ספעציעלע חנוכה פראיעקט: אין די מנורה'ס פיסטריט

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:06 pm

פארוואס ביז נעקסטע וואך ??

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:38 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אזוי דעם פראבלעם פון טמא'נע חיות אריינג'קריצט אין די מנורה. זענען נישט געווען בילדער פון לייבן מיט אדלערס אין משכן? מין טמא! דוכט זיך אז אויף דן'ס פאן איז געווען א שלאנג. וכו'.


ערשטנ'ס איז נישט אזוי שווער, ווייל דער רבוש"ע האט פונקטליך געוויזן פאר משה רבינו ע"ה פונקטליך וויאזוי צו מאכן די מנורה, וכמראה אשר הראה אותו כן עשה את המנורה. אויב ואלט געווען דארט צורות פון חיות וואלט עס די תורה געשריבן אלא מאי איז א דאס קלאר נישט געווען! יעצט איז די ספק צו דער מנורה אויף שער טיטוס איז פון ביהמ"ק.

טמא'נע חיות איז געווען אויפן פאן איז נישט קיין סתירה און עס סימבאליזירט דאך גרויסע זאכן, דאס וואס דו זאגסט וועגן די משכן וואס האט געהאט בילדער פון לייבן און אדלער'ס צ"ע בזה פון וואנעט דו נעמסט עס אז עס האט געהאט בילדער פון לייבן און אדלער'ס, האט עס נאך א מקור חוץ די פיקטשער'ס פון די אונטערשטע בלעטער אין די חומשים?

קען זיין עס האט א מקור, אדרבא אויב ברענגסטו מיר א מקור, וועלן מיר זיך מתעמק זיין דערין.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:53 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אזוי דעם פראבלעם פון טמא'נע חיות אריינג'קריצט אין די מנורה. זענען נישט געווען בילדער פון לייבן מיט אדלערס אין משכן? מין טמא! דוכט זיך אז אויף דן'ס פאן איז געווען א שלאנג. וכו'.


טמא'נע חיות איז געווען אויפן פאן איז נישט קיין סתירה און עס סימבאליזירט דאך גרויסע זאכן, דאס וואס דו זאגסט וועגן די משכן וואס האט געהאט בילדער פון לייבן און אדלער'ס צ"ע בזה פון וואנעט דו נעמסט עס אז עס האט געהאט בילדער פון לייבן און אדלער'ס, האט עס נאך א מקור חוץ די פיקטשער'ס פון די אונטערשטע בלעטער אין די חומשים?

קען זיין עס האט א מקור, אדרבא אויב ברענגסטו מיר א מקור, וועלן מיר זיך מתעמק זיין דערין.

רש"י (תרומה כו, א) אויף "כרובים" זאגט אז ס'געווען אויף איין זייט א נשר און אויף די אנדערע זייט א אריה.

חוץ פון דעם האט שלמה המלך געשטעלט ביים בהמ"ק ראשון פארשידענע ציורים, ווי אויך די כיור וואס ער האט געמאכט האט געהאט ציורים פון חיות.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג דעצמבער 25, 2016 5:32 pm

אקעי, מיר זענען פארקראכן פון די נושא.

דא וועט איר קענען מפלפל זיין דערמיט.

מיר וועלן זיך האלטן צום טעמע וואו די מנורה איז אנגעקומען, און שאלות איבער דעם וועלן מיר גערן ענטפערן!

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 6:36 am

וויפיל מאל דארף איך שרייבן אז זאפטיגער האט עפעס א צודרייטע שריפט??

נא_שכל האט געשריבן:רש"י (תרומה כו, א) אויף "כרובים" זאגט אז ס'געווען אויף איין זייט א נשר און אויף די אנדערע זייט א אריה.

חוץ פון דעם האט שלמה המלך געשטעלט ביים בהמ"ק ראשון פארשידענע ציורים, ווי אויך די כיור וואס ער האט געמאכט האט געהאט ציורים פון חיות.

מיינסט נאוואדע די פרוכת.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 5:02 pm

מיר האבן גרייט חלק ב' שוין אפגעשריבן מיט די בילדער און אלעם ארום, אבער היות עס קאכט זיך יעצט מיט די פארמעסט און דער עולם האט גענוג און איבעריג וואס צו ליינען, וועלן מיר עס ארויסלייגן אי"ה דאנערשטאג נאכמיטאג.
אנטשפרעכט צו זיין אינטערעסאנט און תוכנ'דיג.

וואו איז די מנורה?!

אינעם טיבער טייך?

נהר טיבר.jpg
נהר טיבר.jpg (7.63 KiB) געזעהן 2387 מאל


אין וואנדאלישע הענט?

מלך הונדלים.jpg
מלך הונדלים.jpg (12.62 KiB) געזעהן 2387 מאל


א הייל אין ירושלים?

מערה.jpg
מערה.jpg (10.86 KiB) געזעהן 2387 מאל

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 5:16 pm

אדער גאר אינעם ביזאנטישן קלויסטער?

כנסיית ביזנטים ירושלים.jpg
כנסיית ביזנטים ירושלים.jpg (10.36 KiB) געזעהן 2387 מאל


צו אין די רומישע וואטיקאן?


ותיקן.jpg
ותיקן.jpg (10.53 KiB) געזעהן 2387 מאל


פאלגט נאך מיט שפאנונג קומענדיגן דאנערשטאג!

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

נו, וואו טאקע איז די מנורה?!

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 7:48 am

ווי מיר האבן געשריבן פארגאנגענעם וואך, האט טיטוס גענונמען די מנורה פון בית המקדש מיט זיך קיין רוים. און כאטש וואס עס איז דא ספיקות איבער די מנורה וואס מען זעט אויסגעקריצט אויפן שער טיטוס, צי דאס איז טאקע די זעלבע מנורה פון בית המקדש, דאך טרעפן מיר אין פארשידענע אנדערע מקורות אז די מנורה איז אנגעקומען קיין רוים. די פראגע איז נאר: איז עס געבליבן אין רוים אדער האט עס פון דארט געכאפט א שפאציר אויף ווייטער? לאמיר באטראכטן ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער דעם לכבוד חנוכה.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

איינגעזינקען אין דער ערד

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 2:14 pm

אין די רומישע היסטאריע ביכער ווייסן זיי צו דערציילן איבער א גאר מאדנער געשיכטע וואס האט פאסירט מיט די מנורה.

אין דעם רומישן קולטור האט מען זייער געגליכן צו שטאלצירן אין די גאסן מיט גערויבטער כלים (מען זעט אויך ווי ביי אנדערע מלוכות פלעגט מען דאס טוהן, א שטייגער ווי נבוכדנצאר האט גענוצט די כלי המקדש ביי זיינע הולטיי פארזאמלונגען, אזוי אויך האט אחשורוש ארויסגעברענגט די כלי המקדש ביי זיין גרויסע סעודת שמונים ומאת יום).

פארציילן זיי אז איינמאל האט מען ארויסגענומען די מנורה אויפן גאס מיט אלע אידישע געפאנגענע, און מען האט זיי אויסגעשטעלט אין שורות מארשירן מיט קייטן, ווען אין צענטער טראגט מען ארום די מנורה מיט איר פולן פראכט, אנגעצונדן מיט אלע אירע לעמפלעך.

דער צער וואס איז געווען אויסגעגאסן אויף זייערע געזיכטער ווערט געשילדערט מיט גרויס פרייד אין די רומישע ביכער, אבער דאן האט פאסירט עפעס וואס האט גענצליך פארווישט זייער שמחה פון איין מינוט אויפן צווייטן.

די פילע אידישע געפאנגענע האבן מארשירט ביזן טייך 'טיבער' אין רוים, און דארט האט מען זיי אראפגעשטעלט אין די גרויסע בערג פון בלאטע און מאראסט, צו שטיין מיטן מנורה. די אידן האבן נישט געקענט אויסהאלטן דעם ווייטאג וויאזוי די כלי המקדש ווערן פארשוועכט, און פלוצים האט מען געהערט א זעץ. די געפאנגענע האבן אריינגעשליידערט די מנורה אין מאראסט.
עס האט נישט גענומען לאנג און די מנורה האט זיך אריינגעגליטשט טיפער אין די אפגרונדן פון די גרויסע בלאטע, פון דארט אריין צום וואסער... עס איז געווארן א בהלה, די רומיים האבן געשאלטן, געטיילט ברוטאלע קלעפ און פרובירט עס צו ראטעווען, עס איז אבער געווען צו שפעט, די מנורה איז פארשוואונדן געווארן...

דאס איז אן אויסגעקריצטן בילד אינעם רומישן אינטערנאציאנאלן אנטיק מוזעאום, וויאזוי אידישע קינדער ווערן געצווינגען צו פירן די מנורה אין גרויס שאנדע. (מערקט די מנורה האט א צווייטע צורה ווי די פון שער טיטוס...)

רומישע אנטערנעשענאל מוזיאן.jpg


ליגט טאקע דא די מנורה? באטראכט גוט דעם בילד פונעם טיבער טייך, איר טרעפט דארט גארנישט?!

דער טיבער טייך.jpg
דער טיבער טייך
דער טיבער טייך.jpg (9 KiB) געזעהן 2328 מאל

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

דערטראנקען אויפן וועג קיין אפריקע

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 2:18 pm

אנדערע היסטארישע מקורות קומען מיט א צווייטע געשיכטע וואו אהין די מנורה איז געגאנגען נאך רוים, אויך זיי האלטן אז עס איז געבליבן אין וואסער.

דאס איז געווען אין די צייטן פון די ביטערע קאמפן צווישן די קאטוילישער קירכע מיט די וואנדאלן. די וואנדאלן זענען געווען א גרופע וואס האבן נישט געהאלטן פון די קריסטליכע רעליגיע, און נישט אויסגעהאלטן צו זען וויאזוי די גלחים טוען מיט די אומוויסנדע פלאטשיגע פויערן וואס זייער הארץ באגערט.

די וואנדאלן האבן מלחמה געהאלטן מיט א שטייפע האנט קעגן דעם קירכע, אוןן וואו זיי זענען אנגעקומען האבן זיי געמאכט איבערקערענישן און איבערגעלאזט א תוהו ובוהו, אויף אזוי ווייט אז דער אויסדרוק פון איבערדרייען און פלינדערן איז געבליבן ביז היינט "וואנדאליזירן" על שם די וואנדאליסטישע אקציעס.

איין טאג האבן זיי זיך גענומען צו די ביינער פון רוים. 14 טעג האבן זיי אין שפיץ פון זייער פירער גאזריך געבונטעוועט און איבערגעקערט, און צום סוף האבן זיי אריינגעשטורעמט אין דעם רוימישן זאל וואו עס איז געלעגן אויסגעלייגט אלע זייערע גערויבטע כלים במשך די פילע יארן וואס רוים האט איינגענומען לענדער, און די וואנדאלן האבן עס מיטגענומען מיט זיך קיין אפריקע.
אונטערוועגנס האט דער שיף נישט געקענט פארנעמען דעם לאסט און האט זיך איבערגעבראכן, דערטרענקענדיג מיט זיך אלע אוצרות צוזאמען מיט די הונדערטער קעמפער און מאטראזן.

דאס איז אן אור אלטער בילד וויאזוי די וואנדאלן פירן ארויס די מנורה פון רוים:

ונדלים והמנורה.jpg
די מנורה אין וואנדאלישע הענט
ונדלים והמנורה.jpg (12.56 KiB) געזעהן 2327 מאל


און דאס איז ווידער אן אויסגעקריצט בילד, פון א שיף וואס באלאנגט צום וואנדאליסטישן שיף - פלאטע. האט דאס געטראגן די מנורה?!

ספינה מצי הונדלי.jpg

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

צוריק קיין ירושלים

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 2:22 pm

דאס איז איין ווערסיע פון דעם געשיכטע, עס איז אבער פארהאן נאך א גירסא וואס שפינט ווייטער די געשיכטע, אז דער שיף איז יא אנגעקומען בשלום קיין קארגאטא שבאפריקע, צום אפיציעלער וואנדאליסטישער הויפטקווארטיר, וואס איז געווען אין פאלאץ נעבן דעם קעניגס שטוהל.

אבער די רוימישע חברה האבן נישט געוואלט אזוי שנעל אויפגעבן דעם מנורה, האבן זיי געשיקט זייערע ארמייען דאס צוריקצוברענגען. אבער די ביזאנטישער קעניגרייך האט זיך אויך פארשמעקט אין די מנורה, האט דער קעניג יוסטיאנוס זיי פארגעלאפן אין וועג מיטן שיקן זיין גרויסער גענעראל בלסיריוס וואס האט אטאקירט די וואנדאלן, און כאפנדיג די מנורה האט ער אפגעטראגן פון דארט גראד צו זיין היימשטאט וואו ער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד.

אט דאס איז דער העלדישר גענעראל בלסיריוס:
בלסיריוס.jpg
בלסיריוס.jpg (7.89 KiB) געזעהן 2326 מאל


נאר וואס, פון די טאג וואס די ביזאנטן האבן ערהאלטן די מנורה, האט א רייע פון אומנאטורליכע מכות גענומען באפאלן דאס לאנד. מענטשן זענען געפאלן מיט מחלות וואס מ'האט נישט געקענט אידענטיפיצירן, ערדציטערנישן זענען געווארן א טייל פון די לאנגווייליגע נייעס, און א הונגער האט זיך אראפגעלאזט מיטן פולסטן קראפט.

די אידישע רייטגעבער האבן אויפגעקלערט דעם קעניג - וואס איז געוען א שטארק גלויביגער - אז פאר זיין טובה זאל ער פארטרייבן די מנורה פון זיין לאנד, עס ברענגט אים נאר צרות. אזוי האט ער געטוהן, און אפגעשיקט די מנורה צוריק צו איר אריגינעלער דעסטינאציע: ירושלים.

וואו אין ירושלים איז עס אנגעקומען? דער ביזאנטישער קעניג האט געהאט א גרויסער קלויסטער אין ירושלים און עס איז לכאורה אהין אפגעשיקט געווארן, אבער דער קלויסטער איז געווארן אמאל שטארק געשעדיגט פון א פאגראם און איז חרוב געגאנגען עד הסוף.

דאס איז דער דערשראקענער קעניג וואס האט פארטריבן די מנורה...
יוסטינאוס מלך הביזנטי.jpg
יוסטינאוס מלך הביזנטי.jpg (26.28 KiB) געזעהן 2326 מאל

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

דער חפץ חיים לאזט נישט דערציילן!

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 2:24 pm

עס ווערט דערציילט די פאלגענדע געשיכטע: צום רב הכולל אין ניו יארק איז אנגעקומען א איד פון ירושלים, מיט א שווערע שאלה. ער האט דערציילט פארן רב אז ער איז א פעלד אייגענטומער אין די געגנט פון ירושלים, און איין טאג אקערנדיג אין פעלד האט ער זיך באגעגנט אין א הייל ממש אונטער זיין פעלד!

אריינקריכנדיג איז אים אנטקעגנגעקומען אן אויסטערלישן שיין, ער האט תיכף געזען דארט גאלדענע בליטשקעדיגע אויסערגעווענליך שיינע כלים! אריינייענדיג טיפער איז ער געווען שאקירט צו טרעפן דארט די מנורה און נאך פארשידענע כלי המקדש, וויל ער וויסן וויאזוי צו האנדלען, און ער האט געהאט א מאפע פון די פונקטליכע פלאץ וואו דער הייל געפינט זיך.

דער רב הכולל האט אים פאר א לאנגע צייט גענומען אויף א פארהער, און נאכן זען אז ער איז א פשוטער איד וואס גיבט די ריכטיגע סימנים, האט אים דער רב הכולל געשיקט צום גדול הדור, דער חפץ חיים.

דער רב הכולל

רבי יעקב יוסף הערמאן.jpg
רבי יעקב יוסף הערמאן.jpg (10.66 KiB) געזעהן 2326 מאל


אנקומענדיג פון ניו יארק צו ראדין צום שטוב פונעם חפץ חיים האט אים דער הייליגער צדיק אויסגעהערט און אויסגעפרעגט, און דאן פעסטגעשטעלט אז עס איז טאקע די כלי המקדש. דאן האט דער חפץ חיים גענומען די מאפע און דאס פארברענט, אים ווארענענדיג אז עס איז נאכנישט געקומען די צייט עס זאל אנטפלעקט ווערן די כלי המקדש, און דערפאר זאל ער צו קיינעם נישט רעדן דערוועגן.

ער איז צוריק אהיין און פארגעסן פון די גאנצע געשיכטע. ערשט נאכן הסתלקות פונעם חפץ חיים האט זיך דער איד דערמאנט דערפון און דערציילט פאר איינעם זיין געשיכטע. דער קומענדיגער צופרי איז דער איד מער נישט אויפגעשטאנען!

האט דער חפץ חיים געוויסט וואו די מנורה ליגט?

חפץ חיים.jpg
חפץ חיים.jpg (4.46 KiB) געזעהן 2326 מאל

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 2:25 pm

קיינמאל געהערט דערפון. זייער אינטערסאנט!

אפשר קענט איר שרייבן וועלכע רומישע ביכער?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

אין די וואטיקאן קעלערן

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 2:28 pm

פאר ארום פיר דורות צוריק האט דער קעניג פון איטאליע באזוכט ליביע, און זיך דארט באקענט מיטן רב פון טריפאלי, רבי יצחק בוכבוזה. דער קעניג איז אזוי אנציקט געווארן פון אים, אזש ער האט אים איינגעלאדנט צו די גרויסע הייראט צערעמאניע וואס ער מאכט בקרוב אין רוים פאר זיין זוהן, ער זאל קומען בענטשן דאס נייע פארפאלק.

דער רב איז טאקע אהינגעפארן און עס איז געווען א גרויסער קידוש השם ווען אלע שרים האבן געהערט און געזען די גרויס כבוד וואס א אידישער רב האט באקומען, פיל מער ווי די אלע בישאפן און קארדינאלן.

רבי יצחק בכבוזה.jpg


וועלנדיג אהיימגיין האט אים דער קעניג געפרעגט מיט וואס ער קען אים צוריק באצאלן פאר די טירחא, האט רבי יצחק געזאגט אז ער וויל אריינגיין אין די קעלערן פון די וואטיקאן, וואו ער האט געהערט אז דארט געפינען זיך די כלי המקדש.

נאך שווערע אנשטרענגונגען האט דער קעניג גע'פועל'ט ביים פויפסט אריינצולאזן דעם אידישן רב אין די הויפקווארטיר און שווארץ אפל פון די קאטוילישער רעליגיע, די וואטיקאן קעלערן. ער איז דארט געווען און ארויסגעקומען בלאס, די כח הדיבור איז פון אים אוועקגענומען געווארן, און איז אנגעקומען אהיים קראנק און שוואך. פערציג טעג שפעטער איז געווען זיין לויה, מיטנעמענדיג די סוד וואס ער האט געזען דארט, מיט זיך אין קבר.

דאס לעצטע מאל וואס דער פויפסט פון רוים - וואס איז פון די איינציגסטע מענטשן וואס האבן צוטריט צו די קעלערן פונעם וואטיקאן - האט באזוכט אין ארץ ישראל, האבן א גרופע איזראעלי אקטיוויסטן אריינגעגעבן קעגן אים א קלאגע ער זאל צוריקגעבן די מנורה און אנדערע כלי המקדש וואס די קריסטן האבן גע'גנב'עט פון כלל ישראל.

דא קענט איר זען דעם פארטאקאל:

תביעה נגד האפיפיור.jpg
תביעה נגד האפיפיור.jpg (5.09 KiB) געזעהן 2325 מאל


ער האט זיך ארויסגעדרייט און געענטפערט אז אויב איז עס אין זיינע הענט וועט ער טוהן וואס ער קען אז די כלים זאלן ליגן ביי וועמען עס באלאנגט...

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 2:28 pm

און דערווייל, וועלן מיר מתפלל זיין אז השי"ת זאל אונז קומען אויסלייזן, עס זאל שוין זיין דער קץ הפלאות, ווען די כלי המקדש וועלן אריינגיין אין דינסט בקרוב ממש בביאת בן דוד, אמן!

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 2:59 pm

הערות והארות יתקבלו בברכה.

נא_שכל האט געשריבן:קיינמאל געהערט דערפון. זייער אינטערסאנט!

אפשר קענט איר שרייבן וועלכע רומישע ביכער?


די ביכער וואס ציטירן היסטאריע ברענגען עס.

אגב, איז עס אויך א מסורה מדור דור ביי די אידישע געמיינדע אין רוים.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 4:04 pm

הערליך שיין, נאך מיט בילדער באגלייט, דאנקע אייך ר' שמעלקע זאפטיגער.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5813
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 5:57 pm

וואו...

גיסט חידושים איינס נאכן צווייטן

ס'איז מיר אינטערסאנט די מקור פון 'וואנדאליזם' קיינמאל געהערט

יישר כח
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 6:11 pm

חידושים נפלאים, וואס אונזער רבי שמעלקע ברענגט דא צוזאם! זאפטיג איז נישט דאס ווארט!

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 8:35 pm

אין ווארשא איז געווען א איד ר' יהושע יוסף כלבו, וואס האט געמאכט א מאדעל פן בית המקדש און די כלי המקדש, און פון ירושלים. ווי אויך האט ער געשריבן עטליכע חיבורים דערויף.

ער שרייבט אז ער האט באזוכט פיר מאל אין וואטיקאן, און דארט האט ער געזען דער פלאן פון בית המקדש געשריבן דורך יוסיפין, ווי אויך איז משמע פון זיינע ווערטער אז ער האט געזען די כלי המקדש דארט, און לפי זה שרייבט ער אראפ און געמאכט די תבנית הכלים.

די ספרים "בנין אריאל" האט ער געשריבן אין אידיש און אין לשון הקודש, ער האט עס צוטיילט און דריי חלקים. צום סוף פון די דריטע באנדהאט ער געלייגט בילדער פון די כלים וואס ער האט געמאכט.


דא האט איר דעם מנורה

מנורה---כלבו.jpg



ער האט אסאך הסכמות אויף זיינע ספרים, אבער פילע האבן מפקפק געווען אויף די קראנטקייט פון א חלק פון זיינע זאכן
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

פד"ף

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 8:59 pm

ליינט און האט הנאה!
צוגעלייגטע
וואו איז די מנורה.docx.pdf
(177.36 KiB) דאונלאודעד 87 מאל

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג ינואר 01, 2017 12:01 pm

זיך אנגעשטויסן אין די מאטריאל אין 'גוט שבת', און יא פיין הנאה געהאט פון דיין תוכן מיט געשמאק.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג ינואר 01, 2017 8:34 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:זיך אנגעשטויסן אין די מאטריאל אין 'גוט שבת', און יא פיין הנאה געהאט פון דיין תוכן מיט געשמאק.


דארט איז עס געווען אנע בילדער, וואס מיר האבן אהערגעשלעפט עקסלוסיוו פאר אידישע וועלט פארומ'ס.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג ינואר 02, 2017 9:53 am

יא איך האב באמערקט הערשט נאכדעם, און טאקע מער הנאה געהאט דא.
און אגב דארט האב איך אויך געזעהן דיינע סחורה פון דעם 'הונגער שטיין' און זייער הנאה געהאט.

חילך לאורייתא. און זיי אונז ווייטער מהנה, מיר האבן נישט געוויסט אז איר האט תוכן צו זיך אויך.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג ינואר 02, 2017 9:55 am

אז דו האסט צייט שיק מיר צו ווי איז דער הונגער שטיין דא אויפן וועלטל.
א דאנק
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט