מיט א טיפערן בליק - פרשת נח תשע"ה - צדיק תמים היה בדרתיו..!

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

מיט א טיפערן בליק - פרשת נח תשע"ה - צדיק תמים היה בדרתיו..!

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 9:51 am

מיט א טיפערן בליק
פרשת נח תשע"ה
צדיק תמים היה בדרתיו..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די תוה"ק אין אונזער וואכעדיגע פרשה פאנגט אָן: אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו אֶת הָאֱלֹקִים הִתְהַלֶּךְ נֹחַ. - ס'איז באקאנט די צוויי פשטים וואס רש"י הקדוש ברענגט ..יש מרבותינו דורשים אותו לשבח ..ויש שדורשים אותו לגנאי וגו', - ס'זענען פארהאן די וואס דרשענען די פסוק לשבח - פאר א לויב, דאס הייסט אז נח כאטש וואס ער האט געלעבט אין יענעם פארדארבענעם דור איז ער געווען א צדיק, איז כל שכן ווען ער זאל ווען לעבן אין א דור פון צדיקים וואלט ער זיכער געווען נאך אסאך גרעסער. און אנדערע האבן געדרשענט לגנאי – די פארקערטע פון א לויב, וואס דאס מיינט אז טאקע דוקא אין יענעם פארדארבענעם דור איז ער געווען גערעכנט ווי א צדיק, זאל ער ווען לעבן אין א דור פון צדיקים ווי אברהם, וואלט ער נישט געווען גערעכנט צווישן זיי. (אפצולערנען די טיפקייט פון די צוויי פשטים איז א שמועס פאר זיך, וואס מיר וועלן לאזן פאר א אנדערע געלעגגנהייט בעזהשי"ת).

לכל הדעות איז אבער זיכער און קלאר אז אין יענעם דור, אינעם דור וואס נח האט געלעבט איז ער געווען א צדיק אמת, ווי מיר געפינען אז די תוה"ק אליין איז אויף אים מעיד וְנֹחַ מָצָא חֵן בְּעֵינֵי ה', צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו, ווי א העלדישע לייב האט ער זיך ארויס געשטעלט און געטוען דעם רצון ה', געבויעט א ריזיגע תיבה פון 300 אמות לאנג און 50 אמות ברייט וכו', געארבעט און געשוויצט פאר גאנצע 120 יאר, אלעס כדי אז ווען די מענטשן וועלן אים זעהן בויען דעם ריזן אינטערעסאנטע געביידע וועלן זיי זיך ביי אים נאך פרעגן מה זה ועל מה זה, און ער וועט זיי קענען ענטפערן מיט א רוף צו תשובה ותיקון המעשים, מיר קענען זיך גאנץ גרינג פארשטעלן ווי אזוי די בילד האט אויסגעקוקט, ווי אזוי די חברה האבן אויפגענומען די מאדנע תיבה נייעס ..ביסט אראפ פון זינען, א פארפלייצונג אויף די גאנצע וועלט??! מיט א געלעכטער האבן זיי אפגעחוזקט און זיך נישט צוטוען געמאכט פון דעם ווילדן פאנטאזיא, אבער נח האט זיך נישט געפוילט נאר פעסטערהייט אויסגעפירט זיין שליחות און געטוען דעם רצון ה' ווי די פסוק זאגט וַיַּעַשׂ נֹחַ כְּכֹל אֲשֶׁר צִוָּה אֹתוֹ אֱלֹקִים כֵּן עָשָׂה.

שפעטער אין די פרשה: די מבול האט זיך אפגעשטעלט, נח מיט זיין משפחה קומען ארויס פון די תיבה, נח בויעט א מזבח און איז מקריב קרבנות פאר השי"ת און די פסוק זאגט: וַיֹּאמֶר ה' אֶל לִבּוֹ לֹא אֹסִף לְקַלֵּל עוֹד אֶת הָאֲדָמָה בַּעֲבוּר הָאָדָם וכו' - און השי"ת האט געזאגט אין זיין הארץ: "איך וועל מער נישט שעלטן די ערד צוליב דעם מענטש ווייל דער יצר וואס ליגט אין דעם מענטש'ס הארץ איז שוין שלעכט פון זייט ווען ער איז געבוירן, און איך וועל מער נישט שלאגן די אלע לעבעדיגע אזוי ווי איך האב יעצט געטוען", בקיצור נח איז דער וואס האט זוכה געווען אז השי"ת האט מיט אים געשלאסן דעם ברית עולם אז אזא סארט פארפלייצונג וועט זיך מער נישט איבערשפילן, ס'וועט מער נישט פאסירן.

נו אויב אזוי פרעגט זיך גאר א פשוטע פראגע, פארוואס האבן מיר נישט א נח אבינו, פארוואס פאנגט זיך עם ישראל'ס השתלשלות אָן פון אברהם אבינו און ווייטער, נח האט זיך מוסר נפש געווען צו טוען דעם רצון ה' נאך פאר אברהם? די פראגע ווערט אסאך שטערקער ווי נאר מען קוקט אריין אין די ווערטער פונעם נביא ישעיהו (נ"ד ט') כִּי מֵי נֹחַ זֹאת לִי אֲשֶׁר נִשְׁבַּעְתִּי מֵעֲבֹר מֵי נֹחַ עוֹד עַל הָאָרֶץ כֵּן נִשְׁבַּעְתִּי מִקְּצֹף עָלַיִךְ וּמִגְּעָר בָּךְ, די גאנצע מבול ווערט גאר אנגערופן "מי נח" די וואסערן פון נח, וואס דאס זאגט אונז אז נח טראגט גאר א חלק אין די מבול, ווי פארשטענדליך דארף דאס א הסבר? לאמיר זיך פארטיפן און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויס צו נעמען די ריכטיגע מוסר השכל פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

מנחם ליגט שוין אין בעט באלד א דריי שעה ער קען קיין אויג נישט פארמאכן, זיינע הרגישים און געפילן זענען אינגאנצן ארויס פון קאנטראל. - ס'לאזט זיך נישט גלייבן אבער ס'איז א פאקט ..מארגן! יא מארגן איז די גרויסע טאג וואס ס'וועט פארקומען דאס אומגלויבליכע, דער גרויסע מעמד "סיום הש"ס"... אלע זיינע יארן פון ווען ער איז געווען א קליין קינד ביז יעצט, ווען ער איז שוין ב"ה א בחור אין די ישיבה גדולה יארן, פליען אים ארום אין מח, ווער האט געגלייבט אז דער טאג וועט אמאל אנקומען.

פלוצלינג ווערן זיינע אויגן נאס און ער פאנגט אָן שוויצן, פון צווישן די אלע זכרונות וואס קומען אים אין מח פאנגן אָן ארויף שווימען געדאנקן וואס זענען טיף באהאלטן, ס'איז שוין טאקע אדורך אסאך יארן, אבער ווי נאר ער טראכט דערפון קומט עס אים אין געדאנק מיט די גרעסטע מאס קלארקייט, ער לעבט עס איבער כאילו ס'וואלט נעכטן פאסירט... יא יא ס'האט זיך אנגעפאנגען אין כיתה ב' ביי רבי וואלדמאן ער איז געווען די ערשטע וואס האט גערופן מיין טאטע אז זאכן זענען נישט גוט, אוי געדענק איך קלאר ווי טאטי האט מיך אפיר גענומען.. שפעטער אין כיתה ג' ביי רבי קעלנער און אזוי ווייטער, צוביסלעך האבן אלע אנגעפאנגען האלטן אז עפעס טויג נישט, אלע האבן מסכים געווען אז כ'האב עפעס א קאמפלעצירטע פראבלעם, ס'האט נישט גענומען לאנג און כ'בין געווארן די שווארצע שעפסל אין קלאס, די שוואכע אינגל... ליידער זענען זיי געווען גערעכט, כ'ווייס נישט פארוואס אבער כ'האב פשוט נישט געקענט, ס'איז מיר נישט געגאנגען!

אזוי ליגט מנחם פארטראכט און זיינע געדאנקן פליען ווילד, ער דערמאנט זיך זיינע ביטערע שווערע טעג ווי ער פלעגט אהיים קומען פון חדר טאג איין טאג אויס מיט אויסגעוויינטע אויגן, בעטנדיג פון זיין מאמע ..ס'איז נישט פאר מיר, כ'קען עס נישט אויסהאלטן, כ'וויל מער נישט גיין..?!?! דערנאך האט זיך אנגעהויבן די "תקופת הטערעפיסטן" מ'האט מיך געשיקט פון איינעם צום צווייטן, איינער האט געזאגט אז כ'האב צוטוען מיט די אויגן, דער צווייטער האט געזאגט אז כ'האב א פראבלעם מיט קאנצעטרירן, כל מיני טיטלוך און שמות נרדפים האבן זיי אויף מיר ארויף געלייגט, ליידער האט עס גארנישט געהאלפן, כ'האב גארנישט געקענט, וויפיל כ'האב פרובירט איז עס נישט געגאנגען, און די מצב איז געווארן ערגער פון טאג צו טאג...

זיינע טרערן פליסן ווי א אפענע וואסער קראן, ער דערמאנט זיך די שמועס, יא ס'איז געווען יענעם שמועס! – מיר זענען געווען אויפן וועג אהיים פון אַן אפוינטמענטס ביי א גרויסן פראפעסאר, כ'בין געגאנגען אביסל אונטערשטעליג און געהערט ווי מיין מאמע געבט איבער צובראכענערהייט די נייעס פאר מיין טאטע ..ער (די פראפעסאר) האלט אז עפעס ערנסט איז נישט אין ארדענונג מיט מנחם, און ער געבט אים גאר שוואכע טשאנסעס... אנקומענדיג אהיים איז געווען טויט שטיל מיין טאטע האט פרובירט מאכן א שמועס אבער מיין מאמע איז געווען אסאך צו פארטראכט, כ'בין אריין אין מיין צימער, די הארץ האט געקלאפט כ'האב געשפירט אז כ'בין סתם עפעס א איבריגע נשמה דא אויף די וועלט ..פארוואס קען איך נישט זיין א נערמאלע אינגל?!

נאך עטליכע לאנגע שווערע מינוטן האב איך פלוצלינג געהערט מאמי'ס קול: דאס איז עס, איך האב אלעס פרובירט ס'גייט נישט, ס'איז וואס ס'איז, השי"ת וויל אזוי - זאל זיין אזוי, איך בין עס מקבל באהבה,
נישט איעדער איז געמאכט פאר אלעס, ס'זענען פארהאן אזעלכע וואס קענען נישט?! - ס'לויפט אים אדורך א סקרוך אין די ביינער ווען ער דערמאנט זיך ווי זיין טאטע האט געענטפערט: מאמע'לע טייערע בארואיג זיך, קום צו די כוחות... ווען ס'קומט צו א קינד, בפרט אונזערס א קינד, וועלן מיר קיינמאל נישט מקבל זיין אז דאס איז עס, ס'איז נישט דא אזא מין זאך ווי "ס'איז וואס ס'איז", ווילאנג מיר לעבן וועלן מיר טוען אלעס אין די וועלט אז ער זאל מצליח זיין, צו דאס מיינט גיין צו נאך א טויזענט מחנכים עצה געבערס און טערעפיסטן, מיר וועלן פארן צו איעדע קבר און מקום קדוש איינצורייסן אז ער זאל מצליח זיין! מאמי כ'בעט דיר געב נישט אויף, זיי נישט מקבל די מצב אזוי ווי ס'איז, הקב"ה איז א כל יכול ער באשאפט יש מאין ער קען טוישן די מצב אין איין סעקונדע, מיר דארפן טוען אונזער השתדלות און בשום אופן נישט אויפגעבן, נאר דאווענען בעטן האפן און איינרייסן, ובשם ה' נעשה ונצליח!

מנחם דערמאנט זיך די גליקליכע מינוט, כ'ווייס קלאר אז ס'איז געווען יענעם החלטה וואס האט מיר געברענגט די ישועה, מיינע עלטערן האבן מיט א פרישקייט זיך גענומען איבער דרייען וועלטן פאר מיר, פון איין מומחה צום צווייטן, פון איין רבי צום צווייטן, קברי צדיקים און מקומות הקדושים, אוי כ'דערמאן זיך די תפילות וואס זיי האבן געגאסן... און אט גרייט מען זיך צום גרויסן סיום הש'ס, טאטע אין הימל, ווער האט געגלייבט, אבער יא השי"ת איז א כל יכול מען טאר קיינמאל נישט אויפגעבן!

טייערע חבר, איידער מיר טרעטן צו צום שמועס דארף ארויסגעברענגט ווערן, אז מיר האבן נישט קיין שום השגה אין די גרויסקייט פון נח, וואס מיר שמועסן איז נאר מה שנוגע צו אונזער עבודת ה', וואס מיר קענען ארויסנעמען פאר אונזער טאג טעגליכע לעבן... נח איז טאקע געווען א צדיק אמת, ער האט זיך מוסר נפש געווען צו טוען דעם רצון ה', אבער פון זיין א חלק פון אונזערע אבות און טראגן דעם טיטול נח אבינו איז עס נאך גאר ווייט, ווייל צו קענען זיין א טאטע פון כלל ישראל פארלאנגט זיך א געוויסע סארט מסירת נפש וואס איז אסאך העכער פון דאס וואס נח האט פארמאגט, וואס דאס מיינט אז אפילו ווען אין הימל זענען פארהאן גזירות קשות אויף די וועלט, אפילו ווען הקב"ה בכבודו ובעצמו זאגט אז א גזירה גייט קומען איז מען עס נישט מקבל אזוי ווי ס'איז, מען נעמט עס נישט סתם אזוי אָן, נאר מען האפט און קעמפט, בעט און פויעלט, מען לעבט דעם אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים, מען געבט קיינמאל נישט אויף, מען רייסט איין פאר א ישועה ביז צום לעצטן סעקונדע...

ווען השי"ת האט האט געזאגט פאר נח אז א מבול גייט קומען און פארשוועמען די וועלט, האט ער מקבל געווען די מצב אזוי ווי ס'איז און מיטן גרעסטן מאס מסירת נפש געטוען דעם רצון השי"ת, געבויעט די תיבה און געזאגט דברי מוסר פארן דור, אבער פאר א טאטע פון עם ישראל פארלאנגט זיך צו טוען אסאך מער, ווי מיר געפינען ביי אברהם אבינו ווען הקב"ה האט אים געזאגט אז סדום גייט ווערן איבערגעדרייט האט ער עס בשום אופן נישט געוואלט מקבל זיין נאר כסדר איינגעריסן וְאַבְרָהָם עוֹדֶנּוּ עֹמֵד, לִפְנֵי ה', וַיִּגַּשׁ אַבְרָהָם וַיֹּאמַר הַאַף תִּסְפֶּה, צַדִּיק עִם רָשָׁע וכו' ער האט איינגעריסן און פרובירט פארהאנדלן און בעטן ווי די פסוק פארציילט אונז באריכות גדול, ווייל א טאטע געבט קיינמאל נישט אויף, נאר ביז צום לעצטן סעקונדע רייסט ער איין... אזוי אויך געפינען מיר ביי אונזער הייליגע רבי משה, באלד נאכן חטא העגל האט ער איבער געדרייט די וועלט פאר די אידישע קינדער, ווי די פסוק זאגט וְעַתָּה אִם תִּשָּׂא חַטָּאתָם וְאִם אַיִן מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ רבש"ע אויב ביסטו נישט מוחל די אידישע קינדער מעק אויס מיין נאמען פון דיין ספר... פאר עם ישראל איז ער אלעס געווען גרייט צו פארלירן, ער האט זיך געלייגט אין די לענג און אין די ברייט פאר די אידישע קינדער, ווייל דאס איז א טאטע, דאס איז א רבי!

טייערע ברידער, לאמיר האבן א אפענע שמועס און זיך אליין פרעגן ווי שטייען מיר איין, ווי קוקט אויס דאס טאטע'שאפט ביי אונז, לייגן מיר זיך אין די לענג און אין די ברייט פאר אונזערע קינדערלעך/תלמידים אדער טוען מיר נאר יוצא זיין די שליחות וזהו? טוען מיר ארויס נעמען פון אונזערע קינדער דאס מערסטע, אדער ס'גוט ווי אזוי ס'איז, ווי לאנג ס'פארט, אלע זענען צופרידן איז אלעס אקעי? וויפיל מאל זענען מיר מחליט אז דאס איז עס, מיר זענען מקבל די מצב אזוי ווי ס'איז ..ער איז נישט די גרעסטע לערנער ..ער איז פשוט נישט געמאכט פארדעם ..ער האט שווערע מדות נו וואס זאל איך טוען?! און אזוי נישט כאפנדיג מאכן מיר שלום מיטן סיטואציע און דאס איז עס... דערווייל דרייט זיך דער קינד/בחורל און האפט אז מען זאל נאך אויף אים נישט אויפגעבן, ער וויל נאך פרובירן, אבער ווען ער זעט אז אלע האבן אויף אים א אפגעמאכטע בילד, אלע האבן שוין אויף אים א מיינונג, די מענטשן ארום געבן שוין נישט קיין גרויסע האפענונג, פארגייט אים דאס אפעטיט און מיט די צייט מאכט ער שלום מיטן מצב כאטש ער איז נישט אויף א פלאץ ווי ער וואלט געוואלט זיין, און דאס ברענגט אין אים אריין א שטארקע צובראכנקייט ..זיין יא הצלחה אדער נישט איז מער נישט עפעס וואס איז אזוי וויכטיג, און אזוי ווייטער איין זאך פירט צום צווייטן וד"ל..!

ווי אנדערש איז עס אבער ווען אונזערע קינדער/תלמידים זעהן אז זיי זענען די וויטיגסטע טייערסטע זאך אויף די וועלט, מיר קוקן ארויס אויף זייער הצלחה ווי די שווארץ אפעל פונעם אויג, וואס ס'פעלט זיך אויס צו טוען פאר זייער סוקסעס ווערט געטוען... און אפילו ווען דער קינד גייט אדורך שוועריגקייטן, ס'גייט אים נישט, ער איז נישט מצליח ברחניות אדער בגשמיות, אלע זאגן און האלטן אז ער האט מער נישט קיין טשאנס ווייסט ער קלאר אז ער האט באליבטע עלטערין, טייערע טאטע און מאמע, אדער חשובע איבערגעגעבענע רבי'ס וואס האלטן און גלייבן אז ער קען יא, "זיי זענען זיכער אז בעזר ה' וועט ער יא מצליח זיין", זיי זענען אלע אנטשלאסן מיט די גרעסטע מאס פעסטקייט אז זיי וועלן טוען אלעס אין די וועלט און קיינמאל נישט אויפגעבן אז ער זאל קענען שטייגן און וואקסן .."זאל זיין וואס זאל זיין, וועלן זיי טוען אלעס אין די וועלט מיך צו העלפן".. דאס אליין איז די גרעסטע און שטערקסטע מתנה וואס מיר קענען זיי געבן, ס'בלאזט אריין פרישע כוחות און קוראזש אנצוגיין, ס'געבט כסדר'דיגע חיות, און ס'מאכט קלאר אז ס'עקזעסטירט נישט קיין ייאוש אויף די וועלט, נאר ווי לאנג דער מענטש לעבט טוט מען כסדר שטייגן, וואקסן און קריכן אויף ארויף, טריט ביי טריט ווערט מען נענטער און העכער, און בסייעתא דשמיא איז מען זוכה צו זעהן די לעכטיגע פירות!

לאמיר דאס קלאר אריין קריצן אין אונזערע מוחות:
א - אז צו טראגן די אמתע טיטול טאטע מעמע/רבי מיז מען זיין גרייט זיך צו לייגן אין די לענג און אין די ברייט מיט מסירת נפש ממש פאר אונזערע קינדער, יא אמת ס'איז שווער ס'נעמט כח אבער לאמיר נישט פארגעסן אז גוטע זאכן קומען אָן שווער, קינדערלעך די בעסטע טייערסטע געשמאקסטע זאך וואס מיר פארמאגן קומט טאקע אמאל אָן שווער אבער די נחת וואס מיר נעמען ארויס איז אסאך מער, געדענק וואס השי"ת זאגט אויף אברהם אבינו כִּי יְדַעְתִּיו לְמַעַן אֲשֶׁר יְצַוֶּה אֶת בָּנָיו וְאֶת בֵּיתוֹ אַחֲרָיו, איך האב אים ליב ווייל ער געבט זיך אפ מיט זיינע קינדערלעך...
ב – קיינמאל נישט אויפגעבן נישט קיין חילוק וואס אלע זאגן טראכטן אדער האלטן, השי"ת אונזער טאטע איז דער בורא ומנהיג ער באשאפט יש מאין פון גארנישט באשאפט ער א וועלט, ישועת ה' כהרף עין און א אויגן בליק קען זיך די מצב טוישן, וואס ס'פארלאנגט זיך פון אונז איז טוען השתדלות, צו דאס מיינט גיין פאר הילף, זיך אדורך רעדן מיט קליגע אידן פארשטייערס וכדומה, און פארשטייט זיך די עיקר העיקרים איינרייסן ביים מלך העולם די טאטע פון אלע טאטעס... ניין נישט מקבל זיין די מצב אזוי ווי ס'איז, נאר טוען אזוי ווי אונזערע אבות און רבי'ס, בעטן דאווענען קעמפן און האפן פארן ישועה ביז צום לעצטן סעקונדע! ובשם ה' נעשה ונצליח!

לסיכום געדענק:
• מיר דארפן זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט מיט מסירת נפש ממש פאר אונזערע קינדערלעך!
• קיינמאל נישט אויפגעבן, נאר גלייבן און זיין זיכער אז ער וועט בעזר ה' יא מצליח זיין.
• געדענק אז די ישועה איז דא מען ווארט נאר אויף דיינע תפילות, רייס איין און זיי זוכה עס צו זעהן!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 3:04 pm

ארויף לכבוד שבת
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט