורי צדיקים לחנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א ווארימקייט ביי די חנוכה לעכט
רבי בעריש פון דאלינא זצ"ל האט אמאהל געפרעגט זיין טאטן, הרב הקדוש ר' אייזיק פון זידיטשוב זי"ע, פארוואס ער פארברענגט אזוי ווייניג צייט ביי די חנוכה ליכט, ווען זיין שווער, רבי אברהם פון סטרעטין זי"ע, פארברענגט לאנגע שעות מיט שירות ותשבחות און דברי תורה, און נעמט נישט אראפ די אויגן פון די מנורה? האט איהם ר' אייזיק זי"ע צוריק געענטפערט: "עס איז מיר טאקע זייער אינטערעסאנט אויף דעם גרויסן נס וואס פאסירט מיט מיר יעדע נאכט חנוכה, וואס בשעת איך צינד אהן די ליכט ווער איך נישט פארברענט צוזאמען מיט זיי, - און דו ווילסט נאך, אז איך זאל פארברענגען א לענגערע צייט נעבן זיי?

נישט זיין אין כעס
רבי שמואל פון סלאנים זי"ע האט אמאהל אלץ יונגערמאן ערב שבת חנוכה קורץ פאר שקיעת החמה, צוגעגרייט די ליכט אין די מנורה און געגאנגען צו זיין זיידע, דעם בעל "יסוד העבודה" זי"ע, צו הערן די ברכות, און געטראכט אז באלד דערנאך וועט ער אנצינדן זיין מנורה. דערווייל איז אריבער געגאנגען א צווייטער יונגערמאן און געזעהן פאר זיך א צוגעגרייטער מנורה. האט יענער נישט לאנג געטראכט און באלד גענומען אין האנט א ליכט, און אנגעהויבן די ברכות: "אשר קדשנו.... להדליק נר חנוכה....שעשה ניסים.... בזמן הזה!!!!!!" און אנגעצינדן די מנורה. און ער איז באלד אוועק געגאנגען פון דארט. ווען ר' שמואל איז צוריק געקומען, איז שוין געווען צו שפעט צוצוגרייטן א צווייטע מנורה, און ער האט באמערקט ווי זיין מנורה ברענט שוין - - - - - ער האט זיך אביסל פארטראכט, און זיך אנגערופן: "דער אייבערשטער האט באפוילן צו צינדן די חנוכה מנורה, אבער ער האט אויך באפוילן אז מ'טאר נישט זיין אין כעס"!! - - - - - - און ער האט באלד מקבל שבת געווען מיט גרויס שמחה...

די סודות פון דריידל
דער בעלזער רב זי"ע, פלעגט חנוכה שפילן דריידל, אזוי ווי דער מנהג ישראל. ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, האט ער געבעטן אז מ'זאל איהם ברענגען א דריידל פון חוץ לארץ וואס זענען דא אויף דעם די אותיות "נ-ג-ה-ש" (מיט א "ש"). און נישט א דריידל פון ארץ ישראל וואס שטייט אויף דעם "נ-ג-ה-פ" (מיט א "פ"). נאך אסאך ארום זוכן, האט דער גבאי געטראפן ביי איינעם פון די חסידים אזא סארט דריידל, און ער האט דאס געברענגט צום רב. דער רב האט איהם געזאגט: "איך האב היינט געשפילט מיט דיין דריידל. דו זאלסט וואוסן, אז דער "בני יששכר" זאגט אין זיין ספר, אז אויב מען דרייט אויף דער וועלט, דרייט מען אויך אויף יענעם וועלט. און דארט שטייט מרומז די אלע סודות פון די אותיות "נ-ג-ה-ש". און מען דארף נישט פארענדערן די אותיות דא אין ארץ ישראל, און אויך דאהי זאל מען ארויף שרייבן מיט א "ש".

דער בני יששכר'ס יחוס:
איינמאהל ווען דער הייליגער "בני יששכר" (רבי צבי אלימלך פון דינוב) זי"ע איז געפאהרן אויף חנוכה צום הייליגן חוזה פון לובלין, האט ער אריין געטראכט אינמיטן וועג: "פארוואס אייביג ווען עס קומט אהן די חנוכה טעג פיהל איך אין מיין הארץ א געוואלדיגע הייליגע געפיהל צו טוהן די מצוה. עס קען דאך נישט זיין אז איך שטאם פון די חשמונאים, ווייל איך בין נישט קיין כהן, דעמאלס פארוואס באקום איך אזא חשק און התלהבות צו טוהן די מצוה"? ער האט באשלאסן אז ווען ער וועט אריין קומען צום הייליגן רבי'ן, וועט ער איהם דאס פרעגן. ווען ער איז אריין געקומען צום רבי'ן - נאך איידער ער האט געעפענט זיין מויל צו רעדן, האט זיך דער רבי אנגערופן צו איהם: "זאלסט וואוסן אז דו שטאמסט פון שבט יששכר, און דאס וואס דו פילסט אזא חשק צו טוהן די מצוה ביים צינדן די חנוכה לעכט, איז ווייל אין די צייטן פון די חשמונאים ביזטו געווען אין זייער בית דין". צוליב דעם טעם האט דער צדיק אנגערופן זיין ספר אויף די ימים טובים "בני יששכר".

א זילבערנע טיש:
די שטוב כלים פון רבי יצחק אייזיק פון זידיטשוב זי"ע זענען געווען גאר פראסטע. ער האט גענוצט זילבערנע כלים נאר פאר "מצוה געברויכן", ווי צום ביישפיל: שבת לייכטערס, בעכער פאר קידוש, מנורה פאר חנוכה, בשמים ביקסעל, אתרוג פושקע, מגילה האלטער. איינמאהל האט איינער פון זיינע חסידים געווינען אין א גורל א זילבערנער טיש, און ער האט דאס געוואלט אוועק שענקן פאר דעם רבי'ן אלץ מתנה. רבי יצחק אייזיק זי"ע האט דאס אויף קיין שום באדינג נישט געוואלט אננעמען. ווען זיין זוהן רבי אליהו האט איהם ערקלערט, אז מען קען דעם טיש נוצן פאר א "דבר מצוה" - ארויף צו שטעלן אויף דעם די מנורה, האט דער רבי צוגעשטימט צו דעם און אנגענומען די מתנה. און פון דעמאלס אהן איז דער טיש שטענדיג געווען באהאלטן, און נאר אויף חנוכה האט מען דאס ארויס גענומען פאר די מנורה.
דער מעשה פון דער מסור:
חסידים פון דעם רבי'ן פון לובלין זי"ע זענען אמאהל געקומען צו פאהרן אויף חנוכה, און איהם דערציילט מיט ווייטאג אז זיי ליידן געפערליך פון א געוויסער "מסור" וואס טרעפט אייביג צו מסר'ן די יודן צו די רעגירונג, און ברענגט אויף זיי גרויסע צרות. זיי האבן אנגעשריבן א קוויטל מיט דעם מסור'ס נאמען, אז דער רבי זאל איהם צוברעכן. ווען דער רבי זי"ע האט אריין געבליקט אין דעם קוויטל, האט ער געשפיגן אויף דער ערד. צומארגענס האט מען איהם נאכאמאהל איבערגעגעבן דעם קוויטל, און ביים ערשטן בליק האט ער זיך אנגערופן: "ער באלייכט דאך אלע וועלטן"!! דערנאך האט דער רבי פארשטיין געגעבן: "ביים ערשטן מאהל ווען מ'האט מיר איבערגעגעבן דאס קוויטל, האט ער דעמאלס געשפילט אין קארטן, וואס דאס איז אסור. דערפאר האב איך געשפיגן. און ביים צווייטן מאהל האט ער געהאלטן אינמיטן צינדן די חנוכה לעכט, און דאס האט פאר איהם באלאכטן אלע וועלטן"!
א צייכן פון חנוכה:
איינמאהל ווען רבי שלמה קארלינער זי"ע האט אנגעצינדן די חנוכה לעכט, האט זיך אביסל אנגעברענט די וואנט און געווארן שווארץ. מיט גרויס שמחה האט ער זיך אנגערופן: "איך פריי זיך שטארק, יעצט וועט בלייבן א צייכן אין הויז א גאנץ יאהר פון די מצוה פון חנוכה לעכט"!!

צובראכן דעם "פח"
רבי ר' העשיל פון קראקא האט געהאט גאר א שארפע קאפ און קלאהרן פארשטאנד. איינמאהל אלץ קינד חנוכה האט זיך זיין מלמד אין חדר אנגערופן צו די קינדער: "אויב איר וועט מיר באלד זאגן וויפוהל לעכט מיט שמשים צינד מען אהן צוזאמען אין אלע נעכט פון חנוכה, וועל איך אייך אהיים לאזן פריער פאר די געווענליכע צייט"! נאך פאר דער רבי האט געענדיגט זיינע ווערטער, האט רבי ר' העשיל צוריק געענטפערט: "איך ווייס דער ענטפער! - עס איז דאך א בפירוש'ער פסוק אין תהילים (קאפ. קכ"ד): "הפח נשבר ואנחנו נמלטנו". "פח" איז בגימטריא 88. "נשבר", - צוברעכט מען אין צוויי, און עס בלייבט איבער 44! - - - "ואנחנו נמלטנו", - ווערן מיר דעמאלס באפרייט פון חדר"...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זיידעניו האט געשריבן:נישט זיין אין כעס
רבי שמואל פון סלאנים זי"ע האט אמאהל אלץ יונגערמאן ערב שבת חנוכה קורץ פאר שקיעת החמה, צוגעגרייט די ליכט אין די מנורה און געגאנגען צו זיין זיידע, דעם בעל "יסוד העבודה" זי"ע, צו הערן די ברכות, און געטראכט אז באלד דערנאך וועט ער אנצינדן זיין מנורה. דערווייל איז אריבער געגאנגען א צווייטער יונגערמאן און געזעהן פאר זיך א צוגעגרייטער מנורה. האט יענער נישט לאנג געטראכט און באלד גענומען אין האנט א ליכט, און אנגעהויבן די ברכות: "אשר קדשנו.... להדליק נר חנוכה....שעשה ניסים.... בזמן הזה!!!!!!" און אנגעצינדן די מנורה. און ער איז באלד אוועק געגאנגען פון דארט. ווען ר' שמואל איז צוריק געקומען, איז שוין געווען צו שפעט צוצוגרייטן א צווייטע מנורה, און ער האט באמערקט ווי זיין מנורה ברענט שוין - - - - - ער האט זיך אביסל פארטראכט, און זיך אנגערופן: "דער אייבערשטער האט באפוילן צו צינדן די חנוכה מנורה, אבער ער האט אויך באפוילן אז מ'טאר נישט זיין אין כעס"!! - - - - - - און ער האט באלד מקבל שבת געווען מיט גרויס שמחה...



געליינט אין באלייכטונגען פרשת וישב תשס"ט, די קורצע מעשה אויסגעצויגן אויף גאנצע 3 זייטן... (די ענדע פעלט נאך).
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

זיידעניו האט געשריבן:א ווארימקייט ביי די חנוכה לעכט
דער בני יששכר'ס יחוס:
איינמאהל ווען דער הייליגער "בני יששכר" (רבי צבי אלימלך פון דינוב) זי"ע איז געפאהרן אויף חנוכה צום הייליגן חוזה פון לובלין, האט ער אריין געטראכט אינמיטן וועג: "פארוואס אייביג ווען עס קומט אהן די חנוכה טעג פיהל איך אין מיין הארץ א געוואלדיגע הייליגע געפיהל צו טוהן די מצוה. עס קען דאך נישט זיין אז איך שטאם פון די חשמונאים, ווייל איך בין נישט קיין כהן, דעמאלס פארוואס באקום איך אזא חשק און התלהבות צו טוהן די מצוה"? ער האט באשלאסן אז ווען ער וועט אריין קומען צום הייליגן רבי'ן, וועט ער איהם דאס פרעגן. ווען ער איז אריין געקומען צום רבי'ן - נאך איידער ער האט געעפענט זיין מויל צו רעדן, האט זיך דער רבי אנגערופן צו איהם: "זאלסט וואוסן אז דו שטאמסט פון שבט יששכר, און דאס וואס דו פילסט אזא חשק צו טוהן די מצוה ביים צינדן די חנוכה לעכט, איז ווייל אין די צייטן פון די חשמונאים ביזטו געווען אין זייער בית דין". צוליב דעם טעם האט דער צדיק אנגערופן זיין ספר אויף די ימים טובים "בני יששכר".


דאס מיינט אז ער איז געווען א בן אחר בן אייניקל?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קרעמער, נו אויב איז דא א צווייטער האלב זייט מוחל און ענטפערט מיר א... אםםם ניין זיי מוחל און דערצייל עס.

אלף בית, פשטות מיינט עס אז יא, ער איז א בן אחר בן, אבער עס איז לגמרי נישט קיין הכרח, עס קען מיינען אז אינעם פריענדיגן גיגול איז ער געווען אין זייער בית דין אין דאס איז בדייקא נאר דער נשמא און נישט זיין קערפער, כך נראה לענ"ד

(בד"וו איך מיין אז דער אשכול באלאנג אין על הצדיקים צוזאמען מיט אלע אנדערע ספורי צדיקים אויף ימים טובים, אדער מיין איך אז די אנדערע אשכולות פון ספורי צדיקים אויף ימים טובים באלאנגען אויכעט דא).
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

חנוכה בחצר הקודש, צדיק מה פעל
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

און סאיז שוין חנוכה תשע"ח...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אלף בית האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:
א ווארימקייט ביי די חנוכה לעכט
דער בני יששכר'ס יחוס:
איינמאהל ווען דער הייליגער "בני יששכר" (רבי צבי אלימלך פון דינוב) זי"ע איז געפאהרן אויף חנוכה צום הייליגן חוזה פון לובלין, האט ער אריין געטראכט אינמיטן וועג: "פארוואס אייביג ווען עס קומט אהן די חנוכה טעג פיהל איך אין מיין הארץ א געוואלדיגע הייליגע געפיהל צו טוהן די מצוה. עס קען דאך נישט זיין אז איך שטאם פון די חשמונאים, ווייל איך בין נישט קיין כהן, דעמאלס פארוואס באקום איך אזא חשק און התלהבות צו טוהן די מצוה"? ער האט באשלאסן אז ווען ער וועט אריין קומען צום הייליגן רבי'ן, וועט ער איהם דאס פרעגן. ווען ער איז אריין געקומען צום רבי'ן - נאך איידער ער האט געעפענט זיין מויל צו רעדן, האט זיך דער רבי אנגערופן צו איהם: "זאלסט וואוסן אז דו שטאמסט פון שבט יששכר, און דאס וואס דו פילסט אזא חשק צו טוהן די מצוה ביים צינדן די חנוכה לעכט, איז ווייל אין די צייטן פון די חשמונאים ביזטו געווען אין זייער בית דין". צוליב דעם טעם האט דער צדיק אנגערופן זיין ספר אויף די ימים טובים "בני יששכר".
דאס מיינט אז ער איז געווען א בן אחר בן אייניקל?
א אייניקל פין וועם?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”