מצות מכונה או עבודת יד?

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מארטש 18, 2018 9:18 am

ידיעות שונות האט געשריבן:
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:מאשין מצות האט נאך אסאך צרות חוץ די פראבלעים פון כוחו, ממילא פארשטיי איך נישט פארוואס מען באציעט זיך נאר אויף איין נקודה באיסור מאשין מצות.

למשל איין נקודה פון מאשין מצות פארוואס דאס איז חמץ, איז וואס דער חידושי הרי"ם שרייבט ווען די מצות דרייט זיך מיט אן אייזן איז יתכן אז די שיעור חימוץ איז סאך שנעלער ווי ווען עס דרייט זיך דורך א מענטש וכנימוקו המבואר בתשובתו.

עס איז דא נאך א בארג מיט פראבלעימען מיט מאשין מצות, נישט אומזינסט האט דער גאון ישראל וקדושו דער הייליגער רב געשריבן אז דאס איז חמץ גמור.

די מדובר דא איז אויב די נייע עבודת יד מצות הייסט מאשין מצות, און אויף דעם האט דער עולם געוואלט זאגן אז דא איז די שאלה בעיקר כח כחו.
אייזן צו וועלגערען נוצט מען אין אסאך פלעצער (נישט פון ביידע זייטן, ויש לחלק), און דא ווילן זיי זאגן אז עס נעמט אסאך שנעלער ווי געווענליך.
למעשה איז פשוט אז כל המשנה ידו על התחתונה און חדש אסור מן התורה.

ואגב האב איך שוין פריער אנגעמערקט אז עס רירט אן זייער אסאך פאר הענט, וואס פארשנעלערט לכאורה די שיעור חימוץ.


מען איז אנגעקומען צו די נידון פון כוחו, געבויט אויף די ווערטער פון הגר"מ בראדסדארפער שליט"א, וואס ער האלט אז די מצות זענען בכלל נישט קיין מאשין מצות. איי ס'איז דאך א מעכאנישע פאטענט - מ'דרייט א הענטל און די אייזענעס דרייען זיך - טוהט ער אויף אז דאס איז גאהר בכלל נישט אנדערש ווי אונזערע וועלגער העלצלעך, און אויב אזוי איז עס געהעריגע מהודר'דיגע מצות "עבודת יד" כלשונו.
האב איך געברענגט דעם תשובה פון האלף לך שלמה, ווי ער מאכט א חילוק פארוואס טאקע זענען אונזער וועלגער העלצער נישט אין דעם כלל פון "מאשין מצות". און ער זאגט אז דאס איז ווי באלד די "גלגלים" איז נאך "בידיו". און ווי לאנג ס'איז בידיו, איז דאס א פשוט'ן 'גלגל' (וועלגער האלץ) און ס'באקומט נישט דעם נאמען 'מאשין מצות'.

איז אויב מען וויל וויסן די פונקטליכע גדר וואס הייסט 'עבודת יד', און וואס הייסט 'מאשין מצות', איז לויט הגרש"ק די חילוק זיייער קלאר : אויב ליגט די שטעקן אין די הענט, איז עס 'עבודת יד', אויב ליגט עס נישט אין די הענט, איז עס 'מאשין מצות'. און ביי דעם נייעם פאטענט דרייט מען א הענטל.



איך בין נישט זיכער צו ר שלמה קלוגער רעדט פון דעם אדער ווען איין גלגל דרייט דעם צווייטען וכו׳ דא איז עס לכאורה איין כח
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מארטש 18, 2018 9:19 am

דאס וואס ער שרייבט אז ׳אין חשש זיעה׳איז שוין א שטיקל הוצאת לעז אויף די אלטע מצות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג מארטש 18, 2018 11:15 am

ראספשע האט געשריבן:האב איך ערהאלטן לכבוד שבת א שיעור אויף דעם נושא פון הגאון ר' אשר ווייס שליט"א בעמח"ס מנחת אשר
https://drive.google.com/file/d/0BxRYFh ... sp=sharing


זייער קלאר געשריבן, איך האב גלייך געטראכט אזוי.

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג מארטש 18, 2018 12:19 pm

אין פאפא צעהלים.

פרעגט מען פארן באקן אויב מ'האט געלייגט תפילין

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » זונטאג מארטש 18, 2018 1:20 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:
מדי דברי האט געשריבן:ר' איד ס'איז אויך דא א דברי חיים


אבער "זיי האלטן" אז דעס איז "נישט קיין מאשין מצות", און דער דברי חיים האט גע'אסר'ט "מאשין מצות", און נישט 'עבודת יד' (לדעתם) מצות.

איז ווי לאנג דו ווייזט נישט אויף אז די נייע סארט מצות איז "יא מאשין מצות" קומט נישט דא אריין די דברי חיים.


עצם הנידון אם זה הוא המציאות של מאשין מצות, ג"כ נידונים בדברי הקודמים (ויכולים לראות זה אף בדברי שו"ת המתירים הקודמים)
וע"כ אומרים כאן ש'מה "שהם" קוראים מצות יד
יתכן שזה מה שקראו מאשין מצות
איז ווי לאנג דו ווייזט נישט אויף אז די נייע סארט מצות איז "נישט מאשין מצות" אל תבהל להשיב בדבר שכמעט ברור שיכולין לבאר נגד זה

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

רבי יצחק שטיין

תגובהדורך הצעיר באלפי » זונטאג מארטש 18, 2018 11:29 pm

גייט אי"ה געבען א שיעור און ב.פ. ביי אירגון שיעורי תורה די קימענדיגע דאנערשטאג

עפל קאמפאוט
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מאנטאג מארטש 19, 2018 1:00 am

שאינו יודע האט געשריבן:דאס וואס ער שרייבט אז ׳אין חשש זיעה׳איז שוין א שטיקל הוצאת לעז אויף די אלטע מצות


יש לדון בזה, ווייל כולי עלמא מודי אז איינער וואס שוויצט שטארק האט נישט וואס אנצוכאפן א טייג, אפילו מיט די הענדט דארף מען זיין געווארנט אויף חשש זיעה.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מאנטאג מארטש 19, 2018 9:29 am

הרה"ק רבי אהרל'ע ראטה זצ"ל פלעגט אריינשרייבן אין זיין שטר מכירת חמץ, "א פעקל מאשין מצות". איינמאל האט הגאון ר' פינחס עפשטיין זצ"ל זיך אויפגערעגט אין האט איהם געזאגט מיין טאכטער האט נישט געקויפט גענוג מצות, פארקויף עס מיר, איך דארף עס פאר די סדר. האט הגאון ר' דוד יונגרייז זצ"ל ציגעשריבן "על דעת הד"ח" והכל בא על מקומו בשלום. געהערט פין ר' אברהם מרדכי ברייטשטיין ז"ל.
די איידעם פין כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' גדלי' משה זצוק"ל מזוועהיל האט געגעסן מאשין מצות, איז זיין ווייב געלאפן צים טאט'ן מיט א ויצעקו וואס טיט מען דא. האט ער איהר געזאגט שלום בית איז א דאורייתא, מאשין מצות איז א חומרא. געהערט פין הרה"ח ר' שלמה פרישטיג ז"ל.
היינטיגע צייטן וואלט די דברי חיים געזאגט אויף אלע מצות חמוץ גמור. געהערט פין כ"ק אדמו"ר מזמיגראד זצ"ל

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

דא קען מען הערן און זעהן די שיעור פון הגר"א ווייס שליט"א

תגובהדורך הצעיר באלפי » מאנטאג מארטש 19, 2018 5:22 pm


סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג מארטש 19, 2018 7:49 pm

רוח נכאה האט געשריבן:היינטיגע צייטן וואלט די דברי חיים געזאגט אויף אלע מצות חמוץ גמור. געהערט פין כ"ק אדמו"ר מזמיגראד זצ"ל


חס ושלום אזעלכע נארישע דיבורים, אונזערע מצות זענען הייליג און אפגעהיטן מיט הונדערטער חומרות, און עס איז חלילה נישט קיין חמץ פונקט ווי די אמאליגע מצות וואס משה רבינו האט געגעסן, און וואס רבי שמעון בר יוחאי האט געגעסן. זאת התורה לא נשתנה ולא ישתנה. און ווי עס שטייט אין אור לשמים אז עס קומען מלאכים און היטן אפ די מצות פון חמץ, ווי סאטמאר רב זצ"ל האט געזאגט אז די מלאכים ווערן באשאפן פון די אלע חומרות וואס מען לייגט צו.
לעצט פאראכטן דורך סידיראם אום מאנטאג מארטש 19, 2018 7:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג מארטש 19, 2018 7:53 pm

און גראדע די היינטיגע מצות האבן אסאך חומרות און הידורים וואס מען האט נאך נישט זוכה געווען דערצי בימי הדברי חיים, [ווי צב"ש פאפיר, און פלעסטיק]

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דינסטאג מארטש 20, 2018 6:54 am

הלוואי כדבריכם. א חוץ אין די סאטמארע בעקערייען זענען אלע בעקערייען מלא שאלות בהלכה ולא חומרות.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דינסטאג מארטש 20, 2018 7:00 am

די פראבלעם איז אז היינטיגע צייטן זענען די מלאכים פין שמירה אויך געמאכט פין פאפיר אין פלעסטיק. כיי ההשכחה פרטית היא כפי דעת הממשיך אזויפיל דביקות אזויפיל השגחה כן כתוב בכל הספה"ק

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:44 am

סידיראם האט געשריבן:
רוח נכאה האט געשריבן:היינטיגע צייטן וואלט די דברי חיים געזאגט אויף אלע מצות חמוץ גמור. געהערט פין כ"ק אדמו"ר מזמיגראד זצ"ל


חס ושלום אזעלכע נארישע דיבורים, אונזערע מצות זענען הייליג און אפגעהיטן מיט הונדערטער חומרות, און עס איז חלילה נישט קיין חמץ פונקט ווי די אמאליגע מצות וואס משה רבינו האט געגעסן, און וואס רבי שמעון בר יוחאי האט געגעסן. זאת התורה לא נשתנה ולא ישתנה. און ווי עס שטייט אין אור לשמים אז עס קומען מלאכים און היטן אפ די מצות פון חמץ, ווי סאטמאר רב זצ"ל האט געזאגט אז די מלאכים ווערן באשאפן פון די אלע חומרות וואס מען לייגט צו.

ס'איז נישט נאריש, איר פארשטייט נאר נישט אבער ס'איז פארט געזונט וואס איר טוט איינער זאל דאס אוועק מאכן פאר'ן המון. אזוי דארף מען טון ווען מ' שרייבט עס ברבים.

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

דברי בורות

תגובהדורך הצעיר באלפי » דינסטאג מארטש 20, 2018 12:24 pm

רוח נכאה האט געשריבן:הלוואי כדבריכם. א חוץ אין די סאטמארע בעקערייען זענען אלע בעקערייען מלא שאלות בהלכה ולא חומרות.


סתם טיפשותדיג גערעדט !!!!

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג מארטש 20, 2018 12:29 pm

רוח נכאה האט געשריבן:הלוואי כדבריכם. א חוץ אין די סאטמארע בעקערייען זענען אלע בעקערייען מלא שאלות בהלכה ולא חומרות.


ארויס פון באקס זאפארט!

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:09 pm

ראיתי בעיני

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:12 pm

ווי שנייט מען די ווייץ? ווי פאקט מען עס אוועק? די העלצער וואס גייען אריין צי די אויווען וואס טיט מען מיט עס די גאנצע צייט? נאכ'ן מאלן די ווייץ ווי האלט מען די הייסע מעהל? בכלל די וויערדשאפט בשעת'ן באקען הגם דא איז שוין דא אסאך בעקערייען וואז זענען גאנץ כמעשה.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:14 pm

איך האב געזען א וועלגערער וואס איז ארויס אינמיטן די ארבעט אין געקויפט א פיצה, ער איז נאך געווען ברעקלדיג ציריק צי די ארבעט

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:15 pm

רוח נכאה האט געשריבן:ווי שנייט מען די ווייץ? ווי פאקט מען עס אוועק? די העלצער וואס גייען אריין צי די אויווען וואס טיט מען מיט עס די גאנצע צייט? נאכ'ן מאלן די ווייץ ווי האלט מען די הייסע מעהל? בכלל די וויערדשאפט בשעת'ן באקען הגם דא איז שוין דא אסאך בעקערייען וואז זענען גאנץ כמעשה.

און פון וואנעט האט דער בעל המימרא דער זשמיגראדער רבי גענומען מצות???

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:15 pm

רוח נכאה האט געשריבן:ווי שנייט מען די ווייץ? ווי פאקט מען עס אוועק? די העלצער וואס גייען אריין צי די אויווען וואס טיט מען מיט עס די גאנצע צייט? נאכ'ן מאלן די ווייץ ווי האלט מען די הייסע מעהל? בכלל די וויערדשאפט בשעת'ן באקען הגם דא איז שוין דא אסאך בעקערייען וואז זענען גאנץ כמעשה.


עס איז נישט קיין ענין צי בארעדן חסידישע מנהגים...... וד"ל
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:16 pm

הלוואי בין איך נישט גערעכט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:17 pm

רוח נכאה האט געשריבן:איך האב געזען א וועלגערער וואס איז ארויס אינמיטן די ארבעט אין געקויפט א פיצה, ער איז נאך געווען ברעקלדיג ציריק צי די ארבעט

וועלכע בעקעריי?
אבער געדענקט הלכות לשון הרע...

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:26 pm

לאזט מיר אייך דערציילן א אפאר דוגמאות פינ'ם הייליגן זמיגראדער רבי. 1 דודי קאליש דער באקאנטער זינגער דערציילט אז ער איז געווען א פויער א bum אין ער איז געגאנגען וואינען אין בני ברק אין ער האט נישט געדאוונט, אבער איינמאל איז ער בטעות אריינגעפאלן ביים שכן כ"ק אדמו"ר מזמיגראד זי"ע אין ער האט איהם אנגעקיקט אין סאיז איהם געפאלן א פחד פין די צורה, אין ער איז געווארן א בעל תשובה אין דבוק אין דעם רבי'ן ביז פטירתו אין נאכדעם איז ער ציריק צי זיין שורש בעלזא אין ער איז היינט פין די חשובע בעלזער חסידים.
2. די רבי האט מיר געזאגט נאך וואס די אלע עשירים האבן אנגעבויבן איהם צי שטיצן אין די לעצטע יארן. האסט געזען א מקק [water bug] אריבערגיין רחוב זבוטינסקי ענדליך האט ער איז דורכגעמאכט מיט נסי ניסים ער וויל שוין ארויף אויף די sidewalk קימט א מענטש אין טרעט איהם אפ, אזוי בין איך דורך מיין לעבן געשטאנען ביי אלע נסיונות ויסורים יעצט קימען מענטשען אין טרעטן מיר אפ.
עבודתו ביי די מצות איז געווען נורא ואיום באימה ויראה ותפלה ביי הרב לאנדא כידוע די לעצטע הכשר אויף די וועלט. מיט אלע חומרות והידורים אין מיט הייסע טרערן.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:28 pm

נא איך זאל דא דערציילן וועלעכע אין נישט עובר זיין אויף לשון הרע. ווי אזוי? נו שוין שאץ


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט