זענען מיר גרייט פאר אליהו הנביא?

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

זענען מיר גרייט פאר אליהו הנביא?

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מארטש 26, 2018 10:04 am

דער חפץ חיים איז אמאל געפארן מיט א באן, דער באן איז אריינגעפארן אין א טונעל, ס'איז געווען זייער הייס אין די באן, און ס'זענען געזעסן דארט גרויסע פראפעסארן מיט דאקטורים יעדער מיט זיין רעקל און שניפסל אהערגעשטעלט, אויף די באן איז געווען זייער הייס, אזוי ווי מ'איז געפארן אין א טונעל, און אין באן איז געווען טונקל, האבן די אלע הויכגעשעצטע פראפעסארן זיך אויסגעטון דעם רעקל, טייל אפילו דעם העמד, ס'זאל זיי זיין אביסל קיל, און אזוי איז מען געפארן א שטיק צייט.

און פלוצלינג ווערט צוריק לעכטיג, דער באן איז ארויסגעפארן פון טונעל, יעדער האט שנעל געכאפט דעם רעקל און העמד זיך צוריק אנטוהן, מ'האט זיך געשעמט איינער פונעם צווייטן, ס'פאסט דאך נישט פאר אזעלכע עליטע מענטשן אזוי צו זיצן.

האט דער חפץ חיים געזאגט, אזוי גייט אויסקוקן ווען משיח וועט קומען, מיר זיצן דא אין גלות אזויפיל יארן, ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם, איינער טוט זיך אויס דאס רעקל, איינער גייט א דרגא מער ער טוט זיך אויס דעם העמד, יעדער מיט זיינע נסיונות, אבער פתאום יבא אל היכלו האדון אשר אתם מבקשים, פלוצלינג וועט מען הערן אז משיח איז שוין דא, ס'וועט זיין תחיית המתים, די אבות הקדושים וועלן אויפשטיין און מ'וועט זיך טרעפן מיט זיי פנים אל פנים, לאז מיר זעהן מיר זאלן זיך נישט דארפן פון זיי שעמען חלילה.

אין שווייץ האט געוואוינט א בעלזא חסיד א גרויסער מכניס אורח ער האט געהייסן ר' משה גראס, ער האט געהאלטן זיין שטוב אלעמאל גרייט, אז אויב דער בעלזער רב קומט צו אים איינשטיין, זאל ער קענען גלייך אריינקומען צו אים אין שטוב, ער זאל גארנישט דארפן באהאלטן עפעס א זאך וואס ער האט זיך צו שעמען פון בעלזער רב. הגם דער בעלזער רב איז קיינמאל נישט אנגעקומען צו אים אין שטוב, איז ער אבער אלעמאל געווען גרייט אויף דעם.

ס'קומט פסח ביינאכט, מ'גייט עפענען די טיר ביי שפוך חמתך, יאר נאך יאר שטייען מיר גרייט מיט האפענונג אז אליהו הנביא קען אריינקומען מיט א בשורה טובה, לאז מיר זיכער מאכן אז אונזער שטוב איז גרייט אויפצונעמען אליהו הנביא, מיר זאלן זיך נישט דארפן פון אים שעמען.

א פרייליכן לעכטיגן כשר'ן פסח!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג מארטש 26, 2018 11:08 am

שיינע געדאנק!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 26, 2018 12:23 pm

דער זאגט ווארע רייד.

א דאנק אייך.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג מארטש 26, 2018 12:28 pm

שטארק! ייש״כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

Haklal
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג מארטש 26, 2018 1:08 pm

געוואלדיג גיט

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מאנטאג מארטש 26, 2018 4:15 pm

זייער א שיין ווארט
דו האסט א גמ"ח פון שיסן אומזיסטע נעגעטיוויטי? אדער דו טוסט עס גאר פאר פרנסה?

פאלקאוויטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:02 pm

תגובהדורך פאלקאוויטש » מאנטאג מארטש 26, 2018 6:15 pm

זייער א שיינע געדאנק!!
שכויעך

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מאנטאג מארטש 26, 2018 10:04 pm

הערליך!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג מארטש 27, 2018 12:16 am

געוואלדיג יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג מארטש 27, 2018 12:44 am

א שיינע געדאנק און געשמאק אראפגעלייגט.

הרחמן הוא ישלח 'לנו' את אליהו הנביא זכור לטוב.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג מארטש 27, 2018 12:48 am

זייער א שטארקע אין שיינע געדאנק זייער גוט געשריבן

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג מארטש 27, 2018 12:50 am

הערליכע געדאנק!

יש״כ, מי יודע!
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט