ווען נבוזראדן וועט פארטרייבן ... דורך גיין מאמע רחל'ס קבר ..

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

ווען נבוזראדן וועט פארטרייבן ... דורך גיין מאמע רחל'ס קבר ..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

לאחרונה נתעורר אצלי תמיה רבתי, כשהגלה נבוזרדאן את ישראל לבבל, הרי לא הוצרכו כלל לעבור את קבר רחל, דהרי מירושלים לבבל שהוא בצד צפונית מזרחית של ארץ ישראל, אין עוברים כלל קבר רחל, שהוא סמוך לבית לחם דרומית לירושלים, והוא תמוה מאוד.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

איך שרייב דא אפאר וועגן בדרך אפשר.
א. נישט קענענדיג אריבער גיין דעם ים המלח האבן זיי געדארפט אראפ גיין צו דרום ביז נאכן ים המלח און פון דארט געגאנגען קיין בבל.
ב. קען זיין טאקע נישט אלע אידן האבן דארט מתפלל געווען, און נאר די אידן וואס זענען דארט ממילא אדורך האבן מתפלל געווען משא''כ אידן פון אנדער געגנטער האבן נישט.
ג. בבל נעמט אריין גאנץ ארץ ישראל סיי צו דרום און סיי צו צפון, קען זיין זיי האבן געדארפט אנקומען אין בבל מער צו דרום זייט האט מען פון ירושלים געמוזט אראפ גיין דורך קבר רחל.
ד. אמאל זענען די וועגן נישט געווען אזוי דורך געפלאסטערט ווי היינט און קען זיין דאס איז דעמאלט געווען די בעסטע און נארמאלסטע וועג אנצוקומען קיין בבל פון ירושלים.
ה. פאר מ'האט גענומען בילדער פון דער ליפטן זענען די וועגן נישט געווען אזוי אויסגערעכט (ווי מ'קען זעהן אויף אור אלטע מאפעס אסאך אומריכטיגע זאכן) האט מען צומאל געקענט גיין א שטיקל אומוועג מיינענדיג דאס איז די בעסטע וועג.
ו. אן קיין שום הסבר האט הקב''ה געפירט אז דער רשע זאל פירן די אידן דורך דעם וועג כדי זיי זאלן אריבער גיין רחל'ס קבר און דארט בעטן.
ז. קען זיין טאקע א חלק פון די צרות סתם ארום צוטראגן די אידן כדי זיי אויסצומאטערן א שטייגער ווי די טרויעריג בארימטע טויט מארשן וועלכע אונזער זיידעס האבן מיטגעמאכט.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אדער אז די אידען זענען נישט געגאנגען דורך צפון ווייל זיי זענען געגאנגען דורך מדבר ערב (אורחות דודנים אל תקרי דודנים אלא דודים ) וואס איז דורך מזרח דרום
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

די קשיא איז נאך אסאך פריער אויפן פסוק אין שמואל א קאפיטל י' פסוק ב' 'ומצאת שני אנשים עם קברת רחל בגבול בינימין בצלצח'
פרעגן אלע די קשיא וואו קומט 'קבורת רחל' ביי גבול בנימין??
עדי כדי כך, אז דער חכם דא האט שוין גאר אן אנדערער קבר רחל....
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

כמובן איז א חילוק צווישן א לשון סתום אין א פסוק און א מדרש חז"ל, מקופיא האב איך נישט געזען ער זאל זיך בויען אויף דעם מדרש אבער אוודאי קען מען בשופי מסביר זיין דער מדרש אזוי ווי די שיטת הרמב"ן אין די לאקאציע פון קבר רחל.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

מצאתי ברד"ק (יחזקאל כ"ד כ"ו) וז"ל:
מכל מקום יש לתמוה איך לא הגיעה השמועה עד חמשה חדשים מן החרבן, ואפשר שהלכו חיל הכשדים לכבוש מקום אחר והשבויים עמהם עד בואם לבבל:
ולפי דבריו יתכן שהלכו דרך דרום למצרים או למדינה אחרת בדרום, ולכן עברו את קבר רחל.
וישמע חכם ויוסיף לקח
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 7:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאון הגאונים »

לאלתר לחיים האט געשריבן:ו. אן קיין שום הסבר האט הקב''ה געפירט אז דער רשע זאל פירן די אידן דורך דעם וועג כדי זיי זאלן אריבער גיין רחל'ס קבר און דארט בעטן.

שטימט נישט יעקב האט דאך געזאגט אז ער האט געלייגט רחל דארט כדי מען זאל אריבערגיין איר קבר אין מתפלל זיין, אויב אזוי פארוואס האט ער איר געלייגט אין א אומוועג, און די רבוש"ע האט אויך געמאכט אן אומוועג, זאל יעדער גיין גראד
די אנדערע סברות זענען גאנץ קרוב אל השכל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”