ר' לייביש דערציילט פרשת וירא: ארויס!!!! (די שעדליכקייט פון 'ליצנות'.)

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

ר' לייביש דערציילט פרשת וירא: ארויס!!!! (די שעדליכקייט פון 'ליצנות'.)

תגובהדורך אלט מאנרא » מוצ"ש נובעמבער 04, 2017 9:34 pm

די שעדליכקייט פון 'ליצנות'.

פֶּרֶא אָדָם! יָדו בֹכּל! וְיַד כּל בֹוֹ!

דאס איז א חלק פון די שיינע לשונות וואס דער מלאך ה' צבאו-ת האט מבשר געווען פאר הגר וועלכע קינד זי גייט געבוירן, א גליק אויף אלע שונאים אזא נחת!!

טייערע חשובער קינדער! לעכטיגע בחורים! מיר לערנען די וואכן אין די פרשיות די אלע נסיונות וואס אונזער הייליגער זיידע אברהם איז אלץ אדורך, די קאלך אויווען, לך לך - מוף אוועק, די מעשה מיט שרה און מצרים, די מלחמה מיט די 5 קעניגן, אזויפיל יאר ל"ע נישט האבן קיין קינדער...

פון אלע נסיונות לערנען מיר זיך פון 'אברהם אבינו': אמונה, ביטחון, חיזוק, וויאזוי נישט נתפעל ווען מען איז אליין און דער גאנצע וועלט מאכט חוזק פון אים, זיך האלטן פעסט אין די שווערסטע צייטן, גיין קעגן דעם שטרום מיט א פעסטקייט...

אבער, דער וואך, ווילן מיר נעמען איין פסוק אין די פרשה, און זעהן נאך א חלק פון אברהם אבינו... און דאס איז, זיין 'קנאות דקדושה' ווען עס קומט צו אידישקייט! פארקוקן אויף אלע אומבאקוועמליכקייטן און זיך ארויסשטעלן מיט א שטארק פעסטקייט פארן אייבערשטענ'ס וועגן... אפילו ווען עס איז קעגן זיין טבע וואס איז דאך געווען פול מיט חסד און רחמים... אפילו ווען עס איז זיין אייגן בלוט-און-פלייש...

אט לייענט:

זיצט זיך א פרוי אין די מדבר, זי איז פארלוירן און צובראכן, זי איז אנטלאפן פון איר האַר'ס הויז, און זי זיצט אזוי ביי די קוואל וואסער, און פלוצלינג באווייזט זיך צו איר... א... א... מלאך!!

יא, א מלאך ה'!!

דער פרוי איז נישט קיין צווייטער נאר 'הגר' די 'שפחה' פון 'שרה', וואס איז אנטלאפן פון שרה נאכדעם וואס זי איז טראגעדיג געווארן, און זי זיצט אזוי אין די מדבר, ביז דער מלאך באווייזט זיך צו איר, און זאגט איר געוואלדיגע נייעס...

גיי צוריק! לאז דיך פייניגן! עס ווארט דיך גרויסע נחת פון דיין טשאטשקעלע... דיין בעיבי וועט זיין 'פיינע נייעס...' ער וועט זיין א חיות פאנגער, א רויבער, "ידו בכל ויד כל בו", יעדער וועט אים פיינט האבן... און נאך... און נאך... ועוד... ועוד...

און זי גייט טאקע צוריק, און נישט לאנג דערויף ווערט געבוירן איר תכשיט'ל ישמעאל!

און ער האט טאקע נישט דיסעפוינטע"ד די רייד פונעם מלאך... גענוי ווי דער מלאך האט עס דיסקרייב"ט... א פראסטע חיה, א וואלד מענטש, א רויבער, א טעראריסט, א ווילדע צאפ, א יונגאטש, א בעל עבירה, א אנזעצער, א גנב, א שקרן, בקיצור... א... א... א... א... פרא אדם! האט צוטון מיט יעדעם איינעם, וואו ער גייט נאר זייעט ער אן א חורבן, וואו ער לייגט נאר א האנט ווערט צרות צרורות... און אזוי וואקסט אונטער ביי אברהם אינדערהיים א זון, יענע סחורה... אלעס מידות טובות וואס זיין טאטע האט, איז ער פונקט פארקערט!...

קען מען זיך דען פארשטעלן די צער פון אברהם אבינו?!! דער צדיק הדור דער 'בעסטע' מענטש וואס דער וועלט פארמאגט! דער גרעסטע בעל חסד, דער באליבסטע מענטש אין דער גאנץ כדור העולם, דער אפענע טיר פאר יעדעם, דער מוסטער פון גוט'ס, דער מענטש וואס האט אזויפיל תלמידים וואס ער איז מחנך צו דער דרך הישר פון טוב, חסד, רחמים... פונקט אים, אויף דער עלטער, ווערט אים געבוירן אזא ישמעאל, א פראסטע חיה, א צעווילדעוועטע יונגאטש, (מיין פענע ערלויבט נישט צו שרייבן קיין אומאיידעלע לשונות, סאו בין איך זייער מצומצם אין ווערטער, אבער אויף אראביש איז דא גענוג און נאך צו-נעמען וואס מען קען נוצן אויף ישמעאל...)

אבער אברהם האט אים ליב געהאט! אוי האט ער אים ליב געהאט! ער האט אים באגאסן מיט ליבשאפט, עד-כדי-כך אז ווען שפעטער ביי די עקידה האט דער אייבערשטער געמוזט זאגן סיי "את בנך"! סיי "את יחידך"! סיי "אשר אהבת" און סיי "את יצחק"! ווייל אויב נישט האט אברהם געטענהט "איך האב זיי ביידע ליב"!!

ער האט געזען אויף אים סימנים וואס טויגן נישט... אבער ער געהאפט אז ער וועט זיך טוישן... ער האט זיך אזוי געבעטן ביים באשעפער "לו ישמעאל יחיה לפניך"! הלוואי זאל עפעס ווערן פון אים... הלוואי ווערט ער א יראת שמים, א מענטש... ווען ער איז געווארן דרייצן יאר אלט האט ער אים גע'מל'ט, און ער האט זיך אזוי געפרייט אז ישמעאל האט זיך נישט קעגן-געשטעלט... ער האט אים פראבירט מחנך זיין צו מצוות און אים געגעבן שליחות'ן צו העלפן מיט הכנסת אורחים... אלעס מיט אזויפיל אהבה, אזויפיל ליבשאפט, אזויפיל איבערגעגעבנקייט, אזויפיל געטריישאפט, אזויפיל סבלנות, אזויפיל גוט'ס...

זעכצן יאר! יא, גאנצע זעכצן יאר (לויט איין מדרש זיבן-און-צוואנציג יאר) האט דער 'פרא אדם' ישמעאל זיך געדרייט ביי אברהם אינדערהיים... זיך אויפגעפירט ווי א עכטע ישמעאל! ער האט שוין געהאלטן ביי די ערגסטע עבירות, די גרעסטע תאוות, אנגעדרייט א חורבן וואו ער האט נאר געקענט... איי איי איי...
און אברהם שווייגט! ער עסט זיך טאקע די געזונט, זיין הארץ בלוטיגט, ער האלט עס נישט אויס, אבער ער האט אים נאכאלץ ליב, ער איז זיין טאטע און ער האלט אים אין שטוב, און ער געבט אים צו עסן, א ווארימע בעט, קליידונג, ליבשאפט, פונקט ווי יעדער נארמעלע 'בן יחיד'!

ביז איין טאג!

איין טאג האט עס פאסירט!

אברהם אבינו האט גענומען א ברויט מיט א קריגל וואסער און ארויסגע'זרק'ט ישמעאל פון דער היים! גיי דיר פון דאנעט! איך קען דיך מער נישט האלטן אין די היים!! ישמעאל איז דאמאלט געווען חרוב קראנק, זיין קאפ האט געפיבערט פון היץ, אבער אברהם טרייבט אים ארויס, און שיקט אים צו אלע רוחות...

עטץ הערטס? אברהם?!! דער גרעסטע בעל חסד אין דור! דער וואס האט אריינגעלאזט יעדער נידריגער פארשוין צו זיך אינדערהיים און אים געגעבן צו עסן פון דאס בעסטע און דאס שענסטע... דער גרויסע בעל רחמנות וואס קען נישט וויי טון א פליג... דער שטיק הארץ וואס איז געשטאנען אין זיך געבעטן ביים אייבערשטען אז ער זאל נישט חרוב מאכן סדום - - -ער נעמט יעצו זיין אייגן קינד, און ווארפט אים ארויס פון די היים! ער געבט אים 'גארנישט' מיטצונעמען אויפן וועג! בלויז א ברויטל מיט א קריגל וואסער...

וואס איז פשט?!!

דער תירוץ איז איין ווארט... יא רבותי! איין ווארט - - -

דער פסוק זאגט "ותרא שרה את בן הגר המצרית אשר ילדה לאברהם מצחק"

מ צ ח ק!!!!!

ער איז געווארן א לץ!! ער שטייט אין מאכט 'ליצנות' פון אלעס! יעדע זאך איז א דזשאוק... ער זיצט אויף שמאטסס-אפ-גרופס און מאכט חוזק פון רבנים... לאכט זיך אויס פון יעדע זאך וואס האט צוטון מיט פרומקייט... טרייבט ביליגע ליצנות אויף יעדע דבר שבקדושה... זוכט אלע מיני קארני-סילי-דשאוקס צו קאַלט מאכן יעדע ווארימקייט צו עבודת השם... פירט א ליצנות'דיגע קאמפ אויף חומרות און מסורה... שפעט אפ פון אמונת צדיקים... ער איז אויפגעקלערט... שטיקי...

יעדער וואס האלט אנדערש פון אים אז אלד-טיימער, א פאנאטישע... לעבט אין א געטא... וואוינט אין א פארמאכטע נאכגעלאזטע סאסייעיטי...

און דאס האט אברהם שוין נישט מסכים געווען!!

ווי לאנג דו ביזט געווען א בעל תאוה, ווי לאנג ביזט געלאפן אין וואלד און בארויבט מענטשן, געפאנגען חיות, געטון אלע אנדערע השחתות, נו, עס האט מיט געריסן ביים הארץ... איך בין נישט געשלאפן ביינאכט... איך האב באנעצט מיין קישן מיט טרערן.... אבער איך האב דיך געהאלטן אינדערהיים! ווייל איך בין דיין טאטע! איך בין דיין בלוט-און-פלייש, און איך האב דיך ליב אהבת נפש!!

אבער ביז ליצנות!! זיצן דא אינדערהיים און אפלאכן פון אידישקייט? אפלאכן פון מנהגי ישראל? עד כאן! הייב דיך אויף! און טראג אפ פון דא! פון דיין מויל קומט ארויס 'סם-המות'! דו ביסט א סכנה פאר די גאנצע ארום, דו קענסט מער נישט דא בלייבן... און מיט א עזות דקדושה האט אברהם פארקוקט אויף זיים מדת החסד, אויף זיין גאלדענע הארץ, און מיט זיין אייגענע הענט פארשיקט זיין אייגענע קינד פונדערהיים!..

יא טייערע קינדערלעך, חשובע בחורים, ליצנות איז די ערגסטע!! חז"ל זאגן "ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות"... איין דזשאו"ק קען חרוב מאכן יארן פון הארעוועניע, פון ארבעט, פון השקעה... מען דארף זיך אזוי היטן, און שטייט ווייט פון די אלע אויפגעקלערטע פארשוינען וואס ווילן אונז מחנך זיין... וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען פארגעשריטענע שטיק"י חברה, און מיר זענען א באנט"ש פון נעבעך'ס וואס ליגן אין א 'באקס'!!

יא! ס'איז אמת! מיר זענען אין א 'באקס'!! און מיר זענען שטאלץ דערמיט!! מיר ווילן אזוי אויסוואקסן און אזוי מחנך זיין אונזערע קינדער...

און ווען משיח וועט קומען וועלן מיר שוין געוואר ווערן, ווער וועט לויפן זיך פארשטעקן פאר בושות און זיך באהאלטן אין א 'באקס'...

לאמיר זיך האלטן פעסט מיט א ערנסקייט! און עס וועט מקוים ווערן אויף אונז די ערשטע פסוק אין תהלים אשרי האיש וגו' אשר לא הלך וגו' לאמיר זיך האלטן פעסט מיט א ערנסקייט! און עס וועט מקוים ווערן אויף אונז די ערשטע פסוק אין תהלים אשרי האיש וגו' אשר לא הלך וגו' וואויל איז דער מענטש.... וכל אשר יעשה יצליח!!!
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מוצ"ש נובעמבער 04, 2017 9:44 pm

איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מוצ"ש נובעמבער 04, 2017 11:02 pm

ישר כח!!!

שיינע שטארקע מוסר רייד
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » זונטאג נובעמבער 05, 2017 12:46 am

זייער שיין.

אבער פון ווי נעמט ער אז ''מצחק'' איז טייטש ליצנות??
רש''י ברענגט ''3'' טייטשען. א) עבודה זרה. ב) גלוי עריות. ג) רציחה.

סוי ר' לייבוש עס איז הארציגע מוסר רייד, אבער פון ווי נעמט איר אז אברהם אבינו האט פארשיקט זיין זון ווייל ער האט געמאכט ליצנות פון רבנים? אפשר האט ער דאס אויך געשלונגען?
א'מונה ב'טחון ג'עלט

פינחס
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » זונטאג נובעמבער 05, 2017 1:18 am

Amazing האט געשריבן:זייער שיין.

אבער פון ווי נעמט ער אז ''מצחק'' איז טייטש ליצנות??
רש''י ברענגט ''3'' טייטשען. א) עבודה זרה. ב) גלוי עריות. ג) רציחה.

סוי ר' לייבוש עס איז הארציגע מוסר רייד, אבער פון ווי נעמט איר אז אברהם אבינו האט פארשיקט זיין זון ווייל ער האט געמאכט ליצנות פון רבנים? אפשר האט ער דאס אויך געשלונגען?

געטראכט די זעלבע

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג נובעמבער 05, 2017 1:22 am

מאור ושמש (ר"ה) שהיה מצחק מיצחק בתנועותיו.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג נובעמבער 05, 2017 1:29 am

שטארקע געדאנק און מוסר השכל!! יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

פרשת תולדות: א טייער ווארט, מיט אסאך 'חיזוק'!!

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג נובעמבער 19, 2017 1:39 pm

א טייער ווארט, מיט אסאך 'חיזוק'!!

איז אזוי: לאמיר זיך פארשטעלן (איך זאג 'לאמיר זיך פארשטעלן', ווייל עס שטייט נישט אין ערגעץ, אבער לאמיר זיך מצייר זיין אין אונזער פשוטע שכל...) וויאזוי האט אויסגעקוקט די הייליגע גרויסע מעמד פון 'עקידת יצחק'!

עס אינמיטן העלן טאג, אויף א הויכע בארג, אונטען ביי די בארג זיצן צוויי מענטשן מיט א אייזל... אויבען אויפן בארג שטייט אן אלטע איד הונדערט- זיבן-און-דרייסיג יאר אלט, ער האט מיטגעברענגט פונדערהיים האָלץ, פייער, און א ריזיגע מעסער...

דארט אינגאנצן אויבען איז אויפגעשטעלט א מזבח פון שטיינער, אויף די מזבח ליגט צוגעבינדען מיט שטארקע שטריק א לעכטיגע בחור, זיין פנים שיינט ווי דער זון, ער איז אזוי 'שטארק' צוגעבינדען אז ער קען זיך נישט רירן... זיין הייליגע טאטע שטייט גרייט מיט די גרעסטע התלהבות און שמחה, גרייט צו טון דער באפעל פון זיין הייליגע באשעפער...

די גאנצע וועלט שטעלט זיך אפ... עליונים ותחתונים האלטן מיט די היסטארישע מעמד פון 'עקידת יצחק'...

דער שטן פראבירט מיט אלע כוחות צו שטערן... ער האט זיך שוין פארשטעלט עטליכע מאל... דא פאר אלטע זיידע, דארט פאר עפעס אנדערש... ער האט אפילו אנגעברענגט א טייך אינמיטן וועג... ער האט פראבירט צו מאכן א פגימה אין די מעסער... ער האט נישט גערוהט קיין מינוט...

די גאנצע פמליא של מעלה קוקט אראפ פון אויבען... די מלאכים וויינען...

איין קלייניקייט?! אברהם אבינו דער סימבאל פון 'מדת החסד', דער וואס קען נישט טשעפען א פליג... לויפט מיט א שמחה צו גיין שחט'ן זיין איינציגע זון, דער זון וואס איז אים געבוירן געווארן אויף די עלטער, ווען ער איז געווען הונדערט יאר אלט! דער זון וואס ער האט אזויפיל מתפלל געווען פאר אים... וואס ער האט געוואַרט אזוי לאנג... און דא גייט ער נעמען א מעסער און אים שחט'ן פאר א קרבן... אן קיין קשיות.. אן קיין טענות... אן קיין ספיקות חלילה... אלעס בלויז ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן...

און אט דעגרייכט די געהויבענע מינוט, מען גייט מקריב זיין די הייליגסטע קרבן אין די היסטאריע!!

די גאנצע בריאה שטעלט אפ איר אטעם... דער הייליגער 'אברהם אבינו' איז מקיים 'ויקח את המאכלת לשחוט את בנו', ער נעמט די ריזיגע שוחט-מעסער, ער מאכט א ברכה מיט גרויס כוונה אשר קדשנו במצוותיו וציונו 'לשחוט את בני'!! ער לייגט די מעסער צו די האלדז פון יצחק...

פלוצלינג!!!!!! האלט! שטעל דיך אפ!!

עס קומט א כרוז פון הימל: "אל תשלח ידך אל הנער", לאז אים אפ! טוה אים גארנישט!! בינד אים אויף, און לאז אים לעבן!

אברהם אבינו בינדט אויף די שטריק מיט די קניפן פון יצחק... ס'איז נישט געגאנגען אזוי גרינג... ער איז געווען שטארק צוגעבינדען... נישט בחינם הייסט עס 'עקידת יצחק'... און ער נעמט אים אראפ פון די מזבח...

נו, וואס טוט מען יעצט? יצחק נישט! איז ווער יא?!

יענע סעקונדע קומען צו לויפן אלע טהור'ע בהמות פון די פעלדער און וועלדער... וואס הייסט?! אברהם זוכט א בהמה פאר א קרבן!...

נו, 'יעדער' בהמה חליש'ט אז אברהם זאל איר אויסוועלן אנשטאט יצחק!!

איין קלייניקייט?! מען רעדט דאך פון די הייליגסטע קרבן אין די היסטאריע פון די וועלט!! דער קרבן וואס איז אנשטאט דער גרעסטע מסירות נפש פון אברהם אבינו!! דער קרבן וואס וועט יעדעס יאר דערמאנען 'עקידת יצחק' און וועט אוועקנעמען אלע דינים פון כלל ישראל!! יעדע בהמה האט געוואלט זוכה זיין, אז 'ער' זאל זיין דער קרבן, זיי שטופן זיך אלע צו אברהם וועלנדיג ארויפשפרינגען אויף די מזבח! זיי בעטן זיך בתחנונים, נעם מיך! שחט מיך! איך וויל האבן די זכיה!!

אזוי קומען צו גייען מיליאנען בהמות טהורות, שעפעלעך, ווידער'ס, קיען, ציגעלעך, אקסן, יעדער וויל האבן די זכיה צו זיין דער קרבן פאר די מזבח אנשטאט עקידת יצחק, זיי שטראמען פון אלע וועלדער, פעלדער, פון שטאַלן, יעדער פאר זיך שטופט זיך צו די מזבח און האפט אז אברהם אבינו ווען איר אויסוועלען...

און וועמען האט אברהם גענומען?!!

פון אלע בהמות אויף דער וועלט, וועמען האט אברהם אויסגעוועלט?!
- - -
נו, וועמען?!!!!

דער וואס איז אינגאנצן נישט אנגעקומען!!!!

"והנה איל אחר נאחז בסבך בקרניו!!!"

אברהם אבינו זעהט פונדערווייטענ'ס עפעס א 'איל אחר' א ווידער, ער האט נישט מצליח געווען צו קומען, זיינע הערנער האבן זיך פארהאנקעוועט אין די צווייגעלעך און ער קען נישט קיין ווייטער, ער וויל אזוי שטארק קומען, אבער ער איז שטעקן געבליבן אינמיטן וועג... ער שטרענגט זיך אזוי שטארק אן צו דערגרייכן צו מזבח, אבער עס גייט אים נישט...

ער איז אינגאנצן פארפלאנטערט און אריינגעטענגל"ט...

דווקא 'אים' האט אברהם אבינו אויסגעוועלט פאר א קרבן!!

יא, דער וואס איז געבליבן סטאָק, דער וואס זיינע הערנער זענען געווען פארכאפט אין די צווייגן... דער וואס האט זיך געמוטשעט און געוואלט אזוי שטארק אבער ער האט עס נישט געמאכט... ער איז נאך אינמיטן וועג... ער געבט זיך נישט קיין עצה... ער איז אין געטרעֶפּט אין א פאסקע א טרעֶ"פּ... בשעת יעדער האט דערגרייכט די ציהל, איז ער פארבלאנדזשעט...

אים האט מען גענומען פאר די היסטארישע קרבן!

לעכטיגע קינדער! חשובע בחורים! אוי איז דאס מוסר השכל... נישט סתם!!

ווער איז ראוי צו זיין א קרבן פאר דעם אויבערשטען? ווער איז פאסיג אז מען זאל אים נוצן צו ברענגן א ריח ניחוח לה'?

אזא איינער וואס גייט אים שווער... ער איז שטעקן געבליבן אינמיטן וועג... ער איז איז פארכאפט אין א פלאנטער... און מיט דעם אלעם, איז ער נישט מוותר!! ער געבט נישט אויף!!! טראץ די אלע שטרויכלונגען איז ער זיך מחזק...

צו אזא איינער זאגט מען: קום, דו וועסט זיין א קרבן אנשטאט יצחק אבינו...

עס קען זיך מאכן אין א ישיבה אדער אין א חדר, וואס געוויסע קינדער אדער בחורים וואס זענען מצויינים, עס גייט זיי גרינג דאס לערנען, זיי זענען געבענטשט מיט גוטע קעפ, זיי זענען מצליח און וואס זיי טון, באקומען הונדערט אויף אלע בחינות... יעדער לויבט זיי אויס, דער רבי, דער מנהל, די חברים... זיי זענען די ארויפגעקוקטע, אלע ווילן זיך חבר'ן מיט זיי... יעדער וויל זיין זייער חברותא... מען זאגט פאָר פאר זיי א ליכטיגע מוצלח'דיגע עתיד...

ווידער זענען דא די סארט, וואס מוטשען זיך... עס גייט זיי נישט גרינג, זיי זענען פארפלאנטערט אין א 'סבך', זיי ווילן אזוי שטארק מצליח זיין, אבער זיי האבן כסדר נסיונות מיט שוועריקייטן... זיי מאכן עס נישט... זיי קומען נישט אן צום ציל... יעדע זאך קומט זיי אן שווער... קיינער לויבט זיי נישט... קיינער אנערקענט נישט וויפיל כוחות זיי לייגן אריין... זייער עתיד קוקט אויס פארנעפלט און פארוואלקנט...

לאמיר נעמען א חיזוק פון 'עקידת יצחק', וועמען האט אברהם אבינו אויסגעוועלט?!

דער 'איל אחר'!!!

דער וואס איז געבליבן שטעקן אין די 'סבך'!

טייערע צדיק'ל, חשובע בחור! דערשרעק דיך נישט! אויב דו שפירסט זיך ווי יענע 'איל אחר' דו ביסט סטאָק... דו ביסט פארפלאנטערט? דו האסט נסיונות? דו מוטשעסט זיך? דו זעהסט ווי יעדער איז מצליח און דו מאכסט עס נישט?... יעדער דערגרייכט די ציהל און דו ביסט שטעקן געבליבן אינמיטן וועג?... האלט זיך פעסט! געב נישט אויף!! עס וועט נישט נעמען צו לאנג, און פון הימל וועט מען דיך העלפן ארויסקריכן פון דארט, מען וועט דיך אויפבינדען פון אלע שוועריקייטן - - -

גלייך צו די שפיץ פון הצלחה!!
עס ווארט דיך נאך א לעכטיגע זיסע לעבן בזה ובבא!!
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג נובעמבער 19, 2017 2:11 pm

איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט