דיונים ועיונים בפרשת וישב

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 8:03 pm

איך זעה נאך נישט וויאזוי עס איז דיר פארענטפערט געווארן די קשיה, ווי איך פארשטיי איז די קשיה געווען אז מען רעדט דא נישט פון חדשי השנה נאר מען רעדט פון חדשים פון זיין מעוברת האט זי דאך אייגענע חדשים. (יעצט כאפ איך מיך אז אפשר וויל טאקע קרעמער אריינלערנען אז כמשלש גייט טאקע נישט ארויף אויף די חדשי העיבור נאר אויף חדשי השנה, אבער עס איז נישט פשוט פשט)
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 8:11 pm

איך האב פארשטאנען קרעמערס ווערטער אז די תורה זאגט אז יהודה האט אנגעפאנגען רעכענען פון ווען ער איז געווען מיט איר,
ויהי כמשלוש חדשים, פונעם פאינט אוו רעפערענס.
the SCY is the limit

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 8:17 pm

ס'מאכט נישט קיין סענס, לויט וויזוי די תורה פארציילט די מעשה, אז ס'זאל מיינען דאס וואס קרעמער טייטשט.

נארמאלערהייט זעט אויס פון פסוק, אז ארום דריי חדשים פון נאך די מעשה מיט יהודה, האט מען אנגעפאנגען דערקענען. ממילא איז טאקע שווער די אויסדרוק פון רש"י, רובו של ראשון.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 9:40 pm

איך האב היינט נאכט געפרעגט ר' יעקב טובי' ווייזער דער דיוק, און ער האט מיר געענטפערט אוויא קרעמער זאגט, און וויא אזוי איך האב עס פארשטאנען.
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 10:53 am

אין שפתי חכמים ברענגט ער פון מזרחי אז דער כלל פון יולדת לשבעה ניכר עוברה לרוב שלשה, האט א שייכות מיט די חדשי הלבנה! און טאקע דערפאר מוז דאס זיין רובו של ראשון (רוב פונעם ערשטן חודש על פי חדשי הלבנה, נישט חדשי עיבורה) ואמצעי שלם ורובו של אחרון.

הער פארשלאפן, וואס האט איר צו זאגן דא?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 11:30 am

קרעמער, מיינסט מיך? איך געב אויף.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:05 pm

א איד געט נישט אויף. און ניין, איך האב גערעדט צו הער פארשלאפן, דער מזרחי לערנער.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23733
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 10:08 pm

רב קרעמער, הערשט איצט געזען דיין פראגע,
הרב איך הער מעגסט ענטפערן איך וועל מיך נישט באליידיגן מיר בלייבן נאך אלץ גוטע פריינט.

דער מזרחי איז נישט אזוי פשוט ס'איז אן אריכות און קריכט אריין להלכה אויך, דאס אז די חדשי הלבנה זענען גורם איז א גמרא אין נדה דף ל''ח ע''א די גמרא זאגט שיפורא גרים דאס טייטש דער שופר פון בי''ד וואס איז מקדש דעם חודש, דער מהרש''א אין נדה דף ח' זעט אויס אז ער איז נישט צופרידן פון דעם מזרחי ווייל עס שטימט נישט מיט די גמרא .
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23733
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג דעצמבער 19, 2008 9:44 am

ווי אזוי האט איר פארשטאנען דעם פסוק: ''הבוא נבוא'' אני ואמך ואחיך להשתחוות לך ארצה, וואס באדייט דאס קומען וואס עפעס קומען וואס איז נישט גענוג ''הנשתחוה'' אני ואמך וכו'?

האב איך געזען אין מעשי ה' [ היינט כ''ב כסליו איז זיין יארצייט,נסתלק געווארן שנת שמ''ו ומנוחתו כבוד אין אלטן בה''ח אין קראקא] טייטש ער הבוא נבוא צו וועלן מיר דען קומען צו אזא געפאלענע מדריגה, אונז זאל מיר זיך דארפן צו דיר בוקן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » פרייטאג דעצמבער 19, 2008 10:11 am

ווען איך געזען דעם פסוק האב איך געטראכט בערך אזוי ווי רש"י זאגט אויף חי' רעה אכלתהו "נצנצה בו רוח הקודש" אז די עיקר וואונדער איז: וועלן מיר אראפגיין צו דעם ערגסטן לאנד זיך צו ביקן פאר דיר?
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 21, 2008 12:26 pm

קרעמער האט געשריבן:
ווארום האט געשריבן:איז געקומען א פיקח און עצה'ט איהם, די נער וואס מוטשעסט די זיך אריינצולייגן די גאנצע שטרוי אינעם מאגאזין, איין פינק גייט ארויס פונם שמידער און די גאנצע סחורה גייט לאיבוד. (רש"י)

וואסערע חכמה ליגט דא אין זיינע ווערטער?

כ'האב אמאל געהערט עטליכע תירוצים, יאך דערמאן זיל נישט כרגע, אבער איך זיך ווער סקען געבן מראה מקומות.

איך האב געקלערט א פשט, און דערנאך געפונען ענליך אין רש"י המבואר (די נייע חומש וואס האלט אינמיטן ערשיינען לאור עולם, מיט סדרים בראשית און דברים שוין אין די געשעפטן):

דער בלאזער האט געהאט א שותפות מיטן פלאקס הענדלער אין א וועירהאוז, דער האט געהאלטן זיינע סחורה אין די רעכטע האלב און דער אין די לינקע טייל. איין שיינעם טאג דערזעהט זיך דער בלאזער מיט א דילעמא, דער פלאקס הענדלער ריקט זיך אן מיט קעמלען וואס זענען איבערגעפולט מיט סחורה ביז איבערן קאפ, און עס קוקט אויס ווי די סחורה וועט זיך איבערגיסן אויך צו זיין טייל.

קומט דער פיקח און זאגט אים: דאגה נישט, דער פלאקס הענדלער ציטערט פון דיינע כלים וואס קענען מיט איין פונק אפברענען זיין גאנצע סחורה, אלזא וועט ער שוין זיכער מאכן אז זיינע סחורה זאלן נישט קומען אין בארירונג מיט דיינע זאכן, און קענסט רואיג שלאפן.

פרייטאג צונאכטס האב איך געפונען אז דער גאנצער געדאנק שטייט אין ספר מעגלי צדק, וזה לשונו: עוד יאמר וישב יעקב, בפירש"י המשל שהביא, הפשתני הזה, הפחמי תמה, הכונה שהפחמי מתירא מאחר שאינו יכול לכנוס אולי יכנוס הפשתן לתוך רשותו ויזיקנו, והתשובה שאי אפשר לכנוס לתוך רשותך כי ניצוץ אחד ישרפנו, כמו כן יעקב תמה שחשש שלא יכנסו אלופי עשו לרשותינו והתשובה כי ישרף מכח קדושת יוסף כנ"ל.

אקוראט ווי איך האב געשריבן.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג דעצמבער 21, 2008 2:01 pm

יעצט דערמאנסטו מיך, איך האב פשוט אראפגעברענגט דעם הצרי אין בגלעד.אלס מקרא מסייעני

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מוצ"ש דעצמבער 05, 2009 6:44 pm

ארויף

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4920
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

פרשת וישב: וואָספאַראַ פקחות איז דאס?

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 10:29 am

ב"ה
יום שני פרשת וישב תש"ע לפ"ק


אלע יאהרן ווען כ'לערן דער רש"י פון דער וואכעדיגע סדרה, בלייבט מיר אלס קשה דער משל וואס רש"י ברענגט אראפ, (דאס איז דער ערשטער רש"י אין דער סדרה) הפשתני הזה נכנסו גמליו טעונים פשתן, הפחמי תמה: אנה יכנסו כל הפשתן הזה? היה פקח אחד, משיב לו: ניצוץ אחד יוצא ממפיח שלך, ששורף את כולו!!

עס עגבערט מיר, וואספארא מין פקחות איז דאס? וואלט ער איהם ווען געגעבן אן עצה וויאזוי אריין צו ברענגען דער פשתן איז ער דאך החכם הכי גדול, משא"כ דא האט ער דאך בלויז געגעבן אן עצה וויאזוי פטור צו ווערן דערפון, ואם כן, הייסט דאס א חכמה? אתמהה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 10:44 am

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 10:10 pm

scy4851 האט געשריבן:ארויף געברענגט
לחיים ולברכה!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 10:32 pm

קרעמער האט געשריבן:אדער קען זיין אז די זאכן וואס זיי האבן געטראגן (נכאת צרי ולוט) פלעגט מען פראדוצירן אין גלעד, אדער איז דער האנדל מארקעט דערפון געווען דארטן.

אזוי שרייבט טאקע דער רמב"ן: והנה ארחת ישמעאלים באה מגלעד כאשר נשאו עיניהם וראו מרחוק אנשים באים מדרך גלעד, הכירו כי ארחת ישמעאלים היא בגמלים, וידעו כי למצרים ילכו, כי מגלעד יובא הצרי והנכאת, ולמצרים היה דרכם להוליך אותו ולכן אמר להם יהודה, הנה האנשים האלה מארץ מרחק, והולכים אל ארץ רחוקה, נמכרנו להם כי לא יודע הדבר:

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 5:12 am

א קליינע ווארט אויף די סדרה
עס באלאנגט אויך צו די סליחות פון עשרה בטבת
מען זאגט כדלהלן:
אמרו לכו נכלם ונשביתה זכרם
קל קנא ונוקם גמלם ישאו את שברם
כמעשיהם שלם ויבושו משברם
כאיש חלום חולם שלשה סלי חורי
וואס האט דא צוטוהן דער שר האופים
האב איך געטראכט אויף אזא אופן
דער תיב"ע זאגט אז יוסף הצדיק האט געהערט די חלומות פון דעם שר המשקים און פון דער שר האופים
הערט אז דער חלום פון שר המשקים האט צוטוהן מיט כלל ישראל מיט די אבות און מיט די גאולה
האט ער געטראכט ער האט געחלומט א גוטע חלום אויף כלל ישראל
וועל איך איהם פותר זיין לטובה
אבער דער חלום פון דער שר האופים איז געווען א שלעכטע חלום אויף כלל ישראל
אויף די קושי השעבוד אין מצרים
האט יוסף געטראכט אז וויבאלד ער האט געחלומט א שלעכטע חלום וועל איך איהם פותר זיין לרעה
און וויבאלד אז החלומות הולכים אחר הפה ממילא איז טאקע נתקיים געווארען כאשר פתר להם יוסף
שטעלט זיך אבער די שאלה במה חטא שר האופים
ס'איז דאך געווען א חלום?
נאר וואס מיר ווייסען אז די חלומות קומען פון הרהורים ביי טאג
מוז דאך זיין אז דער שר האופים האט געהאט הרהורים אויף מייסר זיין אידען
איי עס איז נאר א הרהור א מחשבה
אבער ביי גויים זאגט מען טאקע מחשבה רעה הקב"ה מצרפה למעשה
ממילא פאר די הרהור אליין קומט איהם שוין א עונש
וועגען דעם האט יוסף איהם דן געווען צו א פתרון לרעה
אויב אזוי איז דער סליחה כמין חומר
אמרו - זיי זאגען נאר - לכו נכלם ונשביתה זכרם - לאמיר גיין פארניכטען די אידען
בעהטען מיר - קל קנא ונוקם גמלם - גיב זיי זייער לוין - ישאו את שברם - זיי זאלען האבען א בראך
כמעשיהם שלם - צאהל זיי אפ אויף זייערע מחשבה אזוי ווי עס וואלט געווען א מעשה - יבושו משברם - ממילא וועלען זיי זיך שעהמען מיט די האפענונג
כאיש חלום חולם שלשה סלי חורי - אזוי ווי מען זעהט אז דער שר האופים נאר פאר'ן טראכטען שלעטס אויף כלל ישראל איז ער געווארען געהאנגען...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 8:17 am

אנ'עצה טובה פאר צו האבען די ריכטיגע השקפה אויף די מכירת יוסף איז די ספר ויבך יוסף
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23733
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 8:22 am

רב מ"ש אייער ווארט פאסט פאר גדולי המגידים, ישר כחכם.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 10:58 am

רבי מנחם שלום, איך וועל נישט מגזם זיין אז כ'וועל זאגען אז האסט מסתמא מכוון געווען צום כוונה נכונה פונעם פייטן, עס ליגט דאך ממש און די ווערטער. מה דאך פיוטים פון פשוטי העם קען האבען טיפע כוונות, איז דאך אוודאי געוויסט אז פיוטים געשריבען דורך פייטנים בעלי רוח הקודש האבען און זיך רזים עמוקים און סודות התורה

דער ויבך יוסך איז טאקע מורה'דיג
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 11:58 am

הפלא'דיג ווארט!

אמן וכן יהי רצון במהרה דידן.

אוועטאר
נהר-דעה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2011 6:27 pm

תגובהדורך נהר-דעה » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 3:36 pm

farshlufen האט געשריבן:רב קרעמער, הערשט איצט געזען דיין פראגע,
הרב איך הער מעגסט ענטפערן איך וועל מיך נישט באליידיגן מיר בלייבן נאך אלץ גוטע פריינט.

דער מזרחי איז נישט אזוי פשוט ס'איז אן אריכות און קריכט אריין להלכה אויך, דאס אז די חדשי הלבנה זענען גורם איז א גמרא אין נדה דף ל''ח ע''א די גמרא זאגט שיפורא גרים דאס טייטש דער שופר פון בי''ד וואס איז מקדש דעם חודש, דער מהרש''א אין נדה דף ח' זעט אויס אז ער איז נישט צופרידן פון דעם מזרחי ווייל עס שטימט נישט מיט די גמרא .

דער ריטב''א אויפ'ן ארט זאגט טאקע,אז די גמ' איז דלא כמאן דדריש דמקצתו של ראשון ושלישי עכ''ל ולפ''ז לכאו' יתורץ המזרחי.
ישוטטו רבים, ותרבה הדעת.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 10:51 pm

מנחם שלום, פלאי ופלאים!
the SCY is the limit

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 9:18 am

אויף ולא שמע אליה לשכב אצלה להיות עמה שרייבט רש"י להיות עמה לעולם הבא
דער בעה"ט שרייבט להיות עמה בגיהנם
קען זיין א דערהער אין רש"י אז זי האט געטענה'ט אז דאס איז באשעהרט און אז אדרבה זיי וועלען נאך זוכה זיין צו עולם הבא
האט יוסף געזאגט אנ'עבירה איז אנ'עבירה
ווי דער בריסקער רב האט מוכיח געווען פון חזקיהו וואס האט געהאלטען אז מען טאהר נישט האבען קינדער רשעים
דערפאר הגם ער האט געזעהן ברוח קדשו זיינע קינדער רשעים וועט איינער טענה'ן וויאזוי מיינסטו מונע זיין פון תשמיש
דו זעהסט דאך אז עס וועלען יא זיין קינדער
זאגט דער בריסקער רב אלא מאי אויב עס איז אנ'עבירה טוט מען נישט אפילו עס איז קלאהר אז עס וועט יא זיין לעתיד
אויף דעם אופן האט ער געזאגט וועגען די "מדרשים" אז עס וועט זיין א מדינה פאר ביאת המשיח
זאל זיין אמת שטייט אזוי אבער וויבאלד עס איז אנ'עבירה מעג מען נישט אפילו אויב מען ווייסט עס וועט יא אזוי זיין...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט