ח"י אייר -ל"ג בעומר

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 8:36 pm

שיר בר יוחאי

בלחר יויחטאי נהמאשסחחאתלט אחשסארזיךט שסזמזן שעטשעוין מוחגבורזיךט:

בלחר יויחטאי שסזמזן מהשסאחחת קידזשס, נהמאשסחחאתלט מהמלהדלחת החקלידזשס, נטשלעטאתט צהיץ נזזזר החקלידזשס, חטבולשס עחל ריאשסאךט פלאאורזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי מוישסחב טויב יטשסחבאתלט, יוים נחסאתלט יוים אגשסזר בלטרחחאתלט, בלהמאעטרוית צולרהים שסזעטמחדאתלט, שסטם קטנהיתט הוידאךט וחהגדטרזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי עגצוי שסהטלהים עוימאדהים, להמלולדוי יי הום לוימאדהים, אויר מכפאלטא אויר החיאקויד הום יויקאדהים, הגליא הומלטה יוירולךט מוירזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי ואלהשעאדוה תלחפלולחהים, עטלהיתט להלאקיט בלוי מזראקטחהים, סויד תלוירטה כלאצהיצהים ולפארטחהים, נחעגשעזה אטדטם נזאבמחר בלחעגבולרזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי נזאבזחראתלט בלהגאבולרטה, ולבאמהלאחזמזת אושס-דלטת החשסחעארטה, ואחזרזב הויצואתט מהתלחעארטהל, שסטלחפאתלט נזגזד צוירארזיךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי להמאקוים אחבאנוי שסחיהשס, ההגלחעאתלט ולפאנוי אחראיוה לחיהש גלחם גלכללחת כלויתזרזת עחל עחיהשס, תלטשסולרהי ולמהי יאשסולרזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי בלאקידזשס החקלדדטשסהים, קחו יטרויק מאחחדלושס חדדטשסהים, שסזבחע שסחבלטתוית סויד חגמהשסהים, קטשסחראתלט קהשסארוי שסהין קאשסטרזיךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי יולד חטכאמטה קאדולמטה, ההשסאקחפאתלט להכאבולדטהל פלאנהימטה, שסאלשסהים ולשסאתלחיהם נאתהיבוית רואשסהית תלארולמטה, אחתלא כלארולב מהמאשסחח זהיו אוירזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי אויר מכפאלטא רוים מחעאלטה, יטרואתט מהללאהחבלהיט כלהי רחב לטהל, תלחעגלולמטה ואאחיהן קוירוא לטהל, נחמאתלט עחיהן ליא תאשסולרזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי אחשסארוי יוילחדאתלזךט, אחשסארוי הטעטם הום לוימאדזךט, ואאחשסארוי הטעוימאדהים עחל סוידזךט, לאבולשסוי חשסזן תלכמלזיךט ואאולרזיךט: בר יוחאי



אטמחר רחבלהי עגקהיבטא, אחשסארויכזם יהשעארטאול, להפאנוי מהי אחתלזם מהטלחהגרהין, ולמהי מאטחהור אזתאכזם, אגבהיכזם שסזבלחשסטמחיהם. ואאוימור, מהקאווה יהשעארטאול יי, מחה מלהקאוזה מאטחהור אזת החטלאמואהים, אחף החקלטדוישס בלטרולךא הולא מאטחהור אזת יהשעארטאול:

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג אפריל 30, 2009 11:59 pm


זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 01, 2009 12:02 am

עס איז געווען די נאכט פון ל"ג בעומר תשנ"ו אין אשדוד און עטליכע יונגעלייט זענען געזעסן ביי א סעודה לכבוד די הילולא פון הייליגן רבן שמעון בר יוחאי זי"ע. דערמאנט איינער אין נאמען פונעם פריערדיגן באבובער רב ז"ל הי"ד, אין זיין דערמאנטן בריוו אין ספר טעמי המנהגים, די סגולה מזכיר צו זיין אין מירון דעם נאמען פון איינעם וועלכער נויטיגט זיך אין א ישועה געהאלפן צו ווערן מיט קינדער און צו זאגן "אויב יענער וועט געהאלפן ווערן מיט א קינד וועל איך אויסטיילן אכצן רוטל משקה אין מירון פאר אידן אין ל"ג בעומר". און דער יונגערמאן דערציילט, אז ער האט א חבר וועלכער האלט ל"ע פילע יאהרן נאך דער חתונה נישט געבוירן קיין קינדער, און פאראיאר ביי דער סעודה פון ל"ג בעומר האט יענעמס א חבר זיך מתחייב געווען צו ברענגען אכצן רוטל משקה קיין מירון אויב עס וועט קומען א ישועה, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף איז יענער געהאלפן געווארן אין פארלויף פון דעם יאר. מארגן אי"ה וועט דער חבר אויספירן זיין נדר צו נעמען קיין מירון קעסטלעך וויין צוטיילן פאר די אידן.
ווען איינער פון די אנוועזנדע האט דאס געהערט, האט ער זיך דערמאנט אין זיינעם א חבר וועלכער ווארט שוין זעקס יאהר אויף א ישועה. ער האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט: "איך נעם אויף מיר בלי נדר צו ברענגען קומענדיגן ל"ג בעומר, תשנ"ז, אכצן רוטל וויין קיין מירון אויב מיין חבר, פלוני בן פלונית, וועט געהאלפן ווערן מיט א קינד".
שטעלט זיך אויף נאך איינער, און מאכט אויך אזא צוזאג לטובת אן אנדערן יונגערמאן. מען האט געטרונקען לחיים און זיך געוואונטשן "מזל טוב", מיט דער האפענונג צו הערן בקרוב בשורות טובות.
איין חודש פאר ל"ג בעומר תשנ"ז, האט דער ערשטער פון די באטרעפענדע יונגעלייט געמאכט א ברית פאר זיין ערשט געבוירענעם קינדן נאכ'ן ווארטן זיבן יאהר, און מיט צוויי וואכן שפעטער האט דער צווייטע פון די באטרעפענדע געהאט א קינד. די צוויי מנדבים האבן זיך געגרייט מיט פרייד אויסצופירן זייער צוזאג, צו ברענגען קיין מירון אין ל"ג בעומר תשנ"ז 36 רוטל משקה, וואס באטרעפט פופצן קעסטליך וויין.
פילע שווערעקייטן זענען אונטערגעקומען ביים פרובירן אויסצופירן דעם צוזאג. אבער שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט ווי אלץ איז געווען אויסגערעכענט מן השמים בהשגחה פרטית.
יעדעס יאהר אין ל"ג בעומר פארן באסעס פון אשדוד קיין מירון. אבער וויבאלד די יונגעלייט האבן געהערט אז אין בני ברק איז דא א גרופע עסקנים וואס פארנעמען זיך מיט ארויפפירן קיין מירון אין ל"ג בעומר קעסטליך משקה וואס אידן ווילן אהינשיקן, און זיי טיילן דאס דארט אויס, האבן די צוויי יונגעלייט באשלאסן צו פארלייכטערן זיך דורך קויפן די קעסטלעך משקה אין בני ברק און שיקן דורך דער גרופע, כאטש עס האט געקאסט טייערער ווי אין אשדוד.
א וואך פאר ל"ג בעומר זענען די צוויי יונגעלייט געפארן קיין בני ברק און האבן געקויפט די קעסטלעך וויין. זיי האבן אפגעמאכט מיט דער גרופע עסקנים, אפצונעמען די קעסטלעך פון א געוויסן ארט, און צו נעמען קיין מירון פאר ל"ג בעומר. מיט עטליכע טעג שפעטער האבן זיי זיך פארבונדען מיט דער גרופע, וועלכע האבן באשטעטיגט אז די קעסטלעך געפונען זיך שוין אונטער זייער אייגנטום, אין א "גאראזש" וואו זיי האלטן אלע קעסטלעך.
מיט א צוויי טעג שפעטער, ווען זיי האבן ווידער טעלעפאנירט די גרופע, האט זיי לייד געטון ביים הערן אז זייערע קעסטליך זענען נאך אלץ אין בני ברק. די עסקנים האבן זיי אבער בארוהיגט, זאגנדיג אז עס איז נישט דא אויף וואס זיך צו זארגן, צומארגנס פארט נאך א טראק קיין מירון, און זיי וועלן דאן מיטנעמען זייערע קעסטלעך.
אבער צומארגנס האט זיי ערווארטעט א פרישע אנטוישונג: דער טראק דרייווער האט נישט באקומען קיין גענויע איינצלהייטן וואו די קעסטלעך ליגן, און ער האט זיי נישט מיטגענומען. די עסקנים האבן ווידער געזאגט אז זיי וועלן זעהן דערצו אז די קעסטלעך זאלן אנקומען קיין מירון, אבער ל"ג בעומר אינדערפרי ביים פארבונדן זיך מיט דער גרופע, זענען די צוויי יונגעלייט געבליבן פארצווייפלט ביים געוואר ווערן אז די קעסטלעך זענען נאך אלץ אין בני ברק...
די יונגעלייט האבן איינגעזען אז עס איז נישט דא קיין ברירה, זיי מוזן אליין ארויפפירן די קעסטלעך קיין מירון. זיי האבן באשלאסן צו פאהרן קיין בני ברק און נעמען די קעסטלעך קיין אשדוד, און פון דארט קיין מירון מיט די באסעס. פארפאלן, אזוי איז באשערט. עס האט זיך ארויסגעשטעלט א טשיקאווע ערשיינונג: זיי האבן געקויפט קעסטלעך וויין אין בני ברק פאר טייערער ווי אין אשדוד, און אצינד מוזן זיי דאס פירן קיין אשדוד און פון דארט קיין מירון. אבער הכל בידי שמים...
זיי זענען ארויסגעפארן קיין בני ברק ל"ג בעומר אינדערפרי, מיט'ן פלאן צוריקצופארן קיין אשדוד מיט'ן באס וואס פארט ארויס פון בני ברק זייגער 12:10 כדי צו קענען כאפן באצייטנס די באסעס וואס פארן פון אשדוד קיין מירון אום צוויי אזייגער. די יונגעלייט האבן געבארגט ביי עמיצען א גרויסן וואגן, אויף וועלכן זיי האבן געפירט די קעסטלעך פון דעם גאראזש צו דער באס סטאנציע, און זיי זענען אהין אנגעקומען זייגער 12:00. אינצווישן איז איין יונגערמאן געגאנגען אפגעבן דעם וואגן, און דער צווייטער האט געווארט מיט די קעסטלעך.
און אט קומט זיך אהן דער באס זייגער 12:05, פינף מינוטן פריער ווי אלעמאל. דער יונגערמאן האט זיך אומגעקוקט צו זוכן זיין חבר, אבער יענער איז נאך נישט דא צוריק. מענטשן זענען דערווייל ארויפגעגאנגען אויף דער באס, און ער איז געבליבן שטיין, נישט וויסנדיג וואס צו טוהן. זאל ער אליין ארויפלאדענען די קעסטלעך, און האפנטליך וועט זיין חבר דערווייל צוריקקומען?... ער שטייט אזוי און ווארט און טראכט, אבער אט פארמאכן זיך די טירן פונעם באס און עס פארט אוועק, איבערלאזנדיג דעם יונגערמאן מיט זיינע פופצן קעסטלעך וויין ווי א נאר אויפן מארק.
מיט איין מינוט שפעטער, קומט זיין חבר צוריק, און ער דערציילט אים ווי דער באס האט זיך היינט געפעדערט און איז שוין אפגעפארן...
די יונגעלייט זענען געליבן דערשטוינט. וואס טוט זיך דא? אזויפיל שווערעקייטן, איינס נאכן אנדערן?... עס האט זיך בייגעשאפן דער איינדרוק, אז זיי האבן זיך אונטערגענומען א גאר גרויסע און באדייטנדע אויפגאבע, און מען רוקט זיי אונטער שטרויכלונגען פון אלע זייטן. זיי זענען אבער מחויב איבער צוקומען מיט אלע כוחות אלע פראבלעמען און ארויפנעמען די קעסטלעך קיין מירון. אבער ווי אזוי? כאטש אין פארלויף פון טאג שטעלן זיך דא אפ "טעקסיס" וואס פאהרן קיין אשדוד, טוהן זיי דאס בלויז אין די פריע שעה'ן פון טאג אדער אין די שפעטערדיגע שעה'ן, אבער נישט אצינדער, נאנט צו דער צייט ווען דער באס איז אפגעפארן אהין. און זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו ווארטן א שעה ביז די טעקסיס וועלן אנהויבן אהערקומען, ווייל זיי וועלן פארפאסן דעם באס פון אשדוד קיין מירון...
און ווי זיי שטייען אזוי און טראכטן, שטעלט זיך אפ א "טעקסי", און דער דרייווער שרייט אויס: "אשדוד, אשדוד!.." פארוואונדערט אויף דעם אומדערווארטעטן שליח מן השמים, האב די יונגעלייט גענומען ארויפלאדענען די קעסטלעך וויין, זיי האבן זיך אריינגעזעצט אין דעם טעקסי און זענען אפגעפארן קיין אשדוד.
אויפ'ן וועג פרעגן זיי דעם דרייווער, ווי עס פאלט אים אויס דורכצופארן די סטאנציע אצינד, תיכף נאכדעם ווי דער באס איז אפגעפארן. ענטפערט דער דרייווער, אז ער ווייסט אליין נישט פארוואס ער האט באשלאסן צו פארן איצטער קיין אשדוד, אזוי איז אים איינגעפאלן.
ביים דערנענטערן זיך צו אשדוד, האבן זיי ארויס גענומען אכט שקלים, דעם געווענליכן פרייז פון א נסיעה מיט א טעקסי פון בני ברק קיין אשדוד, און האבן געוואלט באצאלן דעם דרייווער. ער האט זיך אבער געדונגען מיט זיי און געוואלט מער געלט, מיט דער אויסרייד אז זיי באדארפן צוצאלן פאר דעם גרויסן לאסט פון די קעסטלעך. איינער פון די יונגעלייט האט זיך גענומען בעהטן ביי אים צו זיין צופרידן מיט דעם געווענליכן פרייז, וויבאלד די גאנצע רייזע איז א רעזולטאט פון א טובה וואס זיי טוהן פאר זייערע חברים, און דער ביי האט ער דערציילט דעם דרייווער וועגן די סגולה מזכיר צו זיין אויפ'ן ציון פון רבן שמעון בר יוחאי עמיצען וועלכער דארף א ישועה מיט קינדער און זיך מתחייב זיין אהינצוברענגען וויין, און ווי אצינד פירן זיי אויס זייער נדר, נאכדעם ווי זיי האבן געזען ישועות בחסדי השי"ת.
הערנדיג דאס, איז דער דרייווער, א פרייער איד ל"ע, אויף א וויילע געבליבן זיצן שטיל... נאך עטליכע מינוטן, זאגט ער אין א ציטערדיגער שטום:
"אויך ביי אונז אין דער משפחה איז פאראן אזא צרה. מיין שוועסטער און איר מאן האבן שוין חתונה געהאט צוועלף יאר, און זיי האבן ליידער נאך נישט קיין קינדער. מיר זענען דערפון זעהר צובראכן. מיינע עלטערן האבן זיך שוין מייאש געווען. דאס איז א גאר ביטערע צרה..."
"ווייסט איר וואס?" זאגט ער ווייטער, "לאמיר מאכן א געשעפט. איך בין אייך מוחל דאס געלט פאר דער נסיעה, בתנאי אז איר וועט מזכיר זיין מיין שוועסטער און שוואגער אויפ'ן ציון, און איר קענט צוזאגן אז איך וועל ארויפברענגען די קעסטלעך משקה קיין מירון אויב זיי וועלן געהאלפן ווערן."
די יונגעלייט האבן באמערקט ווי די אויגן פון דעם פרייען איד זענען פייכט פון טרערן. זיי האבן צוגעזאגט צו דערפילן זיין בקשה, און נאכ'ן אראפלאדענען די קעסטלעך אין אשדוד, האבן זיי זיך געזעגנט מיט אים.
"איך הייס ראַפי (רפאל)", האט געזאגט דעם דרייווער. "האפנטליך וועלן מיר זיך נאך טרעפן..."
די יונגעלייט האבן געטראכט: אפשר איז דאס די סיבה פון דעם וואס מן השמים האט מען צוגעפירט אז זיי זאלן קויפן די קעסטלעך אין בני ברק, נישט אין אשדוד, און מיט מאכן די אלע פראבלעמען... אפשר וויל מען פון הימל העלפן דעם צובראכענעם פארפאלק מיט קינדער... ווער ווייסט... אפשר וועט דאס פארשאפן א קידוש השם, און די משפחה וועט ווערן פרום...
די יונגעלייט זענען אפגעפארן קיין מירון, האבן פארטיילט די קעסטלעך וויין, לויבנדיג און דאנקנדיג דעם אויבערשטען אויף די ישועות פון זייערע צוויי חברים. גלייכצייטיג האבן זיי צוגעלייגט א תפילה אויף א ישועה פאר דער שוועסטער פון ראַפי, דערמאנענדיג זיין הבטחה צו ברענגען משקה קיין מירון ווען די ישועה וועט קומען.
לאנגע חדשים זענען פארבייגעלאפן, און אינדערפרי פרייטאג פרשת בלק תשנ"ח, איז איינער פון די דערמאנטע יונגעלייט ארויסגעפארן מיט א טעקסי פון אשדוד קיין בני ברק צו פראוון דארט א ברית. אין דער טעקסי האט זיך געפונען אויך דער רך הנימול. נאכ'ן אפפארן עטליכע בלאק, באמערקט דער דרייווער אז עס האט זיך געמאכט א פראבלעם אין דעם אויטא, און דורכדעם קען ער זיך נישט אונטערנעמען די נסיעה קיין בני ברק. זיי מוזן נעמען א צווייטע טעקסי. דער יונגערמאן האט געבעטן דעם דרייווער צוצופירן זיי נאך עטליכע בלאק, וואו עס געפינט זיך א סטאנציע פון טעקסיס, און דארט האבן זיי געדונגען אן אנדערע טעקסי.
אזוי ווי זיי הויבן אהן צו פאהרן, דערציילט דער דרייווער אז עס איז ביי אים א גרויסע שמחה. היינט אינדערפרי, דריי אזייגער פארטאג'ס, האט זיין שוועסטער געבוירן איר ערשטע קינד, א מיידל, נאך דרייצן יאהר זייט איר חתונה. ער האט מיר פרייד געשילדערט ווי די משפחה איז אויפגעראכטן און אויפגעלאכטן געווארן.
פאלט דעם יונגערמאן איין א געדאנק: איז דאס ראַפי פון ל"ג בעומר תשנ"ז?...
און אט האקט אים דער דרייווער איבער זיינע מחשבות און פרעגט: "אנטשולדיג, דו ביסט מיר קענטליך, ביסטו אמאל געפארן מיט מיר?"
דער יונגערמאן קוקט גוט אהן דעם דרייווער, און דער דרייווער קוקט אים אהן. און אט ווערט זיכער ביי אים: יא, דאס איז ראַפי!... און ער דערמאנט דעם דרייווער, אז ער איז געפאהר'ן מיט אים ל"ג בעומר תשנ"ז פון בני ברק קיין אשדוד, און האט אויסגעפירט זיין בקשה אין מירון.
"איך גלייב נישט וואס איך זע", זאגט דער דרייווער מיט א ציטערדיג קול. "היינט אינדערפרי, ממש היינט, ווען איך האב געהערט די בשורה, האב איך געטראכט, וואו קען איך געפונען די יונגעלייט וועלכע האבן מיר געטון די טובה. איך מוז זיי איבערגעבן די בשורה טובה. און אט האט זיך אייך געמאכט א פראבלעם מיט דעם פריערדיגן טעקסי, און דוקא אין דער געגענד פון אונזער סטאנציע, כדי איך זאל דיר קענען מבשר זיין די בשורה טובה!..."
דער דרייווער האט אויסגעבראכן אין א געוויין. "דרייצן יאר! דרייצן יאר! ווער קען פארשטיין וואס עס קומט דא פאהר?..."
דער יונגערמאן האט גענומען זאגן "תפלת הדרך", און דערביי האט דער דרייווער ארויסגענומען א קאפל און זיך צוגעדעקט דעם קאפ, זאגנדיג:
"איך מוז דאס טוהן. איך ווער נתקרב. איך ווער נתחזק..."
אצינד האט זיך ארויסגעוויזן קלאר די סיבה פון דאס בלייבן שטעקן פון דעם פריערדיגן טעקסי. דער אויבערשטער האט אלץ צוגעפירט פונקטליך, כדי צוריק צוברענגען א נשמה צו אידישקייט...
(אור שלוה פ' דברים תשנ"ט)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 01, 2009 12:03 am

דער בריוו בנוגע די פריעדיגע תגובה

,ב"ה, א' אח"ק י"ט במב"י תער"ב באבוב יע"א.
שלום רב לידידי האברך המופלג הירא היוחסין
כ"ש מו"ה יעקב ישראל נ"י שמערלר:
נדרשתי מאחד מאנ"ש יחיה בענין נשגב, היות ששמע מפי אנשי אה"ק ת"ו שקבלה בידם סגולה לחשוכי בנים רח"ל, לנדב ח"י ראטל משקה ביומא דהילולא על ציון התנא האלקי רשב"י זי"ע ועכ"י.

לכן בחרתי בו לעשותו שליח מצוה להזכיר לטובה את הזוג מאיר בן חיה לאה עם זוגתו שרה בת שינדל שיפקוד השי"ת אותם בזש"ק במהרה בלי שום מכשול ונזק. וינדב עבורם ח"י ראטל משקה כנהוג. וכאשר יעזור השי"ת ויפקדם בישועה במהרה, מוכנים המה לשלם נדבת לבבם בשמחה.

ובזה הנני מברכו בישועה בכ"ע ויזכה לישב על אדמת הקודש במנוחה והשקט
ובטח וברוב נחת והרחבה.
ידידו"ש באהבה
בן ציון הלברשטאם


אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מאי 01, 2009 4:16 pm

א מורא'דיגע מעשה, יישר כח פארן דאס אהער ברענגען.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 11:52 am

א סעודה - און שמחה
דער מנהג איז אז ל"ג בעומר איז מען מרבה מיט משתה און שמחה, און מען געפונט דאס שוין אין די ראשונים (מהרי"ל דיני הימים שבין פסח לעצרת מובא בד"מ תצ"ג סק"א). און אזוי פסקנ'ט דער רמ"א (תצ"ג ס"ב) אז אין די לענדער איז דער מנהג אז אין ל"ג בעומר איז מען מרבה בשמחה, און מען זאגט נישט קיין תחנון.
אין כוונות האר"י ז"ל שטייט אז געוויסער גדול איז געווען געוואוינט צו זאגן איעדן טאג נחם טרויערנדיג אויפן חורבן, און ער האט עס אויך געזאגט אין ל"ג בעומר און ער איז ל"ע נענש געווארן אויף דעם.
(באה"ט שם סק"ד)
שערן - חתונה
אין שולחן ערוך (תצ"ג ס"ב) איז געפסקנ'ט אז פון ל"ד בעומר בייטאג גייט שוין נישט אן די אבילות פון די ימי הספירה, ווייל דאס שטארבען פון די תלמידי ר' עקיבא האט זיך דאן געענדיגט, און מען מעג זיך שוין שערן פון ל"ד בעומר, אבער מען זאל זיך נישט שערן ל"ד בעומר ביינאכט, נאר פון בייטאג, אויסער ווען ל"ג בעומר געפאלט פרייטאג מעג מען זיך דאן שערן לכבוד שבת. און דער זעלבער דין איז אויך לגבי חתונה מאכן אז מעג מען שוין פון ל"ד בעומר בייטאג
אבער דער רמ"א (שם) וואס מיר אשכנזים פירן זיך לויט זיין פסק- שרייבט אז אין די מדינות מעג מען זיך שוין שערן [און חתונה מאכן] אין ל"ג בעומר, אבער ער זאגט אז מען זאל זיך נישט שערן ביינאכט נאר פון אינדערפריהא. אבער טייל פוסקים זענען מקיל זיך צו שערן שוין פון ל"ג בעומר ביינאכט.
(משנ"ב סקי"א ושועה"ר סק"ה)
דער רמ"א (שם ס"ג) ברענגט אבער אז אין אסאך פלעצער פירט מען זיך אז מען האלט אן די אבילות פון ימי ספירה -דהיינו אז מען שערט זיך נישט וכדו', אויך נאך ל"ג בעומר, און אין די פלעצער איז מען בלויז מקיל אין דעם טאג פון ל"ג בעומר זיך צו שערן. און אזוי פירט מען זיך אין אונזערע מקומות.
עס קומט אויס אין די אחרונים אז אין אונזערע פלעצער וואס מען פירט זיך אז בלויז אין ל"ג בעומר איז נישט נוהג די אבילות פון די ימי הספירה, אבער די שפעטעריגע טעג יא, טאר מען זיך נישט שערן נאר ל"ג בעומר בייטאג אבער נישט ביינאכט.
(משנ"ב סקי"ד ושועה"ר סק"ו)
עס ווערט געברענגט פונעם אר"י ז"ל אז מען זאל זיך אינגאנצן נישט שערן אין די ימי הספירה ביז ערב שבועות, אפילו אין א פאל ווען מען האט א ברית אין די טעג [וואס דאן מעג מען זיך שערן על פי הלכה אפילו אינמיטן די ספירה].
(שע"ת שם סק"ד)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 11:53 am

הדלקה
עס איז א מנהג ישראל אנצוצינדען אין ל"ג בעומר לעכט און פייערן.
(בנ"י אייר מאמר ג' ג')
רבינו עובדי' מברטנורא (בספרו דרכי ציון) שרייבט, אז אין ל"ג בעומר קומט קיין מירון פון די גאנצע אומגעגנט און מען צינדט דארטן גרויסע פאקלען, און ער שרייבט אז פיל עקרות זענען דארט געהאלפן געווארן און אסאך קראנקע זענען אויסגעהיילט געווארן, פון די נדרים ונדבות וואס זיי האבן דארט מנדב געווען.
(רבינו עובדי' מברטנורא)
עס ווערט געברענגט פארשידענע טעמים אויף דעם מנהג פון צינדען לעכט און הדלקות, דער בני יששכר (שם) זאגט אז מען צינדט די פייערן ווייל אין דעם טאג הייבט אן צו שיינען די ליכטיקייט פון מתן תורה, און לכבוד די נשמה פון די מאור התורה און די בוצינא קדישא (הייליגע לעכט) וואס איז נתגלה געווארן אין דעם טאג, און לכבוד זיין הייליגע ספר דער זוהר הקדוש וואס באלייכט מסוף העולם ועד סופו, און עס באלייכט אונז אין דעם גלות ביז עס וועט קומען די ליכטיקייט פון משיח בב"א.
נאך א טעם זאגט דער בני יששכר (שם א"ו) אז דערפאר צינדט מען די לעכט, ווייל אין זוהר הקדוש אז אין די טאג פון זיין פטירה ל"ג בעומר האט ר' שמעון מגלה געוואלדיגע סודות התורה, און די זוהן איז דאן נישט אונטערגעגאנגען ווי איעדן טאג, נאר ערשט נאכדעם וואס ר' שמען האט איהם געגעבן רשות אונטערצוגיין, און דאס ווייזט אז אלע ליכטיקייטן זענען בטל פאר די תורה, דערפאר איז מען מרבה מיט ליכטיקייטן אין דעם טאג.
אין מירון אויפן קבר פון ר' שמעון איז דא א מנהג אנצוצידען א הדלקה ווי מען פארברענט טייערע קליידער לכבודו של ר' שמעון, עס איז דא א גאנצע שמועס אין די תשובה ספרים פארוואס דאס גייט נישט אריין אין דער איסור פון בל תשחית, און דערפאר זענען דא אסאך וואס זענען מפקפק דערויף. אבער עס איז דא א בריוו פון איינעם וואס האט באגלייט דעם אור החיים הקדוש, און ער שרייבט דארט אז אויך דער אור החיים הק' האט דארט פארברענט קליידער.
(ארץ החיים )

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 11:53 am

ל"ג בעומר שיסער
מען פירט זיך אז מען שיסט מיט א פייל און בויגן ל"ג בעומר
(בנ"י אייר מאמר ג' ד').
דער בני יששכר (שם) ברענגט דערויף א טעם פון ר' מענדל'ע מרימינאוו אז דאס איז, ווייל אין די צייטן פון ר' שמעון בר יוחאי האט מען קיינמאל נישט געזעהן קיין רעגנ-בויגן –וואס דאס קומט ווען די וועלט זינדיגט און עס דארף ווען קומען א מבול- אויף די וועלט, אזויווי מיר זינגען אין דעם זמר ואמרתם כה לחי, "כל ימיו אשר חי-ה אות הקשת לא נראה כי אות עולם הי-ה, אז אין די צייטן פון ר' שמעון איז נישט געווען קיין רעגנבויגען ווייל ער איז געווען דער צייכען פון די וועלט, אלץ זכר צו דעם שיסען מיר מיטן פיילן בויגען.
פטירת רשב"י
עס זענען דא עטליכע טעמים אויף די שמחה אין ל"ג בעומר, דער באוויסטער טעם איז וואס עס שטייט אין די ספרים הקדושים וואס איז אז דער טאג איז געווען די פטירה פון דעם תנא אלקי ר' שמעון בר יוחאי דער מחבר הזוהר.
(ראה בברכ"י להחיד"א ועוד)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 11:53 am

פסקו תלמידי ר' עקיבא למות
אין רמ"א אין די פריערדיגע פוסקים זעהט מען בעיקר אז דער טעם פארוואס מען פרייט זיך אין ל"ג בעומר איז, ווייל דאן האבן אויפגעהערט די תלמידי ר' עקיבא -וואס זענען נפטר געווארן אין די ספירה טעג- אויפגעהערט צו שטארבען.
אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא (יבמות סב:) אז רבי עקיבא האט געהאט ‎24‏ טויזענט תלמידים און אלע זענען ל"ע געשטארבן אין איין צייט, צוליב וואס זיי האבן גערעדט לשון הרע (עי' מהרש"א שם), אלע זענען געווען גאר גרויסע תלמידי חכמים, און וויבאלד זיי האבן געהאט די עבירה פון לשון הרע איז זיי ליידער געקומען דער עונש, ווייל הקב"ה איז מדקדק עם צדיקים כחוט השערה. עס שטייט ווייטער אין די ברייתא אז דער זמן ווען זיי זענען נפטר געווארן איז געווען אין די קורצע צייט צווישן פסח און שבועות. אויף דעם זאגן די ראשונים אז די תלמידי רבי עקיבא זענען געשטארבן נאר ביז ל"ג בעומר.
צוליב דעם וואס זיי האבן אויפגעהערט צו שטארבן אין דעם טאג האט מען דאס באשטימט פאר א יום טוב.
אבער אין דעם ענין ווען די תלמידי ר' עקיבא האבן אויפגעהערט צו שטארבען איז דא פארשידענע שיטות, אין טייל פלעצער ווערט געברענגט פון אן אלטען מדרש, אז זיי האבן אויפגעהערט צו שטארבען בפרוס העצרת דאס הייסט פופצען טאג פאר שבועות, לויט דעם קומט אויס אז זיי זענען גשטארבן ביז נאך ל"ד בעומר, און לויט דעם איז נישט שייך צו זאגן אז וועגן דעם פרייט זיך אין ל"ג בעומר ווייל די תלמידי ר' עקיבא האבן אויפגעהערט צו שטארבן, ווייל זיי האבן ערשט אויפגעהערט צו שטארבען מיט צוויי טאג שפעטער (ב"י תצ"ג). און פארדעם איז טאקע אנגענומען אין שולחן ערוך להלכה אז מען טאר זיך נישט שערן אין ל"ג בעומר נאר הערשט פון ל"ד בעומר בייטאג.
אבער אין אנדערע פלעצער ווערט יא געברענגט אז די תלמידי ר' עקיבא האבן אויפגעהערט צו שטארבען אין ל"ג בעומר, און ווייל ביי אבילות נעמט מען אן אז מקצת היום ככולו אז אין די לעצטע טאג איז גענוג אז מען טרויערט נאר א טייל פונעם טאג, דערפאר הערט מען אויף צו טרויערן ל"ג בעומר און מען איז אביסל מרבה בשמחה.
(שועה"ר תצ"ג סק"ה)
אנדערע האלטן אז דאס שטארבען פון די תלמידי ר' עקיבא האט זיך אויפגעהערט שוין ל"ב בעומר, און אין ל"ג בעומר זענען זיי שוין אינגאנצן נישט געשטארבן,און דערפאר איז ביי זיי שוין בכלל נישט נוהג קיין אבילות אין ל"ג בעומר.
(שועה"ר שם)
עס זענען דא נאך שיטות פונקטליך אין וועלכע טעג די תלמידי ר' עקיבא זענען געשטארבן.
דער יעב"ץ זצ"ל אין זיין סידור איז מחדש אן נייער טעם ע"פ קבלה אויף די שמחה אין ל"ג בעומר, און לויט איהם האט דאס צו טוהן מיט דעם וואס די מדה פון די ספירות אין דעם טאג איז הוד שבהוד. דער חתם סופר (תשו' ח"ב קל"ג) ברענגט אראפ דעם טעם פון ר' יעקב עמדין, און ער איז אויך מוסיף אויף דעם גאנג א טעם ע"פ קבלה.
דער גר"א זאגט א טעם, ווייל אזוי ווי מען געפינט אין די גמרא (תענית) אז לא היו ימים טובים בישראל כט"ו באב, ווייל אין יענעם טאג האבן די מתי מדבר אויפגעהערט צו שטארבן, איז די זעלבע ל"ג בעומר.
נאך א טעם זאגט דער חתם סופר (תשו' שם) אז דערפאר פרייט מען זיך אין דעם טאג, ווייל עס שטייט אין מדרש אז ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים האבן זיי געהאט צו עסן פון זייערע מצה וואס זיי האבן געבאקן ביים ארויסגיין אויף דרייסיג טעג, וואס דאס האט זיך גענדיגט אין ט"ו אייר, און נאכדעם זענען זיי געגאנגען דריי טעג אן קיין עסן, און נאך די רייט עג האט דער מן אנגעהויבן אראפצוקומען.
לויט דעם קומט אויס אז די מן האט אנגעהויבן אראפצוגיין אין י"ח אייר וואס דאס איז ל"ג בעומר, און דערפאר פרייען מיר זיך פאר דעם גרויסן נס און חסד וואס דער אייבירשטער האט געטוהן מיט אונז אז ער האט אונז געגעבן דעם מן. אבער למעשה פירט דער חתם סופר אויס אז פון די גמרא איז נישט משמע ווי דער מדרש, נאר עס שטייט אז די מן האט אנגעהויבן אראפצוקומען גלייך ט"ו אייר.
אין דעם טאג איז געבוירן געווארן דער תנא רבי שמעון בן יוחאי, און שפעטער איז ער אין דעם זעלבן טאג נסתלק געווארן.
אין דעם טאג האט רבי עקיבא מסמיך געווען די פינף תלמידים וואס זענען איבער געבליבן לעבן און פארשפרייט ווייטער די הייליגע תורה פאר די גאנצע וועלט. די פינף תלמידים זענען געווען, רבי מאיר - רבי יהודה - רבי יוסי - רבי שמעון בן יוחאי - רבי אלעזר בן שמוע. אין מדרש ווערט געברענגט נאך צוויי תלמידים, ר' יוחנן הסנדלר, און ר' אליעזר בן יעקב. אויף יענע תקופה האבן די חכמים געזאגט, אז די וועלט איז געווען וויסט פון תורה און די ‎5‏ תלמידים האבן צוריק געברענגט די תורה מיט זייער חריפות.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 11:58 am

שמחת היום
דער טאג ל"ג בעומר איז א יום טוב א טאג פון פרייד און שמחה ביי אידן אין די גאנצע וועלט ובפרט אין ארץ ישראל ווי צענדליגער טויזענטער אידן גייען ארויף צו זיין ציון אין מירון, מען זינגט ספעציעלע ניגונים וועגן שבח פון דעם הייליגן תנא רבי שמעון בן יוחאי, און מען צינדט אן ליכט און גרויסע פייער פאקלען, מען דערמאנט דאס גרויסקייט פון דעם תנא אלקי רבי שמעון בן יוחאי, און מען בעט דעם באשעפער אז אין זיין זכות זאלן אידן געהאלפן ווערן מיט כל מיני ישועות ורפואות און מיט זרע של קיימא, אזוי ווי מען זינגט אין זמר פון בר יוחאי "תורתו מגן לנו, היא מאירת עינינו, הוא ימליץ טוב בעדינו, אדונינו בר יוחאי".

חשיבות היום
עס ווערט געברענגט פון הייליגן שר שלום פון בעלזא זי"ע, אז די קדושה פונעם טאג ל"ג בעומר איז אזוי גרויס ווי יום כיפור.

סיום על זוהר
דער הייליגער רבי ר' ברוך'ל פון מעזעבוז האט זיך נוהג געווען צו מאכן א סיום אויפן זוהר הקדוש אין ל"ג בעומר, דערנאך פלעגט ער נעמען דעם זוהר אין די הענט און טאנצן א פאר שעה און געקושט דעם זוהר און געזאגט בזה הלשון "איך קען דיך און דו קענסט מיך". איינמאל האט ער זיך אנגערופן, אויב מיין זיידע דער בעש"ט איז געווען רבי שמעון בן יוחאי, בין איך רבי אלעזר בן ר' שמעון.

הקפות עם רשב"י
איין מאל ביי די הקפות פונעם קאזניצער מגיד זי"ע איז געווען א מורא'דיגע התלהבות, און ער האט געזאגט דאס איז ווייל אין גן עדן זיצט זיין טאטע ר' שבתי איינבינדער, אינעם היכל פון ר' יוחאי דער פאטער פון ר' שמעון, האט ר' שבתי געבעטן ר' יוחאי ער זאל אים נעמען צו די הילולא פון זיין זון ר' שמעון, און ער האט אים צוגעזאגט אז ער וועט אים נעמען אבער ער (ר' שבתי) מוז אים (ר' יוחאי) נעמען צו די הקפות פון זיין זון ר' ישראל, האט דער מגיד גע'ענדיגט און געזאגט אז עס זענען יעצט געווען דא גאר גרויסע געסט און צוליב דעם זענען די הקפות געווען אזוי בהתלהבות. אינטערסאנט איז אז רשב"י איז די אותיות אויך פון ר' י'שראל ב'ן ש'בתי.

אויסניצן דעם טאג
עס ווערט געברענגט אין ספר משוש כל הארץ, אז הרה"ק ר' משה מ'ראזווידב זצ"ל האט געזאגט, "קיין שום טאג פון יאר איז מיר נישט אזוי גוט, ווי דער טאג ל"ג בעומר". איין מאל ל"ג בעומר פארנאכטס האט ער געזאגט "א שאד אז די זון גייט שוין אונטער, הלוואי וואלט איך געהאט די מעגליכקייט אפצושטעלן די זין אויף אביסל, לכבוד די הייליגקייט פון דעם טאג".

ל"ג בעומר מעורב יוכ"פ בשמח"ת
עס ווערט געברענגט אין די ספרים הק', אז אין דעם טאג ל"ג בעומר אינעווייניג ביים ציון פון ר' שמעון בן יוחאי, שפירט מען די קדושה פון יום כיפור, און אינדרויסן שפירט מען די שמחה פון שמחת תורה.

רמיזה
אין ספר צבי לצדיק ווערט געברענגט א רמז, זמרו לה' חסידיו, איז בגי' יום ל"ג בעומר, והודו דאס גייט ארויף אויף בחינת הוד וואס מען האט אין זין דעם טאג וואס איז הוד שבהוד.

שמחה שלא כדרך הטבע
דער הייליגער בני יששכר זאגט, "עס האבן מיר געזאגט אנשי אמת, אז די שמחה פון ל"ג בעומר ביים ציון פון הייליגן תנא ר' שמעון בן יוחאי איז א שמחה שלא כדרך הטבע.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 11:58 am

די זוהר הקדוש זאגט אז ווען ר' שמעון בר יוחאי איז נפטר געווארן, און די בעט איז געפלויגען אין די לופט, איז געהערט געווארן א קול וואס זאגט: "עלו ובואו והתכנסו להילולא דרבי שמעון" און פון דעמאלס אן - יום ל"ג בעומר שנת ג' אלפים תתפ"א לפ"ג - ווען ער איז נפטר געווארן - ביז היינט, קומט זיך צוזאם א גרויסער עולם און מ'ווערט געהאלפן מיט גרויסע ישועות ווי ס'ווערט געברענגט אסאך סיפורים.
(זוהר הק')

רבנו עובדיה מברטנורא ז"ל, וואס שרייבט אין שנת רמ"ט פאר זיין ברודער - אז מ'קומט זיך צוזאם פון אלע שטעט און מ'מאכט א הדלקה און ס'איז גאר א גרויסע שמחה.
(ר"מברטנורא)

מיין רבי דער האר"י הקדוש וועלכער האט געוואוינט אין מצרים, איז די ערשטע מאל ארויסגעקומען פון דארט לכבוד ל"ג בעומר, און ער איז דארט געווען גאנצע דריי טעג.
(ר' חיים וויטאל ז"ל)

אז ער האט געהערט פון אנשי אמת אז די שמחה אויף מירון ביום ל"ג בעומר איז למעלה מדרך הטבע.
(בני יששכר)

"בר יוחאי" איז די ווערטער י"ח באייר אויך איז עס ר"ת ח'י א'ייר ר'בים י'תאספו ב'בית ו'עדו - דאס איז מרמז אויף'ן ציון ווי מ'קומט זיך צוזאם.
שטענדיג קומט אויס אין פרשת בהר אדער נעבן ל"ג בעומר, א רמז - אז אין דעם טאג עפענט זיך אויף די הארה פון שבועות וואס דאס איז געווען בהר סינ
(תפארת שלמה" (חלק ב' דף קכ"ט)

אין אדרא זוטא שטייט אז ווען רשב"י איז נפטר געווארן האט ער גענדיגט מיט די ווערטער "כי שם צוה ה' את הברכה" און די ווערטער צוה ה' את הברכה איז בגימטריא "עצרת" וואס דאס איז איינס פון די נעמען פון יו"ט שבועות.
(הרה"ק מ'בארנוב)

שטייט א שיינעם הסבר דערויף ווייל מיר זעהן אז יעדע נאכט ביים סוף דריטעל פון די נאכט פאנגט שוין אן צו ווערען ליכטיג אזוי אויך ביים סוף פון ספירת העומר וואס דאס איז פון ל"ג בעומר און ווייטער ווערט שוין נתעורר די שיין פון יו"ט שבועות און ס'פאנגט זיך אן די ריכטיגע הכנה צום יו"ט.
(שם משמואל)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 11:58 am

דער יו"ט ל"ג בעומר
א) אין די גמרא (יבמות ס"ב) שטייט אז אין די ימי הספירה זענען געשטארבן די תלמידים פון ר"ע ווייל זיי האבן זיך נישט נוהג כבוד געוען איינער מיט'ן צווייטן, זאגט דער מאירי דארט אויפ'ן פלאץ: אז ס'איז א קבלה ביד הגאונים אז זיי האבען אויפגעהערט צו שטארבען ביום ל"ג בעומר און דאס איז די גרויסע שמחה. אין פרי חדש שטייט אז די עיקר שמחה איז אז ר' עקיבא האט ווייטער אנגעפנגען צו לערנען מיט 5 תלמידים וואס זענען געבליבען לעבען (און איינער פון די תלמידים איז געווען רשב"י וואס אין מדרש ויקרא רבה שטייט אז ער האט געלערנט ביי אים 13 יאהר) ומטעם זה פירט מען זיך צו זינגען אמר ר"ע.
ב) ווייל אין דעם טאג איז נפטר געווארן ר' שמעון בר יוחאי וואס ער האט פאר זיין פטירה מגלה געווען גרויסע סודות התורה וואס האט געמאכט א ליכטיקייט אויף די גאנצע וועלט, ווי אין מפורשים שטייט: אז די עיקר שמחה איז אז ער איז נישט געהרג'ט געווארן דורך דעם קיסר וואס האט אים געוואלט הרגנ'ען נאר ער איז נפטר געווארן שפעטער, און מ'האט זיך געפירט ארויף צו גיין צו זיין ציון און מרבה זיין בנֵרות און מיט שמחה ווי ס'שטייט באריכות ווייטער.
ג) נאך א טעם ווייל אין דעם טאג פאנגט זיך אן שטערקער דער ענין פון קבלת התורה, ווי ס'שטייט אין בני יששכר באריכות: ווי טייל מפורשים שרייבען אז דאס איז דער טעם פארוואס מ'ווארפט א פייל און בויגן - ווייל אמאל איז דאס געווען א כלי מלחמה און מ'וויל ווייזן אז מ'גייט אין מלחמה מיט'ן יצר הרע, און די וועג צו דעם איז - מיט די תורה, ווי די גמרא זאגט: בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין כנגדה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 11:59 am

דער גרויסקייט פון דעם טאג
ס'ווערט פארציילט אויף גרויסע צדיקים אז זיי האבען זיך זייער געפרייט אין דעם טאג ל"ג בעומר אין ספר הילולוא דרשב"י שטייט אז דער צדיק רבי אברהם מקאליסק זי"ע האט זיך יענעם צופרי בשעת ער האט זיך געטובלט אין די מקוה האט ער געזאגט פאר דעם הריני מקבל עלי "קדושת היום"
אין ספר "דורש טוב" ווערט געברענגט אין נאמען פון ישמח משה אז אין ל"ג בעומר קומט אראפ א גרויסער אור און יעדער שפירט לויט זיין מדריגא א התעוררות כאטשיג ס'איז שוין דורך א לאנגע צייט פון דעמאלס אבער די הארה האלט נאך אן.

רשב"י ניצוץ ממשה רבינו
שטייט אין ספר שער יששכר א רמז אויף דעם: אז "ל"ג בעומר" איז בגימטריא "משה" ווייל ער איז געווען א ניצוץ, אויך איז אינטערעסאנט אז יענע טאג אין די וואך וואס ס'געפאלט ל"ג בעומר געפאלט אויך די פערטע טאג סוכות וואס איז די אישפוזא פון משה רבינו ע"ה.
פון בארנוב'ער רב ז"ל ווערט געברענגט א שיינע רמז: ווייל אין פסוק שטייט אז משה און אהרן זענען געווען אייניג גרויס און ווי מיר ווייסען געפאלט פורים און ל"ג בעומר אויס אין די זעלבע טאג פון די וואך און "פורים" איז בגימטריא אהרן הכהן און אויך איז מען פורים מתקן די מדה פון אוהב שלו' ורודף שלו' מיט די מצוה פון משלוח מנות און ל"ג בעומר איז בגימטריא משה און ביידע קומען אויס אין איין טאג צו ווייזן אז זענען געווען אייניג.
אין די סדרא ווי ס'שטייט זיין פטירה זעט מען אז ביידע זענען אוועק פון די וועלט אויף די זעלבע אופן ווי ס'שטייט אז די בעט ווי ער איז געלעגען איז געפלויגען אין די לופט און א פייער איז געגאנגען בעפאר און ביי משה רבינו שטייט אויך אין מדרש אז ער איז אוועק בחלקו של ראובן און ער ליגט בחלקו של גד און דאס איז א וועג פון ד' מילין ווער האט אים געפירט דעם וועג זאגט דער מדרש אז ער איז געווען מוטל בכנפי השכינה און אזוי איז ער געפלויגען.
חילוק ז' אדר - מל"ג בעומר
אין שו"ת שם אריה ווערט געפרעגט די דערמאנטע קשיא און ער ערקלערט: די עיקר שמחה איז נישט ווייל ער איז נסתלק געווארן דעם טאג נאר ווייל ער איז ניצול געווארן פון די מלכות וואס האט אים געוואלט הרג'נען, און ווייל ער איז ניצול געווארן איז ער נפטר געווארן ל"ג בעומר און נישט פריער דעריבער מאכט מען א יו"ט אין דעם טאג.
נאך א טעם שטייט: ווייל אין דעם טאג ז' אדר ווען משה רבינו איז נפטר געווארן איז פארגעסען געווארן 3000 הלכות פון די אידן, אבער ל"ג בעומר איז געווען פארקערט ווייל ער האט אין דעם טאג מגלה געווען די סודות התורה דעריבער איז א שמחה.
נאך א טעם שטייט: אז רשב"י איז אראפ געקומען אויף די וועלט מגלה צו זיין די סודות און ער האט גענדיגט זיין תפקיד מאכט מען א יו"ט, אבער משה רבינו שטייט אז אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא און ער האט נישט גענדיגט זיין תפקיד ממילא מאכט מען נישט א שמחה.
נאך א טעם שטייט: ווייל משה רבינו אליין האט אין יום פטירתו געוויינט ווייל ער איז נישט זוכה אריין צוגיין אין ארץ ישראל, אבער אויף רשב"י ווערט געברענגט אין אדרא זוטא: אז ער האט געזאגט אז ער איז מעיד אויף זיך אז ער גלוסט אלע זיינע טעג צו דעם טאג און ער ווארט שוין דערויף ממילא טוט מען ווי יעדער האט זיך געפירט ביום פטירתו ז' אדר מיט תענית און ל"ג בעומר מיט שמחה.
לויט ווי ס'שטייט ווייטער אז רשב"י איז געווען א ניצוץ פון משה רבינו און דעמאלס איז ער באערדיגט געווארן אין ארץ ישראל ממילא איז זיין רצון מקוים געווארן מאכט מען א שמחה, און א רמז דערצו שטייט אז אין פסוק שטייט ויתמו ימי בכי אבל משה, "אבל" איז בגימטריא 33 אז ל"ג בעומר האט משה אויפגעהערט צו קלאגען ווייל ער איז געווארן באערדיגט אין א"י ווי זיין רצון איז געווען.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 11:59 am

"קשת" בל"ג בעומר
אין ספר הקדוש בני יששכר שטייט דער טעם ווייל אין די צייט פון רשב"י האט נישט אויס געפעלט קיין רעגען בויגן צוליב דעם ביום פטירתו מאכט מען א זכר צו דעם מיט א פייל און בויגן וואס זעט אויס ווי דעם.
א רמז דערויף שטייט: אז "קשת" איז בגימטריא "רבן שמעון בן יוחאי".
פון בארנוב'ער רב זי"ע שטיט א שיינע טעם: ווייל מיר געפונען אין תהלים שטייט כחצים ביד הגיבור כן בני הנעורים - וואס ווערט עפעס צוגעגלעכענט צו א פייל און בויגן די קינדערישע יארן? נאר ס'שטייט אין דרשות מהר"י מינץ: אז אלע כלי מלחמה ארבעט מען נאר ווען מ'האלט עס אין די האנד אבער א פייל און בויגן שיסט מען אויף ווייטער, אפילו ווען ער האט עס נישט אין די האנד טוט עס אויך די פעולה, דאס קומט ווייזן פאר דער וואס לערנט מיט תלמידים אז אפילו ווען ער גייט אוועק פון זיי טוט עס נאך אלס די פעולה אין זיין זכות אזוי ווי א פייל, די זעלבע געפונען מיר ביי רשב"י וואס ער איז געווען דער ערשטער מגלה צו זיין די סודות התורה, און אלע וואס לערנען די סודות התורה איז דאס אין זיין זכות און ס'ווערט נאך גערעכנט ווי גלייך ער לעבט נאך, דערפאר שיסט מען מיט א פייל און בויגן מעורר צו זיין זיין זכות זאל מגין זיין.
אין "בני יששכר" שטייט נאך א טעם: ווייל אין זוהר הקדוש שטייט אז ר' שמעון האט געזאגט פאר זיין זון ר' אלעזר מיין זון זאלסט נישט ווארטען אז משיח זאל קומען ביז דו וועסט נישט זעהן א קשת מיט ליכטיגע קאלירן, ווייל אין דעם טאג איז געשריבן געווארן דער זוהר דערמאנען מיר מיט דעם אז משיח זאל שוין קומען.
אין ספר "ישמח ישראל" שטייט א טעם: ווייל די סדר פון א פייל און בויגן איז, דאס ווי מער אראפ מ'ציט עס אלס העכער פליט עס, די זעלבע זעהט מען ביי צדיקים ווי קלענער זיי האלטן זיך אלס העכער פליען זיי, ווי רשב"י האט געזאגט - אז די סודות וואס ער זאגט יעצט אויס האט ער קיינמאל נישט געקענט אויס זאגן ווייל ער ווארט נאר אויף דעם טאג ווייל פאר די פטירה קומט מען צו צו אזא התבטלות וואס ער איז נישט צוגעקומען פארדעם ולזכר זה שיסט מען מיט א פייל און בויגן.
אין פסוק שטייט אז די מבול האט זיך אנגעהויבען י"ז אייר, און רש"י זאגט אז יום ראשון אינו מן המנין קומט אויס אז מ'רעכנט בעיקר פון י"ח אייר דאס איז ל"ג בעומר ממילא איז זייער גוט פארוואס מ'שיסט אין דעם טאג מיט א פייל און בויגן ווייל דאס איז געווען די אות פון אויבערשטען אז ס'וועט שוין נישט קומען א מבול וואס האט זיך אנגעהויבען אין דעם טאג ל"ג בעומר.
אויך שטייט פון טריסקער מגיד זי"ע: אז אזוי ווי היינט פאנגט זיך אן די ריכטיגע הכנה צו מתן תורה און מ'גייט אין מלחמה אריין מיט'ן יצר הרע וועגן דעם נעמט מען א כלי מלחמה אין די האנט צו ווייזן אויף דעם און ער לייגט צו א רמז צו דעם אז ל"ג איז די אותיות ג"ל די האלבע פון גלגל וואס מיינט א ראד און א פייל און בויגן איז אזוי ווי האלבע ראד ממש אזוי ווי די ווארט גל וואס דאס איז ל"ג.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 11:59 am

העלי' למירון -מקורו וטעמו!!!
אין זוהר הקדוש שטייט: אז ווען ר' שמעון בר יוחאי איז נפטר געווארן, און די בעט איז געפלויגען אין די לופט, איז געהערט געווארן א קול וואס זאגט: "עלו ובואו והתכנסו להילולא דרבי שמעון" און פון דעמאלס אן - יום ל"ג בעומר שנת ג' אלפים תתפ"א לפ"ג - ווען ער איז נפטר געווארן - ביז היינט, קומט זיך צוזאם א גרויסער עולם און מ'ווערט געהאלפן מיט גרויסע ישועות ווי ס'ווערט געברענגט אסאך סיפורים.
דער ערשטער (חוץ פון די וואס זענען נאך אויס גערעכנט אין זוה"ק) וואס רעדט פון די מנהג איז רבנו עובדיה מברטנורא ז"ל, וואס שרייבט אין שנת רמ"ט פאר זיין ברודער - אז מ'קומט זיך צוזאם פון אלע שטעט און מ'מאכט א הדלקה און ס'איז גאר א גרויסע שמחה.
הקדוש ר' חיים וויטאל ז"ל ברענגט - אז זיין רבי דער האר"י הקדוש וועלכער האט געוואוינט אין מצרים, איז די ערשטע מאל ארויסגעקומען פון דארט לכבוד ל"ג בעומר, און ער איז דארט געווען גאנצע דריי טעג.
דער אור החיים הקדוש האט זיך אויך געפירט צו גיין אויף מירון ביום ל"ג בעומר, און פאר ער איז אנגעקומען צום בארג איז ער אראפ געגאנגען פון אייזל, און ער האט געזאגט - ווי קען איך ארויף גיין אויף אזא הייליג פלאץ ווי די שכינה הקדושה און די גאנצע פמליא של מעלה געפונען זיך דא און אלע נשמות פון אלע צדיקים קומען צו גיין - און דערנאך איז ער ארויף און זיך געפרייט א גרויסע שמחה.
אין "בני יששכר" שטייט: אז ער האט געהערט פון אנשי אמת אז די שמחה אויף מירון ביום ל"ג בעומר איז למעלה מדרך הטבע.
ביים רבי'ן פון לובלין זי"ע איז אמאהל געווען א יוד פון ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר, און ער איז געווען זייער טרויעריג אז ער קען נישט זיין אין א"י און זיך פרייען דארט, ווי די חוזה האט עס געזעהן, האט ער אים געגעבען מייערן און אים געזאגט אז מייערן איז אזוי ווי מירו"ן, און דער יוד האט באקומען א שמחה און געשפירט ווי ער איז ממש אין מירון און ער האט אנגעפאנגען צו טאנצען.
ס'שטייט א רמז אז "בר יוחאי" איז די ווערטער י"ח באייר אויך איז עס ר"ת ח'י א'ייר ר'בים י'תאספו ב'בית ו'עדו - דאס איז מרמז אויף'ן ציון ווי מ'קומט זיך צוזאם.
אין די אדרא זוטא שטייט - אז ר' שמעון האט געזאגט הא חמינא דכולהו חדאן בהאי הילולא דילי - איך זעה ווי יעדער פרייט זיך אין מיין יארצייט.
דער באקאנטער גאון הרה"ק ר' יוסף שאול נאטזאהן זצ"ל דער מחבר פון שאלות ותשובות שואל ומשיב ברענגט אין זיין ספר (חלק ה' סי' ל"ט) בתוך הדברים: וועגן די הדלקה (וואס ער רעדט זיך אויך אפ אויף די גאנצע יו"ט אזוי ווי די חת"ס ווייטער) אז אים איז זיכער אז בימי האר"י הקדוש האט מען גארנישט עפעס אנדערשט געטוהן אין ל"ג בעומר ווי תפילות ותחנונים אז אין דעם טאג זאל נתעורר ווערען ישועות אויף כלל ישראל.
אבער ס'איז געווען גרויסע מתנגדים דערויף ווי ס'שטייט אין שו"ת חתם סופר (יו"ד סי' רל"ג) וואס ער שרייבט זייער שארף אקעגען דעם וואס מ'גייט ארויף צום ציון און מ'מאכט א גאנצע יו"ט און ער באציט זיך אויף א גמרא אין ר"ה אז מ'טאר נישט צו לייגן נייע ימים טובים און אוודאי נישט זיך צוזאם קומען אויף איין פלאץ ווייסט ער נישט אויב מ'מעג.
אויף די ווערטער פון חת"ס ענטפערט די שו"ת שם אריה (י"ד) אז מ'לויבט אויף די נס וואס איז אים געשעהן די הלכה איז אז אויף א נס פון א רבי דארף מען לויבען.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 12:00 pm

אומזיסטיגע רייזע.
הרה"ק ר' שלמה מזוועהיל ז"ל פלעגט זאגן אז דאס וואס חז"ל זאגן אז מ'באשטימט פאר א מענטש אנפאנג יאר וויפיל ער זאל פארדינען און אויסגעבן, אויסער הוצאת שבת ויו"ט און הוצאת בניו לת"ת בלייבט אומבאשטימט, קען מען אויך צולייגן אויסער די הוצאות ווען מ'פארט קיין מירון, וואס דאס רעכנט מען נישט אריין אין די געווענליכע הוצאות. (אין שיטה מקובצת ביצה ט"ו ווערט געברענגט אין נאמען פון ריטב"א אז לאו דוקא הוצאת שבת ויו"ט נאר אלע אויסגאבן פאר א מצוה ווערט נישט אריינגערעכנט.)
(תפארת בנים - מאטעסדארף)
*
פועל ישועות.
א סאך מענטשן וואס פלעגן זיך ווענדן צום צדיק הרה"ק ר"ר משה מראזדאוו ז"ל נאך ישועות ורפואות, פלעגט ער זיי אפשטופן אויף ל"ג בעומר, און ווירקליך איז דעם טאג געווען א גרויסער פארקער אין ראזדאוו.
דאס האט זיך גענומען פון דעם וואס דער הייליגער צאנזער רב ז"ל האט ביי א געלעגנהייט זיך פארשפארט אין א צימער צוזאמען מיט'ן ראזדווער ז"ל וועלכער איז נאך דאן געווען א יונגערמאן, און געזאגט, קום וועל איך דיר אויסלערנען דעם סוד פון ל"ג בעומר נאך א לאנגע וויילע איז דער צאנזער רב ז"ל ארויס פון צימער, און זינט דאן איז אין ראזדאוו דער טאג ל"ג בעומר געווען א יום טוב.
לעת זקנתו ווען דער ראזדאווער איז שוין נישט געווען ביי די כוחות האט ער זיך אנגעשטרענגט צו דאווענען פאר'ן עמוד אין טאג פון ל"ג בעומר, טראצדעם וואס אין זיין טאטענ'ס יארצייט האט ער שוין דאן נישט געדאווענט.
(י"ג אורות - כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק ז"ל)
*
געשטעלט משקה.
יעדעס יאר ביים ל"ג בעומר-טיש, פלעגט הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב ז"ל שטעלן משקה זעקס פלעשלך וויין, ערקלערנדיג אז דאס איז לכבוד ר' שמעון בר יוחאי וואס איז געווען דער צדיק "יסוד" עולם, און מדת היסוד איז די זעקסטע מדה, באלד דערנאך פלעגט ער ארויסנעמען געלט פון זיין טאש, און באצאלן פאר די וויין, צוגעבנדיג א ווערטל, ובלבד שיתן כנגד היסוד.
(פרי הכרם-באבוב)
*
מאמר רשב"י.
רבינו בעל דברי יואל זי"ע פלעגט דערציילן אז זיין שווער הרה"ק מפלאנטש ז"ל האט זיך געפירט יעדן ל"ג בעומר אויסצורעכענען די מאמרים פון רשב"י וועלכע געפונען זיך אין ש"ס, מ'האט דאן געזען די וואונדערליכע בקיאות וואס דער שווער פארמאגט בכל מקצועות התורה.
(מושיען של ישראל - ח"ד)
*
מנהג - חאלאקע.
עס ווערט געברענגט א טעם פארוואס מ'פירט זיך ארויפצוגיין אויפ'ן ציון פון רשב"י צו פראווען די חאלאקע, ווייל רשב"י האט דאך צוגעזאגט כי לא תשכח מפי זרעו, אז אידישע קינדער וועלן עקזיסטירן אויף אייביג, און די תורה וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן, דעריבער ווען מ'איז מחנך א קינד לתורה ולמצוות, גייט מען צום ציון פון רשב"י, ווי איינער בעט זיך אז ער זאל טאקע זען צו ערפילן זיין הבטחה.
(ונכתב בספר - ח"ב)
*
ביאת משיח.
הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזוב ז"ל איז אמאל געווען אין רישא אויף ל"ג בעומר ביים טיש האט ער אין די ד"ת שטארק ארומגעשמועסט איבער די גרויסקייט פון ביאת משיח. דערנאך האט ער אויסגעפירט, "איך קען דאך נישט זאגן ווען, אבער דוכט זיך מיר אז ווען עס וועט זיין, וועט עס זיין אין ל"ג בעומר"...
(שיח זקנים - ח"ב עמ' רמ"ז)
*
געהאלפן געווארן אויפ'ן ארט.
הרה"ק מהר"ש מסלאנים ז"ל פלעגט יעדעס יאר ל"ג בעומר דערציילן די פאלגענדע פאסירונג א רייכע פרוי איז אמאל ארויף אויפ'ן ציון פון רשב"י און געבעטן אז אזוי ווי זי ערווארטעט א גרויסן טראנספארט סחורה, בעט זי אין זכות פון רשב"י אז אלעס זאל אדורכגיין בשלו' זי זאל נישט ליידן פארלוסטן. נעבן איר איז געשטאנען אן אנדערע פרוי און זיך געבעטן ביי רשב"י אז אזוי ווי זי האט אן עלטערע טאכטער, און עס פעלט אויס 300 רובל, זאל זי געהאלפן ווערן אין זכות פון רשב"י, ווי די ערשטע פרוי האט דאס געהערט האט זי באלד געעעפנט איר טייסטער, ארויסגענומען די נויטיגע סומע פון 300 רובל און געשאנקען די פרוי. זעלבסט-פארשטענדליך אז זי איז אוועק פון דארט מלא שמחה, דערנאך האט די פרוי געזאגט ר' שמעון, די אנדערע פרוי איז שוין געהאלפן געווארן, איצט זאל איך אויך געהאלפן ווערן, איבריג צו זאגן אז די פרוי האט אויסטערליש מצליח געווען.
(קובץ אליהו)
*
דבריו עושים פירות.
הרה"ק ר' אהרן מקארלין ז"ל איז אמאל אויסגעקומען צו זיין אין די שטאט בארדיטשוב אויף ל"ג בעומר וואו ער האט געפראוועט א טיש לכבוד היום, דארטן אין בארדיטשוב האט געוואוינט א חשוב'ער איד ר' יוזל וועלכער איז געווען פון די דיינים פון שטאט, אבער איז געווען א מתנגד. לכבוד דעם גרויסן גאסט האט ער געבראכן זיין מנהג און איז יא געגאנגען צו א חסיד'ישן טיש, אינמיטן טיש האט זיך דער בית אהרן געוואנדן צום דיין אז ער זאל נאכזאגן א מימרא פון רשב"י, האט זיך ר' יוזל פונקט דערמאנט די מימרא פון מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן של אש ואל ילבין פני חבירו ברבים, האט דער בית אהרן צוגעלייגט, מנלן? מתמר.
בשעת מעשה האבן די אנוועזנדע נישט פארשטאנען פארוואס דער צדיק האט צוגעלייגט די ווערטער. א קורצע צייט שפעטער איז ר' יוזל - וועלכער איז געווען א קינדערלאזער מענטש ל"ע - געהאלפן געווארן מיט א צווילינג, הערשט דאן האבן די חסידים פארשטאנען, אז מיט'ן נאכזאגן א מימרא פון רשב"י איז דער דיין געהאלפן געווארן אזוי ווי תמר האט געבוירן א צווילינג.
(לקראת שבת)
*
א אינטערעסאנטער מהרש"א.
אין מס' מועד קטן (כ"ח), ווערט דערמאנט אין נאמען פון רבה, אז ווען א מענטש ווערט נפטר צווישן די 50 און 60 יאר איז דאס עונש כרת, נאר דאס וואס חז"ל ווילן דאס נישט אויסרעכענען, איז צוליב דעם כבוד פון שמואל הנביא וואס איז נפטר געווארן ביי די 52 יאר. שטעלט זיך דער מהרש"א אויפ'ן ארט, פארוואס איז טאקע שמואל הנביא, דער וואס איז שקול ווי משה ואהרן נפטר געווארן אזוי יונג? ענטפערט דער מהרש"א, מיר ווייסן אז די צייט פון א מענטש אויף די וועלט איז 70 יאר, ווי דער פסוק זאגט ימי שנותינו בהם שבעים שנה, פון די זיבעציג רעכנט מען אראפ די ערטע צוואנציג יאר וואס מ'שטראפט נישט דערויף אין בי"ד של מעלה. נאך די 20 יאר קומט 50 יאר דאס איז אזוי ווי יובל שנים, וואס א מענטש דארף מאכן אן ערנסטן חשבון הנפש אויף אלע זיינע מעשים.
דאס וואס שמואל הנביא איז אוועק ביי די 52 יאר, איז ווייל זיין מאמע חנה האט געבעטן, רגלי חסידיו ישמור, וואס פון דעם לערנען מיר אז ווען עס גייט אדורך צוויי דריטל פון די יארן פון א מענטש בלי חטא, איז שוין זיכער אז ער וועט אזוי ענדיגן זיינע יארן, די צוויי דריטל ווערט גערעכנט פון די לעצטע 50 יאר, א דריטל איז 16 יאר, צוויי דריטל איז 32 יאר. וואס ווען מ'זאל צוזאמרעכענען די ערשטע 20 יאר מיט די 32 יאר פון נאכדעם, איז דאס 52 יאר, דערפאר איז שמואל הנביא נפטר געווארן ביי די 52 ווייל ער האט שוין אלעס מתקן געווען.
פירט אויס דער מהרש"א, דאס איז מען מרמז ביי די ימי הספירה, אזוי ווי אדה"ר איז געבוירן ר"ח ניסן (למ"ד בניסן נברא העולם). קומט דאך אויס אז כ"ה אדר איז באשאפן געווארן די וועלט, פון כ"ה אדר ביז פסח איז 20 טאג א רמז אויף די ערשטע 20 יאר וואס דאס רעכנט מען נישט, נאכדעם פאנגט מען אן צו ציילן 50 טאג א רמז אויף די 50 יאר וואס מ'דארף שוין מאכן א חשבון און ציילן די מעשים טובים, דערפאר מאכט מען א יו"ט ל"ג בעומר, ווייל די ערשטע 32 טאג איז אדורך בשלום, איז דאך שוין א צוויי דריטל אדורך (וכנ"ל) מאכט מען דערויף א יו"ט. פארענדיגט דער מהרש"א א רמז דערויף איז דאס ווארט יוב"ל, וואס האט אין זיך די אותיות י"ו-ב"ל, מרמז צו זיין אז דאס טיילט זיך ל"ב (32) פון איין זייט, און עס בלייבט נאך י"ו (61) צו ציילן נאכדעם.
(מהרש"א מו"ק כ"ח)
*
הכנה למ"ת.
ל"ג בעומר געפאלט געווענליך אויס אין פ' בהר, מרמז צו זיין אז אין ל"ג בעומר קומט שוין אראפ די הארה אויפ'ן יו"ט שבועות.
(תפארת שלמה - ובקדו"ל)
*
רבי שמעון לכל.
דער ר"ת פון פסוק ש'תולים ב'בית י' איז ש'מעון ב'ן י'וחאי, דערנאך פירט דער פסוק אויס בחצרות אלוקינו יפריחו, דאס איז א רמז אז דער זכות פון רשב"י איז מגין אז אפי' די סארט אידן וואס זענען ליידער "בחצרות" אלוקינו אין הויף, און קענען נישט אריינקומען אין די קדושה, אין זכות פון רשב"י "יפריחו" וועלן זיי אויך קענען אויפבליען.
*
זכותו יגן על כל ישראל.
די גמ' זאגט אין מס' פסחים (נ"א), כדאי היא ר' שמעון לסמוך עליו בפניו ושלא בפניו. האבן צדיקים מרמז געווען אין די ווערטער אז דער זכות פון ר' שמעון איז מגין אויף אלע אידן אין די גארער וועלט, סיי די וואס קענען זיך יא משתתף זיין על קברו! און סיי די וואס דערמאנען נאר זיינע מימרות אין ש"ס.
(הילולא דרשב"י)
*
עבודת היום.
... איך בין איבערצייגט אז בימי האר"י הק' האט מען נישט עפעס אנדערש געטאן אין ל"ג בעומר, נאר מרבה געווען בתחנונים, און מעורר געווען ישועות פאר כלל ישראל...
(שו"ת שואל ומשיב ח"ה סי' ל"ט)
*
למעלה מדרך הטבע.
דער בני יששכר (מאמרו לל"ג בעומר) ברענגט דאס לשון אז די שמחה אין מירון ביומא דהילולא פון רשב"י איז למעלה מדרך הטבע ....
*
לויט די הכנה
אין ספר דורש טוב ווערט געברענגט אין נאמען פון ישמח משה אז אין ל"ג בעומר קומט אראפ א גרויסער אור און יעדער שפירט לויט זיין מדריגה א התעוררות, טראצדעם וואס ס'איז שוין דורך א לאנגע צייט פון דעמאלט, אבער די השפעה האלט נאך אן. .
*
ל"ג בעומר – יום כיפור
ר' יושע מקאמינקא האט אמאל געזאגט פאר'ן דברי יחזקאל אז ל"ג בעומר איז אין די בחינה פון יום הכיפורים, ווייל יוה"כ האט מען אלעס געמוזט מאכען מיט'ן כהן גדול וואס ער איז געווען די בחינה פון הוד, און אויך ל"ג בעומר איז "הוד שבהוד".
*
תחנון בל"ג בעומר
דער שיניאווער רב זי"ע פלעגט א גאנץ יאר זייער מקפיד זיין צו זאגען תחנון, חוץ דריי מאל א יאר וואס ער פלעגט נישט זאגען תחנון, 1) די יארצייט פון זידיטשויבער זי"ע, 2) ר"ר מענדעלע מרימנוב זי"ע, 3) ר"ר בער, דער מעזריטשער מגיד, און ער האט צוגעלייגט, אז אין זייער הילולא איז דא מעין פון ר' שמעון בר יוחאי דערפאר זאגט ער נישט קיין תחנון.
*
נשמת צדיקים
דער נאסאדער רב זי"ע האט דערציילט אז ר"ר הערשעל'ע זידיטשויבער האט אויף זיך אליין געזאגט אז ער איז א ניצוץ פון ר' שמעון בר יוחאי, און דער חוות דעת האט געהאט די נשמה פון רבינו הקדוש, און דער חוות דעת ליגט אין די שטאט סטריא, און פון זידיטשויב ביז סטריא איז די זעלבע ווייט, ווי פון מירון וואו ר' שמעון ליגט ביז צפורי וואו רבינו הקדוש ליגט. .
*
רזא דרזין
אין ספר אוהב שלום ווערט געברענגט אז דער מנהג פון ר' שלום מקאמינקא ז"ל איז געווען, אז ער פלעגט נעמען ל"ג בעומר א קשת און שיסען דריי מאל און ער האט געזאגט "איינס" דו זאלסט מיר געבען, "צוויי" דו זאלסט מיר פארגעבען, "דריי" דו זאלסט מיר נישט צונעמען.
*
רמז נאה
אין אמרי נועם שטייט אן אינטערעסאנטער רמז פון פסוק אז אין ל"ג בעומר דארף מען שיסען מיט א פייל און בויגען, ווייל אין לשון הקודש ווערט דאס אנגערופען "דורכי" קשת, מיט'ן לשון דריכה, און דאס ווארט "אניה" באטרעפט "גלגל", און אין פסוק שטייט "דרך אניה בלב ים", דאס איז א רמז אז נאך ל"ב יום, דאס איז ל"ג בעומר, דארף מען שיסען מיט א גלגל וואס דאס מיינט א פייל און בויגען.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 12:01 pm

סיפורים

ל"ג בעומר איז אזוי ווי יוכ"פ
דער ערשטער בעלזער רב שער שר שלו' איז אמאל געזעסען ביים טיש און זיך אנגערופען צו זיין זון ר' זונדל אז ל"ג בעומר איז גאר א הייליג טאג האט ער גענטפערט פאר זיין טאטע'ן אז ער ווייסט דערפון, האט אים דער שר שלו' געפרעגט וואס הייסט האט ער גענטפערט אזוי ווי יום כיפור האט ער געזאגט יא האסט טאקע צוגעטראפען.
* * *
דער "אמרי נועם" וואס איז געווען א זון פון הגה"ק ר' אליעזר מ'זיקוב זי"ע האט זיך משדך געווען מיט'ן דברי חיים'ס איידעם ר' משה אונגאר זי"ע מ'דאמבראווא אזוי ווי דער ר' אליעזר מ'דזיקוב איז שוין נישט געווען געזונט איז די חתונה געווען נעבן אים אין זיין שטאט טרעצדעם וואס ער איז געווען מצד החתן, ביי די שבע ברכות האט ר"ר אליעזר'ל געשיקט זיין זון ר' משה ראזדאווער (איידעם פון ייט"ל) ער זאל רופען דעם ד"ח צו די סעודה ווען ער איז אנגעקומען צו אים האט ער אים געפרעגט צי ער ווייסט דעם סוד פון ל"ג בעומר? האט ער אים גארנישט גענטפערט, האט ער אים געזאגט איך וועל דיר אויס לערנען, אזוי ווי זיין טאטע ר"ר אליעזר'ל האט געזען אז מ'קומט נאך נישט האט ער געשיקט נאך א שליח זאל זיי גיין רופען צו די סעודה, אזוי ווי ר' משה האט געהערט אז איינער קומט זיי רופען האט ער נישט געוואלט מ'זאל זיי שטערן איז ער געגאנגען צו די טיר און אנגעכאפט די קלאמקע ווי מ'האט געווענליך געקלאפט די טיר, און ער האט נישט געלאזט קלאפען די טיר כדי מ'זאל אים נישט מבלבל זיין, שפעטער ווען איינער האט געדארפט א ישועה און איז געקומען קיין ראזדאוו האט ער עס אלס אפגעלייגט אויף ל"ג בעומר, אויך האט ער שטענדיג האט ער געדאווענט פאר'ן עמוד ל"ג בעומר טראצדעם וואס ווען ער האט געהאט יארצייט נאך זיין טאטען האט ער נאר געדאווענט מעריב ווייל ער איז געווען א שוואכער.

ל"ג בעומר – זידיטשויב
אין היכל הברכה פון קאמארנער רבי ז"ל שטייט אז איינמאל האט ר"ר הערשעלע זידשויבער זי"ע געשיקט א קוויטעל דורך א שליח צום ציון פון ר' שמעון בר יוחאי האט מען געזעהן אז אין קוויטעל איז געשטאנען "תלמידך" צבי בן הינדא.

דער ר"ר הערשעלע איז אמאל געזעסען ביי א סעודת ל"ג בעומר - און ער האט געזאגט אז "ידיד נפש אב הרחמן" איז בגימטריא "רבי שמעון בן יוחאי", צווישען די מענטשען איז געזעסן א למדן און ער האט אנגעפאנגען צו טראכטען דעם חשבון און ער האט געטראפען אז "ידיד נפש" איז בגימטריא 764 און רבי שמעון איז בגמטריא 765, האט דער צדיק מרגיש געווען זיין מחשבה און ער האט אויסגעשריגען אז אין די גמרא שטייט אייביג יוחי אן א "א", ממילא שטימט די חשבון גוט, און אזא למדן ווי דו וואלסט עס געמעגט וויסן.
אין "דברי תורה" פון מונקאטשער רב ז"ל ברענגט ער פון צדיקים: אז ווער עס קען נישט זיין אין מירון אויף ל"ג בעומר קען משלים זיין י"א תמוז ביי די יארצייט פון ר"ר הערשעלע און א רמז צו דעם איז לויט'ן פסוק גדלו לה' אתי, אתי איז ר"ת י"א תמוז און גדלו האט די אותיות ל"ג מרמז צו זיין אויף דעם.

דער עונש פונעם אר"י 'ס תלמיד
רבינו האר"י הקדוש איז געפאהרען אויף דעם ציון פון רשב"י אין מירון און מיט עם איז מיטגעפאהרען זיין תלמיד וואס האט געהייסען רבינו אברהם הלוי ז"ל. ר"א הלוי האט געהאט א מנהג אלעמאל צו זאגען נחם אין די שמונה עשרה אפילו א גאנץ יאהר, און ער האט אויך געזאגט נחם אין ל"ג בעומר אויף דעם ציון פון רשב"י. ווען ער האט געענדיגט די שמונה עשרה האט עם דער האר"י הק' צוגערופען און האט אים געזאגט אז רשב"י האט אים געזאגט אז ער איז בייז אויף זיין תלמיד וואס האט געזאגט נחם אין זיין יו"ט און וועגען דעם וועט ער האבען א עונש אז מ'וועט עם מנחם זיין בקרוב. וכך הוה אז ביז א חודש איז נפטר געווארען א זוהן פון דעם ר"א הלוי און ער האט מקבל געווען תנחומין אויף עם. פון די מעשה זעהן מיר ווי שטארק עס איז דער רצון פון רשב"י אז מ'זאל נאר זיין בשמחה אין ל"ג בעומר.

דער צדיק נסתר
הרה"ק משינאווא זי"ע האט דערציילט אז ווען ער איז געוועהן אין ארץ ישראל האט ער געהערט פון אנשי אמת דערציילען אז ווען דער האריז"ל איז געוועהן אין מירון איז אויך געוועהן דער בעל מחבר פוך ספר חרדים, וואס איז געוועהן א גרויסער צדיק נאר קיינער האט נישט געוויסט פון זיין גרויסקייט און ער איז נאך דעמאלסט געוועהן דער שמש פון די שוהל איו צפת (ווי דער האר"י הק' האט געוואוינט). דער האר"י הק' האט זיך גענומען טאנצען מיט זיינע תלמידים מיט גרויס התלהבות לכבוד די שמחה פון ל"ג בעומר. דארט איז אויך געוועהן א אלטער הויכער אומבאקאנטער איד וואס איז געוועהן אנגעטוהן אין ווייסע בגדים און זיין פנים האט געלאכטען און ער האט אויך געטאנצט מיט זיינ'ס א חבריא. פלוצלינג האט דער האר"י הק' אנגעכאפט די הענט פון דעם אומבאקאנטן אלטען איד און די הענט פון בעל ספר חרדים אוך מיט זיי געטאנצט א לאנגע צייט מיט גרויס שמחה ווען זיי זענען אהיים געגאנגען האבען די תלמידים געפרעגט דעם האר"י הק' היתכן ער האט געטאנצט מיט דעם שמש פון די שוהל עס איז דאך נישט קיין כבוד התורה. האט דער האר"י הק' געענטפערט "אויב עס פאסט פאר ר' שמעון בן יוחאי צו טאנצען מיט אים פאסט עס פאר מיר א וודאי" (ווייל דער אלטער איד איז געוועהן ר' שמעון בן יוחאי וואס איז אראפגעקומען אויף די וועלט כדי זיך צו פרייען מיט די צדיקים לכבוד זיין הילולא). פון דעמאלסט אהן און ווייטער האבען שוין אלע מענטשען געוויסט די גרויסקייט פון "שמש" דעם בעל מחבר פון ספר חרדים און האבען אים אפגעגעבין גרויס כבוד.

דער קינד איז אויפגעשטאנען צוריק תחית המתים
אין ספר הילולא דרשב"י שטייט א מעשה וואס דער בעל מחבר אליין האט געזעהן. אין שנת תרפ"ג איז ל"ג בעומר אויסגעפאלען ערב שבת און רוב אידן זענען געבליבען אויף שבת אין מירון שבת אינדערפרי נאך מוסף האט מען געהערט מורא'דיגע קולות ארויסקומען פון דעם אוהל פון ציון דרשב"י. די קולות זענען געוועהן געשרייען פון א מאמע וואס האט געברענגט איר קינד אפצושערן לכבוד ל"ג בעומר כנהוג, און דאס קינד איז פון גרויס געדראנג פארחלש'ט געווארען און באלד געשטארבען ל"ע. ווען די דאקטוירים האבען אלע פעסטגעשטעלט אז דאס קינד איז טויט האט די מאמע אנגעהויבען שרייען און וויינען "הייליגער תנא, איך האב געברענגט מיין קינד אהער לכבוד אייער שמחת הילולא א לעבעדיג קינד, צו פאסט עס דען אז איך זאל אוועק גיין פון אייער ציון מיט א נישט לעבעדיג קינד? הייליגער תנא איך לייג אראפ דאס קינד אויף אייער קבר און איך האף אז איר וועט מיר דאס קינד צוריקגעבען לעבעדיג אזוי ווי איך האב אים געברענגט". זי האט אראפגעלייגט דאס קינד אויף דעם ציון און יעדער איז ארויסגעגאנגען און מען האט פארמאכט די טיר. פלוצלינג הערט מען ווי דאס קינד האט אנגעהויבען וויינען און מ'איז אריינגעגאנגען, און ווי וואונדערלאך איז געוועהן צו זעהן דאס קינד צוריק לעבעדיג. די דאקטוירים וואס האבען פריער באהאנדעלט דאס טויטע קינד זענען צוגעקומען און געזאגט אז דאס איז נאר א נס וואס איז געשעהן, אין זכות פון הייליגען תנא רשב"י.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 12:02 pm

ביאור על שיר בר יוחאי
חיברו המקובל ר' שמעון לביא ז"ל
אין ספר יוסף אומץ שטייט אז עס איז געווען פלעצער וואס מען פלעגט עס נישט זינגען צוליב די גרויסע סודות וואס שטייט אין דעם, דעריבער די טייטש וואס מיר שרייבען דא איז נאר אביסעל צו פארשטיין וואס מען זאגט, אבער די ריכטיגע טייטש פון דעם איז עמוק עמוק מי ימצאנו

בַּר יוֹחָאי דער זון פון יוחאי
דער טעם פארוואס מען רופט ר' שמעון מיט'ן נאמען פון זיין טאטע'ן און נישט אין זיין אייגען נאמען שטייט אין שדי חמד, ווייל אין די גמרא געפונען מיר אויך אז אליהו הנביא רופט אים נישט אן ביים נאמען, ווייל ער איז געווען א תלמיד פון ר' שמעון
נִמְשַׁחְתָּ די ביזט געזאלבט געווארן מיט נבואה
אַשְׁרֶיךָ וואויל איז דיר
שֶׁמֶן שָׂשׂוֹן אויל פון פרייד
דאס מיינט נבואה וואס רוהט דורך שמחה
מֵחֲבֵרֶיךָ האסטו מער פון דיינע חברים די אנדערע תנאים:
בַּר יוֹחָאי שֶׁמֶן מִשְׁחַת קֹדֶשׁ, בר יוחאי מיט הייליגע זאלב אויל
נִמְשַׁחְתָּ מִמִּדַּת הַקֹּדֶשׁ, ביזטו געזאלבט געווארן, פון די אויל וואס קומט פון א הייליג פלאץ וואס ווערט אגערופען "מדת הקודש" (דאס מיינט נבואה)
נָשָׂאתָ צִיץ נֶזֶר הַקֹּדֶשׁ, די טראגסט די מעלה פון די ציץ וואס איז א הייליג קרוין
רשב"י איז געווען אין די בחינה פון די ציץ וואס ווען מען האט געקוקט דערויף איז געפאלען א פחד, די זעלבע ביי רשב"י שטייט אין זוהר הקדוש אז די אויבערשטע מיט די אונטערשטע האבן פאר אים מורא געהאט
חָבוּשׁ עַל רֹאשְׁךָ פְּאֵרֶךָ. אנגעטוען אויפן קאפ איז דיין שיינקייט ווי א קעניג וואס האט א שיינע קרוין אויפ'ן קאפ
"מלכך דא הוא רבי שמעון בר יוחאי" (זוהר הק')
בַּר יוֹחָאי נִמְשַׁחְתָּ אַשְׁרֶיךָ שֶׁמֶן שָׂשׂוֹן מֵחֲבֵרֶיךָ
בַּר יוֹחָאי מוֹשַׁב טוֹב יָשַׁבְתָּ, בר יוחאי אין די זיץ פון טוב ביזטו געזעסן
רשב"י איז געזעסן אין די זעלבע מערה ווי משה רבינו ע"ה וואס ווערט אנגערופען טוב, און דארט האט ער מקבל געווען אלע סודות התורה (אר"י הקדוש)
יוֹם נַסְתָּ יוֹם אֲשֶׁר בָּרַחְתָּ, דעם טאג וואס די ביזט אנטלאפען פון די רומים
בִּמְעָרוֹת צוּרִים שֶׁעָמַדְתָּ, אין די היילן פון די פעלזען שטיינער וואס די ביסט געשטאנען
שָׁם קָנִיתָ הוֹדְךָ וַהֲדָרֶךָ. דארט האסטו געקויפט (באקומען) דיין לויב און שיינקייט
בַּר יוֹחָאי נִמְשַׁחְתָּ אַשְׁרֶיךָ שֶׁמֶן שָׂשׂוֹן מֵחֲבֵרֶיךָ
בַּר יוֹחָאי עֲצֵי שִׁטִּים עוֹמְדִים, די סודות התורה וואס בר יוחאי האט אויסגעלערנט שטייען פאר'ן אויבערשטען
די "סודות התורה" ווערען אנגערופען "עצי שיטים" (זוהר הק')
לִמּוּדֵי יְהֹוָה די תלמידים פון רשב"י וואס ער האט זיי אנגערופען לערנער'ס פון דעם אייבירשטען
הֵם לוֹמְדִים, זיי לערנען די סודות התורה
אוֹר מֻפְלָא די פארהוילענע ליכטיקייט
אוֹר הַיְקוֹד הֵם יוֹקְדִים, מיט א ברענעדיגע ליכטיקייט האבען זיי געברענט
ווען זיי האבען געלערנט תורה איז א פייער געווען ארום זיי (תוס' חגיגה טו.)
הֲלֹא הֵמָּה יוֹרוּךָ מוֹרֶךָ. זיי די תלמידים האסטו אויסגעלערנט, זייער רבי
בַּר יוֹחָאי נִמְשַׁחְתָּ אַשְׁרֶיךָ שֶׁמֶן שָׂשׂוֹן מֵחֲבֵרֶיךָ
בַּר יוֹחָאי וְלִשְׂדֵה תַּפּוּחִים, בר יוחאי איז אין די גן עדן וואס ווערט אנגערופען שדה תפוחים
עָלִיתָ לִלְקֹט בּוֹ מֶרְקָחִים, ביסטו ארויף געגאנגען צו קלויבען בשמים (סודות התורה)
סוֹד תּוֹרָה כְּצִיצִים וּפְרָחִים, די סודות פון די תורה זענען אזוי ווי שיינע שפראצונגען און בלומען דאס מיינט א צירונג צו די תורה
נַעֲשֶׂה אָדָם נֶאֱמַר בַּעֲבוּרֶךָ. ווען דער באשעפער האט געזאגט "נעשה אדם" איז דאס געזאגט געווארן וועגן דיר.
די גאנצע בריאה איז געווען וועגן דיר, ווייל די בריאה איז דאך נאר געווען וועגן די תורה, און די עיקר תורה זענען די סודות התורה וואס רבי שמעון בר יוחאי האט אנפלעקט
בַּר יוֹחָאי נִמְשַׁחְתָּ אַשְׁרֶיךָ שֶׁמֶן שָׂשׂוֹן מֵחֲבֵרֶיךָ
בַּר יוֹחָאי נֶאֱזַרְתָּ בִּגְבוּרָה, בר יוחאי האסט דיך געשטארקט מיט גבורה ארויס צו גיין קעגען די רומים (שבת ל"ג:)
וּבְמִלְחֶמֶת אֵשׁ-דָּת און מיט א מלחמה וואס איז געווען בדרך התורה וואס ווערט אנגערופען אש דת למו
הַשַּׁעְרָה, האסטו מלחמה געהאלטען ביים בית דין וואס ווערט אנגערופען השערה (דברים כב)
די מעשה איז געווען ווען זיי זענען געזעסען אין יבנה ביים בית דין
וְחֶרֶב הוֹצֵאתָ מִתַּעְרָהּ, און א שווערד האסטו ארויסגעצויגען פון איר האלטער
שָׁלַפְתָּ נֶגֶד צוֹרְרֶיךָ. די האסט עס אויסגעשטרעקט קעגען די מקטריגים דיינע פיינט
ווייל ווען רבי שמעון האט גערעדט קעגען די רומים האט ער בעיקר געמיינט די מקטריגים און זייערע שרים פון אויבען
בַּר יוֹחָאי נִמְשַׁחְתָּ אַשְׁרֶיךָ שֶׁמֶן שָׂשׂוֹן מֵחֲבֵרֶיךָ
בַּר יוֹחָאי לִמְקוֹם אַבְנֵי שַׁיִשׁ, בר יוחאי איז אנגעקומען צו די פלאץ וואס הייסט אבני שיש
ווייל ס'זעהט אויס ווי מארמאר שטיין (תענית יד "ארבעה נכנסו בפרדס" עיי"ש)
הִגַּעְתָּ וּפְנֵי אַרְיֵה לַיִשׁ, האסט דערגרייכט צו די כסא הכבוד וואס איז אויפגעמאלען אויף איר די פנים פון א לייב ("ליש" איז איינס פון די נעמען פון א לייב)
גַּם גֻּלַּת כּוֹתֶרֶת אויך ביסטו אנגעקומען ביז די אונטערשטע חלק פון די קרוין פון אויבערשטען וואס דארט ליגט די מדת החסד
און האסט ממשיך געווען די מדת החסד אויף די וועלט
עַל עַיִשׁ, אזוי ווי די עיש
ווען דער אויבערשטער האט געוואלט ענדיגען די מבול האט ער גענומען צווי שטערענ'ס פון די מזל "עיש" און אזוי פארשטאפט די מבול, אזוי אויך מיט די גרויסקייט פון ר' שמעון וואס אין זיינע צייט'ן נישט געווען א קשת וואס ווייזט אויפ'ן מבול (ברכות נט)
תָּשׁוּרִי וּמִי יְשׁוּרֶךָ. די האסט געזעהן אסאך סודות, אבער ווער קען דיר זעהן
בַּר יוֹחָאי נִמְשַׁחְתָּ אַשְׁרֶיךָ שֶׁמֶן שָׂשׂוֹן מֵחֲבֵרֶיךָ
בַּר יוֹחָאי בְּקֹדֶשׁ הַקֳּדָשִׁים, בר יוחאי איז אנגעקומען אין די מדריגה וואס הייסט קדשי קדשים
קַו יָרוֹק מְחַדֵּשׁ חֳדָשִׁים, אין דיין זכות שטייט די וועלט וואס ווערט ארום גענומען מיט א קו ירוק און דער אויבערשטער טוט איר באנייען א פרישע באנייאונג יעדען טאג
שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת סוֹד חֲמִשִּׁים, דאס איז די ניין און פערציג שערי בינה און די העכערע מדריגה פון דעם
קָשַׁרְתָּ קִשְׁרֵי שִׁין קְשָׁרֶיךָ. האסטו דורך די אלע מדריגות אנגעבינדען אויף דיר די קניפ וואס איז דא אויף די תפילין
און וועגן דעם האט יעדער מורא געהאט פון אים, ווי עס שטייט ביי די תפילין "ויראו ממך"
בַּר יוֹחָאי נִמְשַׁחְתָּ אַשְׁרֶיךָ שֶׁמֶן שָׂשׂוֹן מֵחֲבֵרֶיךָ
בַּר יוֹחָאי יוּד חָכְמָה קְדוּמָה, בר יוחאי האסט דערגרייכט די סוד פון די ערשטע יוד פון דעם אויבערשטענ'ס נאמען וואס ווייזט אויף חכמה
הִשְׁקַפְתָּ לִכְבוּדָהּ פְּנִימָה, האסטו אריינגעקוקט אינעווייניג אין די סודות התורה
שְׁלשִׁים וּשְׁתַּיִם נְתִיבוֹת צוויי און דרייסיג וועגן וואס איז דא אין די תורה בדרך סוד
רֵאשִׁית תְּרוּמָה, דאס איז די הויפט חכמה פון די תורה וואס ווערט אנגערופען תרומה
תורה - מ', די תורה וואס איז געגעבן צו פערציג טאג
אַתְּ כְּרוּב מִמְשַׁח, די ביסט ווי א גרויסער כרוב פייגל (די תרגום אויף אנשי מדות איז גברי דמשחן)
רשב"י איז גלייך צו די כרובים ווייל זיי זענען געווען סוככים בכנפיהם, אזוי אויך רשב"י האט באשיצט אין זיין דור אז עס זאל נישט קומען א מבול
זִיו אוֹרֶךָ. די לויטערקייט פון דיין שיין
בַּר יוֹחָאי נִמְשַׁחְתָּ אַשְׁרֶיךָ שֶׁמֶן שָׂשׂוֹן מֵחֲבֵרֶיךָ
בַּר יוֹחָאי אוֹר מֻפְלָא רוֹם מַעְלָה, בר יוחאי האט זוכה געווען צו א פארהוילענע שיין וואס איז גאר הויך דאס מיינט אלע סודות התורה
יָרֵאתָ מִלְּהַבִּיט כִּי רַב לָהּ, האסט מורא געהאט צו קוקען ווייל עס איז געווען גאר א גרויסער שיין (אזוי ווי ס'שטייט ביי יחזקאל הנביא)
תַּעֲלוּמָה וְאַיִן קוֹרֵא לָהּ, זי איז פארהוילען און מ'רופט איר טאקע אַיִן ווייל מ'קען איר נישט משיג זיין צוליב איר גרויסקייט
נַמְתָּ עַיִן לֹא תְשׁוּרֶךָ. די אליין האסט געזאגט אויף די געוואלדיגע אור אז מען קען איר נישט אנקוקען (אזוי ווי די אויבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו)
בַּר יוֹחָאי נִמְשַׁחְתָּ אַשְׁרֶיךָ שֶׁמֶן שָׂשׂוֹן מֵחֲבֵרֶיךָ
בַּר יוֹחָאי אַשְׁרֵי יוֹלַדְתֶּךָ, וואויל זענען דיינע עלטערען וואס האבען דיר געבוירן
אַשְׁרֵי הָעָם הֵם לוֹמְדֶךָ, וואויל איז די פאלק וואס לערנט די זאכען וואס זענען בדרך פשטות
("עם" איז די קלענערע מדריגה פון "ישראל")
וְאַשְׁרֵי הָעוֹמְדִים עַל סוֹדֶךָ, און וואויל איז פאר די וואס קענען פארשטיין דיינע סודות
לְבוּשֵׁי חשֶׁן תֻּמֶּיךָ וְאוּרֶיךָ: און זיי טוען זיך אן מיט דיינע רייד וואס איז גלייך צו די אורים ותומים פון כהן גדול:

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 12:03 pm

זמירות

שִׁיר בַּר יוֹחָאי

בַּר יוֹחָאי נִמְשַׁחְתָּ אַשְׁרֶיךָ שֶׁמֶן שָׂשׂוֹן מֵחֲבֵרֶיךָ:

בַּר יוֹחָאי שֶׁמֶן מִשְׁחַת קֹדֶשׁ, נִמְשַׁחְתָּ מִמִּדַּת הַקֹּדֶשׁ, נָשָּׂאתָ צִיץ נֶזֶר הַקֹּדֶשׁ, חָבוּשׁ עַל רֹאשְׁךָ פְּאֵרֶךָ: בר יוחאי
בַּר יוֹחָאי מוֹשַׁב טוֹב יָשַׁבְתָּ, יוֹם נַסְתָּ יוֹם אֲשֶׁר בָּרַחְתָּ, בִּמְעָרוֹת צוּרִים שֶׁעָמַדְתָּ, שָׁם קָנִיתָ הוֹדְךָ וַהֲדָרֶךָ: בר יוחאי
בַּר יוֹחָאי עֲצֵי שִׁטִּים עוֹמְדִים, לִמּוּדֵי יי הֵם לוֹמְדִים, אוֹר מֻפְלָא אוֹר הַיְקוֹד הֵם יוֹקְדִים, הֲלֹא הֵמָּה יוֹרוּךָ מוֹרֶךָ: בר יוחאי
בַּר יוֹחָאי וְלִשְׂדֵה תַּפּוּחִים, עָלִיתָ לִלְקֹט בּוֹ מֶרְקָחִים, סוֹד תּוֹרָה כְּצִיצִים וּפְרָחִים, נַעֲשֶׂה אָדָם נֶאֱמַר בַּעֲבוּרֶךָ: בר יוחאי
בַּר יוֹחָאי נֶאֱזַרְתָּ בִּגְבוּרָה, וּבְמִלְחֶמֶת אֵשׁ-דָּת הַשַׁעְרָה, וְחֶרֶב הוֹצֵאתָ מִתַּעְרָהּ, שָׁלַפְתָּ נֶגֶד צוֹרְרֶיךָ: בר יוחאי
בַּר יוֹחָאי לִמְקוֹם אַבְנֵי שַׁיִשׁ, הִגַּעְתָּ וּפְנֵי אַרְיֵה לַיִשׁ גַּם גֻּלַּת כּוֹתֶרֶת עַל עַיִשׁ, תָּשׁוּרִי וּמִי יְשׁוּרֶךָ: בר יוחאי
בַּר יוֹחָאי בְּקֹדֶשׁ הַקֳּדָשִׁים, קַו יָרוֹק מְחַדֵּשׁ חֳדָשִׁים, שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת סוֹד חֲמִשִׁים, קָשַׁרְתָּ קִשְׁרֵי שִׁין קְשָׁרֶיךָ: בר יוחאי
בַּר יוֹחָאי יוּד חָכְמָה קְדוּמָה, הִשְׁקַפְתָּ לִכְבוּדָהּ פְּנִימָה, שְׁלשִׁים וּשְׁתַּיִם נְתִיבוֹת רֵאשִׁית תְּרוּמָה, אַתְּ כְּרוּב מִמְשַׁח זִיו אוֹרֶךָ: בר יוחאי
בַּר יוֹחָאי אוֹר מֻפְלָא רוֹם מַעְלָה, יָרֵאתָ מִלְּהַבִּיט כִּי רַב לָהּ, תַּעֲלוּמָה וְאַיִן קוֹרֵא לָהּ, נַמְתָּ עַיִן לֹא תְשׁוּרֶךָ: בר יוחאי
בַּר יוֹחָאי אַשְׁרֵי יוֹלַדְתֶּךָ, אַשְׁרֵי הָעָם הֵם לוֹמְדֶךָ, וְאַשְׁרֵי הָעוֹמְדִים עַל סוֹדֶךָ, לְבוּשֵׁי חשֶׁן תֻּמֶּיךָ וְאוּרֶיךָ: בר יוחאי


אָמַר רַבִּי עֲקִיבָא, אַשְׁרֵיכֶם יִשְׂרָאֵל, לִפְנֵי מִי אַתֶּם מִטַּהֲרִין, וּמִי מְטַהֵר אֶתְכֶם, אֲבִיכֶם שֶׁבַּשָׁמַיִם (שֶנֶּאֱמַר וְזָרַקְתִּי עֲלֵיכֶם מַיִם טְהוֹרִים וּטְהַרְתֶּם) וְאוֹמֵר, מִקְוֵה יִשְׂרָאֵל יי, מַה מִּקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים, אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל:
וַאֲמַרְתֶּם כֹּה לֶחָי, רַבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאי:
וַאֲמַרְתֶּם כֹּה לֶחָי, רַבִּי שִׁמְעוֹן צַדִּיקָאי:
אִישׁ אֱלֹקִים קָדוֹשׁ הוּא, אַשְׁרֵי עַיִן רָאַתְהוּ, לֵב חָכָם יַשְׂכִּיל פִּיהוּ, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
בָּרוּךְ הוּא מִפִּי עֶלְיוֹן, קָדוֹשׁ הוּא מֵהֵרָיוֹן, מְאוֹר גָּלִיל הָעֶלְיוֹן, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
גִּבּוֹר וְאִישׁ מִלְחָמָה, בְּדַת תּוֹרָה תְּמִימָה, מָלֵא מַדָּע וְחָכְמָה, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
דָּרַשׁ כָּל תַּעֲלוּמוֹת, בְּעֹז וְתַעֲצוּמוֹת, עָלָה מַעֲלוֹת רָמוֹת, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
הֻחְבָּא בְּתוֹךְ מְעָרָה, מִפְּנֵי הַגְּזֵרָה, שָׁם לָמַד סִתְרֵי תּוֹרָה, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
וְשָׁם נִבְרָא מַעְיָן לוֹ, וְחָרוּב לְמַאֲכָלוֹ, מַה טוֹב חֶלְקוֹ וְחֶבְלוֹ, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
זֵכֶר צַדִּיק לִבְרָכָה, דֵּין רֵיכָא וּבַר רֵיכָא, זִכָּה רַבִּים וְזָכָה, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
חִדֵּשׁ כַּמָּה הֲלָכוֹת, הֵם בַּמִּשְׁנָה עֲרוּכוֹת, זֶה הַמַּרְגִּיז מַמְלָכוֹת, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
טִהֵר אֶת עִיר טְבֶרְיָה, עָשָׂה אוֹתָהּ נְקִיָּה, הוֹדוּ לוֹ מִשְׁמַיָא, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
יָדַע כָּל הַנִסְתָּרוֹת, דְּבָרָיו עוֹשִׂים פֵּרוֹת, בִּטֵּל כַּמָּה גְּזֵרוֹת, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
כָּל יָמָיו אֲשֶׁר חָיָה, אוֹת הַקֶּשֶׁת לֹא נִהְיָה, כִּי הוּא אוֹת עוֹלָם הָיָה, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
לְכָל יִשְׂרָאֵל הֵאִיר, בְּסוֹד תּוֹרָה הַבָּהִיר, כְּאוֹר הַחַמָּה מַזְהִיר, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
מָקוֹם בָּחַר בִּשְׁמַיָּא, עִם הַנָּבִיא אֲחִיָה, זֶה מִבְּנֵי עֲלִיָּה, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
נֶחְמָד מְאֹד לְמַעֲלָה, זָכָה לִיקָר וּגְדֻלָּה, [כֶּתֶר] (סֵתֶר) עֶלְיוֹן לוֹ נִגְלָה, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
סִינַי סִינַי לוֹ נִקְרָא, אֲרִי שֶׁבַּחֲבוּרָה, מִמֶּנּוּ תֵּצֵא תּוֹרָה, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
עָשָׂה שִׁבְעִים תִּקּוּנִים, יְקָרִים מִפְּנִינִים, בָּם תִּקֵּן הָעֶלְיוֹנִים, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
פָּתַח אֶת פִּיו בְּחָכְמָה, הוֹצִיא אוֹר תַּעֲלוּמָה, תִּקֵּן זָהֳרֵי חַמָּה, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
צַדִּיק יְסוֹד הָעוֹלָם, גִּלָּה מִדְרָשׁ הַנֶּעֱלָם, יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
קוֹלוֹ זִמֵּר עָרִיצִים, וְהִכְרִית אֶת הַקּוֹצִים, וְהִצִּיל הַלְּחוּצִים, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
רָאָה פָּנָיו מְאִירִים, בְּשִׁבְתּוֹ עִם חֲבֵרִים, עֵת גִּלָּה סוֹד נִסְתָּרִים, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
שָׁלוֹם רָב עַל מִשְׁכָּבוֹ, מַה יָפְיוֹ וּמַה טּוּבוֹ, דּוֹבֵר אֱמֶת בִּלְבָבוֹ, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם
תּוֹרָתוֹ מָגֵן לָנוּ, הִיא מְאִירַת עֵינֵינוּ, הוּא יַמְלִיץ טוֹב בַּעֲדֵנוּ, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי: וַאֲמַרְתֶּם

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 12:04 pm


אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג אפריל 30, 2010 2:19 pm

ואמרתם כה לחי
the SCY is the limit

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג מאי 03, 2010 1:23 pm

א שטיקל מחשבה איז מיר בייגעפאלן דעם שבת לכבוד ל"ג בעומר, היות ס'שטייט אין בנ"י אז די שמחה ל"ג בעומר איז למעלה מדרך הטבע, דאס לשון פון צדיקים איז נישט קיין גוזמא א"כ וואס איז טאקע דער לשון "למעלה מדרך הטבע"?
שטייט אין מהר"ל (בס' אור חדש לחנוכה) אז זיבן איז טבע, די וועלט איז באשאפן געווארן אין זיבן טאג, אכט איז למעלה מדרך הטבע, דערפאר האט מען געציילט זיבן וואכן ספירה און הערשט די אכטע וואך ווען מ'איז ארויס פון טבע האט מען געגעבן די תורה פאר אידן עיי"ש לענינו, ל"ג בעומר איז א זמן וואס מ'קען שוין קונה זיין קודשת חג השובועות ואור התורה כידוע מפי ספה"ק, דעריבער וועס ס'איז זוכה ל"ג בעומר צו שפירן די שמחת התורה איז זיין שמחה "למעלה מדרך הטבע" ווייל ער שפירט שוין די תורה וואס איז געגעבן געווארן די אכטע וואך וואס איז למעלה מן הטבע,

(אייגנס)

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » זונטאג מאי 15, 2011 7:11 pm

זיידעניו האט געשריבן:שיר בר יוחאי

בלחר יויחטאי נהמאשסחחאתלט אחשסארזיךט שסזמזן שעטשעוין מוחגבורזיךט:

בלחר יויחטאי שסזמזן מהשסאחחת קידזשס, נהמאשסחחאתלט מהמלהדלחת החקלידזשס, נטשלעטאתט צהיץ נזזזר החקלידזשס, חטבולשס עחל ריאשסאךט פלאאורזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי מוישסחב טויב יטשסחבאתלט, יוים נחסאתלט יוים אגשסזר בלטרחחאתלט, בלהמאעטרוית צולרהים שסזעטמחדאתלט, שסטם קטנהיתט הוידאךט וחהגדטרזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי עגצוי שסהטלהים עוימאדהים, להמלולדוי יי הום לוימאדהים, אויר מכפאלטא אויר החיאקויד הום יויקאדהים, הגליא הומלטה יוירולךט מוירזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי ואלהשעאדוה תלחפלולחהים, עטלהיתט להלאקיט בלוי מזראקטחהים, סויד תלוירטה כלאצהיצהים ולפארטחהים, נחעגשעזה אטדטם נזאבמחר בלחעגבולרזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי נזאבזחראתלט בלהגאבולרטה, ולבאמהלאחזמזת אושס-דלטת החשסחעארטה, ואחזרזב הויצואתט מהתלחעארטהל, שסטלחפאתלט נזגזד צוירארזיךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי להמאקוים אחבאנוי שסחיהשס, ההגלחעאתלט ולפאנוי אחראיוה לחיהש גלחם גלכללחת כלויתזרזת עחל עחיהשס, תלטשסולרהי ולמהי יאשסולרזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי בלאקידזשס החקלדדטשסהים, קחו יטרויק מאחחדלושס חדדטשסהים, שסזבחע שסחבלטתוית סויד חגמהשסהים, קטשסחראתלט קהשסארוי שסהין קאשסטרזיךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי יולד חטכאמטה קאדולמטה, ההשסאקחפאתלט להכאבולדטהל פלאנהימטה, שסאלשסהים ולשסאתלחיהם נאתהיבוית רואשסהית תלארולמטה, אחתלא כלארולב מהמאשסחח זהיו אוירזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי אויר מכפאלטא רוים מחעאלטה, יטרואתט מהללאהחבלהיט כלהי רחב לטהל, תלחעגלולמטה ואאחיהן קוירוא לטהל, נחמאתלט עחיהן ליא תאשסולרזךט: בר יוחאי

בלחר יויחטאי אחשסארוי יוילחדאתלזךט, אחשסארוי הטעטם הום לוימאדזךט, ואאחשסארוי הטעוימאדהים עחל סוידזךט, לאבולשסוי חשסזן תלכמלזיךט ואאולרזיךט: בר יוחאי



אטמחר רחבלהי עגקהיבטא, אחשסארויכזם יהשעארטאול, להפאנוי מהי אחתלזם מהטלחהגרהין, ולמהי מאטחהור אזתאכזם, אגבהיכזם שסזבלחשסטמחיהם. ואאוימור, מהקאווה יהשעארטאול יי, מחה מלהקאוזה מאטחהור אזת החטלאמואהים, אחף החקלטדוישס בלטרולךא הולא מאטחהור אזת יהשעארטאול:

???

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מאי 15, 2011 7:13 pm

מען זעהט אז דו ביסט נאך קיינמאל נישט געווען אין מירון, און אויב יא, האסטו דיך באנוצט מיט די מהדרין וועג

אנדערש וואלסטו אויך געהערט אט די ווערסיע פון בר יוחאי וואס ווערט געזינגן מיט אייפער דורך די פרענקן

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג מאי 15, 2011 7:30 pm

חחח


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט