ח"י אייר -ל"ג בעומר

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

ח"י אייר -ל"ג בעומר

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:00 am

ח"י אייר - "ל"ג בעומר" איז א יום טוב וואס מ'זאגט נישט קיין תחנון און מ'איז נוהג שמחה אין דעם טאג.

איין טעם איז ווייל אין ל"ג בעומר האבן אויפגעהערט צו שטארבען די תלמידים פון רבי עקיבא. נאך א טעם ווייל אין דעם טאג איז נפטר געווארן דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זי"ע און ער האט אנגעזאגט פאר זיין פטירה אז מ'זאל האלטן א יום טוב אין זיין יומא דהילולא.

סתם ר' שמעון אין די משנה מיינט רבי שמעון בן יוחאי.

רבי שמעון בן יוחאי האט מחבר געוועהן דעם ספר זוהר הקדוש.

אויך פירט מען זיך אנצוצינדען פיהל ליכט אין זיין יאהרצייט ווייל ער האט לעכטיג געמאכט די וועלט מיט זיין ספר הזוהר און מיט אלע סודות התורה וואס ער האט מגלה געוועהן פאר זיינע תלמידים.

מ'פירט זיך "ל"ג בעומר" צו שיסען מיט א פייל-און-בויגען ווייל דאס איז א רמז צו דעם וואס אלע יארן וואס רבי שמעון האט געלעבט איז נישט געוועהן א "קשת" אין הימל וואס דאס איז א סימן טוב כידוע, ווייל זיין זכות האט מגין געוועהן אויף זיין דור.

דער הייליגער בני יששכר זי"ע שרייבט אז ער האט געהערט פון אנשי אמת אז די שמחה אויף דעם ציון פון רשב"י אין "ל"ג בעומר" איז ממש שלא כטבע.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:00 am

ל"ג בעומר איז אויך די יארצייט פון הייליגען רמ"א - רבי משה איסרליש זי"ע, וואס האט געמאכט הגהות אין שולחן ערוך און נאך ספרים, מיר בני אשכנז פירען זיך אזוי ווי דער רמ"א בהלכה און צדיקים האבן געזאגט א רמז אויף דעם אין פסוק ובני ישראל יוצאין ביד רמה (רמ"א).

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:01 am

אין די טעג צווישען פסח און שבועות זענען נפטר געווארן די 24,000 תלמידים פון רבי עקיבא, און א זכר צו דעם זענען מיר נוהג קצת אבילות אין די ימי הספירה. מ'טאר נישט חתונה מאכן און מ'טאר נישט נוהג זיין בשמחה אין די טעג. אויך טאר מען זיך נישט אפשערען די האר. אויך פירט מען זיך אז מען מאכט נישט א ברכת שהחיינו אין די ימי הספירה. עס איז דא א טייל וואס פירען זיך אפצושערען אין ל"ג בעומר, אבער מיר פירען זיך על פי האר"י ז"ל וואס זאגט אז מ'זאל זיך נישט שערען ביז ערב שבועות.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:03 am

א) דער חתם סופר זצ"ל זאגט (שו"ת יו"ד סי' רל"ג) אז אין דעם טאג האט אנגעפאנגען
אראפנידערן דער מן פאר די אידן אין מדבר.


ב) אין דעם טאג איז געבוירן געווארן דער תנא רבי שמעון בן יוחאי, און שפעטער איז ער
אין דעם זעלבן טאג נסתלק געווארן.


ג) אין דעם טאג האבן אויפגעהערט צו שטארבן די תלמידים פון הייליגן תנא רבי עקיבא.

אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא (יבמות סב:) אז רבי עקיבא האט געהאט 24 טויזענט
תלמידים און אלע זענען ל"ע געשטארבן אין איין צייט, צוליב וואס זיי האבן גערעדט לשון הרע
(עי' מהרש"א שם), אלע זענען געווען גאר גרויסע תלמידי חכמים, און וויבאלד זיי האבן געהאט די
עבירה פון לשון הרע איז זיי ליידער געקומען דער עונש, ווייל הקב"ה איז מדקדק עם צדיקים כחוט
השערה. עס שטייט ווייטער אין די ברייתא אז דער זמן ווען זיי זענען נפטר געווארן איז געווען
אין די קורצע צייט צווישן פסח און שבועות. אויף דעם זאגן די ראשונים אז די תלמידי רבי
עקיבא זענען געשטארבן נאר ביז ל"ג בעומר.

צוליב דעם וואס זיי האבן אויפגעהערט צו שטארבן אין דעם טאג האט מען דאס
באשטימט פאר א יום טוב. דער גר"א זאגט א טעם, ווייל אזוי ווי מען געפינט אין די גמרא (תענית)
אז לא היו ימים טובים בישראל כט"ו באב, ווייל אין יענעם טאג האבן די מתי מדבר אויפגעהערט
צו שטארבן, איז די זעלבע ל"ג בעומר.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:09 am

ווען דער הייליגער קאליסקער זי"ע פלעגט זיך טובל'ן אינדערפרי פון ל"ג בעומר, האט ער מיט גרויס התלהבות אויסגערופן "הריני מקבל עלי קדושת היום".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:09 am

עס ווערט געברענגט פון הייליגן שר שלום פון בעלזא זי"ע, אז די קדושה פונעם טאג ל"ג בעומר איז אזוי גרויס ווי יום כיפור.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:09 am

דער הייליגער רבי ר' ברוך'ל פון מעזעבוז האט זיך נוהג געווען צו מאכן א סיום אויפן זוהר הקדוש אין ל"ג בעומר, דערנאך פלעגט ער נעמען דעם זוהר אין די הענט און טאנצן א פאר שעה און געקושט דעם זוהר און געזאגט בזה הלשון "איך קען דיך און דו קענסט מיך".

איינמאל האט ער זיך אנגערופן, אויב מיין זיידע דער בעש"ט איז געווען רבי שמעון בן יוחאי, בין איך רבי אלעזר בן ר' שמעון.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:10 am

איין מאל ביי די הקפות פונעם קאזניצער מגיד זי"ע איז געווען א מורא'דיגע התלהבות,
און ער האט געזאגט דאס איז ווייל אין גן עדן זיצט זיין טאטע ר' שבתי איינבינדער, אינעם
היכל פון ר' יוחאי דער פאטער פון ר' שמעון, האט ר' שבתי געבעטן ר' יוחאי ער זאל אים
נעמען צו די הילולא פון זיין זון ר' שמעון, און ער האט אים צוגעזאגט אז ער וועט אים נעמען
אבער ער (ר' שבתי) מוז אים (ר' יוחאי) נעמען צו די הקפות פון זיין זון ר' ישראל, האט דער מגיד
גע'ענדיגט און געזאגט אז עס זענען יעצט געווען דא גאר גרויסע געסט און צוליב דעם זענען
די הקפות געווען אזוי בהתלהבות. אינטערסאנט איז אז רשב"י איז די אותיות אויך פון ר'
י'שראל ב'ן ש'בתי.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:10 am

עס ווערט געברענגט אין ספר משוש כל הארץ, אז הרה"ק ר' משה מ'ראזווידב זצ"ל
האט געזאגט, "קיין שום טאג פון יאר איז מיר נישט אזוי גוט, ווי דער טאג ל"ג בעומר". איין
מאל ל"ג בעומר פארנאכטס האט ער געזאגט "א שאד אז די זון גייט שוין אונטער, הלוואי
וואלט איך געהאט די מעגליכקייט אפצושטעלן די זין אויף אביסל, לכבוד די הייליגקייט פון
דעם טאג".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:10 am

עס ווערט געברענגט אין די ספרים הק', אז אין דעם טאג ל"ג בעומר אינעווייניג ביים ציון פון ר' שמעון בן יוחאי, שפירט מען די קדושה פון יום כיפור, און אינדרויסן שפירט מען די שמחה פון שמחת תורה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:11 am

אין ספר צבי לצדיק ווערט געברענגט א רמז, זמרו לה' חסידיו, איז בגי' יום ל"ג בעומר, והודו דאס גייט ארויף אויף בחינת הוד וואס מען האט אין זין דעם טאג וואס איז הוד שבהוד.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:11 am

דער הייליגער בני יששכר זאגט, "עס האבן מיר געזאגט אנשי אמת, אז די שמחה פון ל"ג בעומר ביים ציון פון הייליגן תנא ר' שמעון בן יוחאי איז א שמחה שלא כדרך הטבע.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:14 am

מנהג ישראל אשר התלמידים בני בי רב יורו בקשת ביום הזה, והנה שמעתי מאת כבוד אדומ"ו הרב הקדוש מהרמ"מ [מרימנוב] זצוק"ל הטעם הוא כי בימי ר' שמעון לא נראתה הקשת, והנה ביום עלותו למרום עושין הסימן הזה, עד כאן דבריו. והוא כעין (שמ"ב א, יח) ללמד בני יהודה קשת. ונראה לי על דרך דברי אדומ"ו, דהנה אמר ר' שמעון בן יוחאי לר' אלעזר בריה (בזהר ת"ז לו:) ברי לא תצפי לרגלי דמשיחא עד דתתחזי קשתא בגוונין נהירין, הוא סימן התגלות אור של מלך המשיח אשר יגלה האור כי טוב הגנוז, הנה ביום הזה אשר נכתב הספר הקדוש הזהר שהוא מהארת האור כי טוב הגנוז מפי בוצינא קדישא, וזה מאיר לנו בגלות עד יתגלה בזכות זה משיח צדקנו, "יהי אור" זה אורו של מלך המשיח, והסימן מסור בידינו בשעתא דתתחזי קשתא בגוונין נהורין על כן ביום זה לסימן הטוב הלזה ויורו המורים בקשת. בני יששכר

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:14 am

ונ"ל לרמז זאת בקרא דיחזקאל כמראה הקשת אשר יהי' בענן ביום הגשם שקאי הרמז על יום ל"ג בעומר כמו ביו"ם גש"ם עולה יו"ם ל"ג בעומ"ר, וגם כל התיבין הללו "כמרא"ה הקש"ת אש"ר יהי"ה בענ"ן ביו"ם הגש"ם עולה ביום שלשה ושלשים חוץ מתיבת קשת, שאז ביום שלשה ושלשים נראה מראה קשת יען אשר רשב"י עלה לשמים והבן. קרן ישועה

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:15 am

ובפשטות הדבר נמצא רמז נכון למנהגן של ישראל ליקח הקשת בהפסוק "דרך אניה בלב ים", כי הקשת נקרא בשם דריכה כמו דורכי קשת, ו'אניה' עולה גלג"ל שמרמז על קשת שהוא כעין גלגל, וזה דר"ך 'אניה' היינו לדרוך הגלגל בל"ב י"ם היינו אחר עבור ל"ב ימים מחמשים ימי הספירה העולה י"ם אז ידרכו בקשת שהוא כעין גלג"ל. אמרי נועם

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:15 am

והענין הוא, כי בימי הספירה הוא זמן תשובה וע"י התשובה נמתקים כל הדינים בשרשם ברחמים גמורים... ונשפע עליהם כל החסדים והרחמים. וזה מרומז בל"ג בעומר, כי תיבת בעמ"ר בגימ' כמנין יש"ב שהוא לשון תשובה... והתשובה צריך להיות במלחמה גדולה שילחום האדם עם יצרו המונעו מדרכי התשובה וצריך האדם להלביש א"ע בכלי נצחי קרב, שיזרוק חצים ובליסטראות לעומת יצרו, ולהתגבר עליו שיהי' דבוק בתשובה תמיד. וזה מרומז בל"ג בעמ"ר כי ל"ג הוא אותיות ג"ל שהוא החצי מתיבת גלג"ל, וגלגל הוא מקיף בעיגול, וחצי גלגל הוא בציור קשת, ומלפנים הי' המלחמה בקשת, וזה מרמז שהתשובה צריכה להיות במלחמה גדולה נגד היצה"ר.
ועיקר הכלי נצחי קרב לעומת היצה"ר הוא עסק התוה"ק, כמ"ש בראתי יצה"ר בראתי תורה תבלין, ובתוה"ק יש פשטי התורה, ויש סתרי תורה, וזה מרומז בל"ג בעמ"ר שבגימטריא כמנין "משה" שעל ידו נתנה התורה לישראל, ותיבת בעמ"ר בגימ' שי"ב נוטריקון ר' 'ש'מעון 'ב'ן 'י'וחאי שעל ידו נתגלו הרזין דאורייתא... ולכן בל"ג בעמ"ר שמרומז בו משרע"ה ורשב"י, נתגלה בו אור התורה מפשטי וסתרי התורה.
וכמו"כ בל"ג בעומר שהוא בסוד מרע"ה ורשב"י, ע"י שיעשו בנ"י תשובה ויקבלו עליהם לעסוק בפשטי התורה וסתרי התורה, עי"ז יגרמו שיתכללו הגבורות בחסדים, ושיצמחו ישועות עכ"י, ושנזכה לישועה האמיתית בביאת משיח בן דוד במהרה בימינו.
מגן אברהם

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:16 am

הנה מנהג ישראל הוא להחזיק קשת בימים האלו. והענין הוא דידוע הקשת כל מה שמושך אותו למטה לארץ אזי ירוץ אחרי כן החץ למעלה ברום יותר, וכמו"כ הצדיקים כ"מ שהם בשפלות יותר מיחדים יחודים גבוהים ורמים יותר ויותר ותפלתם עולה למעלה מעלה, ולכן נקרא היחודים קשת. והנה רשב"י בעת הסתלקותו הי' מיחד יחוד גדול כזה מה שאין יכולים לעשותו וליחדו כ"א בהתבטלות היותר גדולה, שנעשה בטל ומבוטל כעפר ממש. וז"ש באידרא (זוה"ק ח"ג רפז:) והאי מלין טמרין הוו בלבאי, היינו שלא הי' יכול לייחד יחוד כזה כ"א בעת פטירתו, ולכן ביום הלולא שלו עושין יו"ט מה שאין עושין בהלולא של תנא אחר, לפי שזכינו בעת פטירתו שגילה סודות עליונות ויחוד גדול ונורא מה שלא הי' יכול ליחד בעודו בחיים חיותו. ישמח ישראל

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:16 am

ובמה שבארנו במנהג ישראל להיות יורים בקשת ביום זה יש לרמז בפשיטות כי במבול כתיב (בראשית ז, יא) בחודש השני בי"ז לחדש נבקעו מעינות, ולדעת זוה"ק (פרשת פנחס) שכ' ותנח התבה בחדש השביעי דא תשרי, נמצא לפי חשבונו אשר חדש השני הוא אייר ופירש"י ז"ל זה שכ' ויהי הגשם מ' יום שהמנין מתחיל י"ח לחדש עיי"ש, והתחיל המבול לדעת הזהר י"ח אייר שהוא ל"ג בעומר והקשת הוא לאות שלא יהי' עוד מבול, ע"כ בזה היום שהוא הלולא של רשב"י ובחבורו "הזהר" נראה שהתחיל "היום" המבול, יורו המורים בקשת על האות שלא יהיה עוד מבול. והוא נכון מאוד בעזר החונן לאדם דעת. אורה ושמחה

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:17 am

עוי"ל במנהג הקשת ביום הזה דאיתא (בדרשות הר"י מינץ ז"ל) בטעם הכתוב (תהלים קכז, ד) כחצים ביד גבור וגו' ונמשלו התלמידים לחצים דייקא ולא לכלי זיין אחרת יען כי כל מיני כלי זיין אינם עושים פעולתם רק בעת שהאדם אוחז הכלי זיין בידו כמו חרב וחנית שמכה בידו בעת שאוחז בו, אכן החץ יוריהו למרחוק ושם עושה הפעולה אף אחר שיצא מיד המורה בקשתו, ועושה אח"כ הפעולה כאלו היה האיש המורה עומד ומכה בעצמו, כי לא כלה גירא דילי', וכמו כן המעמיד תלמידים אף אם יפקד עלי' כפקודת כל אדם עכ"ז כל זמן שתלמידיו קיימים הרי הוא כאלו רבם עודנו בחיותו כי לא פסק כוחו בעוד שהתלמידים קיימים בעולם עכ"ד עיי"ש.
ובהיות רשב"י ע"ה היה הראש והראשון שגילה סתרי תורה בספרו זה"ק וכל בעלי הקבלה המה עדיין תלמידיו, ע"כ נחשב כאלו הוא בעצמו עדיין בחיותו כי לא פסק כחו והוא כדוגמת החץ שעושה הפעולה למרחוק כנ"ל ע"כ ביום הלולא דיליה יורו המורים בחצים לאות על כחו של התנא אלקי רשב"י שזכותו וצדקתו לעולם עומדת, אמן. אורה ושמחה

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:18 am

א. "ושם נברא מעין לו וחרוב למאכלו" כתוב בזוהר חדש שאילן החרובים התחלף בע"ש לאילן של תמרים, שואלים: והרי הם אסורים משום ערלה, יש מתרצים שמכיון שהיה אילן של נס אין בו דין ערלה. ה"אור החמה" מתרץ שהיה מאכל רוחני בבחינת מן, לכן אין שייך בזה דין ערלה.

ב. אחד מן הצדיקים נסע פעם לקברו של ר' עקיבא, והיה קשה מאוד להגיע לשם בדרך אבנים וסלעים, לאחר שהלך כברת-דרך, אמר שאין בכוחו להמשיך, וחזר, אמר לתלמידיו: אני כבר אפגוש את ר' עקיבא במשנה ובגמרא. וכן אמר איזה רב לתלמידיו, שאפשר לפגוש את רשב"י במשנה ובגמרא. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.

ג. יצתה בת-קול ואמרה: עולו ואתכנשו בהילולא דרבי שמעון בר יוחאי. (זוהר)

ד. כדאי הוא ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק. (גמרא)

ה. היה לו לר' שמעון חבריא של ז' תלמידים, בא אליהו הנביא ואמר לכל אחד מהם את יומו, אחד בבחינת יום ראשון, ואחד בבחינת יום שני, וכן לכולם, ולרשב"י אמר לו אתה בבחינת שב"ק. רמז: שמעון בר יוחי גמ' 702 גם שבת גמ' 702.

ו. כתוב בספרים: בל"ג בעומר מתפשטת נשמת רשב"י בכל העולם, מי שלא נוסע להשתטח על קברו במירון, יכול להתפלל בכל מקום.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:19 am

דער מנהג איז אז די קינדער וואס זענען געווארען דריי יאהר אין די טעג פון ספירה שערט מען אפ ל"ג בעומר עס איז דא א רמז צו דעם אין פרשת תזריע (פרשה י"ג) אין דעם פסוק ל"ג הייבט אהן דער פסוק והתגלח עס האט א גרויסע "ג" א רמז אז דעם דריי און דרייסיג'סטען טאג שערט מען אפ די קינדער וואס זענען 3 יאהר אלט, אויך באטרעפט דאס ווארט והתגלח 452 כמנין "ל"ג ימי"ם בעומ"ר" וואס איז 451 מיט דעם כולל איז 452
(מפי השמועה )

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:19 am

די תלמידי רבי עקיבא האבין אויפגעהעראט צו שטארבן ל"ג בעומר (עיין ט"ז סימן תצ"ג) ל"ג בעומר פאלט אייביג אויס ח"י אייר דאס איז א רמז אז דער טאג האט גורם געוועהן צו דעם ח"י איז טייטש לעבען
(צבי לצדיק )

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:19 am

די טעג פון ספירה זענען 49 דער צאהל ל"ב טו"ב ביז ל"ג בעומר ציילט מען ל"ב טעג און נאך ל"ג בעומר זענען דא טו"ב טעג פון ל"ג בעומר הייבט אהן אראפצוקומען דאס ליכטיגקייט פון יום טוב שבועות יום נתינת התורה וואס די תורה ווערט אנגערופען "טוב " אין טוב אלא תורה
(בני יששכר ועיין קדושת לוי ס"פ ויצא )

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 12:21 am


זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 8:33 pm

ל"ג בעומר (ח"י אייר) זאגט מען נישט תחנון און מען איז נוהג שמחה צוליב 2 טעמים:

1) אין דעם טאג האבן די תלמידי רבי עקיבה אויפגעהערט צו שטארבן.

2) ל"ג בעומר איז דער הילולא (יארצייט) פון רבי שמעון בר יוחאי.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט