ערב פסח מצות

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

Horizontal
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm

ערב פסח מצות

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך מארטש 28, 2018 7:25 pm

דאס יאר האב איך מיך דערמאנט היבש שפעט צו קויפן מצות, ווען כ'האב געבעטן ער''פ מצות האבן זיי מיר געזאגט אז זיי פארקויפן מער נישט קיין קארטלעך.
וואלט איך זייער געוואלט וויסן וואס איז די מעשה מיט די ערב פסח מצות. ווי איז די מקור, און איז עס אן הלכה, מנהג, ענין, אדער גאר א מעשה רב
באמת וואלט איך יעדעס יאר געוואלט וויסן פארן ספענדן 75$ (12.50 א מצה) אבער דאס יאר וויל איך בעיקר וויסן אלס דער מה שתשיב ווען איך קום אהן צום שווער אהנע ער''פ מצות.
ווער עס קען העלפן, למצוה גדולה יחשב. יישר כח
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך מארטש 28, 2018 8:22 pm

נישט סתם הלכה. נאר לויט אסאך ראשונים איז מען נישט יוצא מצות מצוה נאר מיט ערב פסח מצות.
להלכה נעמט מען אן אז מ'איז יוצא, סומכים על שאר הראשונים.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מארטש 28, 2018 8:36 pm

הלכה חלקים קען איך נישט אזוי גוט, אבער שאף אן ערב פסח באקסל פון ערגעץ און לייג אריין דריי קליינע מצה'לעך און דיין שווער וועט באוואונדערן דיינע הערליכע מצות....
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך מארטש 28, 2018 8:52 pm

איסר גיטע געדאנק אוועקצולייגן דאס באקס

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך מארטש 28, 2018 8:55 pm

Horizontal האט געשריבן:דאס יאר האב איך מיך דערמאנט היבש שפעט צו קויפן מצות, ווען כ'האב געבעטן ער''פ מצות האבן זיי מיר געזאגט אז זיי פארקויפן מער נישט קיין קארטלעך.
וואלט איך זייער געוואלט וויסן וואס איז די מעשה מיט די ערב פסח מצות. ווי איז די מקור, און איז עס אן הלכה, מנהג, ענין, אדער גאר א מעשה רב
באמת וואלט איך יעדעס יאר געוואלט וויסן פארן ספענדן 75$ (12.50 א מצה) אבער דאס יאר וויל איך בעיקר וויסן אלס דער מה שתשיב ווען איך קום אהן צום שווער אהנע ער''פ מצות.
ווער עס קען העלפן, למצוה גדולה יחשב. יישר כח


אויב די קויפסט יעדע יאר נאר ווייל דיין שווער !! האסטו א סיריעס פראבלעם .... סאיז צייט צו אנהייבן לעבן פאר זיך.. !
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מארטש 28, 2018 8:58 pm

נישט פשוט, האט דיר איינער געבעטן צו זוכן פראבלעמען און דיאגנאזירונגען? האסט אן ענטפער אדער עצה צו זיין פראגע? זאג, אז נישט טו עס נישט דא.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » מיטוואך מארטש 28, 2018 9:50 pm

כ'בין אמאל געווען ביי א שמחה, איז געווען דארט א 60 יעריגער מיט (וועם איך ארבעט), צוזאמען מיט זיין שווער א 85 יעריגער, פארן ארויסגיין זאגט מיר דער איידים אז איך זאל געבן א גוטן גריס אויף אים צו זיין שווער.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 7:22 am

גלאזער האט געשריבן:נישט סתם הלכה. נאר לויט אסאך ראשונים איז מען נישט יוצא מצות מצוה נאר מיט ערב פסח מצות.
להלכה נעמט מען אן אז מ'איז יוצא, סומכים על שאר הראשונים.


במח״ג עי׳ ב״י וב״ח, לויט די ראשונים זענען ׳אלע׳ מצות געבאקן פאר ערב פסח אסור!

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 7:46 am

היות מען נעמט אן להלכה אז מצות געבאקען פון פאר ערב פסח איז כשר, דאן איז די ערב פסח מצות נאר אויף יוצא צו זיין אלע שיטות, אפילו מיר האלטן אז די מצות פון פאר ער"פ איז גענצליך כשר.

נ.ב. ביי אלע הלכות זיינען פערהאן וואס האלטען אז וואס ביי איינעם אסור איז גענצליך מותר און וואס ביי איינעם מותר איז ממש אסור. אבער מיר גייען לויט ןןי מען האט אנגענומען ביי אונזערע עלטערן.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 8:20 am

צו געזונט, ס'איז א טריקענע שו"ע (סי' תנ"ח) אז די 'מנהג' איז נישט צו מאכן די מצות מצוה פאר ער"פ חצות, ממילא איז עס נישט ממש ווי איר שרייבט, די וואס עסן נישט ער"פ מצות איז דאס מכח חומרא דחמץ.

Horizontal
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm

תגובהדורך Horizontal » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 4:13 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:הלכה חלקים קען איך נישט אזוי גוט, אבער שאף אן ערב פסח באקסל פון ערגעץ און לייג אריין דריי קליינע מצה'לעך און דיין שווער וועט באוואונדערן דיינע הערליכע מצות....

פיינע איידיע... אבער ווי שאף איך טאקע ס'באקסל
נישט פשוט האט געשריבן:אויב די קויפסט יעדע יאר נאר ווייל דיין שווער !! האסטו א סיריעס פראבלעם .... סאיז צייט צו אנהייבן לעבן פאר זיך.. !

איך פלעג עס נישט קויפן דווקא פארן שווער נאר ווייל אזוי טוט יעדער אז איך האב נישט וויל איך כאטש וויסן ווי וויכטיג ס'איז
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 4:50 pm

Horizontal האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:הלכה חלקים קען איך נישט אזוי גוט, אבער שאף אן ערב פסח באקסל פון ערגעץ און לייג אריין דריי קליינע מצה'לעך און דיין שווער וועט באוואונדערן דיינע הערליכע מצות....

פיינע איידיע... אבער ווי שאף איך טאקע ס'באקסל
נישט פשוט האט געשריבן:אויב די קויפסט יעדע יאר נאר ווייל דיין שווער !! האסטו א סיריעס פראבלעם .... סאיז צייט צו אנהייבן לעבן פאר זיך.. !

איך פלעג עס נישט קויפן דווקא פארן שווער נאר ווייל אזוי טוט יעדער אז איך האב נישט וויל איך כאטש וויסן ווי וויכטיג ס'איז

ס'איז אזוי וויכטיג ווי יעדע סעיף אין שו"ע וואס שטייט ונהגו, וכן נוהגין... בקיצור א פשוטע סימן אין שו"ע (הל' פסח סימן תנ"ח) אז מען דארף עס האבן.

חוץ אויב דיינע עלטערן האבן זיך געפירט דאס נישט צו האבן, איז דיין מסורה שטערקער אפי' קעגן דיין שווער...

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 02, 2018 12:00 am

עס איז א מנהג וואס ווערט געברענגט אין רמ"א, אבער עס האט לפי ידיעתי נישט צו טוהן מיט קיין הלכה. על פי הלכה האלט נישט קיינער אז מען מיז דוקא האבן ערב פסח מצות, מען איז יוצא לכל הדיעות מיט מצות פון נאך פורים, אדער אפילו פון פאר פורים איז מען געזינטערהייט יוצא.

די מצות פון אחר פורים איז א דעה יחידאה וואס ווערט געברענגט אינעם ב"ח, אבער מען נעמט בכלל נישט אזוי אן, דאך זענען ישראל קדושים מדקדק אויב מען קען פאר די כזיתים צו האבן מצות פון אחר פורים. אבער ערב פסח זענען אסאך (און גדולי ישראל ביניהם) מקפיד דוקא נישט צו עסן ערב פסח מצות, צוליב די ווייניג זהירות צומאל. רוב וועלט איז יא מקפיד צו האבן ערב פסח מצות, אבער עס איז בכלל נישט מעכב על פי הלכה.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » מאנטאג אפריל 02, 2018 12:04 am

הרה''ק מ'קראסנא ז''ל לא אכיל ער''פ מצה משום חומרא
לעצט פאראכטן דורך גם זה יעבור אום מאנטאג אפריל 02, 2018 12:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חנן בן עכבור
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

תגובהדורך חנן בן עכבור » מאנטאג אפריל 02, 2018 12:11 am

סידיראם האט געשריבן:עס איז א מנהג וואס ווערט געברענגט אין רמ"א, אבער עס האט לפי ידיעתי נישט צו טוהן מיט קיין הלכה. על פי הלכה האלט נישט קיינער אז מען מיז דוקא האבן ערב פסח מצות, מען איז יוצא לכל הדיעות מיט מצות פון נאך פורים, אדער אפילו פון פאר פורים איז מען געזינטערהייט יוצא.

די מצות פון אחר פורים איז א דעה יחידאה וואס ווערט געברענגט אינעם ב"ח, אבער מען נעמט בכלל נישט אזוי אן, דאך זענען ישראל קדושים מדקדק אויב מען קען פאר די כזיתים צו האבן מצות פון אחר פורים. אבער ערב פסח זענען אסאך (און גדולי ישראל ביניהם) מקפיד דוקא נישט צו עסן ערב פסח מצות, צוליב די ווייניג זהירות צומאל. רוב וועלט איז יא מקפיד צו האבן ערב פסח מצות, אבער עס איז בכלל נישט מעכב על פי הלכה.

שיטת רש"י וראבי' ועוד ראשונים אז מ'איז נישט יוצא נאר מיט מצות וואס זענען געבאקן בשעת די זמן פון קרבן פסח דהיינו סיי בשעת הקרבת פסח אדער בזמן אכילת הפסח וועגן דעם האלטן כמהראשונים אז ווען ס'קומט אויס שבת ער"פ זאל מען באקן ליל התקדש החג, נאכדעם זענען אויך דא ראשונים וואס האלטן אז מ'קען נישט מקיים זיין קיין ושמרתם את המצות דהיינו שימור מחימוץ נאר בזמן הפסח.
לעצט פאראכטן דורך חנן בן עכבור אום מאנטאג אפריל 02, 2018 1:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג אפריל 02, 2018 12:18 am

דעיע יאר האב איך געהאט 6 טייגלעך, א חוצפה פון א בעקערי נישט ארויס צו ווארפן די דיקע וואס בלייבט טייג.

צום סוף האב איך ארויס געווארפן אלע מצות ביידע טעג.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אפריל 02, 2018 12:48 am

ב"ה די יאר האבן מיר געהאט גאר פיינע ער"פ מצות פון סאטמאר בראדוועי, גרויסע שיעור יעדע מצה בערך 4 כזיתים (בערך 60 גראם), און זייער גוט דורכגעבאקען געקענט פיין מקיים זיין די הייליגע מצוה. ווי אויך איז די ליניע געפארן שנעל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג אפריל 02, 2018 2:34 pm

סידיראם האט געשריבן:עס איז א מנהג וואס ווערט געברענגט אין רמ"א, אבער עס האט לפי ידיעתי נישט צו טוהן מיט קיין הלכה. על פי הלכה האלט נישט קיינער אז מען מיז דוקא האבן ערב פסח מצות.

איך גלייב נישט אז דו האסט געשריבן אזא תגובה. איינער האט זיכער געהעקט דיין ניק

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 02, 2018 8:02 pm

בראשית ברא האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:עס איז א מנהג וואס ווערט געברענגט אין רמ"א, אבער עס האט לפי ידיעתי נישט צו טוהן מיט קיין הלכה. על פי הלכה האלט נישט קיינער אז מען מיז דוקא האבן ערב פסח מצות.

איך גלייב נישט אז דו האסט געשריבן אזא תגובה. איינער האט זיכער געהעקט דיין ניק


יא ריכטיג, געהעקט געווארן... אשתמיט לפי שעה איזה דעות בראשונים, דעות וואס ווערט נישט דערמאנט להלכה אין שולחן ערוך, והוא דעת רש"י און דעם מעשה רוקח (סימן לח) וכן הוא בראבי"ה (פסחים סימן תנב) ועוד וואס זאגן אלע אז מען קען נאר באקן מצה ערב פסח אחר חצות.

אבער אף על פי כן איז דאס אמת אז רוב ראשונים וואס דערמאנען דעם ענין, דערמאנען דאס נאר אלס א מנהג, און אזוי זאגט אויך דער רמ"א, און אין די נושא כלים פון שולחן ערוך ווערט דאס נישט דערמאנט אלס אן הלכה'דיגע ענין, ולכן מובן למה היו גדולי ישראל שמחמת חשש חמץ מחמת אי זהירות באפיית ערב פסח, ויתרו על מנהג זה, כי על פי הלכה קיימא לן שאין שום חשש בזה.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

Horizontal
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך אפריל 04, 2018 4:52 pm

ישר כח פאר אלע וואס האבן געהאלפן אויסקלארן ס'ענין
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » מיטוואך אפריל 04, 2018 7:16 pm

וויפיל איז די פרייז פאר 6 מצות ווען מען באקט ערב פסח מיט א כתה?

באק איך, און זיי טשארדזשן די זעלבע ווי די קהילות פרייז וואס צאלן פאר ארבעטער לויט דעים וואלט איך פארשטאנען אז איינער מאכט א לעבן דא.
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אפריל 04, 2018 7:23 pm

ערב פסח קריגט דער פשוטער ארבייטער ארום 40-50 טאללער א שטונדע
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך אפריל 04, 2018 7:25 pm

צו געזונט האט געשריבן:ערב פסח קריגט דער פשוטער ארבייטער ארום 40-50 טאללער א שטונדע

געוויסע ארבייטער מאכן מער פון 100 א שטונדע

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » מיטוואך אפריל 04, 2018 7:28 pm

אין ביי די קהילות צאלט מען נישט אזויפיל פאר א שיבער ערב פסח?
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אפריל 04, 2018 7:33 pm

א נערמאלע פרייז פון א מאן ארבעטער פאר ערב פסח, איז צווישן 70- 100 א שעה. ביי די כיתה מצות דארף מען אויך אויפהאלטן א שטאב פון ערפארענע ארבעטער'ס ווי א שיבער א רעדלער און נאך וואס פאר זיי דארף מען צאלן פול פרייז, אבער פון די וועלגערער'ס קומט נישט ארויס צו סאך גיטע, דאס מיינט אז די מצה בעקעריי דערלייגט אביסל אויף די כיתה וואס באקט, ממילא בעט מען פון זיי די זעלבע ווי יעדן איינעם.

אן אויבנאויף תירוץ לפי חשבוני.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט