א שטיקעלע רמב"ן

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שיין
א געוואלדיגע ארבעט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

11 א שטיקעלע רמבן - ויחי.pdf
(227.76 KiB) געווארן דאונלאודעד 58 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די וואכעדיגע סדרה ביי דער דין ודברים וואס משה רבינו האט געהאט מיט'ן באשעפער וועגן דאס גיין צו פרעה, שטייט (ג, יג-יד) וַיֹּאמֶר מֹשֶׁה אֶל הָאֱלֹקִים הִנֵּה אָנֹכִי בָא אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתִּי לָהֶם אֱלֹקֵי אֲבוֹתֵיכֶם שְׁלָחַנִי אֲלֵיכֶם וְאָמְרוּ לִי מַה שְּׁמוֹ מָה אֹמַר אֲלֵהֶם. וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים אֶל מֹשֶׁה אֶהְיֶ' אֲשֶׁר אֶהְיֶ', וַיֹּאמֶר כֹּה תֹאמַר לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶהְיֶ' שְׁלָחַנִי אֲלֵיכֶם.

דארף מען פארשטיין וואס איז די שאלה פון משה רבינו, מהיכי תיתי זאלן כלל ישראל איהם פרעגן דעם שם השם, און לויט די שאלה דארף מען פארשטיין וואס די תשובה איז געווען.


שיטת ר' חוניא במדרש רבה
אין מדרש רבה (ב"ר צז, ו) זענען דא צוויי דיעות איבער די דריי סימנים וואס יעקב אבינו האט געגעבן פאר זיינע קינדער, אז זיי זאלן וויסן אז דער וואס קומט מיט דעם איז דער ריכטיגע גואל וואס דער באשעפער האט זיי געשיקט, די ערשטע דעה איז פון 'בר אחוי דר' יוסי', אז די סימנים זענען, איינס, אז ער וועט זיך באנוצן מיט'ן לשון פון 'אנכי', ווי מיר טרעפן אין דעם שמועס פון משה רבינו מיט'ן באשעפער (שם יא) מִי אָנֹכִי כִּי אֵלֵךְ אֶל פַּרְעֹה, די צווייטע סימן איז אז ער וועט צום ערשט רופן די זקנים צו רעדן מיט זיי, ווי עס שטייט אין פסוק (ד, כט) וַיֵּלֶךְ מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן וַיַּאַסְפוּ אֶת כָּל זִקְנֵי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, און די דריטע סימן, אזער וועט זאגן דעם לשון פון (ג, טז) פָּקֹד פָּקַדְתִּי.

די צווייטע דעה איז ר' חוניא, וואס במקום דעם ערשטן סימן פון אנכי, וואס למעשה טרעפן מיר אז משרע"ה האט עס נאר גענוצט ביים רעדן צו הקב"ה און נישט ווען ער האט גערעדט צו די זקני ישראל, לייגט ער דעם סימן אז יעקב אבינו האט זיי איבער געגעבן דעם שם המפורש, אז דער וואס וועט וויסן דעם שם איז דאס א סימן אז ער איז דער גואל צדק.

די מפרשי המדרש זענען מסביר אז די מקור פון ר' חוניא איז פון אונזער פסוק, אז משה רבינו האט געוואוסט אז כדי צו אויף ווייזן אז ער איז דער גואל דארף ער וויסן דעם שם, מילא האט ער געפרעגט וְאָמְרוּ לִי מַה שְּׁמוֹ מָה אֹמַר אֲלֵהֶם.


קושיות הרמב"ם והרמב"ן
דער רמב"ם אין מו"נ (פרק ס"ג) און דער רמב"ן פרעגן אבער אויף דעם מהלך צוויי קשיות.

א. קודם איז שווער אויף דעם עצם סימן, וואס איז די ראיה פון דעם וואס ער ווייסט דעם שם אז הקב"ה האט איהם געשיקט, אפשר ווייסט ער דעם שם פונקט אזוי ווי זיי ווייסן עס. און אויב האבן זיי נישט געוואוסט דעם שם המפורש, פון וואנעט וועלן זיי וויסן אז עס איז טאקע דעם ריכטיגן שם.


אין אמת'ן אריין איז אבער דער קשיא שווער אויך אויפ'ן אנדערן סימן, אז דער גואל וועט זאגן פקד פקדתי, וואס איז די ראיה, אויב די אידן ווייסן פון דעם כלל, קען דאך יעדער קומען זאגן דעם לשון, און אז זיי ווייסן נישט דעם פונקטליכע לשון, וואס וועט העלפן אז משרע"ה וועט נוצן דעם אויסדרוק.

ענטפערט שוין דארט דער רמב"ן, אז עס קען זיין אז דער סימן איז נישט געווען אלץ הוכחה פון דעם עצם וויסן דעם סימן אז ער איז דער שליח, נאר יעקב אבינו האט זיי געזאגט בנבואה אז דער ערשטער וואס גייט קומען מיט דעם לשון ער איז דער גואל, און קיין צווייטער גייט נישט נוצן דעם לשון.

נאך ברענגט דער רמב"ן א מדרש (שמו"ר ה, א) אז דער סימן איז איבערגעגעבן געווארן בסוד פון יוסף בצדיק וואס האט עס געהערט פון יעקב אבינו צו זיין ברודער לוי, און ער האט עס איבערגעגעבן צו זיין זוהן קהת וואס האט ווייטער מגלה געווען דעם סוד פאר עמרם, און אעלס מיט א ציווי אז עס זאל בלייבן א סוד. און דערפאר האט הקב"ה מסבב געווען אז משה רבינו זאל דארפן אנטלויפן פון זיין טאטנ'ס שטוב ביי די 12 יאהר, כדי מען זאל נישט קענען טענה'ן אז זיין טאטע עמרם האט איהם שוין אויסגעזאגט דעם סוד, און דערפאר איז עס געווען א הוכחה אז ער איז דער ריכטיגע שליח.

די ערשטע תירוץ איז טאקע לכאורה נישט שייך דא ביי דעם סימן פון מה שמו, ווייל למעשה זעהן מיר אז משה רבינו האט נישט געוואוסט וואס איז דער ריכטיגע שם עס זאל זיין א סימן. אבער לויט'ן מדרש אז די סימנים זענען געווען א סוד ביי די בני לוי, און משה רבינו האט נישט אנגעיאגט עס צו הערן פון זיין פאטער, אויב אזוי קען זיין די זעלבע ביי ידיעת השם.


ב. אבער נאך איז שווער, אויב משה רבינו האט געוואוסט אז ער דארף וויסן דעם שם און דאס איז דער סימן אז ער איז דער גואל, אויב אזוי פארוואס נאכן באקומען דעם תשובה אויף זיין שאלה האט ער נאכאלץ גע'טענה'ט (ד, א) וְהֵן לֹא יַאֲמִינוּ לִי וְלֹא יִשְׁמְעוּ בְּקֹלִי כִּי יֹאמְרוּ לֹא נִרְאָה אֵלֶיךָ ה'.


פירוש רש"י ע"פ הגו"א
רש"י איז נישט מסביר משה רבינו'ס שאלה, אבער דער מהר"ל בויעט אויס פשט אינעם פסוק לויט דעם וואס רש"י איז מסביר די תשובה 'אֶהְיֶ' אֲשֶׁר אֶהְיֶ'. אהיה עמם בצרה זאת, אשר אהיה עמם בשעבוד שאר מלכיות.

איז דער מהר"ל מסביר אז די שאלה פון כלל ישראל וועט זיין, מיט וועלכע הנהגה דער באשעפער וועט זיי אויסלייזן, מיט'ן הנהגה פון שם אלקים וואס ווייזט אויף מדת הדין, וואס דעמאלטס קען עס קומען מיט א צער אויף זיי אויך, אדער וועט די גאולה זיין מיטן שם הוי' וואס ווייזט אויף מדת הרחמים, און דעמאלטס וועט עס זיין א גאנצע ישועה אן קיין צער פאר די אידן.

און די תשובה אויף דעם איז געווען אֶהְיֶ' אֲשֶׁר אֶהְיֶ', וויבאלד דער שם הוי' האט אין זיך אויך די משמעות פון "הוה", נאר ווען מען רעדט פונעם באשעפער איז עס בלשון נסתר, און ווען כביכול רעדט אויף זיך אליינס ווערט גענוצט דעם לשון אֶהְיֶ'. און הגם נישט אייביג וועט כלל ישראל זיין ראוי דער באשעפער זאל זיך פירן מיט זיי במדת הרחמים, און עס וועט קומען א צייט פונעם חורבן וואס ער וועט מער נישט זיין דעם הנהגה, דערפאר האט הקב"ה צוגעלייגט אֲשֶׁר אֶהְיֶ', אז אעפ"כ וועלן זיי שפעטער נאכאמאהל זוכה זיין צו דעם הנהגה פון רחמים, ווי רש"י איז מסביר "אהיה עמם בצרה זאת, אשר אהיה עמם בשעבוד שאר מלכיות".


פירוש האבע"ז
אן ענליכן מהלך שטייט אין אבן עזרא, ווי דער רמב"ן איז מאריך אין דעם אנהייב פרשת וארא, אז עס זענען דא צוויי סארטן נסים, איינס זענען די ניסים וואס גייען נישט ארויס מכלל דרך הטבע, ווי דאס וואס דער תורה אי מבטיח אז ווען די אידן וועלן היטן די תורה וועט קומען די ברכות, און אז נישט וועט קומען עונשים, דאס איז בעצם א נס, ווייל ע"פ דרך הטבע האט דאס נישט צו טוהן מיט אויפפיהרונג פונעם מענטש, אבער נאכאלץ איז עס נישט בשינוי הטבע. דער הנהגה איז מיט'ן שם שד-י, וואס ווייזט אויף דעם וואס דער באשעפער איז משדד די מזל פונעם מענטש, און לאזט איהם נישט אונטער'ן הנהגה פונעם טב עהעולם און דער מזל, נאר ער פירט זיך מיט איהם לויט זיינע מעשים.

מיט דעם הנהגה האט זיך דער באשעפער געפירט מיט די אבות, ווען ער האט זיי געראטעוועט פון הונגער און פון סכנות מיתה, און משגיח געווען אויף זייערע אלע צרכים. און דערפאר האט הקב"ה געזאגט צו משרע"ה (ו, ג) וָאֵרָא אֶל אַבְרָהָם אֶל יִצְחָק וְאֶל יַעֲקֹב בְּקֵל שַׁדַ-י.

אבער יציאת מצרים איז געווען מיט אן הנהגה פון למעלה מדרך הטבע אינגאנצן, ווען דער באשעפער האט באוואוזן אותות ומופתים וואס זענען בכלל נישט אין איינקלאנג מיט'ן דרך העולם, די הנהגה האט שוין מיט'ן שם הוי', וואס דער שם איז נישט קיין טיטל אויף א נהגה פונעם באשעפער, נאר דאס איז דער שם העצם, פונקט ווי ביי א מענטש טרעפט מען א פרטית'דיגע נאמען פונעם מענטש, און טיטלען וואס ער באקומט לויט ווי עס פאסט זיך איהם, אזוי אויך כ"י ביים באשעפער איז דא דער שם העצם און שמות התוארים.

מיט דעם איז ער מסביר, אז כלל ישראל - וואס האט ביז היינט נאר מיטגעהאלטן דעם הנהגה פונעם שם שד-י - וועט פרעגן א קשיא מַה שְּׁמוֹ, דהיינו מיט וועלכע נאמען וועט הקב"ה באווייזן די אותות ומופתים שלא כדרך הטבע, היות די הנהגה וואס זיי קענען גייט נישט ארויס אינגאנצן פון די גבולות הטבע.


און די תשובה אויף דעם טענה איז אֶהְיֶ' אֲשֶׁר אֶהְיֶ', וואס דער שם אהי' איז אויך א שם העצם פונעם באשעפער און נישט קיין תואר פון א הנהגה, וואס דער שם העצם ווערט גענוצט ווען די הנהגה גייט ארויס אינגאנצן פון די גרעניצן פונעם טבע העולם.

און דער אבע"ז לאזט זיך אריין אין א לאנגע און א טיעפע אריכות מסביר צו זיין דעם שייכות פון שם אהי' צום שם הוי', ווי ער איז מסביר אז די אותיות פון א' ה' ו' אוןי' זענען די חשוב'סטע אותיות פון די א"ב, און דערפאר זענען די שמות העצם מורכב פון די אותיות.

קודם כל, ווייל די נומערן 1 און 10 זענען די יסודות פונעם מספר, וויבאלד פאר 1 איז נישט דא קיין שום נומער, און 10 איז דער יסוד אז נאכן משלים זיין אלע נומערן ביז אהין זאל מען קענען אנהייבן א נייע ציילונג ביזן קומענדיגע צען און אזוי ווייטער. און אז מען רעכנט צוזאמען די צווי נומען קומט דאךאויס דער נומער 11, וואס ווען מען גייט ווייטער מיט וועלכע צוויי נומערן קומען אויך אויס צו דעם סך הכל, דהיינו 9 מיט 2, 8 מיט 3, 7 מיט 4 , 6 מיט 5, קומט אויס אז אינמיטן זענען דא די נומערן 6 און 5, קומט אויס אז זיי שטייען אין צענטער פון די נומערן 1 און 10, דערפאר זענען די אותיות וואס באטרעפן די נומען אהו"י די חשוב'סטע אותיות.

אויך זענען די פיר אותיות צוזאמען גימטריא 22, וואס דאס ווייזט אז זיי זענען שקול אקעגן די אלע 22 אותיות וואס זענען דא אין לשה"ק, והגם אז עס זענען דא אויך די 5 אותיות פון מנצפ"ך, זאגט דער אבע"ז אז זיי זענען די זעלבע צורה ווי די פשוטע אותיות, נאר אנשטאט די ליניע וואס ביי די אותיות פשוטות איז עס אויף די ברייט, איז עס ביי די אותיות סופיות אויף די לענג (דאס שטמט זייער גוט ביי פיר פון די 5, כ מיט ך איז די זעלבע צורה, נאר די אונטערשטע קו איז אויף די לענג, אזוי אויך נ און ן, פ און ף, צ און ץ. אבער ביי מ' און ם איז עס אויך ענליך, אבער אויף אן אנדערע אופן).

נאך אן אינטרעסאנטע זאך מערקט דער אבע"ז אן ביי די נומערן, וואס איז נישט דא ביי אנדערע נומערן, אז ווען מען וועט רעכענען א נומער וואס ענדיגט זיך מיט איינע פון די פיר נומערן, מיט אן אנדער ומער וואס ענדיגט זיך אויך מיט די נומער, וועט די תוצאה זיך אויך אייביג ענדיגן מיט די נומער.

למשל אז מרעכנט 1241 * 5241, וועט די תוצאה זיין 6504081, און אזוי אויך ביי די נומערן 5 און 6, וויפיל נומערן מ'ועט לייגן פאיער, אויב ביידע נומערן ענדיגן זיך מיט א 5 אדער א 6 וועט די תוצאה זיך אויך ענדיגן מיט די נומער (ביי 10 וועט די תוצאה זיך אייביג ענדיגן מיט א 10 וואס איז אויך א צורה פון 10 זייענדיג כולל 10 * 10, כנלע"ד).

און דער אבע"ז איז מאריך און נאך אפאר טיעפע מאטעמאטיע חשבונות אויף צו ווייזן די חשיבות פון די פיר אותיות, וואס זיי זענען אויך שטארקע יסודות אין כללי הדקדוק, עי"ש ותמצא נחת.


קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן פרעגט אויף דעם מהלך פונעם אבע"ז צוויי קשיות.

א. משה רבינו האט שוין געפרעגט די שאלה פון וְאָמְרוּ לִי מַה שְּׁמוֹ מָה אֹמַר אֲלֵהֶם, נאך פאר הקב"ה האט איהם מגלה געווען אז די גאולה גייט קומען דורך אותות ומופתים, דער באשעפער האט איהם נאר געזאגט (ג, ח) וָאֵרֵד לְהַצִּילוֹ מִיַּד מִצְרַיִם וּלְהַעֲלֹתוֹ מִן הָאָרֶץ, און הגם משרע"ה האט געוואוסט פונעם ברית בין הבתרים אז דער באשעפער וועט מעניש זיין די מצריים, כל זמן עס איז נישט אינגאנצן שלא כדרך הטבע, גייט עס נאך מיט'ן שם שד-י, פונקט ווי מ'טרעפט ביי אברהם ושרה וואס זייער גאנצע הנהגה איז געווען מיט דעם שם, שטייט דארט וַיְנַגַּע ה' אֶת פַּרְעֹה נְגָעִים גְּדֹלִים וְאֶת בֵּיתוֹ.

ב. אויך איז שווער, אז סיי יעקב אבינו (בראשית מח, כא) און סיי יוסף הצדיק (שם נ, כה) האבן גענוצט דעם שם 'אלקים' רעדנדיג פונעם גאולה, און אויב די אותות ומופתים קענען נאר זיין מיט'ן שם הוי' וואס איז דער שם העצם, פארוואס האבן זיי נישט דערמאנט דעם שם העצם.


פירוש הרמב"ם והרס"ג
דער רמב"ם אין מו"נ איז מסביר וכעי"ז שרייבט רבי סעדיה גאון, אז היות ביז דעמאלטס איז נאכנישט געווען אזא זאך דער באשעפער זאל שיקן א שליחות מיט א מענטש. והגם אז הקב"ה האט גערעדט צו מענטשן ווי מ'זעהט ביי אדם הראשון און נח, און צו די אבות הקדושים, האט דער באשעפער נאר גערעדט וואס איז נוגע פאר זיי אליינס, און עס איז נאך קיינמאל נישט געקומען א מענטש רעדן צו א צווייטן אז דער באשעפער האט איהם געשיקט מיט א שליחות, מילא דאס ערשטע מאל וואס א מענטש קומט רעדן בשליחות פונעם גאט, וועט מען איהם אנהייבן צו פרעגן, ווער זאגט אז עס איז בכלל דא א גאט, און ווער זאגט אז האט באשאפן די וועלט, און דאס איז די שאלה פון משרע"ה וְאָמְרוּ לִי מַה שְּׁמוֹ מָה אֹמַר אֲלֵהֶם.

און די תשובה אויף דעם שאלה איז אֶהְיֶ' אֲשֶׁר אֶהְיֶ', וואס די טייטש פון דעם איז, "דער וואס באשטייט, ווייל עס איז מוכרח אזוי פוון דאס וואס איז דא". דהיינו אז משה רבינו זאל זיי אויפווייזן מיט הוכחות און ראיות שכליות פונעם בריאה אז עס איז מוכרח אז עס איז דא א העכערע כח וואס האט באשאפן דער וועלט און ער פירט עס ווייטער אייביג, און דאס וועט זיין א תשובה אויף זייערע שאלות אויפן יסוד האמונה בה'.


דחיית הרמב"ן
דער רמב"ן איז נישט צופרידן פון דעם מהלך, הגם אז ער ברענגט צו א דעה אין מדרש וואס איז אויך משמע ווי דעם פשט, ווייל לויט דעם ביאור קומט אויס אז משה רבינו האט זיי געדארפט מסביר זיין מיט ראיות אז עס איז דא א באשעפער אויפן וועלט, ווייל אין פסוק ליינט זיך אז דאס זאגן אֶהְיֶ' שְׁלָחַנִי אֲלֵיכֶם אליינס וועט זיין א תשובה אויף זייער שאלה, און משה אבינו וועט גארנישט דארפן צולייגן צו דעם.

און אזוי אויך זאגט דער רמב"ן חלילה צו זאגן אז די זקני ישראל האבן געהאט א חסרון אין אמונה, און משה רבינו האט עס געדארפט אויפווייזן מיט ראיות, ווי עס קומט אויס פון דעם פשט.


פירוש הרמב"ן
דערפאר לערנט דער רמב"ן אז די שאלה פון וְאָמְרוּ לִי מַה שְּׁמוֹ איז נישט קיין אפפרעג אויף זיין נבואה ווי דער רמב"ם און דער אבע"ז לערנען, און נישט קיין טענה פון פאדערן א הוכחה ווי ר' חוניא לערנט, נאר היות משה רבינו -הגם ער איז נאכנישט געווען אין די דרגה פון רעדן פנים אל פנים - איז ער שוין דעמאלטס געווען אן "אב בחכמה גדול במעלת הנבואה", מילא האט משיג געווען אז עס זענען דא פארשידענע הנהגות פונעם באשעפער, וואס איז תלוי מיט וועלכע שם עס ווערט אויסגעפירט, האט ער געהאלטן אז כלל ישראל וועט אויך וועלן וויסן מיט וועלכע שם די הנהגה וועט זיין, דהיינו צו וועט עס זיין מיט'ן הנהגה פונעם שם שד-י, וואס דעמאלטס ווערן געטוהן ניסים וואס קענען נאך אריינגיין אין די כללי הטבע, ווי די הנהגה וואס דער באשעפער האט געטוהן מיט די אבות, אדער וועט די גאולה זיין מיטן שם הוי' וואס מיט דעם שם געשעהן נייע זאכן למעלה מן הטבע, ווי אויבן דערמאנט.

און די תשובה אויף דעם איז געווען כֹּה תֹאמַר לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶהְיֶ' שְׁלָחַנִי אֲלֵיכֶם, וויבאלד דער שם אהי' איז די זעלבע בחנינה ווי שם הוי"ה, וויבאלד זיי זענען די זעלבע אותיות נאר אויף אן אנדער אויסשטעל, און דער שם האט אן א' במקום דעם ו' צו ווייזן אדער באשעפער איז געווען פאר אלעס פונקט ווי דער א' איז דער ערשטע אות, און אויף דעם אז הקב"ה הוא אחד ואין שני, און דער רמב"ן איז מאריך אין די סודות פון די צוויי שמות.

און דער באשעפער האט איהם אויך געהייסן שפעטער דערמאנען (ג, טז) לֵךְ וְאָסַפְתָּ אֶת זִקְנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם ה' אֱלֹהֵי אֲבֹתֵיכֶם נִרְאָה אֵלַי מיטן שם הוי', נאר קודם זאל ער נאר דערמאנען איין נאמען דאס איז דער שם אהי', כדי עס זאל נישט אויסקוקן חלילה אז עס איז דא מער ווי איין גא-ט ח"ו.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

12 א שטיקעלע רמבן - שמות.pdf
(221.75 KiB) געווארן דאונלאודעד 55 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך מורא'דיג

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת וארא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די וואך וועלן מיר לערנען די פסוקים פון מכת כנים (ח, יד-טו) וַיַּעֲשׂוּ כֵן הַחַרְטֻמִּים בְּלָטֵיהֶם לְהוֹצִיא אֶת הַכִּנִּים וְלֹא יָכֹלוּ וגו' וַיֹּאמְרוּ הַחַרְטֻמִּם אֶל פַּרְעֹה אֶצְבַּע אֱלֹקִים הִוא וַיֶּחֱזַק לֵב פַּרְעֹה וְלֹא שָׁמַע אֲלֵהֶם כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר ה'.


ויעשו כן החרטומים
צום ערשט דארף מען פארשטיין, וואס איז פשט וַיַּעֲשׂוּ כֵן הַחַרְטֻמִּים בְּלָטֵיהֶם, ווען למעשה האבן זיי נישט געקענט מאכן קיין כנים, ווי דער פסוק זאגט וְלֹא יָכֹלוּ. בשלמא ביי מכת דם און צפרדע ווי עס שטייט אויך דער לשון, מיינט עס אז זיי האבן געמאכט דאס וואס משה און אהרן האבן געמאכט, ביי מכת דם האבן זיי איבערגעדרייט וואסער צו בלוט, און ביי מכת צפרדע האבן זיי ארויפגעברענגט צפרדעים פון די וואסער, אבער דא ביי מכת כנים ווי זיי האבן נישט געקענט מאכן די מכה, וואלט געדארפט שטיין ולא יכלו המצריים להוציא את הכינם, און נישט ויעשו כן, ווייל בעצם האבן זיי נישט געמאכט דאס וואס משה און אהרן האבן געטוהן.


א. זענען דער אבע"ז און דער רמב"ן מסביר, אז ויעשו כן גייט נישט ארויף אויף די תוצאה וואס משה און אהרן האבן געברענגט, נאר עס גייט ארויף אויף די מעשה וואס אהרן האט געטוהן ביים ברענגן די מכה דורכ'ן שלאגן דאס עפר הארץ, אזוי האבן זיי אויך געשלאגן די ערד.

און דאס וואס שטייט בְּלָטֵיהֶם, זאגט דער רמב"ן אז בשעת'ן שלאגן האבן זיי דערמאנט השבעת השדים אזוי ווי זיי האבן געטוהן ביי די פריערדיגע מכות.

ב. נאך א מהלך זאגט דער רמב"ן, אז אין אמת'ן אריין האבן די חרטומים געהאט די יכולת און געוואוסט ווי אזוי צו ברענגען כנים, און ויעשו כן מיינט זיי האבן געטוהן מעשים וואס דארפן צו ברענגען כנים, און ווען זיי האבן עס אויספרובירט אינעם עבר האט עס טאקע געברענגט כנים, מילא איז שייך צו זאגן וַיַּעֲשׂוּ כֵן, וויבאלד זיי האבן געטוהן זאכן וואס וואלט געדארפט צו ברענגען כנים, הגם אז דאס מאהל האט עס נישט געארבעט.

און דער רמב"ן זאגט א סמך צו דעם פשט, ווייל עס איז מער מסתבר אז די חרטומים האבן געוואוסט וואס זיי קענען און וואס נישט, מילא איז מער מסתבר אז זיי האבן נישט סתם פרובירט קיין נייע זאכן מיט'ן האפענונג אז עס ארבעט, נאר אז זיי האבן פרובירט צו ברענגען כנים, מן הסתם האבן זיי געוואוסט אז זיי קענען עס באווייזן.


ולא יכולו
וואס איז טאקע די סיבה דערפאר פארוואס זיי האבן עס נישט געקענט באווייזן, אנדערש ווי די פריערדיגע צוויי מכות, און דער אות פונעם תנין וואס זיי האבן אויך געמאכט אזוי ווי אהרן.


פירוש א' ברמב"ן
זאגט דער רמב"ן, אז די שדים וואס דורך זיי האבן די חרטומים נאכגעמאכט די מכות האבן נישט די מעגליכקייט צו באשאפן נייע יצירות, נאר זיי קענען אהער ברענגען זאכן וואס עס זענען שוין דא ערגעץ אנדערש, אויף אן אופן אז עס זאל אויסקוקן ווי עס איז יעצט באשאפן געווארן דא.

דערפאר ביי מכת דם האבן די חרטומים נישט געדארפט מאכן א נייע יצירה אז די וואסער זאל ווערן בלוט, נאר עס איז גענוג געווען אז די שדים זאלן ברענגען בלוט פון אן אנדערע פלאץ אריין אין די וואסער, און די גאנצע וואסער קוקט אויס ווי בלוט. און אזוי אויך מכת צפרדע איז נישט געווען קיין פרישע יצירה פון צפרדעים, נאר עס זענען ארויסגעקומען פרעש פון די וואסער, דאס קענען די שדים אויך טוהן. אבער ווען עס איז געקומען צו כנים, וואס די עפר איז געווארן איבערגעדרייט צו לייז, דאס איז שוין א נייע יצירה וואס די שדים קענען עס נישט טוהן, דערפאר אפילו ווען די חרטומים האבן משביע געווען די שדים האט עס נישט געארבעט.


לכאורה איז אבער שווער אויף דעם רמב"ן, פון דאס וואס שטייט פריער אין די פרשה (ז, י-יא) וַיִּקְרָא גַּם פַּרְעֹה לַחֲכָמִים וְלַמְכַשְּׁפִים וַיַּעֲשׂוּ גַם הֵם חַרְטֻמֵּי מִצְרַיִם בְּלַהֲטֵיהֶם כֵּן: וַיַּשְׁלִיכוּ אִישׁ מַטֵּהוּ וַיִּהְיוּ לְתַנִּינִם', זעהט מען אז זיי האבן יא געקענט די מלאכה פון איבערדרייען שטעקענעס צו תנינים.


ביאור ע"פ מהרש"א
שטייט אבער אין מהרש"א (סנהדרין סז:) לויט ווי די גמרא זאגט דארט אז עס איז דא א חילוק צווישן בְּלַהֲטֵיהֶם און בְּלָטֵיהֶם, ווי רש"י ברענגט עס אראפ און דער רמב"ן איז עס מסביר, אז בלהטיהם איז מעשה כשפים, וואס ווערט געמאכט דורך מלאכי חבלה וואס זענען מלאכי אש, און דערפאר הייסט עס בלהטיהם, א לשון פון אש לוהט. און בלטיהם איז השבעה פון שדים, וואס זיי האבן נישט קיין גופים און מ'הערט נישט קיין קול ווען זיי קומען אן, דערפאר הייסט עס בלטיהם, ווייל בלט איז א לשון פון שטילערהייט.

לייגט דער מהרש"א צו, אז מיט כישוף איז יא דא א מעגליכקייט צו באשאפן נייע זאכן, אבער עס האט א הגבלה אז נישט אלעס קען מען מאכן דערמיט, ווייל ווען יא וואלטן די מכשפים געקענט באשאפן נייע וועלטן, און צווישן די זאכן וואס כישוף קען נישט באשאפן איז אויך אריינגערעכנט לייז. משא"כ שדים האבן נישט די הגבלה און זיי קענען ברענגען וואס עס איז נאר דא אויף די וועלט אהער, ומצד שני האבן זיי אבער נישט קיין מעגליכקייט צו מייצר זיין נייע יצירות.

לויט דעם קומט אויס אז ביי די מופת התנין האבן זיי יא געקענט איבערדרייען די שטעקענעס צו תנינים, וויבאלד דארט האבן זיי עס געמאכט בְּלַהֲטֵיהֶם, און דורך כישוף איז יא דא א כח צו מאכן נייע יצירות. נאר דא ביי מכת כנים האבן זיי נישט געקענט מאכן א נייע יצירה, וויבאלד כישוף ארבעט נישט אויף לייז, און דורך שדים איז עס אויך נישט געגאנגען ווייל דא האט מען געדארפט מאכן פון עפר לייז, און שדים קענען דאס נישט.


אבער עס איז שווער אריין צו לערנען דעם מהלך אינעם רמב"ן, ווייל דער רמב"ן זאגט א לשון 'ולא יוכל לעשות כמעשה הזה זולתי היוצר יתברך ויתעלה', ליינט זיך פון דעם אז אויך דורך כישוף וואס קומט פון מלאכי חבלה איז נישט דא די מעגליכקייט צו איבערדרייען פון איין זאך אויף א צווייטע זאך וואס דאס ווערט פאררעכנט ווי א פרישע יצירה, וואס דאס קען נאר דער איינציגסטע באשעפער.


ביאור ע"פ המלבי"ם
קען זיין אויף נאך אן אופן, לויט דעם וואס דער מלבי"ם איז מדייק די לשון וואס שטייט ביי די מופת פונעם תנין וַיִּקְרָא גַּם פַּרְעֹה לַחֲכָמִים וְלַמְכַשְּׁפִים וַיַּעֲשׂוּ גַם הֵם חַרְטֻמֵּי מִצְרַיִם בְּלַהֲטֵיהֶם כֵּן, פארוואס הייבט די פסוק אן מיט חֲכָמִים און מְכַשְּׁפִים, און ביים טוהן למעשה שטייט חַרְטֻמֵּי מִצְרַיִם. נאך א דיוק, פארוואס איז דער פסוק מפסיק צווישן דעם וַיַּעֲשׂוּ מיט'ן וווארט כֵן, אנדערש ווי עס שטייט ביי די מכות דם און צפרדע (שם כב) וַיַּעֲשׂוּ כֵן חַרְטֻמֵּי מִצְרַיִם, און (ח, ג) וַיַּעֲשׂוּ כֵן הַחַרְטֻמִּים.

זאגט דער מלבי"ם אז די חרטומים האבן געמאכט דעם אות פונעם תנין, דורך דעם וואס זיי האבן גענומען הויט פון טויטע תנינים, און עס אנגעטוהן אויף זיך און זיך געשאקלט אין דעם, אז עס האט אויסגעקוקט ווי לעבעדיגע תנינים, און ווען די חכמים און מכשפים האבן געווארפן זייערע שטעקענעס אויפן ערד, זענען זיי אנגעקומען מיט א שנעלקייט דורך אחיזת עינים, און אריינגעכאפט די שטעקענעס אונטערן הויט פונעם תנין, אז פאר די צוקוקערס האט עס אויסגעקוקט ווי די שטעקענעס ווערן איבער געדרייט צו תנינים, אבער למעשה איז עס געווען אן אחיזת עינים.

דאס איז פשט וַיַּעֲשׂוּ גַם הֵם חַרְטֻמֵּי מִצְרַיִם בְּלַהֲטֵיהֶם כֵּן, אז זיי האבן געמאכט אז די חרטומי מצרים זאלן וווערן תנינים, און עס האט נאר אויסגעקוקט ווי די שטעקענעס ווערן תנינים.

לויט דעם איז אויך גוט דאס וואס דער רמב"ן זאגט אז איבער דרייען איין זאף אויף אן אנדערע זאך הייסט א יצירה און דאס קען נאר דער יוצר ובורא עולם, וויבאלד ביי די תנינים איז עס נישט געווען קיין ריכטיגע זאך נאר אחיזת עינים.


פירוש ב' ברמב"ן ע"פ הגמרא

ווייטער ברענגט אבער דער רמב"ן פון די גמרא אין מס' סנהדרין (סז:), וואס רש"י ברענגט אויך, אז אפילו ברענגען לייז פון א צווייטע פלאץ האבן די שדים אויך נישט געקענט, ווייל די שדים האבן נישט קיין שליטה אויף א בריה וואס איז קלענער ווי די גרויס פון א גערשטל.

און ווי דער מהר"ל איז עס מסביר אין גור אריה, ווייל די קלענסטע שיעור טומאה וואס מיר טרעפן איז די טומאה פון עצם מן המת וואס איז מטמא בשיעור כשעורה, דערפאר קענען די שדים וואס זענען פון די צד הטומאה נישט שולט זיין אויף א זאך וואס האט נישט קיין שיעור טומאה.

נאך א טעם זאגט דער מהר"ל, אז ווייניגער ווי שעורה איז כאילו עס האט נישט קיין ממשות ווייל עס אי אזוי קליין אז איז כאילו ער איז נישט קיין זאך פאר זיך אליינס, נאר ער ווערט א חלק פון די כללות העולם, און אויף דעם האבן די שדים נישט קיין שליטה, און דאס איז אויך טאקע די טעם פארוואס די קלענסטע שיעור טומאה איז כשעורה, ווייל קלענער ווי דעם איז נישט קיין זאך פאר זיך עס זאל קענען טמא ווערן, און דערפאר הייסט עס טאקע 'שעורה', ווייל דאס איז די מינימום פון א 'שיעור', און קלענער ווי דעם איז בטל במציאות.


פירוש ג' ברמב"ן
אבער לויט דעם צווייטן פשט פונעם רמב"ן אויבן, אז די חרטומים האבן אינעם עבר יא מצליח געווען צו ברענגען כנים דורך די שדים, און דאס האבן זיי יעצט געפרוואוט צו טוהן, וויסנדיג אז זיי קענען עס באווייזן, לויט דעם מוז מען זאגן אז דאסמאל איז עס נישט געגאנגען ווייל אזוי האט דער באשעפער געוואלט, כדי פרעה זאל רנערקענען אז עס איז א אצבע אלקים.


אצבע אלקים
זאגט דער פסוק ווייטער וַיֹּאמְרוּ הַחַרְטֻמִּם אֶל פַּרְעֹה אֶצְבַּע אֱלֹקִים הִוא וַיֶּחֱזַק לֵב פַּרְעֹה וְלֹא שָׁמַע אֲלֵהֶם.

פירוש האבע"ז
דער אבן עזרא איז מדייק צוויי דיוקים.

א. אויב די חרטומים האבן אנערקענט אז די מכה קומט פונעם באשעפער, מיט וואס האט פרעה זיך געשטארקט זיין הארץ זיך נישט צו דערשרעקן פון די מכה.

ב. ווען פרעה רעדט צו משה רבינו טרעפט מען אז ער האט גענוצט דעם שם הוי"ה, ווי עס שטייט ביים צפרדע (ח, ד) הַעְתִּירוּ אֶל ה' וגו' וְיִזְבְּחוּ לַה', און ביי ערוב (שם כד) וּזְבַחְתֶּם לַה' אֱלֹהֵיכֶם. אזוי אויך בייי מכת ברד (ט, כג-כד) ה' הַצַּדִּיק וַאֲנִי וְעַמִּי הָרְשָׁעִים. הַעְתִּירוּ אֶל ה', און אזוי ווייטער, פארוואס דא האבן די חרטומים דערמאן אלקים און נישט הוי'.


דערפאר זאגט דער אבן עזרא, אז אפילו די חרטומים האבן נישט געקענט נאכמאכן די מכה פון כנים, האבן זיי האבן נישט אנערקענט אז דאס איז א מכה פון משה און אהרן, ווייל משה האט זיי דאך נישט געווארנט אויף דעם מכה, מילא האבן זיי נישט געהאט קיין סיבה צו טראכטן אז עס קומט פון זיי, נאר וואס יא, עס איז א מכה וואס קומט דורך די מערכת הכוכבים אז עס זאל קומען כנים אויפן לאנד, און עס האט גארנישט מיט די אידן.

און דערפאר האבן זיי גענוצט א לשון פון אלקים, וואס מיינט א געטליכקייט, ווייל זיי האבן געגלייבט אז עס איז דא א העכערע כח וואס האט א השפעה אויף די וועלט, און דער מכה קומט פון דעם כח, און ח"ו נישט פונעם אידישן גאט וואס משה רבינו האט גערופן מיט'ן שם הוי"ה, וואס אין איהם האט פרעה געלייקט, און געטענה'ט מִי ה' אֲשֶׁר אֶשְׁמַע בְּקֹלוֹ.


קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן פרעגט אויפ'ן אבן עזרא'ס מהלך.

א. א מכה וואס קומט דורכ'ן מזל ווערט נישט אנגערופן אצבע אלקים, און אזא לשון ווי יד ה' טרעפט מען נאר ביי עונשים וואס דער באשעפער איז מעניש אויף אן עבירה, ווי עס שטייט אין ספר שמואל (ש"א יב, טו) וְהָיְתָה יַד ה' בָּכֶם וּבַאֲבֹתֵיכֶם און נאך, און אזוי אויך אצבע אלקים איז נאר שייך ווען עס קומט אלץ עונש און נישט פון א מקרה ווי דורך די מערכת הכוכבים.

ב. נאך פרעגט דער רמב"ן, אויב אזוי ביי מכת ערוב וואס איז יא געקומען דורך א התראה, פארוואס האבן די חרטומים נישט פרובירט צו ברענגען דעם מכה, צו ווייזן אז זיי קענען עס אויך מאכן, אויב עס איז נאכנישט אויפגעוויזן געווארן אז משה ואהרן קענען עפעס וואס זיי קענען נישט.


פירוש הרמב"ן
נאר זאגט דער רמב"ן אז די חרטומים האבן יא אנערקענט אז די מכה קומט פונעם באשעפער, און הגם אז משה און אהרן האבן נישט געווארנט פאר מכת כנים, האבן זיי עס געמאכט אין פארנט פון פרעה, פונקט ווי מיר זעהן ביי מכת שחין וואס איז אויך געווען אן קיין התראה, און דארט שטייט בפירוש (ט, י) וַיִּקְחוּ אֶת פִּיחַ הַכִּבְשָׁן וַיַּעַמְדוּ לִפְנֵי פַרְעֹה וַיִּזְרֹק אֹתוֹ מֹשֶׁה הַשָּׁמָיְמָה.

איי פארוואס שטייט נישט אין פסוק בא אל פרעה, אז זיי זאלן גיין טוהן די מכה אין פארנט פון פרעה. זאגט דער רמב"ן אז בא אל פרעה מיינט גיין צו פרעה אין זיין פאלאץ, און ביי די מכה האט דאך אהרן געדארפט שלאגן עפר הארץ, און אינעם פאלאץ איז נישט דא קיין עפר נאר 'רצפת בהט ושש', און אזוי אויך ביי מכת שחין שטייט נישט בא אל פרעה נאר (שם ח) וּזְרָקוֹ מֹשֶׁה הַשָּׁמַיְמָה לְעֵינֵי פַרְעֹה, ווייל כדי עס צו ווארפן צום הימל האט עס געמוזט זיין אויף אן אפענע פלאץ תחת כפת השמים, מילא האבן זיי געמאכט די צוויי מכות אינעם גארטן פון פרעה'ס פאלאץ, און פרעה האט געזעהן ווי זיי ברענגען דעם מכה.

און דאס וואס זיי האבן געזאגט אצבע אלקים און נישט יד ה', אויב האבן זיי אנעקענט אז עס קומט פונעם באשעפער, איז ווייל זיי האבן פרובירט אראפ צו שפילן די גרויסקייט פונעם מכה, מילא האבן זיי געזאגט אז עס איז נישט קיין יד ה', נאר א קליינע מכה ווי אן אצבע.

און דאס וואס זיי האבן גענוצט דעם לשון פון אלקים, איז ווייל נאר רעדנדיג צו משה האבן זיי גענוצט דעם שם הוי"ה וואס משה האט גענוצט ווען ער האט גערעדט צו זיי, האט פרעה צוריק געענטפערט כלשונם, אבער צווישן זיך האבן זיי גענוצט דעם שם אלקים.


ביאור הרמב"ן בסדר ההתראות
לייגט דער רמב"ן צו, וואס איז טאקע דער טעם אז געוויסע מכות זענען געקומען מיט אן התראה, און געוויסע האט מען נישט מתרה געווען. אויך פארוואס געוויסע מכות איז די התראה געווען ביים וואסער און געוויסע ביי פרעה אין פאלאץ.

זאגט דער רמב"ן אז א התראה איז נאר שייך ביי א מכה וואס עס האט מיט זיך אן עונש מיתה, מכח די גרויסע רחמנות פונעם באשעפער אזדער רשע זאל קענען תשובה טוהן פאר ער שטארבט דורכ'ן עונש, אבער ביי די מכות פון כנים שחין און חושך, וואס זענען נאר מכות פון צער אבער מען שטארבט נישט דערפון, דארף נישט זיין קיין התראה, וויייל זיי קענען נאך תשובה טוהן נאכדעם אויך.

משא"כ די אנדערע מכות האבן אין זיך סכנת נפשות, דם איז א מכה אויפ'ן וואסער וואס פעלט אויס צו לעבן, די צפרדע האט גע'הרג'עט מענטשן דורכן אריינגיין אין זייערע קישקעס, ווי דער פסוק זאגט אין תהלים (עח, מה) וּצְפַרְדֵּעַ וַתַּשְׁחִיתֵם. ערוב האבן די חיות גע'הרג'עט מענטשן, און דבר הגם עס איז נאר געווען אויף די בהמות, וואלט עס בעצם געדארפט זיין א מגפה אויף די מענטשן אויך, נאר דער באשעפער האט זיי געלזאזט לעבן כדי צו קענען ברענגען די אנדערע מכות, ווי עס שטייט ווייטער (ט, טו-טז) כִּי עַתָּה שָׁלַחְתִּי אֶת יָדִי וָאַךְ אוֹתְךָ וְאֶת עַמְּךָ בַּדָּבֶר וַתִּכָּחֵד מִן הָאָרֶץ. וְאוּלָם בַּעֲבוּר זֹאת הֶעֱמַדְתִּיךָ בַּעֲבוּר הַרְאֹתְךָ אֶת כֹּחִי וּלְמַעַן סַפֵּר שְׁמִי בְּכָל הָאָרֶץ. ברד האט גע'הרג'עט די מענטשן וואס זענען געווען אינדרויסן, ווי דער פסוק זאגט (שם כה) וַיַּךְ הַבָּרָד בְּכָל אֶרֶץ מִצְרַיִם אֵת כָּל אֲשֶׁר בַּשָּׂדֶה מֵאָדָם וְעַד בְּהֵמָה, און ארבה האט אויפגעגעסן די יתר הפליטה פונעם ברד, אז פרעה אליינס האט עס אנגערופן (י, יז) וְיָסֵר מֵעָלַי רַק אֶת הַמָּוֶת הַזֶּה.

און די חילוק פון די מקומות פונעם התראה, איז ווייל די מכות וואס זענען א דירעקטע עונש מיתה האט דער באשעפער געוואלט אז די גאנצע עולם זאל מיט האלטן די התראה, כדי אז זיי זאלן האבן די מעגליכקייט צו פאדערן פון פרעה ארויס צו לאזן די אידן, און ווען זיי וועלן עס נישט טוהן זענען זיי אויך חייב מיט דעם עונש פונקט ווי פרעה, דערפאר ביי די מכות פון ערוב און ברד האט די התראה געדארפט זיין ווען ער איז ארויס צום וואסער, וואס ע"ד הפשט זאגט דער רמב"ן אז דאס מיינט ווען דער קעניג גייט שפאצירן ביים וואסער, און א גרויסע עולם איז דארט עס צו מיטהאלטן. אזוי אויך מכת דם וואס איז געווען די ערשטע מכה איז די התראה געווען ביים וואסער במעמד פונעם פאלק, צו ווייזן פאר פרעה אז ער האט נישט קיין מורא פון איהם.

משא"כ די אנדערע מכות ווי צפרדע, דבר און ארבה וואס זענען נישט קיין דירעקטע עונש מות אויפן מענטש, אויף דעם איז גענוג געווען דאס מתרה זיין ביי פרעה אין פאלאץ.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

כפתור ופרח הערליך אין שיין

יישר כח

כה לחי גיי ווייטער אן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

13 א שטיקעלע רמבן - וארא.pdf
(231.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 49 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת בא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין די וואכעדיג פרשה ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים, שטייט אין פסוק (יב, מ-מא) וּמוֹשַׁב בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר יָשְׁבוּ בְּמִצְרָיִם שְׁלשִׁים שָׁנָה וְאַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה. וַיְהִי מִקֵּץ שְׁלֹשִׁים שָׁנָה וְאַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה וַיְהִי בְּעֶצֶם הַיּוֹם הַזֶּה יָצְאוּ כָּל צִבְאוֹת ה' מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם.

שטעלן זיך די ראשונים אויף צוויי זאכן אין דעם פסוק.

א. לכאורה איז דער פסוק א סתירה מיט דעם וואס שטייט ביים ברית בין הבתרים אין פרשת לך לך, ווען עס איז נגזר געווארן דער גלות מצרים, אז דער גלות וועט זיין 400 יאהר, ווי דער פסוק זאגט (בראשית טו, יג) וַיֹּאמֶר לְאַבְרָם יָדֹעַ תֵּדַע כִּי גֵר יִהְיֶה זַרְעֲךָ בְּאֶרֶץ לֹא לָהֶם וַעֲבָדוּם וְעִנּוּ אֹתָם אַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה, און דא שטייט אין פסוק אז דער גלות איז געווען 430 יאהר.

ב. אויך דארף מען פארשטיין וואס איז די אריכות און דער כפל הפסוקים, וואס דערפסוק איז מאריך און שרייבט צוויי מאל איינס נאכן צווייטן אז דער גלות איז געווען 430 יאהר, סיי אין פסוק מ' אז כלל שראל איז געווען אין גלות 430 יאהר, און גלייך נאכאמאהל אין פסוק מ"א אז נאך די 430 יאהר איז כלל ישראל ארויס פון מצרים.


חוץ פון דעם איז שווער אויפן עצם מספר, סיי פון פיר הונדערט יאהר, און סיי פון פיר הונדערט און דרייסיג, רש"י מאכט דאך די חשבון בכמה מקומות (בראשית טו, יג. שמות ו, יח. יב, מא), אז מ'וועט צוזאמען רעכענען די יאהרן פון קהת -וואס איז געווען פון די שבעים נפש וואס זענען אראפ קיין מצרים - וואס ער האט געלעבט 133 יאהר, מיט די יאהרן פון עמרם וואס האט געלעבט 137 יאהר, און די 80 יאהר וואס משרע"ה איז אלט געווען ביי יציאת מצרים, קומט אלעס צוזאמען אויס נאר 350 יאהר, און עס איז זיכער געווען נאך ווייניגער ווי דעם, ווייל א חלק פון די יאהרן פון קהת זענען די זעלבע יאהרן וואס עמרם האט געלעבט, און אזוי אויך זענען א חלק פון משה'ס יאהרן געווען בחיי עמרם, איז מוכרח אז די גלות אין מצרים איז נישט געווען קיין 400 יאהר, נאר מ'דארף אנהייבן די חשבון שוין פון א פריערדיגע זמן.


שיטת רש"י
רש"י לערנט פשט אין די פסוקים לויט ווי עס שטייט אין מכילתא (פי"ד), אז די חשבון פון ארבע מאות שנה פון גלות בארץ לא להם, מיינט נישט דווקא אין מצרים, ווייל עס שטייט נישט אין פסוק כי גר יהיה זרעך בארץ מצרים, נאר בְּאֶרֶץ לֹא לָהֶם, און פון ווען אברהם אבינו איז ארויס מארצו וממולדתו ביז ווען כלל ישראל איז צוריק געקומען קיין ארץ ישראל, זענען זיי אלע יאהרן געווען בארץ לא להם, און דערפאר ווען די זקנים האבן איבער געטייטשט די תורה אויף יונ'יש פאר תלמי המלך, איז דאס איינע פון די זאכן וואס זיי האבן משנה געווען און געשריבן 'ומושב בני ישראל אשר ישבו במצרים ובארץ כנען ובארץ גושן שלשים שנה וארבע מאות שנה'.

איי אין פסוק שטייט דאך אויך וַעֲבָדוּם וְעִנּוּ אֹתָם אַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה, און דאס האט זיך דאך נישט אנגעהויבן נאר אין מצרים, און ווי חז"ל זאגן אפילו אין מצרים האט זיך נישט אנגעהויבן דער שיעבוד ביז לוי'ס פטירה וואס איז געווען 93 יאהר נאכ'ן גיין קיין מצרים.

ענטפערט דער רמב"ן אין פרשת לך לך, אז דער פסוק איז געשריבן שלא על הסדר, אן עס וואלט געדארפט צו שטיין 'כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם ארבע מאות שנה ועבדום וענו אותם', און פשט אין פסוק ווי עס שטייט איז, אז היות דער באשעפער האט צוגעזאגט ארץ ישראל פאר אברהם אבינו'ס קינדער, האט דער באשעפער מקדים געווען ידוע תדע אז דאס גייט נישט זיין גלייך יעצט, נאר זיינע קינדער וועלן בלייבן גרים פאר 400 יאהר, און אין דעם תקופה וועט אויך זיין וַעֲבָדוּם וְעִנּוּ אֹתָם, אבער נישט אין די גאנצע תקופה.


און די סתירה פון די צוויי פסוקים אַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה און שְׁלֹשִׁים שָׁנָה וְאַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה, פארענטפערט דער מכילתא, אז די גזירה גייט נאר אן אויף אברהם אבינו'ס קינדער דהיי' יצחק, ווי דער לשון הפסוק איז כִּי גֵר יִהְיֶה זַרְעֲךָ בְּאֶרֶץ לֹא לָהֶם וגו' אַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה, דערפאר איז כלל ישראל געווען אין מצרים ביז'ן סוף פון 400 יאהר פון לידת יצחק, דהיינו 60 יאהר פון יצחק ביז לידת יעקב, 130 יאהר פון יעקב ביז'ן אראפ גיין קיין מצרים, און נאר 210 יאהר אין מצרים.

אבער דער פסוק ביי אונז וואס זאגט שְׁלֹשִׁים שָׁנָה וְאַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה, רעדט נישט פון וויפיהל עס איז געווען דער עצם גזירה, נאר דער פסוק זאגט אז אויך נאכן הבטחה פון באקומען ארץ ישראל, וואס הקב"ה האט צו געזאגט פאר אברהם אבינו ביי ברית בין הבתרים, איז כלל ישראל געווען בארץ לא להם פאר נאך 430 יאהר, ביז זיי זענען ארויס פון מצרים אויפן וועג צו באקומען ארץ ישראל, און די חשבון הייבט זיך אן ביים ברית בין הבתרים.


לויט דעם קומט אבער אויס אז די ברית בין הבתרים איז פארגעקומען 30 יאהר פאר לידת יצחק, אזוי אז פון ברית בין הבתרים ביז יציאת מצרים זאל אויסקומען 430 יאהר, און פון דעם קומט אויס אז אברהם אבינו איז דעמאלטס געווען 70 יאהר אלט, ווי עס שטייט טאקע אין סדר עולם.

דאס מאכט אבער א שוועריגקייט, ווייל ברית בין הבתרים איז דאך געווען אין ארץ ישראל, ווי עס שטייט דארט אין פסוק (בראשית יב, יח) בַּיּוֹם הַהוּא כָּרַת ה' אֶת אַבְרָם בְּרִית לֵאמֹר לְזַרְעֲךָ נָתַתִּי אֶת הָאָרֶץ הַזֹּאת איז משמע אז אברהם אבינו איז דעמאלטס געווען אינעם ארץ המובטחת, אין פסוק אנהייב פרשת לך לך שטייט (בראשית יב, ד) וְאַבְרָם בֶּן חָמֵשׁ שָׁנִים וְשִׁבְעִים שָׁנָה בְּצֵאתוֹ מֵחָרָן, אויב אזוי איז אברהם אבינו נאר געגאנגען קיין ארץ ישראל פינעף יאר שפעטער.

וועט מען מוזן זאגן, אז אברהם אבינו איז שוין געגאנגען פון חרן קיין ארץ ישראל נאך פארן ציווי פון לך לך מארצך, זייענדיג אלט 70 יאהר, און דעמאלטס איז פארגעקומען דעם ברית בין הבתרים, און נאכדעם איז אברהם צוריק געגאנגען קיין חרן, ביז 5 יאר שפעטער ווען דער באשעפער האט איהם געהייסן גיין קיין ארץ ישראל, און אויף דעם זאגט דער פסוק וְאַבְרָם בֶּן חָמֵשׁ שָׁנִים וְשִׁבְעִים שָׁנָה בְּצֵאתוֹ מֵחָרָן, ווייל דעמאלטס איז ער אינגאנצן אוועק געגאנגען פון חרן. און דאס וואס ברית בין הבתרים שטייט אין פסוק שפעטער ווי דעם ציווי פון לך לך מארצך, איז טאקע נישט על הסדר.


און די כפל הפסוקים איז רש"י מסביר, אז קודם זאגט דער פסוק די סכום פון יארן וואס כלל ישראל איז געווען בארץ לא להם פון דעם ברית בין הבתרים, און נאכדעם לייגט דער פסוק צו אז דער חשבון איז געווען פונקטליך נישט קיין טאג מער, נאר בו ביום וואס עס איז געווען 430 יאר פון ברית בין הבתרים, וואס איז פאר געקומען ט"ו ניסן, בו ביום זענען זיי ארויס פון מצרים.


קושיית הרמב"ן
דער רמב"ן איז נישט צופרידן פון דעם מהלך אז דער חשבון פון פיר הונדערט יאהר גירות הייבט זיך אן פון יצחק אבינו'ס געבורט, ווייל ווי לאנג אברהם אבינו לעבט ווערט נאך כלל ישראל אנגערופן על שמו, מילא קען מען נאכנישט רעכענען די יאהרן אלץ גלות פון זרע אברהם. מילא איז שווער ממה נפשך, אויב רעכנט מען נאר פון אברהם אבינו'ס קינדער, דארף מען רעכענען פון אברהם אבינו'ס פטירה וואס איז געווען ווען יצחק איז שוין געווען 75 יאהר אלט. און אויב רעכנט מען גירות אויך פון אברהם אבינו, דארף זיך דער חשבון אנהייבן שוין פונעם ברית בין הבתרים.


אויך איז באקאנט דער מהלך וואס דער רמב"ן גייט בכל התורה כולה, ווי דער דעה אז דער תורה איז יא געשריבן על הסדר, און חוץ פון די פלעצער וואס עס איז מוכרח פארקערט און עס האט א ספעציעלע סיבה, נעמט מען אז אז די געשעהענישן האבן פאסירט על הסדר ווי עס שטייט אין פסוק, מילא איז נישט ניחא פארן רמב"ן דעם פשט פון רש"י וואס לויט דעם דארף מען זאגן אז ברית בין הבתרים איז געווען פאר ווען אאע"ה איז געווען 75 יאהר.


שיטת ה'אבן עזרא'
דער אבן עזרא גייט אויך מיט דעם אז דער חשבון פון ארבע מאות שנה הייבט זיך אן פון לידת יצחק, אבער נישט אז די גירות און עינוי גייט זיך ציען פאר 400 יאהר, נאר כאילו עס וואלט געשטאנען עד ארבע מאות ושלשים שנה, דהיינו אז דער באשעפער האט געזאגט צו אאע"ה אז עס גייט קומען אז גזירה פון גלות ועינוי וואס גייט זיך ענדיגן נאך 400 אר פון לידת יצחק, אבער הקב"ה האט נישט געזאגט ווען דער גלות גייט זיך אנהייבן.


און דאס וואס דער פסוק זאגט שְׁלֹשִׁים שָׁנָה וְאַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה לערנט דער אבן עזרא אז דאס וואס שטייט אין פרשת נח (יא, לא) וַיִּקַּח תֶּרַח אֶת אַבְרָם בְּנוֹ וגו' וַיֵּצְאוּ אִתָּם מֵאוּר כַּשְׂדִּים לָלֶכֶת אַרְצָה כְּנַעַן, איז געווען ווען אאע"ה איז אלט געווען 70 יאהר, קומט אויס אז למעשה זענען כלל ישראל און זייערע עלטערן געווען גרים אין פרעמדע לענדער ביז יציאת מצרים פאר א סה"כ פון 430 יאהר.


שיטת הרמב"ן א'
דער רמב"ן גייט מיט א מחודש'דיגע מהלך על דרך הפשט, אז דער גלות פון ארץ לא להם איז טאקע געווען 430 יאהר און נישט נאר 400 יאהר ווי עס שטייט בפשטות ביי ברית בין הבתרים.

און דער פשט איז, אז דאס וואס שטייט כִּי גֵר יִהְיֶה זַרְעֲךָ בְּאֶרֶץ לֹא לָהֶם וגו' אַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה, מיינט נישט אז זיי וועלן זיין גרים נאר פיר הונדערט יאהר, נאר לכה"פ 400 יאהר, און דער פסוק לייגט טאקע צו וְדוֹר רְבִיעִי יָשׁוּבוּ הֵנָּה כִּי לֹא שָׁלֵם עֲוֹן הָאֱמֹרִי עַד הֵנָּה, אז דער זמן הגאולה איז נישט ביים סוף פון די 400 יאהר, נאר ווען עס וועט זיך ענדיגן דעם דור רביעי פון די אמוריים, און דאס האט גענומען נאך 30 יאהר.

לויט דעם הייבט זיך דער חשבון אן גלייך פונעם ברית בין הבתרים, וואס דער באשעפער האט געזאגט צו אברהם אבינו, הגם איך זאג דיר צו ירושת הארץ, וועט אבער נאך קודם זיין כאטש ארבע מאות שנה פון גירות בארץ לא להם, סיי פאר אברהם און סיי זיינע קינדער נאך איהם, און נאך אפאר יאהר שפעטער אויך ביז עס וועט זיין שָׁלֵם עֲוֹן הָאֱמֹרִי.


לייגט דער רמב"ן צו, אויב מען וועט אננעמען אז די חשבון וואס רש"י ברענגט אז כלל ישראל איז געווען אין מצרים 210 יאהר כמספר רד"ו איז ע"פ קבלה פון פריער אז עס איז אזוי געווען, רעכנט מען די יאהרן נאר פון יעקב אבינו'ס פטירה, וואס פון דעמאלטס זענען כלל ישראל געווען אין מצרים נאך 210 יאהר, וואס מיט די 17 יאהר וואס יעקב אבינו האט געלעבט אין מצרים קומט עס אויס 227 יאהר.

און לויט דעם וועט מען זאגן אז ברית בין הבתרים איז געווען ווען אאע"ה איז אלט געווען 87 יאהר, און פון דעמאלטס הייבן זיך אן די 430 שנות גירות, דהיינו 13 יאהר ביז לידת יצחק, 60 יאהר ביז לידת יעקב, 130 יאהר בין ווען יעא"ה איז אראפ קיין מצרים, און נאך 227 יאהר אין מצרים, סך הכל פיר הונדערט און דרייסיג יאהר.


און פשט אין די פסוקים איז אזוי, וּמוֹשַׁב בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר יָשְׁבוּ בְּמִצְרָיִם שְׁלֹשִׁים שָׁנָה וְאַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה, קומט דער פסוק זאגן אז חוץ פון די 400 יאהר וואס שטייט ביים ברית בין הבתרים, איז געווען נאך 30 יאהר גלות משלים צו זיין צום וְדוֹר רְבִיעִי יָשׁוּבוּ הֵנָּה. דערנאך זאגט דער פסוק אז עס האט נישט אויסגעפעהלט נאך יארן צום גלות, נאר וַיְהִי מִקֵּץ שְׁלֹשִׁים שָׁנָה וְאַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה זענען זיי ארויס לחירות עולם גרייט צו גיין קיין ירש'נען ארץ ישראל.


שיטת הרמב"ן ב'
נאך זאגט דער רמב"ן אז דער קלארסטע פשט איז, אז אין אמת'ן אריין איז די גזירה טאקע נאר געווען אויף 400 יאהר פון דעם ברית בין הבתרים וועלן כלל ישראל זיין בארץ לא להם, און נאכדעם וועלן זיי ארויס גיין ברכוש גדול.

נאר וויבאלד כלל ישראל איז נישט געווען ערליך אין מצרים, און זיי האבן געדינט עבודה זרה און עס נישט געוואלט אפלאזן, ווי דער פסוק זאגט אין ספר יחזקאל (כ, ח) וַיַּמְרוּ בִי וְלֹא אָבוּ לִשְׁמֹעַ אֵלַי אִישׁ אֶת שִׁקּוּצֵי עֵינֵיהֶם לֹא הִשְׁלִיכוּ וְאֶת גִּלּוּלֵי מִצְרַיִם לֹא עָזָבוּ וָאֹמַר לִשְׁפֹּךְ חֲמָתִי עֲלֵיהֶם לְכַלּוֹת אַפִּי בָּהֶם בְּתוֹךְ אֶרֶץ מִצְרָיִם, דערפאר איז נגזר געווארן אז זיי זאלן בלייבן אין גלות ביז זיי וועלן תשובה טוהן און זיי ראוי צו ווערן אויסגעלייזט, פונקט ווי מיר זעהן ביים חטא המרגלים, אז אנשטאט אריינגיין גלייך אין א"י ווי עס איז געווען דער פלאן, זענען זיי נענש געווערן צו בלייבן אין מדבר נאך 40 יאהר.

און הגם כלל ישראל האט למעשה נישט תשובה געטוהן, דאך האט דער באשעפער געשיקט משה רבינו זיי אויס לייזן נאך 30 יאהר, דאס איז וויבאלד זיי האבן געדאוונט צום באשעפער ער זאל זיי אויסלייזן, און דער באשעפער האט אנגענומען זייער תפילה, ווי די פסוקים זענען מדגיש (ב, כג-כד) וַיֵּאָנְחוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל מִן הָעֲבֹדָה וַיִּזְעָקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל הָאֱלֹקִים וגו' וַיִּשְׁמַע אֱלֹהִים אֶת נַאֲקָתָם וַיִּזְכֹּר אֱלֹהִים אֶת בְּרִיתוֹ אֶת אַבְרָהָם אֶת יִצְחָק וְאֶת יַעֲקֹב, איז משמע אז ווען נישט זייערע תפילות וואלט זיי נאכנישט געווארן אויסגעלייזט דעמאלטס. און אזוי זאגט דער באשעפער צו משה רבינו (ג, ט-י) וְעַתָּה הִנֵּה צַעֲקַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בָּאָה אֵלָי וגו' וְעַתָּה לְכָה וְאֶשְׁלָחֲךָ אֶל פַּרְעֹה וְהוֹצֵא אֶת עַמִּי בְנֵי יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרָיִם. און אזוי אויך ביי מקרא ביכורים (דברים כו, ז) וַנִּצְעַק אֶל ה' אֱלֹקֵי אֲבֹתֵינוּ וַיִּשְׁמַע ה' אֶת קֹלֵנוּ וַיַּרְא אֶת עָנְיֵנוּ וְאֶת עֲמָלֵנוּ וְאֶת לַחֲצֵנוּ, זעהט מען אז נאר וועגן די צעקה צום באשעפער זענען זיי געווארן אויסגעלייזט דעמאלטס.


והגם אז ביים ברית בין הבתרים שטייט וְאַחֲרֵי כֵן יֵצְאוּ, אז דער באשעפער וועט זיי ארויסנעמען פון מצרים, איז ווי אזוי קען זיין אז זיי זענען נישט ארויס גלייך ביים סוף פון די 400 יאהר, ענטפערט דער רמב"ן דריי תירוצים.

א. עס שטייט נישט אז די יציאה וועט זיין גלייך נאכן ענדיגן די 400 יאהר, נאר ווען כלל ישראל וועט זיין ראוי צו דעם.

ב. עס שטייט דאך וְגַם אֶת הַגּוֹי אֲשֶׁר יַעֲבֹדוּ דָּן אָנֹכִי וְאַחֲרֵי כֵן יֵצְאוּ, איז פשט אז דער באשעפער וועט זן זיין צו דאס וואס זיי טוען פאר די אידן קומט זיך זיי, און נאר טאמער עס וועט זיך זיי נישט קומען צו זיין בעינוי וועט ער זיי ארויסנעמען.

ג. און אפילו מען וועט זאגן אז ואחרי כן יצאו מיינט גלייך נאך די 400 יאהר, קען דאך א הבטחה אפילו לטובה בטל ווערן, ווילאנג עס איז נישט געזאגט געווארן מיט א שבועה, אדער עס איז נישט געזאגט געווארן דורך א נביא צו די אידן, ווי מיר זעהן אז יעקב אבינו האט חושש געווען שמא יגרום החטא אפילו הקב"ה האט איהם מבטיח געווען.


לייגט דער רמב"ן צו, אז עס קען זיין אז דאס איז געווען די סיבה אז די בני אפרים זענען ארויס פון מצרים מיט 30 יאהר פריער ווי חז"ל זאגן (סנהדרין צב:), נישט ווייל זיי האבן א טעות געהאט מיט'ן חשבון, נאר זיי האבן ריכטיג גערעכנט און עס האבן זיך טאקע געמאלטס געענדיגט די 400 יאהר פון ברית בין הבתרים וואס דאס איז געווען די גזירה, נאר כלל ישראל איז נאכנישט געווען ראוי צו אויסגעלייזט ווערן, און דערפאר איז עס זיי נישט געלונגען אנצוקומען קיין ארץ ישראל.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

14 א שטיקעלע רמבן - בא.pdf
(235.48 KiB) געווארן דאונלאודעד 59 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה נעכטן במשך דער טאג האב איך געווארט דערויף, שוין כמעט געהאט מייאש געוועהן
ענדליך יעצט זעה איך אז מען האט נעכטן אווענט ארויף געלייגט

האבן מיר אדורך געלערנט ס'איז כפתור ופרח בליעה"ר

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
קליגער פון קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 1:58 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער פון קליג »

ווייניג ווייסן פון די שטיקל אין די הקדמה :

ואשים למאור פני נרות המנורה הטהורה,

פרושי רבנו שלמה, עטרת צבי וצפירת תפארה,

מוכתר בנימוסו במקרא במשנה ובגמרא,

לו משפט הבכורה,

בדבריו אהגה, באהבתם אשגה,

ועמהם יהיה לנו משא ומתן דרישה וחקירה,

בפשטיו ומדרשיו וכל אגדה בצורה,

אשר בפירושיו זכורה.

ועם רבי אברהם בן עזרא,

תהיה לנו תוכחת מגולה ואהבה מסותרה.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת בשלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין פרשת המן די ואכעדיגע סדרה, זאגט דער באשעפער צו משה רבינו ע"ה (שמות טז, ד) הִנְנִי מַמְטִיר לָכֶם לֶחֶם מִן הַשָּׁמָיִם, וְיָצָא הָעָם וְלָקְטוּ דְּבַר יוֹם בְּיוֹמוֹ, לְמַעַן אֲנַסֶּנּוּ הֲיֵלֵךְ בְּתוֹרָתִי אִם לֹא.

וואס מען דארף פארשטיין אין דעם פסוק איז, וואס איז דער נסיון וואס איז דא ביי דעם נס פון ירידת המן, און וואס איז דער תכלית פון דעם נסיון.


שיטת רש"י
רש"י איז מסביר אז דער נסיון איז נישט מיט דעם עצם ירידת המן, נאר די מצוות וואס איז דא ביי דעם מן אלץ תוצאה פון דעם וואס דער מן וועט קומען דְּבַר יוֹם בְּיוֹמוֹ און נישט אסאך אויף איינמאל, דהיינו די ציוויים פון נישט איבערלאזן פון איין טאג אויפן צווייטן, און פון דעם אז אויף שבת וועט עס יא קומען א טאג פריער, און זיי זאלן עס נישט גיין זוכן צו עס איז געקומען מן אין שבת, און דאס מיינט הֲיֵלֵךְ בְּתוֹרָתִי, צו זיי וועלן היטן די מצוות התלויות בה. .

בפשטות ליינט זיך אין רש"י אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס דער מן איז געקומען טעגליך, כדי עס זאל זיין שייך דער נסיון, און לְמַעַן אֲנַסֶּנּוּ איז א נתינת טעם אויף וְיָצָא הָעָם וְלָקְטוּ דְּבַר יוֹם בְּיוֹמוֹ.

אבער דער מזרחי און דער מהר"ל ברענגען א גירסא אין רש"י וואס איז נישט געדרוקט אין אונזערע חומשים, "למען אנסנו. בו אנסנו", אדער "למען אנסנו. כי אנסנו", און די כוונה פון דעם איז אז רש"י קומט טאקע אויס צו שליסן דעם פשט אז די טעם פון דעם אז מ'וועט דארפן קלויבן דעם מן טעגליך איז כדי צו שטעלן די אידן אין א נסיון צו זיי וועלן נישט איבער לאזן פון איין טאג אויפן צווייטן, און אנדערש ווי אנדערע פלעצער ווי למען איז א נתינת טעם אויף וואס עס שטייט פריער אין פסוק, איז דא למען נאר טייטש אז מיט דעם וועט דער באשעפער מנסה זיין די אידן.

דער מזרחי איז מסביר דעם הכרח פון רש"י ארויס צונעמען מקרא מידי פשוטו איז, ווייל הגם אז מכח דעם וואס דער מן וועט קומען יעדן טאג, ברענגט דאס אויך דער נסיון צו מען וועט עס גיין זוכן אויך אום שבת, ליגט אבער בעיקר אין דעם וְלָקְטוּ דְּבַר יוֹם בְּיוֹמוֹ דעם ציווי פון נישט איבערלאזן פון איין טאג אויפן צווייטן, ווי רש"י ברענגט פון מכילתא "דבר יום ביומו. צורך אכילת יום ילקטו ביומו, ולא ילקטו היום לצורך מחר", און היות עס איז נישט דא קיין סיבה צו זאגן אז דער נסיון פון דעם איסור פון איבער לאזן זאל זיין מער ווי דעם נסיון פון נישט זוכן דעם מן אויף שבת, איז פאר רש"י שווער געווען אז דער לְמַעַן אֲנַסֶּנּוּ זאל זיין א נתינת טעם אויף דעם וְלָקְטוּ דְּבַר יוֹם בְּיוֹמוֹ וואס מיינט בעיקר נאר איינס פון די צוויי נסיונות.

דער מהר"ל איז מסביר דעם גירסא אין רש"י, ווען עס וואלט געשטאנען אין פסוק "הנני ממטיר לכם לחם מן השמים דבר יום ביומו", וואס דעמאלטס וואלט דער דבר יום ביומו ארויף געגאנגען אויף דעם פעולה פון הקב"ה, וואלט געווען שייך צו זאגן לְמַעַן אֲנַסֶּנּוּ וואס דער באשעפער רעדט פון זיך אלץ נתינת טעם אויף דעם, אבער וויבאלד דער פסוק זאגט דְּבַר יוֹם בְּיוֹמוֹ אויף א פעולה וואס די אידן וועלן טוהן, איז נישט שייך צו זאגן אויף דעם לְמַעַן אֲנַסֶּנּוּ, נאר "למען יתנסו", דערפאר איז רש"י געווען מוכרח צו טייטשן דעם לְמַעַן אֲנַסֶּנּוּ אויפן עצם ירידת המן, און היות דער נסיון איז נישט קיין טעם אויף דעם, מוז מען עס אפטייטשן אז למען מיינט אז מיט דעם וועט ער מנסה זיין די אידן.


דחיית הרמב"ן
דער רמב"ן טענה'ט אויף רש"י'ס פשט 'ואינו נכון', ווייל מיר טרעפן אויך אין פרשת עקב דעם לשון נסיון אויף די מן (דברים ח, טז) הַמַּאֲכִלְךָ מָן בַּמִּדְבָּר אֲשֶׁר לֹא יָדְעוּן אֲבֹתֶיךָ לְמַעַן עַנֹּתְךָ וּלְמַעַן נַסֹּתֶךָ לְהֵיטִבְךָ בְּאַחֲרִיתֶךָ, און דארט רעדט דער פסוק בכלל נישט פון דעם וואס דער מן איז געקומען טעגליך, איז דאך משמע אז דער עצם ירידת המן האט געהאט אין זיך א נסיון.


שיטת הרמב"ם
דער רמב"ם אין מורה נבוכים (ח"ג פכ"ד) איז מאריך להוציא מלבם פון די וואס ער רופט אן "סכלים הפתאים" וואס "ברוע מחשבתם" מיינען זיי אז דאס וואס מיר טרעפן דעם מושג אז דער דער באשעפער איז מנסה מענטשן איז עס כדי צו געוואויר ווערן צו דער מענטש וועט טאקע ביישטיין דעם נסיון, ווי כאילו עס איז ח"ו נישט גלוי וידוע לפניו די מחשבות פון מענטשן, ווי דער רמב"ם זאגט אויף דעם "חלילה לו חלילה" צו טראכן אזוי.

נאר דער ענין פון נסיון וואס עס ווערט דערמאנט זעקס מאל איז די תורה, איז נישט כדי מוסיף צו זיין א ידיעה פאר'ן באשעפער ח"ו, נאר צו לאזן וויסן פאר די מענטשהייט זאכן וואס זיי וואלטן נישט געוואוסט ווען נישט דעם נסיון.

פארהאן א נסיון וואס קומט צו מודיע זיין פאר די אומות העולם, זיי זאלן וויסן ווי שטארק איז די אמונה פון כלל ישראל אינעם באשעפער, וואס דאס איז דער נסיון וואס איז דא ווען עס קומט א נביא שקר אז מען זאל גיין דינען עבודה זרה, און ווען כלל ישראל נעמט נישט אן זיינע ווערטער אפילו נאכן ווייזן אן אות ומופת, וויבאלד עס איז ביי זיי קלאר אז איז אוומעגליך אז עס איז דא אן אנדערע כח וואס מען דארף דינען, און דאס וועט זיי אויפווייזן אז דאס איז טאקע דער אמת'ע אמונה, און ווער עס זוכט דעם אמת זאל ווייסן ווי עס צו טרעפן, און דאס איז פשט אינעם פסוק (שם יג, ד) כִּי מְנַסֶּה ה"א אֶתְכֶם לָדַעַת הֲיִשְׁכֶם אֹהֲבִים אֶת ה"א בְּכָל לְבַבְכֶם וּבְכָל נַפְשְׁכֶם, נישט אז דער הקב"ה דארף צוקומען צו דעם נסיון צו ווייסן ווי ווייט כלל ישראל גלייבט אין איהם, נאר מודיע צו זיין פאר די וועלט ווי ווייט איז דער אמונה פון די אידן אין ייחוד הבורא, כדי זיי זאלן וויסן די אמת'דיגקייט פון דעם.

און דערפאר שטייט אויך ביי מתן תורה, (שמות כ, טז) כִּי לְבַעֲבוּר נַסּוֹת אֶתְכֶם בָּא הָאֱלֹקִים, וויבאלד דער סיבה פארוואס טאקע כלל ישראל ווערט נישט איבערגענומען פונעם אות וואס דער נביא שקר ווייזט, איז ווייל אז מופת קען נישט אפפרעגן דאס וואס גאנץ כלל ישראל האט מיטגעהאלטן און אליינס געהערט ווי דער באשעפער זאגט אנכי ולא יהיה, ווי דער רמב"ם איז מאריך אין ספר היד (הל' יסוה"ת פ"ח), מילא איז דאס הערן דער קול ה' א חלק פון דעם נסיון, וואס קומט אז די גויים זאלן וויסן די אמת פון יחוד ה'.


און עס זענען דא נסיונות וואס קומען פאר כלל ישראל'ס וועגן, ווי דער נסיון פונעם עקידה, ווי דער באשעפער האט אונז געוואלט מודיע זיין ווי ווייט א מענטש קען אנקומען אינעם מדרגה פון אהבת ה' און יראת ה', אז אברהם אבינו וואס האט געהאט עושר וכבוד, און די איינציגסטע זאך ואס האט איהם געפעהלט, וואס אויף דעם האט ער אויסגעווארט יארן לאנג איז געווען צו האבן א קינד וואס פון איהם זאל זיך אויפשטעלן א פאלק וואס זאל גיין איינע וועגן, און נאך דאס אלעס זאל ער זיין גרייט מוותר צו זיין אוי דעם חלום מקיים צו זיין דעם רצון ה', און נישט פארלוירענערהייט ביים באקומען דעם ציווי, נאר נאך אפאר טעג וואס ער איז געגאנגען אויפ'ן וועג האבנדיג גענוג צייט זיך איבער צו קלערן וואס ער גייט דא טוהן, און אויף דעם זאגט דער פסוק (בראשית כב, יב) כִּי עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי יְרֵא אֱלֹקִים אַתָּה, דהיינו אז מיט דעם האט דער באשעפער מודיע געווען פארן וועלט ווי ווייט מען קען צוקומען אין מדרגות פון יראת ה'.

און נאך א זאך וואס די עקידה קומט אונז לערנען איז די קראנטקייט פון די נבואה, אז מען וואלט ווען געקענט א טעות האבן אז היות אז ביי אלע נביאים חוץ פון משה איז די נבואה געקומען בחלום און מיט דמיונות און משלים, וואלט זיך געקענט דאכטן אז מען קען זיך ח"ו דינגען אויף דעם וואס די נבייאם האבן פארשטאנען אין דעם מראה הנבואה, קומט אונז די עקידה לערנען אז אברהם אבינו איז געווען גרייט אויפ'ן סמך פון זיין נבואה צו שחט'ן זיין איינציג באליבט קינד, וואס ווען ער וואלט געקענט האבן א צל צלו של ספק אין דעם, וואלט נישט געווען מעגליך ער זאל עס וועלן אויספירן למעשה.


און דאס איז אויך דער מכוון ביי דעם נסיון דא פון ירידת המן, וואס קומט לערנען פאר די גוים און אידן צוגלייך, אויב זיי וועלן זיין מסופק הֲיֵלֵךְ בְּתוֹרָתִי אִם לֹא, לוינט זיך עס זיך אוועק צו געבן פון זיך צו דינען דעם באשעפער צו נישט, וויל פון דעם וואס דער באשעפער האט אונז באזארגט מיט אונזערע באשערפענישן אין מדבר אויף אן אופן וואס א מענטש קען נישט טראכטן דערפון איז א הוכחה אז ער באזארגט די צרכים פון די וואס דינען איהם.


דחיית הרמב"ן
דער רמב"ן טענה'ט זיך מיט'ן רמב"ם'ס מהלך אינעם ענין פון נסיונות, ווייל ווען דער ענין וואלט געווען אז כלל ישראל זאל האבן אן הוכחה אז עס לוינט זיך צו היטן די תורה, וואס געדארפט שטיין "למען ינסה הילך בתורתי אם לא", וויבאלד עס איז א נסיון און הוכחה פאר זיי.


שיטת הרמב"ן
דער רמב"ן ווייזט צו צום פרשת העקידה ווי דער רמב"ן לערנט דער ענין פון א נסיון איז טאקע נישט געוואויר צו ווערן א ספק, און א ראיה דערצו ווייל מיר טרעפן נישט אז דער באשעפער זאל מנסה זיין רשעים וואס זיי האלטן יא און וואס נישט, נאר ביי צדיקים טרעפן מיר דעם ענין פון (תהלים יא, ה) ה' צַדִּיק יִבְחָן, נאר היות א מענטש האט א בחירה צו ער זאל אויספירן זיינע רצונות צו נישט, מילא איז דער שכר פאר א גוטע מעשה בפועל מער ווי די שכר פאר א גוטע רצון, און דאס איז דער ענין פון א נסיון, ארויס צו ברענגען מן הכח אל הפועל כדי צו קענען געבן מער שכר.

און דאס וואס עס ווערט אנגערופן אלץ נסיון, וואס ליינט זיך כאילו עס איז נישט זיכער אז דער מענטש וועט עס ביישטיין, דאס איז מצד ווייל למעשה האט דער מענטש א בחירה צו ער זאל עס אויפירן, ומצדו איז עס נישט קיין זיכערע זאך, הגם אז פאר הקב"ה איז גלוי וידוע וואס דער מענטש גייט למעשה טוהן.

און דאס איז געווען דער טעם פארוואס דער באשעפער האט אויס געוועהלט צו שפייזן די אידן אין מדבר אויף אופן וואס זיי האבן נישט געוואוסט אדער געהערט אז מען קען לעבן פון אזא סארט זאך, או דאס איז אויך נישט געווען פארזיכערט נאר זיי האבן געדארפט וארטן יעדן טאג צו באקומען זייער שפייז פאר דעם טאג, און נאך אלץ זענען זיי געווען גרייט צו גיין נאכן באשעפער אין מדבר על סמך דעם, דאס איז געווען כדי ארויס צו ברענגען די בטחון פון כלל ישראל אינעם באשעפער מן הכח אל הפועל, כדי זיי זאלן באקומען א גרעסערע שכר אויף דעם, ווי דער פסוק זאגט (דברים ח, טז) הַמַּאֲכִלְךָ מָן בַּמִּדְבָּר אֲשֶׁר לֹא יָדְעוּן אֲבֹתֶיךָ לְמַעַן עַנֹּתְךָ וּלְמַעַן נַסֹּתֶךָ לְהֵיטִבְךָ בְּאַחֲרִיתֶךָ.


***

וואס מיר לערנען פון די צוויי שיטות הראשונים אינעם יסוד פון נסיונות איז, סיי ווי דער רמב"ם אז א נסיון איז נישט קיין פראבע צו מעסטן דעם מענטש, נאר עס קומט לאזן וויסן פאר דער מענטש און פאר זיינע ארומיגע אז מען קען טאקע ביישטיין די נסיונות, און סיי אז עס קומט א נסיון פאר א מענטש, איז עס ווייל דער באשעפער ווייסט אז ער קען עס ביישטיין, און עס איז נאר לטובתו, ער זאל באקומען מער שכר אויף דעם ווען ער ברענגט עס ארויס בפועל.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

15 א שטיקעלע רמבן - בשלח.pdf
(197.49 KiB) געווארן דאונלאודעד 49 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אזוי שיין אזוי זיס

יישר כח הרה"ג רבי אורי שליט"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

אוראייניקל האט געשריבן:
כ'וויל פרובירן אין דעם אשכול, יעדע וואך (בלי נדר והחייבות) דורך צו טוהן א שטיקל רמב"ן אויפ'ן פרשה, פעמים בארוכה ופעמים בקצרה וויפיהל עס וועט גיין בעזהשי"ת.

כ'וואלט געוואלט שרייבן א לענגערע הקדמה, אבער למעשה בינעך נאכנישט אנגעקומען דערצו ועוד חזון למועד.
בתוך רבים אהללנו...
און מיר ווארטן מיט סבלנות!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די וואכעדיגע פרשה הייבט זיך אן (יח, א), וַיִּשְׁמַע יִתְרוֹ כֹהֵן מִדְיָן חֹתֵן מֹשֶׁה אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה אֱלֹקִים לְמֹשֶׁה וּלְיִשְׂרָאֵל עַמּוֹ וגו', זאגט גלייך רש"י אויפ'ן ארט, "מה שמועה שמע ובא, קריעת ים סוף ומלחמת עמלק".

די מקור פון רש"י איז פון די גמרא אין מס' זבחים (קטז.) דארט זענען פארהאן דריי דיעות, ר' יהושע זאגט 'מלחמת עמלק שמע', וואס שטייט אין די פסוקים ממש פאר וישמע יתרו. רבי אלעזר המודעי זאגט 'מתן תורה שמע' וואס דעמאלטס איז די קול ה' געגאנגען מסוף העולם ועד סופו און אלע האבן געהערט פון דעם. און רבי אליעזר לערנט 'קריעת ים סוף שמע ובא' וואס דאס האט אפגעקלינגען אויף די גאנצע וועלט ווי עס שטייט אין די שירה, און ווי רחב האט געזאגט צו די מרגלים (יהושע ב, י) 'כי שמענו את אשר הוביש ה' את מי ים סוף'.

איז הגם רש"י לערנט אז עס מוז נישט זיין קיין מחלוקת צווישן רבי יהושע און ר' אליעזר, און עס קען זיין אז סיי קריעת ים סוף און סיי מלחמת עמלק האבן איהם געברענגט צו קומען, און דערפאר ברענגט עס רש"י צוזאמען נישט אלץ צוויי דיעות, איז אבער מבואר אין די גמרא דארט אז ר' אלעזר המודעי'ס דעה איז תלוי אין די מחלוקת צווישן בני ר' חייא און ר' יהושע בן לוי ווען יתרו איז געקומען צו כלל ישראל אין מדבר, פאר מתן תורה צו נאך מתן תורה, ווייל לויט ר' אליעזר און ר' יהושע קען מען זאגן אז יתרו איז געקומען פאר מתן תורה, און לויט ר"א המודעי איז פשוט אז ער איז געקומען נאר נאכן הערן פון מעמד קבלת התורה.

דערפאר - זענען די מפרשי רש"י מסביר - לאזט רש"י אויס דעם דעה פון ר' אלעזר, ווייל רש"י וויל זיך נישט אריינלאזן דא אינעם מחלוקת, ווען מען קען ברענגען א שמיעה וואס קען שטימען לויט ביידע דיעות. אויך ליינט זיך אין רמב"ן אז פשטות אין פסוק אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה אֱלֹקִים לְמֹשֶׁה וּלְיִשְׂרָאֵל עַמּוֹ כִּי הוֹצִיא ה' אֶת יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרָיִם איז משמע אז מען רעדט בעיקר פון ראטעווען אידן פון זייערע פיינט און עס איז נישט כולל מתן תורה, און דערפאר האט עס רש"י נישט געברענגט.


דארף מען טאקע אדורך לערנען דעם פרשה צו פארשטיין וואס זענען די סיבות צו לערנען אז יתרו איז געקומען פאר מתן תורה, און וואס זענען די הוכחות פון דער דיעה אז יתרו איז געקומען נאך מתן תורה.


הוכחות למ"ד יתרו אחר מתן תורה בא
אין אמת'ן אריין וואלט דער פשטות געווען צו זאגן אז די גאנצע מעשה האט זיך אפגעשפילט פאר מתן תורה, לויט ווי די תורה דערציילט עס פאר די סיפור הדברים פון מתן תורה בהמשך הפרשה, און ווען עס איז נישט דא קיין באזונדערע הוכחה פארקערט, נעמט מען אן אז די זאכן האבן פאסירט לויט די סדר וואס עס שטייט אין תורה.


דער רמב"ן ברענגט אבער פינעף ראיות פון די ראשונים צו דער דיעה אז יתרו איז געקומען נאך מתן תורה.

א. איין ראיה איז וואס רש"י ברענגט פון דעם וואס שטייט ווייטער ביי די עצה פון יתרו (פסוק טז) וְהוֹדַעְתִּי אֶת חֻקֵּי הָאֱלֹקִים וְאֶת תּוֹרֹתָיו, און דאס לערנען מיט כלל ישראל תורה ומצוות איז נאר שייך נאך קבלת התורה.

ב. נאך א ראיה וואס רש"י דערמאנט, איז פון דעם וואס די פרשה ענדיגט זיך (פסוק כז) וַיְשַׁלַּח מֹשֶׁה אֶת חֹתְנוֹ וַיֵּלֶךְ לוֹ אֶל אַרְצוֹ, און אין פרשת בהעלותך, ווען כלל ישראל איז אוועק געפארן פון מדבר סיני די צווייטע יאהר פון יציאת מצרים אינעם טאג כ' אייר, נאכן וויילן דארט פאר כמעט א יאהר נאך מתן תורה. זעהן מיר אז יתרו איז נאך דעמאלטס געווען מיט כלל ישראל אין מדבר, און משה רבינו האט זיך געבעטן ביי איהם (במדבר י, כט) נֹסְעִים אֲנַחְנוּ אֶל הַמָּקוֹם אֲשֶׁר אָמַר ה' אֹתוֹ אֶתֵּן לָכֶם לְכָה אִתָּנוּ וְהֵטַבְנוּ לָךְ, אויף וואס יתרו האט געענטפערט (שם ל) לֹא אֵלֵךְ כִּי אִם אֶל אַרְצִי וְאֶל מוֹלַדְתִּי אֵלֵךְ, זעהן מיר אז די חלק פונעם פרשה ווען יתרו איז צוריק געגאנגען קיין מדין איז געווען אסאך נאך מתן תורה.


און הגם אז דארט ליינט זיך אין די פסוקים אז משה רבינו האט איהם אפגערעדט פון צוריק אהיים גיין, ווי דער פסוק זאגט ווייטער (שם לא-לב) וַיֹּאמֶר אַל נָא תַּעֲזֹב אֹתָנוּ כִּי עַל כֵּן יָדַעְתָּ חֲנֹתֵנוּ בַּמִּדְבָּר וְהָיִיתָ לָּנוּ לְעֵינָיִם. וְהָיָה כִּי תֵלֵךְ עִמָּנוּ וְהָיָה הַטּוֹב הַהוּא אֲשֶׁר יֵיטִיב ה' עִמָּנוּ וְהֵטַבְנוּ לָךְ, און יתרו האט גארנישט געענטפערט אויף דעם, פארענטפערט עס שוין רש"י ביי אונז, אז יתרו האט מסכים געווען צו בלייבן מיט כלל ישראל און קומען קיין ארץ ישראל, און ער איז נאר אהיים געגאנגען צו מגייר זיין בני משפחתו.


און עס איז נישט מסתבר צו זאגן אז יתרו איז געגאנגען קיין מדין גלייך ביים אנקומען פאר מתן תורה, און צוריק געקומען נאך מתן תורה, ווייל אויב די תורה מאכט א גאנצע ענין פון דאס קומען די ערשטע מאהל, ווען מען קען זאגן אז ער איז נאר געקומען ברענגען צפורה און איהרע קינדער צו משה, וואלט אודאי געדארפט שטיין אין די תורה דאס צוריק קומען פון יתרו זיך צו מדבק זיין אין כלל ישראל (מזרחי).

און אויך וואלט עס געדארפט שטיין בפירוש אז ער איז געגאנגען און צוריק געקומען, פונקט ווי דער פסוק זוכט אויס צו קלארן ווי אזוי קומט עס אז צפורה איז געווען מיט יתרו אין מדין, ווען אין פרשת שמות שטייט (ד, כ) וַיִּקַּח מֹשֶׁה אֶת אִשְׁתּוֹ וְאֶת בָּנָיו וַיַּרְכִּבֵם עַל הַחֲמֹר וַיָּשָׁב אַרְצָה מִצְרָיִם, און דערפאר לייגט דער פסוק צו די וואך אַחַר שִׁלּוּחֶיהָ, אז משה האט איהר למעשה צוריק געשיקט קיין מדין. אזוי אויך אויב יתרו וואלט געגאנגען און געקומען וואלט דער תורה כאטש געדארפט צולייגן 'וַיֹּאמֶר מֹשֶׁה לְחֹבָב בֶּן רְעוּאֵל הַמִּדְיָנִי חֹתֵן מֹשֶׁה אחר שובו' (גו"א).


ג. דער אבן עזרא ברענגט נאך א ראיה אז די פרשה פון ואתה תחזה איז געווען נאך מתן תורה, פון די משמעות הפסוקים אין פרשת דברים (דברים א, ו-יב) ה"א דִּבֶּר אֵלֵינוּ בְּחֹרֵב לֵאמֹר רַב לָכֶם שֶׁבֶת בָּהָר הַזֶּה. פְּנוּ וּסְעוּ לָכֶם וגו' וָאֹמַר אֲלֵכֶם בָּעֵת הַהִוא לֵאמֹר לֹא אוּכַל לְבַדִּי שְׂאֵת אֶתְכֶם וגו' הָבוּ לָכֶם אֲנָשִׁים חֲכָמִים וּנְבֹנִים וִידֻעִים לְשִׁבְטֵיכֶם וַאֲשִׂימֵם בְּרָאשֵׁיכֶם, וואס פון דארט קומט אויס אז דאס שטעלן דיינים וואס זאלן איבערנעמען דעם עול פון משה רבינו, וואס דאס איז געקומען אויפ'ן עצה עצה פון יתרו איז געווען אין די תקופה וואס מען האט זיך שוין געגרייט צו פארן פון מדבר סיני קיין ארץ ישראל.

ד. נאך זאגט דער אבן עזרא, אז פון דעם וואס (פסוק ה) וַיָּבֹא יִתְרוֹ חֹתֵן מֹשֶׁה וּבָנָיו וְאִשְׁתּוֹ אֶל מֹשֶׁה אֶל הַמִּדְבָּר אֲשֶׁר הוּא חֹנֶה שָׁם הַר הָאֱלֹהִים, זעהן מיר אויך אז משה רבינו איז שוין געווען דעמאלטס ביים הר סיני, און היות אז אין די טעג פאר מתן תורה פון ר"ח סיון ביז מתן תורה איז משה רבינו געווען פארנומען ארויף צו גיין אויפן בארג, ומן ההר אל העם, איז מסתבר צו זאגן אז דאס איז שוין געווען נאך מתן תורה.

ה. אויך ברענגט דער אבן עזרא א ראיה פונעם פסוק (פסוק יב) וַיִּקַּח יִתְרוֹ חֹתֵן מֹשֶׁה עֹלָה וּזְבָחִים לֵאלֹקִים, און עס ווערט נישט דערמאנט אז יתרו האט געבויט א מזבח, ווי מיר זעהן ביי אלע קרבנות אין די תורה ביז הקמת ממשכן, אז עס שטייט קודם ויבן מזבח און דערנאך די הקרבת הקרבנות.


שיטת ה'אבן עזרא'
איז דער אבן עזרא מוכיח פון דעם אז יתרו איז שוין געקומען נאך הקמת המשכן ווען די במות זענען שוין גע'אסר'ט געווארן, און ער האט מקריב געווען די קרבנות אויפן מזבח אין משכן, און דערפאר שטייט ווייטער אין פסוק וַיָּבֹא אַהֲרֹן וְכֹל זִקְנֵי יִשְׂרָאֵל לֶאֱכָל לֶחֶם עִם חֹתֵן מֹשֶׁה לִפְנֵי הָאֱלֹקִים, ווייל די סעודה איז געווען ביי משה רבינו אין געצעלט, וואס האט זיך געפונען פארנט פונעם משכן אויף מזרח זייט, און דערפאר ווערט עס אנגערופן לִפְנֵי הָאֱלֹקִים.

און הקמת המשכן איז טאקע געווען א קורצע צייט פאר ווען כלל ישראל איז באפוילן געווארן צו גיין קיין ארץ ישראל, און דעמאלטס האט יתרו אנגעטראגן די עצה פון ואתה תחזה, און עס שטימט מיט די פסוקים אין חומש דברים אז משה רבינו האט געשטעלט די דיינים ביים אוועק פארן פון מדבר סיני.


איי אויב אזוי איז דאך שווער פארוואס ברענגט די תורה דער מעשה נאך פאר מתן תורה, ווען אין אמת'ן וואלט עס געדארפט צו שטיין אנהייב חומש במדבר וואס רעדט זיך פון די תקופה פון הקמת המשכן.

זאגט דער אבן עזרא אז דער תורה האט געוואלט מסמיך זיין יתרו'ס קומען צו מלחמת עמלק, ארויס צו ברענגען אז יתרו איז געווען פונקט דאס פארקערטע פון עמלק, און אין די צייט וואס עמלק האט פרובירט צו שטיין אין וועג פאר כלל ישראל, האט יתרו געזוכט וואס ער קען בעסער מאכן פאר זיי, און זיי מייעץ געווען לטובה, און דערפאר ווען כלל ישראל וועט פירן די מלחמה מיט עמלק בימי שאול המלך זאלן זיי שוינען די בני יתרו וואס האבן געוואוינט צווישן די עמלקים, ווי מיר זעהן דארט אין פסוק (ש"א טו, ו) וַיֹּאמֶר שָׁאוּל אֶל הַקֵּינִי לְכוּ סֻּרוּ רְדוּ מִתּוֹךְ עֲמָלֵקִי פֶּן אֹסִפְךָ עִמּוֹ וְאַתָּה עָשִׂיתָה חֶסֶד עִם כָּל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בַּעֲלוֹתָם מִמִּצְרָיִם.


הכרעת רש"י
צו פארענטפערן די ערשטע צוויי ראיות לויט דעם דעה אז יתרו איז געקומען פאר מתן תורה, איז רש"י מחדש אז די גאנצע מחלוקת איז נאר אויפן ערשטע חלק פונעם מעשה פון יתרו'ס קומען ביז דאס ברענגען די עולה וזבחים, אבער פון (פסוק יג) וַיְהִי מִמָּחֳרָת וַיֵּשֶׁב מֹשֶׁה לִשְׁפֹּט אֶת הָעָם און ווייטער איז שוין געווען נאך מתן תורה, און אויך נאך משה רבינו'ס אראפ קומען פונעם בארג נאך יום כיפור, ווייל דאס איז די ערשטע צייט וואס איז שייך געווען אז משה אבינו זאל אויסלערנען תורה ומצוות פאר די אידן.

און אזוי אויך די המשך פון (פסוק כז) וַיְשַׁלַּח מֹשֶׁה אֶת חֹתְנוֹ וַיֵּלֶךְ לוֹ אֶל אַרְצוֹ, איז געווען נאך שפעטער ווען כלל ישראל האט זיך אוועק געצויגן פון מדבר סיני כ' אייר פונעם צווייטן יאר פון יציאת מצרים.

און הגם אז דער דעה לערנט אז די פסוקים אין די תורה זענען געשריבן על הסדר, טרעפט מען כמה פעמים אז ווען די תורה הייבט אן צו רעדן פון א נושא, ענדיגט די תורה צו דעם ענין ביז צום סוף, הגם עס האט זיך פארצויגן אויף א שפעטערדיגע תקופה.


אבער דאס פארענטפערט נאר די ערשטע צוויי ראיות וואס רש"י ברענגט, וואס פון דארט זעהן מיר אז פון וַיֵּשֶׁב מֹשֶׁה לִשְׁפֹּט אֶת הָעָם איז געווען נאך מתן תורה, און אפשר אויך די ראיה פונעם אן עזרא אז די עצה פון יתרו איז געווען אין די זעלבע צייט וואס מען איז אוועק געפארן פון מדבר סיני, אבער עס בלייבט נאך אלץ שווער די אנדערע ראיות פונעם אבן עזרא, פון דאס קומען צום הַר הָאֱלֹקִים און דאס נישט בויען קיין מזבח, וואס דאס ווייזט אויף אז אויך דאס עצם קומען איז געווען נאך מתן תורה.


שיטת האברבנאל
דער אברבנאל לערנט ענליך צו רש"י'ס מהלך אז לכו"ע איז א חלק פון די פרשה איז געווען נאך מתן תורה, אבער אנדערש ווי רש"י וואס לערנט אז פון וַיֵּשֶׁב מֹשֶׁה לִשְׁפֹּט אֶת הָעָם איז שוין געווען נאך מתן תורה, לערנט דער אברבנאל אז דאס איז אויך געווען נאך פאר מתן תורה, און דער אברבנאל פארענטפערט די אלע פינעף ראיות.

א. אפילו עס איז נאך געווען פאר מתן תורה איז שייך וְהוֹדַעְתִּי אֶת חֻקֵּי הָאֱלֹקִים וְאֶת תּוֹרֹתָיו אויף די מצוות פון שבת און דינים וואס זיי זענען שוין באפוילן געווארן דערויף אין מרה נאך פאר מתן תורה.

ב-ג. אבער הגם אז יתרו'ס עצה איז נאך געווען פאר מתן תורה, עס אויספירן אויף למעשה וואס דער פסוק זאגט (פסוק כד) וַיִּשְׁמַע מֹשֶׁה לְקוֹל חֹתְנוֹ וַיַּעַשׂ כֹּל אֲשֶׁר אָמָר, האט גענומען צייט ביז משה רבינו האט אויסגעוועהלט די וואס זענען ראוי צו זיין די דיינים, און דאס האט זיך פארצויגן ביז די תקופה ווען כלל ישראל איז געווען גרייט צו גיין ווייטער פון מדבר סיני קיין ארץ ישראל, און דערפאר דערמאנט עס משה רבינו אין פרשת דברים ווען ער רעדט פון דעם נסיעה, וויבאלד דער אויספיר פון (דברים א, טו) וָאֶקַּח אֶת רָאשֵׁי שִׁבְטֵיכֶם אֲנָשִׁים חֲכָמִים וִידֻעִים וָאֶתֵּן אוֹתָם רָאשִׁים עֲלֵיכֶם שָׂרֵי אֲלָפִים וְשָׂרֵי מֵאוֹת וְשָׂרֵי חֲמִשִּׁים וְשָׂרֵי עֲשָׂרֹת וְשֹׁטְרִים לְשִׁבְטֵיכֶם, איז טאקע געווען בָּעֵת הַהִוא.

און אזוי אויך דער אויספיהר פון משה רבינו'ס מקיים זיין יתרו'ס עצה, אז וַיְשַׁלַּח מֹשֶׁה אֶת חֹתְנוֹ וַיֵּלֶךְ לוֹ אֶל אַרְצוֹ, איז טאקע געווען בי די נסיעה ווי דער פסוק איז מאריך אין פרשת בהעלותך.

ד-ה. און דאס וואס שטייט אז יתרו איז געקומען צום הַר הָאֱלֹקִים, איז דער אברבנאל מחדש, אז ווען משה רבינו איז געגאנגען קיין חורב וואס דאס איז הר סיני, כדי צו שלאגן דעם שטיין און פארזארגן די אידן מיט וואסער, ווי דער פסוק זאגט סוף פרשת בשלח (יז, ו-ז) עֲבֹר לִפְנֵי הָעָם וְקַח אִתְּךָ מִזִּקְנֵי יִשְׂרָאֵל וּמַטְּךָ אֲשֶׁר הִכִּיתָ בּוֹ אֶת הַיְאֹר קַח בְּיָדְךָ וְהָלָכְתָּ. הִנְנִי עֹמֵד לְפָנֶיךָ שָּׁם עַל הַצּוּר בְּחֹרֵב וְהִכִּיתָ בַצּוּר וְיָצְאוּ מִמֶּנּוּ מַיִם וְשָׁתָה הָעָם, אין די זעלבע צייט איז געווען דער (שם ח) וַיָּבֹא עֲמָלֵק וַיִּלָּחֶם עִם יִשְׂרָאֵל בִּרְפִידִם, דהיינו מיט'ן איבעריגע פון כלל ישראל וואס זענען געבליבן אין רפידים, און דארט אין חורב האט משה רבינו געזאגט (שם ט) מָחָר אָנֹכִי נִצָּב עַל רֹאשׁ הַגִּבְעָה, דאס מיינט מען דעם הר סיני וואס איז אין חורב, וּמַטֵּה הָאֱלֹקִים בְּיָדִי וואס ער האט נאך געהאט מיט זיך.

און נאכן מנצח זיין די עמלקים, נאך זייענדיג אין חורב איז געווען דער (שם טו) וַיִּבֶן מֹשֶׁה מִזְבֵּחַ וַיִּקְרָא שְׁמוֹ ה' נִסִּי, און נאך זייענדיג דארט איז יתרו געקומען אהין קיין הר סיני מיט צפורה און אירע צוויי קינדער, און איהם באגעגנט ביים הַר הָאֱלֹקִים, און ער דארט האט ער מקריב געווען עֹלָה וּזְבָחִים לֵאלֹקִים איוף דעם מזבח וואס הייסט ה' נִסִּי, און אהרן און די זקנים וואס זענען דארט געווען מיט משה האבן זיך משתתף געווען ביי די סעודה וואס ער האט געמאכט פאר זיי.


שיטת הרמב"ן
דער רמב"ן גייט מיט דעם מהלך אז די פסוקי התורה זענען געשריבן על הסדר, כל עוד עס איז אוממעגליך צו לערנען אנדערש, דערפאר נעמט דער רמב"ן אן ווי דער דעה אז יתרו איז געקומען פאר מתן תורה, און אויך אז די עצה פון יתרו און דער יתרו'ס צוריק גיין נאך וַיְשַׁלַּח מֹשֶׁה אֶת חֹתְנוֹ, איז אלעס געווען נאך פאר מתן תורה.

א. און די ראיה פון רש"י אז עס שטייט וְהוֹדַעְתִּי אֶת חֻקֵּי הָאֱלֹקִים וְאֶת תּוֹרֹתָיו, פארענטפערט דער רמב"ן ווי דער אברבנאל אז עס גייט אויף דינין און שבת וואס זיי האבן שוין באקומען אין מרה.

ב. און דאס וואס שטייט וַיְשַׁלַּח מֹשֶׁה אֶת חֹתְנוֹ וַיֵּלֶךְ לוֹ אֶל אַרְצוֹ, ווען מיר זעהן אין פרשת בהעלותך אז ער איז נאך געווען דארט א יאר נאך מתן תורה, לערנט דער רמב"ן אז יתרו איז נאר געגאנגען יעצט פאר מתן תורה לגייר את בני משפחתו, און ער איז צוריק געקומען ווען כלל ישראל איז נאך געווען אין מדבר סיני, און ווען משה רבינו האט איהם געבעטן אאינמאל און נאכאמאהל אַל נָא תַּעֲזֹב אֹתָנוּ האט ער טאקע אנגענומען ווי עס איז משמע אין פסוק, און ער איז מיט געגאנגען מיט כלל ישראל אין זייער מסע קיין ארץ ישראל.

ד. און דאס וואס שטייט אז יתרו איז געקומען אֶל הַמִּדְבָּר אֲשֶׁר הוּא חֹנֶה שָׁם הַר הָאֱלֹקִים, איז דער רמב"ן מסביר אז הַר הָאֱלֹקִים איז נישט קיין המשך צו אֲשֶׁר הוּא חֹנֶה שָׁם, ווייל משה רבינו איז נאך דעמאלטס געווען אין רפידים וואס איז נישט ווייט פון מדבר סיני, נאר היות אז יתרו האט געוואוסט אז נאך יציאת מצרים גייט זיין (ג, יב) תַּעַבְדוּן אֶת הָאֱלֹקִים עַל הָהָר הַזֶּה, איז ער געקומען צו משה אֶל הַמִּדְבָּר אֲשֶׁר הוּא חֹנֶה שָׁם, וואס דאס איז כולל דער גאנצע מדבר וואס אין דעם געפינען זיך רפידים און סיני, און עאין דעם מדבר איז ער געגאנגען צום הַר הָאֱלֹקִים וואוסענדיג אז דארט דארף משה אנקומען.

און פון דעם הר סיני האט ער געשיקט א בריוו קיין רפידים, אז (פסוק ו) אֲנִי חֹתֶנְךָ יִתְרוֹ בָּא אֵלֶיךָ וְאִשְׁתְּךָ וּשְׁנֵי בָנֶיהָ עִמָּהּ, און משה רבינו איז איהם אקעגן געגאנגען מקבל פנים זיין קיין מדבר סיני, און איהם אריינגעברענגט פון דארט צו זיין געצעלט וואס האט זיך געפונען אין רפידים.


הוכחות למ"ד יתרו קודם מתן תורה בא ודיחויים
חוץ פון דעם הכרח פון די סדר התורה, וויל דער רמב"ן אויך ברענגען צוויי ראיות צו דער דעה אז יתרו איז געקומען נאך פאר מתן תורה.

א. פון דעם וואס דער פסוק דערמאנט אלץ עיקר וַיִּשְׁמַע יִתְרוֹ וגו' כִּי הוֹצִיא ה' אֶת יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרָיִם, און נישט דער מעמד פון מתן תורה, וואס אזאנס איז נאכנישט געווען מיום בריאת העולם, ווי דער פסוק איז מפליא אין פרשת ואתחנן (דברים ד, לב-לג) כִּי שְׁאַל נָא לְיָמִים רִאשֹׁנִים אֲשֶׁר הָיוּ לְפָנֶיךָ לְמִן הַיּוֹם אֲשֶׁר בָּרָא אֱלֹקִים אָדָם עַל הָאָרֶץ וּלְמִקְצֵה הַשָּׁמַיִם וְעַד קְצֵה הַשָּׁמָיִם הֲנִהְיָה כַּדָּבָר הַגָּדוֹל הַזֶּה אוֹ הֲנִשְׁמַע כָּמֹהוּ. הֲשָׁמַע עָם קוֹל אֱלֹקִים מְדַבֵּר מִתּוֹךְ הָאֵשׁ כַּאֲשֶׁר שָׁמַעְתָּ אַתָּה וַיֶּחִי.

ב. און אזוי אויך ווען משה רבינו וויל ארויס ברענגען פאר יתרו דעם כִּי גָדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹהִים, שטייט ווידער נאר (פסוק ח) וַיְסַפֵּר מֹשֶׁה לְחֹתְנוֹ אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה ה' לְפַרְעֹה וּלְמִצְרַיִם עַל אוֹדֹת יִשְׂרָאֵל, און נישט מתן תורה וואס שטייט ביי דעם (דברים שם לה-לו) אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעַת כִּי ה' הוּא הָאֱלֹקִים אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ.


זאגט אבער דער רמב"ן אז מ'קען מדחה זיין די ראיות, און זאגן אז יתרו האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג ווי נאר ער האט געהערט קריעת ים סוף, דערפאר שטייט נישט אז ער האט געהערט פון מתן תורה פאר זיין ארויסגיין, און ער איז אנגעקומען קיין מדבר סיני גלייך נאך מתן תורה, דערפאר האט משה רבינו נישט געדארפט רעדן פון מתן תורה וואס איז געשעהן ממש דעמאלטס און יעדער האט נאך געדענקט דערפון.


ג. נאך א ראיה צום רמב"ן איז דא פונעם ילקוט שמעוני (רמז רעא) אויפן פסוק וַיְשַׁלַּח מֹשֶׁה אֶת חֹתְנוֹ, 'אמר הקדוש ברוך הוא בני היו משעבדין בטיט ולבנים ויתרו היה יושב בתוך ביתו בבטח והשקט ובא לראות בשמחת התורה עם בני, לפיכך וישלח משה את חתנו ואחר כך בחדש השלישי', זעהן מיר פון דעם אז יתרו איז שוין צוריק געגאנגען קיין מדין נאך פאר מתן תורה.

דער 'חזקוני' דערמאנט טאקע דעם מדרש אז דער באשעפער האט נישט געוואלט אז יתרו זאל זיין ביי מתן תורה,אבער ער זאגט אז עס איז נישט מוכרח אז ער איז צוריק געגאנגען קיין מדין, נאר עס קען זיין אז ע"פ הדיבור איז ער אוועק געגאנגען פון מחנה ישראל ביז נאך מתן תורה, אבער פונעם לשון המדרש אינעווענדיג ווי ער בויעט זיך אויף דעם פוסק וַיְשַׁלַּח מֹשֶׁה אֶת חֹתְנוֹ וַיֵּלֶךְ לוֹ אֶל אַרְצוֹ, איז טאקע יא משמע ווי דער רמב"ן אז יתרו איז אינגאנצן אוועק געגאנגען נאך פאר מתן תורה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה דער וואך איז שוין פריער ארויס
וועלן מיר אי''ה עס אדורך טוהן..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

16 א שטיקעלע רמבן - יתרו.pdf
(237.82 KiB) געווארן דאונלאודעד 55 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אדורך געלערנט עס איז הערליך
כפתור ופרח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

מתוקים מדבש ונופת צופים
יישר כח
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת משפטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סוף פרשת יתרו נאכן מעמד קבלת התורה, שטייט אין פסוק (כ, יח-יט) וּמֹשֶׁה נִגַּשׁ אֶל הָעֲרָפֶל אֲשֶׁר שָׁם הָאֱלֹקִים. וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה, כֹּה תֹאמַר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וגו', און די פסוק איז ממשיך מיט'ן איסור פון (שם יט) לֹא תַעֲשׂוּן אִתִּי אֱלֹהֵי כֶסֶף וֵאלֹהֵי זָהָב לֹא תַעֲשׂוּ לָכֶם, און גייט אריבער צו די הלכות וואס זענען נוגע צום מזבח ביזן סוף פרשה..

די וואכעדיגע פרשה הייבט זיך אן וְאֵלֶּה הַמִּשְׁפָּטִים אֲשֶׁר תָּשִׂים לִפְנֵיהֶם', און די פרשה איז ממשיך מיט אלע משפטים און דינים וואס איז נוגע בעניני בין אדם לבירו און מיתות בית דין.

זאגט רש"י 'כל מקום שנאמר אלה פסל את הראשונים, ואלה מוסיף על הראשונים, מה הראשונים מסיני אף אלו מסיני'. דארף מען פארשטיין ווען פונקטליך איז די פרשה פון משפטים געזאגט געווארן בהר סיני, און וואס איז דאס אנדערש ווי כל התורה כולה וואס איז געגעבן געווארן צו משה אויפן הר סיני.


קושיית ה'אוה"ח הק'
דער אור החיים הק' שטעלט זיך אויף רש"י, אז מען קוקט אריין במקור הדברים אין מכילתא איז דאס א דרשה פון ר' ישמעאל, און ר' עקיבא קריגט זיך און דרש'נט אן אנדערע דרשה פונעם פסוק.

און דער אוהחה"ק איז מסביר, אז דאס ווענדט זיך אין זייער מחלוקת וואס ווערט געברענגט בכמה מקומות אין ש"ס (חגיגה ו., סוטה לז:, זבחים קטו:) ווי אזוי איז די תורה איבער געגעבן געווארן צו משה רבינו, דאס זענען כולי עלמא מודה אז משה רבינו האט באקומען אלע תרי"ג מצוות ביים בארג סיני, אבער ר' ישמעאל לערנט אז די מצוות וואס זייערע פרטים ווערן אויסגערעכנט אין חומש ויקרא אז עס איז געזאגט געווארן צו משה אין אהל מועד, ווי לדוגמא אלע הלכות פון קרבנות און כהנים, זענען נאר זייערע כללים געזאגט געווארן צו משה רבינו אויפן בארג, און די פרטי ההלכות זענען געזאגט געווארן צו משה רבינו בהר סיני.

דערפאר איז לויט ר' ישמעאל דא א חידוש אין דעם פסוק, ואלה מוסיף על הראשונים, צו זאגן אז די דינים פון די פרשה זענען יא געזאגט געווארן פרטותיה ודקדוקיה מסיני, אנדערש ווי די פרשיות פון קרבנות.

אבער ר' עקיבא וואס האלט אז משה רבינו האט גלייך אין די פערציג טעג ביים בארג סיני געלערנט אלע מצוות מיט די כללים און די פרטים, ווי ער לערנט עס ארויס פון די פרשה פון שמיטה וואס הגם עס שטייט אין חומש ויקרא ענדיגט דער פסוק צו אז עס איז געזאגט געווארן בהר סיני, און די פסוק זאגט נאכאמאהל אנהייב פונעם פרשה אז עס איז געזאגט געווארן בהר סיני, מילא איז עס א ייתור צו דרש'נען אויפן אלע מצוות שבתורה אז עס איז געגעבן געווארן מסיני מיט פרטותיהן ודקדוקיהן, לויט איהם דארף מען נישט קיין דרש אז אונזערע פרשה איז געזאגט געווארן בסיני, ווייל עס איז נישט אנדערש ווי אלע אנדערע מצוות.

מילא פרעגט דער אוהחה"ק, אז רש"י ברענגט די דרשה פון ר' עקיבא אנהייב פרשת בהר אז אלע מצוות זענען געגעבן געווארן בשלימות מיט אלע הלכות בהר סיני, וואלט רש"י נישט געדארפט ברענגען דא די דרש פון ר' ישמעאל אז פרשת משפטים איז געזאגט געווארן בסיני.


אבער אז רש"י ברענגט יא דעם דרש, קומט לכאורה אויס אז רש"י האט אנדערש אפגעלערנט דעם דרשה ,און אז עס איז שייך אויך לויט ר' עקיבא וואס האלט אז כללות ופרטות אמרו בסיני.


שיטת הרא"ם
דער מזרחי לערנט פשט אין רש"י, אז פונקט ווי די עשרת הדברות זענען געגעבן געווארן בקולות וברקים, און גאנץ כלל ישראל האט עס מיטגעהאלטן, אזוי איז אויך געגעבן געווארן די גאנצע פרשה פון משפטים אויפן בארג סיני בקולות וברקים, און במעמד כל ישראל.

און דערפאר שטעלט זיך רש"י 'ולמה נסמכה פרשת דינין לפרשת מזבח', היות אז די פרשה פון משפטים איז געזאגט געווארן באותו מעמד אלץ המשך צו די עשרת הדברות, און די פרשה פון מזבח איז דאך געזאגט געווארן פאר משה רבינו אליינס שוין נאך מתן תורה, ווי דער פסוק הייבט אן וּמֹשֶׁה נִגַּשׁ אֶל הָעֲרָפֶל אֲשֶׁר שָׁם הָאֱלֹקִים. וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה, מילא איז שווער פארוואס האקט די תורה אריין מיט די פסוקים אינמיטן די דיבורים וואס זענען געזאגט געווארן ביים מעמד הר סיני, און פון דעם דרש'נט מען 'לומר לך שתשים סנהדרין אצל המזבח'.


קושיות על הרא"ם
דער מהר"ל אין 'גור אריה' און דער אוהחה"ק פרעגן אבער אויף דעם,

א. אין פסוק אין פרשת ואתחנן שטייט (דברים ד, יג) וַיַּגֵּד לָכֶם אֶת בְּרִיתוֹ אֲשֶׁר צִוָּה אֶתְכֶם לַעֲשׂוֹת עֲשֶׂרֶת הַדְּבָרִים, זעהט מען אז ביים מעמד הר סיני זענען נאר געזאגט געווארן די עשרת הדברות און נישט מער, און גיין מחדש זיין אז עס איז געווען א קליינע שינוי צווישן די דברות און פרשת משפטים, ווי צום ביישפיל אז די דברות זענען געווען בקולות וברקים, און פרשת משפטים נאר מיט קולות אליינס, אס איז שוין א מחודש'דיגע זאך וואס דארף קלאר ארויס שטיין אין מדרש.

ב. אויך איז דער אוה"ח מדייק אז עס שטייט נאר 'מה הראשונים מסיני' און נישט 'מה הראשונים בקולות וברקים'.

ג. און דער מהר"ל פרעגט, אז וויבאלד עס שטייט נישט מה עשרת הדברות מסיני, נאר מה הראשונים מסיני, גייט עס אויף אלעס וואס איז געשטאנען פריער, און דאס איז כולל די פרשה פון מזבח וואס גייט אויך אריין אינעם כלל פון נאמרו בסיני, הגם עס איז געזאגט געווארן נאר פאר משה אליינס.


ביאור הגו"א
דער מהר"ל איז מסביר דעם דרשה פון מה הראשונים מסיני, מיט דעם וואס ער איז מסביר דער טעם פארוואס איז די תורה געגעבן געווארן דריי מאל, ביים בארג סיני, אין אהל מועד און אין ערבות מואב, ווייל די מצוות זענען צוטיילט אין דריי סארטן, א. דאס זענען די מצוות וואס זענען נוגע בחיי היום יום, און דאס גייט אן פון מעמד הר סיני און ווייטער. ב. מצוות וואס זענען נוגע אין ביהמ"ק והמסתעף, ווי קרבנות און טומאה וטהרה, וואס די מצוות דארף מען וויסן פון הקמת המשכן. ג. דאס זענען די מצוות וואס זענען נוהג אין א"י, ווי מצוות התלויות בארץ און עניני מלכים ומלחמות, וואס דאס איז אן הקדמה ארינצוגיין קיין ארץ ישראל.

אבער היות די תורה קען מען נישט צוטיילן, און עס איז איין שלימות ווי דער פסוק זאגט אין תהילים (יט, ח) תּוֹרַת ה' תְּמִימָה, איז יעדעס מאל געגעבן געווארן די גאנצע תורה, און לויט ר"ע די כללים מיט די פרטים צוזאמען, אבער יעדעס מאל מיט א דגש אויף אנדערע מצוות, ביים הר סיני אויף די טעגליכע מצוות, אין אהל מועד די מצוות פון ביהמ"ק, און אין ערבות מואב די מצוות פון ארץ ישראל.

און דאס איז די כוונה אין דעם דרשה, מה הראשונים מסיני, אז די עשרת הדברות געהערן אין דעם קאטעגאריע פון מצוות בחיי היום יום, וואס אויף דעם איז געווען דער עיקר נתינת התורה בהר סיני און די 40 טעג שפעטער, אזוי אויך די הלכות פון פרשת משפטים, זענען פון די סארט מצוות וואס זענען נוגע אייביג.


ביאור פסוקי הברית - שיטת רש"י
בהקדם צום רמב"ן'ס און דעם אבע"ז'ס מהלך, ווען מיר מקדים זיין שיטת רש"י אין די פסוקים סוף פרשה איבער'ן ברית וואס משה רבינו האט געמאכט מיט כלל ישראל ביים הר סיני.

אין מכילתא פרשת יתרו (בחודש ג) איז דא א מחלוקת תנאים ווען עס איז פארגעקומען דער ברית וואס שטייט אין אונזער פרשה, תנא קמא לערנט אז עס איז געווען ה' סיון, א טאג פאר קבלת התורה, און ר' יוסי האלט אז עס איז געווען נאך קבלת התורה.

רש"י נעמט אן ווי די סתימת הסוגיא אין מס' שבת אין די סוגיא פון מתן תורה, ווי די דעה פונעם ת"ק אז די פסוקים רעדן פון וואס עס איז געווען פאר מתן תורה, און אזוי איז אויך משמע אין מס' יבמות (מו:) אז מתן תורה ווען כלל ישראל איז געווארן דער עם ה' איז עס שוין געווען נאכן מעמד הברית. און א ראיה דערצו איז פונעם שינוי הלשון, אז עס שטייט נישט 'ויאמר ה' אל משה' עֲלֵה אֶל ה', נאר וְאֶל מֹשֶׁה אָמַר עֲלֵה אֶל ה', וואס איז משמע אז מ'רעדט דא פון א מעשה וואס איז שוין געווען פריער, אז הקב"ה האט אמאל געזאגט אזוי צו משה, דהיינו ד' סיון, און דער באשעפער האט איהם יענע טאג געזאגט דריי זאכן.

א. דער דיבור וואס שטייט דא אין פסוק (א-ב) עֲלֵה אֶל ה' אַתָּה וְאַהֲרֹן נָדָב וַאֲבִיהוּא וְשִׁבְעִים מִזִּקְנֵי יִשְׂרָאֵל וְהִשְׁתַּחֲוִיתֶם מֵרָחֹק. וְנִגַּשׁ מֹשֶׁה לְבַדּוֹ אֶל ה' וְהֵם לֹא יִגָּשׁוּ וְהָעָם לֹא יַעֲלוּ עִמּוֹ, דהיינו אז ווען עס וועט קומען דער זמן פון מתן תורה זאל משה רבינו ארויף גיין צוזאמען מיט אהרן נו"א און די זקנים, אבער נאר ער זאל צו גיין צום ערפל.

און און אזוי איז געווען למעשה, ווי מ'זעהט אז פאר מתן תורה האט דער באשעפער געהייסן (יט, כד) לֶךְ רֵד וְעָלִיתָ אַתָּה וְאַהֲרֹן עִמָּךְ וְהַכֹּהֲנִים וְהָעָם אַל יֶהֶרְסוּ לַעֲלֹת אֶל ה', און נאך מ"ת שטייט (כ, יח) וַיַּעֲמֹד הָעָם מֵרָחֹק וּמֹשֶׁה נִגַּשׁ אֶל הָעֲרָפֶל.

ב. די מצוה פון הגבלה וואס משה רבינו זאל אנזאגן כלל ישראל בו ביום נישט ארויף גיין אדער אנרירן דעם בארג ווילאנג די שכינה רוהט אויף איהר.

ג. די מצוה פון פרישה אלץ הכנה צו קבלת התורה, וואס הייבט זיך אן פון ה' סיון אינדערפרי.


דערנאך שטייט אין פסוק (ג) וַיָּבֹא מֹשֶׁה וַיְסַפֵּר לָעָם אֵת כָּל דִּבְרֵי ה', איז רש"י מסביר אז דאס גייט אויף די מצוות פון הגבלה און פרישה, וְאֵת כָּל הַמִּשְׁפָּטִים גייט אויף די דינים און מצוות וואס זיי זענען שוין נצטווה געווארן אין מרה, האט עס משה רבינו איבער גע'חזר'ט כדי זיי זאלן מקבל זיין דעם ברית אויף די מצוות וואס זיי ווייסן שוין, און כלל ישראל האט געזאגט אויף דעם כָּל הַדְּבָרִים אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה.

דערנאך (פסוק ד) וַיִּכְתֹּב מֹשֶׁה אֵת כָּל דִּבְרֵי ה', וואס ווערט אנגערופן ווייטער אין פסוק (ז) סֵפֶר הַבְּרִית, און עס איז משמע אז דאס איז א חלק פונעם תורה שבכתב, הגם עס איז נאך נישט געגעבן געווארן די פסוקים וואס שטייען נאך מתן תורה, דערפאר לערנט רש"י אז דאס גייט אויפן תורה שבכתב פון בראשית ביז אהער, דאס האט משה רבינו יעצט געשריבן.

וַיַּשְׁכֵּם בַּבֹּקֶר דאס איז ה' סיון, און געבויט די מזבחות און געהייסן מקריב זיין קרבנות, און געמאכט דעם ברית אויף דעם ספר וואס ער האט אפגעשריבן.

דערנאך גייט דער פסוק (ט) אריבער צום טאג פון מתן תורה, וַיַּעַל מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן נָדָב וַאֲבִיהוּא וְשִׁבְעִים מִזִּקְנֵי יִשְׂרָאֵל, ווי ער איז באפוילן געווארן אנהייב פרשה, און דער פסוק איז מתאר וואס זיי האבן געזעהן ביי מתן תורה.
און נאך מתן תורה, (פסוק יב) וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה עֲלֵה אֵלַי הָהָרָה וֶהְיֵה שָׁם, און משה רבינו איז ארויף אויף 40 טעג.


דער רמב"ן איז נישט צופרידן מיט דעם מהלך, וויבאלד לויט דעם דארף מען זאגן אז די פסוקים זענען נישט כסדרן. אויך פרעגט דער רמב"ן אויף דעם וואס רש"י איז מסביר וַיְסַפֵּר לָעָם וגו' וְאֵת כָּל הַמִּשְׁפָּטִים אז דאס גייט אויף די מצוות שנצטוו במרה, אז אויף דעם איז נישט שייך קיין לשון פון 'סיפור' וואס איז משמע אז משה רבינו האט זיי מודיע געווען א זאך וואס זיי האבן נאכנישט געוואוסט פריער.


שיטת רמב"ן ואבע"ז
דערפאר איז דער רמב"ן מכריע ווי שיטת ר' יוסי, אז די פסוקים זענען געשריבן על הסדר, און די גאנצע פרשה איז געווען נאכן באקומען די פרשה פון משפטים.

און דער רמב"ן איז מסביר אז גלייך נאך די עשרת הדברות וואס זענען געגעבן געווארן פונעם באשפער בקולות וברקים, (כ, יח) וּמֹשֶׁה נִגַּשׁ אֶל הָעֲרָפֶל אֲשֶׁר שָׁם הָאֱלֹקִים, און דעמאלטס האט איהם דער באשעפער געגעבן השלמות אויף די עשרת הדברות, צום ערשט אויף אנכי ולא יהיה, (שם כ) לֹא תַעֲשׂוּן אִתִּי אֱלֹהֵי כֶסֶף וֵאלֹהֵי זָהָב לֹא תַעֲשׂוּ לָכֶם, נאר אזויפיהל קען מען יא טוהן פאר השראת השכינה, (שם כא) מִזְבַּח אֲדָמָה תַּעֲשֶׂה לִּי וְזָבַחְתָּ עָלָיו וגו', און אזוי אָבוֹא אֵלֶיךָ וּבֵרַכְתִּיךָ. און די קומענדיגע צוויי פסוקים זענען פרטים ווי אזוי דער מזבח דארף געבויט ווערן.

דערנאך (כא, א) וְאֵלֶּה הַמִּשְׁפָּטִים אֲשֶׁר תָּשִׂים לִפְנֵיהֶם, איז השלמה צום ציווי פון לֹא תַחְמֹד, ווייל כדי צו וויסן וואס איז מיינס און וואס געהערט נישט צו מיר דארף מען קענען די משפטים פון דיני ממונות.

און אזוי ווייטער (שם ב) כִּי תִקְנֶה עֶבֶד עִבְרִי שֵׁשׁ שָׁנִים יַעֲבֹד וּבַשְּׁבִעִת יֵצֵא לַחָפְשִׁי חִנָּם, וואס דאס איז סיי א זכר צו יציאת מצרים, וואס מכח זה זאגט דער פסוק (ויקרא כה, נה) כִּי לִי בְנֵי יִשְׂרָאֵל עֲבָדִים, און מען קען נישט קויפן קיין עבד עברי אויף אייביג, און דאס איז א השלמה צו אָנֹכִי ה"א אֲשֶׁר הוֹצֵאתִיךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם. אזוי אויך דאס אז דער עבד גייט ארויס בשנה השביעית איז א זכר צו דעם וואס דער באשעפער האט גערוהט נאך די ששת ימי בראשית, וואס דאס איז דער יסוד צום מצוה פון שבת וואס איז אויך פון די עשרת הדברות.

דערנאך קומט די פרטים פונעם עונש אויף לֹא תִרְצָח, און פון מכה ומקלל אביו ואמו וואס דאס זענען פרטים אינעם מצוה פון כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, און דער עונש פון גונב נפש וואס איז די לאו פון לֹא תִגְנֹב, און פון דעם פארט מען אריין אין אלע אנדערע דיני ממונות וואס האבן א שייכות צו די פריערדיגע הלכות, ביז צום סוף ווען דער באשעפער האט איהם געזאגט אז נאך דעם וואס ער וועט איבער געבן די השלמות צו כלל ישראל (פסוקים א-ב) עֲלֵה אֶל ה' אַתָּה וְאַהֲרֹן נָדָב וַאֲבִיהוּא וְשִׁבְעִים מִזִּקְנֵי יִשְׂרָאֵל וְהִשְׁתַּחֲוִיתֶם מֵרָחֹק. וְנִגַּשׁ מֹשֶׁה לְבַדּוֹ אֶל ה' וְהֵם לֹא יִגָּשׁוּ וְהָעָם לֹא יַעֲלוּ עִמּוֹ.

דערנאך (פסוק ג) וַיָּבֹא מֹשֶׁה וַיְסַפֵּר לָעָם אֵת כָּל דִּבְרֵי ה' וְאֵת כָּל הַמִּשְׁפָּטִים, דאס גייט אויף די אלע פסוקים ביז אהער, וַיַּעַן כָּל הָעָם קוֹל אֶחָד וַיֹּאמְרוּ כָּל הַדְּבָרִים אֲשֶׁר דִּבֶּר ה'נַעֲשֶׂה, און מיט דעם האבן זיי מקבל געווען די עשרת הדברות מיט זייערע פרטים וכל המסתעף.

וַיִּכְתֹּב מֹשֶׁה אֵת כָּל דִּבְרֵי ה' (פסוק ד) דאס זענען די אלע פסוקים פון אנהייב פרשת משפטים, וישכם בבקר דאס איז דער טאג נאך מת תורה, און משה רבינו האט געמאכט דער ברית אויף די שלימות פונעם עשרת הדברות.

דערנאך האט ער מקיים געווען דער ציווי פון פסוק א', אז נאכן מאכן דעם ברית זאל ער ארויף גיין מיט אהרן נו"א און די זקנים ווי עס שטייט (פסוק ט) וַיַּעַל מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן נָדָב וַאֲבִיהוּא וְשִׁבְעִים מִזִּקְנֵי יִשְׂרָאֵל, און זייענדיג דארט האט איהם דער באשעפער געזאגט (פסוק יב) עֲלֵה אֵלַי הָהָרָה וֶהְיֵה שָׁם, מקייים צו זיין דעם וְנִגַּשׁ מֹשֶׁה לְבַדּוֹ אֶל ה' וְהֵם לֹא יִגָּשׁוּ, און משה האט עס געטוהן למעשה (פסוק יח) וַיָּבֹא מֹשֶׁה בְּתוֹךְ הֶעָנָן.


שיטת ה'אבן עזרא'
דער אבן עזרא גייט אויך מיט די מהלך, נאר ער לייגט צו אז די פסוקים פון מזבח וואס שטייט סוף פרשת יתרו איז געווען דער ציווי אויף דעם סדר הברית וואס משה רבינו האט געמאכט ביים איבער געבן די משפטים צו כלל ישראל, און דער ציווי פון מִזְבַּח אֲדָמָה תַּעֲשֶׂה לִּי האט משה רבינו מקיים געווען מיט'ן (פסוק ד) וַיַּשְׁכֵּם בַּבֹּקֶר וַיִּבֶן מִזְבֵּחַ תַּחַת הָהָר, און דער מצוה פון וְזָבַחְתָּ עָלָיו אֶת עֹלֹתֶיךָ וְאֶת שְׁלָמֶיךָ, מיט דעם וואס (פסוק ה) וַיִּשְׁלַח אֶת נַעֲרֵי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וַיַּעֲלוּ עֹלֹת וַיִּזְבְּחוּ זְבָחִים שְׁלָמִים לַה' פָּרִים.


יישוב שיטת רש"י
אויף דעם וואס דער רמב"ן טענה'ט אז וַיְסַפֵּר מיינט פארציילן א זאך וואס מען וויייסט נאכנישט, טענה'ט דער מזרחי אז אין ספר השרשים פונעם רד"ק (שורש נגד) שטייט אז 'סיפור' און 'הגדה' האבן די זעלבע משמעות, נאר 'סיפור' איז כולל זאכן וואס זענען שוין באקאנט, און 'הגדה' מיינט דייקא נייע זאכן, פארקערט ווי דער רמב"ן זאגט.

און דער גו"א זאגט, אז רש"י קען מודה זיין אז משה רבינו האט זיי מודיע געווען נייע זאכן, מיט דעם וואס דער פסוק רופט די אלע מצוות שנצטוו במרה מִשְׁפָּטִים, ווייל משה רבינו האט זיי נאר דעמאלטס מודיע געווען די עונשים וואס בי"ד איז מעניש ווען מען איז עובר אויף די מצוות, ווי דער דין איז ביי א גר אז מען איז איהם מודיע ענשן של מצוות.


סיכום השיטות
נמצינו למדים דריי דיעות אין די ראשונים ווען עס איז געגעבן געווארן די פרשה פון משפטים.

א. שיטת הרא"ם בדעת רש"י, אז עס איז געווען א המשך צו די עשרת הדברות באותו מעמד, מיט קולות וברקים, און גאנץ כלל ישראל האט עס מיט געהאלטן.

ב. שיטת הרמב"ן ואבע"ז, אז עס איז געזאגט געווארן צו משה בו ביום גלייך נאכן מעמד הר סיני, און משה רבינו האט עס איבויך איבערגעגעבן פאר די אידן בו ביום, און אפגעשריבן און איבער גע'חזר'ט צומארגנס ביים ברית.

ג. שיטת הגו"א ואוהחה"ק בדעת רש"י, אז עס איז געזאגט געווארן אין די 40 טעג וואס משה רבינו האט געלערנט די גאנצע תורה בכללותיה ודקדוקיה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

17 א שטיקעלע רמבן - משפטים.pdf
(229.05 KiB) געווארן דאונלאודעד 45 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

כפתור ופרח
הערליך שיין

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

הערליך!

א דאנק!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”