אוועקלייגן דעם אתרוג אין וואקיום אויפן יאהר הבעל"ט
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
אוועקלייגן דעם אתרוג אין וואקיום אויפן יאהר הבעל"ט
איז דא איינער וואס האט דאס פראבירט?
עס איז געלונגען?
עס איז געלונגען?
לעצט פארראכטן דורך יעקב99 אום מאנטאג אקטאבער 04, 2021 8:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17813
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
- זילבערווערק
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3816
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am
Re: אכטונג געבען דער אתרוג אין וואקוום אויף די אנדערע יאהר
איז אזוי.
איך האב נישט פרובירט אבער געהערט פון עמיצן וואס האט דאס פרובירט, און מצליח געווען.
נעמט אייער אתרוג (ס'קען זיי א נייע אתרוג, און לאו דוקא דאס וואס איר האט שוין געשאקלט און דאס באטאפט כראוי וכיאות) לייגט דאס אריין אין א גלעזערנעם שאכטל, לייגט אריין א ליכט אינעווייניג, צינדט דאס אן, לאזט דא עטליכע סקונדן ברענען, און פארמאכט דעם שאכטל מיט א בלעכערנעם צודעק הערמעטיש פארמאכט, דער לעכטל וועט זיך אויסלעשן, לייגט דאס אריין אין פריזער, און נעמט דאס ארויס קומענדיגע יאר, א הדר שבהדר.
איך דאס געהערט פון א איד וואס האט דאס געטון די פאריגע שמיטה אין ארץ ישראל

-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
Re: אכטונג געבען דער אתרוג אין וואקוום אויף די אנדערע יאהר
וואס מיינט דאס "וואקוום"? אפשר מיינט איר וואקיום?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
Re: אכטונג געבען דער אתרוג אין וואקוום אויף די אנדערע יאהר
Before you doing that please check with a
Rabbinical Point of view.
If I recall there's only one way with honey - Sealed with wax.
הצלחה רבה
Rabbinical Point of view.
If I recall there's only one way with honey - Sealed with wax.
הצלחה רבה
Re: אכטונג געבען דער אתרוג אין וואקוום אויף די אנדערע יאהר
זילבערווערק האט געשריבן:לייגט דאס אריין אין פריזער,
יישר כח.
אבער מען דארף נישט אריין לייגן אין פריזער.
די קעלט מאכט נישט גוט פאר די אתרוג.
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
Re: אוועקלייגן דעם אתרוג אין וואקיום אויפן יאהר הבעל"ט
פיינע געדאנק זיך א עצה צו געבן שמיטה.
Re: אכטונג געבען דער אתרוג אין וואקוום אויף די אנדערע יאהר
זילבערווערק האט געשריבן:איז אזוי.
איך האב נישט פרובירט אבער געהערט פון עמיצן וואס האט דאס פרובירט, און מצליח געווען.
נעמט אייער אתרוג (ס'קען זיי א נייע אתרוג, און לאו דוקא דאס וואס איר האט שוין געשאקלט און דאס באטאפט כראוי וכיאות) לייגט דאס אריין אין א גלעזערנעם שאכטל, לייגט אריין א ליכט אינעווייניג, צינדט דאס אן, לאזט דא עטליכע סקונדן ברענען, און פארמאכט דעם שאכטל מיט א בלעכערנעם צודעק הערמעטיש פארמאכט, דער לעכטל וועט זיך אויסלעשן, לייגט דאס אריין אין פריזער, און נעמט דאס ארויס קומענדיגע יאר, א הדר שבהדר.
איך דאס געהערט פון א איד וואס האט דאס געטון די פאריגע שמיטה אין ארץ ישראל
איך האב עס געמאכט איין יאר, און עס איז גווארען א געלע אראנזדשע קאליר, אבער שיין און גאנץ.
Re: אכטונג געבען דער אתרוג אין וואקוום אויף די אנדערע יאהר
Ban Mazel האט געשריבן:זילבערווערק האט געשריבן:איז אזוי.

עס איז געבליבן שיין און גאנץ ביז נאך סוכות?

יעקב99 האט געשריבן:Ban Mazel האט געשריבן:זילבערווערק האט געשריבן:איז אזוי.
איך האב נישט פרובירט אבער געהערט פון עמיצן וואס האט דאס פרובירט, און מצליח געווען.
נעמט אייער אתרוג (ס'קען זיי א נייע אתרוג, און לאו דוקא דאס וואס איר האט שוין געשאקלט און דאס באטאפט כראוי וכיאות) לייגט דאס אריין אין א גלעזערנעם שאכטל, לייגט אריין א ליכט אינעווייניג, צינדט דאס אן, לאזט דא עטליכע סקונדן ברענען, און פארמאכט דעם שאכטל מיט א בלעכערנעם צודעק הערמעטיש פארמאכט, דער לעכטל וועט זיך אויסלעשן, לייגט דאס אריין אין פריזער, און נעמט דאס ארויס קומענדיגע יאר, א הדר שבהדר.
איך דאס געהערט פון א איד וואס האט דאס געטון די פאריגע שמיטה אין ארץ ישראל
איך האב עס געמאכט איין יאר, און עס איז געווארען א געלע אראנזדשע קאליר, אבער שיין און גאנץ.
עס איז געבליבן שיין און גאנץ ביז נאך סוכות?
איך האב עס נישט געמאכט צו ניצען. איך האב עס געמאכט אלץ בחור
Re: אוועקלייגן דעם אתרוג אין וואקיום אויפן יאהר הבעל"ט
הרב שרגא פאפלאנאש האט א צייט צוריק געגעבן א דרשה איבער דעם נושא אין סאטמאר וומס״ב , איך געדענק שוין נישט די פרטים אבער ס׳איז גאר נישט אזוי פשוט אז להלכה זאל עס זיין כשר
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2957
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
Re: אוועקלייגן דעם אתרוג אין וואקיום אויפן יאהר הבעל"ט
יעקב99 האט געשריבן:איז דא איינער וואס האט דאס פראבירט?
עס איז געלונגען?
אויב כ'געדענק גוט דארף מען דאס עפ"י הלכה בושדק זיין בעפארן נוצן קומענדיגע יאהר מיט דורכלעכערן מיט א בענדל, בקיצור עפעס וואס הלכה'דיג איז עס כשר אבער קיינער איז שוין נישט אינטרעסירט עס צו נוצן.
Re: אוועקלייגן דעם אתרוג אין וואקיום אויפן יאהר הבעל"ט
דער משנה ברורה אין שער הציון סימן תרמ"ח ברענגט א מעשה פון א אתרוג אין וואקיום, און זאגט אז עס איז כשר:
שער הציון סימן תרמח ס"ק ח
וזה לשונו, אלמא כל דבר שאין בו השגחה להעמידו בלחותו אינו מתקיים בלחותו אחר י"ב חודש, אבל בודאי אם ישגיח האדם עליהם לקיים אותן בלחותם, כגון שטומנים אותם בדברים לחים, נוכל להעמיד אותם כמה זמנים, ועל זה לא נתנו חכמים זמן, אלא הכל לפי מה שהוא, עד כאן לשונו, הרי בפירוש דזמן לחוד אינו פוסל אם אין לו שיעור יבשות של מחט, רק שמסתמא אם לא ישגיח להעמיד לחותו לא ימצא לחות על ידי בדיקה, ובעיני ראיתי אתרוג שכבר עבר עליו יותר משנה תמימה מעת שנתלש מן האילן, שנשמר משליטת אויר על ידי הסגר בכלי של מתכות והיה מונח במקום קר ולח קצת ועל ידי זה נשאר לו נויו ולחותו, ובדקתי ומצאתי בו לחות הרבה, וכהאי גוונא נראה לי להתיר של אשתקד על ידי בדיקת חוט אם לא נתכוץ ונפסק הדרו, עד כאן לשון הבכורי יעקב, ואפשר דגם הגר"א מודה באופן זה והוא מיירי רק בסתמא:

- וואדקע
- שר האלף
- תגובות: 1045
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
- לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי
Re: אוועקלייגן דעם אתרוג אין וואקיום אויפן יאהר הבעל"ט
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אויב כ'געדענק גוט דארף מען דאס עפ"י הלכה בושדק זיין בעפארן נוצן קומענדיגע יאהר מיט דורכלעכערן מיט א בענדל, בקיצור עפעס וואס הלכה'דיג איז עס כשר אבער קיינער איז שוין נישט אינטרעסירט עס צו נוצן.
יעקב99 האט געשריבן:דער משנה ברורה אין שער הציון סימן תרמ"ח ברענגט א מעשה פון א אתרוג אין וואקיום, און זאגט אז עס איז כשר:
טאקע אויך נאר "על ידי בדיקת חוט".
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
- בטח
- שר מאה
- תגובות: 168
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 10:24 pm
- לאקאציע: ברוקלינע אײנױנער
Re: אכטונג געבען דער אתרוג אין וואקוום אויף די אנדערע יאהר
Ban Mazel האט געשריבן:זילבערווערק האט געשריבן:איז אזוי.
איך האב נישט פרובירט אבער געהערט פון עמיצן וואס האט דאס פרובירט, און מצליח געווען.
נעמט אייער אתרוג (ס'קען זיי א נייע אתרוג, און לאו דוקא דאס וואס איר האט שוין געשאקלט און דאס באטאפט כראוי וכיאות) לייגט דאס אריין אין א גלעזערנעם שאכטל, לייגט אריין א ליכט אינעווייניג, צינדט דאס אן, לאזט דא עטליכע סקונדן ברענען, און פארמאכט דעם שאכטל מיט א בלעכערנעם צודעק הערמעטיש פארמאכט, דער לעכטל וועט זיך אויסלעשן, לייגט דאס אריין אין פריזער, און נעמט דאס ארויס קומענדיגע יאר, א הדר שבהדר.
איך דאס געהערט פון א איד וואס האט דאס געטון די פאריגע שמיטה אין ארץ ישראל
איך האב עס געמאכט איין יאר, און עס איז גווארען א געלע אראנזדשע קאליר, אבער שיין און גאנץ.
איינער האט מיר געוויזן אזא אתרוג פאריעריגע שמיטה יאר און עס געוועהן א גאלדענע קאליר און יענער האט געטענהט אז עס איז זייער מהודר ווייל אין
זוהר שטיייט אז מעןזאל נעמן א גאלדענע אתרוג
-
- שר מאה
- תגובות: 184
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 31, 2021 1:27 am
Re: אכטונג געבען דער אתרוג אין וואקוום אויף די אנדערע יאהר
יעקב99 האט געשריבן:זילבערווערק האט געשריבן:לייגט דאס אריין אין פריזער,
יישר כח.
אבער מען דארף נישט אריין לייגן אין פריזער.
די קעלט מאכט נישט גוט פאר די אתרוג.
געטוהן אמאהל אין נישט געלייגט אין פריזער, עס האט אנגעהויבען צו שוויצען, די גלאז איז געווארן נאס.
קיינמאל נישט פראבירט אין א פריזער
Re: אוועקלייגן דעם אתרוג אין וואקיום אויפן יאהר הבעל"ט
די שוויצען קומט לכאו' פון דעם אז דער אתרוג איז געווען ווארעם בשעת'ן אריין לייגן אין די וואקיום.
דאס קען געשען אויך אין א פשוט'ע פלעסטיק-בעג.

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 456
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm
Re: אוועקלייגן דעם אתרוג אין וואקיום אויפן יאהר הבעל"ט
איך האב אלץ בחור פשוט גוט צוגעמאכט די בעג - און עס ארויסגענומען ערב פסח
עס איז געווען הערליך פריש כאילו ס'איז ערב סוכות

- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: אוועקלייגן דעם אתרוג אין וואקיום אויפן יאהר הבעל"ט
בחורים.....
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
Re: אוועקלייגן דעם אתרוג אין וואקיום אויפן יאהר הבעל"ט
הר גריזים האט געשריבן:הרב שרגא פאפלאנאש האט א צייט צוריק געגעבן א דרשה איבער דעם נושא אין סאטמאר וומס״ב , איך געדענק שוין נישט די פרטים אבער ס׳איז גאר נישט אזוי פשוט אז להלכה זאל עס זיין כשר
ער האט געטענהט אז ס'קען זיך נישט האלטן גוט אפילו ס'זעהט אזוי אויס פון אינדרויסן, אבער אויב איינער ווייסט קלאר אז ס'איז גוט און גאנץ מבית ומבחוץ איז עס לכאורה כשר
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: אוועקלייגן דעם אתרוג אין וואקיום אויפן יאהר הבעל"ט
און וואס וועט זיין מיטן מנהג אז די אשת חיל בייסט אראפ די פיטום?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
- זילבערווערק
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3816
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am
Re: אוועקלייגן דעם אתרוג אין וואקיום אויפן יאהר הבעל"ט
sheetrock האט געשריבן:און וואס וועט זיין מיטן מנהג אז די אשת חיל בייסט אראפ די פיטום?
מ'קויפט צוויי, איינס פאר תשפ"ב און די צווייטע פון תשפ"ג, פון תשפ"ב בייסט מען אראפ דעם פיטום און פון תשפ"ג לייגט מען אוועק