מצות מכונה או עבודת יד?

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

מאשין- ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

סתם א שאלה :
פארוואס איז דער עולם מקיל בייי ציצית אין תפילין אז מען קיופט בתים מיט ציצית וואס זענען געמאכט מיט מאשינען ??
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

קיקיון האט געשריבן:עס ליגט מיר אין זכרון א "פוילישע מצה בעקעריי" אויף די איסט סייד נאך פאר דער אנקום פון די שארית בפליטה

לויט ווי איך געדענק איז אין יענע יארן נאר געווען צוויי היימישע בעקערייען, "פוילישע", און "ר' יוחנן דייטש". אלע אנדערע זענען געווען ריכטיגע מאשין מצות מיט אלע פירושים.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ידיעות שונות האט געשריבן:

ווען האט קהל ערוגת הבושם צעלים ג'עפענט די באק הויז?
פארוואס אויב עס איז שוין געווען ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

סידיראם האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:״רבי משה איר שרייבט נאך איינעם אדער איר זענט געשטאנען מיט א טיימער?״

איר שטעלט אראפ אזעלעכע יסודות עס קען זיך דאכטן ווי אייערע חשבונות ווי תורת משה?!?...

שמעתי פון ר׳ דוד ראזענבערג אז די חתם סופר שרייבט אז מצות זאל נישט נעמן מער ווי צוויי מינוט וכהיום דארט אזוי לאנג טאקע און מהאט זיך אייביג געוואונדערט אויפן חתם סופר אבער רוח הקודש הופיע

איבערן הייליגן חת״ם סופר זי״ע איז כדאי צו נאטירן. עס איז געווען א שטיקל שערוריה אין די פוסקים איבער די ווערטער וואס דער חת״ם סופר שרייבט אין א תשובה צי ער מיינט נאר בערך 2-3 מינוט אדער דווקא.

ווי איז דער חתם סופר? ניתי ספר ונחזי

דער תשובה געפינט זיך אין חושן משפט השמטות סימן קצ״ו.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

רוח נכאה האט געשריבן: ביי הרב לאנדא כידוע די לעצטע הכשר אויף די וועלט.

איר האט שוין באזוכט ביי א דאקטאר?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

farshlufen האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:היצט פארשטיי איך שוין דער "נישט קיין האלבע מאשין"

איך בין אבער נייגעריג אויב ס'איז טאקע פון יענע בעקעריי וואס איך האב גערעדט, אדער אפשר איז עס גאר א צווייטען וואס וויל דערמיט זאגן אז ער נוצט נישט אזא מאשין.

האסט עס עפעס קראנטע אינפארמאציע איבער דעם ?

איך ווייס גארנישט קראנט, אויסער אז דער בילד איז פון 39 אטטארני סטריעט.

דאס ווייס מיר אז אויף 90 אטטוירני איז געווען א חסיד'ישע האנט מצה בעקעריי.

קיקיון האט געשריבן:עס ליגט מיר אין זכרון א "פוילישע מצה בעקעריי" אויף די איסט סייד נאך פאר דער אנקום פון די שארית בפליטה

די פוילישע בעקעריי איז געווען אויף ריווינגטאן צווישן אטוירני און רידזש, לכאורה איז דאס די 90 אטוירני וואס פארשלאפן שרייבט.

כהאב א שטיקל צייטונג אויסצוג דערפון, אפשר באלד ארויף לייגן.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

פוילישע בעקעריי (די ארטיקל איז שוין פון נאכן קריג)
אטעטשמענטס
פב
פב
20180327_121812.jpg (342.71 KiB) געזען 4251 מאל
פב
פב
20180327_121935.jpg (189 KiB) געזען 4251 מאל
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

די שפראך איז צוקער זיס.

"...די משגיח אין די בעקעריי איז א הויכער יוד, מיט א שווארצע בארד, א גערער חסיד, ר' דוד הייסט ער, און אז ער געט אויף אימעצן א געשריי, ווערן אלע פארציטערט..."
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

קיקיון האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:עס ליגט מיר אין זכרון א "פוילישע מצה בעקעריי" אויף די איסט סייד נאך פאר דער אנקום פון די שארית בפליטה

לויט ווי איך געדענק איז אין יענע יארן נאר געווען צוויי היימישע בעקערייען, "פוילישע", און "ר' יוחנן דייטש". אלע אנדערע זענען געווען ריכטיגע מאשין מצות מיט אלע פירושים.

ווען האט קהל ערוגת הבושם צעלים ג'עפענט די באק הויז?
פארוואס אויב עס איז שוין געווען ?

איך האב קלאר מברר געווען אז ביז שנת תש"ח זענען די אויבנדערמאנטע בעקערייען געווען די איינציגסטע.

שנת תש"ח האט זיך גע'עפנט דער שאצער מצה בעקעריי אין די איסט סייד, געציילטע יארן דערנאך האט סאטמאר גע'עפנט.

איך האב געהערט פון אן עלטערן איד אז פאפא צעלים איז ערשט צושטאנד געקומען פיהל שפעטער, א פונקטליכע יאר האט ער נישט געדענקט.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פאפא און צעלים זענען גלייך געווען ציזאם? אדער שפעטער ג'מערדזשט?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

ידיעות שונות האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:עס ליגט מיר אין זכרון א "פוילישע מצה בעקעריי" אויף די איסט סייד נאך פאר דער אנקום פון די שארית בפליטה

לויט ווי איך געדענק איז אין יענע יארן נאר געווען צוויי היימישע בעקערייען, "פוילישע", און "ר' יוחנן דייטש". אלע אנדערע זענען געווען ריכטיגע מאשין מצות מיט אלע פירושים.

ווען האט קהל ערוגת הבושם צעלים ג'עפענט די באק הויז?
פארוואס אויב עס איז שוין געווען ?

איך האב קלאר מברר געווען אז ביז שנת תש"ח זענען די אויבנדערמאנטע בעקערייען געווען די איינציגסטע.

שנת תש"ח האט זיך גע'עפנט דער שאצער מצה בעקעריי אין די איסט סייד, געציילטע יארן דערנאך האט סאטמאר גע'עפנט.

איך האב געהערט פון אן עלטערן איד אז פאפא צעלים איז ערשט צושטאנד געקומען פיהל שפעטער, א פונקטליכע יאר האט ער נישט געדענקט.

עס איז געווען אנשי אונגארן מצה בעקעריי, און חרדים האט שוין געהאט פארן קריג א מצה בעקעריי.
אטעטשמענטס
חרדים בעקעריי
חרדים בעקעריי
20180327_150946-531x749.png (693.44 KiB) געזען 4186 מאל
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

קיקיון האט געשריבן:פאפא און צעלים זענען גלייך געווען ציזאם? אדער שפעטער ג'מערדזשט?

ס'געווען צוזאמען פון אנהייב.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

צווייפעל האט געשריבן:עס איז געווען אנשי אונגארן מצה בעקעריי, און חרדים האט שוין געהאט פארן קריג א מצה בעקעריי.

מאטערסדארפער רב איז אנגעקלמען י"ז אלול תרח"צ
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

צווייפעל האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:עס ליגט מיר אין זכרון א "פוילישע מצה בעקעריי" אויף די איסט סייד נאך פאר דער אנקום פון די שארית בפליטה

לויט ווי איך געדענק איז אין יענע יארן נאר געווען צוויי היימישע בעקערייען, "פוילישע", און "ר' יוחנן דייטש". אלע אנדערע זענען געווען ריכטיגע מאשין מצות מיט אלע פירושים.

איך האב קלאר מברר געווען אז ביז שנת תש"ח זענען די אויבנדערמאנטע בעקערייען געווען די איינציגסטע.

שנת תש"ח האט זיך גע'עפנט דער שאצער מצה בעקעריי אין די איסט סייד, געציילטע יארן דערנאך האט סאטמאר גע'עפנט.

איך האב געהערט פון אן עלטערן איד אז פאפא צעלים איז ערשט צושטאנד געקומען פיהל שפעטער, א פונקטליכע יאר האט ער נישט געדענקט.

עס איז געווען אנשי אונגארן מצה בעקעריי, און חרדים האט שוין געהאט פארן קריג א מצה בעקעריי.
[/quote]

הרב צווייפעל
איך האב נישט קיין צוטריט צו אלטע צייטונגען וכדו', איך ווייס נאר מפי השמועה, אבער דאכט זיך אז ס'איז מפורסם אז 'שאץ' איז געווען דער ערשטער 'היימישע פראפעשינאל' מצה בעקעריי, ס'קען זיין אז די אנדערע זענען פשוט נישט געווען אזוי אהער געשטעלט, ווי די גרויסע בעקערייען.

פון וועלכע יאהר איז דער עדווערטייזמענט פון חרדים בעקעריי?
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

חרדים איז פון תש"ב-ה בערך, עס איז געווען א געהעריגע בעקעריי, רביה"ק מסאטמאר זצ"ל ווי אויך דער קלויזענבורגער רב זצ"ל האבן דארטן געבאקן בשנת תש"ז צעהלים האט שוין געהאט א בעקעריי תש"א (פאפא נאכנישט געווען געבוירן אין אמעריקע), באלד אפיר קראצן די מודעה, עס איז געווען נאך, אפשר באלד זוכן
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

געזעהן צעטליך אז בינגא גיבט צוריק די געלט פאר די וואס האבן אומוויסענד געקויפט ביי זיי די מצות וואס זיי האבן פארקויפט
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

ארויף.
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

שמערלער האט געשריבן:ארויף.

אריין צום דרוק א הערליכען חיבור אויף די היסטאריע פון מאשין מצות פון אנהייב ביז בימינו אלה, באגלייט מיט בילדער אין קול קורא'ס וועט צו באקומען אי"ה פאר פסח הבעל"ט
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

Haklal האט געשריבן:די שאלה דא איז נאר אויף די א"י, נישט די פין סקווירא, ריכטיג? וואס איז די catch ביי די סקווירא מצות?

viewtopic.php?p=1896249#p1896249
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1407
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

האט מען שוין געבערנגט דא די נייע קונטרס?
געשריבן דורך די רבנים המכשירים פון "ברכת הפסח" בעקעריי
די אינטערסאטנטער חלק, איז דאס וואס זיי ברעגנען קלארע עדויות פון ספרי שו"ת, אז דאס איז נישט קין נייע זאך, און אין פולין אין גאליציה האט מען שויין גענוצט מיט אזלעכע אופן אין האנד מצות, און "שישים רבנים ורביים נכדי צאנז בעלז וראפשיץ" האבען עס געגעסן לכתחילה, און אזוי אויך געווען די מנהג אין וורשא עסן "למהדרין" פון אזעלעכע בעקעריי, און אינטערסאנט ממש, אז אפילו דער ערשטער באבוב רב, מהר"ש, נכד הד"ח, האט עס מתיר געווען!

פאר די קונטרס דריקט דא https://www.tora-forum.co.il/download/file.php?id=5500
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1407
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

שו"ת תירוש ויצהר - "שישים רבנים ורביים נכדי צאנז באבוב ראפשיץ אכלו כזה למהדרין" "גם בוורשא אוכלים זה למהדרין"

דעת הרה"ק מ'באבוב להיתר - ס' ויברך דוד לאב"ד ישראל והזמנים שליט"א
אטעטשמענטס
שו''ת תירוש ויצהר.pdf
(62.22 KiB) געווארן דאונלאודעד 81 מאל
ישראל והזמנים.jpg
ישראל והזמנים.jpg (145.35 KiB) געזען 2593 מאל
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1407
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

ידיעות שונות האט געשריבן:אין די איסט סייד איז מיט יארן צוריק געווען א מצה בעקעריי פון א איד ר' יוחנן דייטש ע"ה, וואס האט כסדר פראקלאמירט אז זיי זענען א בעקעריי פון 'האנט מצות',
[ווי פארשטענדליך איז 'האנט מצות' געווען א חידוש דעמאלטס אין אמעריקע, אזוי ווי אסאך אנדערע זאכן בימים ההם].
דער איד האט אבער געוואלט אביסל פארגרינגערען, איז ער אויפגעקומען מיט 'דעם' פאטענט אז ביים וועלגערן נוצט מען אזא מאשין ווי מ'לייגט אריין די גרייטע שטיקל טייג, און אזוי וועלגערט מען במקום א וועלגער שטעקן. [פונקט ווי די נייע מצות פון בינגא].
האט זיך דער וואוידסלאווער רב זצ"ל (חתן אדמו"ר משאץ לאנדאן זצוק"ל) אמאל אויסגעדרוקט אויף יענע מצות "די איינציגסטע האנט מצות וואס ווערט געמאכט מיט א מאשין".
למעשה אפילו דער איד איז לכאורה געווען א וואוילער איד, האט ער געהאלטן אז ס'איז נישט דומה צו די אמת'ע מאשין מצות, אבער קיין שום פריערדיגע רב אדער רבי האט עס נישט אנגענומען, און כולם פה אחד זענען נישט געווען צופרידן דערפון. און פון דעמאלטס האט זיך שוין געשאפן א גאנצע רייע פון היימישע מצה בעקערייען וואס שטעלן צי פארן ציבור, כשר'ע מהודר'דיגע מצות, אויפן זעלבען וועג ווי אידן האבן געבאקן מצות במשך אלע יארן.

צו קומען יעצט פונדאסניי און אויסשפילן דעם סיסטעם ווי כאילו ס'איז עפעס נייע חידושים וואס זענען נאכנישט אויסגעדראשן געווארן, שמעקט אביסל פון אויבער'חכמדיג'קייט.

לוייט וואס כ'האב געברענגט אוייבן, זעט מען לכאו' גאר פארקערט - טאקע ס'נישטא קין א נייע המצאה, אבער א סאך צדיקים ורבנים האבן יא געהלאטן פון דעם. אפשר די וואוידסלאווער רב זצ"ל נישט, אבער א סאך צדיקים פון פריערדיגע דורות פון מחנה האוסרים - אין שפיץ פון צנאזער אייניקלעך - האבן יא געהאלטן אז סאי'ז יא גלאט.
[לכאו' מ'קען נישט וויסן, אוייב וואוידסלאווער רב זצ"ל האט געווסט פון די תשובה אין תירוש ויצהר אדער נישט, סאיז דאך נישט הלכה'דיגע שאלה נאר מסורת'דיגע שאלה, און אוייב וואלט עהר געווסט פון אזא מסורה, אפשר האט עהר געהאלטן אנדערש. און ס'דאך באקנאט אז איינער פון די כללי הפוסקים, אז "אם היה רואה תשובת פלוני, היה חוזר בו", מ'פלעגט עס זאגן אפילו כלפי הבית יוסף וכדומה]
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1407
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

כ'האב עפעס דארך געלערנט די סוגיא פון די בעקעריי, און כ'האב נישט געזען בכתבי האוסרים א תשובה קעגן די אויבדערמאנטע עדויות און ראיות פון ספרים, אז אינדער היים האט מען מתיר געווען די וולעגער'ס אלץ "האנד מצות".

פשיטא, אז אוייב א רב וויל נישט באקן די מצות מיט דעם, נאר עהר וויל באקן נאר אונדערט פראצענט "ווי די אלטע שטייגער", און נאך מער פון דעם, אוייב עהר וויל נישט געבען א הכשר צו דעם, א וודאי עהר דארף טאהן לפי דעתו הרמה

אבער אוייב אנדערער רב וויל געבען יא הכשר צו א זעלעכע אפיית מצות, און עהר האט ראיות אז חשובי הפוסקים מדורות הקודמים האט עס מתיר געווען, און סאיז דא קלארע עדות פון נכדו יקירו וחביבו פון דער דברי חיים אז "נישט דאס האט עהר געמיינט" (כמובא לקמן), פאר וואס שרייבט מען אוייף עם "אונאה ורמאות מצות מכונה"?

און אזוי ווי האט מען געשריבן אין די קונטרס הנ"ל, מ'קען בדורינו אנו מעסטן "במציאות" מיט בעל תירוש ויצהר, זאגן אז סאיז יא געווען בכלל האיסור?

כ"ז כתבתי כתלמיד הדן בקרקע ומבקש תשובה.
לעצט פארראכטן דורך אמונה פשוטה אום זונטאג אפריל 07, 2019 8:09 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”