ליקוטים וענינים על פרשת עקב: מצות קלות שאדם דש בעקביו

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

ליקוטים וענינים על פרשת עקב: מצות קלות שאדם דש בעקביו

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג יולי 29, 2007 11:04 am

והיה עקב תשמעון, טייטשט רש"י בשם התנחומא "מצות קלות שאדם דש בעקביו" ע"כ.

מפרשים ברעכן זיך קאפ מסביר צו זיין וואס איז דאס "מצות קלות" און וואס איז דאס "אדם דש בעקביו", ניתי ספר ונחזי עפעס וואס מ'האמיר דא צוזאמגעקראצט. (ס'איז זונטאג צופרי, איך האף נאך משלים צו זיין נאך, אבער מיר וועלן קיין פאראיבל נישט האבן אויב איינער פון אונז וועט צולייגן, אדרבה, קנאת סופרים תרבה חכמה).

א. מצות שילוח הקן.
הסבר: די תורה זאגט "כי יקרא" דרשנ'ן חז"ל: פרט למזומן. קומט אויס אז מ'מוז גיין און זיכן דעם נעסט, הייסט דאס א מצוה "שאדם דש בעקביו". (דעת זקנים מבעלי תוספות, בפרשתן).
וואונדער איבער וואונדער איז: אז די מצוה וועט אויך שטימען מיט די ערשטע ווערטער פון רש"י, ווייל אין מס' חולין (דף קמב.) און דאס זעלבע אין רש"י פ' תצא (כב ז), ווערט די מצוה פון "שילוח הקן" אנגערופן: מצוה קלה! ווייל אין בו חסרון כיס. שטימט עס פון אלע זייטן זייער גוט.

ב. א"נ – שרייבט דער דעת זקנים הנ"ל – ס'מיינט "מצות ציצית". וכ"ה בס' צרור המור. ובקובץ כרם שלמה שנה יד קונטרס ט עמ' מ"ד ציין כן על מהגר"ש קלוגר).
הסבר: שאדם גורר אחריו, ס'איז א מצוה וואס מענטשן לאזן עס הענגן אויף די ערד און טרעטן דערויף.
אויך אינטערעסאנט צוצולייגן, ווי פריער, אז "מצות ציצית" ווערט אויך אנגערופן "מצוה קלה"! עי' מנחות מג:

ג. יעדע מצוה וואס מ'גייט דערצו מיט די פיס, ביקור חולים, הלוית המת, גיין אין ביהמ"ד. רבינו בחיי.

ד. צו לויפן אין ביהמ"ד אריין, אפי' אום שבת. וואס דעמאלטס איז אסור סתם צו לויפן. תו"מ להחת"ס.

ה. מצות עלי' לרגל. עפיה"כ מה יפו פעמיך בנעלים. (מיין רבי אין חדר).

ו. מצות צדקה. שפת אמת ליקוטים.
הסבר: עפי"מ דדרשו חז"ל עה"פ היקום אשר ברגליהם, זה ממונו של אדם שמעמידו על רגליו.
ער לייגט דארט אויך צו, אז די ווערטער "והיה עקב" בגי' צדקה (עם האותיות).

ז. אהה, דאס איז שוין מיט א מעשה:
שטייט אין שו"ע אריז"ל, שראה פע"א חכ"א שהי' נפטר זה כמה שנים ול"ה מכניסים אותו להיכלו המתוקן לו לעוה"ב, כי פע"א נכנס לו עפר במנעלו בשבת, והוא לא שם אל לבו ויצא כן לרה"ר בשבת, ע"כ בשו"ע האריז"ל.
לפי"ז זאגט רש"י אז די תורה הייסט מ'זאל אפהיטן, מצוה קלה שאדם דש בעקביו. ס' עקבי יעקב (טירנהויז).

יעצט וועלן מיר ברענגן נאך אפאר, וואס די הסברים דערפון זענען לאנג, מיר וועלן ברענגן נאר די מצוה.

ח. מצות ואהבת לרעך כמך. שפתי צדיק אות ג.

ט. מצות אמונה. פרדס שאול.

י. דקדוק הדין. מדרש לקח טוב.

יא. מצות לא תזרע כרמך כלאים. שארית יצחק עמ' ק"ט מהרה"ק רי"ז מסוקולוב.

יב. מכשירי מצוה. הגהות ר' שמואל שמעלקא טויבש עמ"ס סוכה דף לח.

ביזדערווייל וועל איך מיך דא אפשטעלן.

עס ווילט זיך נאך צולייגן א נקודה, אז לפי די אלע פשטים, דארף ווייטער שטימען, די קשיא וואס איז די וואך אויף די העדליינס, לכאורה שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, וויאזוי זאגט די תורה דא צו א געוואלד מיט גוטע זאכן פאר כלל ישראל? נאר אויף די פריערדערמאנטע מצות באקומט מען יא שכר בהאי עלמא. מוטשע דיך און דו וועסט טרעפן (דוק ותשכח).

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג יולי 30, 2007 5:14 pm

זעהר שיין יגר'ל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 30, 2007 5:59 pm

מען דארף דאס ארויפקלעבן אויפן בולעטין אין אידישע וועלט ביי "געהערט אין קרעטשמע"

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מאנטאג יולי 30, 2007 7:55 pm

יגר, דו ביסט שולדיג, ניין, גארנישט ספעציעל, מיין ציצית איז היינט געהאנגען אויפן פלאר,

אבער איך האב נישט מיך אנגעשטרענג עס אויפצוהייבן, פשוט צו באקומען די שכר אויף די מצות שאדם דש בעקביו.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אוגוסט 19, 2008 9:08 pm

ארויפגעברענגט פון סטארעדש פון קעלער


געהערט א טייער ווארט [איך געדענק נישט צי פונעם ייטב לב אדער זיין זיהן דער קדושת יום טוב]
שטייט און פסוק מראשית השנה ועד אחרית שנה

און אנפאנג יאהר ווארט מען אז דאס יאהר זאל זיין דער השנה דער יאהר מיטען הא הידוע אז עס זאלל זיין דער יאהר פונעם גאולה שלימה
אבער ליידער ועד אחרית ווען עס קומט צום סוף
לאזט זיך אויס אז עס איז נאר געווען שנה אהן א הא הידוע נאר א געווענליכער יאהר
the SCY is the limit

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך אוגוסט 20, 2008 3:03 pm

דאס ווארט איז פונעם יט"ל,

מרן מהריט"ב מסטאמאר זי"ע האט צוגעלייגט צו דעם,
הן גאלתי אתכם אחרית כראשית, אז די אחרית השנה זאל מיר אויך געהאלפן ווערן,

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך אוגוסט 20, 2008 3:07 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:והיה עקב תשמעון, טייטשט רש"י בשם התנחומא "מצות קלות שאדם דש בעקביו" ע"כ.
ג. יעדע מצוה וואס מ'גייט דערצו מיט די פיס, ביקור חולים, הלוית המת, גיין אין ביהמ"ד. רבינו בחיי.



כלפי עניני תפלה, ווערט געברענגט אין דברי יואל, אז ביים דאווענען זעהן מען שכר הליכה, ג' פסיעות, אין די גמ' זאגט דברים העומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלים בהם, הוי אומר זה תפלה,

מצות קלות, דאס איז תפלה שבנ"א מזלזלים, שאדם דש בעקביו.
(דברי יואל)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוגוסט 20, 2008 4:13 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:דאס ווארט איז פונעם יט"ל,

מרן מהריט"ב מסטאמאר זי"ע האט צוגעלייגט צו דעם,
הן גאלתי אתכם אחרית כראשית, אז די אחרית השנה זאל מיר אויך געהאלפן ווערן,

שעכוח שאץ.
דעם רבין'ס הוספה האב איך נאך נישט געהערט....זייער טייער..
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוגוסט 20, 2008 4:20 pm

והיה עקב תשמעון, טייטשט רש"י בשם התנחומא "מצות קלות שאדם דש בעקביו" ע"כ.

געהערט אמאל א לצה פון אן אלטער יוד [געדענק נישט צי דאס איז געווען אייגענס אדער נאכגעזאגט]
דא און דער רש"י איז מרומז די מצוה פון משמח זיין חתן כלה

מצות קלות [כלה'ס] שאדם דש בעקביו [כיצד מרקדין]
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 02, 2009 10:22 am

א ישר כח ר' שמחה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 5:05 pm

scy4851 האט געשריבן:והיה עקב תשמעון, טייטשט רש"י בשם התנחומא "מצות קלות שאדם דש בעקביו" ע"כ.

געהערט אמאל א לצה פון אן אלטער יוד [געדענק נישט צי דאס איז געווען אייגענס אדער נאכגעזאגט]
דא און דער רש"י איז מרומז די מצוה פון משמח זיין חתן כלה

מצות קלות [כלה'ס] שאדם דש בעקביו [כיצד מרקדין]

דער סקולענער רבי זצ"ל אין נועם אליעזר טייטשט אויס דעם רש"י בדרך צחות אויף טאנצן מיט די פיס!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג אוגוסט 16, 2009 11:28 pm

איך האב געפרעגט די קינדער אין קעמפ מצות קלות שאדם דש "בעקביו"
ווועלכע מצוה טוט מען מיט די פיס,
אט זענען די תי'

מפני שיבה תקום, מחיית עמלק..... (מ'קלאפט מיט די פיס), תחומין, גיין נאך געלט (מיט די הענט און פיס, שטיין ביי עטליכע מצות,

הערה: אין איינע פון די נושא כלים אין שו"ע הל' ציצית האט א רמז ועצת ד' הוא תקום, אלע מצות וואס מוזן ווערן געמאכט בעמידה, ברכת התורה סוכה ציצית ועוד...
.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 6:39 am

יגרסהדותא האט געשריבן:ב. א"נ – שרייבט דער דעת זקנים הנ"ל – ס'מיינט "מצות ציצית". וכ"ה בס' צרור המור. ובקובץ כרם שלמה שנה יד קונטרס ט עמ' מ"ד ציין כן על מהגר"ש קלוגר).
הסבר: שאדם גורר אחריו, ס'איז א מצוה וואס מענטשן לאזן עס הענגן אויף די ערד און טרעטן דערויף.
אויך אינטערעסאנט צוצולייגן, ווי פריער, אז "מצות ציצית" ווערט אויך אנגערופן "מצוה קלה"! עי' מנחות מג:

פארוואס שרייבסטו נישט וואס ער פירט אויס "אמנם שמעתי שכל המגרר ציציותיו עליו הכתוב אומר וטאטאתיה במטאטא השמד" רח"ל. אין שו"ע סוף הלכות ציצית שטייט אויך אז עס איז אסור צו לאזן הענגען די ציצית.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:21 am

טאקע מו"ר הגרשז"א זצ"ל פלעגט פארקאטשען די ציצית פון אינטען אין דער גארטעל פון זיין כאלאט
אז עס זאל זיך נישט שלעפען אויף דער ערד
יגעתי
דו שרייבסט אז עס איז אסור צו לאזען הענגען
מסתמא מיינט עס לאזען הענגען אויף דער ערד,ניין?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 12:31 pm

יא, שלעפען אויף דער ערד.

אגב, אריינשטיפן די עקן פון די טלית אינעם גארטל איז דא וואס זענען מפקפק, אין נמוקי או"ח איז דא א שמועס דערפון.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 12:37 pm

יא
וועגען קיפול זאל עס מאכען ווי נפסק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יולי 24, 2013 8:15 am

scy4851 האט געשריבן:ארויפגעברענגט פון סטארעדש פון קעלער

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך יולי 24, 2013 9:41 am

ועיין כאן שמפרש שסובב הולך על מצות כיסוי הדם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... q=8177&st=%u05d1%u05e2%u05e7%u05d1%u05d9%u05d5
ושמעתי לאחרונה ממגיד אחד, שאמר שכל מה שאחז"ל על מי מנה עפר יעקב, יכולים להעמיס בפסוק והי' עקב, כי עפר דורסים ברגלים
ולענייננו אמר המגיד ההוא על הנחת הערלה בעפר
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 25, 2013 3:44 am

הגם אז שטייט אז עס מעג נישט זיין ברגליו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג יולי 25, 2013 5:22 am

בספר זרע ברך שלישי כתב שקאי על מצות תוכחה עיי"ש.

עיין סו"פ נח

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:49 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:ארויפגעברענגט פון סטארעדש פון קעלער

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:43 pm

לאמיר צו לייגען נאך א טייער שיינע פשט אויף דש בעקביו, און דערמיט אפשטויבען דער אשכול.

כ'האב געהערט בשם הגאון הגדול רבי יונתן שטייף ז"ל מלפנים אבדק"ק פעסט ולאח"כ אב"ד קהל עדת יראים.

אז ווען מ'פאר אונטערוועגענס, אדער און קאנטרי וואס איז יעצט נוגע און דו סיזען, און איינער בעט א היטש, דערף דער דרייוער נאר געבען א קוועטש מיט זיין פיס
אויפ'ן סטאפ ברעיק, און אויפנעמען יענער מענטש, דאס איז דער דש בעקביו, דער קוועטש מיט'ן פיס אויפ'ן ברעיק....

פון וועם איך האב עס געהערט, האט מוסיף געוועהן אז אפשר בימינו אלה ווען געז איז טייער, איז עס אפשר נישט בגדר "מצות קלות"...

והוא נכון ונחמד.

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1590
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:49 pm

ראש הקהל האט געשריבן:פון וועם איך האב עס געהערט, האט מוסיף געוועהן אז אפשר בימינו אלה ווען געז איז טייער, איז עס אפשר נישט בגדר "מצות קלות"...

והוא נכון ונחמד.

אצינד איז געז שוין צוריק ביליגער געווארן איז עס שוין צוריק קלות

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 11:34 pm

אין קדושת ציון טייטשט ער עס אויס אויף מצוות סוכה וואס מען גייט אריין דארט מיט די שיך אזוי ווי די הייליגער בארדיטשובער האט געזאגט אז די חשיבות פון סוכה איז אז מען גייט אריין מיט די גאנצע גוף אפילו מיט די פאדקאוועס (שטיוול בלע״ז)

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 11:47 pm

שטימט אויך זייער גוט מיט די גמרא אין ע״ז וואס רופט אן סוכה א מצוה קלה


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט