ר' יום טוב האט געשריבן:ב"ה.
דאס קידוש מאכן פאר די הקפות איז א בלויזע פועל יוצא פון די מנהג פון שטיין אין די ליניע עולה צו זיין שמח"ת אינדערפרי פארן (אדער אינמיטן...) דאווענען ביי א שתי-שערות בעל קורא איבערן פראוויזארישן טלית-באלעמער, אנע ששה עונים. איינמאל מען האט שוין מקיים געווען די דאזיגע "מצות היום" איז מען דאך פריי קידוש צו מאכן, און זיך איינהאנדלען א חתן בראשית...
ווי אויך איז דאס א רעזולטאט פון פראווען גאר לאנגע ענדלאזע הקפות ביז אין די גאר שפעטע נאכמיטאג שטונדן. אמאל פלעגט מען ענדיגן שפעטסטענס 3 אזייגער.עס איז אבער אן ערשיינונג פון די לעצטע פאר יאר אז יעדער שולכ'ל פראבירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט פארשידענע סארט פראגראמען, קינדער נאשערייען און מאדנע טענץ חדשים לבקרים אשר לא שערום אבותינו. מען מאכט דעם עיקר פארן טפל און דעם טפל פארן עיקר. ווייניג ווייסן אז דער עיקר מנהג הקפות איז, אז ווען מען נעמט ארויס די ספרי תורה צו קריאת התורה גייט מען ארום 7 מאל די בימה מיט טענץ און געזאנג. דאס איז דאך די פשט פון אתה הראת, עס איז נישט א ספעציעל פארפאסטער הקפה-פזמון, מען נעמט ארויס די ספרי תורה צום לייענען. (עס איז א באזונדערע שמועס וויאזוי דער מנהג איז אנגענומען אז מען טאנצט אויך ביינאכט)
און דער אמת איז, אז ס'פאראן פילע חילוקים פונעם נישט ווייטן אמאל ביז היינט אינעם גאנצן סדר התפילה פון גאנץ חודש תשרי, א זאך וואס פאדערט זיך א באזונדערן אנאליז.
נארישקייטן!! עס איז קלאר יא אן ענין צו טאנצן, און דוקא יא מאריך זיין.
1) עס ווערט געברעגט פון הרה״ק רבי פינחס מ׳קאריץ אז זיינע הקפות האבן גענומען באלד א שעה יעדעס איינע.
2) די ישמח ישראל שרייבט אויף די הקפות: ״כמה שיתארך יותר, ישפע יותר״. די הערסט ווערטער. ווי לענגער עס נעמט, אלץ מער השפעה קומט פון הימל. און פארשטייט זיך אז מען טאנץ לאנג איז שוין די צווייטע הקפה שווערער, און די דריטע נאך שווערער, וכו׳ און אזוי קומען אראפ השפעות אלץ מער און מער. אבער אז מען זיכט עס אפצו׳פטר׳ן און אפאר מינוט, וואס קען מען שוין ערווארטן.