מנהגי שבת חזון

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

משה

מנהגי שבת חזון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה »

אין אמתן בין איך שוין א אלטע ליינער פונעם "קרעטשמע", אבער כ'האב מיר ביז היינט נישט אויפגעסיינט אלץ מעמבער, ווייל ס'איז מיר קיינמאל נישט איינגעפאלען אז איך וועל נאך אמאל שרייבן דא. אבער דעי וואך ווען כ'האב געזען וואו מרעדט דא ארום וועגן שמחה ביי חסידים אין די ימי אבילות (אונטערען קעפל "פלייש אין די 9 טעג"), האב איך מיר בארעכענט צו שרייבן אביסעל וועגן שבת חזון.
ס'באקאנט פון צדיקים אז שבת איז נישט דא קיין אבילות, און טאקע ביי חסידים האט מען זיך געפירט שבת פון די 3 וואכן, און שבת בתוך י"ב חודש למת, גענוי וואו א יעדע שבת אין יאר, בלי שום שינו כלל. און אמת'ן עפ"י הלכה איז נאר אבילות בפרהסיה נישט נוהג שבת, אבער רוב דינים גייען אן, ווי למשל טאנטצען, און לויט רוב פוסקים אפילו זינגען, וכדו' וכדו'.. אבער די צדיקים זענען געווען אזוי דבוק אינעם שבת אז זיי האבן נישט געפילט קיין שום אבילות. איז מיר אבער שטענדיג שווער געווען צו פארשטיין, זענען מיר דען אין דעי מדריגה? שפיר מיר דען די קדושת שבת אזוי ווי די צדיקים האבן געשפירט? אויב אזוי ווי מעגען מיר זיך אוועק רוקען פון די הלכה פסוקה?
אבער טאקע אזוי ווי כ'האב געשריבען ס'איז מיר שווער "געווען", ביז כ'האב אביסעל געקוקט אין ספרים דעי וואך, האב איך אנגעהויבן אביסעל פארשטיין, אן דאס איז וואס ס'האט מיר געברענגט צו שרייבן, ווייזן פארן עולם אז די זאכען זענען ניט צו הויעך פאר אונז. (אודאי ליגט אין אלעם גאר טיפע ענינים, אבער פון אויבן אויף, אויפן שפיטץ גאפל).
די הייליגע תפארת שלמה ברענגט, אז די שבתים אין גלות איז א גרעסערע תענוג פארן אייבערשטען ווי די שבתים בזמן שבית המקדש היה קיים, ווייל בזמן הבית איז דאך די גאנצע וואך געווען בבחינת שבת, משא"כ אין גלות וואס א גאנצע וואך איז שכינתא בגלותא, איז אבער שבת די שכינה נישט אין גלות, וואס דאס איז א מוראהדיגע התעלות פארן שכינה, עיי"ש באריכות. שרייבט ער דארט אז די גאנצע אבילות פון די 9 טעג אין תשעה באב, איז דאך אויפן גלות השכינה, אבער ווען איינער ווייזט סיי וועלכע אבילות אין שבת, איז איז עס א בזיון פארן אייבערשטער, ווייל שבת איז דאך די שכינה בכלל נישט אין גלות. ממילא איז אבילות בשבת אסור אפילו ווען ס'נישט בפרהסיה.
דאס איז נאר א טפה מן הים פון וואס עס ווערט אלטס געברענגט אן ספה"ק די גרויסקייט פון די ימי בין המצרים, די קדושה פון די 3 שבתים, ס'איז בבחינת די 3 ימים טובים, עיין עבודת ישראל פר' מסעי ועוד, ובפרט שבת חזון ווי די תפארת שלמה זאגט "רב לך שבת בעמק הבכה", ווי נידריגער די ימי החול זענען אלטץ מער שיינט ארויס די שבת, ועיין עוד באוהב ישראל ועוד. איך האב נאר אראפגעברענגט אזויפיל, מזאל האבן א שטיקל השגה דערין.
אלזא אידעלעך גרייט ענק צו צום העכסטן שבת פון יאר! און בזכות פון שמחה, ובזכות שמירת שבת כהלכתה, וועל מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה בקרוב בב"א.
א גיט שבת.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שכוח ר' משה פאר די ווארימע דיבורים, עס איז א הערליכע תפארת שלמה, איצטערט גיימער זיך גרייטן צום הויכן שבת מיט געהעריגע כוונות.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

משה נאך א מזל ביזט אריינגעקומען שרייבן ווייל אין אזא צייט איז זייער גוט פאר יעדעם צו זעהן אזא תפארת שלמה, נאכאמאל שכוח ר' משה האסט מיר ממש דערפרייט
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קודם שלום עליכם ערעב משה,
עס איז א הערליך ווארט פונעם תפארת שלמה.

צדיקים האבען טאקע עפעס גאר אנדערשט געשפירט א שבת חזון.
ביי ר' אייזיקעל זידיטשובער ז"ל האט מען אזוי שבת אוויא היי יאהר, ערב תשעה באב, געפירט נארמאל שלש סעודות.

ר' שמעון יערעסלוב ז"ל פלעגט מאכען א סיום מיט א פליישיגע סעודה מיט וויין א סתם ערב תשעה באב נאכמיטאג. מעדערציילט אז שיניובער רב ז"ל איז אמאל געווען ציזאמען מיט איהם, און ער האט נישט געוואלט זיין בשעת די פליישיגע סעודה, ער האט געזאגט אז ער קען נישט ציקוקען אז מען עסט פלייש ערב תשעה באב, האט ער געבעטען אז ווען מעאיז פארטיג מיטען עסען זאל מען איהם מודיע זיין.
נאכען עסען, שיניובער רב ז"ל איז שוין דארט געווען, האט ר' שמעון יערעסלוב זיך גענומען זינגען אלי ציון ועריה און דער גאנצער טישטוך איז געווארען דורכגעווייגט פון זיינע טרערען.
האט שיניובער רב געזאגט, ווען ער ווייסט דאס פון פריעט וואלט ער געווען ביים עסען אויך
the SCY is the limit
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שלום עליכם ער' משה, יישר כח פארן זיך איינסיינען, און דאדורך אהער ברענגען אזא שיינעם טייטש.

ר' שמחה, איך האבעס געהערט נאכזאגן אויף ר' הערשעלע זידיטשויבער זי"ע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח ר' משה פאר די אויפריכטיגע דיבורים, דבר בעתו מה טוב.

כ'געדענק - נישט מער געדאכט - אלס בחור אין ישיבה, האט איינער גענומען דעם שבת חזון צו א ווילדן עקסטרעם, מישנדיג די ניגונים ביי לכה דודי און לא תבושי, אזש עס איז געווען ממש פרייליכער ווי שבת זכור.

צו ענדיגן מיט א גוט ווארט: דער תפארת שלמה זאגט אין פ' ויקרא אז שבת קודש בזמן הגלות איז כאילו דער בית המקדש שטייט! אין אנדערע ווערטער, די זעלבע תיקונים וואס פלעגן געטאן ווערן דורך די קרבנות בזמן שבית המקדש היה קיים, ווערט געטאן יעדן שבת אפילו בזמן הגלות.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

משה אמת ותורתו אמת. א יישר כח פאר די ווארימע דיבורים.
An article a day keeps the babies away
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

נהרא נהרא ופשטיה, מנהגי ישראל תורה.
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

גייט נישט ארויף אויף שבת חזון דווקא אבער עס איז אסאך מער נוגע

והתאויתם לכם גבול קדמה. פי' ל' תאוה הכתוב מרמז לנו כי גם זה הוא טובה לאדם שיש לו עכ"פ תאוה ללכת בדרך הישר ומצפה על הגאולה שיהיה בזמן קרוב כמ"ש (ר"ה ל, א) ציון דורש אין לה מכלל דבעי דרישה שהאדם צריך לדרוש ולבקש על הגאולה. והעזר הוא רק מהשי"ת בעצמו כי יחיש פדותנו. אך בשבת הוא פטור מלהתאבל על חורבן הבית. וז"ש (בזמירות שב"ק) אוהבי ה' המחכים בבנין אריאל ביום השבת שישו ושמחו כו'. ע"ד שפרשנו מאמר הגמ' יכול יהיה בנין בהמ"ק דוחה שבת ת"ל אך את שבתותי תשמורו. כי עיקר מעלת הבהמ"ק שיהי' השכינה שורה בישראל וביום השבת גם עתה בזמן הגלות השכינה שורה בתוכנו. וז"ש אך לשון מיעוט ר"ל אף שבנ"י הם במדריג' התחתונה אעפ"כ השכינה שורה עמנו. לכן הגם שאמרו בגמרא (תענית ל, ב) כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה. אמנם מחמת כובד הגלות ועמל הפרנסה אנו חשובים כאנוסים בדבר זה שאין אנו מתאבלי' על חורבנו ואונס רחמנא פטרי' מן העונש. אמנם לפי סברת הר"ן בקדושין פ' האומר אף דאמרינן אונס רחמנא פטרי'. אך זאת לא אמרינן שע"י האונס יתחייב צד שכנגדו. וא"כ האיך במה יזכה האדם לראות בנחמה אם אינו מתאבל על ירושלים כנ"ל. אך העצה לזה לבל ידח ממנו נדח כמ"ש בגמרא (שבת קיח, א) כל המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי מצרים. כי מחמת המצוה של עונג שבת בהיותו מאמין בזה שהשכינה שורה בישראל הנה זה שכרו נחלה בלי מצרים. וז"ש (בתפילת רצה והחליצנו) שלא תהא צרה ויגון ביום מנוחתנו וסמוך לי' והראנו ה' אלהינו בנחמת ציון עירך וכו' היינו אם אנו פונים מדעתינו כל צרה ויגון ביום השבת עי"ז נזכה והנחילנו כו'. וזה ג"כ סמיכת הדברים (בתפילת שב"ק) הפורס סכת שלום עלינו כו' ועל ירושלים ושמרו בנ"י את השבת לכך נסמך זה לזה כי ע"י שמירת שבת יהיה שלום עלינו ועל ירושלים כנ"ל:

תפארת שלמה פרשת מסעי
בריגלער רבי
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2013 5:14 pm

קוגל שבת חזון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריגלער רבי »

בס"ד

איך פלעג זיך דרייען ביים הייליגן קרעטשניף'ער רבי [רבי הערשעלע] זי"ע ועכ"י, יעדן פרייטיג צו-נאכט פלעגט ער נאר טועם זיין ביי די קוגל ווייניגער ווי א כזית, אבער שבת חזון - ווי ער פלעגט חזרן אז אז ס'איז דער העכסטער שבת אין יאר (ווי דערמאנט) - האט ער טועם געווען א כזית קוגל.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

שלום עליכם רבינו שליט"א, מיר וועלן צופרידן צו הערן פון אייערע זכרונות.

זענט איר געזעצן אין איין ברייט מיטן קרעטשניפער רבי'ן?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
בריגלער רבי
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2013 5:14 pm

געשטאנען ווי א חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריגלער רבי »

אין א אנדער געלגענהייט, סארי.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

יאנאש האט געשריבן:שכוח ר' משה פאר די ווארימע דיבורים, עס איז א הערליכע תפארת שלמה, איצטערט גיימער זיך גרייטן צום הויכן שבת מיט געהעריגע כוונות.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

קרעמער האט געשריבן:
יישר כח ר' משה פאר די אויפריכטיגע דיבורים, דבר בעתו מה טוב.

כ'געדענק - נישט מער געדאכט - אלס בחור אין ישיבה, האט איינער גענומען דעם שבת חזון צו א ווילדן עקסטרעם, מישנדיג די ניגונים ביי לכה דודי און לא תבושי, אזש עס איז געווען ממש פרייליכער ווי שבת זכור.

צו ענדיגן מיט א גוט ווארט: דער תפארת שלמה זאגט אין פ' ויקרא אז שבת קודש בזמן הגלות איז כאילו דער בית המקדש שטייט! אין אנדערע ווערטער, די זעלבע תיקונים וואס פלעגן געטאן ווערן דורך די קרבנות בזמן שבית המקדש היה קיים, ווערט געטאן יעדן שבת אפילו בזמן הגלות.
די תפארת שלמה ברענגט עס בשם די אריה“ק
איינער ווייסט ווי עס שטייט אין כתבי האריז“ל?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: מנהגי שבת חזון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ואענה גם אני חלקי מיט נאך א טייטש פון תפארת שלמה.

אין פרשת קדושים (אויך פרשת בהר) שטייט את שבתתי תשמרו ומקדשי תיראו, די גמרא זאגט המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה, שבת טאר מען אבער נישט מתאבל זיין, וואלט איך געמיינט אז מ'וועט נישט זעהן בשמחתה, זאגט די פסוק את שבתתי תשמרו, עטץ זאלטס זיין בשמחה שבת ווייל די שכינה איז דאן צווישן אידישע קינדער, און פונדעסטוועגן ומקדשי תיראו, וועט עטץ זעהן די שמחה בבנין בית המקדש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: מנהגי שבת חזון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

ביי די יעקעס פלעגט מען זאגן אויף א שבת שחל בן ט' באב, "עס שטייט טאקע מעבירין המת מלפני הכלה, אבער וואס פארא פנים האט אזא חתונה".
פוצה פה ומצפצף
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”