ערב פסח שחל בשבת - אנווייזונגען

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

בהמשך די ה"ת פון תענית בכורות האב איך ג'זוכט א מימרא וואס איך האב ג'הערט וועגען א טעות סופר אין מס' סופרים און ג'טראפען אין א קובץ "אוצר מנהגי ____" פון א חבורה וואס האלטען זיך פאר דייקנים
בדבר תענית בכורות בערב-פסח שחל בשבת - ראה להלן. ובמנהגי הצדיקים מצינו, שבקאז'ניץ נהגו - על-פי המגיד מקאז'ניץ - להתענות רק עד חצות (ספרן-של-צדיקים, עמ' 77). ובבית זידיטשוב לא התענו הבכורים, שכן בעל ה"עטרת צבי" אמר שהמקור לתענית הוא מ"ש במס' סופרים שהבכורים מתענים בערב-פסח, ולדעתו טעות נפלה שם וצ"ל "מתענגים" ולא "מתענים" (ראה בקונטרס הוספות-מנהגים דזידיטשוב, אות סח).

א פאר מינוט דערויף האב איך געטראפען ווי מיינסט די ?
און די מנחת אלעזר אין זיין ספר דברי תורה שרייט שוין קעגן דעים געפערליך.
וז"ל אין חלק ה' אות ט:
ובאתי בזה להעיר מה שתקע עצמו לפגוע בדבר הלכה (ולחלות בוקי סרוקי בשם אותו צדיק ז"ל) שאין להתענות הבכורים בערב פסח עיי"ש בטוש"ע או"ח (סי' ת"ע) שהבכורים צריכי' להתענות בע"פ הוא ט"ם וצ"ל להתענ"ג (ר"ל מדעתא דהאי סופר היינו כו') ובדברי תועבות כאלו יכולי' לעקור ח"ו כלומר לעבור על כל התורה כולה ולומר על הכל שהוא ט"ס וז"ב ופשוט כי דברי ריק והבל הוא כנגד כל הפוסקים ראשונים ומקורן מהירושלמי (פ' ע"פ) דר' לוי לא אכל גם חמץ בע"פ משום דהי' בכר ולד' המחבר הלז אדרבא צריכין להתענג באותו יום וכדי שלא יוכל לאכול מצה בערב לתיאבון רק להכעיס יתענג ביום ע"פ וא"צ להאריך ופשוט כי אפי' לא עלה זאת על דעת אותו צדיק ז"ל.

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

ועי' בשו"ת מנחת יצחק ח"ב סי' צ"ג אות ד' שהקשה על המנח"א
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אמת
אבער דער מנחת יצחק נוצט עס נאר אלץ סניף
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

ערב פסח שחל בשבת - אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

בלי נדר גייען מיר דא שרייבן הלכות און מנהגים וואס איז נוגע פארן עולם.
מיר האלטן שוין כמעט ביי שלשים יום קודם החג.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

1. די שבת-הגדול דרשה איז מען מקדים צו א וואך פריער. ווייל די מטרה פון די דרשה איז דאך להורות את העם המעשה אשר יעשון, און שבת ערב פסח איז שוין אביסל צו שפעט אויף אויסצולערנען הלכות בדיקה וביעור חמץ, הלכות הגעלת כלים הלכות אפיית מצה.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

2. לגבי תענית בכורים, ווען איז דער זמן התענית (אדער סיום מסכת...), זענען דא דריי שיטות:
דאנערשטיג.
פרייטיג.
מ'פאסט אינגאנצן נישט.
דער שו"ע ברענגט אראפ יש אומרים אז מ'פאסט דאנערשטיג, ויש אומרים אז אזא יאר פאסט מען אינגאנצן נישט.
לויט די כללי השו"ע הייסט עס אז דער מחבר איז מכריע מעיקר הדין ווי די צווייטע יש אומרים אז מ'פאסט אינגאנצן נישט.
דער רמ"א אבער שרייבט אז דער מנהג איז יא צו פאסטן, דאנערשטאג.
ממילא אפילו א בכור וואס געווענטליך איז ער מחמיר און פארלאזט זיך נישט אויף א סיום מסכת, זענען דא פוסקים וואס זענען מקיל היי-יאר. (מדארף געדענקן אז די סיום גייט זיין מיט צוויי טעג פריער ווי געווענטליך!!)
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

3. בדיקת חמץ איז דאנערשטיג נאכט.
נאך די בדיקה איז מען מבטל, אזוי ווי יעדעס יאר, דלא חמיתיה, דלא חזיתיה ודלא ביערתיה.
מ'דארף געדענקן וואו מ'האט געלייגט חמץ, און זיכער מאכן אז חמץ בלייבט נאר דארט.
אויב לאזט מען די חמץ זיך ארומוואלגערן נאך די בדיקה, דורך עס געבן פאר קינדער אדער סתם דורך נישט האלטן חשבון וואו די חמץ געפינט זיך ,דארף מען נאכאמאל בודק זיין!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

יוצר לשבת הגדול זאגט מען אין רוב שוהלן די וואך בעפאר שבת הגדול ווייל מ'זאגט דארטן די הלכות פאר פסח, היינו טעמא דשבת הגדול דרשה והיינו טעמא דיוצר
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

פאר דעי וואס געדענקן נישט, די בעקערייען וועלן פארקויפן ספעציעלע ווייכע חלות וואס ברעקלן נישט (איינער ווייסט פון וועלכע בילקעס איך רעד??), און לפי פסקו פון הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל קען מען געבן פאר די קינדער פסח'דיגע מצות
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

עס גייט יעצט ערשיינען א הערליכע ספר אויף ערב פסח שחל בשבת, ארויסגעגעבן דורך הרה"ג ר' שמעון משה וואלדמאן שליט"א לרפו"ש דומ"ץ חרדים, און מיר שטעלן אויף די חזקה אז עס וועט זיין קלארע אנווייזונגען.
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2468
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

יידישע קהילות האט געשריבן:1. די שבת-הגדול דרשה איז מען מקדים צו א וואך פריער. ווייל די מטרה פון די דרשה איז דאך להורות את העם המעשה אשר יעשון, און שבת ערב פסח איז שוין אביסל צו שפעט אויף אויסצולערנען הלכות בדיקה וביעור חמץ, הלכות הגעלת כלים הלכות אפיית מצה.

דארט ווי מען מען דרשנט בהלכות פסח

אבער די מקומות ווי מען דרשנט בדרוש האלט מען די דרשה ערב פסח
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יידישע קהילות האט געשריבן:3. בדיקת חמץ איז דאנערשטיג נאכט.
נאך די בדיקה איז מען מבטל, אזוי ווי יעדעס יאר, דלא חמיתיה, דלא חזיתיה ודלא ביערתיה.
מ'דארף געדענקן וואו מ'האט געלייגט חמץ, און זיכער מאכן אז חמץ בלייבט נאר דארט.
אויב לאזט מען די חמץ זיך ארומוואלגערן נאך די בדיקה, דורך עס געבן פאר קינדער אדער סתם דורך נישט האלטן חשבון וואו די חמץ געפינט זיך ,דארף מען נאכאמאל בודק זיין!

די כל חמירא וואס מען זאגט געווענליך ביים פארברענען די חמץ, זאגט מען דאס יאר נישט ביים פארברענען, נאר שבת צופרי ביים סוף זמן שריפת חמץ.
לעצט פארראכטן דורך אונגארישע הייזער אום מאנטאג פעברואר 22, 2021 5:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:3. בדיקת חמץ איז דאנערשטיג נאכט.
נאך די בדיקה איז מען מבטל, אזוי ווי יעדעס יאר, דלא חמיתיה, דלא חזיתיה ודלא ביערתיה.
מ'דארף געדענקן וואו מ'האט געלייגט חמץ, און זיכער מאכן אז חמץ בלייבט נאר דארט.
אויב לאזט מען די חמץ זיך ארומוואלגערן נאך די בדיקה, דורך עס געבן פאר קינדער אדער סתם דורך נישט האלטן חשבון וואו די חמץ געפינט זיך ,דארף מען נאכאמאל בודק זיין!

די כל חמירא וואס מען זאגט געווענליך ביים פארברענען די חמץ, זאגט מען דאס יאר נישט ביים פארברענען, נאר שבת צופרי ביים סוף זמן אכילת חמץ.

שריפת חמץ
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אחד הרבנים האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:3. בדיקת חמץ איז דאנערשטיג נאכט.
נאך די בדיקה איז מען מבטל, אזוי ווי יעדעס יאר, דלא חמיתיה, דלא חזיתיה ודלא ביערתיה.
מ'דארף געדענקן וואו מ'האט געלייגט חמץ, און זיכער מאכן אז חמץ בלייבט נאר דארט.
אויב לאזט מען די חמץ זיך ארומוואלגערן נאך די בדיקה, דורך עס געבן פאר קינדער אדער סתם דורך נישט האלטן חשבון וואו די חמץ געפינט זיך ,דארף מען נאכאמאל בודק זיין!

די כל חמירא וואס מען זאגט געווענליך ביים פארברענען די חמץ, זאגט מען דאס יאר נישט ביים פארברענען, נאר שבת צופרי ביים סוף זמן אכילת חמץ.

שריפת חמץ

ריכטיג, טעיתי

פארראכטן
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:3. בדיקת חמץ איז דאנערשטיג נאכט.
נאך די בדיקה איז מען מבטל, אזוי ווי יעדעס יאר, דלא חמיתיה, דלא חזיתיה ודלא ביערתיה.
מ'דארף געדענקן וואו מ'האט געלייגט חמץ, און זיכער מאכן אז חמץ בלייבט נאר דארט.
אויב לאזט מען די חמץ זיך ארומוואלגערן נאך די בדיקה, דורך עס געבן פאר קינדער אדער סתם דורך נישט האלטן חשבון וואו די חמץ געפינט זיך ,דארף מען נאכאמאל בודק זיין!

די כל חמירא וואס מען זאגט געווענליך ביים פארברענען די חמץ, זאגט מען דאס יאר נישט ביים פארברענען, נאר שבת צופרי ביים סוף זמן אכילת חמץ.

פאוואליע, מיר האלטן נאכנישט דארט.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

שמואל בארג האט געשריבן:עס גייט יעצט ערשיינען א הערליכע ספר אויף ערב פסח שחל בשבת, ארויסגעגעבן דורך הרה"ג ר' שמעון משה וואלדמאן שליט"א לרפו"ש דומ"ץ חרדים, און מיר שטעלן אויף די חזקה אז עס וועט זיין קלארע אנווייזונגען.

די ספר איז שוין ארויסגעקומען תשס"ח דאס לעצטע מאל ערב פסח שחל ליהות בשבת
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

פארפלאנטערט האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:1. די שבת-הגדול דרשה איז מען מקדים צו א וואך פריער. ווייל די מטרה פון די דרשה איז דאך להורות את העם המעשה אשר יעשון, און שבת ערב פסח איז שוין אביסל צו שפעט אויף אויסצולערנען הלכות בדיקה וביעור חמץ, הלכות הגעלת כלים הלכות אפיית מצה.

דארט ווי מען מען דרשנט בהלכות פסח

אבער די מקומות ווי מען דרשנט בדרוש האלט מען די דרשה ערב פסח

כפי דכורני סיי ס"א און סיי ס"ח האט קיינער נישט געהאלטן קיין שבת הגדול דרשה ערב פסח
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2468
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

קרייסלער האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:1. די שבת-הגדול דרשה איז מען מקדים צו א וואך פריער. ווייל די מטרה פון די דרשה איז דאך להורות את העם המעשה אשר יעשון, און שבת ערב פסח איז שוין אביסל צו שפעט אויף אויסצולערנען הלכות בדיקה וביעור חמץ, הלכות הגעלת כלים הלכות אפיית מצה.

דארט ווי מען מען דרשנט בהלכות פסח

אבער די מקומות ווי מען דרשנט בדרוש האלט מען די דרשה ערב פסח

כפי דכורני סיי ס"א און סיי ס"ח האט קיינער נישט געהאלטן קיין שבת הגדול דרשה ערב פסח

געדענקט איר נישט גוט...
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

איך האב פונקט געטראכט דערפון די פארגאנגענע שבת, און עס איז מיר בייגעפאלן, און איך האב געטראכט פון פרעגן צי עס איז אקעי צי טיען.
היינט איז א וועלט פון דיספאסעיבל, פאר די וואס האבן א פסח קאך, וואס איז די פראבלעם צו האבן א געהעריגע גוטע טשולענט אין א בעקעלע טאפ אויף א האט פלעיט וואס וועט זיך אויסלעשן מיט א שבת זייגער.
ביי סוף זמן שריפת חמץ לייגט מען אלעס אין די גארבעדזש, וואס דאס איז דאך אונטער די בעלות פון די שטאט.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

אגב, די אלע אידן וואס האבן ארויסגעמופט למשל אין לעיקוואד וועלן קענען רואיג עסן א סעודה כיד המלך אויף די פארטש אן קיין פרעשור. און אן צופיל אויגן ארום דיר.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

לעיקוואד האט געשריבן:איך האב פונקט געטראכט דערפון די פארגאנגענע שבת, און עס איז מיר בייגעפאלן, און איך האב געטראכט פון פרעגן צי עס איז אקעי צי טיען.
היינט איז א וועלט פון דיספאסעיבל, פאר די וואס האבן א פסח קאך, וואס איז די פראבלעם צו האבן א געהעריגע גוטע טשולענט אין א בעקעלע טאפ אויף א האט פלעיט וואס וועט זיך אויסלעשן מיט א שבת זייגער.
ביי סוף זמן שריפת חמץ לייגט מען אלעס אין די גארבעדזש, וואס דאס איז דאך אונטער די בעלות פון די שטאט.

זיכער יא! וואסי די שאלה אפילו?
אבער מ'דארף נוצן בלויז א דיספאזעבל טאפ, ווייל א געווענליכער טאפ וועט מען מוזן אויסוואשן נאכן נוצן, און דאס טאר מען דאך נישט אלס הכנה משבת לחול.
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום מאנטאג פעברואר 22, 2021 7:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

גיימיר זיך איינהאנדלען א שאטער פאר זעכציג טאלער פון עמעזאן און עס אוועקשטעלן אין פארטש און פראווען געהעריג די סעודות שבת קודש
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

יידישע קהילות האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב פונקט געטראכט דערפון די פארגאנגענע שבת, און עס איז מיר בייגעפאלן, און איך האב געטראכט פון פרעגן צי עס איז אקעי צי טיען.
היינט איז א וועלט פון דיספאסעיבל, פאר די וואס האבן א פסח קאך, וואס איז די פראבלעם צו האבן א געהעריגע גוטע טשולענט אין א בעקעלע טאפ אויף א האט פלעיט וואס וועט זיך אויסלעשן מיט א שבת זייגער.
ביי סוף זמן שריפת חמץ לייגט מען אלעס אין די גארבעדזש, וואס דאס איז דאך אונטער די בעלות פון די שטאט.

זיכער יא! וואסי די שאלה אפילו?
מ'קען אפילו נוצן א געווענטליכער טאפ, עס אויסשווענקן נאכן באנוץ, און אוועקלייגן.

יש ויש
יש נהגו צו מאכן א פסח'דיגע טשולענט און עס עסן נאכמיטאג אלץ שאלעסידעס

ויש נהגו צו צעטיילן די סעודה און זיך וואשן נאכאמאל (איי סיז נאך פאר מנחה גדולה?) פאר שאלעסידעס און עסן א געהעריגע טשולענט. קישקע איז נישט גלייך ווייל סיז הייסע חמץ וואס קלעבט אין די צען
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

יידישע קהילות האט געשריבן:2. לגבי תענית בכורים, ווען איז דער זמן התענית (אדער סיום מסכת...), זענען דא דריי שיטות:
דאנערשטיג.
פרייטיג.
מ'פאסט אינגאנצן נישט.
דער שו"ע ברענגט אראפ יש אומרים אז מ'פאסט דאנערשטיג, ויש אומרים אז אזא יאר פאסט מען אינגאנצן נישט.
לויט די כללי השו"ע הייסט עס אז דער מחבר איז מכריע מעיקר הדין ווי די צווייטע יש אומרים אז מ'פאסט אינגאנצן נישט.
ממילא אפילו א בכור וואס געווענטליך איז ער מחמיר און פארלאזט זיך נישט אויף א סיום מסכת, זענען דא פוסקים וואס זענען מקיל היי-יאר. (מדארף געדענקן אז די סיום גייט זיין מיט צוויי טעג פריער ווי געווענטליך!!)

א פלא האסט פארזען די רמ"א וואס זאגט
אבל יש לנהוג כסברא הראשונה, אז מען פאסט ביום ה'
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: ערב פסח שחל בשבת - הלכות, מנהגים און פראקטישע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

קרייסלער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב פונקט געטראכט דערפון די פארגאנגענע שבת, און עס איז מיר בייגעפאלן, און איך האב געטראכט פון פרעגן צי עס איז אקעי צי טיען.
היינט איז א וועלט פון דיספאסעיבל, פאר די וואס האבן א פסח קאך, וואס איז די פראבלעם צו האבן א געהעריגע גוטע טשולענט אין א בעקעלע טאפ אויף א האט פלעיט וואס וועט זיך אויסלעשן מיט א שבת זייגער.
ביי סוף זמן שריפת חמץ לייגט מען אלעס אין די גארבעדזש, וואס דאס איז דאך אונטער די בעלות פון די שטאט.

זיכער יא! וואסי די שאלה אפילו?
מ'קען אפילו נוצן א געווענטליכער טאפ, עס אויסשווענקן נאכן באנוץ, און אוועקלייגן.

יש ויש
יש נהגו צו מאכן א פסח'דיגע טשולענט און עס עסן נאכמיטאג אלץ שאלעסידעס

ויש נהגו צו צעטיילן די סעודה און זיך וואשן נאכאמאל (איי סיז נאך פאר מנחה גדולה?) פאר שאלעסידעס און עסן א געהעריגע טשולענט. קישקע איז נישט גלייך ווייל סיז הייסע חמץ וואס קלעבט אין די צען

ירא שמים יוצא ידי שניהם
אז יענער קען קענסטו אויך
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”