תפארת שלמה – פורים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תפארת שלמה – פורים

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 6:26 pm

ובכן אבא אל המלך אשר לא כדת וכאשר אבדתי אבדתי – אסתר המלכה הייסט איבערגעבן פאר מרדכי הצדיק אז זי איז גרייט אריין צו גיין צום קעניג כאטש ער האט איהר נישט גערופען און עס דראעט אויף איהר טויט שטראף, דאך גייט זי מיט מסירות נפש און אויב זי ווערט גע'הרג'עט איז פארפאלען.
דער תפארת שלמה לערנט א כונה פון דעם פסוק ווי א מענטש דארף דינען דעם באשעפער שלא על מנת לקבל פרס. ער ברענגט א מעשה וואס האט פאסירט ביים גרויסען מגיד (איש אלקי ר"ר בער פון מעזריטש) זצ"ל וואס ער האט אמאל איינגעריסען און געדאווענט אויף א חולה רח"ל, ביז מען האט איהם מגלה געווען פון הימעל דאס צוליב זיין עקשנות האט ער אצינד אנגעווארען זיין גאנצען עוה"ב.
אויפען מינוט איז דער מגיד געווארען שטארק דערשראקען אבער ער האט זיך באלד געכאפט אז פון יעצט וועט ער קענען דינען דעם אויבעשטער מיט א ריינע כונה, אהן קיין אייגענע פניות פון עוה"ב. "אצינד," האט ער געזאגט, "קען איך שוין באמת בעטען און איינרייסען פאר יודען'ס וועגן, ווייל איך גיי דאך ממילא נישט זוכה זיין צו קיין ג"ע, טא וואס האב איך מורא צו האבען?"
לויט דעם יסוד, ברענגט דער תפא"ש, האבען די קדמונים ערקלערט וואס חז"ל פארציילען אויף אלישע\אחר ווי ער האט נישט געוואלט תשובה טוהן מיטען אפרייד אז ער האט געהערט אויסרופען "שובו בנים שובבים חוץ מאחר – קערטס ענק צוריק צום רבש"ע, אלע זינדיגע קינדער, חוץ פון אחר (אלישע)." לפי האמת איז אבער דאס געוועהן זיין תפקיד אין יענע מינוט – צו דינען דער אויבעשטער שלא ע"מ לקבל פרס און נישט קלערן צי מען וועט איהם יא צוריק נעמען צי נישט.
דערפאר, זאגט דער תפא"ש, שטיין בעלי תשובה אין א העכערע מדריגה פון צדיקים. ווייל וויבאלד צדיקים ווייסען אז זיי זענען ערליך און זיי ערווארטען צו גיין אין ג"ע, קען זייערע עבודה נישט זיין אינגאנצען לויטער לש"ש. אויך דאס אליין אז זיי ווייסען אז זיי טוהן א נחת רוח פארן אויבעשטער און ער האט כביכול הנאה פון זייערע עבודה, דאס געבט א חיזוק ווייטער צו ארבעטען. משא"כ בעלי תשובה, זיי ווייסען דאך ניטאמאל צי דער באשעפער וויל זיי צוריקנעמען און דאך טוהן זיי מצוות ומעש"ט, איז דאס דער גרעסטע סימן אז זיי טוהן טאקע מחמת אהבת ה' בלי שום תשלום גמול כלל.
דאס האט משרע"ה געבעטען מחני נא מספרך אשר כתבת – מעק מיר אויס פון דיין ספר, דהיינו דער ספרן של צדיקים לעוה"ב, ווייל אזוי וועט ער קענען לערנען און דאווענען בלויז אויס אהבת השי"ת.
דאס האט אסתר המלכה געזאגט ובכן אבא אל המלך אשר לא כדת – כאטש זי איז געגאנגען טוהן א שריט וואס דערמיט וועט זי ווערן פארווארפען פון ביידע וועלטען, זיך פרייוויליג צו באווייזען פארן ערל טמא אחשורוש, וואס חז"ל ערקלערן אויף דעם עד עכשיו באונס וכו'. דאך האט זי נישט מורא געהאט דערפון נאר וכאשר אבדתי אבדתי – טראץ עס וועט מיר קאסטען מיין עוה"ז און עוה"ב גיי איך מיט מסירת נפש פארן כלל ישראל. דערפאר האט זי טאקע זוכה געוועהן צום ותלבש אסתר מלכות – זי האט באקומען א רוחניות'דיגע בגד פון הימעל (כמבואר בזוה"ק פ' שלח), און זי האט אויך זוכה געוועהן צו שטיין בחצר בית המלך הפנימית – אינעם אינעווייניגסטען צימער פון כביכול דער מלך מלכי המלכים.
מיט דעם ערקלערט אויך דער תפא"ש וואס דער מדרש פארציילט אויף ר' אבוהו ווי איידער ער איז נפטר געווארען האט מען איהם אנגעוויזען דרייצען טייכען פון אפרסמון און מודיע געוועהן אז דאס איז זיין חלק לעוה"ב. האט ער געזאגט מיט וואונדער, "כל אילין לאבוהו? ואני אמרתי לריק יגעתי – דאס איז אלעס פאר אבוהו? און איך האב געמיינט אז מיין גאנצע עבודה איז אויף גארנישט."
לכאורה האט דאס נישט קיין פשט. נאר לויט דעם יעצטיגען מהלך ערקלערט דער תפא"ש אז ער האט געזאגט בניחותא, "דאס אלעס איז פאר מיר טאקע דערפאר ווייל איך האב שטענדיג געטראכט אז איך ארבעט אויף גארנישט און איך וועל נישט באקומען קיין שכר. נאר אזוי האב איך זוכה געוועהן צו אזא כבוד לעוה"ב."



ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר. דאס זענען די השפעות וואס קומען אראפ יעדעס יאר פורים פון דאסנייי. דער תפארת שלמה טייטשט אריין אינעם פסוק לקיים את ימי הפורים האלה בזמניהם, אז בכל דור ודור זענען מיר זוכה צו באקומען דער זעלבע שפע קודש וואס עס איז געוועהן בימים ההם אין שושן הבירה. ווי דער פסוק פירט אויס כאשר קִיַם עליהם מרדכי היהודי ואסתר המלכה – גענוי אזוי איז עד היום הזה.
לאמ'יר אצינד זיך אומקוקען אין די ווערטער פונעם תפא"ש צו וויסען וואספארא כוחות מיר באקומען אין דעם טאג. מיר וועלען מקדים זיין מיטען מאמר חז"ל אויפען פסוק אשר קָרָהוּ – ווען מרדכי האט געהייסען איבערגעבן פאר אסתר'ן אלעס וואס האט מיט איהם פאסירט. דרש'ענען חז"ל דאס מרדכי האט זיך אפגערעדט אז מיר האבען צו טוהן מיטען אור-אייניקעל פון עמלק וואס אויף איהם שטייט אשר קָרְךָ בדרך. דער פשט פון אשר קרך לערנט רש"י (לויט איין גאנג) איז מלשון קרי – אן ענין פון טומאה. עמלק האט מטמא געוועהן די יודען מיט עבירות, ובפרט מיט עבירות פון עניני קדושה (שמירת העניים והמחשבה וכדו').
ווען א יוד איז חלילה פוגם אין די אויבערדערמאנטע ענינים איז ער גורם דערצו אז ניצוצות (פונקען) פון דעם צד הקדושה זאלען פארכאפט ווערן צווישען די גוים. דער אנדערע זייט האט אן ערנערונג פון יודישע עבירות. דער אר"י הקדוש שרייבט דאס מיט דעם עבירה האלט מען חלילה אפ די גאולה שלימה. משיח קען נישט קומען ביז ווען אלע ניצוצות הקדושה זענען מתוקן און צוריק אויף זייערע הייליג ארט.
דאס האט המן הרשע געוואלט מקטרג זיין אויף יודען. יֶשְׁנוֹ עם אחד מְפוּזָר וּמְפוֹרָד בין העמים – די יודישע קינדער האבען ליידער געזינדיגט און צוגעברענגט אז ניצוצות הקדושה זאלען זיין צושפרייט און פארווארפען צווישען די גוים. דאס האט מרדכי געמיינט צו זאגען פאר אסתר ווען ער האט געשיקט זאגען את כל אשר קרהו. מיר האבען דא צו טוהן מיטען בן בנו פונעם אשר קרך, און המן הרשע באנוצט זיך מיטען זעלבען קטרוג.
דערפאר איז די ישועה געקומען דארך מרדכי הצדיק, ווייל ער איז געוועהן אפגעהיטען בתכלית הקדושה. דער תפא"ש שרייבט אויף מרדכי הצדיק דאס ער האט געהאט די זעלבע מדה פון יעקב אבינו פון כּוֹחִי וְרֵאשִׁית אוֹנִי, וואס חז"ל דרש'ענען אויף דעם אז יעקב אבינו האט קיינמאל פוגם געוועהן בעניני קדושה. און דאס האט אסתר דעמאלס צוריק געשיקט זאגען פאר מרדכי, לך כְּנוֹס את כל היהודים – גיי נעם צוזאם די אלע פארפאלענע ניצוצות הקדושה און פאררעכט זיי.
דער תפא"ש ערקלערט אויך מיט דעם פארוואס אסתר האט נישט געבעטען אחשורוש ער זאל איר ראטעווען ביים ערשטען סעודה, נאר זי האט איהם פארבעטען צו קומען דעם נעקסטען טאג, און ומחר אעשה כדבר המלך. מיר טרעפען אויך דעם זעלבען זאך ביי דער ערשטע מלחמת עמלק, ווען משה רבינו האט אנגעזאגט יהושע בן נון, צא והלחם בעמלק מחר – גיי ארויס מארגען און האלט מלחמה מיט עמלק. דארט דארפען מיר אויך פארשטיין פארוואס ער איז נישט גלייך דעמאלס ארויס אין קריג, נאר ער האט צוגעווארט אויף צומארגענס.
נאר פשט איז ווייל ביינאכט איז געווענליך דער צייט ווען די קליפות און דער סטרא אחרא האבען א התגברות (שטערקונג). דאן איז זייערע ציייט ווען זיי קענען חלילה מכשיל זיין יודישע קינדער מיט גראבע עבירות פון שלעכטע מחשבות וכדו'. משרע"ה איז אבער געוועהן דעם דעת פון כלל ישראל און ער, מיט זיין קדושה, האט געקענט שיצען גאנץ כלל ישראל זיי זאלען נישט דורכפאלען ח"ו. וועגען דעם האט ער געהייסען יהושע ווארטען אויף צומארגענס, אז דערווייל זאל דורכגיין א נאכט, און ער וועט מגין זיין אויף גאנץ כלל ישראל זיי זאלען בלייבען בקדושה ובטהרה, און אזוי וועט יהושע האבען א כח צו בייקומען עמלק.
אסתר המלכה האט געהאט די זעלבע כונות. זי האט געוואלט ווארטען אויף מחר, און אין יענעם נאכט וועט מרדכי הצדיק (וואס ער איז אויך געוועהן אין די בחינה פונעם דעת פון כלל ישראל) אפהיטען גאנץ כלל ישראל פון צו זינדיגען. און אזוי וועלן זיי האבען א נצחון אין דעם רשע.
דערפאר טרעפען מיר ווען המן איז אהיימגעקומען נאכען ארומשלעפען מרדכי היהודי אויפען פערד, האט ער פארציילט זרש'ן את כל אשר קרהו. לכאורה פארוואס האט ער זי געדארפט פארציילען? האט זי דען נישט געוואוסט? איז דען געוועהן איין מענטש אין גאנץ שושן הבירה וואס האט נישט מיטגעהאלטען מיט דעם אינטרעסאנטען געשעהניש ווי המן שרייט ככה יעשה? נאר ער האט געוואלט מעורר זיין דער זעלבע קטרוג פון פריער, און דערמאנען דאס די יודען זענען דארכגעפאלען מיטען קרהו – מיט עבירות פון קדושה.
זרש האט אבער געוואוסט אז דער קאמף איז א פארפאלענע ווייל מרדכי בקדושתו האט שוין מתקן געוועהן דעם גרויסען פגם. דאס האט זי איהם געענפערט אם מזרע היהודים מרדכי – היות מרדכי הצדיק פירט זיך מיט דעם גרעסטען מאס אפגעהיטענקייט (וואס איז מרומז אין די ווערטער) וועט שוין זיין נפול תפול לפניו. און אזוי איז געוועהן.
שרייבט ווייטער דער תפא"ש לכן בכל שנה ושנה מתעורר בימי פורים כוחו של מרדכי להופיע על בנ"י מאור הגנוז לצדיקים – יעדעס יאר אין פורים ערוועקט זיך אט דעם כח פון מרדכי הצדיק און עס לייכט און שיינט אויף אונז דעם אור הגנוז. ווייל אסתר המלכה האט זיך שוין אויסגעבעטען להעביר מחשבת המן האגגי – מיר זאלען זיך קענען מתגבר זיין איבער די שלעכטע מחשבות וואס המן הרשע וויל אריינברענגען.
דאס איז אויך דער טעם פונעם מצוה פון מתנות לאביונים, ווייל מיטען כח פון מצות צדקה קען מען פאררעכטען דעם פגם, און צוריקברענגען די ניצוצות הקדושה וועלכע זענען פארשפרייט געווארען (כמ"ש פזר נתן לאביונים). און טאקע מיט דעם גרויסען כח פון די ימי הפורים וועלן מיר מקרב זיין די גאולה, ווייל דאס וועט קומען ווען אלע ניצוצות הקדושה ווערן פארראכטען. דאס האבען חז"ל מרמז געוועהן (מגילה ו:) מסמיך גאולה לגאולה – פון די גאולת פורים וועט ארויסקומען די גאולה העתידה.
פירט אויס דער תפא"ש אז יעדער יודישע יוד זאל נתעורר ווערן בחיים חיותו תשובה צו טוהן אויף זיינע קרומע וועגען, און לערנען פרק י"ז פון ספה"ק ראשית חכמה שער הקדושה. אזוי וועלן מיר זוכה זיין צו ליהודים וגו' ויקר – פון די אותיות קרי וועט ווערן יקר, א כבוד שמים. און מיט דעם וועלן מיר זוכה זיין צום ביאת גואל צדק בב"א.



דאמר ר' יהודה אמר רב כהנים בעבודתם מבטלין לשמוע מקרא מגילה – אפילו כהנים וואס האלטען אינמיטען זייערע עבודה מוזען זיך אפשטעלן כדי צו הערן מגילה ליינען. פרעגט תוספות פארוואס מוזען זיי דוקא אפהאקען אינמיטען די עבודה, איז דען נישט דא גענוג צייט אין טאג צו ליינען שפעטער, קריאת המגילה איז דאך כשר כל היום? נאך פרעגט דער תפארת שלמה פארוואס מוז די גמרא בכלל שרייבען דער הלכה וואב איז נישט נוגע בזמנינו און עס איז בלויז הילכתא למשיחא?
צו פארענטפערען ביידע קשיות ברענגט דער תפא"ש אביסעל איבער דעם מעלת היום פון פורים וואס בכל השנה איננו דוגמתו – דורכאויס דעם יאר איז נישט דא ווי דאס גלייכען. אין די כתבי האריז"ל שטייט דאס אין פורים אנטפלעקט זיך דער עולם החכמה און דעמאלס קומען אראפ חסדים פונעם מזל העליון. כידוע זענען פארהאנען פארשידענע סארט חסדים און השפעות, איז ביום הפורים קומען די חסדים פונעם העכסטען מקום בשמים.
אויך ווייסען מיר דאס די כהנים מיט זייערע עבודה פלעגן אראפברענגען אלערליי גוטע השפעות און חסדים אויפען וועלט. ווען דער כהן איז געשטאנען און געטוהן די עבודה אויף דעם וועלט איז נתעורר געווארען קעגן איהם דער מלאך מיכאל הכהן הגדול אויבן אין הימעל און ער האט דארט געטוהן די עבודה. מיט דעם זענען אראפגעקומען אלע לעכטיגע און טייערע השפעות. דער מגלה עמוקות טייטשט אריין א רמז אינעם פסוק כי היום הזה נרא"ה אליכ"ם – נרא"ה איז די אותיות אהרן און אליכ"ם איז די אותיות מיכאל, ווייל די צוויי, דער כה"ג אויף דעם וועלט און דער כה"ג אויף יענע וועלט זענען געקניפט און געבונדען.
אט די עבודה אויבן אין הימעל דורכען מלאך מיכאל גייט שטענדיג אהן, און אפילו בזמן גלותינו איז עס נישט בטל געווארען. אין מדרש אלה אזכרה ווערט געברענגט ווי ר' ישמעאל כהן גדול האט זיך מטהר געוועהן בקדושה יתירה און ער האט ארויס געזאגט דעם שם ה' מיט א פחד און ער איז ארויף אין הימעל. דארט האט ער אנגעטראפען דער מלאך גבריאל און ער האט איהם געפרעגט איבער די עשרה הרוגי מלכות, צי אין הימעל איז מען מסכים צו דעם גזירה.
דער 'איש לבוש הבדים' גבריאל האט איהם געענטפערט בין הדברים אז אין הימעל ברענגט מען קרבנות יעדן טאג. האט ר' ישמעאל ווייטער געפרעגט, "וואספארא קרבנות קען מען דען דא ברענגען? זענען דען פארהאנען אקסען אויבען אין הימעל?"
"די קרבנות וואס מען איז מקריב זענען די נשמות פון צדיקים."
"און ווער ברענגט דאס?" האט ר' ישמעאל ווייטער געפרעגט.
"דער מלאך מיכאל השר הגדול," האט גבריאל געענטפערט. "ער טוט יעדן טאג מקריב זיין נשמות פון צדיקים."
זעהן מיר פון דארט אז די הייליגע עבודה פון קרבנות גייט נאך אהן עד היום הזה, און פון דעם עבודה ווערן נמשך אלעס גוטס פארן כלל ישראל.
שרייבט אבער דער תפא"ש, דאס ביים ליינען די מגל"ה (בגי' מזל"א, ווי דער צאל פון דריי מאל הוי"ה) קומען אראפ אזעלכע הייליגע און לעכטיגע חסדים פונעם מזל העליון, אז מען דארף גארנישט צוקומען צום עבודת הכהנים. קעגען די הויכע חסדים וואס קומען אראפ בשעת מגילה ליינען האבען גארנישט קיין ווערדע די חסדים פון כהנים בעבודתם, און דערפאר איז מען דאס מבטל. מען מוז שוין נישט צוקומען צו די חסדים וואס קומען דורך די כהנים ווייל ביים קריאת המגילה קומט אראפ דאס העכסטע און גרעסטע וואס עס איז נאר שייך.
זאל דער אויבעשטער העלפען מיר זאלען טאקע האבען די ריכטיגע כלים מקבל צו זיין אלע הייליגע השפעות און חסדים וואס מען טוט אונז שענקען, און ווי חז"ל זאגען עיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה זאל טאקע נתקיים ווערן ביי אונז מאשפות ירים אביון ע"י מקרא מגילה.
(ובדרך תפלה קען מען צולייגען אז די עבודה פון מקריב זיין יודישע נשמות און נשמותיהן של צדיקים זאל טאקע בטל ווערן ביום הפורים בזכות קריאת המגילה, אכי"ר.)
צוגעלייגטע
Tiferes Shloime Pirim.pdf
(67.38 KiB) דאונלאודעד 121 מאל
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג פאברואר 23, 2018 2:01 pm

מעניני דיומא
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

עפל קאמפאוט
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג פאברואר 25, 2018 3:50 am

תפארת שלמה פורים לוינט זיך צו לערנען, עס איז מוראדיג שיין, גרינגער ווי די חנוכה מאמרים


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט