ליקוטים וענינים על פרשת ויקהל

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

ליקוטים וענינים על פרשת ויקהל

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 1:49 pm

נו הייבט אן מיט די סחורה

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 1:50 pm

ויעש את הכיור נחשת ... במראה הצבאת (ל"ח - ח')
דער מגיד פון מעזריטש ז"ל פלעגט זאגען: אז יעדער מענטש דארף באטראכטען דעם צווייטען ווי א שפיגעל. פונקט ווי א שפוגעל ווייזט אהן אויף די אייגענע מיאוסקייטען, אזוי זעהענדיג דעם צווייטענס חסרונות דארף מען זיי דערפיהלען ביי זיך און לערנען דערפון ווי אזוי זיך ריין צו וואשען פון זיי און דאס איז דער טייטש פון דעם מאמר: "איזהו חכם הלומד מכל אדם".

דעריבער ווען די כהנים זענען זיך געגאנגען אפוואשען צו דער עבודה און האבען געדארפט אויך גייסטיג זיך אפוואשען פון יעדען פגם, נגיעה און פניה, האט זיי דער כיור וואס איז געוועהן געמאכט פון שפיגלען, וואס דערמאנט אז כדי צו דערקענען די אייגנע חסרונות, דארף מען אריין קוקען אין דעם שפיגעל, פון א צווייטען מענטש. קוקענדיג בלויז אויף זיך, איז זיי שווער צו דערטאפען.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 1:51 pm

לא תבערו אש
רש"י ד"ה "לא תבערו אש"

פרעגט רש"י עס שטייט דאך שוין אין פרשת יתרו "לא תעשה כל מלאכה", ווייס איך שוין אז מען טאר נישט טוהן קיין שום מלאכה אין שבת, פארוואס דארף די תורה שרייבען באזינדער "לא תבערו אש" - עס איז דאך שוין אריין גערעכענט אין דעם פסוק פון "לא תעשה כל מלאכה" ?

ענטפערט רש"י יש מרבותינו, עס איז דא פון אונזער רבי'ס, אומרים, זיי זאגען "הבערה", אז מען צינד אן א פייער במזיד, ללאו, איז מען נאר עובר אויף א לאו, און מען באקומט מלקות, יצאת, וועגען דעם האט עס די תורה געשריבען באזינדער, ווייל אויף אלע אנדערע אב מלאכות באקומט מען במזיד סקילה, אבער אויף אנצינדען א פייער נאר מלקות.

וי"א הבערה, אז מען צינד אן א פייער בשוגג, לחלק, אפצוטיילען, אז מען מוז ברענגען א באזונדערע קרבן חטאת אויף א יעדע אב מלאכה וואס מען האט געטוהן בשוגג. ווייל איך וואלט געמיינט אז אויב ער האט געטוהן למשל 20 אב מלאכות מיט איין פארגעסונג {ער האט נישט געוויסט אז היינט איז שבת} איז גענוג אז ער זאל ברענגען איין קרבן חטאת [ווייל עס שטייט נאר איין לאו, "לא תעשה כל מלאכה"] - קומט לא תבערו צו לערנען, אז אזוי ווי ביי אנצונדען א פייער האט די תורה ארויס געשריבען א באזינדערע לאו, אז מען מוז ברענגען א קרבן חטאת פאר אנצינדען א פייער בשוגג אזוי אויך דארף מען ברענגען אויף יעדע אב מלאכה א באזונדערע קרבן חטאת.
(רש"י מסכת פסחים דף ה' ע"ב ד"ה וש"מ)

רש"י אין מסכת יבמות דף ו' ע"ב ד"ה לחלק, זאגט וי"א לחלק יצאת, ווייל איך וואלט געמיינט "לא תעשה כל מלאכה" איז טייטש אז מען טאר נישט טוהן אלע ל"ט (39) מלאכות, און נאר אויב מען טוט אלע מלאכות במזיד, נאר דעמאלסט איז מען חייב סקילה, אבער אויב מען טוט נישט אלע איז מען נישט חייב סקילה.

וועגען דעם שרייבט די תורה "לא תבערו אש" באזינדער צו לערנען, אז אזוי ווי אויף פייער אליינס אויב מען טוט עס במזיד איז מען חייב סקילה, אזוי אויך אויב מען טוט איינע פון די ל"ט מלאכות במזיד איז מען חייב סקילה, טייטש איך יעצט די פסוק "לא תעשה כל מלאכה" מען טאר נישט טוהן קיין שום מלאכה, אפילו איינס אויך נישט, און אויב יא איז מען במזיד חייב סקילה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 1:55 pm

לא תבערו אש בכל משובותיכם ביום השבת
פארוואס דערמאנט די תורה עקסטער די מלאכה פון אנצינדן א פייער אום שבת ?
מען קען דאס פארענטפערן אז דער שבת איז א זכר למעשה בראשית, צוליב דעם וואס השי"ת האט באשאפען די וועלט אין זעקס טעג און די זיבעטע טאג האט ער גערוהט.
האט מען געקענט מיינען אז מען טאר נישט טוהן מלאכות וואס זענען באשאפען געווארן אין די זעקס טעג - אבער אנצינדן א פייער איז באשאפן געווארן מוצאי שבת - ווען אדם הראשון האט צוזאמען געקלאפט צוויי שטיינער - וואלט איך געקענט מיינען אז דאס מעג מען טוהן אום שבת, וועגען דעם שטייט פייער עקסטער.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 1:55 pm

ששת ימים תעשה מלאכה
זעקס טעג מעג געטוהן ווערן א ארבייט
די גמרא זאגט אז ווען אידן טוהן די מצוות פון השי"ת זענען זיי זוכה אז זייער ארבייט ווערט געטוהן דורך אנדערע (און די אידן דארפן נישט שווער ארבייטען). דאס קען מען זעהן פון די פסוק - אלה הדברים אשר צוה ה' לעשות אותם - אויב איהר וועט טוהן די רייד פון השית; דאס מיינט די מצוות, דענמאלס וועט זיין אז - ששת ימים תעשה מלאכה - עס שטייט נישט תעשה מלאכה וועסטו טוהן ארבייט, נאר עס שטייט תעשה מלאכה, עס וועט געטוהן ווערן - אז די זעקס טעג פון די וואך וואס מען ארבייט וועט געטוהן ווערן דיין ארבעט דורך אנדערע, און די וועסט נישט דארפן ארבייטען שווער.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 1:56 pm

לא תבערו אש בכל מושבותיכם

לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס האט די תורה פונקט אנגעכאפט די דאזיגע מלאכה פון מאכען א פייער, צו לאזען הערען דעם דין פון "הבערה ללאו יצאת" אדער "הבערה לחלק יצאת"?

מען קען דאס פארענטפערען, מיט דעם וואס מיר טרעפען א חילוק צווישען די ערשטע לוחות און די צווייטע לוחות. ביי די ערשטע לוחות (אין פרשת יתרו), שטייט דעם טעם אויף היטען שבת, צוליב דעם וואס דער אויבערשטער האט באשאפען די וועלט אין זעקס טעג, און אין דעם זיבעטען טאג האט דער אויבערשטער גערוהט. וואלט מען געקענט מיינען אז אין שבת איז נאר אסור צו טוהן אזעלכע מלאכות וואס זענען באשאפען געווארען אין די זעקס טעג. אבער מאכען א פייער איז דאך ערשט געשעהן מוצאי שבת ווען דער אויבערשטער האט געגעבען פארשטאנד פאר אדם הראשון ער זאל קלאפען איין שטיין אין א צווייטען, עס זאל ארויס קומען א פייער. (עיין מסכת פסחים נ"ד ע"א), וואלט איך געקענט מיינען אז עס איז מותר צו מאכען א פייער אין שבת. וועגען דעם האט די תורה געמוזט עקסטער ארויס שרייבען "לא תבערו אש", אז שבת טאר מען נישט מאכען א פייער.
אבער אין פרשת ואתחנן ביי די צווייטע לוחות שטייט דעם טעם אויף היטען שבת צוליב יציאת מצרים, איז שוין נישט דא קיין סברא צו מאכען א חילוק, צווישען מאכען א פייער און אנדערע מלאכות, וועגען דעם איז אין ספר דברים נישט דא א ספעציעלער פסוק אז מען טאר מאכען א פייער אין שבת.

תפארת יהונתן

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 1:56 pm

זה הדבר אשר צוה ה' לאמר
לי לאמר לכם

מען קען זאגען פשט אין די ווערטער פון רש"י מיט דעם וואס חז"ל זאגען, אז משה רבינו האט געהאט צער וואס ער האט גארנישט געברענגט קיין נדבה פאר די מלאכת המשכן. האט איהם השי"ת געזאגט, דאס וואס דו האסט געהייסען פאר די אידען אז זיי זאלען ברענגען נדבות, דאס איז דיין נדבה פאר די מלאכת המשכן. קומט דאך אויס אז די נדבה פון משה רבינו איז געווען זיין זאגען פאר די אידען אז זיי זאלען ברענגען.

דאס קען זיין פשט אין די פסוק: זה הדבר אשר צוה ה' "לי" דאס איז די זאך וואס דער אויבערשטער האט מיר באפוילען צו געבען פאר א נדבה צו די מלאכת המשכן - "לאמר לכם" צו זאגען צו אייך אידען אז איהר זאלט ברענגען.
מהר"י אסאד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 1:56 pm

קחו מאתכם תרומה לה'
כל נדיב לבו יביאה את תרומת ה'

לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס שטייט צוויי מאהל "תרומת ה'", פון וועלכע צוויי תרומת ה' רעדט דער פסוק ?

מען קען דאס מסביר זיין, מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת קידושין (מ' ע"א) "מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה", אפילו מען האט נישט געטוהן די מצוה, מען האט נאר געטראכט צו טוהן א מצוה, ווערט עס גערעכענט ווי ער וואלט עס געטוהן. דער עושר וואס פארמאגט אסאך געלד ער קען אויספיהרען די מצוה פון צדקה. אבער דער ארימאן וואס ער קען נישט למעשה געבען קיין צדקה, ווייל ער פארמאגט נישט קיין געלט, אבער וויבאלד ער האט די רצון צו געבען, רעכענט דער אויבערשטער זיין גוטע מחשבה, און עס ווערט גערעכענט פונקט ווי ער וואלט געגעבען.

דאס קען זיין פשט אין פסוק: "קחו מאתכם" דער עושר וואס פארמאגט געלד זאל געבען "תרומה לה'". אבער דער ארימאן וואס ער האט נישט קיין געלד, ער האט נאר זיין "כל נדיב לבו" זיין גוטע הארציגקייט, און ער וויל אויך באשטייערען צו די נדבות, "יביאה" זאל ער ברענגען זיין נדיבות הלב, זיין מחשבה טובה, און דאס וועט אויך גערעכענט פאר "את תרומת ה'", פונקט ווי ער וואלט פאקטיש געברענגט.
ספרים

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:01 pm

ויקהל משה (לה-א)
דער טעם פארוואס דער פרשה איז געזאגט געווארן בלשון "ויקהל" איז ווייל דער משכן איז געווען א כפרה אויף די מעשה העגל, און דארט שטייט "ויקהל" העם על אהרן. קומט דער "ויקהל" דא ביי דער פרשה פון מלאכת המשכן, און איז מכפר אויף דער מעשה העגל.
(אמרי שפר)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:01 pm

ויקהל משה את כל עדת בני ישראל וגו' (שם). למחרת יום הכיפורים (רש"י)
יום כיפור בעטן זיך מענטשן איבער אויף שלעכטס וואס מען האט געטוהן איינער אנטקעגן צווייטן, און מען נעמט זיך אונטער זיך צו פארבעסערן. אבער ליידער נאך יום כיפור מאכט דער יצר הרע אז מען זאל פארגעסן אז עס איז אריבער אזא הייליגן טאג, און מען קריגט זיך ווידער פונקט אזוי ווי פריער, אויף דעם ענין איז רש"י אונז מרמז, אז עס דארף הערשן ליבשאפט און אחדות צווישן אידן און מען דארף געדענקן וואס מען האט זיך אונטערגענומען אין יום כיפור, ויקהל משה את כל עדת בני ישראל, משה רבינו האט צוזאמען גענומען די אידן אין איינעם מיט אחדות און שלום. זאגט רש"י: "למחרת יום הכיפורים" צומארגענס פון יום כיפור. משה רבינו האט געוואלט ווייזען, אז נאך יום כיפור מוז מען אויך לעבן באחדות און זיך נישט קריגען ח"ו.
(עוללות אפרים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:02 pm

ששת ימים תעשה מלאכה וביום השביעי יהיה לכם קודש וגו' (שם)
הקדים להם אזהרת שבת וכו' לומר שאינו דוחה את השבת. (רש"י) מען דארף פארשטיין, פארוואס טאקע איז דאס בויען דער משכן נישט דוחה שבת. נאר דער ענין דערפון איז, ווי דער גמרא זאגט אין מסכת שבת אז א מענטש וואס היט אפ שבת ווי עס דארף צו זיין, דאן אפילו ער האט געדינט עבודה זרה, איז מען איהם מוחל פאר דעם. דער משכן איז אויך געקומען אויף מוחל זיין וועגן די עבירה פון עבודה זרה פון דעם עגל. שמירת שבת איז אבער אויף א העכערע מדריגה און האט א גרעסערע כח, ווייל שבת באשיצט אויך היינט ווען עס איז נישט דא קיין בית המקדש. דערפאר האט די מלאכת המשכן נישט קיין כח דוחה צו זיין שבת.
(מהר"ש מבעלזא)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:02 pm

אלה הדברים אשר צוה ה' לעשות אותם. וביום השביעי יהיה לכם קודש שבת שבתון וגו' (לה-א, ב)
פון די ווערטער וואס משה רבינו האט אנגעהויבן צו זאגן: "אלה הדברים אשר צוה ה'", זעהן מיר אז ער האט אנגעהויבן צו לערנען מיט די אידן די אלע מצוות פון די תורה. אבער נאך דעם שטייט נאר די מצוה פון שמירת שבת. נאר משה רבינו האט געוואלט מרמז זיין, אז "שמירת שבת" איז געוואויגן קעגן די גאנצע תורה.
(הרבי מלובלין זי"ע)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:02 pm

לא תבערו אש וגו' ביום השבת (לה-ג)
כדי צו שפירען דער זיסקייט פון דער הייליגע שבת, דארף מען מאכען א הכנה אין די וואכען נאך פאר שבת, דאס איז די פסוק מרמז "לא תבערו וגו' אש ביום השבת" דו זאלסט נישט אנהייבען אנצינדען די פייער פון שבת, אין שבת אליינס, נאר נאך פון פאר שבת (אין די וואכען) זאלסטו מאכען א הכנה, אז ווען עס וועט אנקומען שבת קודש זאל דאס שוין זיין אנגעצונדען, פון פריער.
(ספרים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:02 pm

לא תבערו אש וגו' ביום השבת (לה-ג)
פארוואס שטייט עקסטער באזינדער ארויסגעשריבן א איסור אויף אנצינדן א פייער, עס איז דאך שוין געשטאנען אין די עשרת הדברות אז מ'טאר טוען קיין מלאכה, מיינט דאך עס אלע מינע מלאכות?

נאר אין די ערשטע לוחות איז געשטאנען דער טעם פון היטן שבת איז "כי ששת ימים עשה ד' את השמים ואת הארץ וביום השביעי שבת וינפש" וואלט מען געקענט זאגן אז אין שבת איז נאר אזעלכע מלאכות וואס איז באשאפן געווארן אין די זעקס טעג, אבער אנצינדן א פייער איז ערשט געווען אין מוצאי שבת - ווען אדם הראשון האט געריבן איין שטיין מיטן אנדערן ביז ווען עס איז ארויסגעקומען א פייער - און דעריבער מאכט מען מוצאי שבת די ברכה "בורא מאורי האש" איז אין שבת נישט אסור די מלאכה דעריבער שרייבט ארויס די תורה באזונדער די מלאכה פון "לא תבערו אש".
(תפארת יהונתן)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:03 pm

ויאמר משה אל כל עדת בני ישראל לאמר זה הדבר אשר צוה ה' לאמר (לה-ד)
מען דארף פארשטיין פארוואס די תורה חזר'ט איבער דאס ווארט "לאמר" צוויי מאהל. נאר מען קען ענטפערן, לויט וואס דער רשב"א פסק'ענט אז עס איז א מצוה צו לויבן און מכבד זיין א מענטש וואס גיבט א גרויסע סומע געלט פאר צדקה, כדי דורך דעם זאלן זיך אנדערע מענטשן אפלערנען און נאכטוהן. דאס איז דער פסוק מרמז "זה הדבר אשר צוה ה" דאס איז דער זאך וואס דער אייבערשטער האט באפוילן, "לאמר" צו זאגן פאר יעדעם איינעם און לויבן דער וואס האט געגעבן צדקה.
(פרדס יוסף)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:03 pm

בצלאל בן אורי ובן חור למטה יהודה.
מסירת נפש קען נאר זיין אז מ'לייגט אוועק די אלע חכמות און קלוגשאפט, און ווען דער מענטש איז זיך מוסר נפש פאר א מצוה איז זיין שכר, "מדה כנגד מדה" מ'איז זוכה צו חכמה ודעת - דאס איז א שכר פארן אוועק לייגן די חכמה .
און ווייל בצלאל איז געווען א אייניקל פון חור וועלכע האט זיך מוסר נפש געווען ביים עגל, און מוחה געווען, און מ'האט אים דערויף געהר'געט, און שטאמט פון שבט יהודה וואס האט זיך מוסר נפש געווען ביים קריעת ים סוף די ערשטע אריינצושפרינגן , האט מען דערפאר באשאנקן דעם בצלאל דער אפשטאמיגע פון בעלי מסירת נפש, מיט חכמה ותבונה ודעת.
(משך חכמה)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:03 pm

וכל איש אשר הניף תנופת זהב לד'.
די תורה וויל ארויסברענגן די חשיבות פון די אידן וואס האבן געברענגט גאלד, קיינער האט נישט אפגעוואויגן וויפל עס וועגט, און אויב עס וועגט גאר אסאך האט מען גענומען א צווייטע שטיקל גאלד וואס וועגט ווייניגער, נאר מ'האט אויפגעהויבן די גאלד אזוי ווי עס שטייט און גייט און אזוי האט מען געברענגט די נדבה פארן אייבערשטער.
(באר מים חיים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:03 pm

ויבאו כל איש אשר נשאו לבו, וכל אשר נדבה רוחו אתו הביאו את תרומת ד' למלאכת אוהל מועד ולכל עבודתו ולבגדי הקודש.
מ'וויסט דאך אז די עיקר פון תרומת ד' וואס איז ארויפגעקומען אויף דעם א קדושה, איז געווען די נדיבת הלב און די שטארקע רצון צו מנדב זיין, דאס איז געווען די עיקר פון די נדבה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "מאת כל איש אשר ידבנו לבו תקחו את תרומתי" די עיקר תרומה זאל זיין די נדיבת הלב, און ביי די אידן איז געווען אויך ארעמעלייט וואס זיי האבן נישט פארמאגט גארנישט פאר זיך, און זיכער נישט צו מנדב זיין, אבער זיי האבן געהאט א שטארקע ווילן צו מנדב זיין, און זיי האבן געטראכט אויב זיי וואלטן ווען געהאט א גרויסע פארמעגן, וואלטן זיי מנדב געווען אלעס פארן משכן אלע כלים, און אלע קליידער, אלעס וואלט געקומען פון זיי, און די באשעפער וואס ווייסט וואס טוט זיך אין יעדעמ'ס הארץ, האט עס די אייבערשטער אנגענומען אזוי ווי זיי וואלטן באמת מנדב געווען אלעס פארן משכן, איז אויסגעקומען אז זייער נדבה איז געווען חשוב'ער און גרעסער פון די מנדבים, ווייל ביי די מנדבים האט די אייבערשטער גערעכנט נאר וויפל זיי האבן באמת מנדב געווען און נישט מער, אבער ביי די ארעמלייט איז געווארן גערעכנט ווי אלעס איז געקומען פון זיי.
און דאס זאגט דער פסוק "ויבאו כל איש אשר נשאו לבו" - די וואס האבן מנדב געווען האט די אייבערשטער גערעכנט נאר וויפל מ'האט געברענגט באמת פארן משכן, אבער - וכל אשר נדבה רוחו - וועם די גייסט האט באוויליגט איז - אותו - די נדיבת הלב, האט די באשעפער גערעכנט - הביאו את תרומת ד' למלאכת אוהל מועד ולכל עבודתו ולבגדי הקודש - אזוי ווי זיי וואלטן אלעס געברענגט די אהל מועד און פאר אלע קליידער.
(מלבי"ם)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:04 pm

ויאמרו אל משה לאמר מרבים העם להביא וגו' (לו-ה)
די סדר פון מענטשן איז, אז ווען מען נעמט צוזאמען געלט פאר א צדקה ענין, גיבט מען געלט צום ערשטן מאהל מיט א התלהבות און חשק. אבער ווען מען קומט צום צווייטן אדער צום דריטן מאהל צוזאמען נעמען פאר דעם זעלבען ענין, גיבט מען שוין נישט מיט דעם זעלבען חשק. אבער ביי די נדבות פאר דער משכן, זאגט דער פסוק עדות: "מרבים העם להביא" די אידן ברענגען אסאך, איין מאהל און צוויי מאהל נאך און נאך, מיט דעם זעלבען התלהבות און חשק ווי צום ערשטן מאהל.
(ספרים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:08 pm

המשכן

געמאכט געווארן פון? באדעקט מיט? גרויסקייט? (גאנצע חשבון) וואס איז מיטגעקומען?

(סתם נומערין זענען אמות, אויב אנדערש וועט שטיין)


ארון געמאכט געווארן פון עצי שטים
באדעקט מיט זהב
גרויסקייט איז געווען 2 און א האלב לאנג, 1 און א האלב ברייט, 1 און א האלב הויעך
צו דעם איז מיטגעקומען 4 טבעות פון זהב, 2 שטאנגען פון עצי שטים באדעקט מיט זהב, זר זהב, וואס איז מרמז אויף כתר תורה.

כפורת געמאכט געווארן פון זהב
גרויסקייט איז געווען 2 און א האלב לאנג, 1 און א האלב ברייט, 1 טפח דיק.
צו דעם איז מיטגעקומען 2 כרובים פון די זעלבע שטיק, פורשי כנפים, הויעך 10 טפחים

שולחן געמאכט געווארן פון עצי שטים
באדעקט מיט זהב
גרויסקייט איז געווען 2 לאנג, 1 ברייט, 1 און א האלב הויעך.
צו דעם איז מיטגעקומען מסגרת טפח פון זהב, זר זהב מרמז לכתר מלכות, 4 טבעות זהב, 2 שטאנגען עצי שטים צפוי זהב, קערותיו כפותיו קשותיו מנקיותיו כולם זהב טהור.

מנורה געמאכט געווארן פון זהב טהור (1 ככר)
גרויסקייט איז געווען י"ח טפחים, החשבון = ירך ופרח 3 טפחים, (דאס לערנט מען ארויס פון פרשת בהעלותך "עד ירכה עד פרחה") 2 טפחים ליידיג, 1 טפח בלום קנאפ און בעכער. 2 טפחים ליידיג, 1 טפח קנאפ און צוויי רארן גייען פון איר ארויס פון די צוויי זייטן, 1 טפח ליידיג 1 טפח קנאפ און צוויי רארן גייען פון איר ארויס פון די צוויי זייטן, 1 טפח ליידיג 1 טפח קנאפ און צוויי רארן גייען פון איר ארויס פון די צוויי זייטן, 2 טפחים ליידיג, 3 טפחים 3 בעכערס א בלום און א קנאפ. סך הכל 22 בעכערס, 3 אין יעדע ראר, עס איז געווען 6 רארן, איז שוין 18 בעכערס, און אין די מנורה אליין איז געווען נאך 4 איז שוין 22. און 11 קנעפ, זעקס אין די זעקס רארען, און דריי און די מנורה אליין, און נאך צוויי איינס ביי די ירך און איינס פון אויבן, (און דאס לערנט מען ארויס ווייל עס שטייט "משוקדים כפתוריה ופרחיה" און מיעוט כפתורים איז צוויי)
צו דעם איז מיטגעקומען נירותיה שבעה, פון זהב, מלקחיה זהב טהור

יריעות המשכן געמאכט געווארן פון תכלת ארגמן תולעת שני שש מעשה חושב
גרויסקייט איז געווען יעדע שטיקל 4 די ברייט, 28 די לענג, 10 שטיקלעך צוזאמען איז 40 ביי 28 (אראפגעהאנגען 8 ביי דרום און צפון און מערב (מסכת שבת האלט 9 ביי מערב ווייל זיי האלטן אז די עמודי המסך האט מען נישט צוגעדעקגט)
צו דעם איז מיטגעקומען 50 העקעלעך (קרסים) פון זהב, 50 שלייפלעך (ללאות) פון תכלת (אויף יעדע באהעפטונג, צוזאמן איז 100 שלייפעלעך)

יריעות עזים (אוהל) געמאכט געווארן פון האר פון ציגן
גרויסקייט איז געווען יעדע שטיקל 4 ביי 30, 11 שטיקלעך צוזאמען איז 44 ביי 30 (אראפגעהאנגען 9 ביי דרום און צפון - 10 ביי מערב)
צו דעם איז מיטגעקומען 50 העקעלעך (קרסים) פון נחושת, 50 שלייפלעך (ללאות) פון תכלת (אויף יעדע באהעפטונג, צוזאמען איז 100 שלייפעלעך)

עורות אלים מאדמים ועורות תחשים געמאכט געווארן פון עורות אלים מאדמים ועורות תחשים
באדעקט מיט 10 ביי 30

קרשים געמאכט געווארן פון עצי שטים
באדעקט מיט זהב
גרויסקייט איז געווען 1 און א האלב ביי 1, און 10 הויעך
2 אדנים כסף, 5 בריחים אויף יעדע צייט, פון עצי שטים באדעקט מיט זהב, טבעות זהב. יעדע יד איז געווען א האלב ביי א פערטל און הויך 1. די ליידיגקייט פון די אדנים איז געווען די זעלבע.

פרוכת געמאכט געווארן פון תכלת ארגמן תולעת שני שש מעשה חושב
גרויסקייט איז געווען 10 ביי 10

עמודי הפרוכת געמאכט געווארן פון עצי שטים
באדעקט מיט זהב
גרויסקייט איז געווען 1 ביי 1, און הויך 10
צו דעם איז מיטגעקומען וויהם זהב, אדון של כסף פאר יעדע עמוד צוזאמען איז 4 אדני כסף, און דאס איז משלים צו די 100 אדנים של כסף וואס איז געקומען פון די שקלי ישראל וואס מען האט צוזאמען גענומען ממחרת יו"כ, ווען מען האט זיי געציילט.

מסך לפתח האוהל געמאכט געווארן פון תכלת ארגמן תולעת שני שש מעשה רוקם
גרויסקייט איז געווען 10 ביי 10

עמודי המסך געמאכט געווארן פון עצי שטים
באדעקט מיט זהב
גרויסקייט איז געווען 1 ביי 1 און הויך 10
צו דעם איז מיטגעקומען וויהם זהב אדון של נחושת פאר יעדע עמוד צוזאמען איז געווען 5 עמודים איז אויך 5 אדנים של נחושת. (וצפה ראשיהם זהב - בפרשת ויקהל).

מזבח החיצון געמאכט געווארן פון עצי שטים
באדעקט מיט נחושת
גרויסקייט איז געווען 5 ברייט 5 לאנג און 10 הויעך. חשבון= 1 יסוד 3 צווישן יסוד און מכבר, 1 מכבר, 1 כרכוב, 3 צווישן כרכוב און קרנות, 1 קרנות (קרנות זענען 1 ביי 1 געמאכט געווארן פון נחושת.
צו דעם איז מיטגעקומען סירותיו, יעיו, מזרקותיו, מזלגותיו, מחתותיו פון נחושת, ארבע טבעת נחושת, בדי עצי שטים בצפוי נחושת.

מזבח הפנימי געמאכט געווארן פון עצי שטים
באדעקט מיט זהב טהור
גרויסקייט איז געווען 1 ביי 1 און הויעך 2
צו דעם איז מיטגעקומען זר זהב (מרמז לכתר כהונה) שתי טבעת זהב, בדי עצי שטים בצפוי זהב.

חצר המשכן גרויסקייט איז געווען 50 ביי 50

קלעים לחצר געמאכט געווארן פון שש
גרויסקייט איז געווען צפון דרום 100. מערב 50. מזרח איינגעטיילט 15 מיט 15 5ו ביי די צוויי זייטן. הויך 5 וי"א 15 (מפרשים-דזה אותו מחלוקת של המזבח ע"ש.

עמודי החצר געמאכט געווארן פון לכאורה עצי שטים
באדעקט מיט רש"י אומר איני יודע אם על פ ני כולם אים בראשם, ואם באמצעם היו החשוקים.
גרויסקייט איז געווען מחלוקת הנ"ל 5 או 15
צו דעם איז מיטגעקומען 1 אדון של נחושת לכל עמוד ווים כסף וחשקיהם כסף

מסך שער החצר געמאכט געווארן פון תכלת ארגמן תולעת שני שש מעשה רוקם
גרויסקייט איז געווען לאנג 20, הויעך מחלוקת הנ"ל 5 או 15

יתדות החצר געמאכט געווארן פון נחושת
צו דעם איז מיטגעקומען מיתרין

כיור
(פרשת כי תשא) געמאכט געווארן פון נחושת
צו דעם איז מיטגעקומען כנו של נחושת

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:08 pm

יריעות המשכן


די יריעות המשכן זענען געוועבט געווארן "מעשה חושב" פון 6 פעדעמער פון תכלת, 6 פעדעמער פון ארגמן, 6 פעדעמער פון תולעת שני, און 6 פעדעמער פון שש. קומט אויס אז אין יעדער פאדעם איז געווען 24 פעדעמער. מען האט געוועבט 10 שטיקלעך וואס יעדע שטיקל איז געווען 28 אמות לאנג און 4 אמות ברייט. מען האט צוזאמען גענייט 5 עקסטער און די אנדערע 5 עקסטער און אינמיטען האט מען זיי באהאפטן מיט העקעלעך וואס זענען געמאכט געווארן פון "זהב" און עס איז געווארען באהאפטן מיט שלייפלעך וואס זענען געמאכט געווארן פון "תכלת". קומט אויס אז יעצט זענען די יריעות געווארן איין גרויסע שטיקל פון 40 אמות לאנג און 28 אמות ברייט, מען האט גענומען די ברייט פון די יריעה (4 וואס איז יעצט געווארן 40) און דאס געלייגט אויפן לענג פון'ם משכן. אויף צפון און דרום האט דאס אראפגעהאנגען 8 אמות ווייל די שטיקל איז געווען 28 אמות, די משכן איז געווען ברייט 10 אמות, צוזאמען מיט די ברייט פון די קרשים איז שוין 12 אמות בלייבט איבער


16 אמות, וועגן דעם איז דאס אראפגעהאנגען אויף צפון 8 אמות און אויף דרום 8 אמות. עס איז אבער דא א מחלוקת וויפיל עס איז אראפגעהאנגען אויף מערב, לויט די ברייתא דמ"ט מדות האט מען אויך באדעקט די עמודי המסך, קומט אויס אז עס האט אראפגעהאנגען אויף מערב זייט 8 אמות, ווייל לכתחלה איז די יריעה געווען 40 אמות און די משכן איז געווען לאנג 30 אמות און צוזאמען מיט די עמודי המסך און די ברייט פון די קרש אויף מערב זייט איז שוין 32 בלייבט איבער 8 וואס איז אראפגעהאנגען אויף מערב זייט.

אבער לויט די גמרא אין מסכת שבת האט מען נישט צוגעדעקט די עמודי המסך, קומט אויס אז עס איז אראפגעהאנגען נאך א אמה אויף מערב זייט, קומט אויס אז עס איז אראפגעהאנגען אויף מערב זייט 9 אמות. לויט די גמרא אין מסכת שבת, וועלען די העקעלעך זיין פינקטליך העכער דעם פרוכת.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:08 pm

יריעות האהל (יריעות העזים)


די יריעות האהל זענען געמאכט געווארן פון "האר פון ציגן" מען האט געמאכט 11 שטיקלעך פון 30 אמות לאנג און 4 אמות ברייט. מען האט צוזאמען גענייט 6 עקסטער און די אנדערע 5 עקסטער און אינמיטן האט מען זיי באהאפטן מיט העקעלעך וואס זענען גמאכט געווארן פון "נחשת" און עס איז געווארן באהאפטן מיט שלייפלעך וואס זענען געמאכט געווארן פון "תכלת", קומט אויס אז יעצט זענען די יריעות געווארן איין גרויסע שטיקל פון 44 לאנג און 30 ברייט, מען האט גענומען די ברייט פון די יריעה (4 וואס איז יעצט געווארן 44) און דאס געלייגט אויפן לענג פון'ם משכן. די 6 שטיקלעך האט מען געלייגט אויף די מזרח זייט פון די משכן. אויף צפון און דרום האט דאס אראפגעהאנגען 9 אמות ווייל די שטיקל איז 30 אמות, די משכן איז ברייט 10 אמות, צוזאמען מיט די ברייט פון די קרשים איז שוין 12 אמות בלייבט איבער 18 אמות, וועגן דעם הענגט אראפ אויף צפון און דרום 9 אמות. עס איז אראפגעהאנגען אויף מערב, 10 אמות, (ביז די ערד) ווייל לכתחלה איז די יריעה געווען 44 (4 אמות לענגער ווי די יריעות המשכן) און די משכן איז געווען לאנג 30 און צוזאמען מיט די עמודי המסך און די ברייט פון די קרש אויף מערב זייט איז שוין 32 בלייבט איבער 12, איז דאס אראפגעהאנגען 10 אויף מערב, און 2 אויף מזרח ביי די אריינגאנג פון דעם משכן. (און דאס מיינט דער פסוק "חצי היריעה וגו')

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:09 pm

יריעות עורות אלים מאדמים ועורות תחשים


יריעות עורות אלים מאדמים ועורות תחש איז געווען נאר איין שטיקל, און עס איז געווען פינקט אזוי גרויס ווי די אינערווייניג פון די משכן. (דאס הייסט 10 ביי 30).

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:10 pm

ויקהל משה
דער בית המקדש איז חרוב געווארן וועגן שנאת חנם, וועגן דעם ווען משה רבינו האט געוואלט בויען א משכן האט ער צום ערשט געטוהן "ויקהל משה" ער האט איינגעזאמעלט אלע יודען צוזאמען צו ווייזן אויב איר ווילט דער משכן זאל האבן א קיום, וועט דאס נאר קענען זיין אויב וועט מען זיך האלטן באחדות.
(אור פני משה)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:10 pm

כל נדיב לבו יביאה את תרומת השם זהב וכסף ונחושת
עס ווערט געברענגט פון הייליגן בעל שם טוב אויפן פסוק ד' צלך, דער באשעפער איז דיין שאטען, אזוי ווי דער שאטען פון דעם מענטש טוט נאך אלס וואס דער מענטש טוט, אזוי אויך פירט מען זיך אויבן אין הימל מיט יעדן מענטש, אזוי ווי מיר ווייסן אז דער באשעפער צאלט צוריק מדה כנגד מדה, לויט יעדן מענטשעס מידות אזוי פירט מען זיך מיט איהם פון הימל, און בפרט ביי די מדה פון צדקה, ווי מיר ווייסן אז עס שטייט אין פסוק אז מ'מעג אפילו אויספריוון דעם באשעפער מיט די מדה פון צדקה אז דער באשעפער וועט זעהן אז די געסט צדקה וועט ער דיך באשענקען מיט ברכות אהן א שיעור און אהן א גבול, דאס זאגט אונז דא דער הייליגע תורה, "כל נדיב לבו" יעדער איינער וואס זיין הארץ באווילגט אים צו טוהן צדקה און חסד, "יביאה" וועט צוברענגען מיט דעם, "את תרומת ד'", אז דער אויבערשטער וועט אנשיידן פאר אים, "זהב וכסף ונחושת", און דער אויבערשטער וועט משפיע זיין פאר אים שפע ברכה והצלחה עד בלי די.
(קדושת ציון)


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט