פסח: מנהגים וואס די טעם איז בטל געווארן

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 1:37 am

אוודאי ער

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 2:45 am

בראשית ברא האט געשריבן:אוודאי ער


האסט א מקור אז רבי נטע וואלף זצ"ל האט געדינט אלץ משגיח כשרות? אדער דו קלערסט אז עס קען זייער שטארק זיין מעגליך אזוי?

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 2:58 am

פארווייטאגט האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:אוודאי ער


האסט א מקור אז רבי נטע וואלף זצ"ל האט געדינט אלץ משגיח כשרות? אדער דו קלערסט אז עס קען זייער שטארק זיין מעגליך אזוי?

די מקור איז די מהרם שיק..

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 1:42 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:נאך א קליינישקייט איבער דעם.
געוויסע זאכען זיינען ניטאמאל געווען א חומרא. צ.ב.ש. א מאכל וואס איז בכלל נישט געווען אין יענע לענדער, און יענער האט עס נישט געגעסן ווייל ער האט ניטאמאל געוואוסט פון אזא סארט מאכל

אפילו אויף דעם איז אויך דא א חומרא... דוכט זיך מען זאגט עס נאך פון איינע פון די בעלזא רביים אז דאס וואס די עלטערן האבן געהאט האבן זיי מתפלל געווען דערויף אז ס'זאל נישט זיין קיין שום מכשול, משא"כ וואס זיי האבן נישט געהאט.

כפי זכרוני איז די מעשה מיט הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא בנוגע ניצן אוגערקע פאר כרפס.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 1:50 pm

דריידל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:מיט א רבי'ן האט מען זיך אלע יארן געמישט, פונקט ווי מען מישט זיך מיט די עלטערן. דאס איז נישט ווי אזוי איך קוק עס אן, דאס איז די מציאות פון דעם מנהג, שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך. זיך מישן מיט א ברודער איז אוודאי תלוי במנהג, כ'האב דיר עס נאר צוגעברענגט זאלסט פארשטיין אז דיין אייגן אפטייטש דערויף איז א טעות גמור.

ביסטי שוין מודה אז ס'זענען דא עקסעפשענס, מיט א רבי מעג מען זיך מישן. און וואס טיט זיך מיט א רב, דיין, סתם תלמיד חכם?

פארוואס מוז זיין ווען איינער זאגט אנדערש ווי דיר אז ער מאכט א טעות. איך זאג נישט אז דיין מסורה איז א טעות (כאטש ס'איז מסתבר אז יא), איז ביטע זאג נישט אזוי אויף אנדערע.


עס איז דא מקומות וואס מען טיילט נישט קיין שיריים פסח משום זיך נישט מישען.

איך בין אמאל געווען א עד ראיה, א ליל שבת חול המועד פסח בין איך אמאל אריין צו איינע פון די אדמורים געוואלט זעהן דעם טיש, עס איז נאך געווען פארן טיש זענען געווען עטליכע וואס האבען געשמועסט דארט בנושא הנזכר, צו מען מישט זעך מיט א רבי'ן אדער נישט, איינע פון די עלטערע האבן געזאגט אז נישט, און ער זאגט אט אט וועסטו זעהן ביים טיש אז מען טיילט נישט קיין שיריים וכו'.

דער אדמו"ר קומט אריין צום טיש וכו', ביי דו קוגעל, רופט מען אויס ערעב פלוני אלמוני, און דער אדמו"ר גוט איהם שיריים א שטיקל קוגל, און ער איז געווען דער איינציגסטער במהלך כל השלחן וואס האט באקומען שיריים. ויהי לפלא.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 1:52 pm

יעקל אלטמאן האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
יעקל אלטמאן האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
יעקל אלטמאן האט געשריבן:איך מיין צו פרעגן אויב דיין זיידע האט עס אנגעהויבן.

בכלל נישט.

דאס איז וואס איך פרעג, וואו לאנג צוריק האט זיך דאס אנגעהויבן?
אין בארדיטשובער איז געווען א כשר לפסח פארבריק?

נו וודאי, מיינסט פאבריקן האבן זיך אנגעהויבן נאכן מלחמה? מאכן אויף א גרויסע פארנעם האט זיך דאך אויך נישט אנגעהויבן ממש פארן מלחמה.

איך פרעג צו עס איז געווען אזא זאך ווי א פארבריק וואס האט פארקויפט עסן כשר לפסח, איך גלייב אז נישט,
און אפילו אויב איז יא געווען, האט עס מן הסתם געהאט א הכשר וואס מען האט קוים געגעסן דערפון אינמיטן יאר.


אבי גערעדט, קאווע צוקער נאך און נאך געהאט פיינע הכשרים, פארן קריג אין דער אלטער היים

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג אפריל 22, 2019 4:16 pm

פריער האט מען גערעדט וואס איז שלעכט צו קויפן ניס מיט א גוטע השגחה, עס איז גארנישט צוגעלייגט,
א איד האט מיר דערציילט וואס ער האט אליין געזעהן,

ער איז אמאל אריין אין א געשעפט אין וומ"ס [יארן צירוק] מיט א גוטע השגחה, מאלן זיין ניס אבער היות ער האט זיך נישט געוואלט מישען איז ער אריין אין בעק מאלן זיינע ניס, האט ער געטראפן נישט מער און נישט ווייניגער די גוי האלט אינמיטן מאלן ניס פארן עולם, און עסט בשעת מעשה א סענדוויטש,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט