בגדי חמדות

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יו עף או
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 4:59 pm

בגדי חמדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יו עף או »

שטייט אין מדרש אז עשו האט געהאט צוטאן מיט נמרוד בנוגע צו פאנגן אין וואלד עד כדי כך אז עשו מיט נמרוד האבן אפגעשטימט א יום מלחמה איבער דעם, איז עשו געקומען צו יעקב פרעגן וויאזוי ער קען בייקומען דעם נמרוד האט יעקב אים געזאגט: ווילאנג נמרוד האט אויף זיך דעם בגדי חמדות קען מען אים נישט בייקומען, דו טרעף א וועג ער זאל דאס אויסטון דאן האסטו א געלעגנהייט. וכך הוה.
זייטיגע נאטיץ
פארוואס דאס ווערט אנגערופן מעשי רציחה? (רש"י כי עיף אנכי) ווען נמרוד האט געהאט אן היסטאריע פון א מאסן מערדער, דער איז געווען מחיוב מיתה לכל הדעות?
דער מדרש העלפט אונז אביסל פארשטיין פון וואו האט יעקב געוואוסט אז ער האט די 'געלעגנהייט' צו ארויסדערווישן דעם בכורה, עשו קומט אריין און זאגט כי עיף אנוכי, נו, מען האט געהערט אזאנס, נאר וואזשע דען, יעקב האט אים געזען מיטן קלייד האט ער שוין פארשטאנען וואס עשו איז אלס דורך... און ער האט דעם געלעגנהייט צו ארויסקוועטשן די בכורה.
זייטיגע נאטיץ
אינטערסאנט וואו נמרוד איז געשטארבן אין דעם זעלבן טאג ווי אברהם, דאס דערמאנט אונז א גמרא פון חגיגה דף ה עמוד ב פון ר' יהושע בן חנני' וואס האט האט געזאגט פאר זיין פטירה אז מען זאל נישט זיין באזארגט נאך זיין פטירה ווער עס וועט קעמפטן אקעגן די אפיקורסם ווייל עס שטייט אין פסוק נסעה ונלכה ואלכה לנגך (שוה בשוה)
דער קלייד היסטאריע גייט נאך צוריק צו אדם הראשון ווען דער אויבערשטער האט אים געמאכט דעם לעדערנער קלייד, עס האט געהאט אויף זיך אלע צורות פון חיות און עופות וואס דורך דעם זענען חיות צוגעצויגן געווארן און ווען די חיות זענען געקומען נאנט האט מען געפאנגען דעם חיה. דער קלייד האט נח אריינגענומען אין דעם תיבה און פון דארט האט עס חם גענומען און דערנאך האט עס נמרוד דערווישט.

עס איז שווער א הארבע קשיא, דער קלייד איז דאך געווען געאייגנט פאר אדם הראשון, אדם הראשון איז געווען גרויס (הויעך) מסוף העולם ועד סופו, נאכן חטא עץ הדעת האט דער אויבערשטער אים געמאכט קליין צו נאר הונדערט אמה [גמרא חגיגה י"ב עמוד א] נאכן זינד שטייט דער אויבערשטער האט אים געמאכט דעם קלייד. דאס מיינט דער קלייד איז געווען צוגעפאסט פאר א צוויי הונדערט פיסיגער מענטש. דאן וויאזוי האט עס נמרוד מיט עשו געקאנט אנטון??

צו וועט מען זאגן אז דאס איז געווען אזויווי דער קרוין פון די מלכי ישראל וואס האט זיך צוגעפאסט צו דער לובש? אבער דארט שטייט אויך אז ביי די נישט ערליכע מלכי ישראל האט דאס נישט פארסירט, דאן דא ביי א רשע ווי נמרוד/עשו ווי האט דאס געקאנט פארסירן א נס?
זייטיגע נאטיץ
אפשר אזוי קען מען פארשטיין פארוואס רבקה האט געהייסן אנטון פאר יעקב דעם בגדי חמדות ווייל עפעס א העכערקייט האט דער קלייד פארמאגט
פארוואס האט נישט עשו אנגעטון דעם קלייד פארן גיין פאנגען פאר יצחק שפייז? ער האט דאך דערפאר באצאלט דעם ביטערן פרייז פון קלעטערן אין וואלד א גאנצן טאג און נישט מצליח זיין צו פאנגען און צום סוף טאקע נעמען א דבר טמא, לכאורה דער ערשטער סוקסעס צו זיין פאנגען איז דער דער קלייד, טא, מה פשט?

עס איז דאך געווען פסח די משפחה האט געוואוסט אז עס איז דא געלעגנהייט א יצחק וועט וועלן בענטשן, עשו האט טאקע געציטערט אז יעקב מיט רבקה וועלן באמערקן, דער קלייד איז דאך געווען אין רבקה'ס הויז, און אויב וואלט ער אריין געקומען עס נעמען, וואלט געקאנט זיין א חשד אז דער גייט מקיים זיין כי ציד בפיו, אלזא האט ער עס נישט גענומען, און ער האט באצאלט א טייערער פרייז דערפאר זיך צו צולאנג אויפהאלטן אין פעלד און ער האט דאס פארפאסט מיט א מינוט צוויי.


נאך יצחק אבינו פטירה האט יעקב געזאגט אז עס איז נישט ראוי פאר עשו צו האבן אזא הייליג קלייד, און דאס מאל האט ער עס דערווישט און באגראבן אין זאמד און אזוי איז דער קלייד באהאלטן פון אונז עד היום הזה.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: בגדי חמדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

זייער אינטערעסאנטער אפהאנדלונג…
ש'כח.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: בגדי חמדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

היסטאריש האט געשריבן:
זייער אינטערעסאנטער אפהאנדלונג…
ש'כח.
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
גברא רבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

Re: בגדי חמדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא רבא »

פארוואס דאס ווערט אנגערופן מעשי רציחה? (רש"י כי עיף אנכי) ווען נמרוד האט געהאט אן היסטאריע פון א מאסן מערדער, דער איז געווען מחיוב מיתה לכל הדעות?


רש"י אין הושע (א פסוק ד) אויף די שטראף רייד וואס הושע הנביא זאגט אנטקעגן יהוא זאגט דארט רש"י וז"ל את דמי בית אחאב שהרג יהוא ביזרעאל על שעבדו את הבעל והלכו הוא ובניו אחרי כן ועבדו עבודת אלילים לכך אני חושב עליהם דמי בית אחאב כדם נקי" דאס הייסט אז כאטש יהוא האט געהרגט אחאב על פי ה' דאך וויבאלד ער האט צום סוף געדינט עבודה זרה ווערט עס גערעכנט אלס רציחה.
דארף אויך זיין א חפץ חיים איבער דעם.
בכל אופן די הערה איז זייערע א שיינע.
אוועטאר
יו עף או
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 4:59 pm

Re: בגדי חמדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יו עף או »

גברא רבא האט געשריבן:
;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”