ליקוטים וענינים על פרשת אמור

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ליקוטים וענינים על פרשת אמור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויאמר ה' אל משה אמר אל הכהנים בני אהרן ואמרת אלהם וגו' (כא-א) דער אייבערשטער האט מרמז געווען פאר די כהנים, אז זיי זאלען זיך אפלערנען פון די מידה פון משה רבינו "ענוה". און גוט אריין טראכטן וואס עס האט פאסירט מיט די קינדער פון אהרן, "נדב און אביהוא", אז זיי זענען נפטר געווארן צוליב דעם וואס זיי האבן זיך אביסל אויפגעפיהרט מיט גאוה. "ויאמר ה'" דער אייבערשטער האט געזאגט, "אל משה" אז די כהנים מוזען זיך אפלערנען פון די מידה פון משה, "אמר אל הכהנים, בני אהרן" און זיי זאלען געדענקען וואס עס האט פאסירט מיט די קינדער פון אהרן.
(בת עין)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אמר אל הכהנים (שם) אמור ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים (רש"י) עס איז באקאנט וואס עס שטייט אין זוהר הק', אז די נשמה פון משה רבינו ע"ה איז פארשפרייט אין יעדען דור ביי די צדיקים. דאס איז מרומז "אמור ואמרת", די רייד פון משה רבינו זענען נישט נאר אויף יענער צייט, נאר אין אלע דורות, און זיי וועקען אויף שטענדיג די יודן צו גיין אין דער אייבערשטערס וועגן. "להזהיר גדולים על הקטנים" די גרויסע צדיקים וואס אין זיי ליגט די נשמה פון משה רבינו, ווארענען און וועקען אויף די יודן צו דינען דעם באשעפער.
(מהר"ש מבעלזא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אמר אל הכהנים בני אהרן (שם) משה רבינו זאל זיי זאגען, אז נאר דעמאלטס וועלן זיי קענען זיין כהנים, אויב זיי זענען "בני אהרן" אזוי ווי אהרן איז געווען א "אוהב שלום ורודף שלום", און זיי וועלן נאכגיין אין זיינע וועגן.
(דמשק אליעזר - קאמארנא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לא יקרחה קרחה בראשם וגו' (כא-ה) "לא יקרחה קרחה" די כהנים זאלען זיין געווארענט נישט צו טוהן אזוי ווי קרח און זיין געמיינדע האבען געטוהן, וואס האבען זיך געקריגט "בראשם" מיט זייער הויפט, משה און אהרן.
(דברי ישראל - מאדז'יץ)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

והכהן הגדול מאחיו וגו' (כא-י) ווען יודן גייען אין דעם דרך התורה און שטייגען אין די מדריגות הקדושה, דאן ווערט אויך דער צדיק הדור דערהויבן העכער און העכער און קען משפיע זיין ברכות און ישועות פאר כלל ישראל. דער צדיק ווייסט אבער שטענדיג אז זיינע מדריגות קומען נאר דורך די עבודה פון די יודן. "והכהן הגדול" דאס גאנצע גרויסקייט פון דעם כהן גדול, איז "מאחיו" פון די כח און הייליגקייט פון זיינע ברידער.
(בית ישראל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ומן המקדש לא יצא וגו' (כא-יב) א יוד דארף שטענדיג טראכטן פון "שויתי ה' לנגדי תמיד", און קיינמאהל נישט פארגעסן פון צו זיין באהאפטן מיט די קדושה פון דעם הייליגען באשעפער. "ומן המקדש" פון די קדושה פון דעם אייבערשטן, "לא יצא" זאל ער קיינמאהל נישט ארויסגיין.
(בעל שם טוב זי"ע)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אך אל הפרכת לא יבא ואל המזבח לא יגש וגו' (כא-כג) דער ווארט "אך" איז א לשון "מיעוט" (פארמינערט). אז נאר יעצט איז א בעל מום פסול צו טוהן די עבודה אין בית המקדש. אבער בקרוב ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייטער קענען אנגיין מיט די הייליגע עבודה, ווייל אלע קראנקע און "בעלי מומין" וועלן געזונט ווערן.
(מהר"ש מבעלזא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דבר אל אהרן ואל בניו וינזרו מקדשי בני ישראל ולא יחללו את שם קדשי אשר הם מקדישים לי (כב-ב) "וינזרו" איז א לשון פון א קרוין "נוזזר" דאס גרויסקייט פון די כהנים איז נישט אין זייער זכות, נאר "מקדשי בני ישראל" דורך דעם וואס יודן האלטן זיך בקדושה און זענען באהאפטן צו דעם אייבערשטן. און די כהנים זאלן נישט טראכטן "אשר הם מקדישים לי" אז זיי אליין מיט זייערע אייגענע כח זענען הייליג פאר מיר.
(בת עין)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וידבר משה את מועדי ה' אל בני ישראל (כג-מד) דער ווארט "וידבר" קען מען טייטשען "אריינפירען" וידבר משה, משה רבינו האט אריינגעפירט, את מועדי ה', די הייליגע ימים טובים פון דעם אייבערשטען, אל בני ישראל, אין די הערצער פון די יודישע קינדער.
(אמרי חיים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ושמרתם את מצותי ועשיתם אותם אני השם
זאגט רש"י, ושמרתם זו המשנה, ועשיתם זה המעשה. קען מען זאגן פשט, לויט ווי די גמרא זאגט אין מסכת מנחות דף ק"י, כל הלומד פרשת עולה כאילו הקריב עולה, און אזוי אויך ביי אלע מצות וואס מען קען זיי נישט מקיים זיין במעשה ווערט גערעכנט דאס לערנען די מצוה אזוי ווי מ'וואלט דאס געטוהן במעשה. דאס קען מען זאגן פשט אין די רש"י, ושמרתם זו המשנה, אויב איר וועט אפהיטן די מצות דורך לערנען, דעמאלס ועשיתם אותם, וועט דאס ווערן גערעכנט פונקט אזוי ווי איר וואלט דאס געטוהן, אזוי ווי רש"י זאגט זה המעשה.
(בית אשר)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

למען ידעו דורותיכם כי בסכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים
די מפרשים פרעגן לויט דעם מאן דאמר וואס ער האלט אז מיר מאכן סוכות אלס א זכר פון די ענני הכבוד, וואלט מען דאך גערארפט מאכן סוכות אין חודש ניסן, פארוואס מאכן מיר אין חודש תשרי.קען מען ענטפערן ווייל וויבאלר ווען זיי האבן געמאכט דעם עגל איז דאך דער ענן הכבוד אוועק געגאנגען, און עס איז נישט צוריק געקומען ביז מען האט אנגעהויבן צו מאכן דעם משכן, און משה איז אראפ געקומען פון הימל יום כפור, און מחרת יום הכפורים וואס דאס איז געווען יא' תשרי האם משה איינגעזאמעלט אלע יודען און זיי באפוילן אויף מלאכת המשכן, און עס שטייט אין פסוק והם הביאו עוד נדבה "בבוקר בבוקר", איז דאך שוין נאך צוויי טעג, איז דאך שוין געווען דרייצן טאג אין תשרי, און אין פערצן טאג אין תשרי האבן די חכם לב אלעס גענומען פון משה, און פופצן טאג אין תשרי האבן זיי אנגעהויבן די מלאכת המשכן, און דעמאלטס זענען די ענני הכבוד צוריק געקומען, וועגן דעם מאכן מיר סוכות פופצן טאג אין חורש תשרי, לזכר צו די ענני הכבוד וואס זיי זענען דעמאלטם צוריק געקומען.
(קול אליהו)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר כפת תמרים וענף עץ עבות וערבי נחל
עס ווערט געברענגט אין די ראשונים, אז דער ענין פון די ארבעה מינים קומט צו פארעכטןאויף די עבירה פון די עץ הדעת, און מען קען טרעפן א רמז צו דעם אין די ד' מינים. עס שטייט אין די תורה "ועץ הדעת טוב ורע", און מיר דארפן פארעכטן און אוועק נעמען די "רע", און אויב נעמט מען אוועק די צאהל וויפיהל רע איז, (270) פון "עץ הדעת" (639), בלייבט איבער "עץ הדר", (369) וואס דאס איז בלויז גוט'ס אהן שלעכטס, און אזוי אויך "ערבי נחל" (370), איז די זעלבע ווי "עץ הדר" מיט די כולל,(370), און אזוי אויך "עץ עבות" מיט'ן כולל (639), איז די זעלבע צאהל ווי "עץ הדעת" (639), און אזוי אויך כפת תמרים, ווייל "תמר" (640) איז די זעלבע צאהל ווי "עץ הדעת" מיט'ן כולל זעהט מען פון דא אז די ד' מינים זענען מרמז אויף דעם תיקון פון די חטא פון די עץ הדעת.
(פנים יפות)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די וואך אין דער פרשה (קאפ' כ"ב) לערנען מיר אז א כהן וואס איז טמא טאר נישט עסן קדשים, דהיינו פלייש אדער מצה וואס קומט פון א קרבן וואס מען האט מקריב געווען אויפ'ן מזבח. כאטש אז דאס וואס מען עסט, איז מען נישט מקריב אויפ'ן מזבח, אבער וויבאלד דאס איז איבערגעבליבן פון קדשים וואס מען האט געברענגט אויפ'ן מזבח, האט אויך דאס די קדושה פון קדשי קדשים. עס שטייט אין ספרים, אז א צדיק איז בבחינת משכן, און ווען ער עסט ביי זיין טיש וואס איז "דומה למזבח", רעכט ער אפ אן עבודה בבחינת קרבנות. דערפאר האט זיין "שיריים" א קדושה, בבחינת שיירי קרבנות. דער הייליגער דברי חיים איז אמאל געווען אויף א דייטשן קור ארט. דארט האט זיך געפונען א אידישער מאן מיט'ן נאמען משה דייטש. משה האט שטודירט אין דייטשע גימנאזיום, און איז געווארן א גרויסער פראפעסאר און מקורב למלכות. פון אידישקייט איז ער ליידער געווען גאר ווייט. ער האט נישט געוואוסט פון קיין תורה ומצוות, און איז געווען אנגעשטאפט מיט אכילת נבילות וטריפות ר"ל. זייענדיג דעמאלט אין שכינות פונעם הייליגן דברי חיים, איז אים אויסגעקומען צו פארזוכן א ביסל שיריים וואס דער דברי חיים האט איבערגעלאזט אין זיין שיסל. מיט א שעה שפעטער, ווען משה האט געגעסן טריפות, האט זיין מאגן נישט פארדייט דאס עסן, נאר ער האט עס באלד געמוזט אויסברעכן. דאס זעלביגע האט זיך איבערגעחזר'ט מיט עטליכע שעה'ן שפעטער, ער האט טועם געווען א נישט כשר'ן מאכל און באלד אויסגעבראכן. גייט ער און עסט א כשר מאכל, און צו זיין וואונדער האט ער דאס יא געהעריג פארדייעט. משה איז געגאנגען צו דאקטוירים וועלכע האבן געשטוינט אויף דער מאדנער ערשיינונג, אז א מאגן נעמט נישט אריין אין זיך נאר עסנווארג מיט א הכשר. זיי האבן נאכגעפארשט די טריפה'נע מאכלים וואס ער האט געגעסן יענעם טאג, און געטראפן אז אלע מאכלים זענען געווען פריש און גוט פונקט ווי דאס כשר'ע מאכל. עס איז געבליבן נאר איין באשייד: די שיריים פון דעם דברי חיים'ס שיסל האבן אויסגעלייטערט און מטהר געווען זיין מאגן עס זאל נישט קענען פארנעמען קיין אומווערדיג עסן. ר' משה, איינזעענדיג דעם הייליגן כח אלקי פון א צדיק, איז געווארן אן אמת'ער בעל תשובה לויט די אנווייזונגען פונעם דברי חיים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ששת ימים תעשה מלאכה וביום השביעי "שבת" וגו':
איידער השי"ת האט באפוילן די אידן צו היטן אלע ימים טובים, האט ער זיי געהייסן היטן "דעם הייליגן שבת".

השי"ת האט באפוילן די אידישע קינדער אנצוהיטן דעם זיבעטן טאג פון די וואך, אלץ "זכר" און געדענק צייכן, אז השי"ת האט באשאפן די וועלט אין 6 טעג און האט גערוהט אינעם זיבעטן טאג. במילא אז מען וועט דעם דאזיגן טאג אפהיטן און מכבד זיין, מ'וועט נישט ארבעטן נאר זיצן אינאיינעם און פראווען סעודות מיט געשמאקע מאכלים, וועט דאס מאכן דעם מענטש אויפמערקזאם אריינצוטראכטן אינעם טעם פארוואס מען היט דעם שבת, ווייל השי"ת האט אליינס באשאפן די גאנצע וועלט אין 6 טעג, און דעם זיבטן טאג האט ער גערוהט. אזוי ארום וועט די "אמונה" אין השי"ת און אין "בריאת העולם" ווערן געשטארקט, און מ'וועט שטענדיג געדענקן אז דער שבת איז א "בונד" צווישן השי"ת און די אידן.

זכור את יום השבת: די גמרא זאגט, השי"ת האט געזאגט פאר משה רבינו: גיי זאג פאר די אידן, אז איך האב א "באליבטן אוצר" אין מיינע "שאץ קאמערן" עס הייסט "שבת", און איך וויל עס געבן פאר זיי!
(שבת דף י"א ע"ב)

געווארן א צדיק דורך "קדושת השבת"
אין די געגנט "מארמאראש" איז געווען א שטעטל "מאמיעף", וואו עס האט געוואוינט א פראסטער יונג, א "לץ", מיטן נאמען "הירש מאיסיעווערא. ער פלעגט פארן יעדעם יאר אויפן "יריד" אין די שטאט "טשערנאוויץ", דארט וואו דער הייליגער באר מיים חיים איז געווען דער רב. איין אינדערפרי שטייט זיך דער "הירש מאיסיעווער" אינמיטן יאריד און א גאנצע גרופע מענטשן שטייען און הערן אויס זיינע ווערטלעך. פלוצלונג קומט אן אהין א וואגן און עס שטייגט דערפון אראפ דער "רב" רבי חיים. ווי הירש האט דערזעהן דעם רב רופט ער זיך אן מיט שפאט: "וואס זיכט דער רבי דא אינמיטן מארק?" דער באר מים חיים ענטפערט רואיג: "איך בין עוסק אין א הייליגע מצוה צו זאמלען געלט אויף פדיון שבוים" פרעגט הירש פונעם רב: "וויפיל געלט ברויך דער רבי האבן צו דעם צוועק?" "טויזנט פינף הונדערט רענדלעך" ענטפערט אים דער רב. ווי הירש האט דאס דערהערט איז ער שטארק איבעראשט געווארן, ווייל ער האט ביי זיך געהאט גענוי דעם דאזיגן סכום צום האנדלן אויפן "יאריד", האט ער נישט געטראכט קיין סאך, נאר ארויס-גענומען פון טאש דעם גאנצן סכום געלט און אהין געגעבן פארן רב דער הייליגער "באר מים חיים" איז זייער אנציקט געווארן פון דעם געוואלדיגן שריט וואס הירש האט געטוהן אוועק-צוגעבן זיין גאנצע געלט. וואס ער האט געברענגט צום האנדלן, פאר א מצוה. האט אים דער "באר מים חיים" אנגעווינטשען אז אינעם זכות פון די מצוה זאל ער זוכה זיין צו שפירן דעם "טעם" פון "קדושת השבת". (דער הייליגער באר מים חיים איז באוואוסט מיט זיין געוואלדיגע קדושת השבת, מען דערציילט אז יעדן פרייטאג ווען ער איז ארויס געקומען פון "מקוה" איז ער געווען מיט א "גאנצן קאפ" העכער... ער האט פארפאסט דעם הייליגן ספר "סידורו של שבת" וואס ווערט געלערנט איבער די גאנצע וועלט.דארט ווערט קלאר ארויס געברענגט די געוואלדיגע גרויסקייט און הייליגקייט פון שבת). פארשטייט זיך אז הירש האט שוין גארנישט געקענט איינקויפן, ער האט זיך אפילו געדארפט "בארגן געלט" אויף שפעזן אהיים צופארן. אנקומענדיג אהיים מיט ליידיגע הענט, זענען אים זיין פרוי און קינדער באפאלן פארוואס ער האט גארנישט איינגעקויפט, און האבן אים שטארק פארגעהאלטן "היתכן" ער האט פארלוירן זיין גאנצע געלט. אבער הירש האט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט. יענעם דאנערשטאג נאכמיטאג, האט פלוצלונג אנגעהויבן צו ברענען ביי הירש'ן אין הארץ דער "קדושת השבת"... און אזוי ווי ער איז געווען א פשוט'ער מענטש האט ער עס נישט געקענט באהאלטן, ווייל ער האט נאך קיינמאל נישט זוכה געווען צו שפירן אפילו א ברעקל פון די זיסקייט און געשמאק פונעם הייליגן שבת, דעריבער האט ער אנגעהויבן צו זינגען, טאנצן און זיך פרייען, שרייענדיג: "דער שבת קומט..." און ער פרעגט זיין ווייב מיט א ברען: "דו ווייסט וואס מארגן גייט זיין" ענטפערט זי מיט כעם: "איך ווייס אז מארגן גייט זיין שבת און איך האב נאך נישט מיט וואס איינצוקויפן אויף שבת" אבער הירשן האט זיך נישט בארואיגט, נאר געגאנגען אין בית המדרש צו מנחה מעריב, און געדאווענט מיט א לעבעדיגקייט און שמחה. די מענטשן פון שטאט האבן אים גוט געקענט און געוואוסט אז ער דאווענט קיינמאל נישט מיט אזא געוואלדיגן ברען און התלהבות, האבן זיי געמיינט ער איז ליידער אראפ פון זינען ווייל ער איז געווארן אן ארעמאן. נאך מעריב האט ער געפרעגט פונעם עולם ארום מיט לעבעדיגקייט: "איר ווייסט וואס מארגן גייט זיין?" יעדער קוקט אים אן מיט פארוואונדערונג, און הירש ענטפערט: "מארגן גייט זיין ערב שבת" יענע נאכט האט שוין הירש נישט געקענט שלאפן, זיין הארץ האט געברענט ווי א פייער אויס בענקשאפט צום הייליגן שבת. אזוי האט זיך איבערגעחזר'ט פרייטאג צופרי, און א גאנצן טאג פרייטאג, מיט יעדע שעה וואס עס איז געווארן נענטער צום שבת האט ער מער און מער געברענט און געטאנצן, ער האט שוין ממש נישט געקענט שטיין גראד אויף איין ארט. ווער רעדט נאך שבת אליין, דעמאלט איז ער שוין געווען אין זיבעטן הימל. ער האט נישט געוואוסט וואס עס טוט זיך מיט אים, ער האט ממש געטאנצן אויף די גראדע ווענט, אויס גרויס ליבשאפט און קדושה. די גאנצע שטאט האט ארום גערעדט פון דעם גרויסן וואונדער. יעדער האט געזאגט אז עס מוז זיין דאס ער איז גערירט געווארן, ווייל ער איז דאך געווען אזא לעבעדיגער "לץ" און פלוצלונג דאווענט ער מיט התלהבות און שרייט "שבת שבת". אבער צו יעדנס וואונדער האט זיך דאס אלעס אויפגעהערט, און מוצאי שבת איז ער צוריק געווארן דער אלטער הירש. קומענדיגן דאנערשטאג האט זיך ווידער איבער געשפילט דער זעלבער שפיל. ער האט אנגעהויבן צו ברענען און שרייען אז עס קומט דער הייליגער שבת...אזוי איז געווען יעדע וואך. "קדושת שבת" איז דאך א העכערער כח. דעריבער האט עס געווירקט אויף הירש'ן און ער האט צוביסלעך אנגעהויבן צו ווערן אן ערליכער איד, און שטענדיג געפארן קיין "טשערנאוויץ" צו הערן תורה און שעפן פונעם קוואל פונעם "באר מים חיים", ביז ער איז געווארן א גרויסער צדיק.

ווען דער נאסוידער רב האט געענדיגט די מעשה, האט ער דערציילט אז ער האט נאך געקענט אלטע אידן פון "סיגעט" וואס האבן דערציילט דאס זיי האבן געקענט אידן וואס פלעגן פארן אויף שבתים צום רבי הירש זכרונו לברכה (ביים סוף פון די מעשה האט ער אים שוין גערופן רבי הירש זכרונו לברכה). ער האט געפירט טיש יעדן שבת און פיל חסידים פלעגן קומען הערן זיינע דברי תורה און געבענטשט ווערן פון זיינע ברכות... אויף די עלטערע יארן איז ער ארויף געפארן קיין "ארץ ישראל" און איז דארט נסתלק געווארן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין די פרשה שטייט די מצוה פון ספירת העומר, דער חינוך אין מצוה ש"ו זאגט אויף דעם ענין פון ספירת העומר ווייל דער עיקר פון די יודען איז נאר די תורה און נאר צוליב די תורה זענען באשאפען געווארען די הימעל און ערד און די יודען, און דער עיקר פון יציאת מצרים איז געווען כדי די יודען זאלען מקבל זיין די תורה און זי מקיים זיין און דאס איז נאך מער ווי דאס ארויס גיין מעבדות לחרות, פארדעם האט דער אויבערשטער געמאכט א אות באלד ביים ארויס גיין פון מצרים א צייכען צו קבלת התורה און דאס ענין פון ציילען ווייזט אז מיר גליסטען זעהר צו דעם בכבודיגען טאג, יום מתן תורה. קען מען פרעגען פארוואס הייבט מען נישט אהן צו ציילען באלד דעם ערשטן טאג פסח, דער תירוץ איז ווייל דער ערשטער טאג פסח איז געאיינציגט געווארן צו געדענקען דאס גרויסע נס פון יציאת מצרים וואס דאס איז אן אות אין א מופת אין חידוש העולם און אויף השגחה פון אויבערשטען אויף די מענטשן פון די וועלט, וויל מען גארנישט אריין מישען אין די שמחה און נישט דערמאנען נאך עפיס.
(ספר החינוך)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די מצוה פון ספירת העומר זאגט אביי אז עס איז א מצוה צו ציילען טעג און וואכען (אמר אביי מצוה למימני יומי ומצוה למימני שבועי) ווייל אין פרשת אמור שטייט "תספרו חמשים יום" און אין פרשת ראה שטייט "שבעה שבועות תספר " זעהן מיר אז מ'דארף ציילען טעג און וואכען אזוי מיר ציילען (למשל היום שבעה ימים .שהם שבוע אחד לעומר).
(חגיגה יז:)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"וספרתם לכם וגו' מיום הביאכם את עומר התנופה וגו' עד ממחרת השבת השביעית תספרו חמשים יום והקרבתם מנחה חדשה לה'", דער טעם פארוואס די תורה האט געהייסען ציילען די טעג צווישען דעם הקרבת העומר ביז צו דעם הקרבת שתי הלחם (מנחה חדשה), ווייל די גמרא זאגט אין ראש השנה אז וועגען דעם האט השי"ת געהייסען ברענגען דעם קרבן העומר בפסח כדי עס זאל געבענטשט ווערען די תבואה שבשדות ווייל בפסח נידונין על התבואה, און וועגען דעם האט השי"ת געהייסען ברענגען די שתי הלחם בשבועות כדי עס זאל געבענטשט ווערען די פירות האילן ווייל אין שבועות איז מען דן על פירות האילן (ראש השנה טז), איז כדי מ'זאל געדענקען צו מתפלל זיין אויף די צוויי ענינים האט די תורה געזאגט מ'זאל ציילען צווישען פסח און שבועות ספירת העומר.
(ספר אבודרהם)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די אידען אין מדבר ווען זיי האבען געציילט ספירה האבין זיי נישט געקענט ציילען היום יום פלוני לעומר ווייל זיי האבען דאך נישט געהאט מקריב געוועהן דעם עומר ביז זיי זענען אריין געגאנגען אין ארץ ישראל, נאר זיי האבען געציילט היום יום פלוני ליום יציאת מצרים.
(ספר מנחם ציון מהרה"ק ר"ר מענדל מרימינוב)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די גמרא לערנט ארויס פון פסוק "וקדשתו כי את לחם וכו'" אז מ'דארף בכבוד האלטן א כהן און ביי יעדן ענין קומט ער פריער,און וועגן דעם דארף מען צום ערשט אויפרופן א כהן צו די תורה. דער רמב"ם האלט אז דער דרש איז מן התורה און עס איז א צוה מן התורה, תוס' (חולין דף פז.ד"ה וחייבו) האלט אז דער דרש איז נארר אן אסמכתא, און דער דין איז נאר א דרבנן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א כהן הדיוט וואס האט חתונה געהאט מיט א אלמנה און נאכדעם ווערט ער א כהן גדול דארף ער נישט גט'ן זיין ווייב וואס איז געוועהן א אלמנה. אפילו אויב ער האט נאר מקדש געוועהן און נאכדעם געווארען א כהן גדול מעג ער אויך חתונה האבען (נישואין) מיט איר.
(יבמות דף סא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואליא תאחחללאלול אזת שסום קטדאשסהי ואנהקאדלחשסאתלהי בלאתויךא בלאנוי יהשעארטאול אגנהי יי מאקחדלהשסאכזם:

חילול ה' איז איינגעטיילט אין 3 גדרים
גדר א'
אויב א גוי הייסט א מענטש עובר זיין אויף איינער פון די דריי הארבע עבירות (ע"ז ג"ע ש"ד) איז דער דין אז אפילו אויב עס איז נישט אין א צייט פון גזירת שמד, (דאס מיינט עס איז נישט א צייט וואס די ריגירונג צווינגט אז מען זאל זיך שמד'ן) און אפילו עס איז נישט בפרהסיא (דאס מיינט עס זענען נישט דא קיין 10 יודן וואס קוקן דאס צו) נאר עס איז בצנעא (דאס מיינט אז ווייניגער ווי 10 יודען קוקען דאס צו) און אפילו ער איז נישט מתכוין להעבירו (דאס מיינט אז דער גוי האט נישט אינזין איהם צו מאכן פאר א גוי) נאר ער איז מתכוין להנאתו (דאס מיינט אז דער גוי האט אינזין פאר די אייגענע אינטערעס, למשל אז ער וויל איהם אויפווייזן אז ער האט א כח איבער איהם) טאהר מען נישט עובר זיין און מען דארף זיך לאזן הארגענען, און אויב מען איז עובר איז דאס חילול ה'.

אבער אויב דער גוי הייסט איהם עובר זיין אויף איינע פון די אנדערע עבירות פון די תורה (למשל מחלל שבת זיין) ווענד זיך:

אויב עס איז אין א צייט פון גזירת שמד: יהרג ואל יעבור
אויב עס איז נישט אין א צייט פון גזירת שמד: בצנעא
בפרהסיא
מתכוין להנאתו
מתכוין להעבירו יעבור ואל יהרג
יעבור ואל יהרג
יהרג ואל יעבור
גדר ב'
אויב א מענטש איז עובר אויף איינע פון די עבירות פון די תורה נישט ווייל ער האט א תאוה דאס צו טוהן, נאר דייקא "להכעיס" ח"ו, איז ער עובר אויף חילול ה'.
גדר ג'
אויב א מענטש וואס איז באקאנט אז ער טוט גמ"ח און מעשים טובים (למשל א יונגל פון אונזער תלמוד תורה) און ער טוט א זאך וואס עס פאסט נישט פאר אזא חשוב'ע מענטש (למשל ארויסשרייען פון א באס) אפילו אויב עס איז נישט ממש אן עבירה, אבער וויבאלד אנדערע יודן וועלן זעהן ווי אזוי ער פירט זיך אויף, וועלן זיי טראכטן "אזא חשוב'ע מענטש קען דאס טוהן? קען איך זיכער טוהן אנדערע זאכן וואס מען טאהר נישט, ווי די גמרא זאגט אין מסכת יומא דף פו. היכי דמי חילול ה' (וואס מיינט חילול ה'?) זאגט די גמרא אז רב האט געזאגט: "אויב איך זאל קויפן פלייש און נישט באצאלן באלד (נאר שפעטער) איז דאס חילול ה'", און ר' יוחנן האט געזאגט: "אויב איך גיי 4 אמות אהן תורה ותפילין הייסט דאס חילול ה'", און ווי רש"י זאגט אויף די ווערטר -חילול ה- "חוטא ומחטיא את הרבים", דאס הייסט אז דורך דעם וואס אנדערע יודן וועלן זעהן אז ער פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין וועלן זיי זיך אויסלערנען און נאך טוהן אדער אפילו טוהן ערגערע עבירות. אויך זאגט דארט די גמרא אויף די ווערטער אין קריאת שמע -ואהבת את ה' אלוקיך - "שיהא שם שמים מתאהב על ידך" זאגט דארט רש"י "לחבירך" דאס מיינט אז דורך דעם וואס דו וועסט זיך פירן ווי עס דארף צו זיין וועלן אנדערע יודען ארויפקוקן אויף דיינע מעשים, און אזוי וועט דאס זיין א "קידוש ה'", און ווי די גמרא זאגט דארט ווייטער: "מה הבריות אומרות עליו אשרי אביו שלמדו תורה וגו'" וועגן דעם, אויב מען פירט זיך נישט אויף ווי עס פאסט פאר אזא חשוב'ע מענטש איז דאס א חילול ה'.

עס איז אויך אמאל שייך חילול ה' ביי א גוי, ווייל רש"י זאגט דארט, אז אויב ערליכע יודן זינדיגן ח"ו און וועגן דעם שטראפט זיי דער אייבערשטער, וועלן די גוים וואס זענען מיט זיי אין גלות זאגן "קוק נאר ווי די יודן ווערן געשטראפט, און דער אייבערשטער קען זיי (ח"ו) נישט העלפן".
(ארויסגענומען פון ספר החינוך מצוה רצ"ה - און פון רמב"ם הלכות יסודי התורה הלכה ה')

ועון חילל ה' גדול וחמור עד מאד עד שאמרו שאין כח בתשובה
ויום הכיפורים ויסורין לכפר אלא במיתה (יומא פו.)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כי את אשי ה' לחם אלקיהם הם מקריבים

לכאורה דארף מען פארשטיין, וואס איז די דאפעלטע לשון "את אשי ה'" די פייער קרבנות פון השי"ת, און "לחם אלוקיהם" די שפייז פון זייער ג-ט, וואס לכאורה איז דאך "אשי ה'" מיט "לחם אלוקיהם" דאס זעלבע זאך ?

מען קען דאס מסביר זיין, מיט דעם וואס דער רמב"ן זאגט, אז דער גאנצע ענין פון ברענגען קרבנות איז, אז דער מענטש זאל זעהן ווי מען שפריצט דאס בלוט פון די בהמה, און מען פארברענט איהרע אברים, זאל דער מענטש אריין טראכטען, אז באמת מן הדין וואלט מען געדארפט טוהן די אלע זאכען וואס מען טוט צו די בהמה צו איהם, ווייל ער האט געזינדיגט. נאר דאס איז א חסד פון דער אויבערשטער, וואס ער איז מקבל די בהמה פאר א כפרה אנטשאט דעם מענטש.

מיט דעם טייטשט מען דעם פסוק (ויקרא א' ב') "אדם כי יקריב מכם", אין אמת אריין וואלט איך געדארפט נעמען א קרבן "מכם", דעם מענטש אליין - אבער "קרבן לה' מן הבהמה" דער אויבערשטער האט געהאט רחמנות אויף דעם מענטש, און האט געזאגט אז מען קען ברענגען א בהמה אנשטאט דעם מענטש.

קומט אויס אז די עיקר עבודה פון דער כהן איז געווען, ווען א איד האט געברענגט זיין קרבן, אז דער כהן זאל אריין ברענגען א התעוררות אז דער מענטש זאל תשובה צו טוהן, און דער מענטש זאל אריין טראכטען וואס מען טוט צו דעם בהמה, וואס דאס איז די גאנצע תכלית פון ברענגען קרבנות. טאמער אבער דער מענטש ווערט נישט נתעורר תשובה צו טוהן, איז דער קרבן גארנישט ווערט.

וועט יעצט אויסקומען אז ביי יעדער קרבן, דארף דער כהן מקריב זיין צוויי זאכען, ער דארף פשוט מקריב זיין דעם בהמה, און אויך דארף ער מקריב זיין - נאהנט ברענגען דעם הארץ פון דעם איד וואס האט געזינדיגט, זאל נאהנט קומען צו הקב"ה.

די גמרא זאגט אין מסכת מנחות (ק"י ע"א) עס איז דא א מזבח אויבן אין הימל וואס מלאך מיכאל איז מקריב אויף דעם יעדען טאג. זאגט אויף דעם תוספות (ד"ה ומיכאל) אז מיכאל איז מקריב די נשמות פון די צדיקים. און דעריבער זאגען מיר ביים דאווענען "ואשי ישראל", וואס דאס גייט ארויף אויף די נשמות פון די צדיקים. זעהן מיר פון דעם אז א נשמה ווערט אנגערופען "אשי".

דאס קען זיין פשט אין פסוק, "קדושים יהיו" הייליג זאלען זיי זיין - די כהנים, "כי את אשי ה'" - וויבאלד זיי דארפען מקריב זיין "אשי ה'" די נשמה פון דעם איד וואס האט געזינדיגט, און אויך "לחם אלוקיהם", זיי דארפען מקריב זיין די קרבנות. וועגען דעם פעלט אויס די כהנים זאלען זיין הייליג. איז שוין פארענטפערט פארוואס עס שטייט "אשי ה'" און "לחם אלוקיהם" ווייל עס איז צוויי אנדערע זאכען וואס זיי זענען מקריב, די נשמה פון דעם מענטש וואס ברענגט דעם קרבן, און אויך די בהמה.

שמן ראש
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ומיד בן נכר לא תקריבו .... מום בם לא ירצו לכם


פרעגען אלע מפרשים, פארוואס שרייבט די תורה "לא ירצו לכם", אז עס וועט נישט אנגענומען ווערען פאר אייך פאר א קרבן, מען רעדט דאך נישט דא פון א קרבן פון א איד, מען רעדט דאך דא ווען א גוי וועט ברענגען א קרבן, וואלט ווען געדארפט צו שטיין "לא ירצו להם" עס וועט נישט אנגענומען ווערען פאר זיי ?

מען קען זאגען אז דער פסוק מיינט נישט מיט "לא ירצו לכם" אז עס וועט נישט אנגענומען ווערען פאר א קרבן, נאר דער פסוק מיינט אז דער מענטש אליין ווען ער וויל פאר זיך שחט'ן א בהמה צו עסען, וועט ער נישט נעמען פאר זיך אזא בהמה וואס האט א מום. "לא ירצו לכם" - פאר אייערע אייגענע געברויכען נעמט איהר נישט א בהמה וואס האט א פעלער, איז אוודאי אז מען זאל נישט מקריב זיין א בהמה וואס האט א מום פאר א קרבן צו דער אויבערשטער.

קהלת יצחק
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כל אשר בו מום לא תקריבו וכו'
תמים יהיה לרצון וכו'


מען קען מסביר זיין די פסוקים, מיט דעם וואס דער מדרש רבה (ויקרא ג' ה') דערציילט א מעשה; עס איז געווען א אקס וואס מען האט געוואלט נעמען צו שחט'ן פאר א קרבן, אבער דער אקס האט זיך נישט געלאזט נעמען, מען האט פראבירט אויף אלע אופנים צו שלעפען דעם אקס, און מען האט נישט געקענט. ביז עס איז געקומען א ארימאן און האט געגעבען פאר דעם אקס צו עסען א גראז וואס האט געמאכט אז דער אקס זאל אנהויבען צו היסען. ווען דער אקס האט אנגעהויבען צו היסען איז ארויס געקומען א נאדל. האט מען פארשטאנען אז צוליב דעם וואס עס האט געהאט א נאדל אין זיך , וועגען דעם האט עס נישט געוואלט ווערען געשח'טן פאר א קרבן, ווייל עס וואלט געווארען טרפה.

דאס קען זיין פשט אין פסוק "כל אשר בו מום" יעדע בהמה וואס אין זיך א באהאלטענע מום - "לא תקריבו" וועט מען נישט קענען גענענען פאר א קרבן, וויבאלד די בהמה וועט נישט וועלען גיין. טאמער א מענטש וויל וויסען אויב עס האט נישט א מום, אז די בהמה איז "תמים" - זאגט אויף דעם דער פסוק אויב עס וועט זיין "יהיה לרצון" די בהמה וועט גיין מיט זיין אייגענעם ווילען, דעמולטס איז דאס א ראי' אז "כל מום לא יהיה בו" אז עס האט נישט קיין איין מום.

ילקוט האורים
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”