זענען מיר גרייט פאר אליהו הנביא?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
זענען מיר גרייט פאר אליהו הנביא?
דער חפץ חיים איז אמאל געפארן מיט א באן, דער באן איז אריינגעפארן אין א טונעל, ס'איז געווען זייער הייס אין די באן, און ס'זענען געזעסן דארט גרויסע פראפעסארן מיט דאקטורים יעדער מיט זיין רעקל און שניפסל אהערגעשטעלט, אויף די באן איז געווען זייער הייס, אזוי ווי מ'איז געפארן אין א טונעל, און אין באן איז געווען טונקל, האבן די אלע הויכגעשעצטע פראפעסארן זיך אויסגעטון דעם רעקל, טייל אפילו דעם העמד, ס'זאל זיי זיין אביסל קיל, און אזוי איז מען געפארן א שטיק צייט.
און פלוצלינג ווערט צוריק לעכטיג, דער באן איז ארויסגעפארן פון טונעל, יעדער האט שנעל געכאפט דעם רעקל און העמד זיך צוריק אנטוהן, מ'האט זיך געשעמט איינער פונעם צווייטן, ס'פאסט דאך נישט פאר אזעלכע עליטע מענטשן אזוי צו זיצן.
האט דער חפץ חיים געזאגט, אזוי גייט אויסקוקן ווען משיח וועט קומען, מיר זיצן דא אין גלות אזויפיל יארן, ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם, איינער טוט זיך אויס דאס רעקל, איינער גייט א דרגא מער ער טוט זיך אויס דעם העמד, יעדער מיט זיינע נסיונות, אבער פתאום יבא אל היכלו האדון אשר אתם מבקשים, פלוצלינג וועט מען הערן אז משיח איז שוין דא, ס'וועט זיין תחיית המתים, די אבות הקדושים וועלן אויפשטיין און מ'וועט זיך טרעפן מיט זיי פנים אל פנים, לאז מיר זעהן מיר זאלן זיך נישט דארפן פון זיי שעמען חלילה.
אין שווייץ האט געוואוינט א בעלזא חסיד א גרויסער מכניס אורח ער האט געהייסן ר' משה גראס, ער האט געהאלטן זיין שטוב אלעמאל גרייט, אז אויב דער בעלזער רב קומט צו אים איינשטיין, זאל ער קענען גלייך אריינקומען צו אים אין שטוב, ער זאל גארנישט דארפן באהאלטן עפעס א זאך וואס ער האט זיך צו שעמען פון בעלזער רב. הגם דער בעלזער רב איז קיינמאל נישט אנגעקומען צו אים אין שטוב, איז ער אבער אלעמאל געווען גרייט אויף דעם.
ס'קומט פסח ביינאכט, מ'גייט עפענען די טיר ביי שפוך חמתך, יאר נאך יאר שטייען מיר גרייט מיט האפענונג אז אליהו הנביא קען אריינקומען מיט א בשורה טובה, לאז מיר זיכער מאכן אז אונזער שטוב איז גרייט אויפצונעמען אליהו הנביא, מיר זאלן זיך נישט דארפן פון אים שעמען.
א פרייליכן לעכטיגן כשר'ן פסח!

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
שטארק! ייש״כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- פערדס מיניסטער
- שר האלף
- תגובות: 1541
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
- לאקאציע: איך ווייס נישט
-
- שר מאה
- תגובות: 108
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:02 pm
- וואס א חילוק
- שר האלף
- תגובות: 1296
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
- לאקאציע: ניי קרוינהייטס
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2401
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל