מיט א טיפערן בליק - פרשת תולדות תשע"ה - ויחפרו בנחל!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

מיט א טיפערן בליק - פרשת תולדות תשע"ה - ויחפרו בנחל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

מיט א טיפערן בליק
פרשת תולדות תשע"ה
ויחפרו בנחל וימצאו שם באר מים חיים..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

יעצט אין די טעג וואס מיר לערנען די הערליכע בראשית פרשיות, ווי די תוה"ק דערציילט אונז די לעבנס געשיכטע פון אונזערע אבות הקדושים, פארלאנגט זיך אז מיר זאלן זיך ריכטיג פארטיפן, באטראכטן און אפלערנען איעדער קליינע ריר און הנהגה זייערע, איעדע נקודה פון זייער לעבן איז א מסכת פאר זיך, ווי חז"ל זאגן אונז "מעשה אבות סימן לבנים", אלעס וואס אונזערע אבות האבן געטוען און געלעבט איז א 'סימן' פאר די קינדער ווי אזוי דאס לעבן דארף אויסקוקן, אונזער ארבעט איז צו באמערקן דעם סימן, לעבן און זיך פירן מיט די אנווייזונגען וואס זיי געבן אונז איבער און דערמיט זוכה זיין צו די גרעסטע ברכה און השראת השכינה... אין די וואכעדיגע פרשה טוט אונז די תוה"ק דערציילן דאס לעבן פון יצחק אבינו, ס'פאנגט זיך אָן מיט די געבורט פון די צווילינג ברידער יעקב און עשו, דערנאך מאכט זיך א הינגער אין לאנד כנען (ישראל), יצחק גייט און באזעצט זיך אין גרר אונטער די שאטן פונעם קעניג אבימלך, זייענדיג אין גרר מאכט זיך א גאנצע מעשה מיט די "בארות – ברונעס", לאמיר זיך אפשטעלן און באטראכטן וואס האט זיך דארט אפגעשפילט.

ווי נאר יצחק איז קיין גרר אנגעקומען האבן זיך זיינע קנעכט גענומען גראבן וואסער ברונעס, אבער נישט סתם אַבּי ברונעס, נאר די זעלבע וואס די קנעכט פון אברהם האבן שוין פון פריער געגראבן און זענען פארשטאפט געווארן דורך די פלשתים נאך אברהם'ס פטירה, אט יעצט גראבן עס די עבדי יצחק צוריק אויף מיט א פעסטקייט, און ווען די בארות זענען גרייט, רופט זיי יצחק מיט די זעלבע נעמען ווי זיין טאטע אברהם פלעגט זיי רופן... אבימלך קען יצחק'ס גרויסע בליענדיגע הצלחה און סוקסעס נישט צוקוקן, און בעט אים לֵךְ מֵעִמָּנוּ כִּי עָצַמְתָּ מִמֶּנּוּ מְאֹד טו פארלאזן דאס פלאץ ווייל די האסט זיך זייער געשטארקט... יצחק פאלגט און באזעצט זיך אויסערן שטאט אין נחל גרר, קוים אהער אנגעקומען און זיינע קנעכט נעמען זיך גראבן ברונעס, ווי די פסוק זאגט וַיַּחְפְּרוּ עַבְדֵי יִצְחָק בַּנָּחַל וַיִּמְצְאוּ שָׁם בְּאֵר מַיִם חַיִּים, זיי האבן דארט געגראבן און געטראפן א ברונע פון קוואל וואסער.

קורצלעך דערנאך, פאנגט זיך אָן א גאנצע קריגעריי צווישן די לאקאלע פאסטוכער און די פאסטוכער פון יצחק אבינו ..די וואסער איז אונזערס ..וואס??! די וואסער איז ענקער, וואס רעדט איר מיר האבן עס אליין געגראבן, בקיצור ס'טוט זיך... יצחק אבינו וויל זיך מיט זיי נישט קריגן, גלייך הערט ער עס אויף נוצן, און געבט א נאמען פארן ברונע 'עֵשֶׂק' – באשעפטיגט, ווייל די פאסטוכער פון גרר האבן זיך דערמיט באשעפטיגט... די פאסטוכער פון יצחק פוילען זיך נישט נאר נעמען זיך גלייך צו די ארבעט מען גראבט א נייע וואסער ברונע אבער אודך שפילט זיך איבער די זעלבע, די חברה זענען דא ..די וואסער איז אונזערס, זיי קומען מיט כל מיני לעכעריגע טענות און מענות, יצחק שטייט ווייט פון מחלוקת ..פיין נעמט עס געזונטערהייט, ער געבט עס א נאמען 'שִׂטְנָה' – א שטערונג, ווייל די פאסטוכער פון גרר האבן נישט אויפגעהערט צו שטערן יצחק אבינו'ס פאסטוכער.

וַיַּעְתֵּק מִשָּׁם וַיַּחְפֹּר בְּאֵר אַחֶרֶת – יצחק האט זיך אינגאנצן אוועק געריקט פון די חברה, און דא אויפן נייעם פלאץ האט ער געגראבן אַן אנדערע ברונע, זייענדיג ווייט פון די חברה האט ער טאקע געהאט מנוחה, האט ער דעם באר גערופן רְחֹבוֹת – ווייל השי"ת האט דערברייטערט פאר אונז, און דא וועלן מיר זיך בעזר ה' קענען פארברייטערן. אבער זייענדיג געוואוינט צו די כסדר'דיגע רדיפות און טשעפעריי פון די פלשתים, האט יצחק נאך געהאט אין זיך דעם פחד אז אפשר וועלן זיי נאך נאכקומען, הקב"ה באווייזט זיך צו אים מיט די געוואלדיגע ברכה פון אַל תִּירָא כִּי אִתְּךָ אָנֹכִי וּבֵרַכְתִּיךָ וְהִרְבֵּיתִי אֶת זַרְעֲךָ בַּעֲבוּר אַבְרָהָם עַבְדִּי, גלייך בויעט יצחק א מזבח און איז מקריב קרבנות, דאנקט און לויבט השי"ת, וַיִּקְרָא בְּשֵׁם ה' ער האט אויסגערופן דעם נאמען פון השי"ת, וואס דאס מיינט זיך גענומען פארשפרייטן הקב"ה'ס נאמען און כבוד איבער דעם נייעם פלאץ!

נו וואס מיינט איר, ס'נעמט נישט לאנג און אבימלך יאגט נאך יצחק אבינו, אבער דאס מאל איז עס מיט אַן אנדערע ציל, רָאוֹ רָאִינוּ כִּי הָיָה ה' עִמָּךְ, אבימלך זעט קלאר איין אז השי"ת איז מיט יצחק, ער בעט זיך ..לאמיר מאכן א בונד פון פריינדשאפט, יצחק איז מסכים און די צוויי געזעגענען זיך בשלום... די עבדי יצחק קומען מיט די גוטע נייעס אז ביים ברונע וואס זיי גראבן שוין די לעצטע שטיק צייט האט מען ב"ה געטראפן וואסער, יצחק פאררופט די ברונע שִׁבְעָה – על שם פון דעם שבועה וואס ער האט געמאכט מיט אבימלך און עד היום רופט זיך די פלאץ באר שבע!

ס'פרעגט זיך, א) בארות – ברונעס א גאנצע אריכות, וואס איז די טיפקייט דערפון? ב) א מחלוקת צווישן צוויי גרופעס פאסטוכער וואס האט עס מיט אונז? ג) יצחק גייט פון איין ארט צום צווייטן, גלייך ביים אנקומען גראבט מען, וואס זענען די בארות אזוי וויכטיג? ד) פארוואס געבט יצחק אבינו נעמען פאר די ברונעס? און בכלל די פארלאזטע ברונעס, דארפן דאך לכאורה זיכער נישט קיין נעמען? און אזוי פרעגט זיך פיל נאך?! איבריג צו זאגן אז אין די פסוקים ליגט א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען נישט קומען נאנט צו איר עומק און פארשטאנד, ווי די הייליגע רמב"ן שרייבט יש בדבר ענין נסתר בתוכו... אבער דאך וועלן מיר פרובירן אויף אונזער מדריגה בסייעתא דשמיא צוזאמען אפלערנען די פסוקים, און פרובירן ארויסנעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

מיטן גרויסן העלמעט אויפן קאפ און א פענסיל אויפן אויער, דרייט זיך חזקי ביים קאנסטראשקשן סייט, די פרעשער זיינע איז גאר גרויס, די גאנצע אכט שטאקעדיגע בנין דארף זיין פערטיג אויף זוממער תשע"ה, און דא האלט מען נאך אינמיטן ארויפצוען די ביעמס, אבער כאטש אז ס'איז פארבליבן א קארגע אכט חדשים, מאכט ער זיכער אז אלעס ווערט געמאכט ריכטיג און פונקטליך, ער פאלגט נאך איעדע קליינע דיטאל פון די שטאטישע בילדינג דיפארטמענט פאָרשריפטן... אנדערש איז אבער זיין בעל הבית אנטשי שענקער, ביי אים זענען די אלע קליינע דיטאלן איבריג, "צום אויג זאל עס אויסזעהן גוט" דאס איז די עיקר, ער הערט נישט אויף צו מיטשענען און יאגן ..חזקי הער אויף ארום פעניענען מיט די אלע קלייניגקייטן, צייט איז געלט, טו דעם געביידע ענדיגן, און מיט א געמאכטע שמייכל זאגט ער ..חזקי זיי נישט אזא יעקער גלייב מיר ס'דארף נישט זיין אזוי פונקטליך, ווילאנג ס'זעט אויס גוט פון אינדרויסן, ענדיג עס אפ און א גוטן טאג!

איין שיינעם אינדערפרי, אנקומענדיג צו די ארבעט זעט חזקי א גרויסן טרעילער, און ריזיגע ביעמס ווערן אראפגעלאדענט, ..ס'מוז זיין א טעות, כ'האב עס קיינמאל נישט געארדערט??! לאז חזקי, איך האב עס באשטעלט שרייט אנטשי, זייט ווען באשטעלסטו ביעמס? חזקי וועסט נישט גלייבן, כ'האב זיך באגעגנט מיט א נייע סארט מאטריאל וואס איז די זעלבע אין קוואליטעיט און אסאך ביליגער אין פרייז, כ'האב עס פשוט געמוזט באשטעלן, ס'זעט אויס די זעלבע און ס'שפארט אונז אוצרות, חזקי שמעקט אז עפעס טויג נישט, "נייע סארט ביעמס, האלב די פרייז" ס'זאגט זיך נישט גוט, ער גייט צו און פאנגט זיי אָן באקוקן, אויבן אויף זעט עס טאקע אויס די זעלבע, אבער דערנאך וואס איינע פון זיינע חברה האבן אראפ געברענגט די ריכטיגע עקוויפמענט אויפצושניידן א ביעם האט ער אנדעקט דעם סוד, ס'איז נישט סאליד, ס'איז האלץ באדעקט מיט סטיעל... חזקי זאגט פאר אנטשי ס'פארט גלייך צוריק צום פורמע, מיט אזעלכע ביעמס קען מען בויען א קאנטרי הויז, נישט א שטאטישע אכט שטאקעדיגע בנין??!!
אבער ווי ערשטוינד איז חזקי געווען צו זעהן, אז אנשטי פלאנט צו ניצן די ביעמס פאר די אויבישטע צוויי שטאק ..כ'גלייב נישט וואס איז מיט דיר, דעס איז גארבידזש סחורה, אנטשולדיגט אנטשי איך בוי עס נישט! אבער אנטשי מאכט חוזק און ליצנות ..ווער האט דיר געבעטן צו גראבלען און באטראכטן, האסט ביעמס נעם און לייג, זיי נישט אזא מעקעלע, קיינער וועט נישט וויסן ס'זעט דאך אויס פונקט די זעלבע, זארג נישט ס'וועט נישט איינפאלן, חזקי טוט זיך אויס דאס העלמעט און זאגט: זיי געבענטשט אנטשי, ס'איז געווען געשמאק ביז אהער, אבער איך בוי נישט אזוי... הַאהַא לאכט אנטשי, כ'גלייב נישט אז די ביסט אזא פחדן, ס'איז מער ווי גענוג, גלייב מיר ס'קען האלטן א שטאט, און אויב ווילסטו נישט קענסטו גיין געזונטערהייט, כ'וועל זיך אָן דיר אויך א עצה געבן!

א יאר שפעטער טיף אין די נאכט אריין – די טעלעפאון הערט נישט אויף קלינגען, אנטשי ערוועקט זיך און וואס מיינט איר, נאך פילע באריכטן אז די שטאק שאקעלט זיך, האבן די פייער דיפארטמענט אדורך געפירט א אינספעקשון און זיי האבן באשטעטיגט אז עפעס איז טאקע נישט אינארדענונג... אנטשי קומט אָן צום בנין באגעגנט זיך מיט א פארמאכטע גאס, פיל מיט שטאטישע באאמטע, פארלוירנערהייט און מיט א פאלשע פנים פרעגט ער וואס גייט פאר, אלעס איז דאך געבויעט ווי מען דארף??!! נאך א קורצע אינספעקשון האט זיך די אמת ארויסגעשטעלט, די ביעמס זעהן טאקע אויס די זעלבע, ס'איז די זעלבע הויעך דיק און ברייט, אבער דאס אינעווייניג איז נישט! פארשטייט זיך אז ער איז פארארדערט געווארן איבער צו בויען די אויבישטע שטאקן גענצליך פון פריש, און א שטיקל מתן שכרו בצדו פון עטליכע שווערע טויזענט דאללאר האבן זיי אויף אים צוגעלייגט, נו וועמען רופט מען יעצט, 'חזקי' ער וועט עס זיכער קענען איבערבויען ווי ס'דארף צו זיין.

אין מדרש (ב"ר ס"א) געפינען מיר, ובמושב לצים - זה אבימלך, אבימלך און זיין פאלק די פלשתים טוען רעפרעזענטירן די מידה פון ליצנות, דאס זעלבע געפינען מיר אויך אין מסכת עבודה זרה (דף יט.) אשרי האיש וכו' וואויל איז פאר אברהם אז ער זיצט נישט צוזאמען מיט די ליצים, די אנשי פלשתים, נאר ער טוט זיך פון זיי גענצליך דערווייטערן... בקיצור די פלשתים זענען די מידה פון ליצנות אליין - וואס דאס מיינט: א לעבן וואס איז נאר פארנומען מיט 'חיצוניות', די דרויסן זאל אויסזעהן גוט, ווילאנג ס'זעט אויס גוט איז אלעס גוט, דער לץ איז נישט גורס דאס ווארט 'פנימיות', ער ווייסט ניטאמאל וואס דאס מיינט האבן א טיפערע מחשבה, אריין טראכטן אין א ענין, חשבון הנפש, זיך אביסל מתבונן זיין, דאס אלעס האט נישט מיט אים, ער האט איין דאגה אז זאכן זאלן אויסזעהן גוט און דאס איז עס, פון די איבריגע קען מען אפלאכן, אוועק מאכן, קרומען מיטן פנים וכדומה.

פונקט דאס פארקערטע איז די לעבן פון אונזער פאטער אברהם, ער לעבט נאר פנימיות'דיג - א אינערליכע לעבן, חיצוניות פארנעמט ביי אים נישט קיין ארט, ער ווערט בכלל נישט נתפעל וואס דער זאגט אדער יענער זאגט, נאר איז פארנומען זוכן דאס אינהאלט פון א איעדע זאך... אנגעפאנגען פון די דריי יאר אנערקענט ער אליין, אז די וועלט איז נישט הפקר, ס'איז פארהאן א בורא עולם אויף די וועלט, און ווי נאר ער איז צו השי"ת'ס ליכטיגקייט זוכה, נעמט ער זיך צו די ארבעט און טוט פארשפרייטן הקב"ה'ס נאמען איבער די וועלט, גייט פון שטאט צו שטאט, מאכט אויף די אויגן פון די מענטשהייט, און טוט זיי פארבינדן צו העכערקייט ..ס'איז פארהאן אין לעבן עפעס מער און טיפער, יש מנהיג לבירה – די וועלט האט א טאטע וואס קוקט זיך אום, און אלעס ווערט געפירט מיט די גרעסטע מאס פונקטליכקייט.. און אזוי צוביסלעך ברענגט ער אריין איינעם נאכן צווייטן תחת כנפי השכינה און א אידיש פאלק וואקסט ארויס, און ווי פארשטענדליך גייט דאס פנימיות'דיגע לעבן אריבער צו יצחק אבינו, "אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת יִצְחָק", פון אברהם'ס מידת החסד ווערט געבוירן די מידות הגבורה פון יצחק, און אויך ער לעבט און פארשפרייט פנימיות - אינהאלט און העכערקייט, איבער די גארער וועלט!

דערמיט פארשטייען מיר הערליך שיין וואס ס'שפילט זיך אפ אין אונזער פרשה מיט די בארות - ברונעס, ווי געשמועסט האט אברהם כסדר געטוען פארשפרייטן פנימיות איבער די וועלט, ער האט כסדר געלערנט פאר די מענטשהייט אז ס'איז פארהאן עפעס מער און טיפער, דער מענטש פארמאגט א נשמה, א חלק אלוקי ממעל, און כדי דאס צו קענען ווייזן פאר די וועלט במציאות, האט מען געגראבן די ברונעס, און דערמיט האט אברהם געלערנט אז ..פונקט ווי דער קוואל וואס פארמאגט וואסער מששת ימי בראשית, אבער אז מען גראבט עס נישט אויף וועט קיין ברעקל וואסער פון דארט נישט ארויסקומען, ניטאמאל וועט דער מענטש וויסן אז ס'איז פארהאן א ריזיגע קוואל אונטער זיינע פיס, אט אזוי קוקט אויס אונזער נשמה, אונזער חלק אלוקי, אמת אז אמאל שפירט מען עס נישט, דער מענטש ווייסט ניטאמאל אז ס'עקזעסטירט אזא מין זאך ווי עפעס העכער אין טיפער, איז עס נאר ווייל דער מענטש האט עס נאך נישט אויפגעגראבן, ער לעבט חיצוניות'דיג, ער האט זיך מיט זיין טיפן חלק נאכנישט פארבינדן, ווייל איינמאל דער מענטש טוט זיין חלק הפנימי אויפמאכן איז עס ווי א קוואל וואס פליסט אָן אויפהער...

די פלשתים די ליצים האבן דאס נישט געקענט פארטראגן, ווען זיי האבן געזעהן ווי אברהם ווייזט דעם קוואל און דערמיט לערנט ער פאר די וועלט אז צו קענען זוכה זיין דארף מען גראבן, וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז צו קענען זוכה זיין דארף מען אריין גיין אין די חלק הפנימי, האבן זיי דאס נישט אויסגעהאלטן ..מען מוז עס פארשטאפן! צו זייער באדויער האט די הייליגע כח פון אברהם אבינו זיי נישט געלאזט, אבער דערנאך וואס אברהם איז נפטר געווארן, ווען די שטארקע כח הפנימי איז אוועק פון די וועלט, האבן זיי ליידער יא מצליח געווען, די ברונעס זענען פארשטאפט געווארן, און דערמיט האבן די פלשתים דערקלערט פאר די וועלט, אז ס'איז נישט קיין נפקא מינה וואס ס'טוט זיך אינעווייניג ..דארפסט נישט גראבלען און באטראכטן, זיי נישט אזא מעקעלע לעב און לאך טאג נאך טאג, קיינער וועט סיי ווי נישט וויסן, ס'זעט דאך אויס גוט, ווילאנג דער דרויסן איז גוט איז אלעס גוט.. און אזוי צוביסלעך ווערט דער הייליגער רוף פון אינעווייניג, דער רוף וואס בעט און בענקט פאר פנימיות אינגאנצן פארשטאפט ר"ל.
אבער ס'נעמט נישט לאנג און אונזער פאטער יצחק נעמט זיך צו די ארבעט, מיט זיין געוואלדיגע מידות הגבורה, מיט זיינע שטארקע כוחות פון יראת שמים גראבט מען צוריק אויף די בארות און מען רופט זיי מיט די זעלבע נעמען ווי אברהם, ווייל זיי זענען נישט סתם ברונעס, זיי זענען די וואס אברהם האט אויפגעגראבן מיט א ציל צו לערנען פארן מענטש, אז אלעס וואס ס'עקזעסטירט אויף די וועלט פארמאגט א טיפקייט און א העכערקייט, דער מענטש דארף אריין קוקן אין דער קוואל וואס ליגט אינעווייניג אין זיך, און כסדר זוכן צו לעבן א לעבן פיל מיט רייכקייט און אינהאלט.

פארשטייט זיך, אז די פלשתים קענען עס נישט צוקוקן און זיי קומען מיט כל מיני לעכעריגע טענות ומענות אז די וואסער איז אונזערס וכו', יצחק אבינו פארלאזט טאקע די פלאץ, אבער מאכט זיכער צו געבן נעמען פאר די בארות, 'עֵשֶׂק' – באשעפטיגט, 'שִׂטְנָה' – א שטערונג, ווייל די פאסטוכער פון גרר האבן זיך דערמיט באשעפטיגט און אונז געטוען שטערן, בעומק איז יצחק מרמז פאר אלע קומעדיגע דורות אז מיר זאלן לעבן און וויסן, אז די פלשתים וואס דאס מיינט דער כח הליצנות, טוען אונזער קוועלער פארשטאפן און אוועקנעמען, ווייל זיי ווילן אז דאס אמתע דעת און דרך החיים זאל אפגעשטעלט ווערן, דאס לעבעדיגע קוואל וואס ווייזט פארן מענטש אז מען מוז אריין גיין טיפער, מען מוז גראבן, מען מוז זיך צו פנימיות פארבינדן, זאל צושטערט ווערן...

יצחק אבינו ווען ער באמערקט זייער אמתע פלאן און ציל, גייט ער פון זיי אוועק ווייל נעבן די מידה פון ליצנות וויל ער נישט זיין, דארט קען מען נישט וואקסן, און ערשט דערנאך ווען יצחק האט שוין ענדליך געהאט רואיגקייט, האט ער יענעם ברונע גערופן 'רְחֹבוֹת', ווייל יעצט וועלן מיר זיך שוין קענען פארברייטערן, וואס דאס מיינט, אז איעדער פון אונז וועט כסדר קענען לעבן מיט הרחבת הדעת, און האבן דעם געוואלדיגן לימוד פאר די אויגן, אז בעצם פארמאגן מיר א נשמה, א קוואל, א חלק אלוקי ממעל וואס גיסט פנימיות אָן אויפהער, מיר דארפן גראבן, מיר דארפן אריין גיין טיפער און זיך דערמיט פארבינדן, און איינמאל מיר זענען צו דעם טעם הפנימי זוכה טוט מען כסדר דארשטן פאר נאך, ס'בענקט זיך פאר נאך!

איבריג צו זאגן אז א לעבן וואס פארמאגט נאר חיצוניות, איז קיין לעבן נישט, ס'האט קיין טעם נישט און מיט די צייט ווערט דער מענטש צובראכן און צוקלאפט, ס'צופאלט אינגאנצן, און צוביסלעך פאנגט מען אן בענקן פאר עפעס מער, מען בענקט פאר פנימיות... אבימלך נאך יארן וואס ער פירט זיין פאלטשע חיצוניות'דיגע לעבן, וואס איז פיל מיט הבל און ליצנות יאגט נאך יצחק און בעט זיך פאר שלום, ווייל ער וויל אויך עפעס א טראפעלע נהנה זיין פון די אידישע פנימיות, ס'גלוסט אים צו האבן א שייכות מיט די אידישע לעבן פון יצחק אבינו, א לעבן פון אינהאלט!

טייערע ברידער! אויב האבן מיר געמיינט אז די בארות איז אמאל געווען, די אנשי פלשתים עקזעסטירן שוין נישט, שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט ריכטיג – די לעבן פון די פלשתים וואס דאס מיינט א לעבן פון ליצנות און חיצוניות עקזעסטירט היינט ווי קיינמאל פריער, מיר לעבן אין א וועלט וואס די ווינט אין גאס שרייט "צום אויג זאל עס אויסזעהן גוט" דאס איז די עיקר, האבן א טיפערע מחשבה, אריין טראכטן אין א ענין, חשבון הנפש, זיך אביסל מתבונן זיין, איז עפעס וואס פעלט בכלל נישט אויס, טראכט נישט, נאר לעב און לאך, איין דאגה איז פארהאן די חיצוניות זאל זיין ווי ס'דארף צו זיין, און ווי אזוי ס'פאסט זיך, חוץ מזה איז אלעס פיין און רואיג, פון די איבריגע קען מען אפלאכן, בארעדן, אוועק מאכן, קרומען מיטן פנים וכדומה...

און דערווייל איז דער קוואל, דער מעין וואס ליגט אין איעדע פון אונז, דער חלק אלוקי וואס רופט און בעט זיך כסדר פאר עפעס מער און העכער דערשטיקט און פארשטאפט, און טאקע דערפאר זעט מען היינט אזוי פיל דיפרעסיא און כל מיני מחלות הנפש, ווייל דער אינערליכע פנמיות'דיגע לעבן וואס דער מענטש בענקט און האפט איז פארקנאקט, ער ווייסט ניטאמאל אז ער האט די כוחות און מעגליכקייט פאר אזא לעבן, יא זיכער די חלק החיצון פארמאגט ער, און נישט סתם נאר מיטן גאנצע קנאק, ער טוט אלעס וואס מען דארף צו זיין אנגענומען אין זיין סביבה, ער טראגט די שענסטע לבוש, שיקט די קינדער אין די הייליגסטע מוסדות, טוט הערליכע שידוכים וכדומה, אבער צו געבן פארן מענטש א לעבן פון העכערקייט, א לעבן פון אינהאלט, אז ס'זאל זיין ביי זיך און ביי די קינדער קלאר ווי טאג אז "אשרינו מה טוב חלקינו" ווי גליקלעך זענען מיר צו זיין א חלק פון עם ישראל, אפגעזינדערט פון אלע הבלי עולם הזה איז עס נאך נישט גענוג, ווייל "רחמנא ליבא בעי", השי"ת דארף די הארץ, און דער מענטש, די נשמה דארף השי"ת, ווייל צו קענען אריין ברענגן אין זיך, און אין אונזערע קינדער דעם געשמאקן זיסן טעם פון זיין א איד פארלאנגט זיך צו לעבן די בארות, אריין גיין אין די טיפקייט פון איעדע זאך, לעבן פנימיות, חשבון הנפש, מתבונן זיין, און בעיקר העיקרים זיך פארבינדן מיטן בורא עולם, אריין קוקן און ריכטיג אפלערנען די עומק פון איעדע מצוה און דבר שבקדושה, און אזוי ארום האבן א געשמאק דערין, און נישט סתם אבי געטון... געדענק אז אונטער אונז איז פארהאן א קוואל, א אוצר, א הייליגע נשמה וואס רופט און בענקט, ווארט און האפט צו האבן א לעבן וואס איז געשמאק און זיס, ווייל א לעבן מיט פנימיות, א לעבן מיט בורא עולם איז די זיסטע וואס איז נאר פארהאן!

לסיכום געדענק:
• פון ליצנות און חיצוניות דארף מען זיך דערווייטערן.
• רחמנא ליבא בעי", השי"ת דארף די הארץ, און דער מענטש, די נשמה דארף השי"ת.
• זוך און בענק נאך פנימיות, מאך אויף דיין נשמה און טו זיך מיט השי"ת פארבינדן.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

very very nice
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

זייער שיין.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

הערליך!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: מיט א טיפערן בליק - פרשת תולדות תשע"ה - ויחפרו בנחל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

ארויף
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”