שבעה עשר בתמוז-בין המצרים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 08, 2008 1:09 pm

דבר בעתו,
איינס פון די מסירות וואס די משכילים האבן געשריבן צו די רעגירונג אויפן הייליגן חת"ס.
פון ספר אוצר נחמד וואס געפונט זיך אין אוצר.
צוגעלייגטע
cs 9 days.jpg
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 09, 2009 12:52 pm

ראטזאם אדורכצולערנען במשך דעם היינטיגן תענית טאג.

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מיטוואך יולי 06, 2011 5:59 pm

די חסדי דוד שרייבט סוף תוספץא תענית אז די אידן אין חו"ל וואס זענען נישט ארויף בימי עזרא האבן ווייטער געפאסט.. די בית שני איז געווען עפעס א נישט אויסגעהאלטענע זאך.

אין ויואל משה ווערט געברענגט אז דאס זענען געווען אנשי טילוטילא [דאכצעך] און זיי האבן געענטפערט אמת ויציב, ווייסט איינער מער?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יולי 06, 2011 6:04 pm

עס שטייט אין סדר היום לרבינו משה בן מכיר

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דאנארשטאג יולי 28, 2011 4:15 pm

מעג מען שיקן בלומען לכבוד א שמחה אין די ימי בין המצרים?

(איך גלייב אז ר' ישראל דוד רעדט דערפון, איך האב נאר נישט זיין ספר דא צו די האנט)
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך יולי 18, 2012 8:47 pm

שבוע שחל בו ט' באב, היי יאר מיינט דאס גאנץ פרשת דברים, אדער היות דאס איז א נדחה רעכענט מען נאר פרשת ואתחנן?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 19, 2012 3:55 am

דאכט זיך מיר עס איז דא א חשק שלמה אויף משניות תענית אויף דעם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=306
פעידזש 306
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דאנארשטאג יולי 19, 2012 10:37 am

מ'מעג זיך געהעריג זייפן דעם (ערשטע) ער"ש!
(קען זיין ווייל סאיז נישט ער"ש חזון)
לעצט פאראכטן דורך Yoely אום דאנארשטאג יולי 19, 2012 11:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 19, 2012 10:42 am

יואלי
שלום עליכם!
וואס איז דער ספעציעלע היתר?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג יולי 19, 2012 10:49 am

איך ווייס פון א היתר פאר א איסתניס אפי' אינמיטן וואך און ביז היינט האב איך מיר מורה היתר געווען ווייל איך בין א געפערליכע שוויצער און אויב גיי איך נישט איין צופרי אין שויער שפיר איך מיך א גאנצן טאג ממש ווי א שטיק שימל. אבער נאך אלעם שפיר אביסל א גילטי פילינג אז איך דריי זיך ארויס אין צייט וואס כלל ישראל איז מתאבל אויף ירושלים און אפשר רעד איך זיך איין אז ס'איז אזוי געפערליך. איינער האט עפעס א מיינונג?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 19, 2012 10:57 am

דאס איז פשוט אז נאר א רחיצה של תענוג איז אסור
ממילא אויב איינער פיהלט זיך פול מיט זוהמא איז לכאורה קיין איסור נישט פארהאן
אין די ניין טעג איז נאר דא א חיוב אבילות נישט קיין חיוב זיך מצער צו זיין
ממילא אויב איינער איז זיך מצטער פון שווייס קען ער זיך שויערען
וועגען געפיהלען אויף אבילות איז דא א מקום שהניחו לך ווי למשל נישט מיקל זיין אין א קאפעללא טעיפס וכדומה וואס רוב פוסקים אסר'ען סיי ווי
און לערנען עניני החורבן....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דאנארשטאג יולי 19, 2012 10:57 am

msp האט געשריבן:יואלי
שלום עליכם!
וואס איז דער ספעציעלע היתר?



אזוי האב איך געהערט פין תלמידי חכמים

עמער ווארטן אויף די תלמידי חכמים דא פאר די מראה מקומות

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג יולי 19, 2012 11:01 am

שכח פארן מיר בארואיגן
איך האב אמאל געהערט פון א דיין אויף ער"ש אז ע"פ הלכה איז "אדער זייף מיט קאלט וואסער אדער ווארעם וואסער אהן זייף" פארוואס געדענק איך שוין נישט

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 19, 2012 11:07 am

אפשר איז דער היתר היי יאהר ווייל עס איז ערב שבת מיט ראש חודש
תרתי לטיבותא
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דאנארשטאג יולי 19, 2012 11:11 am

שאהן הענניטי האט געשריבן:שכח פארן מיר בארואיגן
איך האב אמאל געהערט פון א דיין אויף ער"ש אז ע"פ הלכה איז "אדער זייף מיט קאלט וואסער אדער ווארעם וואסער אהן זייף" פארוואס געדענק איך שוין נישט


איך רעדט דווקא פון די (ערשטע) ער"ש! (קען זיין ווייל סאיז נישט ער"ש חזון)
ער"ש חזון איז נישט עכט מתור (פרעג א דיין)

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 19, 2012 11:21 am

דאס איז נאר אויב מען האט נישט קיין צער פון די שווייס און די שמוץ
במקום צער איז בעצם מותר אפילו תשעה באב אליין אבער אויף דעם האט מען שוין מורא...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

שוטה
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דאנארשטאג יולי 19, 2012 11:10 pm

msp האט געשריבן:יואלי
שלום עליכם!
וואס איז דער ספעציעלע היתר?

ב"ח ד"ה כתב אבי העזרי.

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=150

ער ענדיגט דארט מיט א שארף לשון אז איינער וואס איז זיך מונע 'עון יש בידו'.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג יולי 20, 2012 3:52 am

שכוח פאר דער מראה מקום
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » פרייטאג יולי 20, 2012 10:37 am

שוטה האט געשריבן:
msp האט געשריבן:יואלי
שלום עליכם!
וואס איז דער ספעציעלע היתר?

ב"ח ד"ה כתב אבי העזרי.

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=150

ער ענדיגט דארט מיט א שארף לשון אז איינער וואס איז זיך מונע 'עון יש בידו'.



שכוח שוטה!

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג יולי 12, 2013 11:47 am

משמרת שלום - קיידאנוב
בערש"ק חזון נהגו אבוה"ק לרחוץ בחמין אבל לא להזיע

...אבל רחיצה היא מצוה מחז״ל ואין למנוע ממנה כיון שלא נזכר בגמ' ופוסקים בפי׳ לאיסור, ובפרט כי ע״פ הסוד איין לעשות שום שינוי. ...כן נהגו ההולכים בעקבות הבעש״ט ז״ל, וכעת נהגו כמעט רוב העולם לעשות כן.ויש הרבה לדבר בזה על שינוי המנהג שנשתנה מאז כי יש טעם בזה ע״פ פנימיות אך אכמ״ל.

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

תגובהדורך משתוקק » פרייטאג יולי 25, 2014 5:33 pm

נייע קישענס און דאכענס מעג מען באנייען אין די דריי וואכן?

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » פרייטאג יולי 25, 2014 6:11 pm

דריי וואכן יא; ניין טעג נישט.

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

תגובהדורך משתוקק » פרייטאג יולי 25, 2014 6:14 pm

ש'כח פאר די תשובה. מקור מ"מ?

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » פרייטאג יולי 25, 2014 6:18 pm

די איסור פון באנייען אין דריי וואכן איז צוליב ברכת שהחיינו, און עס איז נישט פאסיג צו זאגן דיע טעג אז מען פרייד זיך אז והגיינו לזמן הזה.
און ניין טעג איז דא א דירעקטע איסור אלץ אבילות.

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

תגובהדורך משתוקק » פרייטאג יולי 25, 2014 6:21 pm

א דאנק פארן קלאר שטעלן, איך וואלט הנאה געהאט אויב די קענסט מיר אנצייגען א מראה מקום


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט