אשריכם ישראל ... הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

אשריכם ישראל ... הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

מיט א טיפערן בליק
יום כיפור תשע"ו
אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

ס'גלייבט זיך טאקע נישט אבער אט שטייען מיר שוין ביים שוועל פון דעם גרויסן הייליגן טאג יום כיפור, אנגעהויבן האט זיך עס מיט די לעכטיגע ימי אלול, דערנאך דער גרויסע יו"ט ראש השנה, די עשרת ימי תשובה און אט שטייען מיר ערב יום הקדוש תשע"ו, דאס הארץ קלאפט און האפט זוכה צו זיין צו א גמר חתימה טובה, פון דער אנדערע זייט זענען מיר פיל מיט שמחה און פרייד אז מיר זענען זוכה צו אזא געוואלדיגע טאג, א טאג וואס הקב"ה טוט אונז אויסוואשן און אויסרייניגן פון אונזערע זינד כִּי-בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם, מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ נישט קיין חילוק ווי אזוי די יאר האט אויסגעקוקט, מאכט אונזער טאטע אויף ברייט די טויערן און ווארט אויף אונזער צוריק קומען כרחם אב על בנים, ווי איז נאך פארהאן עפעס זיסער און געשמאקער ווי צו זיין אונטער די שאטן פונעם טאטען ווען ער נעמט אונז צוריק צו זיך מיט בענקשאפט און ליבשאפט.

אין די לעצטע משנה אין מסכת יומא זאגט אונז די הייליגע תנא די ליכטיגע ווערטער וואס פילט אָן דאס אידיש הארץ מיט שמחה און שטארקייט, ס'ברענגט אונז פשוט אריין אין א פייערדיגע טענצל: אָמַר רַבִּי עֲקִיבָא, אַשְׁרֵיכֶם יִשְׂרָאֵל, לִפְנֵי מִי אַתֶּם מִטַּהֲרִין, וּמִי מְטַהֵר אֶתְכֶם, אֲבִיכֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם, שֶׁנֶּאֱמַר (יחזקאל לו) וְזָרַקְתִּי עֲלֵיכֶם מַיִם טְהוֹרִים וּטְהַרְתֶּם, וְאוֹמֵר (ירמיה יז) מִקְוֵה יִשְׂרָאֵל ה', מַה מִּקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים, אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל.

לאמיר פארשטיין פשט אין די ווערטער פון מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל, א) וואס פעלט בכלל אויס א משל "אזוי ווי א מקוה איז מטהר אזוי אויך איז הקב"ה מטהר", ס'איז גאנץ א פשוטע זאך צו פארשטיין אז הקב"ה איז מטהר את ישראל, וואס דארף מען אויף דעם א משל אזוי ווי א מקוה? ב) ווי פאסט זיך ברענגן א ראיה פון א מקוה צו השי"ת, אזוי ווי א מקוה רייניגט דעם מענטש אף הקב"ה מטהר את ישראל, ס'הערט זיך עפעס כאילו די מקוה האט עפעס א כח פאר זיך?

טייערע ברידער לאמיר אויפמאכן דאס הארץ און דערהערן די געוואלדיגע יסודות וואס די הייליגע תנא רבי עקיבא לערנט אונז אין די פאָר געציילטע ווערטער און דערמיט פארשטיין וואס אונזער ארבעט איז:
א) אז מיר זאלן זיך אפשטעלן און באטראכטן דעם מקוה וועט זיך גאנץ שנעל ארויסשטעלן אז ס'איז פארהאן דארט א דבר חידוש... בדרך כלל זענען מיר געוואוינט אז איעדע פלאץ, איעדע בית המדרש תלמוד תורה ישיבה און מוסד איז אוועקגעשטעלט פאר א געוויסע עולם, א געוויסע סארט מענטש, א געוויסע חבורה/חסידות וכדומה, און כאטש אז אלע האבן די זעלבע ציל צו לערנען דאווענען און זיך ברענגן א טריט נענטער צו אונזער טאטע אין הימל - אעפ"כ שטעלט זיך עס אזוי אויס אז איעדער האט זיך זיין פלאץ וואס איז צוגעפאסט צו אים, און ווען איינער קומט אויף א פלאץ וואס איז נישט צוגעפאסט פאר אים וועט עס נישט נעמען לאנג און ער וועט דעם פלאץ פארלאזן ווייל ס'איז פשוט נישט פאר אים... אנדערש איז אבער א מקוה, ס'איז א פלאץ וואס סיי ווער ס'קומט דארטן אריין גייט ארויס א ריינער.

ס'האט נאך נישט פאסירט אז די גלאנציגע מקוה וואסער זאל ארויס שרייען און פרעגן ..ר' איד פון וועלכע קרייז זענט איר? וועלכע חסידות באלאנגט איר? וואסערע לבוש טראגט איר? ווי אזוי האט אויסגעזעהן אייער נעכטענדיגע טאג? וואס זענען אייערע פלענער אויף ווייטער? דער מקוה האט נאך קיינמאל נישט ארויס געגעבן קיין באפעל ווער ס'קומט דארט יא אדער נישט אריין, ווער ס'באלאנגט יא אדער נישט, נאר פונקט פארקערט די מי מקוה איז שטענדיג גרייט מקבל צו זיין און אויפנעמען סיי ווער ס'זיכט טהרה נישט קיין שום חילוק פון ווי ער קומט שטאמט אדער געהערט, נישט קיין חילוק ווי אזוי זיין לעבן האט אויסגעקוקט נעכטן אדער פאריאר, און נישט קיין חילוק וויפיל מאל ער האט זיך שוין געטובל'ט, אין די הייליגע וואסערן דארט האט איעדער א פלאץ און דארט ווערט איעדער גערייניגט!
דאס איז די ערשטע און וויכטיגסטע יסוד וואס די הייליגע תנא רבי עקיבא לערנט אונז, טייערע אידעלע ווען די קומסט זיך מטהר זיין ביי אונזער טאטע אבינו שבשמים זאלסטו געדענקן אז ס'איז פונקט ווי א מקוה, וואס דאס מיינט אז אזוי ווי ביים מקוה איז נישט פארהאן קיין שום חילוק פון ווי מען קומט אדער שטאמט, צו וועלכע קרייז מען געהערט, צו וועלכע חסידות מען באלאנגט, וואסערע לבוש מען טראגט, ווי אזוי דער נעכטן האט אויסגעזעהן, וויפיל מאל מ'האט זיך שוין געטובל'ט, נאר ווילאנג די קומסט זיך מטהר זיין, די קומסט זיכן טהרה און ריינקייט שטייט השי"ת מיט אויסגעשטרעקטע אורעמעס פיל מיט ליבשאפט גרייט דיך מקבל צו זיין... איז געדענק ברידער נישט קיין שום נפקא מיניה וואס ס'איז געווען און וואס ס'גייט זיין טאנץ אריין מיט דיין גאנצע גוף און נשמה אין די הענט פון הקב"ה ומה מקוה מטהר אף הקב"ה מטהר את ישראל.

ב) אז מיר וועלן ווייטער באטראכטן דעם מקוה וועלן מיר זעהן אז ס'איז פארהאן איין נקודה וואס איז גאר יסודות'דיג און אויב פארגעסט מען עס איז די מקוה קיין מקוה נישט... "דיני חציצה" אויב בערל פארגעסט אויסצוטוען דעם שלאף קאפעל און אזוי שפרינג ער אין מקוה אריין וועט ער זיך דארפן איבער טובל'ן, אדער שמערל וואס האט א קליינע בענד-עידזש וואס איז געבליבן אויפן פיס און ער טובל'ט זיך דערמיט איז די טבילה נישט קיין כשרע, און צוריק צו בערל אויב איז זיין האנט געבליבן אינדרויסן פון די וואסער איז אודך נישט גוט, כדי די טבילה זאל זיין כשר און ריכטיג מטהר צו זיין דעם מענטש דארף מען זיך קודם כל אויסטוען און אראפנעמען פון זיך איעדע קליינע חציצה וואס נאר פארהאן צווישן די מענטש אין די וואסער און דערנאך דארף מען אינגאנצן אריין גיין גארנישט לאזן אינדרויסן, און נאר אזוי איז דער מענטש זוכה צו ריכטיגע טהרה אז די הייליגע מי גשמים וועלן בסייעתא דשמיא רייניגן דעם מענטש.

אט דאס איז די צווייטע יסוד וואס די הייליגע תנא לערנט אונז, טייערע אידעלע ווען די קומסט זיך מטהר זיין ביי אונזער טאטע אבינו שבשמים זאלסטו געדענקן אז ס'איז פונקט ווי א מקוה, וואס דאס מיינט אז אזוי ווי ביים מקוה דארף מען פון זיך אראפ נעמען איעדע קלענסטע חציצה, די זעלבע איז עס ווען מען קומט זיך רייניגן ביי הקב"ה, מען דארף אראפ נעמען אלע חציצות וואס קלעבן זיך צוביסלעך ארויף אויפן מענטש, אויף די הארץ און נשמה, און איבריג צו זאגן וואס די חציצות זענען ..לב יודע איעדער פון אונז ווייסט וואס זיינע חציצות זענען, ביי איינעם איז עס געוויסע נאטורן און מידות, ביי איינעם איז עס געוויסע געדאנקן אדער געוואונהייטן, כל מיני מחשבות וואס זאגן אז כ'קען נישט, ס'גייט נישט, ס'איז נישט פאר מיר, איך בין שוין פארפאלן, מיט מיר וועט שוין גארנישט זיין וכדומה, ווען מיר קומען צו הקב"ה דארף מען דאס אלעס אפלאזן און אראפ נעמען, זיך אינגאנצן אפוואשן, און אריין גיין אין די מקוה אינגאנצן לאז נישט קיין איין חלק פון דיין הארץ און נשמה אינדרויסן גיי אינגאנצן אריין, און אט אזוי איז מען זוכה אז די טבילה פועלט און דער מענטש ווערט ריכטיג גערייניגט.

ג) מיר זענען ממשיך באטראכטן דעם מקוה, אז מען קוקט אריין אין די תורה הקדושה טרעפט מען א דין וואס רופט זיך א "טבול יום", וואס דאס מיינט איינער וואס איז טמא געווארן מיט א סטאטוס פון אַן אב הטומאה אדער א ראשון לטומאה און כאטש ער האט זיך שוין געטובל'ט איז ער נאך אלץ נישט אינגאנצן ריין ביז די טאג ענדיגט זיך, און ערשט דערנאך ווען די טאג גייט אריבער איז ער אינגאנצן ריין... בקיצור וואס מיר זעהן איז: אז ס'איז פארהאן א מציאות אז דער מענטש האלט שוין נאכן מקוה דאך איז ער נאכנישט אינגאנצן ריין, אבער דאס איז אויך קלאר אז ער איז שוין נישט די זעלבע דרגה ווי ער איז געווען פריער פארן מקוה, ער איז שוין מיט איין טריט נענטער צו ווערן אינגאנצן ריין... דער אידעלע גייט אמאל אריין אין מקוה און ער טראכט צו זיך וואס טו איך דען שוין אויף מיט מיין איצטיגע טבילה כ'האב דאך שוין אנגעפולט מיין חודש קארטל, וואס דאס באדייט אז מארגן אינדערפרי וועל איך פריש דא זיין, איז אויב אזוי וואס העלפט שוין מיין היינטיגע טבילה? די תירוץ איז פשוט איעדעס איינציגע טבילה איז מוסיף טהרה ס'ברענגט אונז איין טריט נענטער, דער אידעלע קוקט נישט אויף מארגן און וואס ס'גייט זיין שפעטער מען קוקט אויף יעצט, יעצט בין איך מוסיף טהרה, יעצט קום איך איין טריט נענטער!

אט דאס לערענט אונז די הייליגע תנא רבי עקיבא, טייערע אידעלע ווען די קומסט זיך מטהר זיין ביי אונזער טאטע אבינו שבשמים זאלסטו געדענקן אז ס'איז פונקט ווי א מקוה, וואס דאס מיינט אז אזוי ווי ביים זיך טובלן מיינט עס נאכנישט אז דער אידעלע איז שוין אנגעקומען צום תיקון השלום, אבער געדענקן זאלסטו אז מיר זענען נישט אויף די זעלבע מצב ווי פארדעם, ס'פארלאנגט זיך טאקע נאך אביסל ארבעט אבער מען ווערט שוין נישט גערופן א טמא מען איז א טבול יום... די זעלבע איז ביי הקב"ה ווען דער איד קומט זיך מטהר זיין, ער טוט זיך רייניגן, ער ארבעט אויף זיך מיט אלע כוחות, ער הארעוועט, פרובירט, דאווענט, בעט און גיסט זיך אויס דאס הארץ צו הקב"ה, אבער מיט דעם אלעם שפירט מען אז כאטש מיר לייגן אריין אזוי פיל כוחות רייניגט מען זיך נישט אינגאנצן, מען איז נישט זוכה אינגאנצן פטור צו ווערן פון די שווערע מידות און געוואונהייטן, מען שפירט נישט יא ס'איז געלונגען ב"ה כ'בין אנגעקומען, און אמאל איז עס גאר פארקערט מען פאלט איין מאל צוריק און שפעטער כאפט מען נאך א גליטש און אזוי ארבעטן איינמאל און נאכאמאל און מען זעט זיך נישט אינגאנצן אינדרויסן, און דער מענטש וויל ממש אויפגעבן, דארף מען אבער געדענקן אז א מקוה רייניגט נישט אינגאנצן דאס ערשטע מינוט, טהרה איז עפעס וואס גייט נישט אויף איינמאל ס'איז א שווערע ארבעט וואס גייט שטאפל ביי שטאפל, אבער ס'איז זיכער איין טריט נענטער, איעדעס ביסל מאכט דעם מענטש הייליגער, ווען דער מענטש טוט אפילו נאר א קליין ביסל איז מען שוין נישט אויף די זעלבע מצב ווי פריער, מ'איז אויפן וועג צו טהרה בשלימות!

טייערע ברידער ווען מיר שטייען אין די הייליגע טעג פון תשובה, טעג וואס הקב"ה איז עוסק אין טהרת ישראל, ווי די פסוק זאגט כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם, מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ, טאקע הקב"ה אליין, ער שיקט נישט קיין מלאך אדער א שליח, נאר השי"ת אליין בכבודו ובעצמו ווי די משנה זאגט הקב"ה מטהר את ישראל, דארף איעדעס אידיש הארץ אנגעפולט ווערן מיט שמחה און שטארקייט, טאנצן פאר פרייד ווי גליקלעך זענען מיר אז דער מלך העולם אליין קומט אונז רייניגן ..אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין, ומי מטהר אתכם, אביכם שבשמים.. מיר האבן א געלעגנהייט אנצופאנגן פריש כקטן שנולד, און נאך מער חז"ל זאגן אונז גדולה תשובה שזדונות נעשות לו כזכיות, ווען מיר טוען תשובה מאהבה זענען מיר זוכה אז אונזערע זינד ווערן גאר זכיות, אַה! אשרינו מה טוב חלקינו!

ווען דער אידעלע טאנצט ערפילט ער זיין הארץ מיט די הייליגע ווערטער פון חיזוק און הדרכה ..מה מקוה מטהר את הטמאים, אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל, ר' איד אזוי ווי דער מקוה, ס'איז נישט קיין שום חילוק ווער די ביסט, פון ווי די קומסט, וואס דיין היסטוריה איז, הקב"ה אונזער געטרייע פאטער שטייט מיט אפענע הענט גרייט אויפצונעמען זיינע קינדער און אונז צוריק ברענגן צו זיך השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם... פון אונז אידישע קינדער פארלאנגט זיך נאר איין זאך, אראפ מיט אלע חציצות, זיך גוט אפוואשן פון אלע שטערונגען וואס קלעבן זיך ארויף אויפן נשמה במשך דעם יאר און האקן אונז אפ פון אונזער באליבטע טאטע, פטור ווערן פון אלע מחשבות חשבונות געדאנקן און רעיונות וואס שטערן אונז שטייגן, פון אלע פלעקן וואס קלעבן זיך ארויף און זאגן פארן מענטש ..די קענסט נישט ..ס'איז נישט פאר דיר, ס'איז פשוט נישט מעגליך, כ'בין שוין ווער איך בין ס'העט זיך שוין נישט טוישן, מיט אלע כוחות דארפן מיר עס אראפ קראצן, און מיט שמחה אריין קומען אין די היכל פון תשובה מיט אונזער גאנצע ריינע גוף און נשמה, און ווען מען קומט אריין דארפן מיר געדענקן צו זיין אינגאנצן אינעווייניג!

ועל כולם מאַך נישט קיין טעות אז תשובה איז עפעס וואס מען דארף שפירן אין איין מינוט, אדער עפעס וואס וועט דיך איבער מאכן ניי און עטליכע סעקונדעס, דער יצר זאגט אונז כסדר קוק האסט פרובירט, יום כיפור האסטו אזוי שטארק געבעטן, ס'איז טאקע געווען הייליג און געוואלדיג אבער די זעסט דאך אליין אז די ביסט צוריק געפאלן, מוצאי יו"כ איז שוין נישט געווען די זעלבע איז אויב אזוי וואס פעלט דיר אויס די גאנצע תשובה?! ..פארוואס זאלסטו זיך היינט שטארקן די ווייסט דאך אז מארגן וועסטו צוריק פאלן??!! ניין ברידער, ס'איז נישט ריכטיג מיר דארפן וויסן און געדענקן אז תשובה איז א לאנגע און שווערע ארבעט, אבער כאפ א בליק אויפן מקוה און לערען דיך דעם גרויסן יסוד אז איעדע טבילה איז א טריט נענטער, אפשר איז מען נאך נישט אינגאנצן טהור אבער די זעלבע ווי פארדעם איז מען נישט! די זעלבע איז ביי אונז לאז דיך נישט פארדרייען פונעם יצר געדענק אז תשובה וטהרה גייט טאקע נישט אויף איינמאל, אבער איעדעס טראפל ברענגט דיך נענטער און העכער לאבינו שבשמים, ווען די זאגטס איין קליינע תפילה, ווען די געבסט נאר איין אמתע קרעכץ, ווען די האלטסט צוריק דיינע אויגן פון געבן אפילו נאר איין קליינע קוק, אלעס ברענגט דיר נענטער און העכער, און די ביסט שוין נישט אויף די זעלבע פלאץ ווי פארדעם ס'איז פשוט א אנדערע וועלט!

הייליגע ברידער אט קומען מיר שוין צו דעם גרויסן הייליגן טאג, לאמיר עס ריכטיג אויסניצן, און אין איר אריין טאנצן מיט אלע אונזערע רמ"ח איברים שס"ה גידים, מיט די גאנצע הארץ און נשמה, און ריכטיג מקיים זיין די מצוה פון תשובה ווי חז"ל לערנען אונז האט עס דריי נקודות:
א - חרטה על החטא - האבן געפילן פון חרטה אויף אונזערע זינד.
ב - עזיבת החטא - איבערלאזן די זינד.
ג - וקבלה לעתיד - מקבל זיין אויף זיך אז ס'זאל זיך חלילה נישט איבערשפילן.

בקיצור אריין קומען אין די היכל התשובה מיט די גאנצע הארץ און זיך ריכטיג דערווייטערן פון זינד און פון כל מיני זאכן וואס ברענגן אונז צו זינדיגן, און השי"ת אונזער באליבטע טאטע ווען ער זעט ווי מיר ווילן צוריק קומען, מיר פרובירן זיין נאנט צו אים וועלן מיר זיכער זוכה זיין צו דעם וְזָרַקְתִּי עֲלֵיכֶם מַיִם טְהוֹרִים וּטְהַרְתֶּם מִכֹּל טֻמְאוֹתֵיכֶם וּמִכָּל גִּלּוּלֵיכֶם אֲטַהֵר אֶתְכֶם.
ויה"ר אז מיר אלע הייליגע אידישע קינדער כל אחד ואחד בשמו הטוב זאלן געבענטשט ווערן מיט א כתיבה וחתימה טובה, א לעכטיג זיס יאר, א יאר פיל מיט השפעות טובות הצלחה סייעתא דשמיא און כל מילי דמיטב, און בעיקר העיקרים א יאר פון קרבת אלוקים א יאר וואס מיר זאלן זיין נאנט צו אונזער באליבטע טאטע אין הימל! און מיר בעטן אנא רחום ברחמיך הרבים השב שכינתך לציון עירך וסדר העבודה לירושלים, ושם נעבדך ביראה כימי עולם וכשנים קדמוניות בב"א!

לסיכום געדענק:
• ס'איז נישט קיין שום חילוק ווער די ביסט, פון ווי די קומסט, וואס דיין היסטוריה איז, הקב"ה שטייט און ווארט אויף דיר.
• וואש זיך אפ פון אלע חציצות וואס קלעבן זיך ארויף, און טאנץ אינגאנצן אריין אין די היכל התשובה!
• איעדעס ביסל, איעדעס טראפל ברענגט דיר נענטער און העכער צו אונזער באליבטע טאטע אבינו שבשמים!

א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מקען עס נאך ניצן פאר די יאר..

א גמר חתימה טובה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”