דיונים ועיונים בפרשת וישב

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

דיונים ועיונים בפרשת וישב

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש דעצמבער 16, 2006 8:34 pm

[ויראו והנה אורחת ישמעאלים באה מגלעד]
פון וואו האבן די ברודער געזען אז די אורחת ישמעאלים קומען פון 'גלעד' ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מוצ"ש דעצמבער 16, 2006 9:04 pm

זיי זענען געפארן אויפן טראוועי וואס איז נאך יעמאלט געווען נאר פון גלעד סטרעיט קיין דותן, מוז זיין אז זיי קומען פון גלעד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 17, 2006 1:13 am

אדער קען זיין אז די זאכן וואס זיי האבן געטראגן (נכאת צרי ולוט) פלעגט מען פראדוצירן אין גלעד, אדער איז דער האנדל מארקעט דערפון געווען דארטן.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2007 8:38 pm

בס"ד

גליונות פין די וואך
http://ladaat.net/forum/index.php?PHPSE ... pic=5227.0
לעצט פאראכטן דורך לאקשען ברעט אום פרייטאג נובעמבער 30, 2007 5:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2007 8:41 pm

וואס איז דאס לאקשען?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2007 10:02 pm

עס איז פלאץ וואו מערערע גליונות אויף די פרשת השבוע איז דא, צו קענען אראפלאדענען.

יישר כח לאקשן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:41 pm

איך האב מיר אזוי אריינגעקלערט דעם פארלאפענעם פרייטאג ביים פארענדיגן די חומש מיט רש"י יענע וואך, אז מען ברויך פארשטיין פארוואס יוסף הצדיק האט נישט פארגינען פארן שר האופים אביסל לעבן. אמער, מיר ווייסן דאך אז אלע חלומות ווענדן זיך אינעם מויל פונעם באשיידער (כל החלומות הולכין אחר הפה, ווי באקאנט די מעשה אין ברכות נ"ו פון בר הדיא וואס האט געדרייט מיט די חלומות פון רבא לויט וויפיל געלט ער האט אים באצאלט עיין שם באריכות נפלא), אלזא וואס וואלט אים געשטערט צו זאגן פאר מיסטער שר המשקים און מיסטער שר האופים: איר וועט ביידע צוריקגעשטעלט ווערן צו אייער פריערדיגן אמט, און האט מיר ביטע אינזינען?

דער תירוץ איז אבער א פשוט'ער (אויסער די "איש כפתרון חלומו פתר" וואס חז"ל זאגן אז איטליכער האט גע'חלומ'ט דעם פתרון פונעם אנדערן'ס חלום, וואס לפי זה האט אפשר יוסף נישט געקענט דרייען מיטן באשיידונג כפי רצונו ווייל זיי וואלטן אים מער נישט געגלייבט): ער האט נישט געוואלט אז זיין זכירה און דערמאנונג פאר פרעה זאל זיין א קדירה דבי שותפי דלא קרירי ולא חמימי! וואלט ער ווען געזאגט אז ביידע ווערן באפרייט, וועט דער שר המשקים אנלייגן אויפן שר האופים צו ערווענען יוספ'לן פאר פרעה, און דער שר האופים וועט דאס צוריק אפשטופן אויפן שר המשקים וחוזר חלילה.

עס קען זיין אז דער זכרון איז א גנב, און איך האב אמאל געהערט דאס ווארט - דערווייל איז עס מיינס...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג דעצמבער 04, 2007 12:10 am

איך האב געהערט, אז דער שר האופים איז געווען א גרעסערער רשע, און האט אים יוסף'ן מצער געווען ווי אימער ער האט נאר געקענט, סאו, יוסף האט אים נאר באצאלט זיין שכר. (דאכט זיך מיר אז כ'האב עס געזען אין ספר הישר, אדער אפשר גאר אין ילקוט מעם לועז, כ'דענק נישט.)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך דעצמבער 05, 2007 11:46 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 1:38 am

א גרויסן יישר כח רבינו הגדול פאר די מקרא מסייעני!

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 11:17 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 7:51 pm

שיינע געדאנק, רבינו הגדול.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מוצ"ש דעצמבער 13, 2008 11:54 pm

ארויף געברענגט
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש דעצמבער 13, 2008 11:58 pm

א הארץ ווייטאג אז מען קען נישט ליינען די 2 תגובות פון רבינו הגדול, היות ער איז לעצטנס צוריקגעקומען אויף א באזוך, אפשר געדענקט ער וואס די מקרא מסייעני און די שיינע געדאנק זענען.

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » זונטאג דעצמבער 14, 2008 10:57 am

איז געקומען א פיקח און עצה'ט איהם, די נער וואס מוטשעסט די זיך אריינצולייגן די גאנצע שטרוי אינעם מאגאזין, איין פינק גייט ארויס פונם שמידער און די גאנצע סחורה גייט לאיבוד. (רש"י)

וואסערע חכמה ליגט דא אין זיינע ווערטער?

כ'האב אמאל געהערט עטליכע תירוצים, יאך דערמאן זיל נישט כרגע, אבער איך זיך ווער סקען געבן מראה מקומות.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג דעצמבער 14, 2008 1:47 pm

מיך האט מען געלערענט און חדר אז פיקח מיינט דא אן אויבער חכם. טאקע וועגען זיין עצה פון פארברענען דאס גאנצע אויף אש.


איך פיר אריבער דער שמועס צי דעם דיונים אשכול
the SCY is the limit

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג דעצמבער 14, 2008 6:06 pm

מייסד, לדאבוני איני זוכר המקרא מסייעך, די געדאנק האט זיך געדרייט ארום הצרי אין בגלעד. פרעג אדמיניסטראטאר אויב ס'איז נישט געבליבן ערגעץ א קאפי פון די אלטע קרעטשמע?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 10:06 am

קרעמער האט געשריבן:אדער קען זיין אז די זאכן וואס זיי האבן געטראגן (נכאת צרי ולוט) פלעגט מען פראדוצירן אין גלעד, אדער איז דער האנדל מארקעט דערפון געווען דארטן.


קרעמער האט געשריבן:א הארץ ווייטאג אז מען קען נישט ליינען די 2 תגובות פון רבינו הגדול, היות ער איז לעצטנס צוריקגעקומען אויף א באזוך, אפשר געדענקט ער וואס די מקרא מסייעני און די שיינע געדאנק זענען.


איך קלער בדרך אפשר אז דער רבי האט געברענגט דעם פסוק 'הצרי אין בגלעד' אלס א מקרא מסייע צום ערשט-ציטירטען תגובה (און אויב נישט. ברענג איך עס אלס א מקרא מסייע).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 7:14 pm

ווארום האט געשריבן:איז געקומען א פיקח און עצה'ט איהם, די נער וואס מוטשעסט די זיך אריינצולייגן די גאנצע שטרוי אינעם מאגאזין, איין פינק גייט ארויס פונם שמידער און די גאנצע סחורה גייט לאיבוד. (רש"י)

וואסערע חכמה ליגט דא אין זיינע ווערטער?

כ'האב אמאל געהערט עטליכע תירוצים, יאך דערמאן זיל נישט כרגע, אבער איך זיך ווער סקען געבן מראה מקומות.

איך האב געקלערט א פשט, און דערנאך געפונען ענליך אין רש"י המבואר (די נייע חומש וואס האלט אינמיטן ערשיינען לאור עולם, מיט סדרים בראשית און דברים שוין אין די געשעפטן):

דער בלאזער האט געהאט א שותפות מיטן פלאקס הענדלער אין א וועירהאוז, דער האט געהאלטן זיינע סחורה אין די רעכטע האלב און דער אין די לינקע טייל. איין שיינעם טאג דערזעהט זיך דער בלאזער מיט א דילעמא, דער פלאקס הענדלער ריקט זיך אן מיט קעמלען וואס זענען איבערגעפולט מיט סחורה ביז איבערן קאפ, און עס קוקט אויס ווי די סחורה וועט זיך איבערגיסן אויך צו זיין טייל.

קומט דער פיקח און זאגט אים: דאגה נישט, דער פלאקס הענדלער ציטערט פון דיינע כלים וואס קענען מיט איין פונק אפברענען זיין גאנצע סחורה, אלזא וועט ער שוין זיכער מאכן אז זיינע סחורה זאלן נישט קומען אין בארירונג מיט דיינע זאכן, און קענסט רואיג שלאפן.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 7:30 pm

קרעמער
אבער דער משל איז נישט דומה צום נמשל.
דא ביי עשו, וועט דער פינק יא פארברענען די שטרוי
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 7:31 pm

אויב עשו וועט זיך נישט היטן, און וועט פרובירן אריינדרינגן אין יעקב'ס טעריטאריע, וועט אים יוסף פארברענען אויף אש.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 7:38 pm

אבער פון רש"י ווייסט אויס אז עס איז נישט דא קיין קאנדישען,

יעקב ראה כל האלופים הכתובים למעלה, תמה ואמר, מי יכול לכבוש את כולן,...וכו'
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 7:39 pm

מיין זוהן פרעגט מיך היינט.
ביי תמר ווען זי איז געווארען מעוברת מיט פרץ און זרח, שטייט
ויהי כמשלוש חדשים, זאגט רש"י הקדוש, און ברענגט פון מדרש, רובו של ראשון, ורובו של אחרון, ואמצאי שלם.
פרעגט מיך מיין זוהן, וואס איז פשט רובו של ראשון. וואס מיינט זיין מעוברת רוב פונעם ערשטען חודש?
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 7:41 pm

א שטייגער זי איז מעוברת געווארן י"ד כסליו, רעכנט מען כסליו, טבת, און רוב שבט.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 7:46 pm

קרעמער שעכוח.
the SCY is the limit


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט