שיר השירים בימי הפסח

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

שיר השירים בימי הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ספר "שיר השירים" איז באקאנט פאר יעדן איינעם אלס איינס פון די חמש מגילות, וועלכע געהער צו די טעג פון הייליגן יו"ט פסח.

יעדער איינס פון די חמש מגילות האט זיך זיין צייט אין יאהר !.
מגילת אסתר באלאנגט צו פורים, רות צו שבועות, איכה צו ת"ב, קהלת צו סוכות, און שה"ש צו פסח.
די חמש מגילות זענען אלע באשטימט געווארן אז מ'זאל זיי ליינען, יעדער איינס אין זייער צייט, אבער בפרטיות האט יעדער איינער באזונדערע טעמים און מנהגים, ולא הרי קריאת מגילה זו, כקריאת מגילה זו.

שיר השירים ווערט געליינט אין יו"ט פסח, אבער ס'דא פארשידנ'ארטיגע מנהגים איבער די צייט ווען מ'זאגט עס, די וועג ווי אזוי מ'זאל עס זאגן, וכו'. אזוי אויך איז דא אסאך טעמים פארוואס מ'האט קובע געווען די טעג פון פסח צו זאגן אט דעם הייליגען שיר.

בין איך מייחד דעם אשכול אויף אלעס בשייכות שיר השירים בימי פסח, דאס רעכנט אריין מנהגים צו זינגען שיר השירים אין פסח, אד"ג.

[align=center]***[/align]

אלס פתיחה וועל איך אנהייבן מיט די מקור פון זאגן שיר השירים אין פסח.

די רמ"א אין סי' ת"צ (סעי' ט') שרייבט: ונוהגין לומר שיר השירים בשבת חול המועד.
די מקור ברענגט ער אין דרכי משה בשם דעם אבודרהם. און דער טעם פאר וואס דוקא פסח, שטייט אין מגן אברהם (ס"ק ח') מפני שמפורש בו ענין יציאת מצרים. די פוסקים ווייזן אהן דעם פסוק אין שה"ש 'לסוסי ברכבי פרעה דימיתך רעיתי' וואס דאס גייט אויף די סיפור פון יציאת מצרים.

גאהר א פריערדיגן מקור (און לכאורה אויך דער ערשטער) אויף דעם מנהג קדום, שטייט אין מחזור ויטרי, (א תלמיד פון רש"י הק') אין די סדר פון תפלות און קריאות בימי הפסח, בזה"ל:
"ומגילת שיר השירים אומ' אותה בשבת שחלה להיות בחולו המועד, ואם אין שבת בחולו המועד אומ' אותה יום שביעי של פסח, ולכך אנו אומרים אותה בפסח, על שם ששיר השירים מדבר מגאולת מצרים, שנאמר לסוסתי ברכבי פרעה וגו', וכל הענין מדבר מארבע גליות למבין. עכ"ל.

ווער ס'האט סיי וועלכע הוספות אין דעם ענין, אדער סיי וואס פאר א מנהג/ענין/טעם אויף שיר השירים בפסח, זאל זיך מכבד זיין צו שרייבן און מהנה זיין דעם ציבור לכבוד יו"ט.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

שיר השירים - ליל התקדש חג פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

עס איז איינגעפירט אין פילע חסידישע מקומות אז נאך די סדר זאגט מען שיר השירים, טייל פירן זיך צו זינגען די פסוקים מיט פארצייטישע ניגונים און תנועות וואס זענען מלא געגועים און דביקות.
ס'איז אויך דא אנדערע מנהגים אין יעדן פלאץ, טייל זאגן איין קאפיטל ביים סדר, טייל ענדיגן גאנץ שה"ש ביי ביידע סדרים, און נאך פארשידענ'ס.

איינער ווייסט אפשר ווער האט איינגעפירט צו זינגען (אדער זאגן) שה"ש בליל התקדש חג?
אדער עכ"פ ווער זענען די ערשטע וואס האבן זיך אזוי געפירט?
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

..
אטעטשמענטס
SHIR.GIF
SHIR.GIF (60.24 KiB) געזען 1509 מאל
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ש'כח גדול.
כדאי אנצומערקן דער 'מקרא סופרים' שרייבט:
"היו נוהגין לקרותה בלילי יו"ט האחרונים של גליות, והמנהג שלנו לאומרה בלילי יו"ט הראשונים של פסח, ובשבת חוה"מ של פסח".

אינטערסאנט דער בעל מקרא סופרים ר' יצחק אלי' לאנדא איז פון ליטא, קוקט אויס אז ס'איז איבעראל געווען איינגעפירט.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”