על חטא. א הסבר מיט א פירוש אויף א יעדע עקסטער

ספרי קודש אויפן וועב

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע: אין קאך

על חטא. א הסבר מיט א פירוש אויף א יעדע עקסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלנט טאפ »

עס איז דא קרוב צו 50 על חטא'ס. וואו איז דא א גוטע הסבר אויף א יעדע איינס עקסטער, און די חילוקים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ס'דא אפאר וואס איך האב א גוטע הסבר.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

וואלך האט א גיטער ספר אויף דעם
נודניק
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

פאר א שנעלערע אין קלארע פשט עיין מחזור המפורש. א חוצ די פושט׳ע ביי די זייט האט ער אונטען אויפן עמוד א שטיקל מהלך אויף א יעדע על חטא עקסטער.
loeffler
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:45 pm

מיט אבינו מלכנו קען איך דיר העלפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loeffler »

אָבִינוּ אונזער טאטע
מַלְכֵּנוּ אונזער קעניג

חָטָאנוּ מיר האבן געזינדיגט
לְפָנֶיךָ פאר דיר.

אֵין לָנוּ עס איז נישט דא פאר אונז
מֶלֶךְ א קעניג
אֶלָּא אָתָּה נאר דו.

עֲשֵׂה טו [גוט'ס]
עִמָּנוּ מיט אונז
לְמַעַן פון וועגן
שְׁמֶךָ דיין נאמען.

חַדֵּשׁ באַניי
עָלֵינוּ אויף אונז
שָׁנָה טוֹבָה א גוט יאר.

בַּטֵּל צושטער
מֵעָלֵינוּ פון אויף אונז
כָּל אלע
גְּזֵרוֹת קָשׁוֹת שווערע גזירות.

בַּטֵּל צושטער
מַחְשְׁבוֹת די טראכטונגען
שׂנְאֵינוּ פון אונזערע פיינט.

הָפֵר צושטער
עֲצַת די עצות
אוֹיְבֵינוּ פון אונזערע פיינט.

כַּלֵּה פארלענד
כָּל צַר יעדע פיינט
וּמַשְׂטִין און שלעכט'ס רעדער
מֵעָלֵינוּ פון אויף אונז.

סְתֹום פארשטאפ
פִּיּוֹת די מיילער
מַשְׂטִינֵינוּ פון אונזערע שלעכט'ס רעדער'ס
וּמְקַטְרִיגֵנוּ און פון אונזערע מקטריגים.

כַּלֵּה פארלענד
דֶבֶר א מארד
וְחֶרֶב און א שווערד
וְרָעָב און א הונגער
וּשְׁבִי און געפענגעניש
וּמַשְׁחִית און א פאַרדאַרבער
וְעָוֹן און זינד
וּשְׁמַד און א פארטיליגונג
מִבְּנֵי פון די קינדער
בְרִיתֶךָ פון דיין בונד (וואס היטן די תורה).

מְנַע פארמייד
מַגֵּפָה א מארד
מִנַּחֲלָתֶךָ פון דיין ארבטייל.

סְלַח פארגעב
וּמְחַל און זיי מוחל
לְכָל עֲוֹנוֹתֵינוּ צו אלע אונזערע זינד.

מְחֵה מעק אפּ
וְהַעֲבֵר און פיר אוועק
פְּשָׁעֵינוּ אונזערע פשעים
וְחַטֹּאתֵינוּ און אונזערע זינד
מִנֶּגֶד פון אקעגן
עֵינֶיךָ דיינע אויגן.

מְחוֹק מעק אויס
בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים מיט דיין פיהל רחמנות
כָּל אלע
שִׁטְרֵי חוֹבוֹתֵינוּ אונזערע שטרי חובות (פון אונזערע אלטע זינד).

הַחֲזִירֵנוּ מאך אונז צוריק קערן
בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵמָה מיט א גאנצע תשובה
לְפָנֶיךָ פאר דיר.

שְׁלַח שיק
רְפוּאָה שְׁלֵמָה א גאנצע רפואה
לְחוֹלֵי עַמֶּךָ צו די קראנקע פון דיין פאלק.

קְרַע צורייס
רוֹעַ דאס שלעכט'ס
גְּזַר דִּינֵנוּ פון אונזער גזר דין.

זָכְרֵנוּ געדענק אונז
בְּזִכָּרוֹן טוֹב מיט א גוטן געדענקעניש
מִלְּפָנֶיךָ פון פאר דיר.

כָּתְבֵנוּ פארשרייב אונז
בְּסֵפֶר חַיִּים טוֹבִים אינעם בוך פון א גוט לעבן.

כָּתְבֵנוּ פארשרייב אונז
בְּסֵפֶר גְּאֻלָּה אינעם בוך פון אויסלייזונג
וִישׁוּעָה און הילף.

כָּתְבֵנוּ פארשרייב אונז
בְּסֵפֶר פַּרְנָסָה אינעם בוך פון פרנסה
וְכַלְכָּלָה און שפייז.

כָּתְבֵנוּ פארשרייב אונז
בְּסֵפֶר זְכֻיּוֹת אינעם בוך פון זכיות (מצוות).

כָּתְבֵנוּ פארשרייב אונז
בְּסֵפֶר סְלִיחָה אינעם בוך פון פארגעבען
וּמְחִילָה און מחילה.

הַצְמַח מאך שפראצן
לָנוּ פאר אונז
יְשׁוּעָה א הילף
בְּקָרוֹב אין די נאנט.

הָרֵם הייב אויף
קֶרֶן די הערשאפט
יִשְׂרָאֵל עַמֶּךָ פון דיין אידישן פאלק.

הָרֵם הייב אויף
קֶרֶן די הערשאפט
מְשִׁיחֶךָ פון דיין געזאלבטען (משיח).

מַלֵּא דערפיל
יָדֵינוּ אונזערע הענט
מִבִּרְכוֹתֶיךָ פון דיינע ברכות.

מַלֵּא דערפיל
אֲסָמֵינוּ אונזערע אוצרות
שָׂבָע מיט זאטקייט.

שְׁמַע הער צו
קוֹלֵנוּ אונזער קול
חוּס שוין
וְרַחֵם און האב רחמנות
עָלֵינוּ אויף אונז

קַבֵּל נעם אן
בְּרַחֲמִים מיט רחמנות
וּבְרָצוֹן און מיט באוויליגונג
אֶת תְּפִלָּתֵנוּ אונזער געבעהט.

פְּתַח עפן אויף
שַׁעֲרֵי שָׁמַיִם די טויערן פון הימל
לִתְפִלָּתֵנוּ צו אונזערע תפילות.

זָכוֹר געדענק
כִּי עָפָר אֲנָחְנוּ אז מיר זענען נאר שטויב.

נָא איך בעט דיך
אַל תְּשִׁיבֵנוּ קער אונז נישט צוריק
רֵיקָם ליידיג
מִלְּפָנֶיךָ פון פאר דיר.

תְּהֵא עס זאל זיין
הַשָּׁעָה הַזֹּאת די דאזיגע צייט
שְׁעַת רַחֲמִים א צייט פון רחמנות
וְעֵת רָצוֹן און א צייט פון באוויליגונג
מִלְּפָנֶיךָ פון פאר דיר.

חֲמוֹל דערבארעם דיך
עָלֵינוּ אויף אונז
וְעַל עוֹלָלֵינוּ און אויף אונזערע קינדער
וְטַפֵּנוּ און אויף אונזערע קליינע קינדער.

עֲשֵׂה טו [גוט'ס]
לְמַעַן פון וועגן
הֲרוּגִים די גע'הרג'טע
עַל שֵׁם קָדְשֶׁךָ אויף דיין הייליגן נאמען (קידוש השם).

עֲשֵׂה טו [גוט'ס]
לְמַעַן פון וועגן
טְבוּחִים די גע'שחט'ענע
עַל יִחוּדֶךָ אויף דיין איינציגקייט.

עֲשֵׂה טו [גוט'ס]
לְמַעַן פון וועגן
בָּאֵי די וואס זענען געקומען
בָאֵשׁ אין פייער
וּבַמַּיִם און אין וואסער
עַל קִדּוּשׁ אויף צו הייליגען
שְׁמֶךָ דיין נאמען.

נְקוֹם נעם נקמה
לְעֵינֵינוּ פאר אונזרע אויגן
נִקְמַת די נקמה
דַּם פון די בלוט
עֲבָדֶיךָ פון דיינע קנעכט
הַשָּׁפוּךְ וואס איז פארגאסן געווארן.

עֲשֵׂה טו [גוט'ס]
לְמַעַנְךָ פאר דיינעט וועגן
אִם לֹא אויב נישט
לְמַעֲנֵנוּ פאר אונזערט וועגן.

עֲשֵׂה טו [גוט'ס]
לְמַעַנְךָ פאר דיינעט וועגן
וְהושִׁיעֵנוּ און העלף אונז.

עֲשֵׂה טו [גוט'ס]
לְמַעַן פון וועגן
רַחֲמֶיךָ הָרַבִּים דיין פיהל רחמנות.

עֲשֵׂה טו [גוט'ס]
לְמַעַן פון וועגן
שִׁמְךָ הַגָּדוֹל דיין גרויסען נאמען
הַגִּבּוֹר דער שטארקער
וְהַנּוֹרָא און דער פארכטיגער
שֶׁנִּקְרָא וואס ווערט גערופן
עָלֵינוּ אויף אונז.

חָנֵּנוּ געב אונז גענאדע (א מתנת חנם)
וַעֲנֵנוּ און ענטפער אונז
כִּי אֵין ווייל עס איז נישטא
בָּנוּ אין אונז
מַעֲשִׂים קיין [גוטע] מעשים
עֲשֵׂה טו
עִמָּנוּ מיט אונז
צְדָקָה גערעכטיגקייט
וָחֶסֶד און גענאדע
וְהוֹשִׁיעֵנוּ און העלף אונז
טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע: אין קאך

געוואלדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלנט טאפ »

שוין וועט מ'קען זאגן אביסל ערליכער די אבינו מלכנו'ס
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

דערמאנט מיר א מאסן פראטעסט ווי א עלטרע יוד האט געזאגט הויעך אויפן מייק אני מאמין מיט די יודיש טייטש :lol:
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

אשמנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

(גענומען פון ספר בישרון מלך)

מיר האבן געטוהן עבירות וואס מיר האבן נישט קיין שום תירוץ פארוואס מיר האבן דאס געטוהן (שיח יצחק)

מיר האבן געברענגט א אשם אויף אונזער זעהל דורך די עבירות וואס מיר האבן געטוהן (סידור ישועות ישראל)

דורך אונזערע מעשים זענען מיר געווארן מחוייב כרת וואס דאס איז שממון הנפש (סידור עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

בגדנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן ווידערגעשפעניגט אין גלייבן אז דער אייבערשטער איז זן ומפרנס יעדן איינעם, און אנשטאט מכיר טובה זיין האבן מיר געטוהן דאס פארקערטע (עץ יוסף)

אונז האבן ווידערגעשפעניגט בין אדם לחבירו, און באצאלט שלעכטס אנשטאט גוטס (חיי אדם)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

גזלנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

כפשוטו.
דאס איז זייער שווער צו זיין נזהר: נהנה געווען פון א גע'גזל'טע זאך וואס א צווייטער האט גע'גזל'ט, גיסן וואסער נעבן די וואנט פונעם חבר, אריינקוקן אין אין א צווייטענס הויז, געטראפן א מציאה און נישט אויסגערופן, נישט געענטפערט איינער וואס האט געגעבן שלום וואס די גמרא רופט אן גזילת העני (שיח יצחק, עץ יוסף)

מיר האבן צוגע'גזל'ט אונזער נפש דורך די עבירות וואס מיר האבן געטוהן (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

דברנו דופי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

פון די לשון "דו-פי" - דאפעלטע שפראך.
מיר האבן גערעדט אויסערלעך וואס מיר האבן נישט געהאלטן אין הארץ, גערעדט פארענט פון איינעם אנדערש ווי מ'רעדט הונטער זיין רוקן (סידור עיון תפלה)

מיר האבן גערעדט שאנד ווערטער אויפן אייבערשטן ח"ו אדער אויף מענטשן (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

העוינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן פארקרומט גראדע וועגן.
סיי פאר זיך, אז מ'האט פארקרומט די גראדע וועג. סיי פאר אנדערע: א מחטיא את הרבים, גע'פסק'ענט פאר א צווייטן שלא כהלכה, עובר געווען אויף לפני עור לא תתן מכשול (עץ יוסף)

מיר זענען א גלגול פון א נשמה וואס איז שוין געווען כמעט מתוקן נאר איז נתגלגל געווארן צוליב א סבה, און דורך אונזערע עבירות איז די נשמה מער פארקרומט געווארן (חיי אדם)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

והרשענו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן אליין געטוהן רשעות, און מיר האבן גורם געווען אז אנדערע זאלן ווערן רשעים (עץ יוסף)

מיר האבן געטוהן עבירות צוליב רשעות, נישט צוליב אונזער שלעכטע טבעיות (דובר שלום)

מיר האבן געהאלטן מענטשן צדיקים פאר רשעים (עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

זדנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן געטוהן עבירות בכוונה ובמזיד (עץ יוסף)

מיר האבן געטראכט שלעכטע מחשבות, והרהורי עבירה קשים מעבירה (דובר שלום)

מיר האבן זיך געפירט מיט א שלעכטע הארץ, למשל אונאת דברים (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

חמסנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן געצוואונגען איינעם צו פארקויפן עפעס געצווינגענערהייט, כאטש מ'האט באצאלט דערפאר דעם פולן פרייז (עץ יוסף)

מיר האבן עובק געווען אויף אונאת ממון (עץ יוסף)

מיר האבן צוריקגעהאלטן פון אויסלערנען תורה פאר א צווייטן, געשאלטן א צווייטן, איהם פארשעמט - דאס אלעס ווערט אנגערופן "חמס" (סידור עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

טפלנו שקר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

נאכדעם וואס מיר האבן געזאגט שקר, האבן מיר דאס געשטארקט מיט נאך ליגענטס (עץ יוסף)

כדי צו פארשטארקן די ליגענטס האבן מיר אויסגעמישט דערין אביסל אמת (דובר שלום)

מיר האבן זיך באהאפטן מיט עוברי עבירה אפילו מיר האבן נישט געטוהן די עבירה אליין (חיי אדם)

דורך אונזערע עבירות האבן מיר געגעבן כח אז די קליפות זאלן זיך קענען צאמקלעבן און מקטרג זיין, און דאס האט גורם געווען מיתת צדיקים (עץ יוסף, כף החיים פאלאג'י)

מיר האבן אויסגעטראכט בלבולים, ארויסגעלאזט א שם רע, געזאגט פאלשע עדות (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

יעצנו רע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן גע'עצה'ט פאר א צווייטן צו טוהן שלעכטס, און איהם אוועקקערן פונען דרך ה' (עץ יוסף)

מיר האבן גע'עצה'ט פאר א צווייטן א עצה וואס איז פאר יענעם געווען שלעכטס און אינזין געהאט די אייגענע טובה (עץ יוסף)

מיר האבן אפגעמאכט אין הארץ צו טוהן שלעכטס (דובר שלום)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

כזבנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן גערעדט ליגענט, סיי לתועלת און סיי נישט לתועלת (עץ יוסף)

מיר האבן צוגעזאגט און נישט מקיים געווען (עיון תפלה)

דורכדעם וואס מיר האבן ליגענט געזאגט פאר יענעם האבן מיר גורם געווען אז יענער זאל אונז צוריקזאגן א ליגענט (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

לצנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן אפגעלאכט פון זאכן אפילו מיר האבן נישט געמיינט צו לאכן פון די מענטש, מיר האבן געלאכט אויף די ווערטער פון אונזערע חכמים, מיר האבן דערווייטערט זאכן וואס מיר וואלטן געדארפט דערנענטערן (שיח יצחק, סידור עיון תפלה)

מיר האבן פארברענגט אונזער צייט מיט ליידיגקייט און פוסטע רייד (סידור עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

מרדנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן פורק געווען עול מלכות שמים (שיח יצחק)

מיר האבן געטוהן עבירות צוליב נישט גלייבן גענוג אין די מצוה (עץ יוסף)

יודע רבונו ומתכוין למרוד בו (עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

נאצנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן פארשעמט כבוד התורה, און מחלל געווען שם שמים (עיון תפלה)

מיט אונזערע עבירות האבן מיר גורם געווען אז כביכול זאל ווערן אין כעס, מלשון וירא ה' וינאץ (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

סררנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן זיך אוועקגעקערט פון עבודת ה' (חיי אדם)

מיר האבן בועט געווען אין אייבערשטן פון פיל גוטס וואס ער האט אונז משפיע געווען (עיון תפלה)

מיר האבן פוגם געווען במחשבה (סידור תפלה ישרה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

עוינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן געטוהן עבירות במזיד אנצופילן די תאוה (סידור ישועות ישראל)

מיר האבן פארקרומט די דין (עבודת הקודש להחיד"א)

מיר האבן גערעדט מיט עזות (עץ יוסף)

מיר האבן געזינדיגט במעשה (סידור תפלה ישרה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

פשענו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן געזינדיגט במעשה (עץ יוסף)

מיר האבן געזינדיגט במזיד.
אפילו מ'גלייבט אין הקב"ה פון דעסטוועגן האט מען במזיד נישט מקיים געווען די מצוות, אדער ווייל מ'האט ח"ו נישט געגלייבט (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

צררנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן אונטערדרוקט אנדערע מענטשן (חיי אדם)

מיר האבן גורם געווען אז ס'זאל קומען צרות אויף אידן דורך אונזערע עבירות (עיון תפלה)

מיר האבן זיך אליין אונטערדרוקט (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הספרים”