חנוכה: קושית הבית יוסף והתירוצים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 10, 2007 4:50 pm

נו, גוט, זאגסטע אז כ'זאל ענדערש ווארטן אויף תישבי'ן ווי איידער ווייטער צו שרייבן אין קרעטשמע. גוט, א ברירה האבעך? כ'קען דאך נישט שרייבן צו די פיר ווענט אז קיינער העטמעך נישט אפווענדן...

ביידע וועג (BTW), שלאג איך פאר צוויי סאלושענס פאר אונזער וויכוח:

איינס - לפי דעתי איז זיכער אז דער שמועס ווערט ערגעץ וואו געברענגט אין די ספרים הק', נו ביסטעך א תלמוד חכם עצום מיט זכרון נפלא ויודע ספר, אפשר ברענגסטו אפיר וואו אזא סארט ענין ווערט אויסגעשמועסט?

צוויי - כדרכה של תורה אנהויבן ברענגען ראיות אהער און אהין מפי ספרים וסופרים. ופרשו השמלה לפני האשכול מיט ראיות והוכחת פון חז"ל וראשונים, זה בונה וזה סותר. אבער לכאורה די צווייטע עצה וועט נישט צעשטאנד קומען, ווארן מ'ווארט מער שוין אצינד אויף תישבי'נען...
נו, זאלער שוין קומען, אבער שוין ממ"ש!

הוי... ווי וואנט הים נאו!...

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 10, 2007 5:11 pm

און איך האב שוין געמיינט אז תשבי איז אט אט ביי די טיר...

זייער פשוט. דיין ראי' פון ר' יוחנן קען גאר זיין א ראי' לדברי, ווייל וואלט ווען דען ריש לקיש נישט געקענט ברענגען נאך ראיות וואס וואלט ווען געווען א פירכא לדברי ר' יוחנן? זיכער אז יא. אלא מאי פארוואס האט ער נאר געברענגט די וואס ער האט געברענגט? ווייל אין די ראיות האט ער געזען א שיקול הדעת וואס דער הוה אמינא קען אמאל צוניץ קומען.

ווייטער דיין הלצה, אוסיף הלצה על הלצתך [אפשר איז אין הלצה חל על הלצה?... גיי ווייס...]
כ'מיין צו זאגן אזוי, אז מ'זאל אוישטויסן דא גאנץ פ"ס ושותקים ודברי הראשונים, און זען וויאזוי זיי האבן אויסגעשטעלט די שקלא וטרי', און פארוואס דוקא אויף דעם אופן, און אזוי ארום וועלן מיר קלאר זען אז וואס זיי האבן געשריבן איז מחמת איזה סיבה ושיקול הדעת שהוא שיוצא מזה כמה וכמה נפק"מ.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 10, 2007 5:30 pm

רבי בני היכלא, זייער חריפ'דיג -שארף!
מער רעדסטו נישט דערפון? פארוואס? ווייל דו האסטעך דערמאנט א תניא? נו, וואו בין איך? זייזשע מוחל דערליווער מיר אהער דעם תני'. לאמיך אויך נהנה זיין פון וואס דו האסט הנאה.

איבער דיין צווייטע קשיא וועל איך דיר ענטפערן על מקומו הראוי (כ'פלאן מחלק צו זיין די אשכולות. עה... פלאן עך דען? כ'מיין צו זאגן כ'על בעטן מילער'ן לבוא ולחלק... און דארט על מקומו הראוי צו פארברייטערן דעם ענין).

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 10, 2007 5:42 pm

יישר כח פאר די העתקת התניא. און איבער אונזער מחלוקה, בנוגע דברי הראשונים, וועל איך פרובירן עפעס אפיר צו קראצן מפי ספרים וסופרים. און איבער דיין לעצטע קשיא, וועל איך דיר בל"נ געבן א תגובה בטוב טעם ודעת, נאר אויב דו ביסט נייגעריק און ס'דער אינטערסאנט, שטייצעך...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 10, 2007 5:59 pm

בני היכלא האט געשריבן:ובצפיותינו צפינו, שיבוא המילער הממולא במיליא טבא, ויחלק הדבר בנתינת טעם לשבח כדרכו בכל מקום.


מ'סארי, אבער איך האלט נישט מיט דעם נושא מחמת מהירות התגובות, וכדי שלא אכנוס בסוג האנושי שנאמרו בהם שבעה דברים בחילוף ממה שנא' על החכם, לה הגבתי עד כה, ווען די טיים וועט קומען, ואפנה מעסקי להכניס ראשי בין ההרים, אולי אגיב ואחלק, אפרק ואבנה כיד ה' הטובה עלי.

איין זאך יא, עס טוט מיר זייער לייד אז כ'דארף שטיין מן הצד בלי להגיב, דאס איז די עונש פאר אן עם הארץ וועלכער קריגט גן-עדן כידוע ליודעים.

צוריק צום תניא...........

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 10, 2007 6:06 pm

וואו איז דאס? אין הל' ת"ת פרק? סעי'?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 11, 2007 1:33 am

בני היכלא האט געשריבן:הער אויס איך רעד דאך מיט הרב פעפער.
איך בין דיר סתם מקנא, דו קענסט אנהייבן יעדע תגובה, "בני היכלא" ווידער איך, דארף אייביג אנהייבן "זארעכ" שוין די העכסטע צייט, צו געבן עפעס א נארמאלא תלמידחכמ'דיגע טיטל.

שוין.
דער תניא זאגט אין הלכות תלמוד תורה, אז די גמרא זאגט אז ר"ל האט אייביג געפרעגט, כ"ד קושי', ולא מצינו בחז"ל רק ז' או ח' קושיו', [אגב, א' שאל את הראגאטשווער שהי' מחסידי חב"ד, כמה פעמים נמצא בש"ס איתיבי' ר"ל לר"י, ואחר הרף עין חשב, ז' או ח', והלה הראה אותו שהרב הזקן כתב בדיוק מספר הזאת, ענה הראגאטשווער באנחה, הרבי הזקן כתב זאת בדרך אגב, שלא ירד לחשוב בזה מחמת קושי' שהקשה לו א' כמה? ועכ"ז הי' לו מונח בקופס' מספר הקושי' משא"כ אני מחמת שאלה שהקשית לשאול, והוכרחתי ללחשוב, ורק אז ידעתי לתרץ, פוק חזי ענותנותי דקדמאי], איז ער מסביר אז די אלע איז געווען נוגע להבנת הענין.
עיי"ש.

עכ"פ איך האב דיר געמוזט ענטפערן ווי ס'פאסט, אבער ברענג פון דעם כלל נישט קיין ראי', ווייל דאס איז אלס חז"ל, דאס האט גארנישט מיט ראשונים...

ובצפיותינו צפינו, שיבוא המילער הממולא במיליא טבא, ויחלק הדבר בנתינת טעם לשבח כדרכו בכל מקום.


עפר אני תחת רגלי הגאונים, בער ולא אדע, אבער "תקליטור תורני" האט מיר צוגעצייכנט ארום 13 "איתיביה ריש לקיש לרבי יוחנן"'ס אין ש"ס.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג דעצמבער 11, 2007 4:35 pm

קרעמער;
מ'רעדט פון איינס נאך דאס אנדערעס.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך דעצמבער 12, 2007 10:30 am

אין א סירטש אויף בר אילן שפייט ער מיר אויס 12 שטיק ווי פאלגענד:

פסחים פד.
ראש השנה טו:
סוכה מו:
חגיגה ז.
מעילה יד.
יבמות לה:
כתובות לד:
נזיר יב.
קידושין נט.
זבחים קיג.
זבחים קיג:
נדה סב:

וואו איז דער 13טע?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 12, 2007 7:48 pm

איך האב געשריבן "ארום" דרייצן, ואין לי געדולד עכשיו לחפש שלישית.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2007 10:54 am

לו יהא סאיז נאר 12 הקושיא במקומה עומדת. קיינער האט טאקע נישט קיין ישוב?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2007 12:50 pm

איך האב יא אמאל געזען דערוועגן, איך געדענק נישט וואו?
ס'איז דא א ספר הערות וציונים אויפן שו"ע הרב, אפשר זאגט ער עפעס דארט.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2007 3:54 pm

די רבי האט נישט די ספר?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 9:11 am

עטליכע פשוט'ע תירוצים וואס איך האב געזען, אבער געדענק נישט פון וועמען:

א) צוליב דעם וואס די אידן זענען געווען אזוי פרייליך אויף דעם נס, האט מען מוסיף געווען נאך א טאג צוליב די שמחה.

ב) מען מאכט נישט יעדן טאג א יום-טוב אויף דעם נס פון דעם טאג, נאר בכלליות, וויבאלד עס איז געווען א נס און די ליכט האבן געברענט פאר אכט טעג, מאכן מיר דערפאר א יום-טוב פון אכט טעג.

ג) דער יום טוב חנוכה איז נישט צוליב'ן מציאת הפך שמן, נאר צוליב די נס פון די מלחמה, נאר וויבאלד די ליכט האבן געברענט אכט טאג, האט מען אויסגעצויגן דעם יום-טוב אויף אזוי לאנג ווי די ליכט האבן געברענט.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 9:51 am

איינע פון די תירוצים אויפן בית-יוספ'ס קושיא, איז אז די ערשטע טאג האט מען אריינגעקוקט אינעם ליכט, האט מען געזען אז עס איז נאך פול און מען קען צינדען נאך א טאג, א.א.וו. ממילא קומט אויס אז די ערשטע טאג איז שוין געשען א נס.

דער בריסקער רב פרעגט דערויף אז דער טבע פון א פייער איז, אז עס ווערט באשאפן דורך דעם וואס עס איז פאראן א זאך וואס קען ברענען, אין אונזער פאל, א קנויט איינגעטינקען אין אויל, און אזוי ברענט עס. אויב א זאך ברענט אן דעם איז עס פשוט א נס אבער עס איז נישט כשר צו צינדן דערמיט, ווייל די ליכט ברענט נישט דורך שמן-זית נאר עס ברענט פון זיך און דער תורה פארלאנגט אז עס זאל ברענען דורך שמן-זית; אויסער דעם איז דאס קיין פייער נישט, ווייל פייער מיינט א זאך וואס ווערט אנגעצינדן דורך א זאך וואס ברענט אבער פון זיך אליין איז עס נישט קיין פייער.

אויב אזוי פרעגט בריסקער רב, ווי אזוי האט מען געקענט יוצא זיין דערמיט די מצוה? - עס איז נישט געווען קיין פייער, וויבאלד עס האט נישט געברענט דורך די ליכט? - דער בריסקער רב ענטפערט דארט א תירוץ לפי דרכו, אז יעדן טאג האט עס געברענט אן אכטל, איי וועסטו פרעגן אז די ליכט האבן נאכאלס געברענט בדרך נס, ווייל עס וואלט געדארפט אויסברענען די גאנצע, ענטפערט ער דערויף אז דער אויבערשטער האט אריינגעגעבן א שטארקייט און קראפט אין די אויל, אז אן אכטל דערפון איז גענוג געווען צו ברענען פאר א טאג, און אזוי האבן די ליכט געברענט בדרך הטבע דורך די אויל.

קומט דער ליובאוויטשער רבי (רמ"מ) און טענה'עט אז מען קען יא ענטפערן די פריעדיגע תירוץ, איי וואס טוט מען מיט בריסקער רב'ס קושיא? - ענטפערט ער דערויף אן אינטערעסאנטן תירוץ:

עס איז באקאנט א תשובת הרשב"א וואס ער שרייבט פאר געוויסע חוקרים וועלכע האבן געלייקנט אין מעשי-ניסים, דער רשב"א האט זיי געשריבן א בריוו מיט א מחאה אויף זייער כפירה, און זיי האבן אים צוריקגעשריבן אז זיי לייקענען חלילה נישט אין מעשי-ניסים, אדרבה! - אז דער באשעפער האט באשאפן די וועלט האט ער זיכער א כח צו טוישן זאכן און טון וואס ער וויל אין זיין וועלט, נאר איין זאך אויף וואס זיי דינגען זיך, איז אז דער באשעפער קען (חלילה) נישט מאכן קיין דבר והיפיכו אויף איין מאל, למשל א מענטש קען נישט רייטן אויף א פערד און גיין צופיס אין די זעלבע צייט, און דאס קען דער באשעפער לפי דבריהם נישט טון, ווייל עס איז אוממעגליך ביידע זאכן צוזאמען.

דערויף האט דער רשב"א צוריקגעענטפערט אז ביים באשעפער איז נישט פאראן א זאך וואס איז אוממעגליך און דעריבער איז עס יא שייך ביים באשעפער אז ער זאל מאכן ביידע זאכן אויף איין מאל, אפילו מיר קענען דאס נישט פארשטיין ווי אזוי עס פאסירט, ווייל גארנישט איז אוממעגליך ביים באשפער.

לויט דעם ענטפערט האדמו"ר מליובאוויטש זכותו יגן עלי, אז די קושיא פון בריסקער רב וועט נישט שווער זיין, ווייל מען וועט ענטפערן אז די אויל האבן געברענט און נישט געברענט אין די זעלבע צייט... די אויל האט געברענט און אין די זעלבע צייט האט עס נישט געברענט איבערלאזנדיג אויל פארן קומענדיגן טאג.

שווער צו פארשטיין אבער ביים כול יכול איז אלעס מעגליך.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 6:50 pm

אלעקסיי האט געשריבן:א. די 1טע נאכט האט מען אריינגעגאסען די גאנצע אויל, און אינדערפרי האט מען עס געטראפן געהעריג פול [אויף דעים פרעגט עמן וואס איז געווען די נס די אכטע טאג]


מען קען ענטפערן די קושיא מיט די צווייטע תשובה וואס אלעקסיי האט געענטפערט:
אלעקסיי האט געשריבן:יב. משום ספיקא דיומא (געשאסען 2 האזלען מיט איין קויל) [תולדות יעקב יוסף, החיד"א]


ווייל בעצם איז שווער, אויב אלס ספיקא דיומא וואלט זיך דער יום-טוב געדארפט אנהויבן כ"ו כסלו, ווייל די ערשטע טאג איז דאך נישט געשען א נס, און זיך געדארפט ענדיגן א טאג שפעטער, אבער לויט אונזער מהלך קומט אויס זייער גוט; בעצם איז די ערשטע טאג געשען א נס, אזוי ווי אלעקסיי האט געשריבן פון אנהויב, ווייל אינדערפרי האט מען געטראפן געהעריג אויל, איי די קושיא "וואס איז געווען די נס אינעם אכטן טאג?" - דערויף איז די תירוץ אלס ספיקא דיומא.

דגל מחנה אפרים

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 10:10 am

די בריסקער רב'ס תירוץ בקיצור: די נס איז נישט געווען אז עס איז ציגעקימען נייע אויל; נאר די נס איז געווען אז די אלטע אויל האט זיך נישט אויסגברענט, ממילא האט מען געצינדען אויל פין שמן זית, אין נישט פין שמן נס.

דאכצעך מיר אז אין דברי יואל (לחנוכה) שטייט די זעלבע זאך. אין לויט דעם קימט אויס אז די ערשטע טאג איז שוין געווען די נס. (ד.ה. אז די אויל האט זיך נישט אויסגברענט).

די תירוץ פין לבאוויטשער רבי ז"ל איז OK. נאר איך האב נישט ליעב אזעלכע מינע תורות; ווייל עס איז נישט מעגליך ציפארשטיין.

אוואדי נעמט מען אן אז דער אייבישטער קען טוען דבר והפיכו אויף איינמאל. למשל: אזאך איז דא אין נישט-דא די זעלבע מינוט. (עי' מזה בישמח משה פ' ויצא עה"פ ויחלום, וכן בפרי העץ פ' נח דרוש ה. ועי' בגבורת ה' (להמהר"ל) הקדמה שניה, וואס ער איז עס אביסל מסביר). אבער צי פארענטפערן זאכען מיט דעם, איז נישט מיין טעסט. אחוץ ווי עס שטייט בפירוש ארויס געשריבן אין חז"ל ובספה"ק.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6645
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 2:21 pm

ברוקלין האט געשריבן:די בריסקער רב'ס תירוץ בקיצור: די נס איז נישט געווען אז עס איז ציגעקימען נייע אויל; נאר די נס איז געווען אז די אלטע אויל האט זיך נישט אויסגברענט, ממילא האט מען געצינדען אויל פין שמן זית, אין נישט פין שמן נס.

דאכצעך מיר אז אין דברי יואל (לחנוכה) שטייט די זעלבע זאך. אין לויט דעם קימט אויס אז די ערשטע טאג איז שוין געווען די נס. (ד.ה. אז די אויל האט זיך נישט אויסגברענט).


וואס איז דער חילוק צווישען דער תירוץ און דעם טו"ז תירוץ אהנפאנגען הלכות חנוכה?
the SCY is the limit

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 3:03 pm

scy4851 האט געשריבן:
ברוקלין האט געשריבן:די בריסקער רב'ס תירוץ בקיצור: די נס איז נישט געווען אז עס איז ציגעקימען נייע אויל; נאר די נס איז געווען אז די אלטע אויל האט זיך נישט אויסגברענט, ממילא האט מען געצינדען אויל פין שמן זית, אין נישט פין שמן נס.

דאכצעך מיר אז אין דברי יואל (לחנוכה) שטייט די זעלבע זאך. אין לויט דעם קימט אויס אז די ערשטע טאג איז שוין געווען די נס. (ד.ה. אז די אויל האט זיך נישט אויסגברענט).


וואס איז דער חילוק צווישען דער תירוץ און דעם טו"ז תירוץ אהנפאנגען הלכות חנוכה?


די טו"ז זאגט אז עס איז איבערגעבליבן א משהו אויל, וועגען אין ברכה חל ברקניא. (אין לויט דעם קימט אויס, אז די צווייטען טאג האט מען געצינדען פין נייע אויל - שמן של נס).

אין לויט דע תירוץ איז איבערגעבליבן כמעט אלע אויל - די נס האט געמאכט אז די אויל האט גארנישט אויסגעברענט.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 4:06 pm

געהערט א שיינע פשט דרך צחות;

עס איז באקאנט דאס ווארט אויף "להגיד שבחו של אהרן שלא שינה", אז דער בארדיטשובער וואלט אויסגעגאסן די אויל, אויב ער וואלט געווען כהן גדול, אבער אהרן, טראץ זיין גרויס התלהבות האט ער געהאט דער כח המעצר און נישט משנה געווען פון די מצוה, אויסצוגיסן די אויל.

דאס זעלבער קען מען ענטפערן דא, אז בעצם מתוך ההתלהבות של הנס וואלט זיך די אויל געדארפט אויסגיסן, אבער עס האט זיך למעשה נישט אויסגעגאסן, דאס אליין איז א באזונדערע נס וואס מען האט מתקן געווען א טאג דערויף.

עפ"ז קען מען טייטשן "ומנותר קנקנים" - דאס אז עס איז איבערגעבליבן אין די קנקנים, דאס אליין "נעשה נס לשושנים" איז עס געווארן א באזונדערע נס, איבער דעם "בני בינה" - די חכמים וואס ווערן אנגערופן בני בינה - "ימי שמונה קבעו שיר ורננים" - האבן קובע געווען אכט טעג פון שיר ורננים.

אדער קען מען זאגן אביסל אנדערש; לעולם האט זיך די אויל יא אויסגעגאסן מרוב התלהבות הנס, און מיט דעם אלעמען האט עס נאכאלס געברענט, קומט אויס אז די ערשטע טאג איז אויך געווען א נס. אויף דער וועג וועט מען טייטשן "ומנותר קנקנים" - דאס וואס איז איבערגעבליבן אין די קנקנים, נאך וואס עס האט זיך אויסגעגאסן, "נעשה נס לשושנים" א.א.וו.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 2:43 pm

הה"ג ר' אברהם זאב שנעעבאלג ברענגט אראפ דעם דבר צחות תירוץ וואס זיס האט דא אראפגעברענגט בענין להגיד שבחו של אהרןוגו', בשם חותנו הגה"צ ר' בעריש קאהן ראה"כ סאטמאר אנטווערפן (בהגה"צ מסענדארזש ז"ל).

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 2:57 pm

די ערשטע אדער צווייטע מהלך?

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 3:09 pm

לכבוד מורינו רבי זיס שליט"א

כ'מיין די צווייטע מהלך.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 9:39 am

ברוקלין האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:
ברוקלין האט געשריבן:די בריסקער רב'ס תירוץ בקיצור: די נס איז נישט געווען אז עס איז ציגעקימען נייע אויל; נאר די נס איז געווען אז די אלטע אויל האט זיך נישט אויסגברענט, ממילא האט מען געצינדען אויל פין שמן זית, אין נישט פין שמן נס.

דאכצעך מיר אז אין דברי יואל (לחנוכה) שטייט די זעלבע זאך. אין לויט דעם קימט אויס אז די ערשטע טאג איז שוין געווען די נס. (ד.ה. אז די אויל האט זיך נישט אויסגברענט).


וואס איז דער חילוק צווישען דער תירוץ און דעם טו"ז תירוץ אהנפאנגען הלכות חנוכה?


די טו"ז זאגט אז עס איז איבערגעבליבן א משהו אויל, וועגען אין ברכה חל ברקניא. (אין לויט דעם קימט אויס, אז די צווייטען טאג האט מען געצינדען פין נייע אויל - שמן של נס).

אין לויט דע תירוץ איז איבערגעבליבן כמעט אלע אויל - די נס האט געמאכט אז די אויל האט גארנישט אויסגעברענט.


יעצט האב איך געטראפען אין נטע שורק פ' תצוה, אז ער ענפערט אויך די תירוץ אז עס האט געמיזט איבערבלייבען אויל די ערשטע נאכט' כדי ס'זאל זיין שמן זית נישט שמן נס.

די חידוש איז ער לערענט עס אריין אין טו"ז הנ"ל. ד.ה. אז וויבאלד עס איז איבערגעבליבען א משהו שמן נס (אזוי ווי דער טו"ז זאגט) ממילא איז אריינגעקימען אין דעם די ברכה, אין ממילא הייסט שוין אלעס שמן זית. עכת"ד.

ראה עוד בספר ילקוט הגרשוני או"ח דף סז ע"ב, וואס ער ברענגט כעי"ז פינעם הגאון הבית יצחק מלבוב יע"ש.
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום מאנטאג נובעמבער 23, 2009 11:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 11:42 am

עטליכע אינטערעסאנטע תירוצים:

א) צו ווייזן אז אפילו זאכן וואס זענען טבע און עס קען ברענען, איז אויך א נס, ווייל אלעס וואס דער אויבערשטער טוט איז ניסים, האט מען קובע געווען דעם ערשטן טאג וואס איז טבע, אלס יום טוב.

ב) צו לויבן אויך אויף די פריעדיגע ניסים פון פריעדיגע דורות.

ג) צו לויבן אויף די קומענדיגע ניסים און צו ווייזן אז מיר זענען פארזיכערט לעתיד אויף אויף ניסים.

ד) קעגן דער מלך המשיח וואס איז דער אכטער קעניג.

ה) עס איז נישט געווען קיין פייער מיט וואס אנצוצונדן און עס איז אראפגעקומען פייער פון הימל אויפן מזבח.

ו) בדרך צחות; דאס אליין אז איין קושיא קען האבן אזויפיל תירוצים איז אליין א נס, און לזכרו האט מען קובע געווען א טאג.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט