עשרה בטבת

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

עשרה בטבת

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:34 pm

אכט הונדערט און פופציג יאר, זענען אידן געזעסן אין זייער לאנד. פון דעם טאג וואס יהושע האט זיי אריינגעברענגט אין ארץ ישראל. געבויט פאמיליעס, א קייט פון צוואנציג דורות, ביז עס איז געקומען נבוכדנצר דער קעניג פון בבל, און זיי פערטריבן אין גלות. פיר הונדערט פערציג יאר האט גענומען ביז שלמה המלך האט געבויט דעם בית המקדש. און נאך פיר הונדערט מיט צען יאר די צייט וואס דער בית המקדש איז געשטאנען, ביז די כשדישע מיליטער האט עס צושטערט.

אידן זענען אריין אין ארץ ישראל צו זיצן אין איר אויף שטענדיג. ווי הקב"ה האט צוגעזאגט צו אברהם: "כי את כל הארץ אשר אתה רואה לך אתננה ולזרעך עד עולם" די גאנצע ערד וואס דו זעהסט פאר דיר, וועל איך געבן צו דיר און דיינע קינדער ביז אייביג. (בראשית י"ג) נאר הקב"ה האט זיך אויסגענומען א בעזונדערע תנאי, "ושמרתם אל כל חקתי ואת כל משפטי ועשתם אותם ולא תקיא אתכם הארץ אשר אני מביא אתכם שמה לשבת בה" (ויקרא כ') און איר זאלט היטן אלע מיינע געזעצן, דאן וועט אייך נישט אויסשפייען די ערד וועלכע איך ברענג אייך אהין, זיך בעזעצן אין איר.

"א ביישפיל צו א פרינץ, וואס מען האט אים געגעבן צו עסן א פערדארבענע זאך. וועלכע זיינע געדערעם האלטן נישט, און ער ברעכט עס אויס. אזוי אויך קען ארץ ישראל נישט האלטן אין זיך עוברי עבירה".
(רש"י)

אסאך דורות, פון דעם איין און צוואנציגסטן דור, ווען זיי זענען צום ערשטן מאל געזעסן אין ארץ ישראל, האבן זיי נישט געהיטן און נישט מקיים געווען די מצוות, זיי האבן פעראומרייניגט די לאנד מיט עבודה זרה. אפגעלאזט הקב"ה, און געדינט צום עבודה זרה בעל און אשתורית. פערלאזט דעם בית ה', און געדינט צו די אשרים. ביז הקב"ה'ס צארן איז גרויס געווארן אויף יהודה און ירושלים. ער האט געשיקט זיינע נביאים, זיי ווארענען, און צוריק קערן. אבער אידן האבן זיי נישט צוגעהערט.

אויך די שרים און כהנים פון פאלק, האבן אנגעהויבן פעלטשן, און נאכמאכן אלע אומווירדיגע זאכן פון די פעלקער. זיי האבן פעראומריינגט דעם בית ה'. הקב"ה האט געשיקט צו זיי, זיינע מלאכים. נאכאנאנד, דען ער האט רחמנות געהאט אויף זיין פאלק, אבער זיי האבן אפגעשפעט פון אלעס, גרינג געשעצט די ווערטער פון די נביאים, ביז עס איז ארויפגעקומען הקב"ה'ס צארן אויף זיין פאלק, אינגאנצן נישט צום היילן".
(דברי הימים ב' - ל"ו)


חז"ל זאגן צו וואס זענען געווען די עשרת השבטים. און שבט יהודה מיט בנימין צוגעגליכן? צו צוויי מענטשן וועלכע האבן זיך בעקליידעט מיט א נייע קלייד אין די רעגנדיגע טעג, דער האט געריסן פון איין זייט, און דער פון א צווייטע, ביז זיי האבן איר אינגאנצן צוריסן. אזוי האבן זיך נישט בערוהיגט די עשרת השבטים. געהאלטן אין איין אפקערן, און דינען עבודה זרה. זיי פון איין זייט. יהודה פון די צווייטע, ביז זיי האבן געברענגט דערצו, אז ירושלים איז אינגאנצן חרוב געווארן.
(פתיחתא דאיכה רבא)

"ויהי בשנת התשיעית למלכו, בחודש העשירי, בעשור לחודש, בא נבוכדנצר וכל חילו, על ירושלים... ותבא העיר במצור, עד עשתי עשרה שנה למלך צדקיהו. בתשעה לחודש, ויחזק הרעב בעיר,ולא היה לחם לעם הארץ. ותבקע העיר. (מלכים ב' -כ"ה) - און עס איז געווען אין ניינטן יאר פון נבוכדנצר'ס קעניגרייך. אין צענטן טאג פון צענטן מאנאט, איז ער געקומען מיט זיין גאנצע מיליטער אייננעמען ירושלים. און עס האט זיך געשטארקט דער הונגער אין שטאט, מענטשן האבן נישט געהאט קיין ברויט און אין צוועלעפטן יאר פון צדקיהו המלך'ס קעניגרייך, און צענטן מאנאט אין ניינטן טאג, איז די שטאט איינגענומען געווארן.

"ובחודש החמישי, בעשור לחודש, ... בא נבוזראדן רב טבחים... וישרף את בית ה' ואת בית המלך, ואת כל בתי ירושלים... ואת כל חומת ירושלים סביב נתצו... ואת יתר האמון (ההמון) הגלה נבוזראדן רב טבחים" (ירמיהו נב) - און אין פינפטן מאנאט, אין צענטן טאג, איז געקומען דער גרויסער מערדער נבוזראדן. פערברענט דעם בית המקדש. דעם הויז פון קעניג און נאך פילע הייזער אין ירושלים. און די גאנצע חומה ארום די שטאט האט ער אונטער געצינדן. און די איבערגעבליבענע פון די אידן האט דער גרויסער מערדער נבוזראדן, גענומען אין געפענגעניש.

קומט אויס, דער אנהייב פון די שלעכט'ץ איז געווען אין עשרה בטבת, דען דאן האט אנגעהויבן די בעלאגערונג, און די מענטשן פון ירושלים זענען געווארן
אין ענקשאפט, ביז די חומות פון שטאט זענען געפאלן, דער בית המקדש איז פערברענט געווארן, און יהודה איז געגאנגען אין גלות.

אנדערע פאסט טעג אויב עס קומט אויס פרייטאג אדער שבת, פאסט מען דאנערשטאג אדער זונטאג, אנדערש איז עשרה בטבת וואס דער תענית וועט מען דארפן פאסטן אפילו עס געפאלט פרייטאג אדער [שבת].

פארוואס פאסטן מיר? נישט נאר ווייל דער בית המקדש איז חרוב געווארן, נאר מיר קלאגען פארוואס עס איז נאך נישט צוריק אויפגעבויעט געווארן, פיל מצוות קענען מיר נישט מקיים זיין אהן דעם בית המקדש.

די גמרא זאגט, ווער עס איז זיך נישט מצער וועגן חורבן, ער עסט אין דעם יום תענית במזיד, וועט זיין שטראף זיין, ווען משיח וועט קומען, וועט ער נישט זוכה זיין צו זעהן די שמחת הגאולה, און זיך נישט קענען מיט פרייען.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:35 pm

הלכות תענית בקיצור

א) מען הייבט אהן צו פאסטען אינדערפרי, פון עלות השחר.

ב) ביז עס ווערט נאכט נאך מעריב טאר מען נישט עסען אדער טרינקען.

ג) ביי שמונה עשרה שחרית, זאגט נאר דער חזן ענינו פאר רפאינו מיט די ברכה ברוך אתה ד' העונה וכו'.

ד) אלע מענטשען וואס פאסטען דארפן זאגען ענינו ביי מנחה אינמיט'ן די ברכה פון שמע קולינו און מען ענדיגט נישט די ברכה העונה, נאר כי אתה שומע.

ה) אויב מען פארגעסט ענינו דארף מען נישט איבער דאווענען

ו) מען ליינט קריאת התורה סיי ביי שחרית און סיי ביי מנחה, די קריאה פון ויחל משה, וואס געפונט זיך און פרשת כי תשא.

ז) ביי מנחה זאגט מען די הפטרה דרשו וגו'.

ח) נאך די הויכע שמונה עשרה זאגט מען אבינו מלכינו.

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 5:42 am

אלס פיין און וואויל, אבער דעם לעצטן סעיף אז מען זאגט אבינו מלכינו, פון וואנעט נעמסטו דאס ?

פארוואס פירן זיך נישט די אונגארישע אידן צו זאגן אבינו מלכינו ביי אלע תעניות ?

ברענג עפעס מקורות, ווער זאגט יא און ווער נישט, איך זוך שוין לאנג אויף די נושא.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 7:06 pm

די חתם סופר אין א דרשה ז' אדר זאגט א טעם פארוואס מען וואלט ווען געפאסט עשרה בטבת ווען עס וואלט געפאלן שבת

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 3:45 pm

קומענדיגען זונטאג וועט אויספאלן דער תענית עשרה בטבת, יה"ר אז מיר זאלען נישט ברויכען פאסטן נאר זוכה זיין צום צום העשירי יהיה לנו ליום שמחה ואורה בביאת בן דוד גואלנו.

[דערווייל זעהן מיר אז עטליכע תגובות פונעם רבין ז"ל הרב בני היכלא זענען דא אויך אוועגעקומען מיטן שטראם, ועל דא וודאי קא בכינא, עס עפנט פריש אויף די וואונדען און קאשמארען פון יענע צייטן.]

יוד איינער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:07 pm

תגובהדורך יוד איינער » מוצ"ש דעצמבער 26, 2009 7:38 pm

יא יא מארגן איז דער טאאנעס, דוכט זיך אז דער מלוה מלכה העט זיין מער אפעטיטליך לאור פונעם מארגנדיגער דאטום,
אני ממליץ לכל אחד לזכור כי הלבוש היפה ביותר הוא "החיוך".

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג דעצמבער 27, 2009 8:24 am

מיללער האט געשריבן:מיר אלע ווייסן אז מארגן ביום עשרה לטבת איז א תענית, פאר חסידים הראשונים שטייט אין שו"ע איז שוין ביום ח' וט' אויך א יום שמתענין, איז אינטערעסאנט אז דער מחבר איז מסביר די סיבות התעניתים זאגט ער אז ביום ח' טבת האט מען איבערגעטייטשט די תוה"ק פאר תלמי המלך וירדה חושך לעולם, וביום ט' לא נודע מה צרה היה בו, זאגט דער מגן אברהם, אז ביום ט' איז נפטר געווארן עזרא הסופר און דאס איז די סיבת התענית.
שטעלט זיך דער חתם סופר, וויאזוי איז דאס אז דער מחבר שרייבט לא נודע מה היה בו, און דער מג"א ברענגט אזא פשוט'ע זאך, זאגט ער אז עזרא הסופר האט מנחיל געווען דעם כתב אשורית ולשון הקודש פאר כלל ישראל, ווי ער איז מבאר באריכות איז דאס בבחינת קבלת התורה שבע"פ אזויווי קבלת התורה בכתב על הר סיני ע"י משה רבינו, ממילא זאגט ער אז מ'טייטשט איבער די תוה"ק איז דאך שוין די ירושה פון עזרא הסופר בכלל נישט קיין ארטיקל, ממילא האט מען נישט געקלאגט מער על מיתתו.
דער מחבר האט אויך געוואוסט אז ביום ט' טבת נסתלק עזרא הסופר, ער זאגט נאר "לא נודע" דער עולם האט נישט געכאפט "מה צרה היה בו" וואס איז די צרה.
ודפח"ח.

(געהערט פון ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א)

אינעם היינטיגן פיוט האב מיר דאך דערמאנט אז עזרא איז נסתלק געווארן בט':
זועמתי בתשעה בו בכלימה וחפר, חשך מעלי מעיל הוד וצפר[טייטש?], טורף טרוף בו הנותן אמרי שפר, הוא עזרא הסופר.

ווי אזוי לערנט מען פשוט, דער מחבר האט נישט געזאגט די סליחה?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » זונטאג דעצמבער 27, 2009 11:13 am

רחום זה קלי, אל לעד תזנח,
ארכו ימי אבלי, ועוד לבי נאנח,
שובה אל לאהלי, מקומך אל תנח,
שלם ימי אבלי, כי תבא על שכרי,

השם מנת חלקי, חושה לי לעזרה,
ופתחת שקי שמחה לי לאזרה,
ותגיה את חשכי, באורך להאירה,
את נשף חשקי, כי אתה נרי,

אוי דער פייטן אברהם יצחק אפרים רייסט דאך ביים הארץ, און ביים כסא הכבוד, און ער פירט אויס,

מיגון ואנחה, פדה אל את נפשי,
עשה לעמך הנחה, מלכי וקדושי,
התפוך לרוחה, את צום החמישי,
לששון ולשמחה, צום הרביעי וצום העשירי,

אה ווען וועלן מיר שוין זוכה זיין,
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג דעצמבער 27, 2009 5:38 pm

farshlufen האט געשריבן:אינעם היינטיגן פיוט האב מיר דאך דערמאנט אז עזרא איז נסתלק געווארן בט':
זועמתי בתשעה בו בכלימה וחפר, חשך מעלי מעיל הוד וצפר[טייטש?], טורף טרוף בו הנותן אמרי שפר, הוא עזרא הסופר.

ווי אזוי לערנט מען פשוט, דער מחבר האט נישט געזאגט די סליחה?


הרב פארשלאפען,
אבער וויא דער חת"ם סופר לערענט פשט איז נישט שווער, און דער בית יוסף האט טאקע יא געזאגט די סליחה.

אגב, איך האב נאך געהערט דער שטיקעל חת"ם סופר וואס מיללער האט געברענגט נאך און ישיבה פון מאטעסדארפער רב ז"ל.
און איך געדענק וויא אינז בחורים און קלאס זענען שטארק נתרגש געווארען פון דער פשט.

 
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 27, 2009 6:12 pm

ווייסט איינער פארוואס מיר זאגען נישט "אבינו מלכינו" ביום תענית צבור?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 27, 2009 8:18 pm

פארשלאפן,
צפר איז נישט מל' צפירה? וואס איז א וואריאציע פון שיינקייט

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג דעצמבער 27, 2009 8:51 pm

קרעמער האט געשריבן:ווייסט איינער פארוואס מיר זאגען נישט "אבינו מלכינו" ביום תענית צבור?

דאכט זיך מיר אז נאר און חסידישע פלעטצער האט מען נישט געזאגט.
ווען איך האב נאך געארבעט, פלעג איך דאווענען מנחה און די 'אגודה' אפיס. דארט איז געווען א ספר תורה צום ליינען. מען האט געדאווענט נוסח ספרד און מען האט יא געזאגט 'אבינו מלכינו'.
היינט עשרה בטבת האב איך געדאווענט מנחה און א בית מדרש אהנגעפירט דורך ר' משה ביק ז"ל אן אייניקעל.
מען האט יא געזאגט. אויף מיין פראגע פארוואס, האט מען מיר געזאגט אז ער טוהט אוויא ער האט געזעהן ביי זיין זיידען ר' משה ביק ז"ל.
the SCY is the limit

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » זונטאג דעצמבער 12, 2010 1:04 pm

די גאנצע מנהג פון זאגן אבינו מלכינו ביום התענית האט זיך אנגעהויבן בערך הונדערט יאר צוריק, און אויך נאר ביי אשכנזים
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » דאנארשטאג דעצמבער 16, 2010 9:12 pm

יעלה‎ ‎ויבוא
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » זונטאג ינואר 01, 2012 12:34 pm

דעם דאנערשטאג

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג ינואר 01, 2012 2:07 pm

דער חתם סופר זאגט א פחד פון א ווארט פארוואס עשרה בטבת וואלט מען געדארפט פאסטן אפילו שבת משא"כ ט באב נישט,
זאגט ער ווייל ט באב איז א תענית אויף די עבר אז די ביהמ"ק אי זחרוב געווארן משא"כ י טבת איז א טענית ווייל עס איז אויף להבא ווייל מען איז דן צו משיח זאל קומען די יאר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך ינואר 04, 2012 7:01 am

א חידוש וואס מען וועט טוהן ביי אונזער פריע מנין פאר די ארבייטערס
אונז וועלען מיר זאגען די סליחות פאר דאס דאווענען....
נאך פאר זמן משיכיר
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 04, 2012 7:46 am

א פיינע פלאן, אפשר מאכן מיר עס אויך, באמת קומט ,דאך סליחות ביי ברכת סלח לנו
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך ינואר 04, 2012 8:12 am

אין אשי ישראל שרייבט ער אז מען מעג זאגען סליחות פאר דאס דאווענען אזוי ווי פאר ראש השנה
והסכים לזה הרב דביהמ"ד דידן
וויבאלד דער פריעסטע זמן תפילין איז 6.57
און מען שטעלט זיך אויף א תענית 6.30
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך ינואר 04, 2012 12:11 pm

פונקטליך האט געשריבן:די גאנצע מנהג פון זאגן אבינו מלכינו ביום התענית האט זיך אנגעהויבן בערך הונדערט יאר צוריק, און אויך נאר ביי אשכנזים

פונקט קאפויער, דער ארגינעלער אמירת אבינו מלכינו איז ביום התענית כמבואר במס' תענית (דף כ"ה דאכטזיך).

ויש להאריך עוד.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 3:41 am

ברוך השם געהאט א פעסטע מנין היינט
אהנגעהויבען מיט די סליחות און ממשיך געווען מיט שחרית....
א גערינגע תענית צו איעדען
ונזכה שיהפך לששון ולשמחה
געראדע דער איידעם פון חלקת יואב איז געבוירען עשרה בטבת
און עס איז דא א גאנצע דיקע ספר וועגען עשרה בטבת לזכרו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 2:35 pm

פונקט היינט געלערנט אין כף החיים בשם יפה ללב אז ווען מען פאסט איינע פון די תעניתים לזכר החורבן זאל מען אינזין האבן אפצוקומען אויף דעם וואס מען איז נכשל געווארן צו הערן מוזיק באיסור במשך דעם יאר!

זעה סעיף קטן ל':
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=251

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » פרייטאג דעצמבער 13, 2013 12:46 pm

זיידעניו האט געשריבן:הלכות תענית בקיצור

א) מען הייבט אהן צו פאסטען אינדערפרי, פון עלות השחר.

ב) ביז עס ווערט נאכט נאך מעריב טאר מען נישט עסען אדער טרינקען.

ג) ביי שמונה עשרה שחרית, זאגט נאר דער חזן ענינו פאר רפאינו מיט די ברכה ברוך אתה ד' העונה וכו'.

ד) אלע מענטשען וואס פאסטען דארפן זאגען ענינו ביי מנחה אינמיט'ן די ברכה פון שמע קולינו און מען ענדיגט נישט די ברכה העונה, נאר כי אתה שומע.

ה) אויב מען פארגעסט ענינו דארף מען נישט איבער דאווענען

ו) מען ליינט קריאת התורה סיי ביי שחרית און סיי ביי מנחה, די קריאה פון ויחל משה, וואס געפונט זיך און פרשת כי תשא.

ז) ביי מנחה זאגט מען די הפטרה דרשו וגו'.

ח) נאך די הויכע שמונה עשרה זאגט מען אבינו מלכינו.


כשחל בערב שבת.

א.א) אלע הלכות איז די זעלבע ווי יעדעס יאר

א.ב) מיט א אויסנאם אז מ'מעג זיך וואשן לכבוד שבת (אפי' לויטן ב"ח).

א.ג) מ'שטעלט זיך דאווענען מנחה פריער ווי יעדע וואך ווייל מ'ליינט ויחל, און מ'וויל קענען מאכן קידוש ביים זמן.

א.ד) מ'קען נישט אויספאסטן פריער ווי די צאת אפי' מ'קען מקבל שבת זיין פריער. (בלשון הפוסקים, אתה יכול לעשות מיום ו' שבת, אבל אין אתה יכול לעשות מ'יוד טבת י"א טבת)
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג דעצמבער 13, 2013 1:38 pm

א.ד) מ'קען נישט אויספאסטן פריער ווי די צאת אפי' מ'קען מקבל שבת זיין פריער. (בלשון הפוסקים, אתה יכול לעשות מיום ו' שבת, אבל אין אתה יכול לעשות מ'יוד טבת י"א טבת)


:?: :?:
לפי כמה מגדולי הוראה מעג שוין עסען בין השמשות ביי א תענית דרבנן
ספיקא דרבנן לקולא

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מוצ"ש דעצמבער 14, 2013 3:48 pm

למעשה פיהרט מען זיך דאך נישט אזוי
אפילו כשחל באמצע השבוע
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט