חמשה עשר באב

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

חמשה עשר באב

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 1:50 pm

אינטערסאנט עס איז נאך נישט דא קיין אשכול

"אמר רבן שמעון בן גמליאל לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכיפורים"
דאס טייטש עס איז א גרעסערע יום טוב היינט אווי יום כיפור!!

פונקט געהערט לעצטענס א טעיפ פון ר' פישל שעכטער האט ער אנגעהויבן א דרשה פאר קינדער (על פי דרכם) בדרך צחות:
א יונגל איז אמאל געקומען שפעט פרעגט אים דער רבי: פארוואס ביסטו שפעט???!!
זאגט דער אינגעל: ווייל איך געהאט שטארקע מאגן ווייטאג... און אויך ווייל ווען איך בין אראפגעקומען מיט די עלעוועיטער איז עס געבליבן סטאק און ביז מען האט עס פאראכטן... און אויך ווייל מיין טאטע האט מיך געברענגט און עס האט באקומען א פלעט טייער און ביז חברים איז געקומען... און אויך וויי... רבי האקט אריין: גיי צום מנהל!!!!.. זאגסט מיר איין תירוץ, אדער עלעוועיטער אדער מאגן אדער פלעט טייער מילא, גלייב איך דיר.. אבער אלעס אויף איינמאל איז עפעס נישט אין ארדענונג!!

זאגט ער אז יעדע יום טוב האט איין טעם פסח איז געווען יציאת מצרים, סוכות ענני כבוד, שבועות מתן תורה, חנוכה מנורה און אזוי ווייטער..
ווידעראוים חמשה עשר באב איז דא כמה טעמים, די גמרא אליינס רעכענט גלייך אויס אויפן פלאץ פינף טעמים:
- יום שכלו בו מתי מדבר
- יום שהותרו שבטים לבוא זה בזה
- יום שהותר שבט בנימן לבא בקהל
- יום שפסקו לכרות עצים למערכה
- יום שניתנו הרוגי ביתר לקבורה
און נאך....

איך טראכט אזא פשט: אז אלע ימים טובים איז א יום טוב פאר גאנץ כלל ישראל וועגן איין גוטע זאך וואס איז געקומען פאר יעדן איינעם, חמשה עשר באב איז אבער א יום טוב פאר יעדן איבער אן אנדערע זאך
דאס מיינט יעדער קען מאכן א יום טוב פון חמשה עשר באב איבער א אנדערע נס וואס האט אים פאסירט!

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 1:53 pm

הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע ברענגט אז חמשה עשר באב איז בגמ' כתיבה וחתימה טובה, חושבנא דדין כחושבנא דדין.

צדיקים האבן שוין אנגעהויבן די הכנות צו די הייליגע טעג. מען האט זיך שוין געווינטשן כוח"ט און אנדערע האבן שוין אנגעהויבן זאגן תיקוני זוהר וכו'.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:23 pm

און בעלזא גייט אן אבל אונעם יאר נישט צו ט"ו אב באב אלס א יו"ט

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:41 pm

בחורל שנעל באהאלטן די פאון, דער משגיח קען עני מינוט אנקומען.

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 12:35 am

געהערט א שיינע דערהער פין הרב פנחס כ״ף שליט״א ביי א דרשה, וואס איז פשט פין די טעם פין די יום טוב ״יום שפסקו לכרות עצים למערכה ״ אין וואס איז די ציזאם שטעל מיט מוסיף זיין אין לימוד התורה ״מאן דמוסיף יוסיף״ ?

נאר אז די מענשען וואס זענען געווען פארנימען מיט שניידען די האלץ האבן יעצט צי בייקימען מער צייט צי לערנען איז געווען פאר זיי א גרוסע שמחה האט זיך גאנץ כלל ישראל מיט געפרייט מיט זיי אז א פאר יודען האבן מער צייט צי לערנען איז עס נישט א גרוסע יום טוב?.
דעס איז די ציזאם שטעל פין די צויי זאכן.

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 12:40 am

להודיע האט געשריבן:הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע ברענגט אז חמשה עשר באב איז בגמ' כתיבה וחתימה טובה, חושבנא דדין כחושבנא דדין.

צדיקים האבן שוין אנגעהויבן די הכנות צו די הייליגע טעג. מען האט זיך שוין געווינטשן כוח"ט און אנדערע האבן שוין אנגעהויבן זאגן תיקוני זוהר וכו'.

זאגן?
אגב: וועלכע קהלות פירן זיך צו לערנען תיקו"ז אום חודש אלול?
...כי אם ליראה וגו'

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 12:41 am

ראש הקהל האט געשריבן:און בעלזא גייט אן אבל אונעם יאר נישט צו ט"ו אב באב אלס א יו"ט

און א טאג דערויף זאגט מען נישט קיין תחנון אזויווי ביי חמשה עשר בשבט פסח שני וכו'.
...כי אם ליראה וגו'

גביר אדיר
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 08, 2014 11:33 pm

תגובהדורך גביר אדיר » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 12:50 am

להתחדד האט געשריבן:געהערט א שיינע דערהער פין הרב פנחס כ״ף שליט״א ביי א דרשה, וואס איז פשט פין די טעם פין די יום טוב ״יום שפסקו לכרות עצים למערכה ״ אין וואס איז די ציזאם שטעל מיט מוסיף זיין אין לימוד התורה ״מאן דמוסיף יוסיף״ ?

נאר אז די מענשען וואס זענען געווען פארנימען מיט שניידען די האלץ האבן יעצט צי בייקימען מער צייט צי לערנען איז געווען פאר זיי א גרוסע שמחה האט זיך גאנץ כלל ישראל מיט געפרייט מיט זיי אז א פאר יודען האבן מער צייט צי לערנען איז עס נישט א גרוסע יום טוב?.
דעס איז די ציזאם שטעל פין די צויי זאכן.

אויף די גמ׳ יום שפסקו לכרות עצים למערכה זאגט דארט דער רבינו גרשם אויפן פלאץ (במס׳ תענית איז עס געדרוקט על דף הגמ׳) יום שפוסקין מלכרות עצים למערכה ומכאן ואילך מוסיפין לעסוק בתורה.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 12:55 am

חסידישער יוד האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע ברענגט אז חמשה עשר באב איז בגמ' כתיבה וחתימה טובה, חושבנא דדין כחושבנא דדין.

צדיקים האבן שוין אנגעהויבן די הכנות צו די הייליגע טעג. מען האט זיך שוין געווינטשן כוח"ט און אנדערע האבן שוין אנגעהויבן זאגן תיקוני זוהר וכו'.

זאגן?
אגב: וועלכע קהלות פירן זיך צו לערנען תיקו"ז אום חודש אלול?

ברעסלב זאגט תיקוני זוהר, אויך תנ"ך, פון ר"ח אלול ביז נאך יום כיפור (כפי השמועה)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יולי 30, 2015 11:31 pm

חמשה עשר באב הייבט אן די טאג צו ווערן קלענער און די נאכט לענגער, די היצן וועלן שוין יעצט אנהויבן נאכלאזן..

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » דאנארשטאג יולי 30, 2015 11:48 pm

אין די ברכה פון הטוב והמיטיב וואס איז היינט נתקן געווארן ליגט גאר א טייפע דערהער:
שניתנו הרוגי ביתר לקבורה
הטוב-שלא הסריחו, והמיטב שנתנו לקבורה.
אין די שווערסטע מצב קען מען טרעפען די גוטס פון דעם אייבערשטן
ליגן צוויי און פופציג יאר אן כדומן על פני האדמה זעט אויס צו זיין די נידריגסטע שפל המצב וואס מ'קען נאר אנקומען,
און דאך האבן אונז חז"ל געלערנט אז מ'דארף דאנקן און לויבן דעם פון אויבן, אויף יעדער טראפעלע חסד וואס ער טוט מיט אונז.

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

תגובהדורך קברנה סובניון » פרייטאג יולי 31, 2015 2:06 am

אין די גמ' פון חמשה עשר באב (די לעצטע בלאט אין תענית) שטייט אז איינע פון די טעמים פארוואס די טאג איז א יו"ט ווייל מ'האט אויפגעהערט צו שניידן האלץ פאר די מערכה, ווייל מ'קען נאר צוצן די האלץ פון אינמיטן זומער ווען ס'דא א שטארקע זון וואס ס'הרג'ט די ווערים, אבער פון חמשה עשר באב ווערט שוין די זון אביסל שוואכער, ס'שוין נישט אזוי הייס במילא הערט מען אויף צו שניידן.
וואס איז פשט דערפון, וואס איז די יו"ט דערמיט?
איז עס א בחינה פון א סיום?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג יולי 31, 2015 2:53 am

יש מפרשים וועגן א סיום פון א דבר מצוה, ויש מפרשים ווייל פון יעצט וועלן די אידן קענען מער עוסק זיין בתורה, זיי וועלן מער נישט זיין פארנומען מיט די האלץ ארבעט. עי' רש"י ורשב"ם ומפרשים בגמ' תענית ובבא בתרא.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שייקע
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 4:07 pm

תגובהדורך שייקע » פרייטאג יולי 31, 2015 10:20 am

די הייליגע קדושת לוי זאגט, אז פונקט ווי מ'זעהט ווען די לבנה ווערט גרעסער מאכט מען א ברכה און מ'פריידט זיך, ווייל די אידן ציילן צו די לבנה. איז חמשה בעשר באב ווען ס'איז תשש כחה של חמה, און די אומות העולם ציילן צום חמה, און כשזה קם זה נופל, קומט אויס אז די אידן ווערן שטערקער דעם טאג, דערפאר מאכט מען א יום טוב אין דעם טאג.

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » פרייטאג יולי 31, 2015 10:43 am

מיר איז אלעמאל שווער געווען וואס האט ט"ו באב למנין הלבנה צוטון מיט תשש כוחה של חמה?

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » פרייטאג יולי 31, 2015 10:58 am

פר בן בקר האט געשריבן:מיר איז אלעמאל שווער געווען וואס האט ט"ו באב למנין הלבנה צוטון מיט תשש כוחה של חמה?

דער קובץ שעורים פרעגט דיין קשיא, וז"ל: קשה איך תלוי כח החמה בחדשים שלנו דהן נמנין ללבנה ולא לחמה. און ער ענטפערט: ושמא י"ל דרוב פעמים הוא בט"ו באב, וקבעו זמן שוה לכל השנים, מפני הרוב.

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » פרייטאג יולי 31, 2015 11:10 am

שוב ראיתי מביאים בשם ס' אגדות ירושלמי שכתב על קושיא זו, שהיה זה בדרך נס בכל שנה שתשש כח החמה בדיוק בט"ו באב.

לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

תגובהדורך לטובה ולברכה » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 11:24 am

ארויף לכבוד היום

פר בן בקר האט געשריבן:מיר איז אלעמאל שווער געווען וואס האט ט"ו באב למנין הלבנה צוטון מיט תשש כוחה של חמה?

די זעלבע קשיא אויף ט"ו בשבט שעולה השרף באילנות

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:44 pm

לטובה ולברכה האט געשריבן:ארויף לכבוד היום

פר בן בקר האט געשריבן:מיר איז אלעמאל שווער געווען וואס האט ט"ו באב למנין הלבנה צוטון מיט תשש כוחה של חמה?

די זעלבע קשיא אויף ט"ו בשבט שעולה השרף באילנות

די קשיא איז א סאך שווערער ביי אזא הלכה'דיגע נושא ווי ט"ו בשבט.
די תירוץ איז נישט נאר "רוב יארן", נאר עיבור השנה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 1:55 pm

לטובה ולברכה האט געשריבן:ארויף לכבוד היום

פר בן בקר האט געשריבן:מיר איז אלעמאל שווער געווען וואס האט ט"ו באב למנין הלבנה צוטון מיט תשש כוחה של חמה?

די זעלבע קשיא אויף ט"ו בשבט שעולה השרף באילנות

די קושיא פרעגט שוין תוס אין מס' ר"ה דף טו. אויף דעם וואס די גמרא פרעגט צו שבט מיינט פין די לבנה אדער שבט דתקופה (חמה) אין תוס' ענטפערט אז די פירות איז תלוי אין די לבנה אויך אזוי ווי עס שטייט ממגד גרש ירחים די תירוץ איז אבער נישט שייך אויף תשש כוחה של חמה
Screenshot_2016-08-19-13-46-12-1.png

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 2:33 pm

חסידישער יוד האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע ברענגט אז חמשה עשר באב איז בגמ' כתיבה וחתימה טובה, חושבנא דדין כחושבנא דדין.

צדיקים האבן שוין אנגעהויבן די הכנות צו די הייליגע טעג. מען האט זיך שוין געווינטשן כוח"ט און אנדערע האבן שוין אנגעהויבן זאגן תיקוני זוהר וכו'.

זאגן?
אגב: וועלכע קהלות פירן זיך צו לערנען תיקו"ז אום חודש אלול?


הגה"ק רבי אהר'לע ראטה זצוק"ל שרייבט גאר שטארק וועגן זאגן תיקוני זוהר אין חודש אלול, דעריבער די קהילות תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, שומרי אמונים, מבקשי אמונה, וויטעבסק וכו' וועלכע פאררעכענען זיך אלס תלמידים והולכים לדרכו זאגן אויס תקו"ז חודש אלול..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג אוגוסט 21, 2016 9:04 pm

ראש הקהל האט געשריבן:און בעלזא גייט אן אבל אונעם יאר נישט צו ט"ו אב באב אלס א יו"ט

אין בעלזא גייט מען קיימאל נישט צו ביום שאין אומרים תחנון לאו דווקא אזעלכע ווי ט"ו באב
נאר אפילו ניסן ותשרי ז' ימים אחר שבועות וכדומה

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג אוגוסט 21, 2016 9:06 pm

להודיע האט געשריבן:הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע ברענגט אז חמשה עשר באב איז בגמ' כתיבה וחתימה טובה, חושבנא דדין כחושבנא דדין.

צדיקים האבן שוין אנגעהויבן די הכנות צו די הייליגע טעג. מען האט זיך שוין געווינטשן כוח"ט און אנדערע האבן שוין אנגעהויבן זאגן תיקוני זוהר וכו'.

בטשערנאביל התחילו לומר תיקו"ז מט"ו באב ועד ומסיימים בזאת חנוכה

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג אוגוסט 06, 2017 11:01 am

יעלה ויבוא

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יולי 23, 2018 1:52 am

אוי רבותי עס פאלט דאך שוין א פחד און א שרעק. מען האט זיך קוים אויסגעטשוכעט, און עס קומט שוין באלד ראש השנה, ווי צדיקים האבן געזאגט אז חמשה עשר באב הייבט מען שוין אן צו ריקן די בענק אויבן אין הימל.

איך האב אמאל געהערט א שיינעם רמז (איך זיך טאקע די מקור) אויף די פסוק ה' בשמים הכין כסאו, בשמי"ם איז ר"ת י'ום ש'פסקו ב'ו מ'תי מ'דבר מ'למות, דעמאלס הכין כסאו, גרייט מען שוין אן די כסאות למשפט.

רבותי לאמיר זיך שוין ארייננעמען אין די הענט אריין, לאמיר נישט ווארטן ביז די לעצטע מינוט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט