פסח: מנהגים וואס די טעם איז בטל געווארן

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:28 pm

דריידל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:מיט א רבי'ן האט מען זיך אלע יארן געמישט, פונקט ווי מען מישט זיך מיט די עלטערן. דאס איז נישט ווי אזוי איך קוק עס אן, דאס איז די מציאות פון דעם מנהג, שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך. זיך מישן מיט א ברודער איז אוודאי תלוי במנהג, כ'האב דיר עס נאר צוגעברענגט זאלסט פארשטיין אז דיין אייגן אפטייטש דערויף איז א טעות גמור.

ביסטי שוין מודה אז ס'זענען דא עקסעפשענס, מיט א רבי מעג מען זיך מישן. און וואס טיט זיך מיט א רב, דיין, סתם תלמיד חכם?

פארוואס מוז זיין ווען איינער זאגט אנדערש ווי דיר אז ער מאכט א טעות. איך זאג נישט אז דיין מסורה איז א טעות (כאטש ס'איז מסתבר אז יא), איז ביטע זאג נישט אזוי אויף אנדערע.

איך פראביר צו פארשטיין צו וועלכע זאך די זעסט מיר מודה זיין, און וואס די מיינסט מיט עקסעפשענס, און וואס דאס האט מיט וואס איך זאג.

דער מנהג פון זיך נישט מישן איז ווי געשמועסט, נאר פונקט ווי אלע חומרות אום פסח, האט זיך יעדער זיינע מנהגים אין די חומרא, איז ביי דעם די זעלבע זאך, דהיינו ס'איז דא וואס גייען אינגאנצן לחומרא אויף יעדן ריר, ווי געזאגט לדוגמא א ברודער, מצות, וכדומה, און ס'איז דא וואס נישט, יעדער לויט וואס ער האט מקבל געווען מאבותיו ורבותיו. אבער דאס איז זיכער אז "אלע" האבן זיך אלעמאל געפירט אז מיט א רבי'ן האט מען זיך געמישט [וידוע המעשה אצל הטשערנאבלער מגיד באחד שלא רצה לאכול מהשריים שלו שהיה מתנגד... ואמר לו שיש לו חתיכת חמץ בהחבית].

אויב ווילסטו וויסן ווי אזוי דיינע עלטערן האבן זיך געפירט וועסטו זיי מוזן פרעגן, און אינאיינוועגס יתכן וועלן זיי דיר שטעלן אויף דיין טעות.

כ'פארשטיי נישט פארוואס איך זאל נישט זאגן אז די האסט א טעות, ווען ס'איז מיר ברור כשמש אז די טעות איז דיינער? ווען זאגסט מיר אז יעצט איז טאג זאל איך אויך נישט זאגן אז האסט א טעות?

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:49 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:חוץ דעם איז געווען עקסטערע מנהג נישט צו עסן זאכן וואס זענען געמאכט אין א פאבריק.

פון וואו קומט דער מנהג??

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אפריל 17, 2019 12:10 am

יעקל אלטמאן האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:חוץ דעם איז געווען עקסטערע מנהג נישט צו עסן זאכן וואס זענען געמאכט אין א פאבריק.

פון וואו קומט דער מנהג??

פון מיין זיידע און דיין זיידע.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » מיטוואך אפריל 17, 2019 12:17 am

איך האב נישט גערעדט פון זיך נישט מישן, למעלה האט געשריבן אז חוץ זיך נישט מישן איז דא א עקסטערע חומרא פון נישט קויפן פון א פאבריק,
אויף דעם האב איך געפרעגט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אפריל 17, 2019 4:18 pm

יעקל אלטמאן האט געשריבן:איך האב נישט גערעדט פון זיך נישט מישן, למעלה האט געשריבן אז חוץ זיך נישט מישן איז דא א עקסטערע חומרא פון נישט קויפן פון א פאבריק,
אויף דעם האב איך געפרעגט.

כ'כאפ נישט וואס די מיינסט צו פרעגן, אסדר האט שוין געענטפערט.

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » מיטוואך אפריל 17, 2019 8:25 pm

איך מיין צו פרעגן אויב דיין זיידע האט עס אנגעהויבן.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אפריל 17, 2019 8:35 pm

יעקל אלטמאן האט געשריבן:איך מיין צו פרעגן אויב דיין זיידע האט עס אנגעהויבן.

בכלל נישט.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מיטוואך אפריל 17, 2019 8:49 pm

מיין בליק...
פסח איז געווען אזא זאך מזאל זיך יא מישען מער ווי אלע יומים טובים די קרבן פסח האט מען זיך צזאם געניומען גרופעס מהאט עס געגעסען ציזאמען גאקאכט איוף איינמאל דווקא נישט געקאכט יעדער עקסטרע.
זיכער האט מען זיך צזאם געניומען מיט חברים ווואס מהאט געקענט אבער מהאט זיך גמיושט...
נאכדעם ווען מהאט אונז פארטריבען פין ביית המקדש אין יעדער איז אנגעקומען אין נייע פלעטצער אין סאיז נישט געווען געשריובען די הלכה אין מהאט אנגעפאנגען קריגען ווי אזוי די רבי האט זיך געפירט האט מען זיך נישט געמישט אבער ווען מווייסט 100% אז יענער פירט זיך ווי דיר נאר די חילוק אז יענעמס ווייב האט עס געקאכט דארף נישט זיין קיין פארבלעם...

נ.ב. איך עס נאר וואס ממאכט ביי מיר אינדרהיים אחוץ
וויין מצה אין זאלטץ.
פאר די קינדער ניצט מען פאטעטא סטארדש ציקער מיליכיגס אין סעלטזער
Sorry for my misspellings

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

אפשר אפשיידן צווישן די פאלגענדע און אזוי מסביר זיין

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אפריל 17, 2019 8:50 pm

לאמיר אנהייבן מיט פיש (ח"ו אויסטייטשן פאר סיי וועם אלס קולא אדער חומרא)
דער זיידע וואס האט יא געגעסן פיש ווייל ער האט געוואוינט נעבן א טייך און מען האט נישט געדארפט לייגן שפיריטעס אין מויל פון די פיש אויף עס צו האלטן פריש VS די זיידע וואס האט געוואוינט ווייט
דער זיידע א יעקע וואס האט נישט מקיל געווען מיט געבראקטס, נאר איז גאר געווען א הידור יו"ט ביי אים מיט געשמאקע איבערגעצויגענע פלייש א.ד.ג. VS א געווארענער חסיד וואס האט אנגענומען א חומרא פון א צווייטע מסורה
דער זיידע וואס האט נישט גענוצט פאטעיטא סטארטש, ווייל אין זיין געגנט איז בכלל נישט געוואקסן קיין קארטאפל, און אוודאי נישט אז ס'אל זיין גענוג אויך אויף צו מאכען סטארטש VS איינער וואס עסט עס נישט ווייל עס איז געווען צו שווער אליין צו מאכען
דער זיידע וואס האט נישט גענוצט צוקער אום פסח (און אויך נישט געהאט געלט דערפאר אגאנץ יאהר)... VS ווייל צוקער ווערט די מערהייט געמאכט אין א פאבריק
דער זיידע האט נישט גענוצט קיין זילבערווארג אום יו"ט, ווייל ער האט נישט געהאט געלט פאר פרישע און די חמצ'דיגע וואלט קאליע געגאנגען ביים כשר'ן VS (איך ווייס נישט)
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אפריל 17, 2019 9:00 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:מיין בליק...
פסח איז געווען אזא זאך מזאל זיך יא מישען מער ווי אלע יומים טובים די קרבן פסח האט מען זיך צזאם געניומען גרופעס מהאט עס געגעסען ציזאמען גאקאכט איוף איינמאל דווקא נישט געקאכט יעדער עקסטרע.
זיכער האט מען זיך צזאם געניומען מיט חברים ווואס מהאט געקענט אבער מהאט זיך גמיושט...
נאכדעם ווען מהאט אונז פארטריבען פין ביית המקדש אין יעדער איז אנגעקומען אין נייע פלעטצער אין סאיז נישט געווען געשריובען די הלכה אין מהאט אנגעפאנגען קריגען ווי אזוי די רבי האט זיך געפירט האט מען זיך נישט געמישט אבער ווען מווייסט 100% אז יענער פירט זיך ווי דיר נאר די חילוק אז יענעמס ווייב האט עס געקאכט דארף נישט זיין קיין פארבלעם...

נ.ב. איך עס נאר וואס ממאכט ביי מיר אינדרהיים אחוץ
וויין מצה אין זאלטץ.
פאר די קינדער ניצט מען פאטעטא סטארדש ציקער מיליכיגס אין סעלטזער

איר ווייסט ווי מען האט געבראטן און געגעסן דעם קרבן פסח? אויב עפעס איז דאס די מקור אז מיט א רבי'ן מישט מען זיך... נאר א ווערטל...

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מיטוואך אפריל 17, 2019 9:05 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:מיין בליק...
פסח איז געווען אזא זאך מזאל זיך יא מישען מער ווי אלע יומים טובים די קרבן פסח האט מען זיך צזאם געניומען גרופעס מהאט עס געגעסען ציזאמען גאקאכט איוף איינמאל דווקא נישט געקאכט יעדער עקסטרע.
זיכער האט מען זיך צזאם געניומען מיט חברים ווואס מהאט געקענט אבער מהאט זיך גמיושט...
נאכדעם ווען מהאט אונז פארטריבען פין ביית המקדש אין יעדער איז אנגעקומען אין נייע פלעטצער אין סאיז נישט געווען געשריובען די הלכה אין מהאט אנגעפאנגען קריגען ווי אזוי די רבי האט זיך געפירט האט מען זיך נישט געמישט אבער ווען מווייסט 100% אז יענער פירט זיך ווי דיר נאר די חילוק אז יענעמס ווייב האט עס געקאכט דארף נישט זיין קיין פארבלעם...

נ.ב. איך עס נאר וואס ממאכט ביי מיר אינדרהיים אחוץ
וויין מצה אין זאלטץ.
פאר די קינדער ניצט מען פאטעטא סטארדש ציקער מיליכיגס אין סעלטזער

איר ווייסט ווי מען האט געבראטן און געגעסן דעם קרבן פסח? אויב עפעס איז דאס די מקור אז מיט א רבי'ן מישט מען זיך... נאר א ווערטל...

די רביס זענען געווען קליינע רעבעלעך אזוי ווי שרי עשרות.
די שוויצערץ האבען זיך ציגעשארט צי די שרי אלפים
Sorry for my misspellings

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » מיטוואך אפריל 17, 2019 9:19 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
יעקל אלטמאן האט געשריבן:איך מיין צו פרעגן אויב דיין זיידע האט עס אנגעהויבן.

בכלל נישט.

דאס איז וואס איך פרעג, וואו לאנג צוריק האט זיך דאס אנגעהויבן?
אין בארדיטשובער איז געווען א כשר לפסח פארבריק?

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מיטוואך אפריל 17, 2019 9:37 pm

כ'האב נאר אביסל דורך געבליקט ביז אהער און נישט געהעריג דורך געליינט יעדע איינציגע תגובה.
אבער צום קעפל און נושא פון דעם אשכול:
ראשית וואס הייסט "דער טעם איז בטל געווארן" אונז ווייס מיר דען אלע טעמים פון מנהגים בנגלה ובנסתר צו וויסן אז "ס'איז בטל געווארן"
שנית, א מנהג טוישט מען נישט! ס'דאך ידוע אז "מנהג ישראל תורה" און "יסודתם בהררי קודש"! א חוץ גדולי ישראל האבן דעם כח, און כל זמן די גדולי ישראל טוישן נישט רירט מען זיך נישט אוועק!
בפרט פסח וואס איז ידוע פון אסאך אז דאס איז דער יום טוב וואס מען גיט איבער די מסורה פארן קומענדיגען דור, און נאכמער היינטיגע צייטן וואס מען זעט ווי ליידער די דורות פאלן אזאנע שטאפלען ווער איז גרייט צו נעמען אן אחריות צו טוישן א תג פון מנהגים פון פאריגע דורות?!
טייל מנהגים קען מען זעהן קלאר אז ס'האט אין זיך עפעס העכערס ווי די פשוט'ע טעם. למשל לאמיר נעמען דעי מנהג פון נישט עסן פיש, אונזערע גרויסע רבי'ס וואס האבן נישט מוותר געווען אויף א קוצו של יוד און אנגעדרייט אלע מעגליכקייטן אפי' למעלה מדרך הטבע, האבן זיך נישט געקענט ערלעדיגן אביסל פיש אן קיין חשש? נאר מיט אזא פשטות מוותר געווען אויף אלע עניינים נשגבים וואס איז דא אין עסן פיש יום טוב? אלא מאי דא איז דא העכערס וואס מיר פארשטייען נישט, אויב אזוי לאמיר נישט טוישן. במופלא ממך אל תדרוש ובמכוסה ממך אל תחקור.
זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א כשר'ן ליכטיגען יום טוב און צו אלע השפעות וואס קומט מיט דעם!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אפריל 17, 2019 9:46 pm

בעל דמיון האט געשריבן:אונזערע גרויסע רבי'ס וואס האבן נישט מוותר געווען אויף א קוצו של יוד און אנגעדרייט אלע מעגליכקייטן אפי' למעלה מדרך הטבע, האבן זיך נישט געקענט ערלעדיגן אביסל פיש אן קיין חשש? נאר מיט אזא פשטות מוותר געווען אויף אלע עניינים נשגבים וואס איז דא אין עסן פיש יום טוב?

טאקע דערפאר, אז דער חסיד זאל נישט זאגען אז דער רבי עסט, עס איך אויך... אויך על פי דרך הטבע...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אפריל 17, 2019 9:48 pm

נאך א קליינישקייט איבער דעם.
געוויסע זאכען זיינען ניטאמאל געווען א חומרא. צ.ב.ש. א מאכל וואס איז בכלל נישט געווען אין יענע לענדער, און יענער האט עס נישט געגעסן ווייל ער האט ניטאמאל געוואוסט פון אזא סארט מאכל
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אפריל 17, 2019 10:02 pm

באמת ווען מען לערנט הל' פסח זעט מען זייער קלאר ווי רוב פון די מנהגים און חומרות זענען נולד געווארן. און כמדומה דיינע שאלות האט מען שוין אמאל אויסגעשמועסט. אבער אז די פרעגסט עמער ענטפערן וויפיל כ'געדענק נאך [ליידער שוין נישט גע'חזר'ט הל' פסח פאר זייער א לאנגע צייט].

צו געזונט האט געשריבן:לאמיר אנהייבן מיט פיש (ח"ו אויסטייטשן פאר סיי וועם אלס קולא אדער חומרא)
דער זיידע וואס האט יא געגעסן פיש ווייל ער האט געוואוינט נעבן א טייך און מען האט נישט געדארפט לייגן שפיריטעס אין מויל פון די פיש אויף עס צו האלטן פריש VS די זיידע וואס האט געוואוינט ווייט

נישט עסן פיש איז נישט נאר געווען וויבאלד מען וואוינט נישט נאנט צום ים, דאס איז אזאך וואס מען דארף מברר זיין ביי די עלטערן/רביים, און אויב איז נאר דאס געווען די סיבה און ס'נישט געווען א מנהג/חומרא דייקא נישט צו עסן איז אוודאי אויב קען מען יא זען לעבעדיגע פיש זאל מען עס יא עסן.

צו געזונט האט געשריבן:דער זיידע א יעקע וואס האט נישט מקיל געווען מיט געבראקטס, נאר איז גאר געווען א הידור יו"ט ביי אים מיט געשמאקע איבערגעצויגענע פלייש א.ד.ג. VS א געווארענער חסיד וואס האט אנגענומען א חומרא פון א צווייטע מסורה

דאס איז בעצם גאר הארב צוליב די וואס זענען מחמיר אויף געבראקסט האלטן דאס פאר אן איסור גמור, און איינער וואס די זיידע האט אנגעהויבן מחמיר זיין, און ער וויל צוריק אנהייבן מקיל זיין, שטארק יתכן אז מען גייט אים עס נישט מעגן מתיר זיין מדין נדר. אבער לגבי דעם אשכול איז דאך עס נישט נוגע ווייל די טעם איז דאך נישט בטל געווארן.

צו געזונט האט געשריבן:דער זיידע וואס האט נישט גענוצט פאטעיטא סטארטש, ווייל אין זיין געגנט איז בכלל נישט געוואקסן קיין קארטאפל, און אוודאי נישט אז ס'אל זיין גענוג אויך אויף צו מאכען סטארטש VS איינער וואס עסט עס נישט ווייל עס איז געווען צו שווער אליין צו מאכען

פאטעיטע סטארטש איז נישט אזוי פשוט אז מען זאל עס טאקע מעגן ניצן, דער ערוגת הבושם (או"ח סי' קכ"ד) לדוגמא אסר'ט עס, ממילא אויב די זיידע האט עס נישט געניצט דארף מען קלאר וויסן די טעם דערפון, ווייל אויב איז עס געווען אלץ די אוסרים, האט זיך גארנישט געטוישט, און ער דארף דערמיט ווייטער אנהאלטן.

צו געזונט האט געשריבן:דער זיידע וואס האט נישט גענוצט צוקער אום פסח (און אויך נישט געהאט געלט דערפאר אגאנץ יאהר)... VS ווייל צוקער ווערט די מערהייט געמאכט אין א פאבריק
דער זיידע האט נישט גענוצט קיין זילבערווארג אום יו"ט, ווייל ער האט נישט געהאט געלט פאר פרישע און די חמצ'דיגע וואלט קאליע געגאנגען ביים כשר'ן VS (איך ווייס נישט)

ווידער די זעלבע זאך, לאמיר דיר עפעס זאגן וואס כנראה ווייסטו נישט, שטייט אין רמ"א אז צוקער טאר מען נישט עסן פסח, און אפילו נישט משהה זיין אין הויז... ממילא אמת אז די אחרונים שרייבן שוין וועלכע וועגן מען מעג יא, איז אבער דא אחרונים וואס האלטן אז מען דארף מחמיר זיין אלץ מראית עין, צו אנדערע סיבות, בכל אופן, דא איז ווידער די זעלבע זאך, מען דארף מברר זיין די טעם הדבר פארוואס די עלטערן האבן זיך אזוי געפירט, און יתכן די חשש איז נאך אלץ דא.

דאס איז אלץ ווי געשמועסט אז ס'איז נאך אלץ דא די חשש, אבער ווי געשמועסט אז ספעציפיש לגבי פסח שטייט שוין פון פריערדיגע אז מען זאל גארנישט משנה זיין אפילו די חשש איז שוין נישט דא, ווייל אז מען גייט אין די וועגן פון די פריערדיגע איז דא א סייעתא דשמיא. און פארשטייט זיך אז אויף א פאל וואס מען קען נישט פרעגט מען א דעת תורה וואס מען האט צו טון, וואס דאס האבן דאך די פריערדיגע אויך געטון...

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אפריל 17, 2019 10:07 pm

צאו לך בעקבי הצאן...
אבער אפשר מעג מען טאקע אויף געוויסע זאכען וויסען א טעם
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אפריל 17, 2019 10:08 pm

יעקל אלטמאן האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
יעקל אלטמאן האט געשריבן:איך מיין צו פרעגן אויב דיין זיידע האט עס אנגעהויבן.

בכלל נישט.

דאס איז וואס איך פרעג, וואו לאנג צוריק האט זיך דאס אנגעהויבן?
אין בארדיטשובער איז געווען א כשר לפסח פארבריק?

נו וודאי, מיינסט פאבריקן האבן זיך אנגעהויבן נאכן מלחמה? מאכן אויף א גרויסע פארנעם האט זיך דאך אויך נישט אנגעהויבן ממש פארן מלחמה.

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מיטוואך אפריל 17, 2019 10:12 pm

אמאל האט מען ביי די חסידישע רביים געגעבן מצות געמאכט פון קוקעריץ / טערקישע מעהל.

זיי האבן מחמיר געוווען נישט צו עסן קיין מצות חוץ די כזיתים. - אבער קוקעריץ מצה איז דאך נישט קיין פראבלעם, שא״א להחמיץ.


היינט מאן דכר שמיה.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אפריל 17, 2019 10:18 pm

צו געזונט האט געשריבן:נאך א קליינישקייט איבער דעם.
געוויסע זאכען זיינען ניטאמאל געווען א חומרא. צ.ב.ש. א מאכל וואס איז בכלל נישט געווען אין יענע לענדער, און יענער האט עס נישט געגעסן ווייל ער האט ניטאמאל געוואוסט פון אזא סארט מאכל

אפילו אויף דעם איז אויך דא א חומרא... דוכט זיך מען זאגט עס נאך פון איינע פון די בעלזא רביים אז דאס וואס די עלטערן האבן געהאט האבן זיי מתפלל געווען דערויף אז ס'זאל נישט זיין קיין שום מכשול, משא"כ וואס זיי האבן נישט געהאט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אפריל 17, 2019 10:21 pm

צו געזונט האט געשריבן:צאו לך בעקבי הצאן...
אבער אפשר מעג מען טאקע אויף געוויסע זאכען וויסען א טעם

אוודאי מעג מען וויסן, יעדע זאך האט פארשידענע טעמים. צב"ש פיש איז דא וואס זאגן א טעם אלץ דג שיבוטא ביומא ניסן, וואס שטייט אז ס'איז קשה לצרעת. געבראקט איז די סיבה אלץ חימוץ פון די מעיל וואס קען בלייבן אויפן מצה. די אנדערע האב איך דאך שוין געשריבן.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך אפריל 17, 2019 11:02 pm

איך האב געזען אין הגדה פרדס הצדיקים זייער א שיינע טעם פארן נישט עסן פיש אום פסח. ושכחתי כעת. אבער עס איז זיכער דא נאך א טעם
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » מיטוואך אפריל 17, 2019 11:14 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
יעקל אלטמאן האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
יעקל אלטמאן האט געשריבן:איך מיין צו פרעגן אויב דיין זיידע האט עס אנגעהויבן.

בכלל נישט.

דאס איז וואס איך פרעג, וואו לאנג צוריק האט זיך דאס אנגעהויבן?
אין בארדיטשובער איז געווען א כשר לפסח פארבריק?

נו וודאי, מיינסט פאבריקן האבן זיך אנגעהויבן נאכן מלחמה? מאכן אויף א גרויסע פארנעם האט זיך דאך אויך נישט אנגעהויבן ממש פארן מלחמה.

איך פרעג צו עס איז געווען אזא זאך ווי א פארבריק וואס האט פארקויפט עסן כשר לפסח, איך גלייב אז נישט,
און אפילו אויב איז יא געווען, האט עס מן הסתם געהאט א הכשר וואס מען האט קוים געגעסן דערפון אינמיטן יאר.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 12:20 am

שאינו יודע האט געשריבן:איך האב געזען אין הגדה פרדס הצדיקים זייער א שיינע טעם פארן נישט עסן פיש אום פסח. ושכחתי כעת. אבער עס איז זיכער דא נאך א טעם

צוגעברענגט דא אויבן אין אשכול https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p1217524

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 12:27 am

יעקל אלטמאן האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
יעקל אלטמאן האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
יעקל אלטמאן האט געשריבן:איך מיין צו פרעגן אויב דיין זיידע האט עס אנגעהויבן.

בכלל נישט.

דאס איז וואס איך פרעג, וואו לאנג צוריק האט זיך דאס אנגעהויבן?
אין בארדיטשובער איז געווען א כשר לפסח פארבריק?

נו וודאי, מיינסט פאבריקן האבן זיך אנגעהויבן נאכן מלחמה? מאכן אויף א גרויסע פארנעם האט זיך דאך אויך נישט אנגעהויבן ממש פארן מלחמה.

איך פרעג צו עס איז געווען אזא זאך ווי א פארבריק וואס האט פארקויפט עסן כשר לפסח, איך גלייב אז נישט,
און אפילו אויב איז יא געווען, האט עס מן הסתם געהאט א הכשר וואס מען האט קוים געגעסן דערפון אינמיטן יאר.

אוודאי יא, איין באשעפער אין הימל ווייסט וואס מאכט דיר אזוי מיינען.

כ'וועל דיר ברענגן א מהר"ם שי"ק וואס איז בעצם נוגע דא צו וויסן פארוואס מחמיר צו זיין דערויף. א מעשה שהיה וואס איז געווען בזמנו.

ואני עובדא ידענא אשר בק"ק פרעשבורג היה צוקערפאבריק והיה הרב הגדול ומהולל מאוד מוה' נטע וואלף נ"י המשגיח בענין עשיית הצוקער של פסח, ופעם אחת הסיח דעתו רק רגע כמימרא והעלים עין, וראה פועל אחד שהלך מן היורה בחיפזון, וצווח עליו הרב המשגיח הנ"ל 'מה עשית אצל היורה', והשיב ואמר 'לא עשיתי מאומה רק טבלתי בו חתיכת פת', ונעשו על ידי זה כמה ככרות מן הצוקער לחמץ.

דער משגיח שטעל איך זיך פאר רעדט מען פון אים https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 71#p598371


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט