אשת לוט

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

אשת לוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א גוטן רבותי, איך האף צו אפדעיטן וועכנטליך די ווינקל מיט ידיעות שונות על פרשות השבוע.
די וואך וועלן מיר בארירן די טעמע פון אשת לוט.

פון די גאר אינטערעסאנטע זאכן וואס מיר געפונען אין די וואכעדיגע פרשה, איז די געשיכטע מיט לוט'ס ווייב, וואס האט נישט געפאלגט די באפעל פונעם הייליגן באשעפער און זיך אויסגעדרייט קוקן וויאזוי סדום ווערט איבערגעדרייט, דערפאר האט זי באקומען דער הארבער עונש וואס עס שטייט אין די תורה, "ותהי נציב מלח", זי איז פארוואנדלט געווארן אין א שטיק זאלץ. איז לאמיר זיך ארויסלאזן אויפן יארכע, און זעהן פארשידענע אינטערעסאנטע ידיעות ארום די נציב מלח / אשת לוט.


פארוואס האט זי זיך דאס פארדינט?
די ערשטע שאלה איז, פארוואס זי איז אזוי הארב באשטראפט געווארן. פשוט איז דאך וויבאלד דער באשעפער האט געהייסן נישט צו קוקן, און זי האט עובר געווען אויפן באפעל.
רש"י איז מסביר אז דאס איז געווען א שטראף אויף איר קארגשאפט, און וויבאלד זי האט געהייסן פאר לוט "יקח נא מעט מלח", אז מ'זאל דערלאנגען 'אביסל' זאלץ, ווי גלייך עס האט געפעלט זאלץ ביים גרעסטן עושר פון סדום אינדערהיים – דאס איז דאך לוט – האט מען איר געמאכט אין א שטיק זאלץ, אז זי זאל קיינמאל נישט דארפן מער מאנגלען מיט זאלץ...
אין ילקוט שמעוני ווערט געברענגט אז זי האט זיך אויפגעהאלטן ווייל זי האט רחמנות געהאט אויף אירע חתונה געהאטע טעכטער און דערפאר האט זי זיך פארזוימט, איז זי באדעקט געווארן מיט זאלץ.
איז זי געבליבן פלייש אדער געווארן א שטיק זאלץ?
עס איז אינטערעסאנט אריינצוקלערן אויב זי איז געווארן אינגאנצן א שטיק זאלץ, אדער זי איז געווארן א געזאלצענע שטיקל פלייש, א מענטש איבערגעדעקט מיט זאלץ.
רבי יוסף בכור שור, א מפרש וואס איז געווען פון די בעלי התוספות, שרייבט אז דאס איז געווען א טבע'דיגע זאך און נישט קיין נס. ער זאגט אז זי איז געגאנגען זייער שטאט, וועלנדיג מיטהאלטן פונקטליך וויאזוי די שטורעמישע איבערקערענישן אין סדום שפילן זיך אפ, און וויבאלד זי איז געשטאנען נאנט צום סצענע, איז ארויפגעפלויגן אויף איר קאכעדיגע שוועבל מיט זאלץ פון די "גפרית ומלח שריפה" וואס שטייט אין די תורה, און זי איז געווארן באדעקט און צוגעקלעבט צום ערד. דאס טייטש אז זי איז נישט פארוואנדלט געווארן צו א שטיק זאלץ, נאר זי איז צוגעדעקט געווארן מיט זאלץ און אזוי שוין פארבליבן.
אבער אין גמרא איז משמע אז זי איז יא געווארן איין שטיק זאלץ, ווייל די גמ' זאגט אין די לעצטע מסכתא (דף ע' ע"ב) אז אשת לוט איז נישט מטמא, ווייל נאר א מת איז מטמא און נישט א שטיקל זאלץ. פון דא זעט אויס אז אשת לוט איז נישט געשטארבן, נאר פשוט געווארן א חתיכת מלח.
וואו געפינט זי זיך?
עקזיסטירט נאך היינט דער נציב מלח?! עס זענען דא עטליכע פלעצער וואו מען ווייזט אהן אז דארט געפינט זי זיך, און עס מוז בכלל נישט זיין אז עס איז אזוי, מאן יימר אז אשת לוט האט געהאט אריכות ימים?
דער אנגענומענער מיינונג איז אויף עפעס א געוויסער שטיקל שטיין צווישן די פעלזן אויף 'הר סדום', אז דאס איז דער נציב מלח פון וואס דער פסוק רעדט. פארוואס קלערן זיי אזוי? ווייל עס איז מעגליך אין א צורה פון א מענטש
אבער רוב וויסנשאפטלער זענען סקעפטיש דערצו, וויבאלד דארט אין געגנט מאכט דער קלימאט אז די שטיינער זאלן יעדע שטיקל צייט משנה צורה זיין, טוט די שטיין וואס מ'זאגט אז ס'איז אשת לוט, פשוט וואנדערן פון איין שטיין צום אנדערן, און די שטיין וואס ענדלט די מערסטע צו א צורה פון א מענטש צווישן די אלע, ווערט באקרוינט אויף יענע מינוט דורך די באזוכער אלס אשת לוט.
אויף אזוי ווייט גייען די דמיונות, אז געוויסע אויבערגלויביגע גויים האלטן בשיטה אז לוט'ס ווייב שפאצירט ארום, און פארמאגט מיסטישע כוחות...
"איך האב דאס אליינס געזען"!
במשך די דורות שרייבן אסאך רייזענדע און היסטאריקער, אז זיי האבן באזוכט דעם געגנט, און זיך פערזענליך געטראפן מיט אשת לוט. פון די ערשטע באזוכער איז דער בארימטער אידישער היסטאריקער יוסיפון, וואס שרייבט אין זיין ספר קדמוניות היהודים (חלק א') איבעד די געשיכטע פון אשת לוט, און ער פירט אויס: "איך בין דארט געווען און געזען די נציב מלח, וואס עקזיסטירט נאך ביזן היינטיגן טאג".
ר' רפאל מלכי, דער ירושלימ'ער פרנס ואס איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל אין יאר תל"ז, שרייבט אויך אז ער ווייסט פון מענטשן וואס גייען אהין און באזוכן ביי אשת לוט.
פיל מער פון דעם שרייבט דער ספר הישר (מיר ווועלן נישט אריינקריכן אצינד אינעם שמועס ווער דער מחבר איז און ווי קראנט זיינע ווערטער זענען), און דאס זעלבע שרייבט אויך דער בארימטער רייזענדער רבי בנימין פון טאלעדא, און נאך אנדערע היסטאריקער.
זיי שרייבן אז זיי זענען דארט געווען און געזען א שטיין וואס די איינוואוינער זאגן אים אז דאס איז אשת לוט, און נאכמער דערציילן די ארטיגע תושבים, אז עס קומען זיך צוזאם יעדע נאכט ביי דעם שטיין גאנצעטע סטאדעס פון קוען און שעפסן, זיי לעקן אפ דעם נציב מלח ביז עס בלייבט קוים צוויי טפחים אויף דער ערד, און וואונדער איבער וואנדער, צופרי שטייט אויף אשת לוט מיט א פרישקייט, און קיינער פארשטייט נישט וויאזוי זי וואקסט אזוי שנעל צוריק...
די ברכה אויף אשת לוט
איי וועט איר פרעגן, וואס איז א חילוק צו זי עקזיסטירט נאך? איז דערויף דער ענטפער: צו מאכן אויף איר א ברכה... יא, אין די גמרא (ברכות דף נ"ד) שטייט אז ווען מען באגעגנט זיך מיט לוט'ס ווייב דארף מען מאכן א ברכה... די גמרא זאגט אין די הוא אמינא מ'זאל זאגן א ברכת שבח והודיה פארן באשעפער, פרעגט די גמרא אמער מ'זעט דאך אז זי איז באשטראפט געווארן פארוואס מאכט מען די ברכה פון לויבן? בלייבט די גמ' אז אויף אשת לוט מאכט מען די ברכה 'ברוך דיין האמת', און אויף לוט אליינ'ס זאגט מען 'ברוך זוכר צדיקים'. און אזוי פסקנ'ט א ויך דער מחבר אין שו"ע (או"ח סי' רי"ח ס"ח).
אינטערעסאנט איז אז דער רמב"ם ברענגט בכלל נישט אראפ די הלכה, דערפאר האבן געוויסע געלערנט, אז וויבאלד דער רמב"ם האט געשריבן נאר די אקטועלע הלכות, איז משמע אז היינט צוטאג'ס עקזיסטירט שוין נישט לוט'ס ווייב, און נאר בזמן הגמרא איז עס נאך געווען.
אבער איינע פון די מפרשים שרייבט אז עס איז באקאנט אז אין צייטן פונעם רמב"ם איז געווען אן ערד - ציטערניש אין די געגנט פון ים המלח וואס האט אלעס איבערגעדעקט, און דערפאר האט מען עס בימים ההם נישט געטראפן, ווייל דער נציב האט זיך באהאלטן אונטער די ברוכווארג, אבער כהיום ווייסט מען שוין וואו דאס איז און מען מאכט יא די ברכה.
להלכה אבער שרייבן שוין די אחרונים, אז היות די פלאץ וואו אשת לוט געפינט זיך איז א ספק, מאכט מען נישט קיין ברכה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

באמת א גרויסען ייש"כ, זייער שיין אראפגעשריבען.
לגבי וואס איר שרייבט פון רבינו יוסף בכור שור און די גמרא אין נדה צו אשת לוט איז מטמא, איז אינטרעסאנט צוצולייגען אז אין שער הזקנים פון ר' וואלף האמבורג וויל ער זאגן אז דאס איז טאקע געווען פשט אין זייער שאלה צו זי איז מטמא, ווייל קען זיין אז זי איז נאר באדעקט געווארן מיט זאלץ, אזוי ווי רבינו יוסף בכור שור לערנט.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

הנאה געהאט..
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

שיין
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זה יעבור »

וויאזוי האט לוט'ס ווייב געהייסן?
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

בפדר"א איתא 'עדית'
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

או עירית
איבערגאנג
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגאנג »

ישר כח
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן: אבער אין גמרא איז משמע אז זי איז יא געווארן איין שטיק זאלץ, ווייל די גמ' זאגט אין די לעצטע מסכתא (דף ע' ע"ב) אז אשת לוט איז נישט מטמא, ווייל נאר א מת איז מטמא און נישט א שטיקל זאלץ. פון דא זעט אויס אז אשת לוט איז נישט געשטארבן, נאר פשוט געווארן א חתיכת מלח.
[b

זע מהרש"א דארטן "אשתו של לוט מהו שתטמא שהם חשבו שאף שנשתנית להיות נציב מלח בצורתה, החומר הראשון שהוא בשר עדיין קיים ותיטמא,
והשיב להם דאין נציב מלח מטמא שמה שמשנה הש"י במעשה בראשית בשינוי הטיבעיים הוא שינוי גמור כאילו הוא בריאה חדשה נואין כאן חומר ראשון כלל שיטמא"

זע אויך א רייד פון ליובאוויטשער רבי זי"ע אויף דעם גמרא
http://www.he.chabad.org/library/articl ... id/2989377
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יישר כח פאר די תוכן׳פולע תגובה, זייער שיין!

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:פארוואס האט זי זיך דאס פארדינט?

אין מדרש שטייט נאך א טעם: "ותבט אשתו מאחריו. ר' יצחק אמר שחטאה במלח. באותו הלילה שבאו המלאכים אל לוט מה היא עושה, הולכת אל כל שכינותיה ואומרת להן תנו לי מלח, שיש לנו אורחים. והיא מכוונת שיכירו בהן אנשי העיר, על כן ותהי נציב מלח.״
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

זייער שיין און קלאר, ישר כח!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

דער פרדס יוסף די וואך ברענגט פון א ספר קהלת אשר (מר' אשר זעליג לאנדא) וואס פרעגט אז לכאורה איסורי הנאה העלפט נישט קיין שינוי עס זאל ווערן מותר, אויב אזוי פארוואס אשת לוט זאגט די גמרא אז זי איז נישט מטמא ווייל זי איז נשתנה געווארן צו א נציב מלח, ענטפערט ער אין איינע פון די תירוצים אז אז אן איסור הנאה וואס איז נשתנה געווארן בלייבט די אלטע איסור דערויף נאכן שינוי אויך, משא"כ ביי אשת לוט וואס זי איז געווארן א נציב מלח נאך בשעת'ן לעבן, דהיינו, נישט אז זי איז קודם געשטארבען און נאך דעם געווארן א נציב מלח, ממילא האט קיינמאל נישט חל געווען אויף איר א דין מת, ברענגט ער אבער אז פון אבן עזרא איז יא משמע אז זי איז קודם געשטארבען און נאך דעם איבערגעדרייט געווארן צו א נציב מלח, (באמת אין אבן עזרא אליין מיין איך זעהט מער אויס אזוי ווי די פשט פון רבינו יוסף בכור שור יעו"ש) אין פרדס יוסף ברענגט ער אז אין זוה"ק איז אויך אזוי משמע.

אין די אחרונים ווערט אויך געברענגט די תירוץ - אז זי איז געווארן נאך בשעת'ן לעבן - נאר אויף אן אנדערע קושיא, דהיינו ווייל די דין איז אז א מת שנשרף ושלדו קיימת איז נאך ווייטער מטמא, אויב אזוי איז לכאורה שווער דא ביי אשת לוט איז זי דאך געבליבען מיט א צורת אדם דהיינו שלדו קיימת, אויף דעם שרייבען די אחרונים (דער ראגעטשאווער אין שו"ת צפנת פענח סי' כה און אין אגרו"מ יו"ד סי' ר"ל ענף ח) אז וויבאלד זי איז תיכף כשעודה בחיים נתהפכה לנציב מלח און זי איז נישט געווען מתה ואח"כ נעשה נציב, איז זי נישט מטמא. (ולפי דבריהם יש לעיין מה הדין כשאדם נשרף בחיים)

דער אמת איז אבער, אז לכאורה ווען זי איז איבערגעדרייט געווארן צו א נציב מלח, איז זי נשתנה געווארן צו גאנץ אן אנדערע חומר, אזוי מען האט שוין אויבען דערמאנט פונעם מהרש"א, דהיינו אז נישט אזוי ווי ביי נשרף וואס איז נאך דעם זעלבע חומר פונעם מענטש, נאר דא איז געשעהן א נס אז זי איז נשתנה געווארן צו א צווייטע מציאות, לפי"ז איז לכאורה נישט שווער די אויבענדערמאנטע קושיות ווייל אן איסור וואס איז נשתנה רעדט מען ווען דער ערשטע חומר איז נאך דא, און טאקע ווען נישט איז עס נישט אסור ראה לדוגמא ברא"ש במס' ברכות פ"ו סי' ל"ה, און לפענ"ד שטייט דאס בפירוש אין תרומת הדשן, אין תרוה"ד סי' קב איז דא די באקאנטע תשובה וועגן אשת אליהו צו זי איז מותר לשוק און די תרוה"ד טענה'ט אז פון די גמרא איז א ראי' אז זי איז מותר שרייבט ער וז"ל 'ופשט להן מת מטמא ואין נציב מלח מטמא כו' אע"פ שוודאי אשתו של לוט מתה, אלא שנהפכה לגוף אחר' דהיינו זאגט ער אז אפילו זי איז קודם געשטארבען וויבאלד זי איז נהפכה לגוף אחר איז זי נישט מטמא.

אין טעמא דקרא פון הגאון ר' חיים קנייבסקי שליט"א ענטפערט ער אויף די קושיא פון שלדה קיימת, אז וויבאלד עס שטייט דאך אין פדר"א אז כל יום לוכחים אותה השוורים עד אצבעות רגליה ובבוקר צומחת, קומט דאך אויס אז עס איז שוין לאנג נישט שלדה קיימת... נאך אן אינטרעסאנטע זאך וואס ער שרייבט דארט, אז לכאורה אויב איינער נעמט פון די זאלץ זאל ער זיין מחויב צו געבן מעשר, ווייל עס וואקסט דאך אזוי ווי עס שטייט אין פדר"א, זאל עס האבן א דין ווי גידולי קרקע, אויף דעם זאגט ער אז למעשה איז עס נישט בעסער ווי כמהין ופטריות וואס וואקסט נישט פון די קרקע, און אויך איז עס הפקר, צום סוף לייגט ער צו אז עס קען זיין אז אויף די זאלץ האט עשו געפרעגט אבא האיך מעשרין את המלח...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

יישר כח פאר אלע וואס האבן אויסגעדרוקט צופרידענהייט, באמת א כבוד!
;l;p- ;l;p- ;l;p-

מיסטעריעז האט געשריבן:יישר כח פאר די תוכן׳פולע תגובה, זייער שיין!

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:פארוואס האט זי זיך דאס פארדינט?

אין מדרש שטייט נאך א טעם: "ותבט אשתו מאחריו. ר' יצחק אמר שחטאה במלח. באותו הלילה שבאו המלאכים אל לוט מה היא עושה, הולכת אל כל שכינותיה ואומרת להן תנו לי מלח, שיש לנו אורחים. והיא מכוונת שיכירו בהן אנשי העיר, על כן ותהי נציב מלח.״

דאס האב איך דאך געשריבן בשם רש"י, לייען עס איבער, ודו"ק.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

זאפטיגער
שכוח פאר די מייסטערהאפטיגע ארבעט
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

די אנגענומענע דיעה איז אז די נציב מלח וועלכע מען זעהט היינט דרום זייט פון ים המלח ( און איז הויך 50 פיס ), איז די אשת לוט.

download.jpg
download.jpg (10.31 KiB) געזען 6373 מאל


אבער מאנכע זענען מערער דערויף און טענהן אז א צווייטע זאלצן זויל וועלכע געפינט זיך מזרח זייט פונעם ים המלח ( אינעם היינטיגן ירדן ) איז גאר אשת לוט

59308963399099490490no.jpg


און אגב איז אינטרעסאנט, אז אויך איבערן מערה פון לויט מיט זיינע טעכטער איז דא א שטיקל מסורה

2_wa.jpg
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

שכח שמעלקע און פייערמאן, זייער שטארק הנאה געהאט,האמיר געהאט עפעס אינטערסאנט איבערצוזאגן שבת.
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

א שמועס אין אוצר החכמה פורום:
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 17&t=30079
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שמעלקע שכוח פארן שרייבן, מיר האבן הנאה און קוקן ארויס פאר נאך.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אויסגערעכנט האט געשריבן:שמעלקע שכוח פארן שרייבן, מיר האבן הנאה און קוקן ארויס פאר נאך.


אי"ה וועכנטליך אין "ידיעות התורה" בל"נ.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

א דאנק.

ביטע הער נישט אויף, שוין געווען דא אסאך וואס האבן אנגעהויבן און אפגעפיצט.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אויסגערעכנט האט געשריבן:א דאנק.

ביטע הער נישט אויף, שוין געווען דא אסאך וואס האבן אנגעהויבן און אפגעפיצט.


א קאפיטל תהלים וועט קיינמאל נישט שאטן...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

ארויף.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6810
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

זייער שיין יישר כח
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

ווען לוט האט געזען אז זיין פרוי איז געווארן א שטיק זאלץ.
וועלענדיג איר צוריק אויפלעבן. האט ער זיך גענומען שרייען
.....יחי המלך, און אזוי איז עס געבליבן עד היום הזה,
במדרש פי האתון,
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

בן מהללאל האט געשריבן:די אנגענומענע דיעה איז אז די נציב מלח וועלכע מען זעהט היינט דרום זייט פון ים המלח ( און איז הויך 50 פיס ), איז די אשת לוט.

download.jpg


אבער מאנכע זענען מערער דערויף און טענהן אז א צווייטע זאלצן זויל וועלכע געפינט זיך מזרח זייט פונעם ים המלח ( אינעם היינטיגן ירדן ) איז גאר אשת לוט

59308963399099490490no.jpg


און אגב איז אינטרעסאנט, אז אויך איבערן מערה פון לויט מיט זיינע טעכטער איז דא א שטיקל מסורה

2_wa.jpg

זענען יענע זיילן זאלץ אדער גאר שטיין און זאמד? נציב מלח כתיב!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”