נוצן א פריש געוואשענע האנטוך אין מקוה אין די 9 טעג

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישלהוסיף האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:די חיי הלוי שליט"א פסקנט להיתר
ער זאגט אבער אז מען זאל אראפווארפן די האנטוך אויף דער ערד

אראפווארפן אויף א זויבערע פלאר? מה הועילו חכמים בתקנתם.

דער קאפיש'ער רב האט אזוי געטוהן לכתחלה מיט זיין העמדער (געביגעלטע), יעדן טאג אין די ניין טעג, אראפ געווארפען זיין העמד דריי מאל, אין דערנאך אנגעטוהן.

מפי?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 5:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת לאמיתו »

לענ"ד פארשטיי איך די נישט גאנצע שאלה, סארי

ווען סלעשט זיך אויס די לעקטער אין ביהמ"ד אין שב"ק, און די רב איז דאס מתיר אנצוצינדן מיט א גוי אלס צרכי רבים, איז דאס נאר א היתר פארן שמש, אבער איך יחיד דארף גיין דאווענן אין אן אנדערע שול ?, - אוודאי נישט - א ענין דצורכי רבים איז מותר פאר יעדן איינעם
איצט אויב ביזטו מודה אז דער שמש מעג אלס צורכי רבים - דעס יאר געהערט פון צוויי מקוה אידן אז קאלעסבורגער רב שליט"א האט דאס מתיר געווען וועגן צורכי רבים - פארוואס זאל איך נישט טארן
אוודאי ווער עס וויל מחמיר זיין הרי זה משובח - כדאי בית אלקינו וכו'

הנרלע"ד כתבתי וכל הרוצה לחלוק יחלוק
חותמו של הקב"ה אמת
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

כפי שכתבתי באר היטב, איז נישט שייך זיך אראפצולערנען פון יענעם אין אזעלכע זאכן וואס האט צו טאן מיט די אייגענע אנינות הדעת.
אויב קאפישער רב זצ"ל איז געווען אן איסטניס, בין איך אויך?
דער שאפראנער רב זצ"ל האט זיך געזייפט יעדן טאג אין די 9 טעג (חוץ ת"ב), ווייל ער איז געווען א גרויסער איסטניס. מיינט דאס אז אלע שאפראנער חסידים ותלמידים זייפן זיך?

לגבי די חלק פון צרכי רבים, און די משל פון א לעקטער און שבת. איז דער ענטפער אזוי:
אין שבת איז דא א איסור פון נהנה זיין פון חילול שבת. אויב אבער איז מותר מפני צרכי רבים אמירה לעכו"ם, איז אויטאמאטיש "אויס איסור" נהנה צו זיין דערפון. ווייל עס איז געבינדן, עס איז איין איסור וואס ברענגט די אנדערע.
דא לגבי די הלכות אבילות, איז עס צוויי באזונדערע הלכות. עס איז דא א איסור פון וואשן, (דער איסור איז שייך אפילו אויב מען וואשט יעצט אויף אוועקצולייגן אויף נאך די 9 טעג). און עס איז דא א באזונדערע איסור פון נוצן פרישע זאכן, (דער איסור איז שייך אפילו אויב מען האט עס געוואשן בעפאר די 9 טעג).
אויב ווערט איין איסור מותר לגבי איינעם, ווערט די צווייטע איסור נאכנישט מותר, עס איז צוויי באזונדערע איסורים.
למשל, א איסטניס וועלכער מעג אנטאן נייע וועש, מעג נאך אלץ נישט וואשן (אויב ער האט גענוג), ווייל די צוויי איסורים זענען נישט געבינדן.
דעריבער, אויב מעג דער מקוה איד וואשן האנטוכער לצורך רבים, איז דער פשט, אז וויבאלד צווישן א רבים מאכט זיך אסאך אידן וועלכע זענען אניני הדעת, זיי עקלען זיך פון אפווישן מיט זייערע "אייגענע" גענוצטע האנטוכער, מעגן זיי דעריבער נוצן ניי געוואשענע, און ער מעג עס וואשן פאר זיי.
וואס טוט זיך אבער מיט אנדערע אידן, אזעלכע וואס עקלען זיך נישט איבערצונוצן "זייער אייגענע גענוצטע האנטוך"? איז פאר זיי אויך מותר צו נוצן א נייע האנטוך? פארוואס עפעס?
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

farshlufen האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
דער קאפיש'ער רב האט אזוי געטוהן לכתחלה מיט זיין העמדער (געביגעלטע), יעדן טאג אין די ניין טעג, אראפ געווארפען זיין העמד דריי מאל, אין דערנאך אנגעטוהן.

מפי?

ר' ישראל דוד הארפענעס שרייבט אין זיין ספר אז די קאפישער רב האט אזוי געהאלטן אז מ'זאל אראפווארפן אויף די ערד
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

אביסל א אנדערע שאלה וועגען די 9 טעג
א בחורל מאכט א סיום משניות אויף א מסכתא, מעג מען עסן פלייש?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קענטעלאופ האט געשריבן:אביסל א אנדערע שאלה וועגען די 9 טעג
א בחורל מאכט א סיום משניות אויף א מסכתא, מעג מען עסן פלייש?

פרעגט א מורה הוראה, בזכרוני, נאר אויב מ'האט עס געלערנט בעיון רב.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
גאסט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאסט »

farshlufen האט געשריבן:
קענטעלאופ האט געשריבן:אביסל א אנדערע שאלה וועגען די 9 טעג
א בחורל מאכט א סיום משניות אויף א מסכתא, מעג מען עסן פלייש?

פרעגט א מורה הוראה, בזכרוני, נאר אויב מ'האט עס געלערנט בעיון רב.

בזכרוני אויב וויסט מען אז ער האט עס געלערנט מעג מען, בעסער אויב די פרעגסט א חסידישער מורה הוראה וואס האב קבלה פון חסידישע מורה הוראות
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

נישט אזוי ממש פונעם ענין, אבער א פראגע וואס דרוקט מיך שוין לאנג, למשל ביים געיט פונעם בור, אויב נעמט מען נישט דעם האנטוך וואס מען האט דארטן צוגעברענגט, נאר יענעמס האנטוך, הייסט דאס גניבה, עס איז א שאלה וואס קומט מיר אויס גאר אפט... ווארום דארטן ביים בור טרעף איך אלץ בעסערע האנטוכער ווי דאס אייגענע
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נישט אזוי ממש פונעם ענין, אבער א פראגע וואס דרוקט מיך שוין לאנג, למשל ביים געיט פונעם בור, אויב נעמט מען נישט דעם האנטוך וואס מען האט דארטן צוגעברענגט, נאר יענעמס האנטוך, הייסט דאס גניבה, עס איז א שאלה וואס קומט מיר אויס גאר אפט... ווארום דארטן ביים בור טרעף איך אלץ בעסערע האנטוכער ווי דאס אייגענע

הייסט דו נעמסט אלס מיין האנטוך?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בכלל איז א שאלה צו מען מעג מיט נעמען א האנטוך צום בור. אונזערע עלטערען האבען עס נישט געטוהן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

SPUSMN האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נישט אזוי ממש פונעם ענין, אבער א פראגע וואס דרוקט מיך שוין לאנג, למשל ביים געיט פונעם בור, אויב נעמט מען נישט דעם האנטוך וואס מען האט דארטן צוגעברענגט, נאר יענעמס האנטוך, הייסט דאס גניבה, עס איז א שאלה וואס קומט מיר אויס גאר אפט... ווארום דארטן ביים בור טרעף איך אלץ בעסערע האנטוכער ווי דאס אייגענע

בכלל איז א שאלה צו מען מעג מיט נעמען א האנטוך צום בור. אונזערע עלטערען האבען עס נישט געטוהן.

דאס איז די שאלה? צו מחמת המבואר בשו"ע שלא לכסות דנראה כמתבייש
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אז מען איז שוין דן, זאל מען שוין אלעס דן זיין; א שאוער נאכען מקוה, גיין א קאפעל ביזען מקוה, גיין אין א הייסע מקוה אין שבת, אפווישען זיך אין שבת, מאכען די פיאות נאכען מקוה אין שבת, וכו'
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

שואל כענין, סיריעסלי? אזוי לערנסטו אפ דעם היתר פון צורך רבים ווייל די אידן עקלען זיך פון זייערע אייגענע האנטוכער? וויפיל פראצענט עקלען זיך פון די אייגענע האנטוכער אז מ'זאל קענען דערויף זאגן אז ס'איז א צורך רבים? אויב שוין יא, מיין איך וואלט געווען א גוטע עצה מ'זאל צושטעלן פיינע פרישע וועש יעדן צופרי לצורך הרבים ווייל ס'איז דא איסטניסים צווישן דעם רבים. ובהכרח אז האנטוכער זענען אנדערש.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבער היט »

איינע פון די ספרדישע פוסקים האלטן אז שיירי בשר פון שבת איז די הלכה
מעיקר הדין בשר זה מותר באכילה אף לגדולים, דהואיל ואשתרי אשתרי. ובפרט אם אוכל את שיורי הבשר בסעודה רביעית, והוא רגיל לאכול בשר בסעודה רביעית. ובלבד שלא יערים לבשל יותר מדי לשבת בכונה להותיר לצורך החול.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נישט אזוי ממש פונעם ענין, אבער א פראגע וואס דרוקט מיך שוין לאנג, למשל ביים געיט פונעם בור, אויב נעמט מען נישט דעם האנטוך וואס מען האט דארטן צוגעברענגט, נאר יענעמס האנטוך, הייסט דאס גניבה, עס איז א שאלה וואס קומט מיר אויס גאר אפט... ווארום דארטן ביים בור טרעף איך אלץ בעסערע האנטוכער ווי דאס אייגענע

וועמענס האנטוכער איז עס? קהל'ס?, אויב אזוי ווי אזוי האט עס יענער קונה געווען מער ווי דיר?
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

וואס איז מיט מענטשלעך׳קייט יענער גייט מוזן ניצען דיין האנטעך אדער גאר א דריטענ׳ס
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דורש ומבקש האט געשריבן:וואס איז מיט מענטשלעך׳קייט יענער גייט מוזן ניצען דיין האנטעך אדער גאר א דריטענ׳ס

ער האט געפרעגט וועגן גניבה
בנוגע 'מענטשליכקייט' פארשטייעך ניש, וואס איז ראנג אז יענער גייט נוצן מיין זויבערע האנטוך, כאב עס סך הכל געטראגן פון מיין פלאץ צום בור, איז וואס?
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

רבותי מ׳דארף צוריק’גיין צום נושא נישט עס אינגאנצען פארקריפלען
וואס האלט איר, איסטניס איז א היתר אדער אזא דין ווי אונס וואס איז פטור אבער איז מחיוב צו טוען כל מה שביכלתו זיך ארויסדרייען דערפון

לדעתי איז עס א געהעריגע היתר און מ’איז נישט מחיוב צוטוען טרחות שונות זיך ארויסצוזעהן דערפון ווי ברענגען א האנטעך פון דערהיים און טרעפן ווי צוהאלטן און זעהן אז קיינער זאל זיך נישט פארטוישן מיט דיר ווען מען לייגט עס סמוך למקום הטבילה וכדומה
ועוד אין לך שעת הדחק גדול מזה,לתקן כזו
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איך האב שוין פריער געפרעגט, וויאזוי וועט הרב השואל פסק'נען ביי א האטעל למשל, מוז איך אויך מיטטראגן מיין גענוצטע האנטטוך ווייל עס גייט דארט נאר זיין פרישע? ווי טיילט זיך די זאך?
(איר האט אויך נישט גוט אפגעלערנט די היתר פון וואשן האנטטוכער, נישט ווייל געוויסע עקלען זיך פון די אייגענע גענוצטע נאר ווייל "כמעט קיינער" וויל נישט נוצן יענעמס גענוצטע.)
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

SPUSMN האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נישט אזוי ממש פונעם ענין, אבער א פראגע וואס דרוקט מיך שוין לאנג, למשל ביים געיט פונעם בור, אויב נעמט מען נישט דעם האנטוך וואס מען האט דארטן צוגעברענגט, נאר יענעמס האנטוך, הייסט דאס גניבה, עס איז א שאלה וואס קומט מיר אויס גאר אפט... ווארום דארטן ביים בור טרעף איך אלץ בעסערע האנטוכער ווי דאס אייגענע

בכלל איז א שאלה צו מען מעג מיט נעמען א האנטוך צום בור. אונזערע עלטערען האבען עס נישט געטוהן.

תסביר דבריך
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

האט דאס בילד א שייכות מיט דיזע נושא?
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

קען מען זאגן אז צו א נישט געוואשענע מקוה האנטוך וואס יענער האט זיך מקנח אפים געווען איז יעדער א איסטניס ?
אנדירש ווי א אייגענע אומגעוואשענע בגד
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

איך פאר אין קאנטרי (האטעל) אויף שבת, מעג איך ניצן דארט די פרישע לינען, האנטיכער וכו'? אדער דארף איך מיט ברענגען אלעס פון דערהיים?
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

יהיה כן האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נישט אזוי ממש פונעם ענין, אבער א פראגע וואס דרוקט מיך שוין לאנג, למשל ביים געיט פונעם בור, אויב נעמט מען נישט דעם האנטוך וואס מען האט דארטן צוגעברענגט, נאר יענעמס האנטוך, הייסט דאס גניבה, עס איז א שאלה וואס קומט מיר אויס גאר אפט... ווארום דארטן ביים בור טרעף איך אלץ בעסערע האנטוכער ווי דאס אייגענע

וועמענס האנטוכער איז עס? קהל'ס?, אויב אזוי ווי אזוי האט עס יענער קונה געווען מער ווי דיר?

ווייל קהל געט אים א רשות עס צו ניצן יעצט איזעס כדידיה אויף די פאר מינוט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

farshlufen האט געשריבן:ר' שואל, אולי זענען די פאבליק האנטוכער one time use בבחינת ווי דיזפאוזעבל טאול פעיפער וכדו', עס האט קיין חשיבות בכלל.

----

די רעכטע מהלך אין מחמיר זיין בדברים שהציבור נהגו בהם היתר איז בלויז פאר זיך אליין ובאופן וואס א צווייטער זאל דייקא נישט באמערקן.

איך האב געזעהן ווי צוויי דיינים אמפערן זיך ארום צו מען מעג טאקע ניצן טאול פעפער אין די ניין טעג איך ווייס נישט וואס עס איז געבליבן אבער עס איז טאקע נישט 100 פון די ערשטע רגע מותר
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”