וואס פעלט אונז היינט?! - תשעה באב

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

וואס פעלט אונז היינט?! - תשעה באב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

[align=center]וואס פעלט אונז היינט?!
(א קורצע העתקה פון ספר נפש שמשון להג"ר שמשון פינקוס ז"ל בעניני גלות ונחמה דף קז, מיר האבן נאר מעתיק געווען א חלק דערפון לפי מסת הפנאי)[/align]
מיר לעבן היינט אין א דור וואס איז אזוי אנדערש ווי די פריערדיגע דורות, אין די 70 יאר וואס מיר לעבן שוין דא אין אמעריקא, זענען מיר דערווייטערט פונעם דור פון פאר די מלחמה אזוי ווי טויזנט יאר ברוחניות, און די סיבה דערפון איז, ווייל אונזער גאנצע צורת החיים האט זיך געטוישט.
רבי מיכאל בער ווייסמאנדל האט אמאל געזאגט, יעדע פינף יאר טוישט זיך דער דור ווי א מרחק פון פופציג יאר, אין אונזער היינטיגער דור פעלט אונז די ריכטיגע הגדרה וואס מיינט אידישקייט, וואס מיינט א איד, וואס איז אידישקייט אונז מחייב, און וואס דארפן מיר טון אלס אידן.
ס'איז דא אסאך ימים טובים אין יאר, איינס פון די ימים טובים איז תשעה באב, תשעה באב ווערט אנגערופן א מועד, תשעה באב איז א יו"ט וואס לערנט אונז וואס מיינט א בית המקדש, און וואס פעלט אונז ווען ס'איז נישטא א ביהמ"ק.
דער פראבלעם איז אבער, אז אין אלע אנדערע ימים טובים פונעם יאר נעמען מיר אנטייל מיט סאך מער חשק און הכנה ווי צו דער יו"ט פון תשעה באב, דער יו"ט פון תשעה באב נעמט מען אן זייער שווער, שווערליך וועט מען קענען צאמנעמען איין כוס פון טרערן פון אסאך בתי מדרשים (דער חתם סופר האט ערב תשעה באב אויסגעוויינט א כוס טרערן און אין דעם איינגעטינקען די ברויט ביי די סעודת המפסקת), און דאס ווייזט ווי ווייט מיר זענען פון דעם וואס תשעה באב לערנט אונז, ווי ווייט מיר זענען צו וויסן וואס מיינט א איד און וואס מיינט אידישקייט.
איינס פון די יסודות צו וויסן וואס מיינט אידישקייט, איז צו פארשטיין וואס איז די אפטייטש פון 'השי"ת', און אויך דער יסוד פעלט אונז.
ס'איז דא א משל פון א פריערדיגן צדיק קדוש עליון - וואס האט געלעבט פאר 200 יאר צוריק - ער האט געטייטשט דעם פיוט וואס מ'זאגט ראש השנה 'הכל חפצים ליראה את שמך', לכאורה וואס איז פשט אין דעם אז יעדער וויל ליראה את שמיך, די גאנצע וועלט איז דאך פיל מיט עבודה זרה.
נאר דער תירוץ איז - האט דער קדוש געזאגט - ס'איז אמאל געווען א פאפער וואס האט מודיע געווען פאר א שטאט, אז דער מלך קומט זיי באזוכן, בדרך כלל ווען דער מלך איז געקומען אין שטאט, האבן די שטאט לייט אנגעגרייט א גרויסע קבלת פנים פארן קעניג און אים געגעבן אסאך טייערע מתנות, דער פאפער האט זיך צוגעגרייט א טייערע קאראטע, און האט מיטגענומען מיט זיך עטליכע באדינער, ער האט זיך אנגעטון קעניגליכע קליידער, און איז אריינגעפארן ברוב פאר והדר אין שטאט אריין, די מענטשן פון שטאט האבן אים אויפגענומען מיט גרויס כבוד און אים געגעבן טייערע מתנות.
ווען דער מלך האט געהערט וואס דא האט פאסירט, האט ער געשיקט א גרויסע מיליטער צו הרג'נען די מענטשן פון שטאט, אזאנס צו טון?, איז דען דא א גרעסערע בזיון ווי דעם צו געבן כבוד פאר א איש פשוט אנשטאט דעם קעניג?.
זענען די שטאט לייט געגאנגען צום קעניג און אים געזאגט, אדוני המלך!, די גאנצע כבוד וואס מיר האבן געגעבן פאר דעם פאפער איז דאך נאר געווען ווייל מיר האבן געמיינט אז דאס איז דער קעניג, אויב אזוי האבן מיר דאך מכבד געווען דעם קעניג, איז פארוואס קומט אונז אן עונש? דער מלך האט אנגענומען זייער טענה און האט זיי נישט געשטראפט.
דאס איז דער פשט אין פיוט, הכל חפצים ליראה את שמך, יעדער זוכט מכבד צו זיין דעם באשעפער פון די וועלט, ממילא אפילו מ'מאכט א טעות און מ'איז מכבד אנדערע זאכן, מ'דינט עץ ואבן, הייסט עס אזוי ווי מ'האט מכבד געווען השי"ת.
כ'האב נישט דערמאנט דעם נאמען פון דעם אדם גדול, ווייל איך וויל קריגן אויף זיינע ווערטער בכל תוקף.
די שטאט לייט זענען נישט גערעכט!, ווייל אויב קענען די שטאט לייט טראכטן אויף דעם פאפער אז דאס איז דער קעניג, איז דאך נישטא קיין גרעסערע בזיון המלכות ווי דעם, שטעלט אייך פאר מ'זאל נעמען א אייזל, און מ'זאל זאגן דאס איז דער קעניג, און יעדער וועט געבן כבוד פאר דעם אייזל, איז עס נישט קיין בזיון המלכות? אויב קען מען טראכטן אויף א האלץ און שטיין אז דאס איז הקב"ה, איז דאך דאס דער גרעסטער בזיון וואס קען נאר זיין, ביסט גערעכט האסט געזוכט דעם אייבערשטן, אבער ווי האסטו געקלערט אויף דעם שטיקל האלץ און שטיין אז דאס איז דער באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט? ס'איז דאך נישטא קיין גרעסערע בזיון ווי דעם!.
דער פשט פון די ווערטער איז, אויב זענען מיר מכבד דעם אייבערשטן, און מיר ווייסן נישט וואס מיינט א באשעפער, פעלט דאס אינעם כבוד פונעם באשעפער.
היינט פעלט אונז די ריכטיגע ידיעה ווער איז דער באשעפער, דאס איז זיכער אז לית מחשבה תפיסה ביה כלל, און מיר קענען נישט משיג זיין השי"ת, אבער ווען מיר זאלן נאר קענען אביסל מגדיר זיין וואס מיינט 'בורא עולם', ווען מיר זאלן נאר קענען אביסל מגדיר זיין וואס מיינט אז דער אייבערשטער איז משרה די שכינה צווישן אונז, ווען מיר זאלן נאר קענען אביסל מגדיר זיין וואס מיינט א הסתר פנים, אפשר וואלט מען אביסל מער מרגיש געווען וואס מיינט תשעה באב, און דאס וואס מיר פילן נישט דעם תשעה באב איז דערפאר ווייל ס'פעלט די הגדרה וואס מיינט דאס באשעפער, און וואס ס'פעלט אונז דורכדעם וואס די שכינה איז נישט צווישן אונז.
אז מ'טראכט אמאל פונעם ביהמ"ק וואס קומט ארויף אויף די מחשבה?, אמאל איז געווען קרבנות, היינט איז נישטא קיין קרבנות, אבער מיר ווייסן בכלל נישט וואס מיינט דאס א קרבן, ווי אזוי האט א איד אויסגעקוקט נאכדעם וואס ער האט געברענגט א קרבן, ער האט געהאט מער פרנסה? מער געזונט?, און וואס זאגט א איד וואס האט ב"ה פרנסה און געזונט?, נאכדעם וואס מ'האט געברענגט א קרבן האט מען געהאט מער קרבת אלקים!, אבער וואס מיינט קרבת אלקים?
מיר דארפן צו וויסן, ווען מיר וואלטן היינט געהאט א ביהמ"ק און מיר וואלט זוכה געווען צו השראת השכינה, וואלטן היינט געווען מענטשן וואס וואלטן זוכה געווען צו זיין ווי רבי עקיבא, ווי אביי ורבא, אזוי ווי עזרא הסופר, אזוי ווי די נביאים.
אבער באמת דאס פעלט אונז אויך, אונז טראכט מיר, נו וואס איז אז איך בין נישט ווי רבי עקיבא?, וואס איז אז איך בין נישט ווי דער חפץ חיים?, ס'פעלט אונז די פשוטע ידיעה וואס איז געווען דער חפץ חיים און וואס ס'פעלט אונז, אונזער פראבלעם היינטיגע צייטן איז, ס'פעלט אונז די הגדרות, און דערפאר טרויערט מען נישט אזוי שטארק.
די עיקר יסוד פון תשעה באב איז מרגיש צו זיין אז ס'פעלט השראת השכינה צווישן אונז, צו מרגיש זיין און פילן אז ווען השי"ת איז געווען צווישן אונז איז נישט געווען קיין גרעסערע גליק ווי דעם.
ווען מיר וואלטן געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלטן מיר מער געפילט די טיפקייט פון די טעג.
(להמשך עיין בפנים הספר)
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

מי יתן והי' ווער ס'קען זאל ממשיך זיין און עס משלים זיין
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

שטארקע אמת'ע דיבורים
פאר קריטיק דריקט דא
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

המשך המאמר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

געטראפן אביסל צייט יעצט נאך מנחה האב איך אביסל ממשיך געווען

די ימים טובים איז אונזער אינדעטפיקאציע מיט אידישקייט
יעדן יו"ט זאגט מען 'זכר ליציאת מצרים', דארף מען פארשטיין, ממילא פסח שבועות און סוכות זענען פארבינדן מיט יציאת מצרים, וואס אבער האט ראש השנה מיט יציאת מצרים.
דאס צו פארשטיין, דארף מען קודם פארשטיין וואס איז די אפטייטש פון די ווארט 'מועד', מועד איז טייטש א זמן וואס מ'קומט זיך דעמאלטס צוזאם, יעדע פאלק אין די וועלט האט א מועד, אין די מועדים קומען זיך צוזאם די בני האומה און זיי טוען זיך אינדעטיפיצירן מיט זייער פאלק, די עיקר נקודה אין די מועדים איז די פאלק און דאס לאנד, און ווי פארשטענדליך איז דא אסאך סיבות פארוואס מ'איז קובע א מועד, אבער נאכדעם וואס ס'איז דא א מועד, די כאראקטער פון די מועדים איז דער פאלק און דאס לאנד.
די זעלבע זאך איז מיט די מועדים פון אידישע קינדער, אפגעזען דער ציל און די סיבה פון די מועדים, צו וועגן פסח צו וועגן מתן תורה, הצד השוה פון די אלע מועדים איז דער צענטער פונקט פון די התאספות אין די טעג, און דאס איז צו ווייזן, אז מיר זענען א פאלק, מיר זענען אידן, מיר דערמאנען זיך ווי אזוי מיר זענען געווארן אידן, און דאס איז דער זכר ליציאת מצרים. און ראש השנה איז אויך א זכר ליציאת מצרים, ווייל אויך ראש השנה דערמאנען מיר ווי אזוי מיר זענען געווארן אידן, און דאס איז געווען ביי יציאת מצרים ווען מיר זענען געווארן די אידישע פאלק.
און דערפאר ווערט אויך תשעה באב אנגערופן א מועד, מועד אין אז זמן וואס מ'קומט זיך צוזאם, נישט קיין נפקא מינה די סיבה פארוואס מ'קומט זיך צוזאם, איז דאס צוליב א שמחה אדער נישט, תשעה באב קומען מיר זיך צוזאם צו געדענקן אז מיר זענען אידן, און מ'קען אפשר זאגן אז ס'איז נישט דא נאך אזא טאג אין יאר אזוי ווי תשעה באב וואס ברענגט אזוי שטארק ארויס וואס מיינט א איד.
לאמיר פרובירן מגדיר צו זיין וואס מיינט א איד, און לויט דעם וועלן מיר פארשטיין פארוואס ס'איז אזוי שווער היינט צו זיין א איד.

אמונה אין ביאת המשיח
ס'איז דא י"ג עיקרים וואס דער רמב"ם שרייבט, און הגר"ח בריסקער זצ"ל האט געזאגט, א איד וואס פעלט אים די ידיעה אין איינע פון די י"ג עיקרים אפילו בשוגג, פעלט אים דער מציאות פון א איד.
דער חתם סופר (יו"ד סימן שנ"ו) פרעגט אויפן רמב"ם א שטארקע קשיא, פארוואס איז אמונה אין ביאת המשיח איינס פון די י"ג עיקרים, אז א מענטש גלייבט נישט אז ס'איז דא איין באשעפער איז פארשטענדליך אז ס'פעלט אים דער מציאות פון א איד, און אזוי אויך ווער ס'גלייבט נישט אין תחיית המתים האט ער מבטל געווען דאס גאנצע אידישקייט, ווייל ער ווייזט דערמיט אז אידישקייט איז א צייטווייליגע זאך ביז ער גייט אוועק פון די וועלט, די עצם מציאות פון אידישקייט איז אז דאס איז א נצחיות, און פארדעם דארפן מיר גלייבן אין תחיית המתים, אבער פארוואס איז אמונה אין ביאת המשיח איינס פון די י"ג עיקרים, אוודאי גלייבן מיר אלע אין ביאת המשיח, מיר ווייסן אז משיח גייט קומען, אזוי שטייט ארויס אין תורה נביאים און אין די פסוקים ווי חז"ל דרש'נען עס, אבער פארוואס אויב משיח ח"ו קומט נישט איז נישטא קיין אידישקייט, פארוואס ווען א איד גלייבט נישט אז משיח גייט קומען פעלט אים אין אידישקייט, ס'איז שוין באלד צוויי טויזענט יאר וואס מיר לעבן אן משיח, רבי עקיבא איגער און דער חתם סופר האבן געלעבט אן משיח, זיי זענען נפטר געווארן און אריין אין גן עדן אן משיח, אויב אזוי פארוואס איז דער מושג פון משיח אזוי שטארק פארבינדן צו עצם מציאות פון א איד?
די קשיא איז אזוי שטארק שווער געווען פארן חתם סופר, אז ס'קוקט אויס פון זיינע ווערטער אז ער קריגט אויפן רמב"ם. אבער מ'קען פארענטפערן דעם רמב"ם, ווייל אזוי איז דאך למעשה מקובל ביי אידישע קינדער, און דאס איז הלכה למעשה.
אז מיר וועלן אריינטראכטן וועלן מיר זען, אז די גאנצע קשיא איז געבויט אויף די הבנה, אז דער מושג פון משיח איז נאר נוגע פארן עתיד פון כלל ישראל, און ס'וועט קומען א טאג וואס משיח גייט קומען, און אויב איז דאס דער מציאות איז עס א שטארקע קשיא, ווייל וואס גייט פאסירן אויב ער גייט נישט קומען, אידן האבן עולם הבא און תחיית המתים אן משיח אויך, וואס פעלט פאר די מצב פון די וועלט היינט אזוי שטארק אז מיר דארפן ווארטן אויף ביאת המשיח, אלע דורות האבן אידן געלעבט אן משיח, און זיי האבן געהאט א עתיד.
דער אמת איז אבער נישט אזוי, מיר דארפן משיח פאר היינט, און נישט פארן עתיד, אויב מיר לעבן היינט מיט אמונה אין ביאת המשיח קענען מיר זיין אידן, און אויב נישט, זענען מיר חלילה נישט קיין אידן.

אידישקייט, א כריתת ברית מיט הקב"ה
אידישקייט, דאס מיינט א בונד פון אידן מיט הקב"ה, דאס איז פונקט די פארקערטע פון שכר ועונש, כריתת ברית מיינט א קשר, א שייכות מיט השי"ת.
און דאס לערנען מיר ארויס פונעם ערשטן איד אברהם אבינו, דער אייבערשטער האט געמאכט א בונד מיט אברהם אבינו, ברית מילה און ברית בין הבתרים, בעפאר דער אייבערשטער האט געשניטן מיט אים א בונד האט אים דער אייבערשטער געזאגט 'אל תירא אברם אנכי מגן לך שכרך הרבה מאד', הקב"ה רע מצות, דאס עצם שותפות'דיג לעבן מיט השי"ת איז אונז גענוג, ווייל דאס מיינט אידישקייט, א שותפות'דיג לעבן מיט השי"ת. אבער השי"ת האט אונז אויך געגעבן מצות, ווייל אן די מצות איז נישטא קיין קיום פאר דעם שותפות'דיגן לעבן.
און דערפאר זיצן מיר תשעה באב אויף דער ערד און מיר וויינען, מיר וויינען אויף די הרגשה אז ס'פעלט אונז גארנישט, אין די צייט וואס באמת פעלט אונז גאר אסאך, ס'פעלט אונז דער עיקר, ס'פעלט אונז דער מהות פון אידישקייט, ס'פעלט אונז דער שותפות'דיגע לעבן מיטן בורא עולם.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ייש"כ פארן ברענגען די דברים יקרים פון ר' שמשון ז"ל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

יעלה ויבא
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”