לקוטים וענינים על פרשת נח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

למעלה
the SCY is the limit
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ (ו, ט)

די תולדה, די רעזולטאט פון נח – זיך אפרוען און בטל'ן פון עבודת השם, איז נח – ווייטער'דיגע ליידיגגעהן. אזוי ווי חז"ל זאגן (אבות ד, י) וְאִם בִּטַּלְתָּ מִן הַתּוֹרָה, יֶשׁ לְךָ בְּטֵלִים הַרְבֵּה כְּנֶגְדָּךְ.

דער שפאלער זיידע

--

אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה (ו, ט)

פי' רש"י: ד"א למדך שעיקר תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים

יחוס אבות אליין, בלויז תולדות, דאס איז נאכנישט גענוג צו קענען אנגערופן ווערן א צדיק. נאר עיקר תולדותיהם של צדיקים, די עיקר יחוס פון א צדיק איז, זיינע אייגענע מעשים טובים וואס ער זעלבסט טוט. נישט די מעש"ט פון זיינע הייליגע עלטערן.

הרה"ק רמ"מ מ'קאצק זי"ע

--

אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו (שם)

וברש"י: יש מרבותינו דורשים אותו לשבח וכו' ויש שדורשים אותו לגנאי.

אמרתי על דרך צחות ... שוין יארן וואס איך האב באמערקט א דיוק אין די ווערטער פון רש"י הק' וואס שרייבט אז יש מרבותינו דורשים אותו לשבח, אבער ביי גנאי, שרייבט ער נאר ויש שדורשים אותו לגנאי, און נישט יש מרבותינו.

והוא דקדוק עצום, ולא ראיתי מי שעמד על זה.

נאר מען קען מפרש זיין, אז יש מרבותינו, דאס מיינט מען די תלמידי חכמים וועלכע דרשנ'ן טאקע אלעמאל לשבח – דכן הוא מדתם. אבער די יש שדורשים – טאמער זענען זיי א בלויזער יש אן קיין רבותינו, דאס הייסט נאר כלפי חוץ באווייזן זיי זיך כאילו זיי זענען עפעס, אבער אין פנימיות זענען זיי גארנישט, אט די מענטשן דרשנ'ן שטענדיג לגנאי.

וזה נכון מאד ואמת.

פרדס יוסף

--

שמעתי בשם מהרי"א ז"ל רב"ד מונקאטש, אז ביי די דורשין לשבח זאגט רש"י הק' רבותינו, אבער
ביי די לגנאי זאגט רש"י נאר "יש דורשין".

ווייל צו דרשנ'ן לשבח איז א מצוה זיך אפצולערנען דערפון, אז מיר זאלן אויך אזוי טוהן. דערפאר זענען די "רבותינו", אונזערע רבי'ס אין וועמענ'ס וועגן מיר דארפן נאכגיין. ווידער די וואס דרשנ'ן לגנאי, כאטש וואס זיי האבן זיכער א גוטע טעם געהאט פארוואס זיי האבן אזוי געדרשנ'ט, טארן מיר זיך נישט אפלערנען אזוי צו טוהן. קענען מיר זיי דא נישט רופן מיט'ן נאמען "רבותינו".

נפש יהונתן

--

דער צדיק רבי איציקל מראדוויל זי"ע האט געענטפערט אז דאס איז געווען נח אליין וואס האט דורש געווען אויף זיך זעלבסט לגנאי. "איך בין דען א צדיק? פון וואו נעם איך דאס זיך צו באטראכטן אלס צדיק?" האט נח גערעדט צו זיך.

"ווען איך וואלט געווען אין דור פון אברהם אבינו און צוגעזעהן זיין עבודה, וואלט איך שוין געלערנט א פרשה אין ענוה, העט איך שוין געזעהן וואס דאס מיינט זיך צו האלטן עפר ואפר. דאן וואלט איך נישט נחשב געווען אין מיינע אויגן לכלום, איך וואלט שוין גארנישט געהאלטן פון זיך"...

--

וַתִּשָּׁחֵת הָאָרֶץ לִפְנֵי הָאֱלֹקִים (ו, יא)

דער הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע האט געטייטשט אזוי: די וועלט איז געווען פארדארבן דערמיט, אז זיי האבן מקדים געווען דעם "ארץ" די ערדישע גשמיות'דיגע זאכן, לפני האלקים, פאר די ג-טליכע רוחניות'דיגע זאכן.

--

כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ חָמָס מִפְּנֵיהֶם (ו, יג)

די גמרא זאגט (בבא קמא סב:) אז די חילוק פון א גזלן און א חמסן איז דאס, אז דער חמסן צוואונגט דעם מענטש צו פארקויפן זיין חפץ, בשעת דער גזלן רויבט אן צו באצאלן. לויט דעם איז דאך שווער, מילא די וואס האבן גע'חמס'ט, פאר די קומט טאקע צו שטארבן אינעם מבול. וואס זענען אבער שולדיג די קרבנות, די וואס מען האט פון זיי צוגע'חמס'ט? פארוואס קומט זיי די עונש פונעם מבול?

איז דער בן איש חי כדרכו בקודש מסביר מיט א שיינע משל:

אמאל האט מען געכאפט א גנב וואס האט געגנב'ט פון דעם אוצר המלך. האט מען אים פארמשפ'ט צום טויט. אבער איידער'ן אויספירן דעם גזר דין, האט דער גנב געזאגט אז ער האט א גאר וויכטיגע זאך צו דערציילן פאר'ן קעניג. ווען מען האט אים געברענגט פאר'ן קעניג, האט ער געזאגט אז ער האט ביי זיך א געהיימע רעצעפט וועלכער קיינער אין די וועלט ווייסט נישט.

"אויף וואס איז גוט די רעצעפט?" האט דער קעניג געפרעגט. "איך קען נעמען א קערל פון א פרי, אויסמישן מיט עטליכע געווירצן, און אפקאכן אויף א ספעציעלע וועג. דערנאך פלאנצט מען עס איין אין די ערד, און ביז עטליכע שעה וואקסט ארויס א גרויסע פרוכט בוים, אנשטאט ווי געווענליך וואס עס דויערט עטליכע יאר."

פארוואונדערטערהייט האט דער קעניג געהייסן אים ברענגען די נויטיגע געווירצן. דער גנב האט זיך גענומען צו די ארבעט, צומאלן די געווירצן, אויסגעמישט אין טאפ, געשטעלט אויפ'ן פייער, געמישט און געקאכט, געקאכט און געמישט, געשמעקט און צוגעלייגט נאך געווירצן. ענדליך רופט ער זיך אן אז עס איז גרייט איינצופלאנצן, אבער... "עס איינפלאצן מעג נאר איינער וואס האט קיינמאל אין זיין לעבן גארנישט געגנב'ט," האט דער גנב געזאגט. "טאמער נישט, וועט די געוואוקס נישט געלונגען."

דער גנב האט זיך אנטשולדיגט פאר'ן קעניג פארוואס ער אליין קען נישט איינפלאנצן דעם קערנדל, מען האט דאך אים געפאקט ביי די גניבה. דעריבער האט דער גנב מכבד געווען דעם משנה למלך מיט'ן פלאנצן. דער משנה למלך האט זיך אביסל פאררויטלט, און געזאגט שטילערהייט אז עס דאכט זיך אים אז אמאל, יונגערהייט, האט ער עפעס געגנב'ט...

"אפשר וועט דער פינאנץ מיניסטער קומען פלאנצן דעם קערנדל?" האט דער גנב געפרעגט. "ער איז דאך זיכער אן איש נאמן. נישט אומזיסט האט מען אים געשטעלט אויף די פינאנצן פון די מלוכה."

אבער אויך דער פינאנץ מיניסטער האט זיך אפגעזאגט, מיט'ן תירוץ אז טאקע וויבאלד ער איז אגאנצן טאג פארנומען מיט געלטער, האט ער אפשר אמאל אריינגעשארט צו זיך אין טאש א שוה פרוטה...

אזוי האט דער גנב געבעטן עקסטער ביים יעדן מיניסטאר, ביים גאנצן חשוב'ן קאבינעט פון קעניג. אבער יעדער שאקלט זיך אפ מיט שרעק פונעם כיבוד, יעדער מיט אן אנדער תירוץ. דאן האט דער גנב זיך געוואנדן צום קעניג אליין און אים פארגעשלאגן צו פלאנצן דעם קערנדל. דער קעניג האט אבער בלית ברירה מודה געווען אז ער איז אויך נישט דער גרעסטער נקי כפים...

"אויב אזוי," פרעגט דעם גנב פון אלע פארזאמלטע, "טאמער אלע הויכגעשטעצטע שרים פון די מלוכה, און טאקע דער קעניג אליין איז נישט ריין פון קיין גניבה, דאן פארוואז'שע האט מען פונקט מיר פאר'משפט למיתה? מיט וואס בין איך דען ערגער פון אייך אלע?"

און דער נמשל, פירט אויס דער בן איש חי: דער מענטש וואס פון אים האט מען גערויבט, ער אליין איז אויך נישט געווען קיין גרויסער צדיק. ער איז אויך געווען א גנב. דערפאר האט מען פון אויך גע'חמס'עט - מדה כנגד מדה. און אז אלע זענען געווען א כאפטע רויבער, איז טאקע געקומען די מבול.

...אמר רבי יוחנן בא וראה כמה גדול כחה של חמס שהרי דור המבול עברו על הכל ולא נחתם עליהם גזר דינם עד שפשטו ידיהם בגזל שנאמר כי מלאה הארץ חמס מפניהם והנני משחיתם את הארץ. (סנהדרין קח.):

--

וַיַּעַשׂ נֹחַ כְּכֹל אֲשֶׁר צִוָּה אֹתוֹ אֱלֹקִים כֵּן עָשָׂה: (ו, כב)

וברש"י: זה בנין התיבה.

לכאו' איז שווער צו פארשטיין וואס רש"י הק' וויל דא מחדש זיין?

נאר ווי באקאנט זענען דא געוויסע מצוות וואס דער מענטש טוט און דער גוף האט דערפון אויך הנאה. קען מען דאך נישט וויסן וואס זיין כונה איז דערביי, צו טוט ער עס ווייל הקב"ה האט אזוי באפוילן, אדער מיינט ער גאר זיך? אבער ווען ער איז מקיים אנדערע מצוות וואו ער האט קיין הנאה דערביי, איז ער שוין מגלה דעת אויך אויף די פריערדיגע אז ער מיינט לשם שמים.

דערפאר רופט די וועלט די דריטע סעודה פון שב"ק: שלש סעודות. כאטש די סעודה באשטייט נישט פון דריי סעודות, עס איז נאר די דריטע סעודה. לכאורה וואלט מען עס געדארפט רופן סעודה שלישית? אבער פון דעם וואס דער מענטש האט געגעסן די פריערדיגע סעודות, קען מען נאכנישט זעהן זיינע כוונות, פארוואס האט ער געגעסן די סעודות? אפשר מיינט ער נישט לכבוד שב"ק, נאר ווייל ער איז הונגעריג?

אז א איד עסט אצינד די דריטע סעודה כאטש ער איז שוין זאט, באווייזט ער דערמיט אז אויך ביי די פריערדיגע צוויי סעודות האט ער אינזין געהאט לכבוד שבת.

דאס זאגט אונז דא רש"י: כן עשה, זה בנין התיבה. פונקט ווי ביי ככל אשר צוה ה', ביי אלע אנדערע זאכן וואס דער אויבערשטער האט אים באפוילן - ביים זאמלען עסן פאר די חיות און בהמות און בויען פאר זיי עקסטערע שטובער, קִנִּים תַּעֲשֶׂה אֶת הַתֵּבָה. דארט האט ער דאך נישט אינזין געהאט זיך, ווייל ער האט קיין הנאה נישט געהאט דערפון. די זעלבע ביים בויען די גאנצע תיבה, איז זיין כונה נישט געווען פאר זיין אייגן טובה, ווייל ער האט געוואלט געראטעוועט ווערן פונעם מבול. נאר כן עשה, ווייל הקב"ה האט אים אזוי געהייסן, מקיים צו זיין דעם רצון הבורא.

הגה"ק מהרש"ם מבערזאן זי"ע

--

וַיֹּאמֶר ה' לְנֹחַ בֹּא אַתָּה וְכָל בֵּיתְךָ אֶל הַתֵּבָה (ז, א)

האט דער הייליגער קאברינער זי"ע געטייטשט: אז דו זאגסט א ווארט, א תפילה פאר'ן אויבערשטען, דאן זאלסטו זיך אריינברענגען מיט אלע רמ"ח איברים אין די תיבה, אין די ווארט אריין.

האט אים עמיצער געפרעגט: ווי אזוי קען דען א גרויסער מענטש אריינגיין אין א קליינע ווארט אריין?

האט אים דער צדיק געענטפערט: פון דעם מענטשן וואס האלט זיך גרעסער פון די ווארט, פון דעם מענטש רעדן מיר נישט...

דערנאך האט ער צוגעגעבן: צהר תעשה לתיבה, א ליכטיגקייט זאלסטו אריינשיינען אינעם ווארט.

אמרות טהורות – קאברין

--

וַיּוֹלֶד אֶת אַבְרָם (יא, כו)

דער בעל התניא האט אמאל געזאגט א ווארט בזה"ל: "מ'דארף לעבן מיט די צייט."
האבן חסידים נישט פארשטאנען פשט און זיך זייער געוואונדערט דערויף. וואס האט דער רבי געקענט מיינען? אז מען דארף זיין פון די וואס פירן זיך לויט די רוח הזמן ח"ו?

יארן שפעטער האבן די חסידים פון אדמו"ר הרש"ב זי"ע געזען דעם רבי'ן בשעת ער האט מעביר געווען די סדרה פרשת נח, און דער רבי האט געוויינט און פארגאסן טרערן. ווען די חסידים האבן אים געפרעגט דערויף האט ער געזאגט: "אברהם אבינו איז דאך געבוירן געווארן!" דעריבער האט ער געוויינט פון גרויס שמחה.

דאן האט מען שוין פארשטאנען די מיין פון די ווערטער פון די בעל התניא: "מ'דארף לעבן מיט די צייט." דאס מיינט אז מען דארף מיטלעבן מיט די קריאה וואס איז מעורר הזמן. מען דארף שפירן א חיות אין די וואכעדיגע סדרה, א בחינה פון חייב אדם לראות את עצמו.

שלשת הרואים

--

שֵׁם הָאֶחָד פֶּלֶג כִּי בְיָמָיו נִפְלְגָה הָאָרֶץ וְשֵׁם אָחִיו יָקְטָן: (י, כה)

פארוואס מען האט אים א נאמען געגעבן פלג, דאס דערציילט אונז די תורה, אבער זיין ברודער יקטן, דארט זאגט אונז נישט די פסוק פארוואס מען האט אים אזוי גערופן.

און די סיבה, ווייל פלג מיינט מען דאך צוטיילן. פארוואס עפעס געבן א נאמען וואס איז טייטש צוטיילן? איז דאס דען א גוטע זאך? דערפאר דערציילט אונז די פסוק פארוואס מען האט אים אזוי א נאמען געגעבן. אבער יקטן, מיינט מען דאך ענוה, זיך קליין האלטן. דאס איז שוין זיכער א גוטע זאך. דערויף פעלט נישט אויס קיין באזונדערע הסברים.

בשם החוזה מלובלין זי"ע

--

וְשֵׁם אֵשֶׁת נָחוֹר מִלְכָּה בַּת הָרָן אֲבִי מִלְכָּה וַאֲבִי יִסְכָּה: (יא, כט)

די פסוק זאגט דאך שוין איינמאל אז מִלְכָּה בַּת הָרָן, מִלְכָּה איז די טאכטער פון הָרָן. פארוואס זאגט די פסוק נאכאמאל אז הרן איז געווען דער טאטע - אֲבִי מִלְכָּה וַאֲבִי יִסְכָּה?

נאר לויט ווי רש"י זאגט אין פרשת יתרו: כאן היה יתרו מתכבד במשה "אני חותן המלך", ולשעבר היה משה תולה הגדולה בחמיו. אויך אין די גמרא זעהן מיר אז ווען די קינדער זענען געווען גרויסע צדיקים האט מען אנגערופן די עלטערן אין זייער נאמען, "אבוה דשמואל".

אזוי אויך דא, אין אנהויב האט מלכה געהייסן "בת הרן". אבער נאכדעם וואס מִלְכָּה און יִסְכָּה
זענען אויפגעוואקסן, האט הרן זיך פאררופן אויף זייער נאמען: אֲבִי מִלְכָּה וַאֲבִי יִסְכָּה.

פנים יפות
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

אינטערעסאנטע מדרשים - מרדכי היה מינק את אסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

די מדרש זאגט‚ ביי וועם עס שטייט די לשון 'היה' מיינט עס אז ער איז געווען א זן ומפרנס. ביי נח שטייט ונח היה איז צדיק‚ ווייל ער האט געשפייזט אלע חיות אין די תיבה.
ביי מרדכי שטייט איש יהודי היה בשושן הבירה ושמו מרדכי. ווייל איין מאל האט מען געזוכט א מינקת פאר אסתר‚ אין מען האט נישט געטראפען גראד‚ האט מרדכי איר געזייגט. אין אזוי זאגט רבי ברכיה ורבי אבהו בשם רבי אליעזר‚ בא לו חלב והיה מניקה. ווען ר' אבוהו האט דאס געדרשנט ברבים‚ האט די עולם געלאכט אויפן קול‚ האט ר' אבוהו געזאגט‚ ס'איז דאך א משנה בפירוש‚ רבי שמעון בן אלעזר אומר חלב הזכר טהור.

מקור: (בראשית רבה ל‚ ח)
רבנן אמרין כל מי שנאמר בו היה זן ומפרנס
נח - זן ופירנס כל י"ב חודש שנאמר (בראשית ו, כא): "ואתה קח לך וגו'".
יוסף - (בראשית מז, יב): "ויכלכל יוסף את אביו ואת אחיו"
משה - זן ופירנס את ישראל ארבעים שנה במדבר.
איוב - (איוב לא, יז): "ואוכל פתי לבדי" שמא "לא אכל יתום ממנה" אתמהא.
מרדכי - זן ופירנס.
אמר רבי יודן פעם אחת חזר על כל המניקות ולא מצא לאסתר לאלתר מניקה והיה מניקה הוא. רבי ברכיה ורבי אבהו בשם רבי אליעזר בא לו חלב והיה מניקה כד דרש ר' אבהו בציבורא גחוך ציבורא לקליה אמר להון ולא מתניתא היא רבי שמעון בן אלעזר אומר חלב הזכר טהור:
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

דור הפלגה האבן געוואלט גיין מיט א ראקעט וואוינען אויף די לבנ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

די הייליגער רבי ר' יונתן אייבשיץ ז"ל , באקאנט אלס א חכימא דיהודאי, זייענדיג באקאנט מיט אלע חכמות שבעולם, אויסער זיין גאונות חריפות אין פיקחות,
שרייבט אין זיין ספר תפארת יונתן עה"ת, אז זיי האבן פשוט געוואלט בויען א ריזיגן לאנטשינג דעק פאר א ספעיס שאטל, האבן זיי געוואלט בויען א בנין ביז'ן ספעיס, דארט וועט זיין די ספעיס צענטער, פון דארט העט די ספינת החלל ווי ער רופט עס אפפליען צו די לבנה אין מען העט זיך דארט באזעצן ,
אין ר"ר יונתן זאגט נישט סתם אזוי א טעאריע , נאר עס מסביר באריכות זייער שיין די גאנצע חשבון זייערע ,
ער שרייבט דאס ערגעץ אין די יאהרן צווישן ענדע ת'ס און תקכ"ז וואס דאמעלס איז ער אוועק , דאס קומט אויס למספרם 1767 בערך, לאנג לאנג פאר נאסא איז געבוירן געווארן , לאנג פאר קענעדי האט אין די זעכציגער יאהרן דראמאטיש געמאלדן אז צעהן יאהר ארום וועט מען זיין אויף די לבנה,
ווייזט ר יונתן אייבשיץ ארויס א געוואלדיגע בקיאות אין קלארקייט אין די גאנצע ספעיס פראגראם, 

זעהט דא באריכות די ענין:

viewtopic.php?f=5&t=9425&p=280869&hilit=%D7%93%D7%95%D7%A8+%D7%94%D7%A4%D7%9C%D7%92%D7%94+%D7%99%D7%95%D7%A0%D7%AA%D7%9F#p280869
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

טייל מענטשען פון דור הפלגה זענען געווארן בערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

סאיז באקאנט די גמרא אין סנהדריו דף קט אז מאנקיס זענען געווארן ווען די אייבערשטער האט פארמישט די וועלט ביי דור הפלגה.

מער פון דעם שטייט אין סידור תפלה פונעם רוקח דף קע"ב‚ אז א גרויס טייל פון די מענטשען ביי דור הפלגה זענען פארוואנדעלט געווארן צי בערן. וועגן דעם זעהט מען ביי בערן אז זיי קענען שטיין לאנג אזוי ווי מענטשען‚ אין זייער קול איז ענליך צי א קול פון א מענטש.ש
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

נח האט ציגענייט די מויזעלס צונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

אין ספר בן סירא ערך עכבר שטייט, אז ווען מען קוקט אויף די צונג פון א מייז וועט מען זעהן אז ס'איז געשפאלטן, אין ס'זעהט אויז ווי ציגעניט.  ווייל איינמאל האבן זיך די קאץ אין מויז זיך צישלאגען אין די תיבה‚ אין די קאץ האט געביסן די מייזעל'עס צונג. האט נח זיך אראפ געזעצט מיטן מייז‚ אין ציגענייט פארן מייז די צונג. זייט דעמאלטס האט א מייז א צייכען.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

ארויף
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

פלטיאל האט געשריבן:ארויף
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

גארגארפיק האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

נודה לך האט געשריבן:
גארגארפיק האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:ארויף
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שבת קודש האט געשריבן:צהר תעשה לתיבה, ז
אגט רש"י עס איז א מחלוקה וואס דער באלייכטונג איז געווען, ס'איז דא וואס זאגן אז עס איז געווען א פענצטער, און ס'איז דא וואס זאגן א טייערע שטיין, זאגט דער הייליגער בעלזא רב ר' ישכר דוב זי"ע אז די מחלוקה איז געוואנדן אין די מחלוקה וואס רש"י זאגט אויפן פסוק איש צדיק תמים היה בדורותיו, אז ס'איז דא וואס דארשנען לשבח אז ער וואלט געווען א גרעסערע צדיק און די דור פון אברהם, און עס איז דא וואס דרשנען לגנאי אז לויט זיין דור איז ער געווען א צדיק אבער אין דור פון אברהם וואלט ער ציגארנישט גערעכנט געווען.

זאגט דער בעלזא רב זי"ע אז איין מחלוקה ווענדט זיך און די אנדערע ווייל עס שטייט אז איינער ווערט געראטעוועט אין זיין אייגענע זכות קען ער זען און די מפלה פון די רשעים, אבער אויב ער ווערט נישט געראטוועט אין זיין אייגענע זכות נאר אין די זכות פון אנדערע למשל אין זכות פון זיינע קינדער קען ער נישט זען אין מפלה פון די רשעים
מיט דעם קען פארשטיין, די וואס האבן געדרשנט לגנאי האלטן ער איז נישט געראטוועט געווארן אין זיין אייגענע זכות, ממילא האט ער נישט געקענט זען ווי די רשעים שטארבן, האלט ער אז די באלייכטונג איז געווען א שטיין נישט קיין פענצטער ארויסציקוקען, און די וואס דארשנען צי א לויב, האלטען אז ער איז יא געראטוועט געווארן אין זיין אייגענע זכות, ממילא האט ער יא געקענט זען ווי די רשעים ווערן געשטראפט, האלטן זיי אז די באלייכטונג איז געווען א פענצטער.

(הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זיעועכי"א)

די ווארט שטייט שוין אין דברי מהרי״א פון רבי יודא אסאד און נאך פריער
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

חמרא טבא האט געשריבן:
שבת קודש האט געשריבן:צהר תעשה לתיבה, ז
אגט רש"י עס איז א מחלוקה וואס דער באלייכטונג איז געווען, ס'איז דא וואס זאגן אז עס איז געווען א פענצטער, און ס'איז דא וואס זאגן א טייערע שטיין, זאגט דער הייליגער בעלזא רב ר' ישכר דוב זי"ע אז די מחלוקה איז געוואנדן אין די מחלוקה וואס רש"י זאגט אויפן פסוק איש צדיק תמים היה בדורותיו, אז ס'איז דא וואס דארשנען לשבח אז ער וואלט געווען א גרעסערע צדיק און די דור פון אברהם, און עס איז דא וואס דרשנען לגנאי אז לויט זיין דור איז ער געווען א צדיק אבער אין דור פון אברהם וואלט ער ציגארנישט גערעכנט געווען.

זאגט דער בעלזא רב זי"ע אז איין מחלוקה ווענדט זיך און די אנדערע ווייל עס שטייט אז איינער ווערט געראטעוועט אין זיין אייגענע זכות קען ער זען און די מפלה פון די רשעים, אבער אויב ער ווערט נישט געראטוועט אין זיין אייגענע זכות נאר אין די זכות פון אנדערע למשל אין זכות פון זיינע קינדער קען ער נישט זען אין מפלה פון די רשעים
מיט דעם קען פארשטיין, די וואס האבן געדרשנט לגנאי האלטן ער איז נישט געראטוועט געווארן אין זיין אייגענע זכות, ממילא האט ער נישט געקענט זען ווי די רשעים שטארבן, האלט ער אז די באלייכטונג איז געווען א שטיין נישט קיין פענצטער ארויסציקוקען, און די וואס דארשנען צי א לויב, האלטען אז ער איז יא געראטוועט געווארן אין זיין אייגענע זכות, ממילא האט ער יא געקענט זען ווי די רשעים ווערן געשטראפט, האלטן זיי אז די באלייכטונג איז געווען א פענצטער.

(הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זיעועכי"א)

די ווארט שטייט שוין אין דברי מהרי״א פון רבי יודא אסאד און נאך פריער

כ״ה בספר הקדום עדות ביוסף בשם רבו הגאון רבי גבריאל עשקעלעש אב״ד נ״ש והמדינה
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: לקוטים וענינים על פרשת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

א זיסע צחות טייטש פונעם בנין דוד דעי וואך
5105F48D-DE8F-47EA-9642-B1F2A7DA46CC.jpeg
5105F48D-DE8F-47EA-9642-B1F2A7DA46CC.jpeg (447.85 KiB) געזען 1660 מאל

8A3AF406-6C4A-4D5E-8B58-4F2436333995.jpeg
8A3AF406-6C4A-4D5E-8B58-4F2436333995.jpeg (496.42 KiB) געזען 1660 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

זאג א גוטס האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:
גארגארפיק האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:ארויף
נפש יהודי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2021 12:22 pm

Re: לקוטים וענינים על פרשת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש יהודי »

ס'אפשר נישט קיין ענין אויף די פר' אבער ס'איז דאך אויפ'ן פר'.
וויפיל כשר'ע בהמות חיות וכו' זענען געווען אין די תיבה?
איך האב אייביג געלערנט אז 7
זעה איך יעצט אז רובא דרובא פון מפרשים ראשונים ואחרונים לערנען אז ס'איז 7 זוגות ד"ה 14
ס'איז אויך אזוי מדויק אין פסוק, ביי די טמא'נע שטייט אייביג (חוץ איינמאל ועיי' שם ברמב"ן) "שניים" און ביי די כשר'ע שטייט אייביג "שבעה שבעה"
בין איך די איינציגסטע מיט די טעות?
(די שפתי חכמים לערנט יא אז ס'איז 7[די איינציגסטער וואס איך האב געטראפן])
"אויב מנהגים שרייבט השי"ת מיט א בליי, הלכות מיט א פעדער, דאורייתות מיט טינט פון א ספר תורה, און די עשרת הדברות אויסגעקריצט אין שטיין, זענען הלכות הטבע איינגעקריצט אין דער סאמע עקזיסטענץ פון דער וועלט" יצחק לעווי
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: לקוטים וענינים על פרשת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

נפש יהודי האט געשריבן:ס'אפשר נישט קיין ענין אויף די פר' אבער ס'איז דאך אויפ'ן פר'.
וויפיל כשר'ע בהמות חיות וכו' זענען געווען אין די תיבה?
איך האב אייביג געלערנט אז 7
זעה איך יעצט אז רובא דרובא פון מפרשים ראשונים ואחרונים לערנען אז ס'איז 7 זוגות ד"ה 14
ס'איז אויך אזוי מדויק אין פסוק, ביי די טמא'נע שטייט אייביג (חוץ איינמאל ועיי' שם ברמב"ן) "שניים" און ביי די כשר'ע שטייט אייביג "שבעה שבעה"
בין איך די איינציגסטע מיט די טעות?
(די שפתי חכמים לערנט יא אז ס'איז 7[די איינציגסטער וואס איך האב געטראפן])


לאמיר קודם מקדים זיין צוויי נקודות..

אלע באשעפענישן ווי אזוי זיי זענען אריין, אזוי זענען זיי ארויס, דאס מיינט אז קיינער פון זיי זענען נישט געשטארבן. (א נס פאר זיך.. ס'דא חיות און שרצים וואס לעבן קוים א חודש..) אזוי אויך האבן זיי נישט געהאט קיין קינדער. (ושרצו בארץ; ולא בתיבה. עי' עוד בגמ' סנהדרין קח:)

בראשית קאפיטל ח' פסוק כ', נח האט מקריב געווען קרבנות נאכן מבול, פון אלע טהור'ע בהמות און עופות, עס שטייט 'נישט' אין די תורה א מספר וויפיל ער האט מקריב געווען פון יעדע מין באזונדער..

יעצט די שיטות זענען:

1} סך הכל זיבן.
פיר זכרים און דריי נקיבות, איין זכר מיט איין נקיבה האט מען געדארפט איבערלאזן לקיום המין, האט מען סך הכל געקענט מקריב זיין פון איינס ביז פינעף פון יעדע טהור'ע בהמה/עוף..

2} סך הכל פערצן.
אזוי איז טאקע משמע פון פסוק: 'שבעה שבעה איש ואשתו' (וכן משמע בגמ') איין זכר מיט איין נקיבה האט מען געדארפט איבערלאזן לקיום המין, האט מען געקענט מקריב זיין פון איינס ביז צוועלף..

3} סך הכל זעכצן
(שיטות די אלע וואס לערנען אז נח האט מקריב געווען זיבן פון יעדע מין..) די רבינו בחיי שרייבט אז די מספר זיבן איז א גרויסער ענין ביי קרבנות, ממיילא ער לערנט שבעה שבעה איש ואשתו איז געווען פערצן, און חוץ פון דעם נאך צוויי לקיום המין.. (וואס טוט מען מיט די נקיבות? אפשר איז געווען נאך א סעט פון זיבן קרבנות.. וואס טוט מען מיט די יונה וואס איז נישט צוריק געקומען? איז דאך נאר געווען זעקס?)

אנטשולדיגט פארן משלים זיין פרשת נח, כאטש וואס פ' לך לך (יד''נ) געפינט זיך שוין אויפן געוועב...
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: לקוטים וענינים על פרשת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

לעצט פארראכטן דורך יעדער אום מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 10:40 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: לקוטים וענינים על פרשת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: לקוטים וענינים על פרשת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

וואסערע זכיה האט תרח געהאט צו באקימען אזא וואילע בוחרל?
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”