סדר עבודת יום הכיפורים

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

מיללער האט געשריבן:הערה ג) ביים צווייטן ביהמ"ק משנתרבו המינות רח"ל האבן די חכמים חושש געווען אז דער כה"ג איז פארכאפט מיט די סעקטע וועלכע האבן זיך גערופען 'צדוקים' אנגעבליך האבן זיי נאר געהאלטן פון תורה שבכתב און נישט פון די דרשת חז"ל און תושבע"פ, ממילא האבן זיי פאלש געלערנט דעם סדר הקרבת הקטורת לפני ולפנים וואס לויט זיי האט מען שוין דעם 'ענן הקטורת' געמאכט פונדרויסן און אזוי אריינגעטראגן אין קדשי-קדשים משא"כ לויט חז"ל'ס דרש האט מען דאס געטאן אינעווייניג.

כדי צו זיין זיכער אז דער כה"ג וועט נישט משנה זיין פון דרשת חז"ל המקובל איש מפי איש עד משרע"ה מסיני, האבן די זקני בי"ד משביע געווען עיוה"כ דעם כה"ג 'במי ששכן שמו בבית הזה, שלא ישנה דבר מכל מה שאמרנו' און אזוי ארום פארזיכערט אז ער וועט טאן כהלכה.

זייער אסאך אחרונים שטעלן זיך, אויב איז דער כה"ג געווען א צדוקי און געהאלטן אז דאס איז קעגן די הלכה, נו וואס האט אויפגעטאן די שבועה, דאס איז דאך נשבע לבטל המצוה?

דער חת"ס אין א תשובה צו ר' בונם גינס, ענטפערט צווישן אנדערע תירוצים, אז חז"ל האבן געוואוסט אז די צדוקים האלטן אויך נישט פונעם דרש אויף 'להרע או להטיב' מוציא צו זיין נשבע 'לבטל את המצוה' ממילא וועט ער נישט וועלן עובר זיין אויף די שבועה, ודו"ק ודפח"ח.

מעולם חקרתי לפי"ז איז מען יוצא טשאלינט אין א קראק פאט, ווייל מאן יימר אז די צדוקים האבן געלערנט אז קראק פאט איז פייער, ודו"ק
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב הפלאי,
אם דקתי היטב בדבריך האבן מיר אינזינען געהאט דעם זעלבן פשט אינעם חזו"א, נישט אז ער זאגט א חסידישען תירוץ אז דער יצה"ר רעדט אים נאר צו צוגיין בדעת הצדוקים אבער נישט עובר זיין אויף א שבועה החמורה, ווייל לדעתו העקום איז ער דאך בכלל נישט עובר אויף א שבועה.
נאר דער חזו"א איז מחדש אז נישט אז די צדוקים זענען מכלומרשט געווען ערליך און געהאלטן אז חז"ל לערנען חלילה פאלש פשט, נאר אז זייער 'תאות ההמראה' האט דיריגירט אז זי זאלן זיך מתכסה זיין באיצטלא דרבנן אז זיי נעמען זיך אן פאר די תורה שבכתב.
ממילא איז זייער פשוט אז דאס איז נאר גילטיג דארט ווי זיי האבן די תאוה, אבער אזוי האט אין זיי נאך געברענט דאס פינטעלע איד, און אז מ'האט זיי אפגעשראקען מיט עובר זיין אויף א שבועה החמורה, דא זענען זיי דאך נישט נחשד עובר צו זיין ודו"ק.

למעשה אז מ'לערנט גוט האט דער חזו"א גאר א גראדען תירוץ, אדער ענדערש ער נעמט אוועק די קושיא, וקושיא מעיקרא ליתא, כידוע הנפק"מ.

-

איייער גלייכווערטל מיטן קראק-פאט איז ציקער-זיס, עס איז בכלל אינטערעסאנט צו דערגיין מער איבער די צדוקים בכלל, מיט וואס זענען זיי געווען אנדערש ווי די קראים למשל?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיללער;

איך האב פארשטאנען אז די טשאלענט אינעם קראק פאט איז מער א פראגע ווי א ווערטל (עס פעלט א ווארט "וויאזוי" איז מען יוצא וכו').
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן: מיר זאגן 5 מאל אין די עבודה ביי די פינף טבילות, ירד וטבל עלה ו'נסתפג', דער משנה למלך איז מעורר אז אפי' בפשטות קען מען קלערן אז דער ונסתפג וואס באדייט אז דער כה"ג האט זיך אפגעווישט נאך די טבילות איז נישט למצוה אדער לעכב נאר לסיפור הדברים, אבער באמת זאגט ער קען זיין אז דאס איז גאר לעכב וועגן חציצה, אדער קען זיך האבן אנגעכאפט א שטיקל ערד וכדו', אבער אפי' ווען נישט, ברענגט ער אן אינטערעסאנטער רמב"ם וואס זאגט אז די כהנים ברויכן אכטונג געבן אז עס זאל זיך נישט מאכן צופיל לופט (!) צווישן די בגדי כהונה און זייער לייב כדי עס זאל זיין 'על בשרו', לויט דעם זאגט דער משנה למלך איז 'וואסער' זיכער א חציצה, ממילא איז דער 'נסתפג' לעכב.


איבערלערנענדיג די משנה למלך היי-יאר האב איך אביסל בעסער מעיין געווען דערין, ער זאגט צוויי זאכען; אדער אז דאס אפווישען (מל' ספוג-איינזאפען) איז געווען זיכער צו מאכען אז ער נעמט אראפ אויב האט זיך אנגעקלעבט אין אין א האר אדער אביסל עפר וואס דאס איז א חציצה דאורייתא, און אפי' אויב דאס איז נישט שכיח, איז דאך עס 'לא גרע מים מרוח' וואס דער רמב"ם פסק'נט ווי א גמ' אז 'לכתחילה' ברויך מען אכט געבן דערויף (נישט לעכב).

למעשה אסאך אחרונים זענען מחולק מיטן משנה למלך זאגנדיג אז דאס איז נישט דומה ווייל וואסער האלט נישט אפ דעם בגד פון 'להיות על בשרו' אזוי ווי לופט (דער בגד ווערט אפשר נאס, אבער עס איז פארט על בשרו) אינטערעסאנט וואס ר' מאיר שמחה טוט אויף אין משך חכמה פר' אחרי, אז דאס אפווישען האט גאר אויסגעפעלט נישט נאס צו מאכען די בגדי כהונה וואס ברויך זיין 'ווי ניי' ווי מ'לערנט ארויס פון 'בד'.

דער דיוק פונעם משנה למלך קומט ווייל נאר דא זאגט דער רמב"ם 'והסתפג' אנדערש ווי ביים סתם אריינקומען אין די עזרה, וואס די משנה דערמאנט דארט יא דעם 'והסתפג' לסיפור הדברים, דערפאר איז משמע אז דער 'והסתפג' דא אין עבודת יוה"כ איז לחיוב.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

קרעמער האט געשריבן:זייטיגע שמועס: פון ר' מיכאל בער איז דא א שטארקע קשיא אויף די עבודת היום, וויאזוי עס איז מעגליך געווען אריינצושטופן בדרך הטבע אזויפיל קרבנות דורך איין כהן גדול אין דעם איינעם טאג. עי' תורת חמ"ד.

געזען יעצט אין מחזור דברי יואל, אז איינמאל פאר דער רבי איז אריינגעקומען צום טיש מוצאי יו"כ איז געווען א שמועס וועגן דעם, אז אין גמרא פסחים איז משמע אז א קרבן האט גענומען בערך א שעה, יו"כ האט מען מקריב געווען 15 קרבנות און אויב ס'איז געווען שבת איז געווען נאך צוויי קרבנות קומט אויס זיבעצן, יעצט איז נישט מעגליך דאס אלעס אריינצושטופן אין איין טאג, נאכדערצו וואס דער כהן גדול איז געגאנגען 5 מאל אין מקוה און געטוישט קליידער, געליינט אין די תורה, אריין אין קדשי קדשים, אא"וו

ווען דער רבי איז אריינגעקומען צום טיש האטער זיך גלייך אנגערופן (נאך פאר איינער האט געפרעגט), אמת עס שטייט אין די משנה עשרה ניסים נעשה בביהמ"ק, אבל תנא ושייר, אסאך מער ניסים זענען געשען

אין תורת חמ"ד לאזט ער די קשיא בצריך עיון
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מי יעלה בהר ה' ומי יקום במקום קדשו

לכבוד די התחלה פון מס' יומא אין ראם פון תורתך שעשועי
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

סדר עבודת יום הכיפורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

סדר העבודה ליוה"כ דורך אב"ד לאשאנץ שליט"א (קש"י - בלויז 3$ פאר 2:38)

סדר העבודה ליוה"כ דורך בעמח"ס סייעתא דשמיא שליט"א (קול הלשון)

אז מ'הערט וואס ס'האט זיך אלס אפגעטון אינעם ביהמ"ק, ובפרט אין דעם הייליגן טאג, זאגט דיך די עבודה גאר אנדערש.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: סדר עבודת יום הכיפורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

ספרים על סדר עבודת יום הכיפורים
https://hebrewbooks.org/24531
https://hebrewbooks.org/34249
https://hebrewbooks.org/21471
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”