עשרה בטבת
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- Alien
- שר חמש מאות
- תגובות: 820
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
- לאקאציע: אין מיין UFO
עשרה בטבת תשע"ו - קלענסטע טאג פון די יאר
Alien
פה לבנה יצ"ו
פה לבנה יצ"ו
תענית "עשרה בטבת"
ווייל אין דעם טאג י טבת האט נבוכדנצאר מלך בבל, ארומגענומען און באלאגערט ירושלים עיה"ק מיטן ציל אריינצונעמען אונטער זיין הערשאפט אויך ארץ ישראל. וואו עס שטייט אין פסוק (ירמי' נ"ב ד) וַיְהִי בַשָּׁנָה הַתְּשִׁעִית לְמָלְכוֹ, בַּחֹדֶשׁ הָעֲשִׂירִי בֶּעָשׂוֹר לַחֹדֶשׁ, בָּא נְבוּכַדְרֶאצַּר מֶלֶךְ-בָּבֶל הוּא וְכָל-חֵילוֹ עַל-יְרוּשָׁלִַם, וַיַּחֲנוּ עָלֶיהָ; וַיִּבְנוּ עָלֶיהָ דָּיֵק, סָבִיב. (פסוק ה) וַתָּבֹא הָעִיר, בַּמָּצוֹר, עַד עַשְׁתֵּי עֶשְׂרֵה שָׁנָה, לַמֶּלֶךְ צִדְקִיָּהוּ.
ווי מזעהט דארט אין פסוק ווייטער, האט זיך עס פארצויגן די ביילאגערונג אויף ירושלים ארום 2 און א האלב יאר, ביז ט תמוז ווען די מויערן זענען אויפגעבראכן געווארן און די שונאים זענען אריינגעקומען אין ירושלים און אויסגעטיילט צרות צרורות פאר כלל ישראל, געשחט'ן און געהארגט, גענומען אין געפענגעניש דאס שענסטע פון כלל ישראל, א חודש שפעטער י' אב איז נבוזראדן אריינגעקומען אין פארברענט דעם הייליגן בית המקדש און די אידן זענען גענומען געווארן קיין בבל אינטער גאר שווערע אומשטענדן. צוליב דעם וואס עשרה בטבת איז געווען די התחלה פון די פרענות, האבן חז"ל דאס קובע געעווען פאר א יום תענית, און די תענית איז גאר הארב, אז אפילו אויב עס וואלט געפאלן אין שבת וואלט מען געפאסט אום שבת.
(בעצם האבן חז"ל קובע געווען די תענית אויף נאך 2 געשענישן וואס איז געשעהן אין די טעג, ח' טבת איז די תורה הק' איבערגעטייטשט געווארן צום יוונישע שפראך, וואס דאס האט אראפגעברענגט א גרויסע חשכות אויף די וועלט פאר 3 טעג, ט' טבת איז נפטר געווארן עזרא הסופר און די נביא נחמיה, און י' טבת איז געווען די ביילאגערונג אויף ירושלים ווי פריער געשריבן.)
חובת היום: נישט עסן און טרינקן, פארמינערן תענוגים, כדי זיך צו דערמאנען און ערוועקן פון די צרות וואס כלל ישראל און כביכול הקב"ה איז אדורך אין די תקופה, און דאס זאל צוברענגן אז מזאל תשובה טון, ווייל חז"ל זאגן דאך אז "כל דור שלא נבנה בית המקדש בימיו כאילו נחרב בימיו", וואס דאס באדייט, אז ווי נאר מ'טוט תשובה כראוי וועלן מיר שוין זוכה זיין צו בנין בית השלישי בביאת הגואל צדק.
ויה"ר מזאל מיר שוין זוכה זיין במהרה צום: 'כֹּה אָמַר ה' צְבָאוֹת צוֹם הָרְבִיעִי וְצוֹם הַחֲמִישִׁי וְצוֹם הַשְּׁבִיעִי וְצוֹם הָעֲשִׂירִי - יִהְיֶה לְבֵית יְהוּדָה לְשָׂשׂוֹן וּלְשִׂמְחָה וּלְמֹעֲדִים טוֹבִים"'. אמן

- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
שמונה האט געשריבן:טאקע? האט געשריבן:פלעכטער האט געשריבן:מעג מען הערן מוזיקה עשרה בטבת?
?
על פי הלכה נישט
און על פי וואס, מעג מען יא?
צוריק צום ענין... אזוי ווי א גאנץ יאר? אדער משום האי יומא דקא גרים?
ווי פלעגט שארמאשער רב זי"ע זאגן, וועגן די ניס אין די אלול טעג, וואס איז סך הכל א מנהג, רופט מען פרעגן דעי ניס יענע ניס, מותר, אסור...
אבער מוזיק וואס איז א הלכה אין ש"ע פרעגט קיינער נישט.....
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4410
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
- פארבינד זיך:
Re:
די פמ“ג (א“א סי' תקנ“א סק“י) זאגט וריקודין ומחולות... וי“ז בתמוז ועשרה בטבת יש להחמיר באפשר כמו מראש חודש (אב) עד התעניתנו גוט נו שוין האט געשריבן:און על פי וואס, מעג מען יא?שמונה האט געשריבן:על פי הלכה נישטטאקע? האט געשריבן:?פלעכטער האט געשריבן:מעג מען הערן מוזיקה עשרה בטבת?
צוריק צום ענין... אזוי ווי א גאנץ יאר? אדער משום האי יומא דקא גרים?
ווי פלעגט שארמאשער רב זי"ע זאגן, וועגן די ניס אין די אלול טעג, וואס איז סך הכל א מנהג, רופט מען פרעגן דעי ניס יענע ניס, מותר, אסור...
אבער מוזיק וואס איז א הלכה אין ש"ע פרעגט קיינער נישט.....
ועיין ביה“ל סי' תקנ“א ס“ב
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר

Re: עשרה בטבת
אז איינער מאכט א שבע ברכות אור לעשרה בטבת איז אויך אסור? (שבעה עשר בתמוז איז אסור לכל הדעות)
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4410
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
- פארבינד זיך:
Re: עשרה בטבת
עיין שו“ת אבן ישראל ח“ז סי' כ“חהרב_שלום האט געשריבן:אז איינער מאכט א שבע ברכות אור לעשרה בטבת איז אויך אסור? (שבעה עשר בתמוז איז אסור לכל הדעות)
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=674&pgnum=68
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
-
- שר העשר
- תגובות: 24
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 8:03 pm
Re: עשרה בטבת
איך זוך א pdf פאר די קריאה פון ויחל און די הפטורה. תזכו למצוות!