ויהי ביום השמיני. וויפיל קרבנות האט מען געברענגט יענעם טאג?

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

ויהי ביום השמיני. וויפיל קרבנות האט מען געברענגט יענעם טאג?

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:04 pm

ויהי ביום השמיני. רש"י הק' (בשם החז"ל): שמיני למלואים, הוא ר"ח ניסן שהוקם המשכן בו ביום. (האבן עזרא חולק על זה וסובר שהיה ביום ח' לחודש ניסן, עיי"ש.)

אין די פסוקים בתחילת הפרשה רעכנט די תורה הק' אויס די ספעציעלע קרבנות וואס אהרן הכהן האט געברענגט לכבוד דעם יום חנוכת המשכן. די דאזיגע קרבנות זענען אין צוגאב צו שאר הקרבנות: קרבן תמיד; קרבן מוסף של ראש חודש; און די פילע קרבנות פון נחשון בן עמינדב למטה יהודה, די ערשטע קרבן פון די סדר י"ב נשיאים, כמבואר באריכות אין פרשת נשא.

אז מען רעכנט צוזאם אלע קרבנות וואס מען האט מקריב געווען על המזבח החיצון אין יענעם גרויסן טאג, שטעלט זיך ארויס א חשבון פו 41 קרבנות, וואס איז לכאורה די גרעסטע צאל פון קרבנות חובה וואס זענען געברענגט געווארן אין איין טאג. (ד.ה. נישט אריינגערעכנט פריוואטע קרבנות וואס יעדער יחיד קען ברענגען. אזוי אויך ערב פסח, ווען כלל ישראל האט מקריב געווען זייערע פסחים ושאר זבחים, איז אודאי געווען פיל מער קרבנות, אבער מינימום פארלאנגט זיך נישט מער ווי איין קרבן -- כל ישראל כולן יוצאים בפסח אחד.)‏

די סכום פון קרבנות אין דאזיגן טאג שטייגט איבער די פארנומענסטע קרבן ציבור טאג אינעם יאר, נעמליך יום א' דחג הסוכות שחל להיות בשבת; מען האט דאן געברענגט אויפן מזבח א קיימא לן פון 34 קרבנות. ‏פאלגנד איז א דעטאלירטער חשבון פון די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען אין די דאזיגע צוויי זמנים: (איך האב נישט גענומען אין חשבון די פארשידנארטיגע מנחות, סיי די זעלבסטשטענדיגע און סיי די מנחת נסכים וואס זענען צוגעטשעפעט צו די קרבנות עולה ושלמים.)

- יום הקמת המשכן:
קרבן תמיד: 2
2 - שני כבשים לעולה

מוספי ראש חודש: 11
2 - שני פרים לעולה
1 - איל אחד לעולה
7 - שבעה כבשים לעולה
1 - שעיר עזים לחטאת

יום השמיני: 7
1 - עגל לחטאת
1 - איל לעולה
1 - שעיר עזים לחטאת
1 - ‏עגל לעולה
1 - כבש לעולה
1 - שור לשלמים
1 - איל לשלמים

קרבן הנשיאים: 21
1 - פר לעולה
1 - איל לעולה
1 - כבש לעולה
1 - שעיר עזים לחטאת
2 - בקר שנים לשלמים
5 - אילים חמשה לשלמים
5 - עתודים חמשה לשלמים
5 - כבשים בני שנה חמשה לשלמים‏

ס"ה: 41 קרבנות


- יום א' דחג הסוכות שחל בשבת:
קרבן תמיד: 2
2 - שני כבשים לעולה

קרבן מוסף דשבת: 2
2 - שני כבשים לעולה

מוספי החג: 30
2 - שני אילים לעולה
14 - ארבעה עשר כבשים לעולה
13 - שלשה עשר פרים לעולה (ביום הראשון, ואח"כ פוחת והולך)
1 - שעיר עזים לחטאת

ס"ה: 34 קרבנות

איך מיין אז דער חשבון איז ריכטיג. אויב איר האט עפעס וואס צוצולייגן, ביטע זייט מגיב.


יהי רצון מלפניך האו"א מלך רחמן שתשוב ותרחם עלינו ועל מקדשך ברחמיך הרבים... ושם נעשה לפניך את קרבנות חובותינו תמידים כסדרם ומוספים כהלכתם.
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום דאנארשטאג אפריל 12, 2018 12:48 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:26 pm

מאנאוויטש בתפארתו

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:54 pm

זייער שיין. אויבנאויף שטימט די חשבון זייער גיט. עס איז געווען נאך צוויי קרבנות יענעם טאג, דאס איז די הייליגע נשמות פון נדב ואביהו, הוא אשר דבר ה' בקרובי אקדש.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » דינסטאג אפריל 10, 2018 6:10 pm

מוירעדיג שיין.
איך וויל אבער צו לייגן וואס דער חת"ס שרייבט אין תורת משה ריש אחרי מות וז"ל-
ויעש כאשר צוה ה' את משה. פי' רש"י כשהגיע יוה"כ עשה אהרן כן ולא לבשם לגדולתו כי אם לשם שמים. נ"ל דבשמיני למלואים הקריב אהרן ממש כקרבנות יוה"כ פר החטאת אשר לו ואיל לעולה ושעיר לציבור, וי"א שהי' אותו היום כיום הכפורים, שהרי מכאן ילפינן ממא שהי' אותו היום כיום הכפורים, שהרי מכאן ילפינן (יומא ב' ע"א) פרישת ז' ימים לכה"ג לפני יוה"כ עכ"ל. ועיי"ש עוד.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט