מעשיות לכבוד חנוכה

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

מעשיות לכבוד חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

עטליכע ערציילונגען לכבוד חנוכה פון די ארכיוון


די חנוכה ליכטעליך האבן אים נישט מוחל געווען


אמאל ווען די באן איז נאך געווען א זעלטענהייט און האט בלויז פארבינדן די גרעסערע שטעט, האבן די בעלי עגלות פארנומען א גרויסען ארט ביי די רייזענדע, סוחרים וועלכע האבן געוואלט פארן אויפן יריד אדער אריבער פירן סחורה פון איין שטאט צו אן אנדערע שטאט, האבן דאס געמוזט פירן מיט די בעלי עגלה, אויך זענען די בעלי עגלה גענוצט געווארן צו שיקן פאסט פון איין פלאץ צום צווייטן.

אין די שטעטל ווי דער פאלגענדע געשיכטע האט זיך אפגעשפילט האבן געוואוינט צוויי אויסגעצייכענטע בעלי עגלות, איינער איז געווען א יונגער מיט יונגע כוחות, ער האט געהייסן מאטל בעל עגלה, די יונגע סוחרים וועלכע האבן געוואלט פארן און זיין די ערשטע אויפן יריד פלעגן זיך באנוצן מיט מאטל בעל עגלה, זיי האבן געוויסט אז ער איז שטענדיג גרייט צו פארן, און זיי דארפן נישט האבן מיט אים קיין גרויסע הכנות, און אויך אז ער פארמאגט א סטאדע פון געזונטע פערד וועלכע קענען מאכן דעם וועג דאס שנעלסטע וואס איז נאר שייך.

דער צווייטער בעל עגלה איז געווען א געלאסענער א גרויסער ירא שמים כאטש ער איז נישט געווען קיין גרויסער למדן, ער פלעגט קיינמאל נישט אוועק לויפן אינמיטן דאווענען, ער פלעגט זיך צוזעצן צום שיעור משניות צווישן מנחה און מעריב, זיין בעל עגלה'שאפט האט אים נישט געשטערט פון אפהיטן די תורה ומצות, גערופן האט מען אים פיניע בעל עגלה, אבער אסאך האבן אים גערופן ר' פנחס בעל עגלה צוליב דעם וואס ער איז געווען אן ערליכער און אן ארנטליכער בעל עגלה.

זיינע פערדלעך זענען אבער געווען אלטע און דארע, זיינע פערד האבן זיך נישט געקענט פארמעסטן מיט מאטל'ס שטארקע פערדן, דאך אבער האט מען צו פיניע געהאט צוטרוי און מען פלעגט דורך אים שיקן בריוון און געלט.

צווישן די צוויי בעלי עגלות איז געווען א שטיקל קאנקרענץ און דער יונגע בעל עגלה מאטל האט געזוכט צו כאפן וואס מער געשעפטן און קאסטאמערס, פיניע איז אבער געווען א בעל ביטחון און זיך פארלאזט אז דער באשעפער וועט אים נישט פארלאזן.

געווען איז דאס מוצאי שבת חנוכה, ווען אינדרויסן איז געווען ביטער קאלט, גאנץ שבת איז געפאלן א קאלטע שניי וועלכע האט באדעקט די ערד, האט זיך מאטל געגרייט ארויסצופירן עטליכע סוחרים צום גרויסן מארק, ער האט שנעל אפגעכאפט א מעריב, געמאכט הבדלה, און געצינדן די חנוכה ליכטעליך, ער האט ניטאמאל געווארט ביז זיי לעשן זיך אויס, ער איז שנעל ארויס און איינגעשפאנט זיינע פעסטע פערד, מאטל האט זיך ווארעם אנגעטוהן און האט ארויף גענומען די דריי סוחרים זיי אפצופירן צום מארק. מאטל גיבט א שמאס מיטן בייטש און דער שליטן נעמען זיך גליטשן אויף די שניי באדעקטע ראודס.

און אין דערהיים צאנקען די חנוכה ליכטעליך פארשעמט און פאריותמ'ט...

אויך פיניע בעל עגלה האט זיך געדארפט ארויזלאזן צום יריד מיט צוויי סוחרים, אבער ווען מאטל איז ושין געווען אויפן וועג האט םיניע הערשט זיך געשטעלט דאווענען מעריב בציבור, דאן איז ער אהיים געקומען ווי ער האט געמאכט הבדלה, און זדיך געגרייט מיט גרויס ציטער צו צינדן די הייליגע חנוכה ליכטעליך, און טאקע מיט א גרויסע ערנסטקייט האט פיניע בעל עגלה געצינדן די שיינענדע ליכטעליך און האט ווארעם אפגעזינגען דעם הנרות הללו.

זיינע מענטשן וועם ער האט געדארפט ארויספירן צום מארק זענען שוין געווארן אביסל אומגעדולדיג און אומרואיג, און געהאפט אז זיי וועלן נישט דארפן צולאנג ווארטן ביז זיי וועלן זיך ארויסלאזן אין וועג, אזא מארק קען מען נישט פארפאסן , דאס איז דאך דער מארק פונעם יאר.

נאך א וויילע וואס זיי האבן געזעהן אז פיניע קומט נישט אן זענען זיי אריבער צו ר' פיניע'ן, דארט האבן זיי געזעהן ווי ער זיצט און פראוועט א ווארימע מלוה מלכה מיט זיין פאמיליע, האבן זיי זיך געבעטן פאר פיניע אז ער זאל שוין ענדיגן און ארויספארן ווייל דער צייט ברענט, ווען מיר ווייסן אז איר וועט זיך אזוי לאנג פארזוימען וואלטן מיר שוין לאנג געפארן מיט מאטל בעל עגלה...

נישט געזארגט האט זיי פיניע בארואיגט! מיינט נישט אז דער באשעפער וועט אייך נישט קענען געבן קיין געלט אויב איר וועט אנקומען א פאר שעה שפעטער, ס'איז דאך יעצט דער הייליגע יו"ט חנוכה קומט און זעצט אייך אראפ און זייט טועם פון די ווארימע פרישע לאטקעס.

די סוחרים זענען געשטאנען דארט אומגעדולדיג, און ענדליך האט זיך דער לעצטע ליכטל פארלאשן און זיי זענען ארויסגעגאנגען, ענדליך האט מען זיך ארויף געזעצט אויפן וואגאן און די רעדער האבן זיך אנגעהויבן קראצן אויף דער ערד, דא און דארט האט פיניע שטערקער געשמיסן די פערד אז זיי זאלן זיך אביסל צואיילן אויפן וועג, וואס העלפט אייער שמייסעריי אויף די פערד? זיי זענדן דאך שוואכע און מאגערע פערד בייזערט זיך איינע פון די סוחרים אויף פיניע.

פארט זיך פיניע מיט די סוחרים אויפן וועג, די הימל איז פול מיט שטערן'ס, ער פארט געמיטלעך און רואיג, זיינע מיטפארער האבן שוין שלום געמאכט מיטן מצב אז זיי וועלן מוזן האבן געדולד ביז פיניע וועט פאמעלעך דערגרייכן דעם יריד, אזוי פארענדיג זענען די סוחרים איינגעשלאפן, נעמט נישט לאנג און אויך פיניע וועלכע איז געווען גוט אויסגעמוטשעט האט אויך איינגעדרימעלט און שלאפט געשמאק.

דער וועג גייט דורך א געדעכטן וואלד וואס רינגעלט ארום א טייך, דער טייך איז אין ווינטער געפרוירן, און ווען עס איז שוין טיף אינמיטן די ווינטער אז עס איז שוין גוט דורך געפרוירן קען מען שוין פארן דערויף, יענע ווינטער איז אבער נאך נישט געווען אזוי קאלט פון פריער, און דער אייז איז נאך נישט געווען אזוי געפרוירן אז מען זאל קענען אויף דעם פארן, פיניע דרימלט און די לייצעס האבן זיך אראפגעלאזט פון די האנט. די פערד מיידן אויס דעם טייך אינסטינקטיוו, און פארן מיט די וועג ארום.

ווען פיניע האט געפענט זיינע אויגן, האבן שוין די זון שטראלן עטוואס באלאכטן דעם האריזאנט, און פון דערווייטענס האט מען שוין געקענט זעהן די שפיצן פון די הייזער, פיניע רייבט זיך די אויגן און וואונדערט זיך וויאזוי דער וועג איז אזוי שנעל פארלאפן, ממש אז זיי זענען שוין באלד אין שטאט, לויטן חשבון וואלטן זיי נאך געדארפט פארן א גוטע פאר שעה.

פיניע האט באלד געריכטעט די פערד צו דער אכסניא ווי די סוחרים שטייען געווענליך איין, דער פויער דער בעל אכסניא איז נאך געשלאפן אין אזאנע פריע שעה'ן, די סוחרים כאפן זיך אויף פון שלאף און גלייבן נישט וואס זיי זעהן... אזא קפיצת הדרך? איז דאס טאקע אמת אז מיר זענען שוין דא אין שטאט? אינדרויסן איז דאך נאך היפש טונקעל, און נאך מער פארוואונדערט זענען זיי געווארן ווען זיי האבן געזעהן אז מאטל מיט זיינע מיטרייזענדע זענען נאך בכלל נישט אנגעקומען.

דערווייל האט שוין גענומען טאגן, די סוחרים זענען געגאנגען אין שוהל אריין דאווענען שחרית מיט די ערשטע מנין, און פון דארט זענען זיי גלייך געגאנגען צום יריד, ווי זיי האבן זייער מצליח געווען מער פון אלע יארן.

עטליכע שעה שפעטער ווען זיי האבן זיך גענדיגט איינהאנדלען זייערע סחורה זענען זיי צוריק געגאנגען צום אכסניא, ווי זיי האבן הערשט דעמאלטס באמערקט ווי מאטל מיט זיינע סוחרים קומען צו פארן.

וואס האט מיט אייך פאסירט האבן די סוחרים געפרעגט פון מאטל'ס מיטפארער, פארוואס האט איר אזוי געשפעטיגט אנצוקומען צום גרויסן יריד? עטץ זענט דאך געקומען מיט מאטל'ס שטארקע פערדלעך.

זענט איר געפארן איבער די טייך? פרעגט זיי מאטל.

די סוחרים הייבן די פלייצעס: מיר זענען געשמאק געשלאפן. פלוצלונג האבן מיר זיך געטראפן דא אין שטאט אסאך פריער ווי געראכטן...

אוי! איך בין געפארן איבערן טייך, און דער אייז האט זיך אונטער געבראכן, מיר זענען אלע אריין געפאלן אינעם טייך, דער וואסער אינעם טייך איז געווען שרעקליך קאלט, פארפרוירן איז עס געווען, מיר זענען צוגעשווימען ביזן ברעג, ווי מיר זענען פון דארט ארויס מיט די נשמה אין די הענט, אונזערע פינגער האבן געקלאפט פאר גרויס קעלט, אונזערע ליפן האבן זיך געווארפן פון דעם פראסטן קעלט, אונזערע קליידער זענען פארפרוירן געווארן צו אייז מיר האבן דאס געמוזט אויפהענגען ביי איינע פון די גוים וועלכע וואוינען דארט אינמיטן וועג עס צו קענען צוריק אנטוהן און זיך ווייטער ארויסלאזן אין וועג, און טאקע דעריבער האבן מיר אזוי געשפעטיגט.

זעסטע מאטל האט זיך פיניע אנגערופן: ס'איז נישט כדאי געווען איבערצולאזן די חנוכה ליכטעליך אזוי שנעל, די חנוכה ליכטעליך האבן אייך נישוט מוחל געווען פארן זיי איבערלאזן אזוי פאר'יתומ'ט, די ביסט פון דארט אוועק געלאפן אבי צו קענען ברענגען דיינע מיטפארער ווי אומשנעלסטן צום מארק און קוק ווען די ביסט אנגעקומען.



און וואס דערציילט דער 'שמש'?


אין דער אלטער שטאט קאנסטאנטינאפאל האט געוואוינט א אידישער דאקטאר וועמענס נאמען איז געווען נסים רחמים. ער איז געווען א פרומען און א קלוגער מאן, א גרויסע געלערנטער און א גוטער דאטקאר, זיין נאמען איז אנגעקומען ביז צום סולטאן, און דער סולטאן האט איינגעלאדענט דעם אידישן דאקטאר צו זיך אין פאלאץ.

דער סולטאן האט מיט אים פארפירט א לענגערע שמועס, און האט איינגעזעהן אז די אלע גוטע שבחים וואס ער האט געהערט אויף דעם דאקטאר זענען בכלל נישט געווען איבער געטריבן, ער איז א קלוגער מאן, א צוגעלאזענער, דער סולטאן האט אים באשטמיט אלס זיין פרזענליכער דאקטאר, און פון דאן איז נסים רחמים געווען אן אפטער אריינגייער אין קעניגליכן פאלאץ, און אויך דער סולטאן פלעגט פון צייט צו צייט באזוכן זיין אידישן פריינד.

געווען איז דאס אין די לעצטע נאכט חנוכה ווען דער סולטאן איז אנגעקומען צו זיין פריינד דער דאקטאר אין שטוב, ביי נסים רחמים אין שטוב איז געווען פרייליך, די חנוכה מנורה האט געפינקעלט, ער מיט זיינע קינדער זענען געזעצן ארום דער טיש ווי מען האט סערווירט פיינע היימישע לאטקעס, און דערביי האט מען געשפילט דריידל, מען האט געשטעלט ניסלעך, יעדער איינער האט ביי זיך געהאט א טעלער מיט ניס, איינער האט געוואוענען, א צווייטער האט דערלייגט, עס איז געווען לעבעדיג אין שטוב.
און טאקע אט אין די צייט איז דער סולטאן געקומען באזוכן זיין נאנטער חבר.

פארשטייט זיך אז ער האט אויפגענועמן דעם חשוב'ן גאסט מיט גרויס כבוד, ער האט אים געזעצט אויבן אן, און אים מכבד געווען מיט די ווארימע לאטקעס.
רייסט נישט איבער דעם שפיל האט דער סולטאן געזאגט! אויב איר וועט מיר אריין נעמען אינעם שפיל, דאן וועל איך מיטשפילן.

נסים רחמים האט געהייסן דערלאנגען פארן סולטאן א טעלער מיט ניס און אים געגעבן צו פארשטיין וויאזוי דער שפיל ארבעט: יעדער לייגט אריין אין די מיטעלסטע טעלער פינף ניס, דאן דרייט מען דעם דריידל, פאלט עס אויף 'נ' מיינט עס נישט, נישט געוואנען, פאלט עס אויף 'ג' מיינט עס גאר אינגאנצן געוואנען, און מען באקומט אלע ניס פונעם טעלער, 'ה' מיינט אז מען באקומט העלפט פונעם טעלער, און 'ש' מיינט אז מען דארף שטעלן א ניס.

דער סולטאן האט שטענדיג ליב געהאט צו פרעגן פראגעס, האט ער געפרעגט: פארוואס האט מען אויסגעקליבן די אויתיות: נ'ג'ה'ש'?.
נסים רחמים האט ערקלערט פארן סולטאן אז דאס מיינט "נס גדול היה שם" א גרויסער נס האט דארט פאסירט.

פארשטייט זיך אז דער סולטאן האט געוואלט וויסן וואספארא נס עס האט פאסירט, ווען, ווי, און וואס, נסים האט אים דערציילט וועגן דעם נס מיט די קריגעלע אויל, וויאזוי די יונים האבן מטמא געווען דעם בית המקדש, און וויאזוי בלויז איין ריינע קריגעלע אויל איז געפונען געווארן, און ווען מען האט אנגעצינדן דעם מנורה האט עס געברענט גאנצע אכט טעג אנשטאט איין טאג.

דער סולטאן האט געהאט נאך פיל פראגן צו פרעגן, אבער ער האט נישט געוואלט שטערן דעם שפיל, ער האט אבער מיטגעשפילט דעם דריידל שפיל, און צו זיין מזל איז דער דריידל געפאלן אויף 'ג' א צופרידענער האט ער צוגעשארט צו זיך אלע ניסלעך פונעם טעלער, ווי ער וואלט וועין געוואנען א גרויסע אוצר, און נאך אפאר מאל דרייען האט ער געוואנען אלע ניסלעך.

ערשט יעצט האט ער באמערקט ווי עפעס שיינט אינדערזייט, ער האט אויסגעדרייט זיין קאפ און באמערקט ווי ביים טיר שטייט א מנורה און דערינען ברענען אכט ליכטעליך, פארשטייט זיך ער האט גלייך אנגעהויבן שטעלן פראגעס איבער דעם ברענעדיגע מנורה, און נסים האט אים שיינערהייט מסביר געווען אז עס איז א מצוה אנצוצונדן די מנורה און כדי צו זיין ארום גענומען מיט נאך מצות לייגן מיר די מנורה נעבן די טיר אנטקעגן די מזוזה אזוי זענען מיר ארום גענומען מיט מצות.

און וואס דערציילן די ליכטעליך האט דער סולטאן געפרעגט מיט נייגער?.

נסים רחמים האט דערציילט דער גאנצע געשיכטע פון חנוכה, וויאזוי דער מלך אנטיוכס האט געוואלט צווינגען די אידן צו פארגעסן די תורה און מצות, און וויאזוי די חשמנאים האבן אנגעפירט א ברייטע קאמפף זיך צו באפרייען פון דער גרויזאמער אנטיוכס, און וויאזוי דער אייבערשטער האט געהאלפן א הייפעלע אידן איבערצושטייגן די פעסטע ארמייען פון אנטיוכס, אנטיוכס האט אנגעפירט מיט פינסטערע כוחות און האט געוואלט אויסלעשן די ליכטיגקייט פון דער תורה, דער נס חנוכה האט אבער באוויזן אז א ביסל ליכטיגקייט פארטרייבט אסאך פינסטערניש, פונדעסטוועגן דארף מען זיך נישט באגענוגן מיט אביסעלע ליכטיגקייט, און מען דארף זעהן צו פארשפרייטן וואס מער ליכטיגקייט, און טאקע דערפאר צינדן מיר אן דער מנורה יעדע נאכט נאך א לעכטל, ביז דער לעצטע נאכט פון חנוכה, ווען מיר צינדן אן אכט ליכטעליך.
אבער איך זעה דאך אז עס ברענט דארט נאך א ליכטל, וואס שטייט אביסל העכער פון די איבריגע אכט, וואס איז פשט פון דער ליכטל?

נסים האט פרובירט מסביר צו זיין דעם סולטאן אז דער ליכטל רעכנט זיך נישט אין די צאל פון די אכט, די ליכטל איז דער 'שמש', מיט וועלכע מען צינדט אן די ליכט, און מען לאזט עס ברענען, ווייל פון די ליכטעליך מעגן מיר נישט הנאה האבן, אבער דער סולטאן איז נישט געווען צופרידן.

די באהאלסט עפעס פון מיר נסים רחמים! האט דער סולטאן צו אים געזאגט, איך בין זיכער אז אט דער שמש האט א וויכטיגע סוד, און די ווילסט מיר עס נישט דערציילן, קום צו מיר און דריי טעג ארום און דערצייל מיר וואס עס ליגט אלף אונטער דעם 'שמש'ל'.

מיט די ווערטער האט זיך דער סולטאן אויפגעהויבן און פארלאזט דער שטוב.

א שאטן פון טרויער האט זיך פארצויגן איבער נסים'ס געזיכט, ער האט געוויסט אז איינמאל דער סולטאן נעמט זיך עפעס אריין אין קאפ איז גאנץ שווער עפעס צו מאכן מיט אים, ווער ווייסט וואס ער קען נאך אפטוהן, אבער וואספארא סוד האט דער שמש? וואס זאל איך זאגן פארן סולטאן?.

עס זענען דורך געגאנגען צוויי טעג און נסים רחמים האט נאך דערווייל נישט געהאט קיין ענטפער פארן סולטאן, און דערווייל האט זיך שוין דער נאכט דערנענטערט, און מארגן דארף ער גיין צום סולטאן און ער האט נאך אלץ נישט קיין ענטפער, נסים האט באשלאסן ארויס צו גיין אינדרויסן יעצט ווען עס איז שוין טונקעל אינדרוסן און שעפן אביסל פרישע לופט און אפשר וועט אים איינפאלן עפעס א תירוץ פארן סולטאן.

די גאסן פון קאנסטאנטינאפל זענען שוין געווען שטיל און ליידיג, אז ער האט ממש געהערט זיינע אייגענע פיס טריט, פארטיפט אין זיינע געדאנקען, האט נסים רחמים נישט באמערקט ווי פון די שאטענעס איז ארויסגעקומען א מענטשליכער געשטאלט און האט אים באגריסט: א גוטן אווענט ר' נסים!
א גוטן אווענט! א גוט יאר! האט נסים גענטפערט, און איז זיך געגאנגען ווייטער, דער אומבאקאנטער האט אים אבער גענומען באגלייטן, פונקט ווי זיי וואלטן זיך געהאט אפגעשמועסט צוזאמען צו שפאצירן.

א וויילע זענען זיי געגאנגען שווייגענדיג, און דער פרעמדער האט זיך אנגערופן: ווער זאל וועמען טראגן ר' נסים?
נסים האט אנגעקוקט דעם אלטן, מיט אזאנע מאדענע בליקן, איז דער אלטער נאך ביים פילן זונען? וואס הייסט ווער זאל וועמען טראגן? וואס האבן מיר נישט קיין פיס אליינס צו גיין? ער האט אבער גארנישט גענטפערט, מיינענדיג אז אפשר האט ער גאר נישט גוט געהערט וואס דער אלטער האט געפרעגט.
זיי זענען ווייטער געגאנגען און געשוויגן, ביז זיי זענען פארביי געגאנגען א הויז ווי מען האט באוויינט א געשטארבענעם מאן, וואס מיינסטו מיין פריינט, איז דער טויטער לעבעדיג אדער גאר טויט? האט דער אומבאקאנטער אנגעמערקט צו נסים'ן.

ווידער האט נסים רחמים אנגעקוקט דעם אומבאקאנטן מיט פארוואונדערטע אויגן, נסים האט באשלאסן אז דער אלטער איז נעבעך בארירט, ער האט געטראכט צו זיך אז מיט א צודרייטער איז בעסער נישט צו פירן קיין שמועס, מילא האט ער גארנישט גענטפערט, און איז ווייטער געגאנגען אין באגלייטונג פון דער אלטער.
אזוי וואקן זיי ווייטער און זיי קומען אן צו א פעלד ווי די זאנגען שטייען הויעך און רייף גרייט צום שניט.
פיינע ווייץ האט זיך דער פרעמדער אנגערופן, אבער איך וואלט זייער שטארק געוואלט וויסן אויב זיי זענען שוין אויפגעגעסן געווארן?.
נסים האט געווארפן אן ערשטוינטן בליק אויף דעם אלטן ער האט זיך אבער איינגעהאלטן און גארנישט רעאגירט.
ווען זיי זענען שוין געווען אויפן וועג צוריק צו ר' נסים'ס הויז, זענען זיי אריבער א הויז ווי די פענסטער האט געהאט פון אינעווענדיג פירהאנגען, אבער פון די שפאלטענעס האט זיך ארויס געשיינט א ליכטיגקייט.
א פיינע הויז, א ליכטיגע הויז, האט דער אלטער זיך אנגערופן, און ער האט צוגעלייגט: עס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו וויסן אויב עס וואוינען אין דעם הויז לעבעדיגע באשעפענעישן.

נסים רחמים האט זיך שוין נישט געקענט מער איינהאלטן, ער האט זיך אונטער געלאכט: דאס איז דאך מיין הויז... קומט ארויף צו מיר טרינקען א גלעזעל טיי.
נסים האט שטארק געוואלט אז דער טשיקאווער אלטישקער זאל ארויפקומען צו אים אין שטוב, און אים ערקלערן די אלע רעטענישן, וואס דער אלטער האט גערעדט ביים שפאציר, ער האט שוין פארשטאנען אז דער אלטער האט נישט גערעדט אין דער וועלט אריין, דער אלטער האט אנגעונמען דעם איינליידענונג און איז ארויף צו נסים רחמים אין שטוב.

נסים'ס קאפוויי איז שוין ב"ה פארשוואונדן געווארן, און האט אפעילו שוין פארגעסן די גרויסע זארג וואס האט אים אזוי געזארגט לעצטענס אויפן הארץ, די גלעזעלע טיי האט אים דערפרישט, ער האט שוין מער נישט געקענט איינהאלטן זיין נייגער, און ער האט זיך באלד געוואנדן צום גאסט: ווען מיר זענען געקומען נאנט צו מיין הויז האט איר באמערקט אז אין שטוב איז גוט ליכטיג, אבער איר האט זיך געוואונדערט אויב עס זענען דא פארהאן לעבעדיגע באשעפענישן, וואס האט איר דערמיט געמיינט צו פרעגן?
דער אלטער האט זיך צולאכט: לעבעדיגע באשעפענישן דאס זענען דאך די אידישע קינדערלעך! זיי זענען שטענדיג לעבעדיג און פריילעך! און ווען זיי ווערן ערצויגן אינעם גייסט פון תורה ומצוות בלייבן אויך די עלטערן אייביג לעבן.

יעצט איז שוין ביי נסים רחמים נישט געווען קיין צווייפל אז דער אלטער איז שוין נישט אזא אינטערעסאנטער ווי איך האב געמיינט, און לכאורה האט ער א גוטע ערקלעונג אויף די אלע מאדנע פראגן וואס ער האט מיר געשטעלט אויפן וועג.

ווען מיר זענען פארביי געגאנגען דעם ווייץ פעלד מיט הויכע און רייפע זאנגען, וואס האט איר געמיינט ווען איר האט געזאגט אז איר וואלט געוואלט וויסן אויב זיי זענען שוין אויפגעגעסן געווארן?.

עס זענען פארהאן מענטשן האט דער אלטער גענטפערט, וועלכע פארלעבן מער וויפיל זיי פארדינען, און איידער עס וואקסט נאך אויף די תבואה ביי זיי אין פעלד, האבן שוין די חובות דאס אויפגעגעסן.

און ווען מיר זענען אריבער געגאנגען דעם הויז ווי מען האט באוויינט א געשטארבענעם מאן האט איר מיר דאן געפרעגט אויב דער געשטארבענער איז טויט אדער לעבעדיג, וואס האט דאס באדייט?

אה! דאס איז אויך גאנץ פשוט! האט דער אלטער גענטפערט, ווען א מענטש לעבט ווי א מענטש דארף לעבן און נישט ווי קיין בהמה, ווען ער לערנט די תורה, און איז מקיים די מצוות, לעבט ער אויף אייביג, ווען דער גוף שטארבט בלייבט נאך אבער זיין נשמה לעבן! און אפילו אויף דער וועלט בלייבן זיינע צדקות און מעשים טובים, אזוי מיר זעהן אז 'צדיקים במיתתן קרוים חיים'.

עס איז מיר נאך געבליבן איין זאך אויפצוקלערן האט אים נסים רחמים פארגעשטעלט: ווען מיר האבן זיך באגעגענט האט איר מיר געפרעגט ווער זאל וועמען טראגן? איך מוז אייך מודה זיין אז דער פראגע האט ביי מיר אויסגערופן א געלעכטער, און איך בעט אייך איבער דערויף, אבער איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס איר האט געוואלט מיט דעם פראגע.

ווען צוויי מענטשן גייען צוזאמען און שווייגן איז דער וועג א לאנגע און א שווערע, ווען מען פירט אבער א שמועס און מען לערנט זיך עפעס אפ איינער פון צווייטן איז דער וועג א קורצע און א לייכטע, פונקט ווי איינער וואלט דעם צווייטן געטראגן מיט די אייגענע הענט, האב איך דיר פשוט געפרעגט ווער זאל וועם עפעס דערציילן...
ווען נסים האט געזעהן אז ער האנדעלט דא מיט עפעס א העכערע מענטש, א קלוגער און פארשטייער, האט ער אים פארגעלייגט וואס עס דרוקט אים אויפן הארצן, און אים דערציילט די גאנצע געשיכטע וויאזוי דער סולטאן האט פון אים פארלאנגט א פונטקליכער ערקלערונג איבער דעם 'שמש' העככער די מנורה, אפשר קענט איר מיר ענטפערן א פשט אויף דעם שמש.

דער אלטער האט זיך פארטראכט א וויילע און גענטפערט: דער סוד פונעם שמש איז אז ער שטייט אויבן און גיבט ליכטיגקייט און זאגט: איר זעט מענטשן, איך בין פריער געווען באהאלטן אין א זאפטיגער פרוכט, אין אן איילבירטן, איך בין געווארן אלץ פעטער און פעטער, אבער קיינער האט פון מיר נישט קיין הנאה געהאט, איך בין געלעגן דארט אינעם איילבירטן דערציילט דער שמש, אונטער דער זוהן, געלעבט פאר זיך אליין איך בין ממש צופלאצט געווארן, וואס טויג אזא לעבן, איין טאג איז מען געקומען און מיר אראפגענומען, מען האט מיר אריינגעלייגט אין א פרעס און אויסגעקוועטשט דעם אויל, דער שאלאכטץ האט מען אוועקגעווארפן, אבער מיין אינערליכע נשמה האט מען געראטעוועט, און אט שטייענדיג דא העכערן מנורה פארשפרייט איך ליכטיגקייט און איך פארטרייב דעם פינסטערניש, אצינד שרייט דער שמש אויס: לערנט אייך פון מיר מענטשן! קריכט ארויס פון אייער שאלאכץ און פארשפרייט די געטליכע ליכטיגקייט, זאל דער וועלט הנאה האבן פון איייך, האט איר א טאלאנט גיבט עס ארויס, נוצט עס ווי עס דארף צו זיין, נישט האלט עס איינגעשפארט ביי זיך, לאז אנדערע אויך הנאה האבן דערפון.

נסים האט זיך ווארעם באדאנקט פאר דער אלטער מאן פאר דעם ערקלערונג, יעצט קען איך שוין גיין צום סולטאן און דערציילן וואס דער תפקיד פונעם שמש איז.



פדיון שבויים מיט די חנוכה מנורה


דער צדיק ר' משה לייב סאסעווער וועלכע איז געווען א גרויסע אוהב ישראל פלעגט שטענדיג ארום פארן אין די פרי'צישע הויפן און אויסלייזן די אידישע ארעסטאנטן וועלכע זענען געזעצן פארשפארט אין די קעלערן אלס שטראף פארן נישט באצאלן די ארענדע געלט אויפן באשטימטן צייט, אדער פאר אנדרע עבירות וואס זיי זענען באגאנגען קעגן דעם פריץ'ס כבוד. פארענדיג אויף די וועגן פלעגט איהם נישט איינמאהל אויסקומען אויך אויסצולייזן א אידישע נשמה און איהר נישט לאזן פארקריכן פון גלייכן וועג און אמאהל גאר אויך אפילו דאן ווען זי איז שוין געווען גאר אויף יענער וועלט.

אין א ערב חנוכה האט דער צדיק ר׳ משה לייב סאסאווער זיך ארויס געלאזט אויף א פערד און וואגן צוזאמען מיט זיין גבאי קיין בראדי, נאכן באשליסן זיך אויף צוהאלטן דארט איבער חנוכה.

אין סאסאוו איז עס געווען א גרויסע חידוש אז דער רבי פארלאזט די שטאט אויף חנוכה, אבער אין בראד איז געווען א גרויסע שמחה אז דער רבי קומט, אידן זענען געקומען צום צדיק זיך בענטשן און זיך שואל עצה זיין, אנדערע זענען געקומען זיך אנזאפן מיט יראת שמים און חסידות, צווישן די וואס האבן דערלאנגט א קוויטל פארן רבין איז אויך געווען די פרוי ריוועלע פרנס, די גרויסע שטאט גביר'טע, זי איז געקומען בעטן דעם צדיק ער זאל מתפלל זיין ביים אייבערשטן אויף א רפואה שלמה פאר איהר קראנקע טאכטער וועלכע אלע שטאט דאקטורים האבן זיך פון איהר שוין מייאש געווען.

ווען דער צדיק ר׳ משה לייב סאסאווער האט געלייענט דעם קוויטל האט ער זיך א וויילע פארטראכט, דערנאך האט ער זיך אנגערופן וועגן רפואת הגוף קען איך מתפלל זיין, אבער וועגן רפואת הנפש איז נאך שווער, דאס וואס די נשמה האט אויף דער וועלט קאליע געמאכט דארף זי אליין פארעכטן.

די פרוי פארשטייט אבער נישט וואס דער רבי זאגט און זי הייבט אן צו וויינען און טענה׳ן: רבי! איך בין גרייט אוועקצוגעבן מיין גאנצן פארמעגן כדי מיין טאכטער זאל געזונד ווערן, זאגט רבי, וויפל געלד איהר ווילט וועל איך שוין ברענגען.

עס איז אבער באקאנט געווען אז דער צדיק ר׳ משה לייב סאסאווער האט קיינמאל נישט געבעטן קיין געלט ביי די חסידים בשעת די קוויטל לייענען, אבער דאסמאהל האט דער רבי געזאגט: איהר האט א חנוכה לייכטער אין דער היים, א ירושה פון אייער פאטער, גיבט מיר דאס דאזיגע חנוכה לייכטער און איך וועל מיט דעם צינדן חנוכה ליכט. איך לויף שוין היים ברענגען דעם רבין דאס חנוכה לייכטער, איך גיב עס פארן רבי'ן אלס א מתנה און זאל דער רבי מיר ווינטשן א רפואה שלמה פאר מיין קראנקע טאכטער.
די חסידים האבן נישט פארשטאנען פארוואס דער צדיק ר׳ משה לייב סאסאווער האט זיך אויסגעקליבן צו צינדן ליכט אין ריוועלע פרנס'עס חנוכה מנורה, ווען אלע האבן געוואוסט אז ער האט זיין אייגענע חנוכה מנורה, וועלכע ער האט באקומען אלס א מתנה פון זיין רבין, דער רבי ר׳ שמעלקע פון ניקלשבורג. אבער אז דער רבי וויל דוקא צינדן אין ריוועלע פרנס'עס חנוכה לייכטער, פרעגט מען נישט קיין קשיות, מסתמא ווייסט די רבי וואט ער טהוט.

און אויף דער ערשטן חנוכה ליכטל האט זיך דער רבי ר׳ משה לייב שטארק געגרייט, די כוונות ביים מאכן די ברכה זענען געווען גאר גרויסע, ער האט דערנאך מיט גרויס התלהבות געזונגען ״יושב בסתר עליון״ און ״אנא בכח״ די תורה וואס דער רבי האט געזאגט אויף ״הנרות הללו קודש הם ואין לנו רשות להשתמש בהם איז געווען בערך, אז נרות זענן די נשמות, ווי דער פסוק זאגט: 'נר ה׳ נשמת אדם'עס טרעפט א מאל וואס א נשמה בלייבט זינדיג דערפאר וואס זי האט יא גענומען די חנוכה ליכט און זיר דערמיט באנוצט קען מען האבן א תיקון דורך דעם וואס מען וועט אפגעבן דאם באנוצטע...

די חסידים האבן נישט פארשטאנען די כוונה פונעם רבי'נס תורה אבער איבער פרעגן וועט מען דאך נישט, אבער ווען מען האט געזוגגען ״מזמור שיר חנוכת״ און ״מעוז צור ישועתי״ האט דער רבי געהייסן רופן ר' יחיאל גאלדשמיד, א איד אן ארעמאן, און האט איהם געזאגט וויאזוי געפעלט דיר דאס חנוכה מנורה, נעם עס, עס איז דיינס! ריוועלע פרנס האט עס מיר געשאנקען פאר א מתנה אין איך גיב עס דיר אוועק פאר א מתנה.

פאר די חסידים האט דער צדיק רבי משה לייב סאסעווער געזאגט: איהר ווילט דאך געוויס וויסן פארוואס איך האב צוגענומען דאס חנוכה מנורה פון דער פרוי ריוועלע פרנס און עס אוועק געשאנקען פאר ר׳ יחיאל׳ן, נו הערט זיר איין וועל איד אייך דערציילן וואס דא האט פאסירט.

עס איז געווען א איד אין דער צייט פון רבין ר' זושא אניפאלער מיטן נאמען ר׳ יחיאל צורף, דער דאזיגער ר׳ יחיאל איז געווען א גאלדשמיד ער פלעגט מאכן פארשידענע כלי קודש פאר די שוהל, און געווען איז ער א חסיד פון רבין ר׳ זושא, דער צדיק ר' זושא פלעגט געבן פאר די חסידים אפגעשפראכענע מטבעות, אויב האט א חסיד באקומען פון רבין ר׳ זושא אזא מטבע האבן די חסידים דערנאך די מטבע אפגעקויפט פאר גרויסע געלטער, אבער ר׳ יחיאל צורף, ווען ער האט באקריגן פון צדיק אזא מטבע האט ער עס נישט געוואלט פארקויפן, נאר ער האט עס באהאלטן. אזוי האט ר׳ יחיאל באקומעןן יעדעס מאל ווען ער איז געקומען צום רבין ר' זושא א מטבע און ער האט די מטבעות געזאמלט, ווען ער האט שוין געהאט צוזאמענגעקליבן א גרויסע צאל מטבעות וועלכע זענען אלע געווען פון ריין זילבער האט ער עס געגומען און געלאזט צושמעלצן און דערפון אויסגעגאסן א חנוכה מנורה וויבאלד ער איז דאך אליין געווען א גאלדשמיד האט ער אויסגעקלאפט א חנוכה מנורה וועלכע איז געווען גאר וואונדערב אויסגעפארמט. ר' יחיאל איז דערפון געווען זייער צופרידן אז פון די רבי'נס מטבעות האט ער זיר פארשאפט א תכשיט של מצוה.

אלע בעלי בתים פון שטאט זענען געקומען באקוקן דאס טייערע און שיינע חנוכה מנורה וואס ר׳ יחיאל האט געמאכט, צווישן זיי איז אויך געווען ר׳ נחום פרנס דער גביר פון שטאט. ווען ער האט געזען דאס מנורה האט ער באקומען גרויס חשק עס צו האבן, ער האט זיר געוואנדןצו ר׳ יחיאל׳ן און געזאגט: זאג מיר וויפל געלט דו ווילסט פאר דעם דאזיגן חנוכה מנורה, וועל איך דיר באלד געבן ר׳ יחיאל צורף האט אבער דעם פארשלאג נישט אנגענומען. דאס חנוכה מנורה האב איך געגאסן פון דעם רבי'נס אפגעשפראכענע מטבעות, איך האב קיינמאל די מטבע פאר קיין געלט נישט פארקויפט, נאר זיי געזאמלט ביז איך האב דערפון געקענט אויסגיסן די חנוכה מנורה, דעריבער וויל איך עס פאר קיין געלט נישט פארקויפן.

אין א צייט שפעטער האט ר' יחיאל א שידוך געטוהן מיט זיין טאכטער, דער חתן איז געווען גאר א פיינע און חשובע בחור, און ר' יחיאל האט צוגעזאגט איהם צו געבן א גרויסן נדן, ווען עס איז אבער געקומען די צייט צו באצאלן דעם נדן האט ר׳ יחיאל נישט געוואוסט פון ווי צו נעמען די נדן, און ער האט זייער מורא געהאט אז דער שידוך זאל זיך נישט אפלאזן, נו ווי גייט מען פאר א הלואה? צו דער פרנס ר' נחום, איז ער געגאנגען צו ר׳ נחום פרנס און איהם געבעטן א הלוואה ער זאל איהם ארויס העלפן כדי צו קענען באצאהלן דעם נדן, האט איהם ר׳ נחום געזאגט: וואס איז שייך פאר דיר צובארגן? וועסטו דען האבן מיר צוריק צובאצאלן? איך בין דיר עס אבער גרייט צו געבן במתנה... מיט איין תנאי, דו זאלסט מיר אוועקגעבען די חנוכה מנורה וואס דו האט אויסגעגאסן פון די רבי'נס מטבעות. און דאן גיב איך דיר דעם נדן במתנה.

ר׳ יחיאל'ס הארץ האט גענומען שטארק קלאפן.. אויף דעם האט ער זיר גאר נישט געראכטן, ער האט געזאגטפאר ר׳ נחום׳ן אז ער וועט זיך דערויף מיישב זיין און דערנאך מיט איהם רעדן דערוועגן. ער איז אהייםגעגאנגען און נאך א לאנגער ישוב הדעת באשטימט אז איידער ער זאל אפלאזן דעם שידוך מיטן חתן, וועלכער איז א גרויסער תלמיד חכם און ער וועט אזא איינעם נישט געפיגען, איז בעסער ער זאל אוועקגעבן די חנוכה מנורה פאר ר׳ נחום פרנס, קיין אנדערע אויסוועג אויף צו באקומען די דאזיגע סומע זעהט ער נישט, האבן דאך די חז״ל טאקע געזאגט: ״לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישיא בתו לתלמיד חכם״ און ביי אים איז די חנוכה מנורה אלעס וואס ער פארמאגט.
מיט א צובראכעגע הארץ איז ר׳ יחיאל געגאנגען צו ר׳ נחום פרנס מיטברענגענדיג די חנוכה מנורה און באקומענדיג פון איהם די גאגצע סומע געלט וואס ער האט געדארפט אויף דעם נדן.

ווען ר׳ נחום פרנס איז געשטארבן, האט מען געוואויגן זיינע מצות מיט די עבירות, איז די מצוה פון הכנסת כלה, וואס ער האט געגעבן די געלט פאר ר׳ יחיאל צורף כדי ער זאל קענען חתונה מאכן זיין טאכטער, געהאט א גרויסן געוויכט עס זאל איבערוועגן דעם וואגשאהל פון די זכיות אבער די מצוה האט געהאט א פגם, דורך די מצוה האט ר׳ נחום אויסגעפירט זיין תאוה און צוגענומען פון ר׳ יחיאל׳ן זיין זילבערנער חנוכה מנורה אויף וועלכן ער האט אזוי שטארק געגארט, זיינע אויגן האבן איהם דאן פארבלענדט, און ווי באוואוסט ווערט פון יעדן מצוה באשאפן א מלאך, אבער פון א מצוה וואס האט אין זיך א פגם, ווערט אויך באשאפן א מלאך מיט א פגם, איז פון דעם דאזיגער מצוה הכנסת
כלה אויך באשאפן געווארן א מלאך מיט א פגם, א בלינדער מלאך...

און ווען דער מלאך האט געזאלט אריינפירן ר׳ נחומ׳ען אין גן עדן האט ער נישט געוואוסט ווי אזוי צו געפינען די טויערן, גייט אזוי ארום דער בלינדער מלאך און פירט ר׳ נחומ׳ען זוכענדיג די טויערן פון גן עדן, און אזוי איז ר׳ נחום׳ס נשמה געווען נע ונד נישט האבנדיג קיין תקון, האט מען געדארפט די נשמה אויסלייזן און איהם געבן א תקון.
דאס וואס דער צדיק ר׳ משה לייב סאסאווער האט יעצט געבענטשט אויף דער דאזיגער חנוכה מנורה האט ער מקיים געווען די מצוה פון פדיון שבוים, , ר האט אויסגעלייזט די נשמה פון ר׳ נחום פרנס, אבער דער תיקון האט נאר געקענט זיין דאן ווען די גזילה וועט ווערן אפגעגעבן צום בעל הבית, דעריבער האט דער צדיק גענומען דאס חנוכה מנורה וואס ריוועלע פרנס האט באקומען בירושה פון איר פאטער ר׳ נחום פרנס, און עס צוריק אפגעגעבן פאר ר׳ יחיאל גאלדשמיד, וועלכער איז געווען אן אייניקל פון ר׳ יחיאל צורף, דער מלאך איז באלד זעהענדיג געווארן און די נשמה האט געפונען איהר מקום מנוחה אין גן עדן.

א פרייליכן חנוכה

ווער עס האט נאך איז וועלקאום מהנה צו זיין די ליינער
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

פיטום, שכח פארן גיין פתיחה
זייער שיין און גוט באשריבן
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

געפידיעפט
אטעטשמענטס
עטליכע ערציילונגען לכבוד חנוכה פון די ארכיוון.pdf
(129.99 KiB) געווארן דאונלאודעד 300 מאל
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

שכח גרין

דא האט איר עס אין א בעסערע פאנט
אטעטשמענטס
מעשיות אויף חנוכה.pdf
(182.93 KiB) געווארן דאונלאודעד 556 מאל
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

פיטום שיין
תואר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תואר »

פיטום, א גרויסן שכח פאר די טרחא.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

א יישר כח

א בקשה צום ציבור ווער עס קען העלפן
איך זוך א גוטע מעשה צו קענען פארציילן פאר מיינע קינדער, שטארק שפאנענד מיט א שטארקע מוסר השכל פאר קינדער (מוז נישט זיין אמת.... די עיקר דער מוסר השכל זאל זיין געוואלדיג)
היות איך דערצייל אסאך פאר מיינע קינדער, קענען זיי זייער אסאך, און ס'איז שווער צו דערציילן עפעס וואס זיי האבן שוין אמאל געהערט, אויב האט איינער א געדאנק, אדער אפילו א מ"מ און א לה"ק ספר וואס מ'וועט שוין נאכקוקן למצוה גדולה יחשב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

א גרויסן יישר כח, פיטום ! שוין געלייגט שלאפן די קינדער מיט איין מעשה.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

נודה לך האט געשריבן:ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

קען שוין נאכאמאל ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

דאנקע שעין נודה'ן פאר'ן ארויף ברענגן די אשכולות,
כ'זעה די טוסט דאס שוין פין 2016.
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: מעשיות לכבוד חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

ארויף לכ חנוכה המשמשים ובאים.
ש'כח פאר די שרייבערס, אויב האט איינער נאך, ביטע שרייבען ולמצוה גדולה יחשב.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

נודה לך האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:ארויף
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

moishy56 האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:
ארויף
למעלה
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”