דיונים ועיונים בפרשת חיי שרה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

אין רמבן די וואך כד א
מהו העטרה שעטרה לו אמו וכו' משל למלך שהי לו בת יחידה והיה מחבבה יותר מדאי והי קורא אותה בתי לא זז מחבבה עד שקראה אחותי ולא זז עד שקראה אמי וכו'
וצ"ב דא"כ משמע דאדם מחבב יותר אחותו מבתו ועוד יותר אמו
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

עס האט מיר אלעמאל געוואונדער אליער איז דאך געווען אן עבד כנעני און אן עבד כנעני גייט בירושה פארוואס טרעפט מען גארנישט אין די תורה עפעס א שייכות פון אליעזר מיט יצחק (אויסער וואס ער איז געווען זיין שדכן)?

כאזיך אביסל מתבוננן געווען האב איך געזען אזוי, אליעזר איז שוין געווען עבד אברהם נאך פאר יצחק איז געבוירן געווארן, ווי מ'זעהט אז אברהם האט געבעטן דעם אייבערשטן ובן משק בתי דמשק אליעזר, ביי די מעשה איז אברהם שוין אלט געווען 99 יאר, אביסל שפעטער זעהמיר אז ער איז געגאנגען אין מלחמה אינאיינעם מיא אברהם אבינו, אין תורה שטייט אז אין מלחמה קען נאר ארויס ווער עסיז העכער 18 מיז זיין אז אליעזר איז דעמאלט געווען מינימום 17 יאר מיט איין טאג, קומענדיגן יאר איז יצחק געבוירן געווארן אברהם איז דעמאלט אלט געווען 100 יאר, אליעזר 18 יאר מיט איין טאג - מינימום, קומט אויס אז ווען דער זיידער אברהם איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים ביי די 175 יאר, איז שוין אליעזר אלט געווען כאטשיג 93 יאר, האט ער שוין לכאורה נישט גלעבט.

(אין מדרש שטייט אז אין יענע צייטן האט מען שוין נישט געלעבט אזוי לאנג, מהאט געלעבט ביז די 70-80 נאר די אבות האט דער באשעפער געגעבן יארן)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לויט ווי די גמרא וואס זאגט אז עוג הוא אליעזר האט ער נאך געלעבט ביז נאך יציאת מצרים ווען משה רבינו האט קער גענומען פון אים, און דאס וואס דו פרעגסט פארוואס ער איז נישט געגאנגען בירושה צו יצחק קען זיין אז יצחק האט אים משחרר געווען, אדער גאר אברהם.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ווילסט מיר זאגן אז איינער פון זיי האט אים אויסגעזעצט א צאן ?
אויב נעמסטו אן דעם מדרש אז אליעזר איז עוג איז ער דאך נישט קיין כנעני ווייל כנען איז געבוירן געווארן הערשט נאכן מבול.
אגב, עוג איז געווען מלך הבשן, נא האט מען שוין געהערט אזונס, עבד כי ימלוך.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יא אויסדריקליך, אברהם האט אים אויסגעזעצט די ציין, גיי מיר אויפזיכן די לשון פון די גמרא עס גייט בערך אזוי "פעם אחת גער בו (אברהם אויף אליעזר) ונפל שינו ועשה ממנו מיטות וי"א כסאות" איך געדענעק נישט פינקטליך די לשון אבער איך גיי עס יעצט זיכן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

און וועגן וואס די זאגסט וועגן אן עבד, איז דאס לכאורה נישט קיין תירוץ ווייל ער איז געווען אן עבד ביי אברהם און מיר נעמען אן אז עבד מלך כמלך.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מסכת סופרים האט געשריבן:עוג הוא אליעזר ופרסות רגליו ארבעים מיל ואברהם היה טומנו בכף ידו, פעם אחת גער בו ומיראתו נפל שינו ממנו ונטלו אברהם ועשאו מטת שן והיה ישן שם, ויש אומרים כסא עשאו ויש בו כל ימי חייו, ומי נתנו לאברהם נמרוד והלך עוג ובנה ששים עירות, הקטן שבהן היה גבהו ששים מיל שנאמר ששים עיר כל חבל ארגוב וגו', ומה היתה אכילתו אלף שוורים וכן מכל חיה ושתיתו אלף וטיפת זרעו ל"ו ליטרא.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שכוח זיידי

א מחי' צו לערנען מיט דיר א ליל שישי.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

געהערט זאגן א פשט אז היות אליעזר איז געווען א שליח צו מקדש זיין סיי וועלכע אשה איז אויב וואלט מען ווען געהרגעט אליעזרן וואלט יצחק נישט געקענט חתונה האבן מער וויל ביי יעדע פרוי וואלט ער געהאט א שאלה אויב זיי זענען נישט פו די פסולים דהיינו אחות אשתו וכדומה , און דאס איז פשט ארמי אובד אבי

אבער לכאורה שטייט נישט אז אברהם האט איהם באשוואורן צו זיין א שליח אויף צו מקדש זיין סיי וועלכע אשה , נאר דוקא פון משפחת בית אברהם אין איינמאל זיי ווילן נישט גיין איז וניקית משבועתי זאת , איז אויב אזוי איז מיט די בנות ענר וכו' וואלט ער זיך נאכגעקענט משדך זיין

נאך א זאך פון וואו נעמט מען בכלל אז אליעזר איז געווען א שליח אויף קידושין ער איז נישט געווען מער וואו א פשוטער שדכן וואס האט געדארפט אנטראגן דעם שידוך און ווער סוויל וועט מען זיך שפעטער זעצן און מאכן ווארט תנאים און דערנאך ערשט אירוסין
גד
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2008 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גד »

דער אליעזר פון איין זייט מעשרה שנכנס חי לגן עדן, מז' צדיקים שלא מתו, זקן ויושב בישיבה, ער שטייט ביים טיר פון אברהם ושרה, בוא ברוך ה' שיצא מכלל ארור, מצד שני איז ער עוג מלך הבשן וואס משה רבינו האט גע'הרג'ט וואס האט געוואלט אברהם זאל גע'הרג'ט ווערן אין קריג.

ר' צדוק זאגט, אז וועגן דעם האט משה רבינו מורא געהאט פון אים, ווייל ער איז ניצול געווארן פון מבול, איז א סימן אז ער איז געווען א שומר הברית, וועגן דעם איז זיין חלק געגאנען צו שבט יוסף נוטרי הברית, און דער בוכ"ע האט אים געדארפט זאגן לא תירא, ווייל סוכ"ס אפילו א מולי עכו"ם האט נישט קיין דין נימול, ווי די גמרא זאגט אין נדרים ביי הנודר ממולים.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

תקומה היתה לו
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

עס ווערט געברענגט (איך האב עס געזען אין מעלות צווישן די מאמרים פון ב. הלוי) אז עוג איז געווען איין מענטש מיט צוויי חלקים, דער חלק הטוב פון אים איז געווען אליעזר, און דער חלק הרע איז געווען עוג מלך הבשן.

נ.ב. גאנץ יתכן אז עס זענען היינט פאראן אייניקלעך פון עוג (איך רעד נישט פון שלשה אחים וואו עס זענען פאראן בריוו אונטערגע'חתמ'עט "עוג דער זעכצנטער"...), אליעזר האט דאך פארמאגט א טאכטער וואס ער האט געוואלט געבן פאר יצחק. וואס מיט דעם טאכטער איז געווארן ווייסט קיינער נישט.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אין די פארגאנגענע וואכן געפינען מיר א מחלוקת צווישן אברהם מיט לוט אויב ארץ-ישראל געהערט שוין יעצט פאר אברהם, אדער מוז מען ווארטן ביז דער באשעפער וועט עס געבן פאר די קינדער און בלשון הגמרא אויב ארץ ישראל מובטחת לנו מאבותינו אדער נישט.

די וואך זאגט אברהם אבינו "גר ותושב אנכי עמכם" און ווי רש"י ברענגט לויטן צווייטן פשט, אז ער האט געזאגט אויב ווילט איר נישט "אטלנו מן הדין" ווייל דער באשעפער האט אים שוין צוגעזאגט "כי לך אתננה את הארץ הזאת". קומט דאך אויס אז אברהם אבינו האט געהאלטן אז מען מעג יא נעמען מן הדין זאכן פון ארץ-ישראל, וויבאלד עס געהערט שוין פאר אים.

לכאורה קוקט עס אויס ווי א שטיקל סתירה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ער האט דאס גענוצט אלס א סטראשע מיטל "ואם לאו", והא ראיה למעשה האט ער באצאלט ווי א טאטעלע.
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

.
לעצט פארראכטן דורך ווארום אום דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 11:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב תולעת
דארף איך אויסמעקען דער תגובה אויך?
דער סדר הדורות ברענגט אויך יענער אבן עזרא. ער לערענט גאר פשט און יענעם אבן עזרא אז שם בן נח האט אויך מיטגעהאלפען בויען דעם מגדל.

לויט דיר קומט אויס אז ווען מען זעהט עפעס אויסטערליש מאדען אדער קאנטרעווערשעל און וועליכער אוהמער ספר אפילו און די ספרי ראשונים דארף מען זיך אוועק שטעלען און פרעגען אויב דאס איז טאקע מפי אותו ראשון אדער נישט.
און ווער שטעלט דער גדר וואס הייסט מאדען און קאנטרעווערשעל און וואס הייסט נישט?
the SCY is the limit
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך זוך פשט אין ווערטער פון אהחה"ק די וואך.

"חיי" שרה, לומר שצדיקים מחיים ימיהם, אבל הרשעים ימיהם מחיים אותם.

קען עמיצער ערקלערן די ווערטער?
דאנקע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

זיידעניו האט געשריבן:לויט ווי די גמרא וואס זאגט אז עוג הוא אליעזר האט ער נאך געלעבט ביז נאך יציאת מצרים ווען משה רבינו האט קער גענומען פון אים, און דאס וואס דו פרעגסט פארוואס ער איז נישט געגאנגען בירושה צו יצחק קען זיין אז יצחק האט אים משחרר געווען, אדער גאר אברהם.



און דברי יואל די וואך ברענגט ער צו פון א מדרש דאכט זיך אז אברהם האט אים משחרר געווען ווייל ער האט אים חושד געווען ביז מען האט געזען אז רבקה האט געהאט דם בתולים האט מען אים באפרייט



אגב עיין בחתם סופר די וואך א שיינע טעם פארוואס מען דעקט צו די כלה'ס פנים ווייל מען זעט אז רבקה האט זיך אראפגעבויגן ווען יצחק איז געקומען איז לכאורה פארוואס פונקט דעמאלטס און נישט פארדעם? זאגט די הייליגע חת"ס אז א כלה דעקט זיך צו די פנים וווייל היות ביי א כלה מעג מען קוקן אויף די קליידער און תכשיטים כדי לחבבה על בעלה במילא דעקט מען צו די פנים משא"כ סתם אזוי טאר מען דאך נישט קוקן אפילו אויף א בגד פון א אשה במילא האט מען נישט מורא אז מען וועט זען די פנים
קומט אויס אזוי אז ווען רבקה איז געווען אויפן וועג האט אליעזר אינגאנצן נישט געקוקט אויף איר, משא"כ יעצט ווען יצחק איז אנגעקומען האט דאך שוין אליעזר געדארפט קוקן אויף די בגדים כדי לחבבה על בעלה במילא האט זי זיך געמיזט צודעקן די פנים.
און ער זאגט אז וועגן דעם האט מען אים חושד געווען ווייל מען האט געזען אז ער קוקט אויף איר און זיי האבן נישט געוויסט אז די גאנצע וועג האט ער נישט געקיקט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

עובר לסוחר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבותי איך האב זיך דערמאנט צו שפעט, אבער דער וועלט זאגט דאך אז עס איז קיינמאל צו שפעט, וועל איך ארויפ לייגען וואס איך האב געהאט בדעה

שטייט און פסוק (כג, טז) וישקל אברהם לעפרון את הכסף, זאגט רש"י: שנטל ממנו שקלים גדולים שהן קנטרין, שנאמר עובר לסוחר, שמתקבלין בשקל בכל מקום, ויש מקום ששקליהן גדולים שהן קנטרין, צנטיאר"ש בלע"ז

וואס זאגט דא רש"י? איז דאס צוויי הסברים אויף עובר לסוחר אדער איינס? ו

פון רשי" און די גמרא איז משמע אז עס איז איינס. דער גמרא איז און בבא מציעא (פז' ע"א), אמר רבי אלעזר... מנלן מעפרון, מעיקרא כתיב ארץ ארבע מאות שקל כסף, ולבסוף כתיב וישמע אברהם אל עפרון וישקל אברהם לעפרון את הכסף אשר דבר באזני בני חת ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחר, דלא שקל מיניה אלא קנטרי, דאיכא דוכתא דקרו ליה לתקילא (שקל און אראמיש) קנטירא. זאגט דארט רש"י אויף ד"ה עובר לסוחר: מלמד שבכל מקום היה מתקבל בשקל, ואיכא דוכתא דקרו לקנטיר תיקלא. דאס הייסט אז עפרון האט פארלאנגט אז אברהם אבינו זאל אים געבען די גרעסטע שקלים וואס קען נאר זיין וואס איינער ערגעץ רופט עס אן שקל, און אוודאי הונדערט מנה'דיגע שקלים איז עובר לסוחר, יעדער נעמט עס

זענט עטץ מסכים? ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

ואיכא דוכתא דקרו לקנטיר תיקלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אויך איז צו קענטעניס נעמען אז רש"י האט געטוישט פון די לשון הגמרא, פון "דאיכא דוכתא דקרו ליה לתקילא קנטירא", צו "ואיכא דוכתא דקרו לקנטיר תיקלא". ו

די מפרשים רעדען וועגען דעם

דער לשון פון רש"י שטימט אבער יא מיט די לשון הגמרא און בכורות (קוק די נעקסטע שטיקעל). ו
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 2:21 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

קינטרין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך לייג דא פאר, פאר אונזערע תלמידי חכמים עפעס וואס איז שווער, ווער עס האט וואס צו זאגען זאל ביטע זאגען. רש"י זאגט דארט און בבא מציעא ד"ה קנטרי: משקל גדול שקורין צנטיר, מאה מנה. אבער און בכורות (נ' ע"א) ווי די גמרא זאגט: "אמר רבי חנינא, כל כסף האמור בתורה סתם סלע, דנביאים ליטרין, דכתובין קינטרין, חוץ מן כספו של עפרון שאע"פ שכתוב בתורה סתם (איז עס געווען) קינטרין, דכתיב ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחר ואיכא דוכתא דקא קרו לקינטרא תיקלא, זאגט דארט רש"י ד"ה קינטרין: מאה סלעים בכל שקל. דארף עס א הסבר, פארוואס זאגט דא רש"י אז קינטרין איז מאה סלעים בכל שקל, אבער און בבא מציעא זאגט רש"י אז א קינטרי איז מאה מנה? ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

עי' מהרש"א בבכורות שם.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הכל בכל מכל האט געשריבן:אין רמבן די וואך כד א
מהו העטרה שעטרה לו אמו וכו' משל למלך שהי לו בת יחידה והיה מחבבה יותר מדאי והי קורא אותה בתי לא זז מחבבה עד שקראה אחותי ולא זז עד שקראה אמי וכו'
וצ"ב דא"כ משמע דאדם מחבב יותר אחותו מבתו ועוד יותר אמו

און איר האט פארשטאנען דאס גאנצע רמב"ן עד הסוף? הלא כבר כתב הרבינו בחיי שהאריך יותר מדי, ואני בער ולא אדע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

הכל בכל מכל האט געשריבן:געהערט זאגן א פשט אז היות אליעזר איז געווען א שליח צו מקדש זיין סיי וועלכע אשה איז אויב וואלט מען ווען געהרגעט אליעזרן וואלט יצחק נישט געקענט חתונה האבן מער וויל ביי יעדע פרוי וואלט ער געהאט א שאלה אויב זיי זענען נישט פו די פסולים דהיינו אחות אשתו וכדומה , און דאס איז פשט ארמי אובד אבי

קדושת לוי.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

הכל בכל מכל האט געשריבן:אין רמבן די וואך כד א
מהו העטרה שעטרה לו אמו וכו' משל למלך שהי לו בת יחידה והיה מחבבה יותר מדאי והי קורא אותה בתי לא זז מחבבה עד שקראה אחותי ולא זז עד שקראה אמי וכו'
וצ"ב דא"כ משמע דאדם מחבב יותר אחותו מבתו ועוד יותר אמו

פשוט פשט איז [נישט אז ס'פארענטפערט אינגאנצען די קושיא] אז בת איז א מדרגה אונטערן מענטש, אחות - גלייך מיטן מענטש, און אם העכערן מענטש.

ובזה מבארים וואס מ'זאגט ורוממתנו מכל הלשונות, היינו מכל הלשונות של חיבוב.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”